„מײַן ווילנער זאַוווּליק‟ פֿון אלי שאַרפֿשטיין

דער פֿאַרלאַג „ייִדיש בראַנזשע‟ האָט לעצטנס אַרויסגעלאָזט דאָס פּראָזע־בוך פֿון אלי שאַרפֿשטיין „מײַן ווילנער זאַוווּליק‟. אַ געבוירענער און דערצויגן אין ירושלים ד׳ליטא האָט דער מחבר אין זײַן ערשטלינג זייער בילדעריש און רעאַליסטיש איבערגעגעבן די אַטמאָספֿער פֿון זײַנע קינדער־יאָרן, באַשריבן זײַנע פֿרײַנד און בני־עיר, מענטשן, וואָס האָבן געשפּילט אַ וויכטיקע ראָלע אינעם באַנעמען די אַרומיקע וועלט מיט אַ ייִדישן קוק. אין אליס דערציילונגען קלינגט דער ציכטיקער קלאַנג פֿון ליטווישן ייִדיש; זיי שטעקן אָן מיט דעם זעלטענעם חן פֿון דער נאָך־מלחמהדיקער שטאָט ווילניוס, וואָס איז אויף שטענדיק פֿאַרבליבן אין די סוף 1950ער־1960ער יאָרן.   

צו באַשטעלן דאָס בון „מײַן ווילנער זאַוווּליק‟ פֿאַרבינדט זיך מיטן מחבר:

sharfshtein@gmail.com

Leave a comment