דער שטאָף פֿון לעבן

שמואל אָרטענבערג

אין דער קרױנשטאָט קיִעװ

סוף דעצעמבער 1922, נאָך אַ לאַנגער רײַזע העכער פֿון צװאַנציק שעה, זײַנען מיר ענדלעך אָנגעקומען צװעלף אַ זײגער אין דער נאַכט אין דער שטאָט קיִעװ. װי־ס’ניט־איז איבערגענעכטיקט בײַ אַ באַקאַנטן סטודענט, זײַנען מיר אױפֿן צװײטן טאָג אַרױס אין גאַס „אײַננעמען‟ די שטאָט. דעם אײַנדרוק, װאָס די גרױסע, טומלדיקע, שײנע, רחבֿותדיקע שטאָט האָט אױף מיר געמאַכט, איז, נאַטירלעך, לײַכט צו פֿאַרשטײן. זי האָט פֿון ערשטן טאָג „געפֿאַנגען מיך מיט מעכטיקע צװאַנגען‟.

קיִעוו אין די 1920ער יאָרן

אמת, פֿונעם אָנקום אין אַרבעטער־פֿאַקולטעט (אַרבפֿאַק) איז גאָר ניט אַרױסגעקומען. דער דעקאַן האָט מיט מיר געהאַט דװקא אַ גאַנץ ברײטן געשפּרעך און ענדלעך געמאָלדן, אַז איך קאָן ניט פֿאַררעכנט װערן אױפֿן פֿאַקולטעט איבער פֿאָלגנדיקע סיבות: מײַנע קענטענישן שטײַגן לױט זײַן מײנונג אַריבער די נײטיקע גרענעצן, דאָ האָט מען בדעה צו לערנען עלעמענטאַרע קורסן פֿאַר ניט־צוגעגרײטע, און וועדליק דעם צושטאַנד פֿון מײַן װיסן, נײטיק איך זיך, לױט זײַן מײנונג, אין דעם ניט. דאָס איז ערשטנס און צװײטנס… אמת, דעם צװײטנס האָט ער ניט דערזאָגט פֿולקום, עס איז געװען זעלבסטפֿאַרשטענדלעך: דאָס איז אַ פֿאַקולטעט פֿאַר אַרבעטער זיי צוצוגרײטן אין דער הױכשול, אָבער איך בין דאָך סוף־כּל־סוף בלױז אַן אָנגעשטעלטער און ניט פֿון קײן אַרבעטער־סבֿיבֿה.

מילא, ניט געלונגען אַצינד אױפֿן פֿאַקולטעט, איז דאָך קיִעװ אַלײן אַן און פֿאַר זיך אַ פֿאַקולטעט, נאָך אַ מין פֿאַקולטעט, און איך קאָן צוּװאַרטן ביזן האַרבסטיקן אױפֿנעם אין די הױכשולן. אָבער דערװײַל דאַרף מען זיך װי עס איז אײַנאָרדענען, אין דרײַען, איך מיט נאָך צװײ טאַקע סטודענטן, דינגען מיר אױף מאַריִיִנסקי־גאַס אַ קלײן צימערל בײַ אַ בעל־הביתטע. דרײַ אײַזערנע בעטלעך שטײען דאָרטן, אין מיטן אַ טיש און בײַ דער װאַנט אַן עטאַזשערקע — איז דאָס איבערגענוג פֿאַר אונדזערע באַקװעמלעכקײטן. מיט לעבנסמיטלען איז אַ ביסל שװערער, אָבער מען קאָן דורכקומען.

אין קיִעװער „ייִדגעזקאָם‟ האָב איך דערװײַל געקראָגן צײַטװײַליקע אַרבעט: אַרומגײן איבער די אַנשטאַלטן און דורכפֿירן דעם דיסקאָנט פֿון די קינדער־הײמען און אַנדערע אינסטיטוציעס, װאָס װערן דורכן קאָמיטעט סובסידירט און דערפֿאַר קריג איך טאַקע גלײַך דאָרט אַ געװיסע מאַטעריעלע שטיצע.

