מײַן מאַמע האָט געזאָגט

 

אלי שאַרפֿשטיין

„בײַ מיר איז ניטאָ קיין צאָך־מאָך אָדער כאַפּן פּעטש, אָדער געבן פּעטש!‟

די מאַמע איז אויף מיר אין כּעס, ווײַל איך האָב דורך אַ שפּאַרונע אין פֿאָרהאַנג אַרויסגעקוקט אין זאַל.
ווילנער ייִדישער פֿאָלקס־טעאַטער. 1960ער יאָרן
.

מיט דעם זאַץ האָב איך באַשלאָסן אָנהייבן מײַן אָנדענק־דערציילונג. ער כאַראַקטעריזירט מײַן מאַמען מער ווי אַלע שפּריכווערטלעך, וואָס זי האָט גענוצט טאָג־טעגלעך. צום באַדויערן, האָב איך זי קיין מאָל נישט אויסגעפֿרעגט וועגן אירע קינדער־יאָרן, וועגן איר לעבן, קיין מאָל נישט רעקאָרדירט זי. ס’איז כּמעט נישטאָ קיין ווידעאָ, וואָס מ’קען זי הערן, ווען די מאַמע דערציילט אָדער לײענט איינע פֿון די יצירות פֿון אירע באַליבטע דיכטערס — סײַ אויף רוסיש און סײַ אויף ייִדיש. ס’איז טאַקע אַ שאָד, אָבער וואָס קען איך טאָן הײַנט, איבער צוואַנציק יאָר נאָך איר אַוועקגיין?

הײַנט וויל איך אײַך באַקענען מיט אַ טייל פֿון מײַן מאַמעס לעקסיקאָן; דאָס וואָס איך און אונדזערע נאָענטע מענטשן האָבן פֿאַרגעדענקט און אײַנגעזאַפּט. אויב איר האָט זי אַמאָל געטראָפֿן, און איר האָט אויך פֿאַרגעדענקט עפּעס פֿון אירע אויסדרוקן, וועל איך זײַן גליקלעך צו קריגן פֿון אײַך כאָטש איין ווערטל פֿון אירע „פּערל‟, און כ’וועל עס אַרײַנשטעלן אין דער קומענדיקער אויפֿלאַגע פֿון דער־אָ יצירה.

מײַן מאַמע זינע איז געווען אַ מענטש פֿון „שוואַרץ און ווײַס‟. דאָס האָט איר שוין אַלײן פֿאַרשטאַנען פֿונעם ערשטן זאַץ. אָבער פֿריִער פֿון אַלץ איז זי געווען אַ מוסטער פֿון יושר, צדק, גערעכטיקײט און קלאָרן שׂכל. מיט איר ניכטערן קאָפּ האָט זי באַטראַכט און אַנאַליזירט די אינפֿאָרמאַציע און זי אויסגעלייגט אויף די „פּאָליצעס‟ פֿון איר זכּרון.

און אַ צונג האָט זי געהאַט — „אויסצופֿאָרן אַן אימפּעריע‟, ווי ס’וואָלט געזאָגט שלום־עליכם. וואָסער צונג, פֿרעגט איר? גלײַך ווי אַ ווירע און שאַרף ווי אַ גאָל־מעסער פֿון אַן אַלטן צירולניק. אירע מחשבֿות און לעבנס־וועג האָט זי אויסגעדריקט מיט יושר, אָן שרעק און צווייפֿל „וואָס וועלן לײַטן זאָגן‟. און אויב עמעצער האָט עס נישט פֿאַרשטאַנען און האָט געהאָפֿט, אַז זינע איז אַ יונגע און מ’קען איר פֿאַרדרייען דעם קאָפּ, האָט ער גלײַך געקראָגן אַ קלאָרן ענטפֿער:

— מיט אַ פֿינגער האָט מען מיך נישט געמאַכט!

איך האָב דאָ פֿאַר אײַך צונויפֿגעזאַמלט אויסדרוקן פֿון מײַן מאַמעס טאָג־שפּראַך. אַוודאי, נישט אַלע. נאָר די, וואָס איך האָב פֿאַרגעדענקט. טאָ זײַט אַזוי גוט, זעצט זיך אַוועק באַקוועם, פֿילט אָן אַ גלאָז מיט גוט פֿאַרקאָכטער טיי, קאַווע, ציקאָריע, אָדער גאָר אַ קליין גלעזעלע מיט משקה, און האָט הנאה.

