דוד עומר כּהן
דריטער און לעצטער טײל פֿונעם ציקל „מאַסאָנישע מעשׂיות‟
רבונו־של־עולם,
מסתּמא װעט דאָס פֿאַר דיר זײַן אַ חידוש צו לײענען מײַנעם אַ בריװ. מיט אַ פּאָר װאָכן צוריק האָב איך איבערגעלײענט די ערשטע צװײ ליבע־בריװ, װאָס מײַן מאַן האָט פֿאַרעפֿענטלעכט. דער ערשטער איז געװען אַ בריװ פֿון אַ תּלמיד, דער צװײטער — פֿון אַ תּלמיד־חבֿר. האָב איך אים דערנאָך געפֿרעגט, װי אַזױ ער האָט בדעה צו שרײַבן דעם דריטן און לעצטן בריװ, װאָס געהערט דעם מײַסטער, װײַל פֿאַר אַ מײַסטער האָבן זײַנע ברידער אים נאָך ניט געמאַכט. װען ער האָט מיר מסביר געװען דעם פּלאַן פֿאַר דער דריטער דערצײלונג, האָב איך זיך באַמיט צו בלײַבן פּאָזיטיװ, נאָר אין דער אמתן, האָב איך געמײנט, אַז ס’װעט אַרױס אַ בױדעם פֿון דעם. פּוסטע חלומות. זאָלסט אָבער װיסן, אַז װען מײַן געליבטער דוד האָט אין זינען עפּעס אַ קאָנסטרוקציע, קען מען פּרובירן אַלץ, װאָס מען װיל, נאָר ס’װעט העלפֿן װי אַ טױטן באַנקעס.
האָב איך געזאַמלט אַלע מײַנע שרײַבערישע כּוחות און צוגעגרײט אַ מעשׂה, דו זאָלסט האָבן װאָס צו לײענען. כ’בין זיכער, אַז מײַן מאַן װעט ניט האָבן קײן פֿאַראיבל: די ערשטע דערצײלונג האָט ער אָנגעשריבן אין דער פֿאָרעם פֿון אַ בריװ צו אַ קינד, װאָס קאָן בכלל ניט לײענען, שױן אָפּגערעדט פֿון ייִדיש, און אינעם צװײטן בריװ האָט ער אײן טײל פֿון זײַן פּערזענלעכקײט געלאָזט שרײַבן אַ בריװ צו אַ צװײטן. װעט ער זיכער ניט זײַן ברוגז, װען איכ’ל נעמען דאָס װאָרט צו פֿאַרבעסערן די מעשׂה, װאָס ער האָט געװאָלט דערצײלן. איך בין געװען אַ טײל פֿון די געשעענישן, װעלכע ער האָט אינעם כּתבֿ־יד באַשריבן, קען איך זאָגן בנאמנות, אַז קײן ליגן ליגט ניט דערינען.
אָבער לאָמיר, קודם־כּל, דערצײלן דיר, רבונו־של־עולם, גאָט פֿון אַבֿרהם, אָדער װי דוד װאָלט געזאָגט אין זײַן מאַסאָנישער חבֿרה, „העכסטער בױמײַסטער פֿון אַלע װעלטן‟ — אַז װען מײַן מאַן האָט געזאָגט, אַז ער װיל װערן אַ פֿרײַמײַער, האָב איך געמײנט, אַז קיין גוטס װעט פֿון דעם ניט אַרויס. יענע חבֿרה זײַנען סודותפֿולע אידיאָטן, װאָס דאַרפֿן פּשוט אַ תּירוץ זיך אָנצושיכּורן אַיעדע װאָך אָן װײַבער. װאָס מיר בױמײַסטער, װער מיר בױמײַסטער: אַלץ נײַן מאָס רײד! נאָר װען ער איז פֿאָרט אָנגעגאַנגען װײַטער מיט דעם דאָזיקן פּלאַן, האָב איך בהדרגהדיק געמוזט בײַטן מײַן מײנונג. ער האָט זיך ממש באַמיט צו װערן אַ בעסערער מענטש און זיך צו באַקענען מיט זײַנע מעלות און חסרונות. אַ חוץ דעם, האָב איך דערפֿילט, אַז ער האָט געפֿונען אַ שטיקל רו, און געפֿונען אין זיך אױך בעסערע װעגן מיר צו װײַזן זײַן ליבשאַפֿט פֿאַר מיר. װיל איך דערצײלן װעגן דעם טאָג, װען כ’האָב אַם־שטאַרקסטן געשפּירט, אַז ער איז ממש דער מאַנספּאַרשוין, מיט װעמען כ’װיל טײלן מײַן לעבן ביזן סוף.