שפּעטער האָב איך געקראָגן אַ פּאָר פּריװאַטע שטונדן, — איך שטודיר מיט צװײ יונגע קיִעװער ייִדישע פֿרײַלינס פֿון פֿאַרמעגלעכע פֿאַמיליעס ניט קײן אַלגעמײנע לימודים, חלילה, דערױף איז דאָ אין קיִעװ גענוג מעגלעכקײטן אָן מײַן הילף, נאָר גראָד ייִדיש און העברעיִש. אין אײנער פֿון די פֿאַמיליעס לײען איך פֿאָר פֿאַר אַלע פֿאַמיליען־מיטגלידער „טבֿיה דעם מילכיקערס‟ מעשׂיות מיט אַזאַ געשמאַק, אַז זײ זײַנען גרײט מיך אײַנצולאַדן כּמעט טעגלעך צום מיטאָג און צו אָװנטברױט, אָבער איך האָב אױסער דעם צו פֿיל זאָרג, איך בין אױך פֿאַרנומען.

אין קיִעװ איז פֿאַראַן אַ גרױסע עפֿנטלעכע ביבליאָטעק. אַזאַ גרױסע ביכער־זאַמלונג פֿון אַלע צװײַגן פֿון װיסן זע איך דאָס ערשטע מאָל אין לעבן, איז דאָך קײן װוּנדער, װאָס איך בין אַ שטענדיקער אײַנגײער און באַזוכער פֿון דעם גרױסן ביבליאָטעק־זאַל און פֿאַרלאָז אים ניט זעלטן שױן שפּעט אין אָװנט בײַם לעצטן קלונג.

פֿיל נײַעס האָב איך דאָ געלײענט, אָבער, עס געדענקט זיך, מיט באַזונדערן ציטער האָב איך גענומען אין די הענט צום ערשטן מאָל די שריפֿטן פֿון געניאַלן ייִדישן דענקער ברוך שפּינאָזע, דאָ האָב איך גרינטלעך דערלערנט זײַן דערהױבן לעבן און געקראָגן פֿאַר זײַן גײַסט דעם גרעסטן אָפּשײַ אױפֿן גאַנצן לעבן.

אין קיִעװער אוניװערסיטעט לײענט אַ גאַנצן ציקל לעקציעס פֿאַר פֿרײַע צוהערער דער גרײַז גרױער פּראָפֿעסאָר פֿון פֿילאָסאָפֿיע אַלעקסײ ניקיטיטש גיליאַראָװ, דער אױטאָר פֿון דער אַן ערשט דערשינענער, מיר שױן באַקאַנטער צװײבענדיקער
Философия, её пути, сущность, значение и история (פֿילאָסאָפֿיע, אירע װעגן, װעזן, באַדײַטונג און געשיכטע‟) — בין איך, פֿאַרשטענדלעך, אַ באַשטענדיקער פֿרײַער צוהערער. פּראָפֿעסאָר גיליאַראָװ איז װײַט נאָך פֿון מאַטעריאַליזם און מאַרקסיזם, אָבער אין זײַן לעקציע „װעגן דער אַלמענטשלעכקײט‟ זאָגט ער אַרױס אַזױנע אינטערעסאַנטע טיפֿזיניקע און שאַרפֿזיניקע געדאַנקען, אַז אױפֿן צװײטן טאָג שרײַב איך אָן אַ רעצענזיע װעגן דער לעקציע, טראָג זי אָפּ אין דער רעדאַקציע פֿון „קאָמוניסטישע פֿאָן‟ און דער רעדאַקטאָר הערט און שטױנט — דרוקט זי גלײַך אָפּ אין דער צײַטונג. מע קאָן זיך פֿאָרשטעלן מײַן פֿרײד, אַז איך האָב צום ערשטן מאָל, — דאָס איז געװען אָנהײב 1923טן יאָר, — איבערגעלײענט די אָפּגעדרוקטע הונדערט פֿופֿציק שורות אונטער מײַן אײגענעם נאָמען באותיות מרובעות…

דער רעקטאָר פֿון אַ צװײטער קיִעװער הױכשול קאַנטאָראָװיטש, אױך אַ פּראָפֿעסאָר און דװקא אַ לעקטאָר אַ מאַרקסיסט, אַ פּראָפֿעסאָר, אַ באָלשעװיק, לײענט אױך אַ ציקל לעקציעס איבער פֿראַגעס פֿון היסטאָרישן מאַטעריאַליזם און אױך אַהין מוז איך אײַלן און בײַזײַן.

