נאָטיצן פֿונעם רעדאַקטאָר — 108

בילד פֿון דוד שאָסטאַק: “ייִדישער אַנטיפֿאַשיסטישער קאָמיטעט”

די פֿאַרשוויגענע טראַגעדיע

דער 12טער אויגוסט 1952 איז, ווי באַוווּסט, אַ באַדינגלעכע סימבאָלישע דאַטע פֿון דער גרויסער טראַגעדיע, וואָס ס׳האָט אויסגעשפּילט אויף זײַן גלאַדיאַטאָרישער אַרענע דער בלוטיקער טיראַן פֿון 20סטן יאָרהונדער יאָסיף סטאַלין ימח־שמו מיט זײַן קליקע. אין אונטערשייד פֿון די צוויי אַנדערע אַנטיסעמיטישע אָרגיעס, וואָס דער רעזשים האָט דורכגעפֿירט נאָך דער צווייטער וועלט־מלחמה — די אַזוי גערופֿענע „קאַמפּאַניע קעגן קאָסמאָפּאָליטיזם‟ און „מערדער אין ווײַסע כאַלאַטן‟, — איז דער פּראָצעס קעגן די מיטגלידער פֿון דעם ייִדישן אַנטיפֿאַשיסטישן קאָמיטעט, דורכגעגאַנגען אָן אַן איבעריקן זשום און רעש, כ׳וואָלט אַפֿילו געזאָגט, בשתּיקה, אין די ווענט פֿון דער לוביאַנקע אין מאָסקווע און אין אירע פֿיליאַלן איבערן לאַנד.

פֿאַר וואָס אַזוי? מחמת דער „ייִדישער אַנטיפֿאַשיסטישער קאָמיטעט‟ איז געווען אַ באַקאַנטע אינסטיטוציע, באַזונדערס נאָך מיכאָעלסעס און פֿעפֿערס שליחות אין 1943 איבער די פֿאַראייניקטע שטאַטן, מעקסיקע און קאַנאַדע. דעם באַטײַט — סײַ מאָראַלישן און סײַ פֿינאַנציעלן — איז נישט איבערצושאַצן. אַז מע קאָן נישט אַראָפּשלינגען, שפּײַט מען אַרויס. די קאָמוניסטישע מאַכט אין סאָוועטן־פֿאַרבאַנד האָט אַזאַ אויפֿטו מצד די צוויי ייִדן נישט געקאָנט אַראָפּשלינגען. פֿון דער אַנדערער זײַט, זיך אָפֿן אָפּרעכענען האָט איר אויך נישט געפּאַסט סײַ פֿאַר דער וועלט בכלל און סײַ פֿאַר דער ייִדישער וועלט־גאַס, וועלכע איז געווען געדיכט באַזעצט מיט קאָמוניסטן און סימפּאַטיזירנדיקע דעם סאָוועטן־פֿאַרבאַנד. האָט זי די גאַל אויסגעשפּיגן אין פּנים פֿון דער פֿירערשאַפֿט פֿונעם אַנטיפֿאַשיסטישן קאָמיטעט, אָנהייבנדיק פֿון דעם בלוטיקן פֿאַרס מיט מיכאָעלסעס מאָרד.

די אַלטע ליבע צו גרויסע פּראָצעסן, אויף וועלכע עס ווערן „דעמאַסקירט די שׂונאים פֿון סאָוועטישן פֿאָלק‟, איז אָנגעגאַנגען, אָנהייבנדיק זיך גלײַך נאָך דער אָקטאָבער־רעוואָלוציע, אָן אויפֿהער. צווישן זיי האָבן פֿרוכטבאַר געאַרבעט די אַזוי גערופֿענע „טרויקעס‟. אויף אַזאַ אופֿן האָט די סאָוועטישע רעכט־סיסטעם צוגעשטעלט מיליאָנען קנעכט פֿאַר דעם תּפֿיסה־קאָנטינענט „גולאַג‟.

זיך באַגרענעצן נאָר מיטן אינערלעכן פּראָצעס איבער די „פֿאַררעטערס‟ פֿונעם ייִדישן אַנטיפֿאַשיסטישן קאָמיטעט, איז פֿאַר דער מאַכט פֿאָרט געווען נישט גענוג ווערטפֿול. האָט זי אַרויפֿגעוואָרפֿן איר געדיכטע פֿאַרברעכערישע נעץ אויף די ייִדישע פּען־ און קולטור־טוערס, וואָס ס׳רובֿ פֿון זיי האָבן געוווינט אין די ערטער, טראַדיציאָנעל באַזעצט מיט ייִדן: אוקראַיִנע, ווײַסרולאַנד און מאָלדאַוויע.

