עמיל קאַלין
דאָס ערשטע קאַפּיטל
1
דעם עקספּערימענט האָב איך געפֿירט אונטער דער אויפֿזיכט פֿון מײַן דיסערטאַציע-ראָטגעבערין, אירינע וויסאָצקי, אַן אַגרעסיווע וויסנשאַפֿטלערין, וואָס האָט זיך קונה-שם געווען ווי אַ גרויסע ספּעציאַליסטין אינעם ווענטראָמעדיאַלן היפּאָטאַלאַמוס און אין דער אַמיגדאַלאַ. אַן אָפּשטאַמיקע פֿון ראַטן־פֿאַרבאַנד, אַ פֿרוי מיט אַ ספּעציעלער נייגונג צו טראָגן באַבלימטע קליידער, וווּ די הערשנדיקע קאָלירן זענען ברוין און געל, וואָס שטימען, אויף אַ מיסטישן אופֿן, מיטן קאָליר פֿון איר הויט: הילצערנעם-געל. אירע קורץ-געשוירענע האָר זענען אָפּגעפֿאַרבט אין פּעך-שוואַרץ, ווי די פֿעדערן פֿון אַ קראָ. אירע שוואַרצאַפּלען רירן זיך הין-הער, נישטערן נאָך פֿעלער. זי האָט אַ פֿאַרגליווערטע מינע, גלײַך ווי מע האָט איר פּנים פֿאַרפֿרירט אין דעם „פֿריזער‟ — אַ געמיש פֿון אומחשק, אומצוטרוי, גרינגשעצונג. איר ביינערדיקע מאָגערקייט וואַרפֿט זיך גלײַך אין די אויגן און ווײַזט אָן אויף עפּעס אַן עס־שטערונג, נאָר ס’דאַכט זיך, אַז קיינער פֿאַרמאָגט נישט דעם נייטיקן מוט אָנרירן די טעמע. איר קול איז הייזעריקלעך; עס פֿאַלט אַמאָל אַראָפּ אויף אַ שנײַדנדיקער שעפּטשערײַ, געפּאַקט מיט אײַנגעהאַלטענער אַגרעסיע אָן אַ פֿאַרוואָס, און צומאָל רײַס זיך אַרויס פֿון איר עפּעס ענלעכס אויף אַ קראָען־צוויטשערײַ — אַ מין עלעקטרישער אויסשלאָג פֿון אַ קאָנדענסאַטאָר.
זי האָט געהאַט אין דעם אָפּטייל אַ נאָמען פֿאַר אַ שאַרפֿזיניקער, אומבייגעוודיקער פֿרוי, אַ שטילע נקמה-נעמערין, וואָס ווייסט אויכעט ווי צו באַלוינען פֿאַר שווערער אַרבעט, זעלבסטדיסציפּלין און געטרײַשאַפֿט. זי האָט געהערט צו יענע פֿאָרשערס, וואָס זענען אינגאַנצן איבערגעגעבן דעם וויסנשאַפֿטלעכן פֿאָרשריט, אויכעט ווען דאָס האָט געהייסן מצער זײַן, אָנצוטאָן יסורים און פּלאָגן יענע „עלעמענטן‟ — דאָקטאָראַנטן, וואָס זענען אַרײַנגעפֿאַלן אין אירע הענט און טיילן מיט איר איין לאַבאָראַטאָריע. ווען אַ פּסיכיאַטער וואָלט זיך אַרײַנגעכאַפּט אין אונדזער אָפּטייל, וואָלט ער, געוויס, געשטעלט בײַ פּראָפֿעסאָרין אירינע וויסאָצקי — און נישט נאָר בײַ איר — אַ דיאַגנאָז פֿון געצווינגענע מחשבֿות, מאַגישע ריטואַלן, און פֿאַרפֿיקסירטע אײַנרעדענישן, וואָס שטימען נישט מיטן געוויינטלעכן שׂכל־הישר.