איך האָב אַפֿילו מיט דער צײַט געװאַגט אָנצושרײַבן עטלעכע אַרטיקלען אױף װיסנשאַפֿטלעכע טעמעס און און זיי אָפּדרוקן אין דער „קאָמוניסטישער פֿאָן‟. פֿאַרשטײט זיך, אַז דאָס זײַנען געװען בלױז פּאָפּולאַריזאַציעס פֿון די גרינטלעכע װיסנשאַפֿטלעכע ידיעות, אָבער פֿאַר מיר האָט די אַרבעט געהאַט אַ באַדײַטנדיקע װערט. נו, און אַ ביסל האָנאָראַר, צװישן אונדז רײדנדיק, איז אױך צוגעפֿאַלן.

הענעך קאַזאַקעוועטש

איך דאַרף פֿאַרצײכענען דעם גוטן רושם, װאָס עס האָט געלאָזן אין זכּרון דער פֿאַרשטאָרבענער הענעך קאַזאַקעװיטש. דאָס איז געװען אַן איבערגעגעבענער, געװיסנהאַפֿטער און געבילדעטער ייִדישער זשורנאַליסט און קולטור־טוער, אַ געװעזענער ייִדישער לערער נאָך פֿון די פֿאַררעװאָלוציאָנערע יאָרן. דערצױגן אין דעם אַמאָליקן באַװוּסטן ייִדישן לערער־סעמינאַר אין גראָדנע, האָט ער געהאַט אַ ברײטע באַקאַנטשאַפֿט מיט דער ייִדישער קולטור און ליטעראַטור, אַרױסגעװיזן פֿאַרשטאַנד און װילן צו פֿאַרשפּרײטן קולטור און װיסן צװישן די ייִדישע אַרבעטער־מאַסן. ווי אַ רעדאַקטאָר פֿון דער פֿאַרשפּרײטער ייִדישער צײַטונג „קאָמוניסטישע פֿאָן‟, האָט ער זיך באַמיט צוציִען צו דער אַרבעט אַ ברײטן קרײַז מענטשן, ער האָט מיך פּערזענלעך, נאָך גאָר אַ יונגן אָנפֿאַנגער, מקרבֿ געװען, אױפֿמערקזאַם געלײענט, װאָס איך האָב געבראַכט, געשמועסט ערנסט װעגן די באַריכטע פֿראַגעס, אַרײַנגעטראָגן קאָרעקטיװן און זיך באַצױגן מיט פֿאָטערלעכער װאַרעמקײט, מסתּמא, ניט נאָר צו מיר, נאָר אױך צו פֿיל אַנדערע אַזױנע אָנפֿאַנגער.

הענעך קאַזאַקעװיטש איז געװען אַ מאַן פֿון אַ יאָר פֿערציק, אַן אימפּאָזאַנטע, הױכע פֿיגור, אַ קאָפּ שװאַרצע געקרײַזלטע האָר, שױן באַזילבערט בײַ די זײַטן און אין די שלײפֿן, דאָס פּנים — פֿולבלעך, אַפֿילו אַ ביסל געקנײטשטס, װײַזט אױס קראַנקהאַפֿטע סימנים, גרױסע, דיקע ברילן, שװאַרצע, דורכדרינגלעכע אױגן, װאָס קוקן דורך די ברילן, אַ קורצזיכטיקער. גערעדט האָט ער מיט אַ פֿײַנער, אױסדריקלעכער, ליטװישער אױסשפּראַך. איך דערמאָן זיך, װי איך בין דאָס ערשטע מאָל צו אים געקומען און געבראַכט אַן אַרטיקל אונטערן נאָמען „דער מהות פֿון לעבן‟. איך האָב, װי געזאָגט, ניט לאַנג צוריק אױסגעהערט אַ גאַנצע רײ עפֿנטלעכע פֿילאָסאָפֿיש־װיסנשאַפֿטלעכע לעקציעס אין קיִעװער אוניװערסיטעט און געבראַכט אַהער אין רעדאַקציע דעם „פֿרוכט‟ פֿון מײַן שעפֿערישער אַרבעט. דאָס אַרטיקל איז, נאַטירלעך, געװען לױטן פֿאַרנעם גרױס און צעצױגן פֿאַרן צײַטונגס־מאַשטאַב.

