— ליטעראַטור־פֿאָרשער. געבוירן אין דערפֿל קאָמעראָוו, לעבן סעקורען, בעסאַראַביע. זיך געלערנט אין חדרים און ישיבֿות און נאָכן פֿאַרענדיקן דעם העברעיִשן לערער־סעמינאַר אין טשערנאָוויץ אָנהייב 1930ער יאָרן געאַרבעט אין אַ קאָלאָניע פֿאַר שול־קינדער, דערנאָך געווען לערער אין ייִדישע שולן פֿון רומעניע. אין יענע יאָרן דעביוטירט ער מיט אַרטיקלען און פֿאָרשונגען אין ”טשערנאָוויצער בלעטער“ און אין אַנדערע אויסגאַבעס, צווישן זיי — ”דער היסטאָריקער און פֿאָלקלאָריסט פֿון די רומענישע ייִדן“ (וועגן משה שוואַרצפֿעלד), ”שאָול גינזבורג און די היסטאָריאָגראַפֿיע פֿון די ייִדן אין רוסלאַנד“ און ”ליטעראַטור און געשיכטע“; געדרוקט אויך לידער און קריטישע אָפּהאַנדלונגען. אין די מלחמה־יאָרן (1941־1945) געלעבט ווי אַ פּליט אין מיטל־אַזיע, דערנאָך אין מאָסקווע, געווען פּעדאַגאָגישער לייטער אין דער ייִדישער טעאַטער־סטודיע, געדרוקט ליטעראַרישע מאַטעריאַלן אין דער צײַטונג ”אייניקײַט“. גענוצט פֿאַרשיידענע פּסעוודאָנימען: לייזער נעכעס, אַ בעסאַראַבער, ל. דינעסמאַן, ל. יצחקי, א. ישׂראלי, אַ טשערנאָוויצער, אַ סעקורענער, אַ פּורס, דער בוקאָניסט. פֿון 1951 געלעבט אין ריגע, לעטלאַנד. ווען אין 1961 האָט אין מאָסקווע אָנגעהויבן דערשײַנען ”סאָוועטיש היימלאַנד“, האָט ער געפֿירט אין דעם זשורנאַל די אָפּטיילן ”נאָטיצן אויפֿן קאַלענדאַר“, ”נאָטיצן פֿון אַ ייִדישן בוקאָניסט“ וועגן שרײַבער און ווערק. פֿון 1965 פֿאַרעפֿנטלעכט גרעסערע עסייען צו דער געשיכטע פֿון דער ייִדישער ליטעראַטור און שפּראַך, צוגעגרייט צום דרוק דעם ניסתּרס ניט־פֿאַרעפֿנטלעכטן מאַנוסקריפּט ”פֿון פֿינפֿטן יאָר“ (1964) עולה געווען, געוואָרן לעקטאָר פֿון ייִדישער ליטעראַטור אין תּל־אָבֿיבֿער אוניווערסיטעט, פֿאַרעפֿנטלעכט גרעסערע פֿאָרש־אַרבעטן וועגן די ייִדישע כּתבֿים פֿון יהודה־לייב גמוז (גאַמוז) אין ”פּינקס פֿאַר דער פֿאָרשונג פֿון דער ייִדישער ליטעראַטור און פּרעסע“ (נ״י, 1974) וועגן איציק מאַנגערן א״אַ, געווען אַ מיטגליד פֿון זשורי פֿון דוד האָפֿשטיין־פּרײַז, לאַורעאַט פֿון דער דאָזיקער פּרעמיע (דריטע פֿאַרטיילונג, 1989), לאַורעאַט פֿון דער מאַנגער־פּרעמיע (1984).
