משה לעמסטער: „גלויבן און טרייסט‟

אַ נײַ צוויישפּראַכיק בוך לידער, ייִדיש־רוסיש, פֿון משה לעמסטערן: „גלויבן און טרייסט‟, „כראַניאַ אי ווערו, אי נאַדעזשדו‟.

אין דעם קליינעם ביכל, וואָס האָט אַרײַנגענומען אין גאַנצן 16 לידער, שפּיגלט זיך אָפּ דער גרויסער ווייטיק פֿונעם פּאָעט פֿאַרן ייִדישן לאַנד, פֿאַרן ייִדישן פֿאָלק. פֿאַר די, וואָס ווערן אומגעבראַכט אין טעראָר־אַקטן, וועמען מע האָט געטייט, געקוילעט, פֿאַרברענט אין דעם באַרבאַרישן אָנפֿאַל אויף די ישׂראלדיקע קיבוצים און מושבֿים דעם 7 אָקטאָבער 2023. אין ביכל שפּיגלט זיך אויך אָפּ די גרויסע ליבע פֿונעם מחבר צו זײַן לאַנד — ישׂראל. די טרייסט, אַז ס’וואַרט אויפֿן לאַנד אַ ליכטיקע צוקונפֿט, און דאָס גלויבן, אַז דאָס אומאויסשעפּלעכע ליכט פֿונעם באַשעפֿער וועט באַלויכטן דעם לאַנדס וועג, וועט עס פֿאַרטיידיקן פֿון דער גרויסער צאָל שׂונאים. די ייִדישע הקדמות צום בוך האָבן אָנגעשריבן וועלוול טשערנין און דובֿ־בער קערלער. רעדאַקטאָר און נאָכוואָרט פֿון מרדכי יושקאָווסקי. צוויי לידער האָט איבערגעזעצט אויף העברעיִש נאוה ליטוואַק. אילוסטראַציע — אַלכּסנדר קאַנטשיק.     

Leave a comment