וועגן געזונט

נאָך אין די אַלטע צײַטן, צווישן דער זעקס־טאָגיקער מלחמה און אונדזער עליה, האָט מײַן מאַמע געהאַט אַ מין אויסדרוק, וואָס האָט באַשריבן ווי זי האָט זיך געפֿילט מיטן געזונט:

— נאַצער זאָל אַזוי דיכינען, ווי גוט איז מיר הײַנט!

„דיכינען‟, הייסט „אָטעמען‟. דאָ האָט זי גענוצט אַ פֿאַרייִדישט רוסישן וואָרט, „דעכען‟. נאָר ווען גאַמאַל אַבדול נאַצער איז פּלוצלונג אַוועק אויף יענער וועלט, האָט מײַן מאַמע אויסגעביטן דעם „שולדיקן‟ אויף אַנואַר סאַדאַטן:

— אוי, סאַדאַט זאָל אַזוי לעבן, ווי איך שפּיר זיך!

און ווען דער פּרעזידענט סאַדאַט האָט אונטערגעשריבן אַ שלום־הסכּם מיט מנחם בגינען און מיט מדינת־ישׂראל, האָט מײַן מאַמע גלײַך „אַריבערגעשפּרונגען‟ צו אַראַפֿאַטן. אַ סימן, אַז זי איז תּמיד געווען הײַנטצײַטיק, צוגעפּאַסט צו דעם, וואָס ס׳קומט פֿאָר אין ישראל און אין דער וועלט.

וועגן געסט

בײַ אײַך האָט אַ מאָל געטראָפֿן, אַז די געסט זיצן און זיצן, הייבן שוין אָן צו זיפֿצן, גענעצן און קרעכצן… אָבער אַוועקגיין אַהיים? וואָס עפּעס? איר זײַט שוין מיד און שלאָפֿט אײַן שטייענדיקערהייט. און די געסט זײַנען צעשלײַדערט איבער די פֿאָטעלן אין גאַסטצימער און רירן זיך נישט פֿון אָרט. איז וואָס זשע טוט מען? מײַן מאַמע האָט עס פּטור געמאַכט מיט אַ פֿראַגע:

— טײַערע געסט! די באַלעבאַטים זײַנען אײַך נאָך נישט דערעסן געוואָרן?

וועגן נאַראָנים

דער מאַמען איז תּמיד געווען שווער מיט נאַראָנים, מיט טיפּשים. „שווער‟, האָב איך געזאָגט? זי האָט זיי פּשוט נישט געקענט לײַדן!

— בעסער מיט אַ קלוגן צו פֿאַרלירן, איידער מיט אַ נאָר צו געפֿינען.
— עס זאָל מיר צוקומען, וואָס אים פֿעלט.

— ער איז אַ נאַר מיט אַ צעטל.

און וואָס, אויב דער נאַר האַלט זיך „משה־גרויס‟, מאַכט פֿון זיך אַ גאַנצן “יאַטעבעדאַם‟ און האַקט אַ טשײַניק אָן אַ שיעור? די מאַמע קלעפּט אים שוין צו אַ קוויטל:

— ער איז אַ פּ־ץ ויאמר.

אָבער וואָס, אויב אַ נאַר זאָגט אויך אַמאָל אַ קלוגע זאַך? ס’קען טרעפֿן, ניין?

— זע נאָר, זע נאָר… אַ נאַר אַ נאַר און שאָקלט זיך!

אָבער ווען דער טיפּש רעדט און רעדט, קיין קלוג וואָרט הערט מען ניט פֿון אים, און פּלוצלונג דאַרף ער אַרויסגיין אַוווּ דער קיסר גייט צו פֿוס. זינע באַגלייט אים מיט אַזאַ־אָ וווּנטש:

— גיי, גיי… פּיש זיך אויס, וועט דיר דער נאַר אַרויס!

וועגן טויט

ווען עמעצער איז אַוועק אין דער אייביקײט, און „טאַקע אויף אַן אמת‟, ווי די מאַמע וואָלט געזאָגט, און אַן אַנדער ייִד האָט זיך געווענדט צו איר מיט אַ שאלה:

— זאָגט מיר, זינע, פֿון וואָס איז ער נעבעך געשטאָרבן?
— פֿון טויט! פֿון וואָס שטאַרבט מען דען?