עס האָט זיך געמאַכט אַזוי אַז איך אַליין בין געוואָרן איינער פֿון יענע דיאָקטאָראַנטן, געשטאַנען בלויז איין שטאַפּל העכער ווי די לאַבאָראַטאָריע־חיהלעך. איך האָב נישט געליטן איינער אַליין: אירענע האָט פֿאַרמאָגט אַ טוץ דאָקטאָראַטן און מיט איין דאָקטאָראַנטקע — דפֿנה, אַ פֿרוי מיט אַן אָפּגעבליאַקעוועטן כאַראַקטער, מיט וועלכער איך האָב מיטגעטיילט אַ צימער. דפֿנה האָט זיך קיינמאָל נישט געוואָרפֿן אין די אויגן, אָבער די לעצטע וואָכן פֿאַר דער פּרעזענטאַציע אין באָסטאָן איז בײַ איר, דאַכט זיך, פֿאַרווישט געוואָרן יעדער שפּור פֿון זעלבסטקייט, גלײַך ווי די האַרבסטיקע ווינטן, וואָס האָבן גענומען בלאָזן איבערן קאַמפּוס, וואָלטן אַוועקגעטראָגן מיט זיך איר גאַנצן וועזן.
מיר האָבן געאַרבעט דרײַ יאָר אין איין צימער, און דאָך האָב איך נישט געוווּסט וועגן איר מער ווי עטלעכע אומבאַטײַטיקע ביאָגראַפֿישע פּרטים, נאָר נישט ווייניק מענטשן פֿון אונדזער דור, צײַט און אָרט האָבן געטיילט ענלעכע פּרטים. עס איז נישט געווען גענוג דערינען, כּדי צו עפֿענען אַ שפּאַלט צו איר אינערלעכן „איך‟. זי האָט געהאַט אַ חבֿר, אַ שמייכלענדיקן מאַטעמאַטיקער, עלטער פֿון איר מיט אַ יאָרצענדליק, וואָס פֿלעגט זיך אַרײַנכאַפּן צו אונדז צו גאַסט. אַזוי אַרום בין איך געוואָרן אַ געצוווּנגענער צוהערער צו זייערע שמועסן און קליינע קריגערײַען — אַ מין דריטע זײַט אין אַן עדיפּוס־דרײַעק. ס’האָט פֿון אים נישט געשלאָגן קיין ריח און דאָך עס האָט פֿון אים געהויכט אַ געפֿיל פֿון אומרייניקייט, וואָס ווענדט זיך גאָר נישט אין וויפֿל צײַט דער מענטש פֿאַרברענגט אונטערן שטראָם פֿון וואַסער. עפּעס אין זײַן פֿיזישער אָנוועזנהייט האָט געוועקט אין מיר אַן עקל. ס’איז מיר אָנגעקומען שווער זיך פֿאָרצושטעלן ווי זיי פֿירן אין בעט דעם שטייגער פֿון ער-און-זי, אָן דעם וואָס אַ זויערקייט פֿון מאָגן זאָל נישט אַ שלאָג אַרויף טאָן אין מויל אַרײַן.
עס איז מיר דעמאָלט אײַנגעפֿאַלן, אַז דאָ האָב איך צו טאָן, אייגנטלעך, מיט אַ פֿרוידיאַנישן פֿאַרטיידיקונגס־מעכאַניזם — אין יענער צײַט האָב איך געשלונגען פֿרוידן ווי אַ פֿרומער חסיד און אָנגענומען זײַנע רייד פֿאַר תּורת־אמת, אָן דעם קלענסטן פֿינקעלע קריטיק — יענע פֿאַרטיידיקונג, וואָס הייסט, „רעאַקציע־פֿאָרמירונג‟. דאָס הייסט, ווי באַלד איך בין פֿאַרפּלאָנטערט אין אַ קלאַסישן עדיפּוס־קאָמפּלעקס, האָב איך מורא, אַז איר חבֿר, דער שמייכלענדיקער מאַטעמאַטיקער, אויף וועמען איך מאַך אַן אומבאַוווּסטזיניקע איבערטראָגונג פֿון אַ פֿאָטער־געשטאַלט, וועט מיך מסרס זײַן; און דערפֿאַר, אַנשטאָט צו לאָזן לויפֿן פֿרײַ די פּרימיטיווע תּאווה, פֿיל איך באַוווּסטזיניק נאָר אַ גרויל און אַן עקל; אַן עקל, וואָס שיצט מיך לויט פֿרוידס רעאַליטעט־פּרינציפּ.