ס’איז געװען אין פּאָרטאָ, װוּ מיר זענען אײַנגעשטאַנען אױף אַ װאָך װאַקאַציע אין גאָר אַ מאָדנעם האָטעל. סטיװען קינג האָט אַ מאָל באַשריבן אַזאַ אָרט אינעם בוך „דע שײַנינג‟ — אַ האָטעל, װוּ מע מײנט, אַז טאָמער מע בלײַבט דאָרט צו לאַנג, גייט מען באַלד אַראָפּ פֿון זינען. עס האָט אױסגעזען, אַז פֿריִער וואָלט דאָ געװען אַ קינאָ אָדער אַ טעאַטער. בײַם אָנבײַסן זײַנען מיר געזעסן אַיעדן אינדערפֿרי אין רעסטאָראַן זאַלבעצװײט, קײן אַנדערע געסט האָט מען אַרום ניט געזען. הינטער די װײַסע װענט האָט זיך געלאָזט הערן דער רעש פֿון אַ סערװירערין, װעלכע האָט צוגעגרײט דאָס עסן און די שױדערלעכע קאַװע, אָבער זען האָט מען זי געזען נאָר אַ צװײ־דרײַ מאָל. כאָטש אינעם רעסטאָראַן זײַנען געשטאַנען אַרום הונדערט בענקלעך, טונקעלע מיט אַ נידעריקן זיץ־טײל און גאָר אַ הױכן רוקן, האָבן מיר זיך געפֿרעגט, הלמאַי דאַרף מען אין אָט דעם האָטעל אַזױפֿיל ערטער, אױב יעצט, אינעם חודש מאַרץ, איז אַלץ װי אױסגעשטאָרבן.
יענעם אינדערפֿרי האָט דוד בײַם אָנבײַסן געװאָלט לײענען דעם ראָמאַן, „לײַט ייִרס‟, פֿון דזשײמס סאַלטער. װען כ’האָב אים געפֿרעגט, פֿאַר װאָס האַלט ער אַזױ שטאַרק פֿונעם בוך, האָט ער געענטפֿערט: „אַ מאָל איז שװער צו זאָגן, פֿאַר װאָס. פּונקט װי אין ליבע. מע װײס פּשוט, אַז מיט יענעם בוך װיל מען זיך קײן מאָל ניט געזעגענען.‟ כ’האָב געגעבן אַ שמײכל און זיך גענומען זוכן צו קויפֿן אַ מאָבילקע, װאָס איז דאָ אין פּאָרטאָ פֿאַר טוריסטן צו דערצעבן. די שטאָט איז מיר ניט אַזױ שטאַרק געפֿעלן געװאָרן, װי ליסאַבאָן מיט אַ פּאָר יאָר צוריק. פּאָרטאָ איז געװען טונקל. איבעראַל האָט מען געהערט אַ מוראדיקן רעש פֿון רענאָװירונגען, און אין װאָסער געשעפֿט מע זאָל ניט געווען אַרײַנגיין האָט מען באַלד דערפֿילט אַ שרעקלעכן ריח פֿון ביליקן פּאַרפֿיום, גלײַך װי די אײַנװױנער װאָלטן זיך אַזױ דערשראָקן פֿאַרן ריח פֿון יענעמס פּאַכװעס, אַז נאָר מיט אַן אױטאָמאַטישן פּאַרפֿיום־פֿאַרטײלער װאָלטן זיי געקענט פֿאַרהיטן זייערע נאָזלעכער. אַזוי איז געווען סײַ אינעם האָטעל, סײַ אין רעסטאָראַן און סײַ אין אונדזער צימער, װוּ אַן אױטאָמאַטיש פֿלעשל האָט אַרײַנגעשפּריצט אַ פּאָר טראָפּנס אַלע פֿינעף מינוט. בכלל האָבן די חבֿרה פֿונעם האָטעל ליב געהאַט אױטאָמאַטיזירונג: אין באָדצימער, למשל, איז קײן קנעפּל פֿאַרן אָנצינדן אָדער אויסלעשן דאָס ליכט ניט געווען; דאָס ליכט האָט זיך פּשוט אַליין אויסגעלאָשן, װען מ׳האָט זיך צו לאַנג ניט באַװעגט. מער װי אײן מאָל האָב איך געהערט, װי דוד האָט גענומען שעלטן, װען ער איז געװען אין באָדצימער אַזױ לאַנג, אַז דאָס לעמפּל האָט זיך אויסגעלאָשן. נאָר גײ פֿאַרשטײ, פֿאַר װאָס מענער דאַרפֿן זיך אַלע מאָל באַהאַלטן אין יענעם אָרט ממש ביז תּחית־המתים.