הענעך קאַזאַקעװיטש האָט מיך זײער האַרצלעך אױפֿגענומען, דערפֿרעגט זיך װער איך בין, און איך האָב אים דערלאַנגט דעם מאַנוסקריפּט. צו מײַן באַװוּנדערונג, האָט ער גלײַך אָנגעהױבן לײענען. ער לײענט דעם אָנהײב ביזן סוף לאַנגזאַם, זײער אױפֿמערקזאַם. ער לײענט, אַ מאָל טוט ער אַ שאָקל מיטן קאָפּ, פֿון צײַט צו צײַט לאָזט זיך הערן זײַנע אַ קױם־באַמערקטבאַרע אומבאַשטימטע „ג…מ ג…מ‟; ער קוקט אַרײַן קורצזיכטיק און אָנגעשטרענגט אין די בלעטלעך. ער האָט געענדיקט לײענען און קוקט װידער דורך באַזונדערע בלעטלעך. דעם אמת געזאָגט, האָט מיר שױן אָנגעהױבן באַנג טאָן אױף דער גאַנצער זאַך. אין האַרצן טראַכט איך, אַז אָט, װעל איך באַלד כאַפּן אַ פּסק און, ריכטיק, װאָס בין איך עפּעס פּלוצלינג געװאָרן אַ „שרײַבער‟, איבערגעלײענט עטלעכע ביכלעך און אױסגעהערט עטלעכע לעקציעס און שױן זיך גענומען צו דער פּען. אפֿשר, זיך גאָר אַנטשולדיקן און נעמען דעם װעג… גײט מיר דורך אַ געדאַנק.

אָבער הענעך קאַזאַקעװיטש שלאָגט מיר איבער די טרױעריקע געדאַנקען. ער האָט שױן אַלץ דורכגעקוקט, ער הײבט אױף די אױגן, קוקט קורצזיכטיק און שטאַר אױף מיר, זאָגט שױן אַ ביסל האָפֿערדיק:

— יע, יע, אײַער אַרטיקל איז מיר גראָד געפֿעלן, איר װײסט גראָד, װאָס איר שרײַבט… אָבער איר זײַט נאָך יונג, טײַערינקער, און װילט אָנזאָגן דער װעלט אַלץ מיט אַ מאָל… דאָס טױג ניט, מײַן פֿרײַנד, אָט גיט אַ קוק, — װײַזט ער מיר אױף אַ בלעטל, — די פֿראַגע האָט צו אײַער זאַך אַ קנאַפּן שײַכות, — איז װאָס ברױכט איר עס… אָט דאָ, — װײַזט ער װידער אָן, — חזרן זיך איבער די פֿריִער געבראַכטע אַרגומענטן און דאָ…, — זעצט ער פֿאָר…

מיט אײן װאָרט, דער שמועס האָט זיך פֿאַרצױגן, ער האָט מיר געמאַכט פֿיל באַמערקונגען. מיך האָט באַװוּנדערט ניט דאָס, װאָס ער איז אַזױ באַהאַװנט און באַקאַנט מיט די באַרירטע פֿראַגעס; דאָס איז שױן געװען זעלבסט־פֿאַרשטענדלעך, מיך האָט באַװוּנדערט, װי אַזױ האָט ער געקאָנט באַװײַזן פֿאַר דער קורצער צײַט אַזױ גענױ און פּינקטלעך זיך פֿאַנאַנדערקלײַבן אין מײַן שרײַבעכץ, אַז ער װײסט פּינקטלעך, װאָס און אױף װעלכן אָרט עס געפֿינט זיך; און נאָך האָב איך זיך געװוּנדערט, װאָס אָט דער הױכער, װוּקסיקער, ערנסטער און פֿאַרנומענער מענטש געפֿינט צײַט צו געבן גענױע דערקלערונגען אַן אָנהייבער, אַן אומבאַװוּסטן יונג.