אליעזר פּאָדריאַטשיק
(פֿון בוך „שמועסן מיט אַנדערע און מיט זיך‟)
„מדוש־פּנחס‟
„…מיר גייען צום שלוס פֿון אונדזער געשיכטע. און מערערע װעלן פֿרעגן פֿאַרװאָס „מדרש־פּנחס‟?.. און משה אַלטמאַן ענטפֿערט נישט, פֿאַרװאָס טאַקע האָט ער אָנגערופֿן איינס פֿון זײַנע אײגנאַרטיקסטע װערק מיטן נאָמען פֿון אַן אַלט חסידישן ספֿר. אין פֿאַרשיידענע ערטער פֿון װערק איז דער מחבר בלױז מרמז, אַז זײַן הויפּטהעלד, יוסף, איז געווען צוגעבונדן צו אָט דעם אַלטן ספֿר און אַז ער פֿלעגט אים האַלטן שטענדיק צוקאָפּנס אונטערן קישן.
„אַ פּאָר שעה פֿאַרן סוף האָט ער אַ מאָן געטאָן, מען זאָל אים געבן דאָס חסידישע ספֿרל „מדרש־פּנחס‟… נישט געהאַט קיין כּוח עס צו האַלטן, האָט ער געבעטן דעם יונגן־מאַן און יענער האָט עס געהאַלטן פֿאַר אים און ער האָט אַרײַנגעקוקט. ער האָט זיך מיט דעם ספֿרל שױן נישט צעשיידט ביז צום סאַמע לעצטן‟.
װאָס זשע אין דאָס פֿאַר אַן אַלט ספֿרל? און װאָס האָט אין אים געזוכט משה אַלטמאַנס טיף דענקענדיקער העלד, יוסף, און בכלל, װאָס פֿאַר אַ שײַכות האָט דאָס אַלטע חסידישע ספֿרל מיט איינעם פֿון די מאָדערנסטע ראָמאַנען אין דער ייִדישער ליטעראַטורוי
ווען מען קלאָרט פֿאַר זיך צוערשט אויס װאָס עס שטעלט מיט זיך פֿאָר דאָס חסידישע ספֿרל „מדרש־פּנחס‟, באַנעמט מען בעסער דעם זין פֿאַר װאָס משה אַלטמאַן האָט לויט אים אָנגערופֿן זײַן ראָמאַן. װי גוסטאַװ פֿלאָבער, האַלט אויך משה אַלטמאַן, אַז די רעאַליטעט פֿאַרדאַרבט, פֿאַרגװאַלדיקט און פֿאַרשוועכט דעם טיפֿן זין פֿונעם לעבן. דערפֿאַר איז צומאָל בעסער זיך ווענדן צום נישט רעאַלן, צום מיסטעריעזן, אין וועלכן עס זענען פֿאַרבאָרגן די פֿאַרהוילענע סודות פֿונעם זײַן.
…נאָר לאָמיר זיך נישט פֿאַרלויפֿן דעם וועג און צום אַלעם ערשטן זיך דורכשמועסן וועגן דעם אַלטן „מדרש פּנחס‟, װאָס שלענגלט ווי אַ רױטער פֿאָדעם אַרום אַ מאָדערנע קינסטלערישע שאַפֿונג און גיט איר צו אַ באַזונדערן חן און אַראָמאַט.
