אַ בינטל אויפֿריכטיקע געדאַנקען
מרדכי יושקאָווסקי
מיר לעבן אין זייער אַ שטורמישער צײַט. אין דעם האַסטיקן טעמפּאָ פֿון לעבן ווערט מען פֿאַרקלונגען פֿון אַלע זײַטן פֿון דעם טאָג־טעגלעכן אַלוועלטלעכן רעש. אויב ס’איז ניט גענוג געווען אַ שלל מיט נאַטירלעכע קלאַנגען, האָט די מאָדערנע טעכנאָלאָגיע צוגעגעבן צו אָט דעם „אָרקעסטער‟ אויך אַ ים מיט אַלערליי עלעקטראָנישע קלאַנגען. און אויף אַזאַ אופֿן ווערט מען אינגאַנצן פֿאַרטויבט און פֿאַרשטומט.
אין אונדזער כּסדרדיקן לויפֿן און נאָכיאָגן זיך נאָך דער איצטיקייט און אין דער מורא אָפּצושטיין פֿון דער מאָרגנדיקייט פֿאַרגעסן מיר אָפֿטמאָל זיך אומצוקערן צום נעכטן, זיך שטעלן פּאַסיקע שאלות און זיך ווענדן צו אונדזערע וואָרצלען.
איז אפֿשר געקומען די ריכטיקע צײַט, מע זאָל זיך אָפּשטעלן פֿונעם שטענדיקן געיעג, און אין דעם אַלוועלטלעכן טומל, פּרוּוון צו דערהערן יענע באַהאַלטענע קולות, וואָס זײַנען נייטיק פֿאַר יעדן מענטשן, וואָס ווענדן זיך צו יעדנס נשמה — דעם קול פֿון דער נאַטור, וואָס רינגלט אונדז אַרום און רופֿט צו אונדז כּסדר, דעם קול פֿונעם זכּרון, וואָס דערמאָנט אונדז ווער זײַנען מיר, פֿון וואַנען שטאַמען מיר, און וואָס האָבן מיר געירשנט פֿון די פֿאָריקע דורות, און דעם קול פֿונעם געוויסן, וואָס שטעלט אונדז אַרײַן אין שטרענגע מאָראַלישע ראַמען, וואָס פֿירט אָן מיט אונדזערע טאַטן און וואָס לאָזט אונדז ניט פֿאַרגעסן דעם אַלטן ייִדישן זאָג — „עס פּאַסט ניט!‟…
דאָס דאָזיקע בינטל פֿון דרײַ קורצע פֿאַרצייכענונגען קומט אויפֿצוּוועקן אָט די דרײַ פֿאַרבאָרגענע קולות פֿון זייער דרימל…
דאָס געזאַנג פֿון די שומרון-בערג
האָט איר געזען, ווי עס קושן זיך די בערג פֿון שומרון? גלייבט, קיין שענערס איז אין דער וועלט ניטאָ. אָט דאָרט, אויפֿן האָריזאָנט, שטייען זיי רויִק און גרויסאַרטיק, איבערשווימענדיק איינער אינעם אַנדערן, ווי עס וואָלט אַן אומגעאײַערער כּוח פֿון ליבע זיי געטריבן אַרײַנדרינגען איינער אינעם צווייטן, ווערן איין גאַנצקייט.
זיי זייַנען ניט אַזוי הויך ווי הימאַלײַען אָדער אַנדן, אָבער וואָס פֿאַראַ הייך!!! העכער פֿון אַלע איבעריקע בערג אויף דער וועלט. אָט זעט מען דײַטלעך, ווי זיי הייבן זיך אויף אין די הימלשע הייכן, דערלאַנגען די זון אַליין, און זי, די צאַרטע זון פֿון אַפּריל, לאַשטשעט און קעמט צו זייערע ראַשיקע קרוינען, רייצט אויף מיט אירע געטלעכע גאָלדענע שטראַלן זייער געמיט, ווי זי וואָלט געוואָלט זיי אויפֿוועקן פֿונעם טויזנטיעריקן שלאָף.