ער הײבט זיך אױף, ענדלעך, פֿון שטול, אין זײַן גאַנצער הױכער אימפּאָזאַנטער פֿיגור און זאָגט הױך און אױסדריקלעך: פֿאַרגעדענקט, טײַערינקער, די קונסט פֿון פּאָפּולאַריזאַציע איז ניט אין דער לענג, — דערבײַ צענעמט ער די הענט, — נאָר אין דער טיף, — אַ װײַז מיט די הענט אַראָפּ.

איך האָב אים, פֿאַרשטײט זיך, געדאַנקט פֿאַר זײַנע אָנװײַזונגען. מיט זײַן הילף און באַדײַטנדיקע קאָרעקטיװן איז דאָס אַרטיקל דערפֿירט געװאָרן צו דער מדרגה, אַז עס האָט געקאָנט געדרוקט װען אין אַ פּאָר טעג אַרום אױף צװײ גרױסע שפּאַלטן, אױף דער דריטער זײַט מיט אַן אונטערקעפּל „אױף װיסנשאַפֿטלעכע טעמעס‟. אָבער װיפֿל פֿילבאַרקײט, געדולדזאַמקײט און האַרציקײט האָט געדאַרפֿט אָט דער אַ ביסל בײזער, לױטן אױסזען מאַן פֿאַרמאָגן אין זיך, ער זאָל ריכטן אין דער געהעריקער ריכטונג די פֿילצאָליקע אָנפֿאַנגערס, װאָס װילן באַלד „באַגליקן‟ די װעלט מיט אַלץ, װאָס זײ װײסן און אַפֿילו מיט דעם, װאָס זײ װײסן נאָך ניט גענױ.

איך האָב הענעך קאַזאַקעװיטשן נאָך דעם פֿיל מאָל באַגעגנט, געהערט און געזען אױף עפֿנטלעכע אַרױסטרעטונגען, פֿאַרזאַמלונגען און זיך שטענדיק צו אים באַצױגן מיט רעספּעקט אין אָפּשײַ, װאָס עס פֿאַרדינט אַ מענטש פֿון קלאָרן פֿאַרשטאַנד, ברײטער דערפֿאַרונג אין װיסן, אַ מענטש, װאָס איז שטענדיק גרײט צו העלפֿן די װאָס נײטיקן זיך אין זײַן הילף. ער איז געװען איבערגעגעבן דער זאַך, ער האָט פֿיל יאָרן רעדאַקטירט די גרױסע און פֿאַרשפּרײטע ייִדישע צײַטונג „קאָמוניסטישע פֿאָן‟, געװען אין יענע צײַטן אַן אומדערמידלעכער בױער פֿון דער נײַער סאָציאַליסטישער ייִדישער קולטור. שפּעטער מיט יאָרן, װען עס האָט געזאָלט זיך פֿאַנאַנדערװיקלען די קולטור־אַרבעט אין ביראָבידזשאַן, איז ער געװען פֿון די ערשטע, װאָס האָבן אַהין אױסגעװאַנדערט און דאָרט האָט ער אַקטיװ און ענערגיש פֿיל יאָרן געאַרבעט אין דער ייִדישער פּרעסע, אױפֿן קולטור־געביט ביזן סוף פֿון זײַן לעבן.

איך דערמאָן אים אױך אַצינד מיט אָפּשײַ און רעספּעקט. פֿון אים האָב איך צום ערשטן מאָל באַקומען אַ װערטפֿולע לעקציעס פֿון זשורנאַליסטיק, װאָס איז מיר נאָך דעם אין לעבן פֿיל צו נוץ געקומען.

איך קער זיך אום צום יאָר 1923.

אױב איך װעל נאָך דערמאָנען, װי עס האָט מיך באַצױבערט „די שװאַנען־זעע‟ אין דעם קיִעװער אָפּערע־טעאַטער, װאָס איך האָב צום ערשטן מאָל געהערט און געזען די לעבנסלוסטיקע און טרױעריקע טשײַקאָװסקי־מוזיק, דער בלענדנדיקער דעקאָראַטיװ־ און ליכט־אַנטוראַזש פֿון דער גאַנצער שטעלונג, דער בלענדנדיקער כּישוף־טאַנץ; אױב איך װעל נאָך צוגעבן, אַז דאָ ערשט אין קיִעװ האָב איך אױך צום ערשטן מאָל געזען און סיסטעמאַטיש באַזוכט דעם באַװוּסטן קינסטלעריש־דראַמאַטישן ייִדישן טעאַטער מיטן אָנטײל פֿון די באַדײַטנדיקע און טאַלאַנטירטע ייִדישע שױשפּילער: קאַלמאַנאָװיטש, זאַסלאַװסקי א”אַ, — װעט שױן קלאָר זײַן, װי אינטערעסאַנט עס איז אַדורכגעגאַנגען דאָס לעבן אין קיִעװ אין 1923.