בשעת איך האָב געזוכט אַ נאָבילקע, האָט זיך מיר באַװיזן גאָר אַ באַװוּסטער צמענטאַזש מיטן נאָמען „אַגראַמאָנטע‟. דוד און איך האָבן בײדע ליב געהאַט צו באַזוכן אַזעלכע ערטער. אין ליסאַבאָן האָבן מיר געהאַט געזען אײנס פֿון די שענסטע מאָהילניקעס מיטן נאָמען „פּראַזערעס‟, און אַ בילד פֿון יענעם באַזוך האָבן מיר געהאַט אױפֿגעהאַנגען אינעם שלאָפֿצימער באַלד נאָך אונדזער צוריקקער. פֿאַר אַזעלכע ערטער האָבן סײַ דוד און סײַ איך קײן מורא ניט געהאַט, פֿאַרקערט: אין פּאַריז האָבן מיר באַזוכט די לעצטע רו־פּלעצער פֿון אַזעלכע באַװוּסטע פּאַרשױנען װי מײַנע באַליבטע קאָמפּאָזיטאָרן שאָפּען און פּולענק, און דודס באַליבטן מאָלער מאָדיליאַני.
כ’האָב זיך אָפּגעהוסט צו באַקומען זײַן אױפֿמערק. „דוד?‟
„יאָ, מײַן בת־מלכּה?‟
בת־מלכּה… אױף צולהכעיס האָט ער מיך אָפֿט גערופֿן מיט אַזעלכע שרעקלעכע צונעמענישן. כ’האָב געגעבן אַ פֿאַרמידעטן שמײכל און געזאָגט: „האָסט שױן געגעבן אַ קוק, װאָס דו װילסט הײַנט טאָן?‟
„אַװדאי. אױב דו ביסט זיכער, אַז יענער ביכער־קראָם איז ממש כּדאַי צו באַזוכן, איז לאָמיר עס טאָן. דערנאָך האָב איך ניט קײן אַנונג. האָסט שױן עפּעס געזען?‟
„נו, כ’מײן, אַז ס’װעט ניט זײַן אַזױ שײן װי ׳פּראַזערעס’, אָבער מע האָט דאָ אַן אַנדער צמענטאַזש מיט גאָר אינטערעסאַנטע מצבֿות‟, — האָב איך זיך אָפּגערופֿן און גענומען אַ שלוק פֿון דעם, װאָס מ׳האָט דאָ גערופֿן קאַװע. דאָס װאָרט „מצבֿות‟ האָט אינעם דאָזיקן אױסגעשטאָרבענעם רעסטאָראַן פֿון האָטעל געקלונגען אַ ביסל אומהײמלעך.
דוד האָט אַװעקגעלײגט דעם ראָמאַן, אָנרופֿנדיק שטיל צו זיך, בײַ װעלכער זײַט ער האַלט, מיך אָנגעקוקט און פּלוצעם זײער פֿרײלעך געזאָגט: „אַװדאי, זיסינקע מײַנע. כ’װעל גײן מיט דיר אַװוּ די װעלט האָט נאָר אַן עק. שױן פֿינעף יאָר זײַנען מיר חתן־כּלה, מיר מאַכן אַ ראָמאַנטישע נסיעה קײן פּאָרטאָ און װאָס טוט מען? מע באַזוכט די פֿאַרשטאָרבענע. נו, יאַללאַ, פֿאַר װאָס ניט. אַ פֿרײַמײַער זאָל ליב האָבן דאָס לעבן און פֿאַרן טױט זיך ניט דערשרעקן.‟
אַיעדעס מאָל, װען ער האָט אָנגעהױבן אַ זאַץ מיט די װערטער „אַ פֿרײַמײַער זאָל‟ — אַ פֿרײַמײַער זאָל דאָס און אַ פֿרײַמײַער זאָל יענץ, — בין איך געװאָרן אַ ביסל אין כּעס. הגם כ’האָב מיט זײַן נײַער ליבשאַפֿט מער ניט געהאַט אַזעלכע פּראָבלעמען, װי בײַם אָנהײב, האָב איך נאָך אַלץ געװאָלט זיך אָפּרופֿן: „אַ פֿרײַמײַער זאָל גײן קאַקן אױפֿן ים. װער ביסטו דען אַלײן? כ’װיל רעדן מיט דיר, ניט מיט אַ מאַסאָנישן אױטאָמאַט! קאָנסט זײַן אַ תּלמיד, אַ תּלמיד־חבֿר אָדער מײַסטער — מיר איז אַלץ אײנס, אַפֿילו אויב דו האַלטסט, אַז ס’מאַכט אַ גרױסן חילוק! דו ביסט נאָך אַלץ, װער דו ביסט!‟
נאָר כ’האָב מערניט געהױבן אַן אױגנברעם און געזאָגט: „זײער פֿײַן, מײַן אוצרל‟, — ניט װיסנדיק, װאָס דו, רבונו־של־עולם, האָסט פֿאַרן דאָזיקן טאָג בדעה געהאַט.