וועלכע וווּנדערלעכע און צערטלעכע היטערס איז זיי באַשערט זיי צו האָבן! דער האַסטיקער ווינט פֿונעם ים קומט אומיסטן אַהער, אויף די בערג פֿון שומרון, כּדי צו שפּילן אַ זינגעוודיקע, קוים הערנדיקע מעלאָדיע אויף זייערע אומצאָליקע גרינע גראָז-קלאַווישן, און וואָס פֿאַראַ פּראַכט עס איז, ווען לויטן באַפֿעל פֿונעם דיריגענטן-שטעקעלע פֿונעם ווינט, ווערט יעדעס גרעזעלע פֿונעם אויסערגעוויינטלעך שיינעם טעפּיך אָנגעבויגן, און דערנאָך — אויסגעגלײַכט, טראָגנדיק אָט די שיכּורנדיקע נגינה ביז צו דעם סאַמע ירדן, און צוריק. דאָס אויער קאָן פּלאַצן און דאָס האַרץ קאָן אַרויסשפּרינגען פֿונעם גוואַלדיקן כּוח פֿון אירע פֿאַרכּישופֿטע קלאַנגען.
עס דאַכט זיך, אַז די דאָזיקע געבענטשטע סימפֿאָניע צווינגט די פֿאַרצײַטיקע גרויע שטיינער, וואָס באַדעקן געדיכט דעם שומרון, צו טאַנצן אַ מין אייביקן טאַנץ. פֿון וואַנען זײַנען זיי דאָ אַזוי פֿיל? ווער ווייסט? אפֿשר אין דער אַלטצײַט האָט אַ מין שטיינערנער מבול זיי בשפֿע אָנגעשאָטן דאָ, און פֿון דעמאָלט אָן פֿירן זיי זייער שטיינערנעם קאָראָהאָד? און אפֿשר איז אין זיי פֿאַרשטיינערט געוואָרן עפּעס סודותדיקס, אַזעלכעס, וואָס דער מענטשלעכער שׂכל קאָן ניט באַגרײַפֿן? און דעריבער האָבן די שטיינער אַזאַ מאָדנע פֿאָרעם און זעען אויס אַזוי רופֿנדיק, און אפֿשר דעריבער לאָזט דער טאַנץ זייערער אַזוי פֿאַרכאַפּן דעם אָטעם? אפֿשר זײַנען מיר גערופֿן זיך אײַנשליסן אין אָט דעם טאַנץ און אַנטדעקן די שטיינערנע סודות?
און די טעראַסעס מיט טויזנטער איילבירט-ביימער, וואָס פֿאַרגאַרטלען גאַנץ שומרון! אָט די ביימער, וואָס לעבן אַ סך הונדערטער יאָרן, וואָס זייערע וואָרצלען דרינגען אַרײַן טיף-טיף אין אָט דער האַרטער ערד און באַקומען אויסטערלישע פֿאָרמען פֿון קונסט-ווערק, שטייען דאָ ווי שטומע עדות פֿון די פֿאַרגאַנגענע תּקופֿות. זיי האָבן דאָך געזען דאָ אַזוי פֿיל אַרמייען, וואַנדערער, שליחים, צעשטערער, אָבער אויך בויער, לאַנדווירטן, און אויף זייער שטום לשון רופֿן זיי זיך איבער און דערציילן אונדז די דורות-לאַנגע עפּאָפּיי פֿון אָט דער גאָט-געבענטשטער ערד, וועלכע איז געלעגן שטײַף און אומעטיק אין איר צוויי-טויזנטיעריקן שלאָף, און אָט האָט זי ווידער אויפֿגעלעבט, פֿרוכפּערט ווידער און זינגט ווידער איר געטלעכע נגינה.