נו, קענט איר זאָגן, אַז זי איז ניט גערעכט?

ווען ס’איז געקומען אַ צײַט, און אין אונדזער פֿאַמיליע זײַנען די טאַנטעס און די אָנקלס ביסלעכווײַז אָנגעהויבן ווערן אַלץ עלטער און עלטער, אַלץ קראַנקער און קראַנקער, האָט די מאַמע „אויסגעקראַצט‟ אַ זאַץ אויף רוסיש דווקא, אַ ציטאַטע פֿון אַ באַוווּסטן סאָוועטישן פֿילם, און דאָס האָט באַשריבן דעם מצבֿ בעסער פֿון אַַלץ:

— Кажется, что мы накануне грандиозного шухера.

אויף ייִדיש קלינגט עס אַזוי:

— דאַכט זיך, אַז מיר זענען ערבֿ אַ גראַנדיעזער האַוועניש… 

און, ווי אַלע מאָל, איז זינע געווען גערעכט. עס זײַנען אַוועק בלויז עטלעכע מאָנאַטן, און מיר האָבן אָנגעהויבן צו באַזוכן לוויות און שיבֿעות.

אויף אַלצדינג האָט מײַן מאַמע געהאַט אַן ענטפֿער, אַ פּאַסיק ווערטל.

וועגן אַ מענטש, וואָס תּמיד קלאָגט ער זיך, תּמיד איז ער נישט צעפֿרידן מיט עפּעס, תּמיד האָט ער טענות צו אַנדערע:

— ער איז טאַקע אַ שווערער פּאַסאַזשיר!

וועגן שפּראַכן, וואָס זי האָט נישט גערעדט:

— פֿראַנצויזיש איז דאָך מײַן מאַמע־לשון: מײַן מאַמע האָט נישט געקענט, און איך קען אויך נישט!

וועגן עמעצן, וואָס רעדט ניט אַזוי קלאָר, די ווערטער פֿאַרפּלאָנטערן זיך אים אין מויל און מע פֿאַרשטייט ניט קיין וואָרט:

— ער האָט דאָך אַ פֿול מויל מיט דיקציע!

וועגן אַ מאָטאָציקליסט, וואָס איז „דורכגעפֿלויגן‟ לעבן איר:

— ער איז אַ צײַטווײַליקער אײַנוווינער!

ווען צוויי ייִדענעס האָבן זיך פּלוצעם דערנענטערט, פֿאַרחבֿרט, אָבער פֿאַר דער מאַמען איז עס געווען אַ נאָווענע, אַ וווּנדער, ווײַל זי האָט פֿון דעם נישט געוווּסט:

— זיי פּישן אין איין גריבל.

וועגן אַ פּאַרשוין, וואָס זי האָט נישט געוואָלט רעדן וועגן אים:

— איך האָב אים אין טראָק!

טראָק — איז אַ קליין שטעטל צוואַנציק קילאָמעטער פֿון ווילנע. אויף איר לשון האָט עס געהייסן, אַז זי וויל אים נישט זען. און אָט האָט איר נאָך אַ ווערטל, געווידמעט דעם זעלבן פּאַרשוין:

— זאָל ער גיין אין באָד, פֿאַר איינס וועט ער זיך אויסוואַשן.

ווען אַ מענטש האָט זיך אַליין געהאַלט פֿאַר אַ גרויסן פֿאַרשטייער, אַ מבֿין אין אַלץ, אָבער באמת רעדנדיק, איז ער געווען זייער אַ קנאַפּער מומחה:

— ער איז אַ פּראָפֿעסאָר „מעלק־די־ציג‟.

פֿאַר מענטשן, וואָס דו הערסט פֿון זיי הוילע גוזמאָות, וועלכע דערציילן נישט קיין געהערטע מעשׂיות פֿון „טויזנט און איין נאַכט‟ און גלויבן אין זיי, האָט זינע געהאַט אַ גאַנצן לעקסיקאָן מיט שפּריכווערטלעך:

— הלוואַי וואָלט עס אמת געווען… (מיט אַ חסידישן ניגון)
— ס’איז אַזוי אמת, ווי אַ פֿלוי הוסט!
— ציפּקעס נסים!
— עס זאָל אים נאָר נישט שאַטן, וואָס פֿאַר אַ ליגן האָט ער הײַנט אָפּגעהאַקט!
— ווי אַזוי טוט אים נישט וויי די צונג פֿון אַזוי פֿיל ליגנערײַ?