אייניקע פּרטים וועגן דעם ספֿר געפֿינען מיר טאַקע אין משה אַלטמאַנס ראָמאַן גופֿא:
„מדרש־פּנחס‟, דערציילט זיך דאָרט, איז אַ באַקאַנט חסידיש ספֿרל. עס אין צו אונדז דערגאַנגען אין אַ נעבעכדיקן צושטאַנד: איין טעװעלע אָפּגעריסן, און עס האָט אַ פּנים ווי אַ פֿויגל מיט איין פֿליגל…
אויף דעם געבליבענעם טעוועלע איז פֿאַרשריבן מיט יענעם כאַראַקטעריסטישן כּתבֿ, לויט װעלכן מען קען דערקענען, אַז דער, װאָס האָט עס געשריבן, האָט געקערט צום אָרעמען לומדישן גראַד — אונטן:
„לבני מחמל נפשי יוסף נ”י אשר נפשי קשורה בנפשו השי”ת זאָל אים באַשיצן‟… און העכער, אָפּגעריבן, כּמעט נישט צום לייענען:
„שייך… פּנחס בן יוסף בן אַבֿרהם‟ (װײַטער איז נישט צום לייענען)..‟
פֿאַרשטייט זיך, אַז מיר לאָזן נישט אַרױס פֿון זינען, אַז אין דעם ראָמאַן האָט דער עפּיזאָד מיטן אַלטן „מדרש־פּנחס‟ אַן אויסשליסלעך געדאַנקלעך־קינסטלערישע פֿונקציע, אַז מען באַדאַרף נישט אויפֿנעמען די אינפֿאָרמאַציעס וועגן אים אין דעם בוכשטעבלעכן און ביבליאָגראַפֿישן זין. משה אַלטמאַן איז מיט זיי אויסן מרמז צו זײַן אויף די פֿאַרהוילענע פֿעדעם און סימבאָלן װאָס פֿאַרבינדן דורות און צײַטן.
קלערנדיק וועגן זיך, וועגן זײַן דור, װאָס האָט זיך גײַסטיק געשטאַלטיקט צוישן מלחמות און רעװאָלוציעס, האָט דער הויפּט-העלד, יוסף, זיך אַריבערגעטראָגן צו דער צײַט פֿון זײַן אייגענער קינדהייט:
„…דער טאַטע. די מאַמע. ווינטער. שכנים. קרובֿים. מען דערציילט זיך מעשׂיות וועגן רב זוסיעלען, זײַן באַרימטן צדיק…
…איז רב זוסיעלע אַרומגעגאַן איבער דער שטוב און געטענהט: גאָטעניו, זוסיעלע איז הונגעריק!.. גאָטעניו, זוסיעלען איז קאַלט!..
יוסף האָט זיך דערװאַרעמט גייענדיק. אָנגעהויבן אַרײַנטראַכטן, אָפּפֿרעגן: …װאָס איז זי געווען, אָט די הנאה פֿון די מעשׂיות וועגן רב זוסיעלען? וועגן די אַנדערע? מיט װאָס פֿאַר אַ כּוח האָבן זיי דערװאַרעמט די הערצער, דערהאַלטן די נשמה, אינמיטן אַזוי פֿיל דחקות און אַזוי פֿיל יסורים?…
און איצט לאָמיר זיך צוריק אומקערן צום אַלטן ספֿר „מדרש־פּנחס‟. עס שטעלט מיט זיך פֿאָר אַ מין אױסװאַל פֿון אַפֿאָריזמען, סענטענצן, ווערטלעך, מידות און פּאַסירונגען, װאָס עס האָבן פֿאַרגעדענקט און פֿאַרשריבן די תּלמידים און חסידים פֿון רב פּנחס שאַפּירא, אָדער פּנחס דער גרויסער, ווי זײַנע מיטצײַטלער האָבן אים גערופֿן (1728־1791),
און אין אונדזער צײַט האָט דער דיכטער י. י. סיגאַל, אַליין אַ יליד קאָרעץ, געשריבן, אַז ער איז געווען: „דער פּשוטסטער פֿון אַלע ייִדן, דער ייִדישסטער פֿון אַלע ייִדן.‟
פּנחס שאַפּירא — איינער פֿון די גרונטלייגער פֿון דעם חסידיזם, איז אויך באַקאַנט געװען מיטן נאָמען, „דער קאָרעצער‟, לױטן וואָלינער שטעטל, אין וועלכן ער האָט אַ סך יאָרן געלעבט און געװירקט. זײַנע תּלמידים דערציילן, אַז ער האָט ליב געהאַט האָבן צו טאָן נאָר מיט פּשוטע פֿאָלקס-מענטשן. אַז ער פֿלעגט נישט פּראַװען קיין טישן און נישט דערציילן קיין װוּנדער-געשיכטן, װי עס פֿלעגן זיך נוהג זײַן אַנדערע חסידישע רביים פֿון זײַן דור, מיט זײַנע תּלמידים האָט ער ליב געהאַט רעדן וועגן איינפֿאַכע מענטשלעכע מידות: גוטקייט און שלעכטקייט, כּעס און מילדקייט, עניוות און גאווה א. ד, ג. „װילסטו וויסן, װוּ יענער אין שלעכט, טו אַ קוק, װי דו ביסט גוט‟ — איז געװען איינער פֿון זײַנע באַליבטסטע אַפֿאָריזמען.