ווער ווייסט. ווער ווייסט, וועלכע סודות זײַנען באַהאַלטן אין אָט די בערג? ווער קאָן אײַך בכלל פֿאַרשטיין, אייביקע בערג פֿון שומרון, פֿאַרחלומטע בערג פֿון בענקשאַפֿט און ליבע…
עפּּעס פֿעלט אונדז…
אין 1989 בין איך עולה געווען קיין ישׂראל, און ביז הײַנט בלײַבט פֿאַר מיר איין סוד ניט אַנטפּלעקט. דאַן, אין מײַנע ערשטע טעג אינעם לאַנד, ווען איך האָב צום ערשטן מאָל געעפֿנט די טעלעוויזיע און די ראַדיאָ, האָט זיך אויף מיר אַ גאָס געטאָן אַ מעכטיקער שטראָם פֿון שלעכטע נײַעס און נעגאַטיווער אינפֿאָרמאַציע…
איך פֿלעג זיך אָנהערן מיט דער ישׂראלדיקער ראַדיאָ, זיך אָנקוקן מיט דער טעלעוויזיע און צו ביסלעך בין איך אײַנגעזונקען געוואָרן אין אַ ים סקאַנדאַלן, פּליאָטקעס, אַרעסטן, קריזיסן, קאָנפֿליקטן, גוואַלדטאַטן, אַפֿערעס, בקיצור, מיט כּוח אַרייַנגעשלעפּט געוואָרן אין אַ מין דעפּרעסיווער גרוב אָן אַ דנאָ. אין דער ערשטער צײַט האָב איך נאָך נאַיִוו געוואַרט: באַלד וועלן מוזן קומען אויך גוטע נײַעס, אָבער זיך ניט דערוואַרט…
באַקומענדיק אין דער פֿולער מאָס די טעלע-ראַדיאָ-פּאָרציע מיט שלעכטס, פֿלעג איך אַרויסקוקן אין פֿענצטער, אַרויסגיין אין די גאַסן, זיך באַקענען מיט מענטשן, שפּאַצירן איבערן לאַנד, און דערבייַ דערזען אינגאַנצן אַן אַנדער בילד: מענטשן לעבן שיין, זײַנען בטבֿע אָפּטימיסטיש, אַפֿילו ניט געקוקט אויף אַלע שוועריקייטן. די שטעט ווערן געבויט אין אַ גוואַלדיקן טעמפּאָ, די דערפֿער און פֿעלדער בליִען, די וויסנשאַפֿט ווערט אַנטוויקלט און דערגרייכט וועלט-רעקאָרדן. אַ שלל מיט גוטע זאַכן קומען יעדן טאָג פֿאָר אין ישׂראל.
אָבער אין די אָוונטן פֿלעג איך ווידער אײַנשליסן די טעלעוויזיע, און ס’איז מיר ווידער פֿינצטער געוואָרן אין די אויגן…
בפֿרט נאָך, אַז איך בין געקומען פֿון אַ לאַנד, וווּּ דער אינפֿאָרמאַטיווער מצבֿ איז געווען פּונקט פֿאַרקערט. אין סאָוועטן-פֿאַרבאַנד פֿלעגן די ראַדיאָ, די צײַטונגען און די טעלעוויזיע גראַגערן אָן אַן אויפֿהער וועגן די גרויסע דערגרייכונגען פֿונעם לאַנד, און דאָס פֿאָלק פֿלעג נעבעך אויסגעמוטשעט ווערן אין די לאַנגע רייען אויף צו קויפֿן דאָס סאַמע נייטיקע, מענטשן פֿלעגן טאָג־טעגלעך אויסשטיין אַ שווערן קאַמף פֿאַרן קיום אין די גרויזאַמע באַדינגונגען פֿונעם סאָוועטישן רעזשים.
אָבער עס האָט זיך אויסגעלאָזט, אַז סײַ דאָרט, סײַ דאָ האָבן די מעדיאַ און דאָס לאַנד געלעבט אין צוויי פּאַראַלעלע וועלטן. די אינפֿאָרמאַציע-מיטלען האָבן געשאַפֿן אַן אַנדער ווירקלעכקייט, וואָס האָט ווייניק-וואָס געהאַט צו טאָן מיטן אמתן לעבן פֿון די בירגער.
אָט די צעצווייטקייט שפּיר איך אין ישׂראל שוין 37 יאָר, און קיין סוף איז ניטאָ. וואָס ווײַטער — אַלץ ערגער. הײַנט איז ישׂראל אינגאַנצן אַן אַנדער לאַנד אין פֿאַרגלײַך מיט יענעם לאַנד, וועלכעס איך האָב דערקענט אין 1989. דער לעבנס-ניוואָ איז געשטיגן פֿילמאָליק, די דערגרייכונגען האָבן אַ שם אין דער גאָרער וועלט, וועגן וויסנשאַפֿט און טעכנאָלאָגיע איז שוין אָפּגערעדט. כ’קום אין אַ פּלאַץ, וווּ כ’בין ניט געווען אַ פּאָר יאָר און דערקען עס ניט. עס ווערן מאַסנווײַז אויפֿגעבויט מאָדערנע שיינע וווין-קוואַרטאַלן און אינדוסטריעלע געביטן מיט אַזאַ גיכקייט, אַז, ווי פֿלעג שלום-עליכם זאָגן: „אַ קוריערסקע באַן וועט עס ניט דעריאָגן‟… לויט דעם אינטערנאַציאָנאַלן גליק-אינדעקס פֿאַרנעמט ישׂראל דאָס בכּבֿודיקע אַכטע אָרט צווישן אַרום 200 לענדער. הײַ-יאָר האָט ישׂראל דעראָבערט דאָס 15טע פּלאַץ אין דער וועלט לויט דער נאַציאָנאַלער ברוטאָ-פּראָדוקציע פּער נפֿש, און דאָס אַלץ ניט געקוקט אויף דער דויערנדיקער מלחמה און ערנסטע זיכערהייטס-פּראָבלעמען.