מײַן מאַמע אין ישׂראל

וועגן דאָס זיבעטע געפֿיל

אין יאָר 1977-1973 האָט זינע געאַרבעט ווי אַ סעקרעטאַרין אין דעם „פֿאַראיין פֿון די סאָוועטישע ייִדן אין ישׂראל‟, אין אַ בנין אויף דער גאַס ירקון אין תּל-אָבֿיבֿ. זייער אָפֿט האָט דאָרטן באַוויזן זײַן פּנים מיט אַ לאַנגער ייִדישער נאָז אַ הויכער יונגער־מאַן — אַ נײַער עולה פֿון קאָוונע. ער איז געווען אַ נײַער מיטגליד אין דער אַרבעטער־פּאַרטיי און האָט זיך אַרומגעדרייט אין דעם פּאַרטיי־צענטער, אויף דער זעלבער גאַס נישט ווײַט. מיט וואָס האָט ער זיך גענוי פֿאַרנומען, האָט זינע נישט געוווּסט, און עס האָט זי נישט געאַרט. ער אַליין האָט זיך אַרויסגעשטעלט פֿאַר אַ גאַנצן קאַקער-קנאַקער, פֿאַר ווער ווייסט וועמען, זאָלן לײַטן מיינען, אַז ער איז עפּעס אַ וואַזשנע פֿיגור. מײַן מאַמע האָט אים גלײַך „צעשפּאַלטן‟ און פֿײַנט געהאַט. און דער יונגער־מאַן האָט עס געפֿילט. מער ווי איין מאָל האָט ער איר געפֿרעגט:

— זינע! פֿאַרוואָס האָסטו מיך אַזוי נישט ליב? וואָס האָב איך דיר געטאָן?
— פֿאַרוואָס האָב איך דיר פֿײַנט? ווײַל דו ביסט אַ שפּיאָן!
— אוי זינע, וואָס איז דאָס פֿאַר אַ רייד? דו מוזסט זיך שעמען פֿאַר אַזוינע
ווערטער!
— שעמען??? איך זאָג עס נאָך אַ מאָל: דו ביסט אַ שפּיאָן! ס׳וועט קומען אַ צײַט, אַז אַלע וועלן עס וויסן! דו ביסט אַ שפּי-אָן!!!

און וואָס מיינט איר? עס זײַנען אַוועק אַ יאָר צען, צוועלף נאָך מײַן מאַמעס נבֿואה, און מ’האָט דעם פּאַלגוטשניק אַרעסטירט, און טאַקע אויף אַן אמת, געמישפּט ווי אַ סאָוועטישן שפּיאָן, און אײַנגעזעצט אין טיורמע אויף נײַן יאָר! זײַן נאָמען איז געווען שבּתאי קאַלמאַנאָוויטש, און איך בין זיכער, אַז איר האָט געהערט וועגן דעם.

אַ פּנים, האָט מײַן מאַמע טאַקע געהאַט „אַ זיבעטן חוש‟.

מיט מײַן טאַטן

מײַן טאַטעס אמתער נאָמען איז געווען משה-הירש. לויטן פּאַס איז ער געווען „משה‟, אָבער צווישן פֿרײַנט האָט מען אים גערופֿן הירשל, הירשקע, אָדער מיטן רוסישן אויסרייד — גרישאַ. כּסדר, האָט זיך די מאַמע געווענדט צו אים „הירשעלע‟, „גרישענקע‟, “גרישולינקע‟. נאָר ווען זי איז געוואָרן אַ ביסל אין כּעס אויף אים, אָדער סתּם האָט זיך איר פֿאַרוואָלט מאַכן אַ סדר און באַווײַזן, ווער ס׳איז דאָ דער בעל־הבית, איז זי גלײַך אַריבעגעגאַנגען צו אַן אָפֿיציעלן טאָן: „משה!‟ — און נישט מיט אַן ייִדישן אויסרייד, נישט „מוישע‟, נאָר טאַקע „משֶה!‟, און מיט אַן אויסרוף־צײכן אויך:

— משה! מ’דאַרף ווינציקער רעדן!