אין דעם „מדרש־פּנחס‟ אין נישט פֿאַראַן יענער דעמאָנאָלאָגישער גײַסט, פֿון וועלכן עס איז באַהערשט אַ גרויסער טייל פֿון דער חסידישער ליטעראַטור, ב פּנחס קאָרעצער איז, דאַכט זיך, דעם גדר פֿון דער ערד נישט אַריבערגעטראָטן, דער מענטש, זײַנע מעלות און חסרונות, איז די עיקר־טעמע פֿון זײַנע טענדענצן, ווערטלעך און אַפֿאָריזמען.
משה אַלטמאַן האָט אין פֿאַרשײדענע סיטואַציעס ליב געהאַט נאָכדערצײלן רב פּנחס קאָרעצערס אַ סענטענץ: „אין רעדן פֿון אַ מענטשן ליגט אַ חיות און אין שרײַבן פֿון אַ מענטשן ליגט אַ נשמה. והא ראיה: עס שטייט געשריבן אין פּסוק: נפשו יצאה בדברו. במילא קומט אױס, אַז אַ מענטש רעדט אָדער שרײַבט ליגנס איז ער רוצח־נפֿש. דערצו האָט ר’ פּנחסל צוגעגעבן: ווען איך װאָלט געקאָנט פֿאַרשרײַבן אַלץ װאָס איך זאָג — װאָלט איך אַרײַנגעבראַכט אַ סך חיות אין ייִדישע נפֿשות‟.
משה אַלטמאַן איז געבענטשט געװען מיט דער ברכה פֿון פֿאַרשרײַבן. אין זײַנע װערק איז פֿאַראַן אַן אייגנאַרטיקער חיותדיקער מעדיום. באַזונדערס איז עס בולט אין זײַן ראָמאַן „מדרש־פּנחס‟. דעם הויפּט-העלד פֿון דעם ראָמאַן, יוספֿן, האָט ער זיך פֿאָרגעשטעלט ווי אַ גליד פֿון פּנחס קאָרעצערס משפּחה. ווי זײַן גײַסטיקן יורש. ער שילדערט אים ניט װי קיין פֿאַנאַטישן און בלינדן נאָכפֿאָלגער פֿון דעם קאָרעצערס דרכים. פֿאַרקערט, אין אייניקע פֿון דעם קאָרעצערס אַלטע כּללים האָט ער אַרײַנגעלײגט אַ נײַעם אינהאַלט און באַדײַט שהזמן והמקום גרמם. אַ סך פֿון זיי אויך אָפּגעפֿרעגט.
„…דער זיידע האָט געלערנט, אַז גאָט איז די וועלט און די וועלט אין גאָט; דאָס גוטע און דאָס שלעכטע, די אמונה און די כּפֿירה, אַלץ גאָט. נאָר װאָס דען? אין אונס. דער גוטער וויילט אויס דאָס גוטע און דער שלעכטער דאָס שלעכטע…
פּשוט און גוט זיידע… אָבער װאָס טוט מען מיטן טעמפּל, מיטן קלויסטער? זיי האָבן בייזעס געבראַכט!.. דו זאָגסט, אַז גאָט דאַרף זיי נישט… מסכּים, זיידע, אָבער נבֿואה? װאָס טוסטו מיט נבֿואה? ווי אַזױ קומט נבֿואה צו רשעות?