אָבער די פֿראַגע װעגן אָנקומען אין אַ הױכשול איז נאָך ניט געװען געלײזט. עס האָט צו זיך צוגעצױגן די געגרינדטע אין קיִעװ אין יענער צײַט די ערשטע ייִדישע פּעדאַגאָגישע הױכשול, װאָס האָט זיך גערופֿן „העכערע ייִדישע דרײַיאָריקע פּעדאַגאָגישע קורסן‟, אָבער דער אָרדנטלעכער אויפֿנעם איז געװען באַשטימט אױף האַרבסט. װעט עס, הײסט עס, אױסקומען אָפּצוּװאַרטן. גוט, װאָס די צײַט לױפֿט געשװינד, אָט איז שױן געקומען דער זומער. די זומער־חדשים האָב איך באַשלאָסן פֿאַרברענגען אין װיניצע און זיך אַהײם אומגעקערט.

אַ רײַזע איבער פּאָדאָליע

די זומער־חדשים האָב איך פֿאַרבראַכט, װי מיר האָט זיך געדוכט, אינטערעסאַנט און אין נוצלעכער טעטיקײט. איך האָב דורכגעמאַכט אַ דױערנדיקע רײַזע איבער פֿאַרשײדענע שטעטלעך פֿון פּאָדאָליע. און די געזעענע רײַזע־בילדער האָבן מיר געהאָלפֿן צו באַקענען זיך מיט דער לאַגע פֿון דער ייִדישער באַפֿעלקערונג אין די פֿילצאָליקע שטעטלעך פֿון פּאָדאָליע. געװען איז דאָס אַזױ: דער ייִדישער ביוראָ בײַם גובפֿאָלקבילד פֿון פּאָדאָליע האָט מיך באַאױפֿטראָגט און קאָמאַנדירט אין פֿאַרשײדענע שטעטלעך צו באַקענען זיך און אינספּעקטירן די ייִדישע מלוכישע קינדער־אַנשטאַלטן, קינדער־הײמען, שולן.

אַ ייִדיש הויז אין אָבאָדאָווקע. 1920ער יאָרן

אָט ליגן פֿאַר מיר אַצינד די אָפּגעהיטע אין משך פֿון באַלד 40 יאָר, פֿאַרגעלטע פֿון דער צײַט קאָמאַנדירונג־צײַגענישן פֿון יולי 1923, אין װעלכע עס װערט אין דעם געװײנטלעכן, אָנגענומענעם נוסח געזאָגט, אַז איך װער „קאָמאַנדירט דורכן פּאָדאָליער פֿאָלקאָמבילד אין די שטעטלעך: זשאַבאָקריטש, װערכאָװקאַ, טראָסטיאַנעץ, אָבאָדאָװקאַ, שפּיקאָװ פֿון טולטשינער קרײַז אױף צו באַקענען זיך מיט דער טעטיקײט פֿון די ייִדישע קינדער־אַנשטאַלטן, ווי אױך צוליב אַלמעגלעכער אינסטרוקטירונג און אינספּעקטירונג.‟ אַלע מלוכישע אַנשטאַלטן װערן געבעטן אַרױסצוּװײַזן „מיטװירקונג‟, כּדי איך זאָל קאָנען אױספֿילן די אױפֿגאַבע.