אמונות־תּפֿלות

דערציילן וועגן מײַן מאַמען און נישט דערמאָנען די אמונות־תּפֿלות, איז ווי מאַכן אַ „מוציא‟ און נישט טועם־זײַן אַ שטיקל פֿריש אָפּגעבאַקטע חלה. איר ווייסט דאָך, אַז וואָס שײך צו די אמונות־טפֿלות, עם־ישׂראל האָט טאַקע ליב צו גלייבן אין פֿאַרשיידענע אָבערגלויבונגען, אָדער „זאַבאַבאָנעס‟, ווי מײַן מאַמע האָט עס גערופֿן. זינע איז נישט געווען קיין יוצא־מין־הכּלל אין דעם פֿאַל. אמת, קיין סך אמונות־תּפֿלות האָט זי נישט געהאַט, נאָר ווען זי האָט שוין געגלייבט אין עפּעס, איז עס געווען „הימל עפֿן זיך!‟ חס־וחלילה, מ’זאָל מאַכן אַן עבֿרה! וואָס איז פֿאַרבאָטן — פֿאַרבאָטן! ווען עמעצער האָט עפּעס אָפּגעטאָן, האָט ער גלײַך געקראָגן פֿון מײַן מאַמען אַ „נאַגאָניאַי‟ — אַ פּאָרציע פֿון מוסר־השׂכּל. און אַזוי ווי אָן אַ בײַשפּיל איז דאָס בלויז אַ מינדלעך רעגן פֿון פּוסטע רייד, האָט איר עטלעכע דוגמאָות צו פֿאַרזוכן.

— פֿריִער פֿון אַלץ — „ניע טשערעז פּאָראָג!‟ — דאָס הייסט, נישט איבערן שוועל! איבערן שוועל איז פֿאַרבאָטן צו קושן זיך, אַרומנעמען זיך, קוועטשן די הענט. און נישט וויכטיק, מ’טרעפֿט זיך אָדער מ’געזעגנט זיך. אַלע מוזן שטיין „אָדער דאָ אָדער דאָרטן‟ — אָדער אין שטוב אָדער אין דרויסן.

— ווען אַ קליין קינד, אַן עופֿעלע, מאַכט צופֿעליק אַ גענעץ, גלײַך מוז מען דרײַ מאָל אָפּשפּײַען: טפֿו-טפֿו-טפֿו! דאָס וויקלקינד ענטפֿערט מיט נאָך אַ גענעץ? שפּײַט מען ווידער! צו וואָס, פֿרעגט איר מיך? זאָל די נשמה פֿונעם קליינעם זיבעלע חס־ושלום נישט אַרויספֿליִען בשתן גענעצן. האָט איר געהערט אַזאַ מין מעשׂה?

— אַ רויטער פֿאָדעם איז שטענדיק געווען צוגעבונדן צו דעם שטרײַף פֿון איר סטאַניק (ליפֿטשיק, ברוסטהאַלטער). איין מאָל האָט זי אַפֿילו נישט אויסגעהאַלטן און אויסגעשטעלט דעם ליפֿטשיק מיטן רויטן שנירל פֿאַר אַ חרדישן נודניק גלײַך אין פּנים אַרײַן. וואָס האָט ער איר געטאָן? דער שנירל־הענדלער האָט זיך פֿאַרעקשנט צו פֿאַרקויפֿן דווקא מײַן מאַמען די גרויסע רויטע מציאה! און נאָך אויפֿן הייליקן אָרט בשעת אַ לוויה! איר קענט זיך פֿאָרשטעלן, ווי גיך איז ער אַנטלאָפֿן און פֿאַרשוווּנדן פֿון מײַן מאַמעס „מאָדע־אויסצוג‟.

— ס’איז נישט געווען קיין גרעסערער בראָך, ווי צעברעכן א שפּיגל. און ס’איז נישט וויכטיק וואָס פֿאַר אַ שפּיגל — אַ גרויסער, א קליינינק ווײַבער־שפּיגעלע, אַ שאַפֿע־שפּיגל צי אַ שפּיגל פֿון אַן אויטאָ. מ’טאָר נישט צעברעכן קיין שפּיגל און שוין! „ווײַל, — האָט זי אונדז טויזנט מאָל דערקלערט‟, — ווײַל דאָס קען ברענגען אַן אומגליק אין דער משפּחה חס־וחלילה. צוליב דעם קען עמעצער קראַנק ווערן צי חס־ושלום שטאַרבן. מיר קינדער האָבן געציטערט און זיך געהיט טויזנט היטן אַפֿילו ווען מיר האָבן בלויז געקוקט אין שפּיגל.