קודם־כּל, האָבן מיר באַזוכט דעם ביכער־קראָם, װוּ מײַן געליבטער דוד איז געװען גליקלעך װי אַ קינד און װוּ ער האָט באַװיזן צו געפֿינען אַ מתּנה פֿאַר רינעקע, זײַנע אַ תּלמידה, װאָס איז געװאָרן אַ חבֿרטע אױכעט. זי איז אַ מענטש אַ דימענט און צוליב אירע דערפֿאַרונגען מיט אױטיסטן, קען זי דודן אױף אַ װוּנדערלעכן אופֿן פֿאַרשטײן. אַפֿילו פֿאַר מיר, װאָס איך קען אים שױן זײַט זיבן יאָר, איז אַ מאָל מסוכּן שװער צו כאַפּן, װאָס סע טוט זיך בײַ אים אין קאָפּ. װעגן דעם געדאַנק, צו שרײַבן דרײַ מאַסאָנישע דערצײלונגען, בין איך געװען סקעפּטיש. (דעם אמת געזאָגט, װען כ’האָב געלײענט דעם ערשטן בריװ, האָב איך ניט געקענט גלייבן מײַנע אױגן. ער האָט מיר געזאָגט, אַז ער האַלט אַ סך פֿון דעם שרײַבעכץ, אָבער פֿאַר װאָס למען־השם האָט ער געמײנט, אַז איך װיל לײענען זײַנע אַ בריװ צו אַ קינד, װאָס װאָלט אין אַן אַנדער מעגלעכער װעלט געקענט זײַן זײַנס אַ קינד מיט אַן אַנדער פֿרױ? אַ מאָל קענען אױטיסטן זיך צוהערן אַזױ גוט און אַ מאָל װאָלטן זײ כּלומרשט געװױנט אױף אַן אַנדער פּלאַנעט.) אָבער גוט, סקעפּטיש־סמעפּטיש, אָט יעצט זיץ איך בײַם שרײַבטיש און אַרבעט איבער דעם דריטן מאַסאָנישן בריװ, נאָך דעם װי כ’האָב נאָך אַ מאָל איבערגעלײענט דעם ערשטן און אױך געלײענט דעם צװײטן, דעם „בריװ פֿון אַ תּלמיד־חבֿר‟.
רבונו־של־עולם, אין יענעם צװײטן ליבע־בריװ האָב איך געלײענט, װי דוד האָט געזאָגט צו זיך אַלײן: „זאָל דער דאָזיקער מיטאָג פֿאַר דיר זײַן אַ דערמאָנונג זיך פֿאַרחבֿרן מיטן טױט: בײַ אים קענסטו זיך לערנען צו לעבן.‟ בײַ מיר האָסטו דערװעקט פּונקט אַזאַ געפֿיל, װען מיר האָבן זיך פֿאַרשלאָגן קײן „אַגראַמאָנטע‟.
ס’איז מיר שװער צו דאַנקען גאָט, אין װעמען איך גלייב ניט, און אין װעמענס ניט־עקזיסטירן איך גלייב אױך ניט. אָבער דאַנקען װיל איך דיך, רבונו־של־עולם, כאָטש אין אַ שפּראַך, װעלכער איז ניט מײַנע, דאַנקען װיל איך דיר דאַנקען, כאָטש אין אַ בריװ, װאָס איז ניט מײַנער, נאָר װאָס איך שיק אים צו דיר. איך בין זיכער, אַז אָן דעם טאָג אױף „אַגראַמאָנטע‟, און אָן דעם, װאָס איז פֿאָרגעקומען נאָך אים, װאָלט דער צװײטער בריװ קײן מאָל ניט אָנגעשריבן געוואָרן, שױן אָפּגערעדט פֿונעם דריטן בריװ, װעלכן כ’בעט דיר צו לײענען, װען דו װעסט האָבן אַ ביסל צײַט.
די לעצטע שורה איז, אַװדאי, געװען אַ דודישער װיץ. כ’פּרוּװ צו פֿאַרפֿאַסן דעם דאָזיקן בריװ, כאָטש אַ ביסל אין זײַן סטיל. ס’װעט נאָך קומען אַ פּונקט, װען איכ’ל מוזן ציטירן פֿון זײַן אָריגינעלן כּתבֿ־יד, װײַל פֿאַר די געפֿילן, װעלכע ער האָט דאָרט געװאָלט אױסדרוקן, האָב איך ניט קײן אײגענע װערטער. ס’איז מסוכּן שװער, אױסצודריקן די אײגענע געפֿילן, שױן אָפּגערעדט פֿון דעם, װאָס ס׳קומט פֿאָר אין יענעמס קאָפּ.