אָבער עפֿנט די אָרטיקע מאַסן-מעדיאַ, וועט איר זיך דערוויסן, אַז קיין ערגער לאַנד איז ניטאָ, און אַז יעדער איינער לײַדט דאָ פֿון אין דער פֿרי ביז בײַ נאַכט, און אַז יעדער חלומט נאָר צו אַנטלויפֿן פֿון דאַנען, און אַז מענטשן ווערן דאָ געפּלאָגט זייער גאַנץ לעבן, אַז אַנדערע לעבן דאָ אויף אײַער חשבון, און אַזוי ווײַטער. אַמאָל בלעטער איך אַ צײַטונג אָדער לויף אַדורך מיט די אויגן די אינטערנעץ-סײַטן און טראַכט מיר: נו, עס מוז דאָך זײַן כאָטש איין גוטע נײַעס, כאָטש פֿון יוצא וועגן… אָבער, לײַדער, כ’געפֿין עס ניט…
דעם אמתן שיעור אין ישׂראלדיקער מעדיאָ האָב איך באַקומען מיט אַ יאָר צוואַנציק צוריק, ווען כ’האָב אײַנגעלאַדן אַ זשורנאַליסט פֿון איינעם פֿון די טעלעוויזיע-קאַנאַלן צו באַזוכן אַ גרויסן ייִדיש-פֿעסטיוואַל, וואָס איז דעמאָלט פֿאָרגעקומען אויף ים־המלח, און מאַכן אַ רעפּאָרטאַזש וועגן דעם ייִדיש-אויפֿלעב אין ישׂראל. דער ענטפֿער, וועלכן איך האָב באַקומען, האָט מיך אַרײַנגעבראַכט אין אַזאַ שאָק, אַז זינט דאַן האָב איך אויפֿגעהערט אָנצוקניפּן וועלכע-ניט-איז קאָנטאַקטן מיט די מאַסן-אינפֿאָרמאַציע-מיטלען. זײַן ענטפֿער איז געווען:
— דער ייִדיש-אויפֿלעב איז ניט אינטערעסאַנט. אויב איר וועט מיר צושיקן אַ ידיעה, אַז אויפֿן ייִדיש-פֿעסטיוואַל איז עמעצער פֿאַרגוואַלדיקט געוואָרן, דעמאָלט וועל ניט נאָר איך קומען צו לויפֿן, נאָר אויך די מערהייט דער מעדיאַ אינעם לאַנד…
די דאָזיקע באַוווּסטזײַן-אינזשענעריע פֿון די מאַסן-אינפֿאָרמאַציע-מיטלען האָט, לײַדער, צו שטאַרק געווירקט אויף דער ישׂראלדיקער געזעלשאַפֿט, צעטומלט שוין עטלעכע דורות און זיי אינגאַנצן מבֿולבל געמאַכט, אָפּגעווישט די בולטע געזונטע גרענעץ צווישן גוטס און שלעכטס, צווישן רעכט און אומרעכט, פֿאַרקריפּלט די מאָראַלישע נאָרמעס און האָט צונישט געמאַכט דעם אַלטן ייִדישן זאָג, וועלכער האָט אַמאָל געהאַט אַ גוואַלדיקן כּוח: „עס פּאַסט ניט…‟ — אָט דער זאָג איז דאָך געווען מער ווי סתּם אַ פּאָר ווערטער. דאָס איז געווען בײַ ייִדן די אינעווייניקסטע גרענעץ פֿון בושה, און זי איז, לײַדער, נעלם געוואָרן פֿון אונדזער לעבן.