אויסמעקן אַן אַמאָליקן פֿרײַנט

אויף מײַן מאַמעס לשון „אַוועקשטעלן אַ צלם, האָט געהייסן אויסמעקן אַ מענטשן אויף אייביק! ממש אויף אייביק! איך האָב פֿאַר אײַך אָנגעשריבן אַ בײַשפּיל. צי האָט עס פּאַסירט אָדער ניט? ממש נישט וויכטיק. קענענדיק מײַן מאַמען, בין איך זיכער, אַז אַזאַ מין שמועס האָט געקאָנט טאַקע פּאַסירן צווישן אונדז. דער, וועגן וועמען עס רעדט זיך, איז טאַקע געווען אונדזער אַ חבר. שוין יאָרן נאָך דעם, ווען מײַן מאַמע איז אַוועק אין אייביקײט, האָב איך פֿאַרשטאַנען אויף וויפֿל איז זי געווען גערעכט מיט דער גאַנצער מעשׂה. טויזנט מאָל גערעכט!

— אויף מענטשן דאַרף מען קוקן אָן פֿאַרדאַכט! — האָב איך אָנגעהויבן איר צו דערקלערן מײַן אויגנבליק אויף דעם, וואָס איז געשען.

— און איך זאָג, אַז טאַקע מיט פֿאַרדאַכט! און בפֿרט, אַז עס רעדט זיך וועגן אַזאַ אויסוואָרף ווי ער.
— דאָס טאַקע קאָכט מײַן מענטשלעכער מוח נישט איבער. אַמאָל איז ער דאָך געווען דער בעסטער פֿרײַנד? און צו דעם, אַ מענטש ווי אַלע מענטשן… און הײַנט…
— קיין מענטש איז ער קיין מאָל נישט געווען. אַ מענטשן־פֿרעסער איז מער מענטש ווי ער. דער טײַוול זאָל אים כאַפּן.
— אָבער מאַמע, ערשט נעכטן זײַט איר געווען אַזוי נאָענט? און הײַנט איז ער שוין געוואָרן פֿאַר דיר אויס מענטש. עס קען אויסגיין די וועלט! אַוווּ איז דײַן מענטשלעכקײט?
— הער מיך אויס, מײַן טײַערער זונעניו. דער פּאַסקודניאַק איז טאַקע אַמאָל געווען אַ חבֿר, און אַפֿילו אַ גוטער חבֿר. נאָר זינט ער איז געוואָרן אַ „משה־גרויס‟, און באַשלאָסן, אַז ער קען זיך באַציִען מיט אַנדערע מענטשן ווי ער וויל, האָט ער פֿאַרלוירן דעם לעצטן טראָפּן פֿון מענטשלעכקײט. און טו מיר אַ טובֿה און הער אויף צו רעדן וועגן אים. איך וועל זיך באַגיין אָן אַזוינע אוממענטשן ווי ער.
— אַזוי מיינסטו?
— דאָס שטיק דרעק, דאָס קליינע מענטשעלע איז זיכער, אַז די וועלט דרייט זיך אַרום אים. איך אָבער האָב אים שוין צעקנאַקט און אויסגעמעקט.
— נו, וועסטו אים אויסמעקן, אָדער ווי דו זאָגסט, וועסט אַוועקשטעלן אויף אין אַ צלם, ס’וועט דיר העלפֿן? און וואָס וועלן די לײַטן זאָגן וועגן דעם?
— עס אַרט מיך? לײַטן־שמײַטן! פֿון מײַנעטוועגן קען ער גיין צו אַלדע רוחות! די וועלט איז פֿול מיט נבֿלות און ער איז איינע פֿון זיי!
— אָבער… אַ מענטש איז פֿאָרט אַ מענטש, אַפֿילו אויב ער איז נישט קיין מענטש, ווי דו זאָגסט. גאָט האָט באַשאַפֿן די וועלט אין זעקס טעג…
— איך בעט דיך! לאָז מיך אָפּ מיט גאָט! וואָס איז ער פֿאַר אַ מחותּן? ווען גאָט וואָלט באַשאַפֿן די וועלט אַזוי ווי באַדאַרף צו זײַן, וואָלטן אַזוינע אונטערוועלטניקעס נישט געבוירן געוואָרן אויף דער וועלט.
— אַלץ איינס מיין איך, אַז אויסמעקן מענטשן איז נישט קיין ייִדישע זאַך. די קהילה וועט דיר נישט מוחל זײַן.
— מוחל־שמויכל! לאָז מיך אָפּ מיט דעם שטיק גאָרנישט! פֿון מײַנעטוועגן קען ער פֿאַרברענט ווערן! דער מלאך־המוות זאָל אים נעמען!
— ס’איז דען מענטשלעך צו שילטן אַ לעבעדיקן מענטשן? ווינטשן אַ מענטש טויט? שיקן אים צו דעם מלאך־המוות?
— איך האָב אים געוווּנטשן טויט!? בײַ מיר איז ער שוין לאַנג גלײַך צו אַ מת. אַ לעבעדיקער מת. מיר אַרט נישט צי ער לעבט, צי ניט. אַבי ער זאָל זיך האַלטן ווײַט פֿון מיר! און יעצט — גענוג צו רעדן און צו פֿרעגן קלאָץ־קשאיות. איך האָב זיך מײַנע אייגענע דאגות, און טראַכטן וועגן אים איז נישט איינע פֿון זיי.

