פֿון אונדזער עזבֿון: אַנע סטעלמאַך (1900־1950)

אין 1947 איז אין מאָסקווער ”עמעס“־פֿאַרלאַג דערשינען סטעלמאַכס איינציק בוך ”אויף דרום־אוראַל“, אין וועלכן עס זײַנען אײַנגעשלאָסן זיבן דערציילונגען. די שרײַבערין האָט געהאַט נאָך אַ סך פּלענער, געהאַט צוגעגרייט נאָך אַ ריי דערציילונגען… לויט די פֿאַראַנענע ידיעות, האָט מען זי אין 1950 אַרעסטירט, און איר ווײַטערדיקער גורל איז ניט באַוווּסט…

שטיקן און ניט דערשטיקן

אלי שאַרפֿשטיין
ער האָט נישט געקענט אָנרירן אַ פֿליג. קיין בייז וואָרט האָט מען פֿון אים נישט געהערט. אָבער… אָבער טאָמער מ׳האָט גערעדט נישט שיין וועגן זײַן פֿוטבאָל־מאַנשאַפֿט „ספּאַרטאַק‟, צי דערמאָנט חס־ושלום ישׂראל מיט אַ מיאוס וואָרט, דאַן האָט זיך יאָסל פֿאַרוואַנדלט אין אַן אַנדער מענטש…