אָט לייען איך, אַז אַ פּראָפֿעסאָר, וואָס האָט געבויט אַ וווּנדערלעכע קאַריערע אין אַ ישׂראלדיקן אוניווערסיטעט, קריגט פֿון דעם אוניווערסיטעט גאָר אַ פֿעטן געהאַלט און באַדינגונגען אויף נאָר מקנא צו זײַן, דערלויבט זיך צו פֿאַרעפֿנטלעכן אין אַ לאָס-אַנזשעלעסער צײַטונג אַ רוף — ניט מער און מיט ווייניקער — צו פּראָקלאַמירן אַ באָיקאָט קעגן ישׂראל… ער האָט אַפֿילו אונטערגעזאָגט, וועלכע דראַסטישע מיטלען זאָל מען אָננעמען, כּדי צו פּאַראַליזירן זײַן אייגן לאַנד. פֿאַר וואָס? ווײַל ער, דער גרויסער „דעמאָקראַט און פֿרײַהייטס-דענקער‟ איז ניט מסכּים מיט דער דעמאָקראַטיש אויסגעוויילטער ישׂראל-רעגירונג. און אָט דער קלוגער, הויך-געבילדעטער מענטש הייבט ניט אָן צו פֿילן אַפֿילו דאָס, וואָס אַַמאָל פֿלעגט יעדער בעל-עגלה אין שטעטל פֿילן און וויסן, אַז… — ס’פּאַסט ניט!
אַ יונגער און באַגאַבטער ישׂראלדיקער רעזשיסאָר האָט געמאַכט אַ פֿילם, אויסניצנדיק פֿאַר דעם אַ גאָר ניט קיין קליינע סובסידיע פֿונעם ישׂראלידיקן קולטור-מיניסטעריום, און פֿאָרגעשטעלט זײַן פֿילם אויף אַ ריי קינאָ-פֿעסטיוואַלן אין אייראָפּע. דער פֿילם באַשמוצט מיט אַ שלל שקרים אונדזער אַרמיי, וואָס היט אָפּ טאָג און נאַכט דעם דאָזיקן „קינסטלער‟ און זײַנס גלײַכן. אָט די נבזהדיקע קינאָ-פּראָדוקציע שאַפֿט אַ ליגנעריש בילד, וואָס דינט דער גיפֿטיקער פּראָפּאַגאַנדע פֿון די ערגסטע שׂונאים פֿון זײַן אייגן לאַנד, זײַן היימלאַנד. און בײַ אָט דעם-אָ יונגן אויפֿגעקלערטן רעזשיסאָר צאַפּלט ניט אינעם האַרצן קיין מינדסטער ספֿק, אַז אפֿשר האָט ער איבערגעטריבן, און אפֿשר… ס’פּאַסט ניט. דער עיקר, אַז ער איז געבליבן זייער שטאָלץ דערמיט, אַז ער האָט געקראָגן אַ פּרײַז אויפֿן פֿעסטיוואַל און העכסטע שבֿחים פֿון די דאָרטיקע אַנטיסעמיטן און שׂונאי־ישׂראל…
אַז מע הערט כּמעט טאָג־טעגלעך וועגן אַזעלכע פֿאַלן, קומען אין קאָפּ טרויעריקע געדאַנקען: מיר זײַנען דאָך ווי-ניט-איז אַן „עם סגולה‟, עם נבֿחר (דאָס אויסדערוויילטע פֿאָלק), אַ קלוג פֿאָלק, אַ פֿעיִק פֿאָלק, אָבער עס ווײַזט זיך אַרויס, אַז עפּעס איז מיט אונדז ניט כּשורה. ווי זאָגט אַן אַלט ײִדיש שפּריכוואָרט: „ס’זאָל אונדז אַזוי פֿיל צוקומען, וויפֿל ס’פֿעלט אונדז‟…
שרײַענדיקע שטיינער
דער ייִדישער זכּרון איז אַנדערש. אַנדערע פֿעלקער לעבן אין זייערע שטעט און דערפֿער, דאָרט, וווּ זייערע עלטערן און אורעלטערן האָבן געלעבט, אָטעמען די זעלבע לופֿט, רעדן אויף דער זעלבער שפּראַך, גייען אַרום אין די גאַסן, וואָס טראָגן די נעמען פֿון זייערע מנהיגים, קינסטלער, שרײַבער, געלערנטע.