און זע די הײַנטיקע נבֿיאים, זיי דינען צו דער עבֿודה זרה, זיי זינגען דאָך אַ לויב צו מלחמה!‟…
יוספֿס אייגענער גורל איז געווען אַ קאָמפּליצירטער און פֿאַרפּלאָנטערטער, דאָך שטראָמט פֿון אים אַן אינערלעכע גײַסטיקע קראַפֿט. פֿאַר דער דאָזיקער געשטאַלט איז נישט כאַראַקטעריסטיש „אַ יענוועלטישע אויסגעטוענקייט פֿון לײַדנשאַפֿט‟, װי ס’האָט געמיינט דער ליטעראַטור-קריטיקער שלמה ביקל. ער איז גיכער פֿון אַלץ איבערגעלאָדן פֿון ערדישע און מענטשלעכע ליידן. אַ מין מאָדערנער פּראָמעטעוס, װאָס לײַדט, נישט אַזױ פֿונעם רויב-פֿויגל, װאָס עסט אים די „אינגעוויידן‟, ווי פֿונעם צוגעשמידט זײַן צום האַרטן ערדיש־שטיינערנעם פֿעלדז. די עטישע און סאָציאַלע װידעראַנאַנדן און אומגערעכטיקייטן פֿאַרשאַפֿן אים ממש פֿיזישע ווייטיקן. עס פֿאַרפֿאָלגט אים אַ שטאַרקער שולד־געפֿיל, פֿאַרװאָס ער איז געשטאַנען אין אַ זײַט אין די סאַמע אַנטשײדנדיקסטע מאָמענטן פֿון דער געשיכטע. ווען עס איז באַשטימט געװאָרן דער גורל פֿון זײַן אייגן פֿאָלק, איז ער געווען פֿאַרטאָן מיט אַבסטראַקטע פּראָבלעמען פֿון וועלט־דערלייזונג. עס האָט געמוטשעט אים דער געוויסן, פֿאַרװאָס ער האָט עובֿר געווען אויף איינעם פֿון די גרונט-פּרינציפּן פֿון זײַן אורזיידנס „מדרש פּנחס‟: אַל תפרוש מן הצבור — זאָלסט זיך נישט אָפּזונדערן פֿון ציבור…
דאָס אייגנטלעך אין די גרונט־אידעע פֿון משה אַלמאַנס ראָמאַן „מדרש פּנחס‟. די דראַמע פֿון דער משפּחה קראָכמאַל, װאָס װערט אין אים געשילדערט, די דערציילונג וועגן דער דעמאָנישער פֿרוי מאַריאַנע, וועגן עגאָצענטרישן שרײַבער און באָהעם, די פּערעפּעטיעס פֿון דעם אײביק גריבלענדיקן זיך אין זיך — מאָטל אומרו א”א — זענען, װי משה אַלטמאַן פֿאַרצייכנט אין אַן אָרט, נישט מער ווי אַ „ראָמאַנסירטער‟ קאָמענטאַר צו דער הויפּט־אידעע פֿון דעם ווערק.
דער ראָמאַן „מדרש־פּנחס‟ פֿאַרנעמט אַ צענטראַל אָרט אין משה אַלטמאַנס ליטעראַטור שעפֿערישן וועג, װאָס ציט זיך איבער אַ האַלבן יאָרהונדערט, פֿאַראַן אין אים אַ ־ך אױטאָביאָגראַפֿישעס. אין דעם הױפּט־העלד, אין יוספֿן, איז פֿאַראַן אַ סך פֿון אַלטמאַנס פּערזענלעכע איבערלעבענישן און וועלט־שפּירונגען.