נאָר ווען דפֿנה און איר חבֿר האָבן זיך צעשיידט — איין דאָרן פֿון דעם וועג צו איר איז באַזײַטיקט געוואָרן, — האָב איך געמאַכט דעם חשבון, אַז איך בין לחלוטין נישט מסוגל צו פֿילן צו איר קיין פֿיזישן באַגער. אפֿשר, איז עס געווען אויך אַ דאַנק דער ווירקונג פֿון דער 15־מיליגראַם פּאָרציע „ציפּראַלעקס‟, וואָס איך נעם אײַן שוין העכער דרײַ יאָר; די פּיל האָט אָפּגעשטילט, אין איינעם מיט די אַנגסטן, וואָס האָבן גענעסטיקט אין מיר, אויך מײַן אבֿר, וועלכער האָט זיך עקשנותדיק אָפּגעזאָגט צו ווערן האַרט, אָן קיין שײַכות מיט די אומשטענדן און מײַן ווילן, און איז געבליבן ס’רובֿ טעג ווייך ווי וואַטע.
גאָר זעלטן איז מיר אויסגעקומען צו פֿאַרפֿעלן אַ טאָג אין דער לאַבאָראַטאָריע. אויך בעת דער מלחמה מיט איראַן, ווען דער קאַמפּוס האָט זיך נאָר וואָס געעפֿנט, כּדי צו דערמעגלעכן צו פֿירן ווײַטער די וויסנשאַפֿטלעכע עקספּערימענטן, האָב איך זיך געשטעלט צום דינסט. ווי פֿרי איך זאָל זיך נישט געווען באַווײַזן אין דער לאַבאָראַטאָריע, איז פּראָפֿעסאָרין אירינע וויסאָצקי שוין געזעסן אין איר ביוראָ, פֿאַרן קאָמפּיוטער, נישט אָפּווענדנדיק דעם בליק פֿונעם עקראַן, בשעת אירע הענט זײַנען פֿיבערדיק געלאָפֿן איבער דער קלאַוויאַטור ווי בײַ אַ וועלט־באַרימטער פּיאַניסטקע.
אָפֿט פֿלעג איך, גייענדיק דורכן פּוסטן קאָרידאָר, דערהערן הינטער מײַן רוקן איר מעטאַלענעם „גוט־מאָרגן!‟. דעמאָלט פֿלעג איך מאַכן אַ פּאָר טריט צוריק, אַרײַנשטעקן דעם קאָפּ אין דעם שפּאַלט צווישן דער טיר און וואַנט, אַרויסקוועטשן פֿון זיך בגוואַלד אַ „גוט־מאָרגן‟, און גיך גיין ווײַטער; נאָך איידער זי וועט באַווײַזן אויסצופֿרעגן וואָס עס טוט זיך מיטן עקספּערימענט, פֿאַר וואָס די זאַכן שלעפּן זיך אַזוי לאַנג, דערמאָנען, אַז די קאָנפֿערענץ אין באָסטאָן רוקט זיך אָן און קיין שום כּוח אין דער וועלט איז נישט ביכולת זי אָפּלייגן און לאָזן וויסן, אַז זי האָט נישט די מינדסטע כּוונה צו ווערן לײַטס געלעכטער צוליב אונדזערע, דאָס הייסט, מײַנע אָדער דפֿנהס, אומבאַהאָלפֿנקייט און פֿוילע שטיק.
אַ מאָל פֿלעג איך זיצן אין דעם קליינטשיקן קיכעלע אַרײַנשיטן אַ אָנגעהויפֿט לעפֿעלע שוואַרצער קאַווע אין אַ קאַרטאָן־גלאָז און וואַרטן ביז דער אַלטמאָדישער עלעקטרישער סאַמאָוואַר מיטן פֿיאָלעטן לעמפּל זאָל אויפֿקאָכן דאָס וואַסער. כ׳האָב געטראַכט צו זיך, אַז פּראָפֿעסאָרין אירינע האָט זיך נאָך קיינמאָל נישט געווענדט צו מיר בײַם נאָמען, און זיך גאָר זעלטן מטריח געווען ניצן דאָס וואָרט „דו‟. יעדעס מאָל, ווען זי פֿלעגט רעדן צו מיר אָדער צו דפֿנהן, האָט זי בילכער גענוצט דעם מערצאָל „איר‟. פֿאַרשטייט זיך, אַז אַזאַ ווענדונג האָט ווייניק געהאַט צו טאָן מיטן אָפֿיציעלן, בכּבֿודיקן ווענד-לשון, ווי עס פֿירט זיך אין אייראָפּע, אָדער דעם דײַטשישן „זי‟. זי האָט, דאָך, גאָר נישט געחלומט צו פֿרעגן בנעימות: „ווען האָבן זיי בדעה צו פֿאַרענדיקן דאָס פֿאַרשרײַבן די רעזולטאַטן פֿונעם עקספּערימענט?‟ — זי האָט געליטן פֿון אַן אײַנגעוואָצלטער בלינדקייט צום יחיד. דער יחיד, ווי אַ וועזן פֿאַר זיך, האָט געשפּילט בײַ איר אַ נישטיקע ראָלע. דער עיקר איז געווען דער פֿאָרשריט פֿון וויסנשאַפֿט און אַזאַ פֿאָרשריט פֿאָדערט, פֿאַרשטייט זיך, קרבנות: סײַ מענטשן און סײַ חיהלעך. דאָס מוטשען זיך און לײַדן פֿונעם יחיד איז געווען בײַ איר אויף אַ מדרגה פֿון אַ נאַטור-געזעץ.