באַלד נאָכן גײן צו פֿוס קײן „אַגראַמאָנטע‟, האָב איך בײַם אַרײַנגאַנג פֿונעם צמענטאַזש געקױפֿט אַ בינטל װײַסע רױזן. דער װעטער איז געװען אַ קלאָרער — ניט צו װאַרעם, און די לופֿט האָט אונדז דערמאָנט אין יענעם טאָג, װען מיר זענען געהאַט געװען אין ליסאַבאָן. יעצט אָבער איז די אַטמאָספֿער צװישן אונדז געװען אַן אַנדערע. דרײַ יאָר נאָך דעם, װי מיר האָבן איבערגעלעבט אַ שװערן פֿאַרלוסט, האָט דוד אױסגעזען אַ סך עלטער, ערנסטער. אױף זײַן פּנים האָבן זיך באַװיזן די ערשטע רונצלעך. באַלד נאָך דעם, װאָס ס׳האָט פּאַסירט, איז ער געװאָרן גאָר קראַנק און אָנגעװאָרן אַ סך קילאָס, ביז ער איז ממש געװאָרן אױסגעמאָגערט. װען מע האָט אים באַהאַנדלט מיט מעדיקאַמענטן, האָט ער זײ אַלע צוריק באַקומען, אָבער די דאָקטױרים האָבן געזאָגט, אַז זײַן גוף האָט אױף דער רפֿואה גוט רעאַגירט — אַבי געזונט. בײַ מיר איז געװאָרן שװערער דער טראָט: כ’האָב געשפּירט שטאַרקער דאָס געפֿיל פֿון מײַנע פֿיס, װעלכע באַװעגן זיך איבער דער ערד, װאָס כ’פֿלעג פֿריִער ניט אַזױ שטאַרק פֿאַרבינדן מיטן טױט.
מיר האָבן קױם גערעדט. איבעראַל זענען געשטאַנען הײַזלעך, אין װעלכע די טױטע זײַנען געשלאָפֿן. נאָך דעם, װי מיר האָבן צוזאַמען באַקוקט דעם װײַסן הױפּט־בנין, האָבן מיר זיך צעשײדט. כ’האָב געװאָלט געפֿינען אַן אָרט, כּדי צו זײַן אַ װײַל אַלײן מיט די אײגענע געדאַנקען. דוד איז אָנגעגאַנגען װײַטער דורך די געסלעך מיט די הײַזער, בשעת איך בין געגאַנגען אױף רעכטס, צו זוכן אַ פּאַסיק אָרט פֿאַר די װײַסע רױזן.
װען דוד האָט מיך צוריקגעפֿונען, איז מײַן געזיכט געװען טרוקן. פֿאַר װאָס האָב איך ניט געװײנט? אפֿשר, װײַל כ’װײן סײַ װי ניט אַזױ גרינג, און אפֿשר, װי פֿערנאַנדאָ פּעסאָאַ זאָגט אין עפּעס אַן אָדע: „װײַל די נשמה איז גרױס, און דאָס לעבן איז קלײן…‟
נעבן מיר, אױף אַ בענקל, האָב איך אַװעקגעלײגט די װײַסע רױזן, בשעת כ’האָב געקוקט אױפֿן קבֿר פֿון עמיליאַ עדואַרדאַ. די פֿאַקטן, װעלכע מע האָט נאָטירט אױף אַ שילדל לעבן קבֿר, האָב איך מיטן שׂכל קױם באַנומען. כ’האָב נאָר פֿאַרשטאַנען, אַז זי איז געװען אַן אַקטריסע און אַ פֿאַרפֿאַסערין, בעיקר פֿון דראַמעס. אָבער װאָס האָט געכאַפּט מײַן בליק, זײַנען געװען די סטאַטועס, װאָס זײַנען געלעגן אױף איר קבֿר גופֿא.
צװײ קינדער, דאַכט זיך נאָר װאָס געבױרענע, אין אַ טיפֿן שלאָף. אײנס האָט מיטן קאָפּ זיך אָנגעלענט אױף דעם צװײטנס ברוסט. די עופֿעלעך זײַנען געװען העלבלױ. איך האָב זײ אָנגעקוקט מינוטן לאַנג און זיך געפֿרעגט, גאָט פֿון אַבֿרהם, װי אַזױ איך זאָל קענען גלייבן אין דיר.
לױט דעם שילד האָט דאָס קונסטװערק אױף עדואַרדאַס קבֿר געהײסן „שלאָף פֿון די אומשולדיקע‟. כ’האָב ניט פֿאַרשטאַנען, פֿאַר װאָס האָט מען איר אָפּגעגעבן כּבֿוד דװקא מיט אַזעלכע קינדערלעך.
װען דוד האָט זיך אַװעקגעזעצט נעבן מיר, האָבן מיר, צוערשט, קײן װאָרט ניט געזאָגט. איך האָב געטראַכט װעגן אונדזער פֿאַרלוסט און געפּרוּװט זיך פֿאָרשטעלן, װאָס קומט פֿאָר אין דודס קאָפּ. איך האָב געהאָפֿט, אַז ער װעט שפּירן, אַז איך װיל װעגן דעם אַלצדינג ניט רעדן. נאָר גײ בעט אַן אױטיסט, ער זאָל שפּירן, װאָס דו זאָגסט ניט הױך אױף אַ קול. צוריקגערעדט, האָב איך געװאָלט זיצן נעבן אים און װיסן, אַז ער װעט מיך קײן מאָל ניט פֿאַרלאָזן, אױך אױב מיר װעלן ניט קאָנען גובֿר זײַן דאָס, װאָס ס׳האָט בײַ אונדז פּאַסירט.