אין קעגנזאַץ צו זיי קומען מיר הײַנט אין די פּלעצער, וווּ אונדזערע אורעלטערן האָבן געלעבט אין משך פֿון הונדערטער יאָרן, און געפֿינען שטיינער… בית-עולמס, חרובֿע שילן, צומאָל האַלב-חרובֿע הײַזער. דאָ און דאָרט געפֿינט מען אַ מעמאָריעל־טאָוול, וואָס דערמאָנט, אַז דאָ האָט געלעבט אַ פֿאָלק, וואָס האָט זיך סײַ געפֿרייט, סײַ פֿאַרגאָסן טרערן, סײַ געליטן, סײַ געבליט, געהאָרעוועט און געשאַפֿן. און עס טרעפֿט, אַז אַפֿילו קיין זכר געפֿינט מען ניט פֿון דער דראַמאַטישער ייִדישער פֿאַרגאַנגענהייט. אָבער אומעטום, אַזוי ווי בלוטיקע וווּנדן אויפֿן לײַב פֿון דער ערד, זײַנען צעוואָרפֿן מאַסן-קבֿרים, אַ טייל געפֿלעגטע, אַ טייל פֿאַרוואָרפֿענע, עס ווענדט זיך וווּ. און דאָ פֿאַרשטייט מען דײַטלעך, אַז דער ייִדישער זכּרון איז אַנדערש. מע פֿילט בולט, אַז דאָרט, אין די געוועזענע ייִדישע שטעטלעך, האָט די דורותדיקע קייט פֿונעם ייִדישן קיום זיך איבערגעריסן, ריכטיקער צו זאָגן, אַכזוריותדיק איבערגעהאַקט געוואָרן, און עס זײַנען געבליבן שטיינער… דאַכט זיך טויטע שטיינער, ווי אַלע טויטע, אָבער — ניין. וויפֿל קאָנען אָט די שטיינער דערציילן! מע דאַרף נאָר קאָנען זיי דערהערן. עס דאַכט זיך, אַז דער ייִדישער זכּרן רעדט אַרויס פֿון די דאָזיקע שטיינער, ער לעבט אין זיי.
וויפֿל טויזנטער אַזעלכע רעדנדיקע שטיינער זײַנען צעוואָרפֿן אויפֿן ריזיקן שטח פֿון די ברעגעס פֿון דעם באַלטישן ים ביזן שוואַרצן ים? און זיי רעדן צו אונדזערע הערצער אויף ייִדיש, אויף דער זעלבער שפּראַך, אויף וועלכער עס האָבן גערעדט דורות ייִדן, וואָס האָבן געלעבט דאָרט, און וועלכע זיי האָבן געטראָגן אויף די ליפּן, גייענדיק אַוועק אין דער אייביקייט.
אָבער מע קאָן דאָ שפּירן אַ דײַטלעכן נס! מע עפֿנט די ייִדישע ליטעראַטור, מע אָטעמט אַרײַן דעם דופֿט פֿון אַלטע ייִדישע ביכער, און… פּלוצעם… תּחית־המתים! אָט די טויטע שטיינער לעבן אויף און דערציילן אונדז אומצאָליקע געשיכטעס, פֿון וועלכע זיי זײַנען געווען לעבעדיקע עדות.
אַ-נו פֿאָרט נאָר אַרײַן קיין בערדיטשעוו, אין די סאַמע „פּיסקעס‟, שטעלט זיך אַוועק ערגעץ צווישן דעם מאַרק און דעם ברעג פֿונעם באַרימטן טײַך גנילאָפּיאַט, עפֿנט שלום־עליכמס דערציילונגען פֿונעם באַנד „נײַ קתריאלעווקע‟, אָדער מענדעלעס „די טאַקסע‟, אָדער דעם נסתּרס „די משפּחה משבר‟, שליסט אײַן אײַער דימיון, און איר וועט זיך גלײַך אַריבערטראָגן אין אַנדערע צײַטן. איר וועט זיך גלײַך דערשפּירן אין מיטן פֿונעם קאָכעדיקן ייִדישן המון, דערהערן די גאָרגלדיקע ייִדישע קלאַנגען, דערפֿילן דעם זויער-זיסן טעם פֿונעם לעבן פֿון אונדזערע זיידעס און באָבעס.
„ייִדן — אַרענדאַרעס, קליינשטעטלדיקע הענדלער — זומער אין זומער-מאַנטלען מיט קאַפּיושאָנעס, ווינטער — אין בורקעס, פּעלצן מיט שטאַרק אָפּגעלייגטע קעלנער — קומען פֿון די אַנדרושיווקעס, ראַדעדעקס, יאַמפּעלער, פֿון ווײַטן זוויל און קאָרעץ און אויך פֿון דער ווײַטער פּאָלעסיע, — אַהער נאָך סחורה פֿאַר מזומן, אויף קרעדיט, אייניקע מיטן מיין ערלעך, אָרנטלעך זיך אויסצוהאַנדלען, אַנדערע — מיט אַנדערע מיינען: נעמען און ‘זיך שטעלן’, דערנאָך ‘ענדיקן’ אויף געוויסע פּראָצענטן… מע קומט מיט ליידיקע פֿורן און מע פֿאָרט אָפּ מיט פֿולע, געפּאַקטע און געשנורעוועטע מיט טראַנטעס, זעק, ברעזענטן. פֿאַרנאַכט פֿאָרט מען אַוועק, אינדערפֿרי באַווײַזן זיך נײַע‟ (דער נסתּר, „די משפּחה
משבר‟).