איך האָב ווויל געוווּסט, אַז פֿאַר איר בין איך נישט מער ווי אַ פֿיגור אויפֿן שאַך-ברעטל פֿון דער אָפּטייל-אַדמיניסטראַציע, אַ פּשוטער זעלנער, וואָס טוט אָפּ זײַנס. איך גלייב, אַז זי פֿלעגט זיך אַליין אויך באַטראַכטן מיט די זעלבע ברילן: דאָס לעבן פֿון פּרישות, דאָס נישט פֿאַרגינען זיך דעם קלענסטן פֿאַרגעניגן, זיך באַגיין מיט ווייניק זענען געווען דער בעסטער באַווײַז, אַז זי באַטראַכט זיך אַליין און אַנדערע ווי וויסנשאַפֿט-האָרעפּאַשניקעס, פֿאַרשוויצטע פּראָדוצירער פֿון וויסנשאַפֿטלעכער סחורה. אין תּוך איז די מעשׂה געווען אַ פּשוטע: ס’זענען דאָ פֿאַבריקן, וואָס פּראָדוצירן שרויפֿן, אַנדערע מאַכן בענקלעך אָדער לעמפּעלעך, און מיר, וויסנשאַפֿטלער, פּראָדוצירן אין דער לאַבאָראַטאָריע פֿון פּראָפֿעסאָרין אירינע וויסאָצקי, וויסנשאַפֿט.
ווען די סירענעס האָבן גענומען וואָיען אין מיטן העלן טאָג, פֿלעגן מיר אַלע — אַ חוץ דער פּראָפֿעסאָרין וויסאָצקי, וואָס איז געבליבן זיצן אַ פֿאַרגליווערטע אויף איר שטול, ווי צוגעשמידט מיט אומזעעוודיקע קייטן — לאָזן די פֿעדערן פֿאַלן, די שטשורעס אַרומלויפֿן אין די שטײַגן און אַרויסגיין פֿון דער לאַבאָראַטאָריע מיט אַ זיכערן, גוט־אויסגעפּראָבירטן שפּאַן אונטן איבער די טרעפּ צום מיקלט. יעדער האָט געפּרוּווט שפּאַנען מיט אַן אָנגעמאָסטן טאַקט. קיינער איז נישט געלאָפֿן, כאָטש פֿאַקטיש האָט דאָס זײַן אין מיקלט באַצײַטנס געהייסן צו ראַטעווען די אייגענע הויט. קיינער האָט נישט געמאַכט קיין תּקיעת-כּף מיט יענע איראַנער, וואָס ציליעווען די ראַקעטע, אַז עס גייט נישט טרעפֿן טאַקע אין אונדזער בנין. מע איז אַראָפּגעגאַנגען שטילערהייט איבער די טרעפּ און זיך צונויפֿגעקליבן אינעם מיקלט — אַ גרויסער, אונטערערדישער צימער, וווּ עס איז תּמיד געשטאַנען אַ בײַסיקער געשטאַנק פֿון שימל און שטויב. דאָס שטיין אין מיקלט איז געווען ווי אַ געצוווּנגענע באַטייליקונג אין אַ לאַנגווײַליקן קאָקטייל־אָוונט, בעת אַ וויסנשאַפֿטלעכער קאָנפֿערענץ, נאָר אָן די מאכלים, וואָס קאָנען דינען ווי אַ תּירוץ, כּדי זיך אַרויסדרייען פֿון די לאַפּעס פֿון אַ נישט-טויגעוודיקן מיטשמועסער: אַ בופֿעט פֿון „לאַקס‟, גוואַקאַמאָלע־סאַלאַט און נאַטשאָס.