די צוויי באַרימטע פּראָצעסן — איבער די דאָקטוירים און קאָסמאָפּאָליטן — האָבן נאָך לאַנגע יאָרן דערמאָנט אין זיך די סאָוועטישע ייִדן און אָנגעוואָרפֿן אַ שרעק אַפֿילו אויף די דורות, וואָס זײַנע געבוירן געוואָרן נאָך די רדיפֿות. דער מישפּט איבער די טוערס פֿון ייִדישער קולטור און ליטעראַטור, איז פֿאַרבליבן פֿאַרשוויגן, סײַדן נאָר די נאָענטע פֿון די געליטענע האָבן עס געפֿילט און געשטיקט אין זיך דעם ווייטיק.

פֿאַר וואָס איז אַזוי געשען? ס׳רובֿ פֿון דער ייִדישער באַפֿעלקערונג, בפֿרט די יוגנט, האָט נאָך דער פּראָלעטאַרישער רעוואָלוציע זיך אָנגעכאַפּט מיט ביידע הענט אין די ביז אַהער ניט־צוטריטלעכע מעגלעכקייטן: גרויסע שטעט, ריזיקע בויונגען, אָפֿענע טירן צו באַקומען הויכע בילדונג… דאָס נאַציאָנאַלע איז געוואָרן פֿאַררוקט אין אַ ווײַטן פֿינצטערן ווינקל פֿון פֿאַרגאַנגענהייט; אויפֿן אויבערפֿלאַך האָט זיך אויפֿגעהויבן דער שוים פֿון אינטערנאַציאָנאַלן. און ווי אַ פּועל־יוצא — אַסימילאַציע!

ווי מע זאָל זיך הײַנט נישט באַציִען צו דער טעטיקייט פֿונעם ייִדישן אַנטיפֿאַשיסטישן קאָמיטעט, צו אַנדערע ייִדישע אינסטיטוציעס — זאָל מען זיי רופֿן „רופּאָר פֿון די ייִדנסעקציעס‟, „פּראָפּאַגאַנדע מצד דער סאָוועטישער רעגירונג‟ און אַזוי ווײַטער, — זײַנען זיי אַלע געווען נאַציאָנאַלע ייִדישע אינסטיטוציעס, וואָס זײַנען בכּוח געווען אין יענע שוואַרצע יאָרן פֿון סטאַליניזם דערמאָנען די ייִדן פֿון דער גאָרער וועלט, אַז „אַלע טראָגן מיר אַחריות איינער פֿאַרן אַנדערן‟. די מיטאַרבעטער פֿונעם קאָמיטעט, די ייִדישע שרײַבערס, קולטור־און־געזעלשאַפֿטלעכע טוערס האָט זיך אײַנגעגעבן דורך דער געדיכטער זיפּ פֿון דער סאָוועטישער סיסטעם פֿון דעסטוועגן דורכזיפּן, אַ ביסל אמת וועגן דעם ייִדישן קיום אין סאָוועטן־פֿאַרבאַנד, באַזונדערס אין די נאָך־מלחמה־צײַטן. פֿאַר דעם ביסל אמת האָבן זיי באַצאָלט אַ גרויסן פּרײַז.

אין אַ האַלב יאָר נאָך דער טראַגישער דאַטע איז דער פֿאָטער פֿון אַלע פֿעלקער, דער טיראַן סטאַלין געבליבן ליגן אַ געליימטער אויפֿן דיל פֿון דער מלוכישער אונטערמאָסקווער דאַטשע, עלנט און אומבאַהאָלפֿן אין זײַן אייגענעם טינוף און השתּנה. שפּעטער מיט איבער אַ יאָר פֿון דער דאַטע, איז איבער די קאָרידאָרן פֿון לוביאַנקע, געפֿירט געוואָרן צום טויט סטאַלינס הויפּט־תּלין לאַוורענטי בעריאַ…

וואָס איז דאָס, גאָטס נקמה?

אויגוסט 26, 2026, ברוקלין/ניו־יאָרק

Leave a comment