נײַע איבערזעצונגען
אַלפֿרעד נױז (1880־1958)
איבערגעזעצט פֿון ענגליש מאיר ציטרין
די לבֿנה פֿאָרט אויף די וואָלקנס, ווי אַ שד אויף אַ פֿערד.
דער וועג איז אַ סטענגע פֿון ליכט דורכן שוואַרצן פֿעלד.
דער ווינט בלאָזט אין די ביימער און רוישט זיך אָן אַ שיעור —
און דער פֿעלד-גזלן גאַלאָפּעט,
דער פֿעלד-גזלן גאַלאָפּעט —
דער פֿעלד-גזלן גאַלאָפּעט ביז צו דער קרעטשמע-טיר.
ער קלאַפּערט איבער די שטיינער אַרײַן אין טונקלען הויף.
ס’איז אַלץ פֿאַרמאַכט און שטיל. ער קלאַפּט אין די לאָדנס אַרויף.
ער טוט אַ פֿײַף צום פֿענצטער — און זע ווער ס’וואַרט דאָרט גאָר!
ס’איז בעס, דעם קרעטשמערס טאָכטער —
די מיזינקע, דעם קרעטשמערס טאָכטער,
און זי טראָגט אַ רויטע ליבערויז אין אירע לאַנגע שוואַרצע האָר.
„איין קוש, איין קוש, געליבטע! איך באַקום אַ פּריז די נאַכט!
און איך קום מיט די געלע קרוינער איידער די זון אויפֿוואַכט!
נאָר אַז מע וועט מיך יאָגן, מיך רודפֿן מיט פּײַן —
וואַרט דו אויף דער לבֿנה,
איך קום מיט דער לבֿנה,
מיט לבֿנה-ליכט קום איך, זאָל דער וועג גיהנום זײַן!‟
ער קומט נישט אין קאַיאָר, און מיטאָג קומט ער ניט,
און פֿון רויטן זונפֿאַרגאַנג, מיט מלחמהדיקע טריט,
אויפֿן וועג, וואָס דורכן פֿעלד שלענגלט זיך אָן אַ שיעור —
מאַרשירט אַ מחנה סאָלדאַטן,
דעם מלכס סאָלדאַטן מאַרשירן,
דעם מלכס סאָלדאַטן מאַרשירן ביז צו דער קרעטשמע-טיר.
זיי זאָגן קיין וואָרט דעם קרעטשמער, נאָר זיי טרינקען דעם ביטערן אייל.
זיי בינדן מיט שטריק די טאָכטער, און פֿאַרשטאָפּן איר דאָס מויל.
און צוויי מיט פּיסטוילן־מושקעטן שטייען פֿון ביידע זײַטן —
דער טויט וואַרט בײַ יעדן פֿענצטער,
און גיהנום — בײַ פֿאַרשפּאַרטער טיר.
און זי קוקט אַדורך דעם פֿענצטער, זאָל ער שוין קומען צו רײַטן.
זיי האָבן זי נעבעך געבונדן געחוזקט פֿון איר, ווי עס פּאַסט.
געסטראַשעט מיט זיי׳רע מושקעטן, און מיאוס דערבײַ געשפּאַסט:
„האַלט וואַך!‟ — און מע קושט זי, און זי הערט צום האַרצן זיך אײַן:
„וואַרט דו אויף דער לבֿנה,
איך קום מיט דער לבֿנה,
מיט לבֿנה-ליכט קום איך, זאָל דער וועג גיהנום זײַן!‟
זי קערט און ווערט די הענט, נאָר די קניפּן האַלטן גוט.
זי קאָרטשעט זיך ביז די פֿינגער ווערן איר נאַס פֿון בלוט.
זיי שטרעקן זיך אויס אין דעם חושך — איין שעה איז לאַנג ווי אַ יאָר.
און אַז ס׳קומט די האַלבע נאַכט,
פּינקטלעך די האַלבע נאַכט,
איין פֿינגער, מיט זײַן שפּיץ, דערגרייכט די וואַנט האָט נאָר!
טלאַט-טלאַט! צי הערט מען? די קאָפּיטעס, צי מע הערט?
טלאַט-טלאַט, פֿון ווײַטנס ער גייט, דער באַשערטער!
באַרג-אַרויף אויפֿן לבֿנהדיק ווײַסן וועג, מע זעט
דער פֿעלד-גזלן קומט שוין רײַטן,
רײַטן, רײַטן!..
די זעלנערס גרייטן דעם פּולווער. ווי סאָסנעס זיי שטיי׳ן פֿאַרשײַטע.
טלאַט-טלאַט, אין דער שטילער נאַכט! טלאַט-טלאַט, בײַ לבֿנה-ליכט!
נעענטער קומט ער, נעענטער! טליִעט קוים איר געזיכט!
אירע אויגן ווערן גרויס, נאָך טיפֿער איז איר אָטעמען,
און דער פֿינגער זיך ציט אין דער נאַכט…
דער מושקעט צעשמעטערט די נאַכט,
צעשמעטערט איר ברוסט אין דער נאַכט,
און איר טויט דעם געליבטן ראַטעוועט.
ער יאָגט, ער רײַט צו געליבטער, ער ווייסט ניט ווער עס שיסט,
איר קאָפּ פֿאַרנייגט אומבאַהאָלפֿן, מיט אייגן בלוט באַשפּריצט.
נישט ביז באַגינען ער הערט עס, בלאַס ווערט ער, אַז ער הערט,
ווי בעס, דעם קרעטשמערס טאָכטער,
בעס, די שיינע טאָכטער,
האָט אויף איר געליבטן געוואַרט, און די זעלנערס מיט איר טויט געשטערט.
און ווידער ער פֿליט אַ מטורף, ווילדע קללות ער שרײַט!
הויך האַלט ער זײַן שווערד, ער לאָזט זי אין גאַנג — ס’איז שוין צײַט!
ער רײַטעט מיט רויטע שפּאָרן, זײַן מאַנטל איז סאַמעטן־רויט.
און סע שיסן אויף אים די זעלנערס,
און ער ליגט פֿאַרוווּנדיקט, מיט שמערץ,
ער ליגט אויפֿן וועג פֿאַרבלוטיקט, ווי אַ הונט, דערשאָסן אויף טויט.