נאָכדעם ווי ס’האָבן זיך דערהערט עטלעכע טעמפּע אויפֿרײַסן, אויף וועלכע מיר האָבן שוין געהאַט אונדזערע סימנים: דאָס אַראָפּשיסן פֿון אַן איראַנישער ראַקעט אָדער דאָס טרעפֿן פֿון אַ ראַקעט, — פֿלעגט זיך שאַפֿן אַ שטומע צושטימונג, אַז דאָס מאָל איז די סכּנה פֿאַרבײַ, און דער עולם האָט אָנגעהויבן מאַכן דעם וועג צוריק אַרויף צו די אייבערשטע שטאָקן, נישט אַרויסרעדנדיק קיין וואָרט.
נאָך אויף די טרעפּ האָבן די טעלעפֿאָנען גענומען ציטערן און צוויטשען אין קעשענע: דער „וואַטסאַפּ‟ — אויסשיטן אָנזאָג-טעקסטן פֿון קרובֿים און פֿרײַנד, וואָס האָבן געלאָזט וויסן, אַז זיי זענען אַרויס בשלום, געזונט און מיט גאַנצע אבֿרים, פֿאָטאָגראַפֿיעס פֿון בנינים, לעבן וועלכע איך פֿלעג אָפֿט פֿאַרבײַגיין, מיט אַ צעבראָכענעם, צעשטערטן פֿאַסאַד; קלייטן, וועלכע איך האָב גוט געקענט מיט צעקלאַפּטע וויטרינעס; אַ זײַל רויך, וואָס האָט זיך געהויבן זיך פֿון ערגעץ ווײַט. אין דער מעדיאַ פֿלעגט מען פּטרן יעדע אַטאַק מיט געציילטע ווערטער און אָן לאַנגע שהויות איבערגעגעבן דאָס צו געוויסע מיליטערישע מומחים, וואָס האָבן ווײַטער געגראַגערט זייערס.
נאָכן אומקערן זיך אין דער לאַבאָראַטאָריע, פֿלעגט זיך פּלוצעם באַווײַזן פּראָפֿעסאָרין אירינע בײַ דער טיר, ווי זי וואָלט אָקאָרשט אַריבערגעקומען פֿון אַ פּאַראַלעלער וועלט, וווּ ס’זענען נישטאָ קיין סירענעס אָדער ראַקעטן, וווּ קיינער ווערט נישט געפּלאָגט מיט דאגות פֿאַר פֿרײַנד און משפּחה, און וווּ מע זעט נישט ווי די אייגענע שטאָט גיין צו ביסלעך אונטער. זי פֿלעגט געבן אַ פֿרעג וועגן תּכליתדיקע, טרוקענע פּרטים אינעם עקספּערימענט, עפּעס אָנווײַזן, אָננעמען אַ קורצן ענטפֿער אויפֿן זעלבן זאַכלעכן טאָן, און גלײַך אויסדרייען צו אונדז דעם רוקן און פֿאַרשווינדן ווערן צוריק אינעם פּוסטן קאָרידאָר.
איך און דפֿנה האָבן זיך נישט איבערגענומען פֿון אירינעס פּלוצעמדיקע אָנפֿאַלן. דאָס איז געווען אַ נאַטירלעכע דערשײַנונג ווי די היצן פֿון חודש אויגוסט און גיס-רעגנס סוף דעצעמבער. דאָס קלאַפּן פֿון אונדזערע פֿינגער איבער די קנעפּלעך פֿון דער קלאַוויאַטור האָט זיך נישט אָפּגעשטעלט, די אויגן זענען ווײַטער געווען צוגעקאָוועט צו די עקראַנען. אין אַ געוויסע צײַט האָב איך אָנגעהויבן פֿאַנטאַזירן וועגן אַ קנעכט־אויפֿשטאַנד אין די לאַבאָראַטאָריע ווי די מרידה פֿון ספּאַרטאַקוס און די גלאַדיאַטאָרן אין רוים אָדער נאַט טורנערס בלוטיקער אָנפֿאַל אויף די ווײַסע פּלאַנטאַציע־אייגנטימער אין ווירדזשיניע, נאָר די פֿאַנטאַזיעס זײַנען געבליבן בלויז פֿאַנטאַזיעס. איך וואָלט געקאָנט עפֿענען די שטײַגן פֿון די שטשורעס, אָבער וואָס וואָלט אַרויסגעקומען דערפֿון? פּראָפֿעסאָרין אירינע וויסאָצקי איז דאָך נישט געווען קיין פּלאַנטאַציע־אייגענטימערין פֿון ווירדזשיניע, און איך האָב נישט געגלייבט אין קיין הימלישע זעונגען און קולות וואָס זאָגן פֿאָרויס, אַז דער יום־הדין רוקט זיך שוין אָן.
