
אינעם פֿאַרלאַג אַנטאָן פּוסטעט (זאַלצבורג, עסטרײַך) איז לעצטנס דערשינען אַ בוך דערציילונגען פֿון באָריס סאַנדלערן, איבערגעזעצט אויף דײַטש. אינעם בוך זײַנען אַרײַן כּמעט אַלע דערציילונגען פֿון דער ייִדישער זאַמלונג „אַנטיקלעך פֿונעם סאַקוואָיאַזש‟ (2019). אַלע דערציילונגען האָט מײַסטעריש איבערגעזעצט די איבערזעצערין אַנדרעאַ פֿעדערמוץ (ווין).
דאָס בוך קאָן מען באַשטעלן אויף „אַמאַזאָן‟:
https://www.amazon.co.uk/Kuriosit%C3%A4ten-Reisetasche-Kurzgeschichten-Boris-Sandler/dp/3702510524