אָט זעט איר, ווי ייִדישע ביכער אָטעמען אַרײַן לעבן אין די דאָזיקע פֿאַריתומטע שטיינער, און פּלוצעם זעט איר די פֿאַרבן, פֿאַרזוכט די טעמים און הערט די קלאַנגען פֿון אַן אַנדער וועלט, פֿון אַנדערע צײַטן.
אָדער פֿאָרט אַרײַן קיין קאַמענעץ מיטן יחזקאל קאָטיקס „מײַנע זכרונות‟, און מאַכט אַ שפּאַציר איבערן שטעטל. אָט האָט איר דעם באַקאַנטן ציגלנעם טורעם, וועגן וועלכן קאָטיק האָט אויספֿירלעך דערציילט. און אָט איז דער מאַרק-פּלאַץ. קאָטיק וועט אײַך דערקלערן גאַנץ פּרטימדיק — ווער, וואָס און ווען האָט פֿאַרקויפֿט אינעם מאַרק, און אָט איז די קאַמענעצער שיל, וועלכע ער האָט באַשריבן אין אַלע פֿאַרבן. בײַם ברעג טײַך איז אַפֿילן דער בנין פֿון מיקווה פֿאַרבליבן, אַזאַ לאַנגע גרויע געבײַדע, צעטיילט הײַנט אויף עטלעכע קליינע דירהלעך.
און אָט איז די שטיינערנע געבײַדע פֿונעם בית-מדרש. עפֿנט קאָטיקס בוך זכרונות און הערט זיך צו: „אין דעם דאָזיקן בית-מדרש האָט מען שוין געשמועסט פֿון פּאָליטיק, און נאָכן דאַוונען האָבן אַ טייל געלערנט גמרא, אַ טייל האָבן געלערנט משניות. פֿאַר אַ באַזונדער טיש האָבן ייִדן צוגעהערט, ווי איינער האָט פֿאַר זיי געלערנט ׳עין יעקבֿ׳. די איבעריקע האָבן גערעדט פֿון שטאָט-זאַכן, פֿון צדיקים און גאונים. ׳פּאָליטיקער׳ איז געווען גאָר אַ באַזונדער קופּקע ייִדן, וואָס פֿלעגן אַלע טאָג, אויבנאָן בײַם טיש, פֿאַרן און נאָכן דאַוונען דערציילן פֿון מלחמות און פֿון שלומס, און פֿון וועלט-נײַעס און פֿון פּאָליטיק. די דאָזיקע ׳פּאָליטיקערס׳ פֿלעגן פֿאָרן צוויי מאָל אַ וואָך קיין בריסק געשעפֿטלעך, האָט מען שוין פֿון דאָרטן געשעפּט גאָר די נײַעס‟.
מע שטייט הײַנט פֿאַר אָט דעם געוועזענעם בית-מדרש, איבערלייענענדיק אָט די פּאָר שורות, און מחשבֿות קריכן אין קאָפּ: „אַ וווּנדער איבער וווּנדער, עס זײַנען אויך דעמאָלט געווען פֿאַרשיידענע סאָרטן ייִדן, מער פֿרומע, ווייניקער פֿרומע, לערנערס, געשעפֿטס־לײַט, „פּאָליטיקער‟, אָבער אַלע פֿלעגן זיך אַרײַנכאַפּן אין בית-מדרש אויף דאַוונען, אַלע האָבן געפֿונען דאָרט זייער פּלאַץ, זיך ניט געריסן בײַ די קעפּ, געהויזט צווישן זיך ווי-ניט-איז.