אין די בײמער אַרום עמיליאַ עדואַרדאַס קבֿר האָט די זון שימערירט צװישן די בלעטער. בהדרגהדיק האָט זיך באַװיזן אין מיר אַ װילן צו פֿאַרשטײן, װאָס ס׳טוט זיך בײַ דודן אין האַרצן. האָב איך אים געפֿרעגט: „װי פֿילסטו זיך?‟
ער האָט געשװיגן, כּלומרשט זיך פֿאַרטראַכט. דאָס, װאָס איך האָב אין אים פֿײַנט געהאַט, אַז ער האָט מיר קײן מאָל ניט דערלױבט אים איבערצושלאָגן, האָב איך אױך באַװוּנדערט: ער האָט אַלעמאָל געפּרוּװט צו טראַכטן אײדער ער עפֿנט דאָס מױל. אױך דאָס מאָל האָט ער געפֿונען די ריכטיקע װערטער: „נאָענט צו אונדזער קינד און נאָענט צו גאָט, אָבער, בעיקר, נאָענט צו דיר.‟
באותו־הרגע האָב איך געלײגט דעם קאָפּ אױף זײַן אַקסל און פּרובירט, מער ניט צו פֿילן גאָרניט. נאָר די ערשט געצײלטע מינוטן האָט דוד מיך געגלעט מיט דער האַנט און געזאָגט: „צי װילסטו מיר געבן דײַן טעלעפֿאָן? כ’װיל װיסן, װער עימילאַ עודאַרדאַ איז געװען.‟
געגעבן אים די מאָבילקע, בין איך אױפֿגעשטאַנען און גענומען פֿונעם בענקל די רױזן. שטײענדיק פֿאַרן קבֿר און קוקנדיק סײַ אױף די קינדערלעך און סײַ אױף עדוראַדאַס ברוסט־בילד אױפֿן שפּיץ קבֿר, האָב איך אַװעקגעלײגט די רױזן אױפֿן מאַרמאָר־שטײן, ניט צו נאָענט צו די קינדערלעך, ניט צו שטערן זײ אין זייער אומשולדיקײט.
„זעט אױס, אַז זי איז געװען אַ פּאָעטעסע, אַן אַקטריסע און אַ דראַמאַטורגין,‟ — האָט דוד געזאָגט הינטער מיר. — „הער נאָר, זי איז געשטאָרבן אױף אַ פֿעסטיװאַל בײַם דעקלאַמירן אַ ליד, אין װעלכן זי האָט געזאָגט: ׳אױב דער בײזער טױט זאָל אָט יעצט מיך כאַפּן מיט זײַנע בײזע הענט / טאָ זאָלט איר מיר באַגראָבן אינעם מאַנטל פֿון אַ סטודענט…’‟
אָט דעמאָלט האָט ער זיך אױפֿגעכאַפּט און זיך געשטעלט האַרט נעבן מיר, אָנכאַפּנדיק מיט זײַן רעכטער האַנט מײַן רעכטן אַקסל, װי געוואָלט זאָגן יענע װערטער, מיט װעלכע ער האָט שפּעטער פֿאַרענדיקט זײַן צװײטן מאַסאָנישן בריװ: „זײַ קלוג. זײַ מוטיק. האָב קײן מורא ניט. איך װעל בלײַבן מיט דיר ביזן סוף.‟
און ס’האָט אַ פֿײגעלע גענומען זינגען אויף די בײמער…
רבונו־של־עולם, זײַ מיר מוחל דעם באַלאַגאַן: ביסט זיכער אין גאַנצן פֿאַרפֿירט צוליב דעם, װאָס מײַן געליבטע העלײן האָט אָנגעהױבן איבערבײַטן דעם בריװ, װעלכן כ’האָב דיר געװאָלט צושיקן. אָבער טאָמער דו פֿילסט זיך פֿאַרפֿירט און האָסט פֿאַראיבל, װאָס גײסטו טאָן? פֿאָרט אַ חסרון, װען מע איז דער רבונו־של־עולם: ניטאָ בײַ װעמען זיך צו באַשװערן.