איך האָב עטלעכע מאָל פֿאַרן זומער באַזוכט אָפֿט אײנע און די זעלבע שטעטלעך און איך האָב אױסגענוצט די צײַט ניט בלויז צו באַקענען זיך מיט דער אַרבעט פֿון די קינדער־אַנשטאַלטן, נאָר אױך אױף צו באַאָבאַכטן גענױ דאָס לעבן פֿון שטעטל אין אַלגעמײן. נאָך די איבערגעלעבטע שױדער־יאָרן פֿון פּאָגראָמען האָט דאָס שטעטל אָנגעהױבן צוביסלעכװײַז אױפֿלעבן. אמת, אַ טײל פֿון דער באַפֿעלקערונג, די מער פֿאַרמעגלעכע און אינטעליגענטע אײַנוווינער, זײַנען אַרױסגעפֿאָרן אין די גרעסערע שטעט, אָבער דער באַדײַטנדיקסטער טײל פֿון דער שטעטלדיקער באַפֿעלקערונג איז געבליבן אױפֿן אָרט און גענומען זיך צופּאַסן צו די נײַע לעבנס־באַדינגונגען. בעלי־מלאָכות און האַנטװערקער האָבן זיך צוריק גענומען צו זײער אַרבעט, עס האָבן אָנגעהױבן אױפֿקומען אַרטעלן און געזעלשאַפֿטן, װאָס פֿאַראײניקן די פּראָדוצירער און די געברױכער. אַ געװיסער טײל פֿון די אַמאָליקע פֿילצאָליקע הענדלער און סוחרים זײַנען דעקלאַסירט געװאָרן. די פֿונקציעס פֿון פֿאַרמיטלערײַ צװישן אַרומיקן פּױערטום מיט דער שטאָטישער פּראָדוציר־ און האַנדלס־סבֿיבֿה האָבן אָנגעהױבן פּאַמעלעך אַריבערגײן אין די הענט פֿון די מלוכישע און קאָאָפּעראַטיװע האַנדלס־ און באַזאָרגונגס־אָרגאַניזאַציעס. אַ טײל פֿון דער ייִדישער פֿאַרמיטלער־סבֿיבֿה איז אַריבערגעגאַנגען אױף לױן־אַרבעט ווי אָנגעשטעלטע, אָבער עס איז נאָך געבליבן אַ געװיסער טײל דעקלאַסירטע, װאָס האָבן געזוכט אַן אױסװעג פֿון דער לאַגע און האָבן ניט געזען פֿאַר זיך קײן קלאָרע פּערספּעקטיװן.

אַ פּאָזיטיװן און פֿרײדיקן אײַנדרוק האָט געמאַכט די אױפֿלעבונג, דער אױפֿקום פֿון אַ נײַעם קולטור־לעבן אין שטעטל. אױסער שולן, קינדער־הײמען האָבן זיך באַװיזן קלובן, לײענשטיבלעך, קולטור־סעקציעס, דראַמאַטישע קרײַזן א”אַ. דער קלעריקאַליזם האָט כּמעט װי פֿאַרלױרן זײַן באָדן און מאַכט אין לעבן פֿון שטעטל; עלעמענטן פֿון נײַעם לעבנס־שטײגער האָבן אָנגעהױבן צוביסלעכװײַז אַרױסשטױסן די אַלטע, אָפּגעלעבטע לעבנס־פֿאָרמען. די ייִדישע באַפֿעלקערונג נעמט אַן אַקטיװן אָנטײל אין דעם פּאָליטישן און געזעלשאַפֿטלעכן לעבן, עס עקזיסטירן שטעטלשע ייִדישע ראַטן־אָרגאַנען, געזעלשאַפֿטלעכע אָרגאַניזאַציעס.

אַ באַזונדערס פֿרײדיקן אײַנדרוק האָבן געלאָזן די ייִדישע קינדער־הײמען, װוּ עס װערן דערצױגן יתומים, װעמענס עלטערן זײַנען אומגעקומען אין די פּאָגראָם־צײַטן, די קינדער זעען אױס מונטער און פֿרײלעך, עס פֿאַרשװינדט פֿון זײערע אױגן דער איבערגעלעבטער שױדער פֿון דער פֿינצטערער קינדהײט. איך האָב זיך באַמיט לױט מײַנע מעגלעכקײטן צו זײַן באַהילפֿיק די פּעדאַגאָגישע קאָלעקטיװן, מיט װעלכע איך האָב זיך געטראָפֿן, מערסטנס טײל זײַנען עס יונגע פּעדאַגאָגן, װאָס האָבן נאָך אי װינציק קענטעניש, אי זײער װײניק דערפֿאַרונג, אָבער די יונגע פּעדאַגאָגן האָבן דערפֿאַר אין זיך גענוג ענטוזיאַזם און איבערגעגעבנקײט צו דער זאַך, װעלכער זײ דינען. אױף זײער װעג זײַנען נאָך פֿאַראַן גרױסע שװעריקײטן און זײ האָבן זיך גענײטיקט אין הילף זײ צו באַקעמפֿן.