למעשׂה איז מיר נישט געווען קלאָר, וואָס אייגענטלעך מאַכט מיך פֿאַר אַ קנעכט און ווער איז דער, וואָס פּלאָגט מיך. מיר אַלע, אַרײַנגערעכנט אירינע וויסאָצקי, זענען פֿאַרשפּאַרט אין אונדזער אייגענעם לעבן. כאָטש איר פֿאַרשלאָסנקייט, האָב איך פֿאָרט געוווּסט, אַז זי איז אַ חתונה-געהאַטע און האָט צוויי טעכטער. איך האָב נישט געקאָנט זיך פֿאָרשטעלן, ווי אירינע וויסאָצקי איז פֿעיִק אַרויסווײַזן ליבע: עס איז זייער מעגלעך, אַז דאָס שלאָפֿן מיטן מאַן — פּראָדוצירן אַ נײַעם דור און אויפֿציִען די טעכטער, נעמען קינדער און מאַכן פֿון זיי דערוואַקסענע — זענען געווען פֿאַר איר נישט מער ווי אַן אויפֿגאַבן, וואָס זי מוז אויספֿירן, נאָך אַ שטאַפּל אינעם לעבן פֿון אַ מענטשן, און ווײַטער גאָרנישט.
אירינע וויסאָצקי האָט פֿאָרגעשטעלט מיט זיך דעם בעסטן בײַשפּיל פֿאַר דעם דורכפֿאַל צו לייזן דעם עלעקטראָ־קאָמפּלעקס און פּטור ווערן פֿון דער פּעניס־אײפֿערזוכט: פֿון איין זײַט, האָט זיך איר דאָס גאַנצע „איך‟ איבערגעגעבן צו אַ פֿאַרגליווערטער, זינלאָזער פֿאַלוס-מלחמה, אויסגעקנאָטן פֿון הוילע אַמביציע צו פֿאַרמאָגן, דערגרייכן און אײַננעמען. אַלץ געפֿירט לויטן אַגרעסיווסטן מענערישן שטייגער, און פֿון דער צווייטער זײַט, איז איר ווײַבערלעכער לוסט לחלוטין אויסגעטריקנט געוואָרן און איר ליבידאָ איז איצט געצילט געווען אויף וויסנשאַפֿטלעכע פֿאָרשריטן.
נאָר אַז איך האָב באַטראַכט וועגן דעם ענין אַנדערש, איז מיר אײַנגעפֿאַלן, אַז עס איז זייער שווער נאָכצוגיין די שפּורן פֿון פֿרוידס ליבידאָ בײַ דער דאָזיקער אײַנגעצוימטער פֿרוי. איך האָב גיכער געזען בײַ איר דאָס צעברעקלען זיך פֿונעם ליבידאָ. אַנשטאָט אַ מעכטיקן ליבידאָ, וואָס ווערט אין גאַנצן געווענדט צו וויסנשאַפֿטלכער טעטיקייט, האָב איך זיך אויסגעמאָלט איר „איבער-איך‟ ווי אַ פֿאַרביסענער, קאַלטבלוטיקער פּײַניקער, אַ קליינער פּאָליטרוק, וואָס מאַכט קיינמאָל נישט צו קיין אויג און דיקטירט איר יעדן טריט און שריט. איך האָב באַנומען, אַז זי האָט קיינמאָל נישט פֿאַרזוכט דעם טעם פֿון אַ לויטער גליק; זי איז פֿאַרזונקען אין אַ שטילן אומגליק און אומבאַוווּסטזיניק צווינגט זי אַלעמען אַרום זיך צו טיילן מיט איר דעם שווערן בראָך.
המשך קומט