איך, דוד, װיל באַדאַנקען מײַן פֿרױ פֿאַר דעם, װאָס זי האָט באַװיזן אינעם ערשטן טײל פֿונעם דאָזיקן בריװ. זי האָט דערצײלט װעגן גאָר אַ װיכטיקער איבערלעבונג אין אַ שפּראַך, װעלכע איז ניט אירע. כ’מײן דאָס אױף צװײ אופֿנים: ייִדיש איז ניט איר לשון, אָבער אין ייִדיש האָט זי פֿאָרט געפּרוּװט צו באַשרײַבן מײַנע געדאַנקען מער װײניקער אַזױ, װי זײ האָבן טאַקע געקלונגען בײַ מיר אין קאָפּ. זעלטן װען האָב איך געשפּירט אַזױפֿיל ליבשאַפֿט צו איר… אָבער װי דו װײסט, איז דאָ געװען אײן מאָל, װען כ’האָב יאָ געשפּירט די דאָזיקע ליבע — דװקא אין דעם אָװנט, ווען מיר זײַנען צוריקגעקומען פֿון „אַגראַמאָנטע‟. זעלטן װען האָב איך זיך געפֿילט אַזױ נאָענט צו דיר און צו העלײן מיט אײן מאָל. כ’װיל אָבער, אַז דו זאָלסט לײענען העלײנס באַשרײַבונג פֿון דעם, װאָס ס׳האָט פּאַסירט יענעם אָװנט אינעם האָטעל.
יענעם נאָכמיטאָג, װען מיר זײַנען צוריקגעקומען אינעם אומהײמלעכן האָטעל האַרט אַקעגן איבערן הױפּט־װאָקזאַל פֿון פּאָרטאָ, זײַנען מיר בײדע געװען אױסגעמוטשעט. איך האָב פֿאַר דזשײמס סאַלטערס ראָמאַן, אָדער װאָסער בוך סע זאָל ניט זײַן, קײן כּוח ניט געהאַט און אָנשטאָט דעם גענומען שיקן טעקסטלעך צו מײַן שװעסטער, צו חבֿרים, צו די טאַטע־מאַמע. כ’האָב אַזױ געװאָלט פֿאַרגעסן די װעלט אַרום זיך, אַז כ’האָב קױם געהערט, װי דוד האָט מיך פֿונעם באָדצימער הויך אַ רוף געטאָן: „אױ, דאָס ליכט!‟ — װײַל ס’האָט זיך װידער פֿאַרלאָשן דאָס אױטאָמאַטישע לעמפּל.
װען ער איז צוריק אין צימער אַרײַן, האָט ער, קודם־כּל, געעפֿנט די פֿענצטער פֿונעם באַלקאָן. קײן שײנס האָט מען אױף יענער זײַט גאַס ניט געזען: אַ גרױסער, גרױער בנין, וואָס מיר האָבן קײן אַנונג ניט געהאַט, װאָס סע טוט זיך דאָרטן אינעװײניק. ס’האָט געקענט זײַן אַן אַמאָליקער פּאָסט־אָפֿיס, צי אפֿשר אַ געװעזענע אוניװערסאַל־קראָם. פֿון דער גאַס האָט זיך געטראָגן דער רעש פֿון די בױ־אַרבעטן, װעלכע האָבן געדױערט ביז אַרום זיבן אַ זײגער אין אָװנט.
„קענסט פֿאַרמאַכן דאָס פֿענצטער?’ האָב איך אים געפֿרעגט, געבנדיק אַ גענעץ. — „קען זײַן, אַז כ’װעל קאָנען כאַפּן אַ דרימל.‟
„אַװדאי‟, — האָט דוד געזאָגט, פֿאַרמאַכט דאָס פֿענצטער און זיך געװאָנדן צו מיר. מיט אַ מאָל האָב איך דערזען, אַז זײַן פּנים זעט אױס בלייכלעך, עפּעס ניט געזונט. ער האָט זיך אַװעקגעלײגט אױף דער בעט נעבן מיר, געטאָן אַ קרעכץ און, קוקנדיק אױפֿן סופֿיט גענומען רײדן: „װײסטו, כ’פֿרײ זיך, אַז מיר זענען געװען אױף אַגראַמאָנטע. ממש. ס’איז געװען שײן. שװער, אָבער שײן. דאָס פֿײגעלע…‟ — ער האָט נאָך אַ מאָל אָפּגעגענעצט, און אָנגעגאַנגען ריידן װײַטער, בשעת איך האָב אַװעקגעלײגט דעם טעלעפֿאָן און געפּרוּװט זיך צוהערן. — „דאָס פֿײגעלע, װאָס האָט גענומען זינגען, פּונקט װען מיר זײַנען געשטאַנען בײַם קבֿר… ס’האָט מיך דערמאָנט אין דער שטימע פֿונעם אײבערשטן.‟
„דעם אײבערשטן? פֿאַר װאָס?‟ — האָב איך געפֿרעגט אַן איבערגעראַשטע.