געװען איז אין דעם גרעסערן שטעטל אָבאָדאָװקע, װאָס האָט, אַגבֿ, שטאַרק געליטן פֿון דער פּאָגראָם־קאַטאַסטראָפֿע, אַן אינטערעסאַנטער מאָמענט בעת דער רײַזע: אין שטעטל איז געװען דיסלאָצירט אַ רױט־אַרמײיִשער קאַװאַלערישער טײל. איך האָב זיך צונױפֿגערעדט מיטן קאָמיסאַר פֿון דעם טײל, אַז זײ זאָלן נעמען שעפֿטום (אַפּוטרופּסות) איבערן ייִדישן קינדער־הײם. אין אײנעם אַ זומערטאָג זײַנען זיך צונױפֿגעקומען אין פּאַרק, לעבן געװעזענעם פּריצישן הױז דער גאַנצער באַטאַליאָן רױטע קאַװאַלעריסטן און די ציכטיק־געקלײדטע ייִדישע קינדער פֿון קינדער־הײם. די הױכע רוסישע קאַװאַלעריסטן זײַנען געשטאַנען אין פּאַראַד־פֿאָרמע מיט אַנטבלױזטע שװערדן און פֿײַערלעך גענומען שעפֿטום איבער די אױסגעשטעלטע אין ריכטיקע רײען ייִדישע קינדער, דער עיקר, מײדלעך. עס איז אײַנגעאָרדנט געװאָרן אַ מיטינג, דער פּאָליטישער קאָמיסאַר ח’ שטשוקין, געדענקט זיך, האָט גערעדט װעגן דער באַפֿרײַערישער ראָלע פֿון דער רױטער אַרמײ, װאָס פֿאַרטײדיקט אַלע שװאַכע און אונטערדריקטע. איך האָב אױך געזאָגט דאָס געהעריקע דאַנקװאָרט דער רױטער אַרמײ, װאָס נעמט שעפֿטום איבער די געליטענע קינדער; נאָכן מיטינג זײַנען די קינדער אַרױסגעטראָטן מיט געזאַנג און דעקלאַמאַציע, עס האָבן געקלונגען די שײנע פּאָעטישע פֿערזן פֿון דוד האָפֿשטײן און פּרץ מאַרקיש װעגן אונדזער גרױסער רעװאָלוציע און עס איז געװען רירנדיק צו זען, װי די יונגע ייִדישע מײדלעך, װאָס דער שױדער און שרעק איז ערשט ניט לאַנג פֿאַרשװוּנדן פֿון זײערע אױגן, האָבן זיך געטוליעט צו די הױכע רוסישע קאַװאַלעריסטן און צו זײערע שװערדן, און יענע האָבן מיט פֿאָטערלעכער צאַרטקײט זײ די קעפּלעך געגלעט. די דאָזיקע סצענע איז פֿאָטאָגראַפֿירט געװאָרן און יאָרן־לאַנג האָב איך בײַ זיך אױפֿגעהיט די זעלטענע פֿאָטאָגראַפֿיע פֿון דער רירנדיקער אײניקײט צװישן די רוסישע קאַװאַלעריסטן און די קלײנע ייִדישע קינדער פֿון שטעטל אָבאָדאָװקע, אױף פּאָדאָליע.

די רײַזע האָט זיך געענדיקט. די רײַזע־אײַנדרוקן האָב איך פֿאַרצײכענען, אין פֿאָלקאָמבילד האָב איך צוגעשטעלט אַ גענױעם באַריכט װעגן דער אָּפּגעטאָנענער אַרבעט אין די קינדער־אַנשטאַלטן, װעלכע איך האָב באַזוכט און זיך גיך גענומען קלײַבן װידער אין װעג. ס’איז שױן אױגוסט־חודש, עס הײבט זיך אָן דער אױפֿנעם אין די הױכשולן, און דאַרף אײַלן קײן קיִעװ, װידער קײן קיִעװ.

המשך קומט

Leave a comment