יאָ, ווען מע גייט הײַנט אַרום אין די געוועזענע שטעטלעך און מע בלאָנדזשעט צווישן זייערע געסלעך, געפֿינענדיק דאָ און דאָרט די רעשטלעך פֿונעם ייִדישן עבֿר, לערנט מען זיך אויס, אַפֿילו ניט ווילנדיק, זיך צוהערן צו די שטיינער, צו פֿאַרשטיין זייער שטום לשון. ניט אומזיסט פֿאַרנעמען אין ייִדישן פֿאָלקלאָר און ליטעראַטור שטיינער אַזאַ בכּבֿודיק פּלאַץ. שטיינער זײַנען פֿאַרוואַנדלט געוואָרן בײַ אונדז אין סימבאָלן פֿון עלנטקייט, נאָסטאַלגיע, זכרונות. וועגן אַן עלנטן מענטשן זאָגט מען: „אַליין ווי אַ שטיין‟, וועגן אַ יתום זאָגט מען: „אַזוי ווי אַרויס פֿון אַ שטיין‟. צו פֿאַרריכטן אַן עוולה אָדער אויסגלײַכן אַ שלעכטן מצבֿ הייסט, „אַראָפּנעמען אַ שטיין פֿון האַרצן‟…
לויט אונדזער טראַדיציע, אין אונטערשייד פֿון אַנדערע פֿעלקער, ברענגען מיר אויף די קבֿרים פֿון די נאָענטע ניט בלומען, ניט בענדלעך, נאָר דווקא שטיינדלעך. אַזוי דריקן מיר אויס אונדזער כּבֿוד דעם אָנדענק פֿונעם ניפֿטר.
שוין אָפּגערעדט פֿון דער ייִדישער פּאָעזיע, וווּ דער שטיין איז אַ גאָר וויכטיקער סימבאָל.
יוסף פּאַפּערניקאָוו האָט באַזונגען אינעם שטיין זײַן עלנטקיי:
איך בין אַליין און נישט אַליין —
אַ שטיין האָט אויך זײַן ברודער — שטיין…
און פּרץ מאַרקיש האָט דערהויבן דעם שטיין צו גאָט אַליין
ער טאַפּט דעם קאַלטן פֿעלדז און שטיל אין אים ערינערט,
אַז אויף דעם שטיין איז ער פֿאַרפֿירט געוואָרן פֿונעם מענטשן…
רבֿקה באַסמאַן-בן־חיים האָט מעטאַפֿאָריש באַוווּנדערט, אַז אויך דער שטיין איז ניט אייביק, אַז אויך ער קאָן צעפּלאַצט און צעשאָטן ווערן:
יאָרן לאַנג ווי געגלייבט כ’האָב דעם שטיין,
פֿאַר אים די זכרונות באַהאַלטן, ביז דערזען כ’האָב,
אַז אויך זײַן געביין איז צעשפּליטערט אין שפּאַלטן.
דער ייִדישער זכּרון רעדט דורך שטיינער, און די ייִדישע יצירה העלפֿט אונדז צו דערהערן דאָס דאָזיקע קול, אָבער ווען מיר פֿאָרן אַוועק פֿון דאָרט, ווען מע דערווײַטערט זיך פֿון די אַמאָליקע ייִדישע שטעטלעך, ווערן די שטיינער ניט אַנשטומט, פֿאַרקערט, זיי הייבן אָן צו שרײַען, צו גוואַלדעווען: „פֿאַרגעסט אונדז ניט! געדנקט!‟
און דאָ קומט אויפֿן זכּרון זייער אַ שטאַרק ליד פֿונעם סאָוועטיש-ייִדישן דיכטער אַהרון ווערגעליס. דאָס ליד האָט ער אָנגעשריבן אין 1965, נאָכן באַזוכן טרעבלינקע און דערזעענדיק „אַ וואַלד פֿון שטיינער אויף מענטשנס ביינער‟:
שטיינער, שטיינער,
וואָס טוט איר מיט זיך פֿאַרדעקן?
אַ שטיין — אַ שטעטל?
אַ שטיין — אַ שטעטל!..
און דאָ, אינעם וואַלד, די שטיינער פֿאַרוויינט
שטייען פֿאַרגליווערט אויף מענטשנס געביין.
וואַלד, וואַלד, וואַלד,
גוואַלד, גוואַלד, גוואַלד!
אַ וואַלד שטייט פֿאַרגליווערט אויף מענטשנס ביינער.
די שטיינער אין הימל וואַרפֿן שטיינער!
מיר קומען צו באַזוכן די געוועזענע ייִדישע שטעטלעך און קערן זיך אום צוריק צו זיך אַהיים, אין אונדזער אַלט-נײַער היים, און מיר הערן נאָך אַלץ דעם געשריי פֿון יענע שטיינער: „פאַרגעסט אונדז ניט! געדענקט!‟