צער פֿון שׂכל

די באַרימטע קאָמעדיע פֿונעם רוסישן שרײַבער און דיפּלאָמאַט אַלעקסאַנדר גריבאָיעדאָוו (1795־1829) איז דערשינען אין דער ייִדישער איבערזעצונג בײַם פֿאַרלאַג „ייִדיש בראַנזשע‟. לאַנגע יאָרן פֿון זײַן לעבן האָט דער איבערזעצער ניסן לעווין אָפּגעגעבן דער גרויסער אַרבעט. אינעם אַרײַנפֿיר צו דער אויסגאַבע האָבן מ. כאַזין און יו. לאַכמאַן דערציילט וועגן דער געשיכטע פֿון דעם איבערזעצער און זײַן איבערזעצונג. דאָס בוך באַגלייטן קאָמענטאַרן צום טעקסט און אַ קורצע ביאָגראַפֿיע פֿונעם רוסישן קלאַסיקער.

צו באַשטעלן דאָס בוך: https://www.amazon.com/Woe-Wit-Yiddish-Alexander-Griboyedov/dp/1937417891/ref=sr_1_1?dchild=1&keywords=woe+from+wit+yiddish&qid=1632783189&sr=8-1

Leave a comment