שפּריכווערטלעך אויף אַנדערע שפּראַכן

מײַן מאַמע זינע האָט געלעבט איבער צוואַנציק יאָר אין ווילנע, נאָר די ליטווישע שפּראַך האָט זיך צו איר נישט צוגעקלעפּט. זי האָט אויסגעלערנט בלויז עטלעכע ווערטער, וואָס האָבן איר געהאָלפֿן צו קויפֿן אין די קראָמען. וואָס האָט זי יאָ גערעדט נישט שלעכט? פּויליש. קען זײַן אַז צוליב אירע אוקראַיִנישע וואָרצלען. אין ווילנע האָט מען גערעדט אַ סך פּויליש. אויף דעם ווילנער מאַרק, צום בײַשפּיל, איז פּויליש געווען די הויפּט־שפּראַך. זינע האָט גערעדט מיט די פֿאַרקויפֿערס אויף זייער לשון, ווי אויך מיט אונדזערע פּוילישע שכנים. אַ פּנים, פֿון זיי האָט זי געהערט עטלעכע פּוילישע שפּריכווערטלעך און זיי גענוצט זייער אָפֿט. מיר האָבן זיך פֿאַרגעדענקט נאָר צוויי:

Jak bida, to do Żyda !

וואָס באַטײַט עס? לויט מײַן מאַמען האָט עס צוויי טײַטשן:

— אַז איר זוכט ווער זאָל אײַך העלפֿן, גייט צו דעם ייִד.

— אַז די גויים זוכן וועמען צו באַשולדיקן אין אַלערליי צרות אויף דער וועלט, באַשולדיקן זיי ווי אַלע מאָל דעם ייִד.

דאָס צווייטע שפּריכוואָרט געהערט צו אַ מצבֿ, ווען דיר איז שוין עמעצער נימאס געוואָרן, און דו ווילסט פֿון אים פּטור ווערן:

Ja pana nie pędzę, ale proszę pana — won!

אויף מאַמע־לשון קלינגט עס אַזוי:

— איך יאָג אײַך נישט, אָבער… גייט שוין אַוועק פֿון דאַנען!

אַ נאָכווערטל



ס’איז נישטאָ קיין טאָג, וואָס איך זאָל נישט דערמאָן מײַן מאַמען און איר אינדיווידועלן אויגנבליק אויף זאַכן, אויף אַלץ, וואָס קומט פֿאָר אין משפּחה און אין לאַנד. זי פֿעלט אונדז אַלעמען. הײַנט לעבן מיר אין אַ נײַער וועלט. אַלץ גייט און פֿליט פֿאָרויס. ווען די מאַמע וואָלט עס געזען, וואָלט זי עס באַשריבן אַזוי:

— די בײַטן צײַטן זיך!

Leave a comment