משה אַלטמאַן איז געווען איינער פֿון די ווערטפֿולסטע שעפֿערס אין דער מאָדערנער ייִדישער ליטעראַטור. די בולטע דערקען-צייכנס פֿון זײַן קינסטלערישער אינדיװוידואַליטעט איז דער סינטעז פֿון רעאַליזם און ראָמאַנטיזם, פֿון סקעפּטיציזם און אָפּטימיזם. זײַן ייִדיש לשון און סטיל פֿאַרמאָגן אַ ספּעציפֿישן ריטעם, װאָס דערמאַנט אין דער גראַציעזער עקספּרעסיווקייט פֿון דער טאַנץ־קונסט. זײַנע פּערסאָנאַזשן באַװעגן זיך װי אין אַ טאַנץ-ריטעם און די אַלגעמיינע אַטמאָספֿער פֿון זײַן שאַפֿן רופֿט זיך איבער מיט דוד בערגעלסאָנס קינסטלערישער פּיקחות, טורגעניעווס ליריזם און אַנאַטאָל פֿראַנס’ סקעפּטיציזם.
און אַזױ װי די רעאַליטעט פֿאַרדאַרבט, פֿאַרגװאַלדיקט און פֿאַרשװעכט הייליקייטן, ווענדט זיך צו מאָל משה אַלטמאַן, צום דעמאָנישן און מיסטעריעזן, אין װעלכן עס זענען פֿאַרבאָרגן די פֿאַרהוילענע סודות פֿון דעם אמתן זין אין לעבן. די רעאַלע געשעענישן ווערן בײַ אים פֿאַרװאַנדלט אין אַ מין איבעררעאַליסטישע האַלוצינאַציעס.
משה אַלטמאַנס שאַפֿן פֿאַרמאָגט אין זיך פּאַטאָס פֿאַר מאָראַלישער זויבערקייט און שטראָפֿרײד צום נאַציאָנאַלן און סאָציאַלן אומרעכט אין דער וועלט, דער מעדיום פֿון זײַנע ווערק איז די אומזיכערקייט פֿון ייִדישן קיום און דער אומרו אין ייִדישן לעבן צווישן ביידע װועלט-מלחמות; עס הערשט אין זיי אַ דריקנדיקע אַטמאָספֿער פֿון ערבֿ-קאַטאַסטראָפֿע. פֿאַרטיפֿנדיק זיך אין די ליידן פֿונעם יחיד, אין זײַן פֿאַטאַלן גורל, האָט משה אַלטמאַן באַװיזן אויך אויסצודריקן דעם אַלגעמײנעם „וועלטשמערץ‟ פֿון זײַן דור און פֿון זײַן צײַט.
זעלטן װער אין דער הײַנטיקער ייִדישער ליטעראַטור גלייבט אַזױ שטאַרק אין די שעפֿערישע פּאָטענצן פֿונעם ייִדישן פֿאָלק ווי משה אַלטמאַן „דאָס פֿאָלק גופֿא, — האָט ער געשריבן אין אַן אָרט, — איז צוגלײַך נאַציאָנאַל און אוניווערסאַל, אַלמענטשלעך… דאָס פֿאָלק איז דער פֿילאָסאָף פֿון אַלע פֿילאָסאָפֿן‟.
דער פֿאָלקס-כאַראַקטער פֿון משה אַלטמאַנס מאָדערנעם גאַנג אין דער ליטעראַטור איז בולט פֿון די רײַכע בילדער און אַסאָציאַציעס, װאָס ער שעפּט אַרױס פֿון אונטער די פֿאַרשיידענע פּלאַסטן אין דער געשיכטלעכער אַנטװיקלונג פֿון דעם פֿאָלקס יצירה, און באַזונדערס פֿון זײַן ייִדיש־הומאַניסטישן װעלטגעפֿיל: „מע טאָר נישט צווייפֿלען אין דעם מענטשן! מע טאָר נישט!.. איך װאָלט געװאָלט דערמאָנען מענטשן, אַז אַלץ װאָס לעבט איז שטערבלעך, ניט כּדי צו פֿאַראומערן דאָס לעבן, נאָר פֿאַרקערט, כּדי צו צווינגען טיפֿער עס צו שעצן, האָבן מער אָפּשײַ פֿאַרן לעבן, פֿאַר יעדנס לעבן…‟.