„װײַל ער רעדט צו אונדז אַלע טעג פֿון אונדזער לעבן, נאָר זעלטן װען קען מען פֿאַרשטײן, װאָס ער זאָגט… און זיך דערין דערמאָנען… מײן איך… גײ פֿאַרשטײ…‟
כ’האָב געקוקט אױף זײַן בלייך פּנים און זיך דערשראָקן. ער איז אײַנגעשלאָפֿן, אַפֿילו ניט אױסגעטאָן די מלבושים. אױף דער װײַסער װאַנט אַנטקעגן איבער דער בעט האָט זיך אָפּגעשפּיגלט דאָס ליכט פֿונעם שפּעטן נאָכמיטאָג. דוד האָט געשנאָרכט. מיט מײַן שװעסטער, װאָס איז געבליבן אין אַמסטערדאַם, האָב איך אויפֿן טעלעפֿאָן זיך איבערגעשריבן מיט טעקסטלעך, פּרוּװנדיק צו שרײַבן װעגן אַלצדינג, נאָר נישט װעגן דעם, װאָס כ’האָב ממש געהאַט אין זינען.
ערשט מיט אָנדערהאַלבן שעה שפּעטער האָט דוד געעפֿנט די אױגן. „נו, װאָס מאַכסטו? איך בין הונגעריק,‟ — האָב איך געזאָגט: — „דו ביסט געשלאָפֿן גאָר טיף.‟
„הונגעריק? מיר האָבן נאָכן צמענטאַזש געגעסן אַזױ פֿיל… כ’קען בכלל ניט טראַכטן װעגן עסן… אױ, געװאַלט‟. און קױם האָט ער פֿאַרענדיקט דעם זאַץ, איז ער תּיכּף אַוועקגעפֿלױגן אין באָדצימער. ס’האָט זיך דערהערט אַ שרעקלעכער גערױש פֿון דאָרטן, בעת דוד האָט אויסגעבראָכן דאָס עסן.. „אָ נײן, נײן! פֿאַר װאָס, אַאַאַ!‟
כ’בין געזעסן אױף דער בעט ממש אַ פֿאַרשטאַרטע. װי אַזױ איז דאָס מעגלעך, אַז ער זאָל װערן אַזױ קראַנק… די דאָקטױרים האָבן געזאָגט, אַז ער פֿילט זיך אַ סך בעסער, אַז זײַן גוף רעאַגירט גוט אױף דער רפֿואה… כ’האָב שױן געהאַט מורא אים צו פֿאַרלירן, רבונו־של־עולם, זאָל דאָס זײַן בלױז עפּעס קלײנס, ניט קײן ערנסטע קרענק, כ’בעט דיך…
פֿונעם באָדצימער האָט זיך געטראָגן אַ מין רעש, אַ געמיש פֿון געװײן און געמײקען. כ’האָב זיך אַראָפּגעלאָזט פֿונען געלעגער און געװאָלט צוגײן צו אים, אָבער פֿאַר דעם, װאָס כ’האָב געקענט אַרײַנגײן, האָט זיך מיט אַ זעץ פֿאַרמאַכט די טיר.
„דוד? װאָס איז דער מער? לאָז מיך אַרײַן!‟
„נײן!‟ — האָב איך געהערט פֿון יענער זײַט טיר. — „כ’װיל ניט, דו זאָלסט מיך זען אַזאַ! זײַ אַזױ גוט און גײ, גײ זוך עפּעס אַ רעסטאָראַן… אױ, נײן!‟ — נאָך אַ מאָל האָט ער געמײקענט און ניט גערעדט שױן מער. כ’האָב געקװענקלט, זיך אַנטשידן און געפּרוּװט עפֿענען די טיר. אײן רגע האָב איך געזען, װי דוד איז געלעגן איבערן טואַלעט, אָבער װי אַ װילדע חיה האָט ער זיך אױפֿגעכאַפּט און גענומען ראַנגלען זיך מיט די פֿיס. „נײן! נײן! איך װיל ניט, דו זאָלסט מיך זען אַזאַ!‟ — און צוגעשלאָגן די הילצלערנע טיר, װײנענדיק.
„דוד?‟ — האָב איך געזאָגט, פּרוּװנדיק זיך צו באַהערשן. גוט צו רעאַגירן אױף יענעמס צער איז בײַ מיר אַלעמאָל געװען שװער. װאָס זאָל מען טאָן, אױב מע האָט ניט געהאַט בײַ װעמען זיך צו לערנען. „דוד… אױב דו װילסט, איך זאָל דיך לאָזן אַלײן, װעל איך דאָס טאָן. גײ כאַפּ אַ דוש, דו זאָלסט זיך פֿילן רײן. איך װעל מיטנעמען אַ ביסל אױבסט.‟
„אַ דאַנק דיר…‟ — האָט געקלונגען זײער אַ שװאַך קולעכל. — „אַ דאַנק דיר. איך האָב דיך ליב.‟
װער רעדט יעצט צו דיר, רבונו־של־עולם? צי איז דאָס נאָך אַלץ העלײן, װעלכע האָט זיך באַמיט צו שרײַבן אַ ליבע־בריװ אין איר מאַנס לשון? אָדער ס׳איז דוד, װעמען מיר האָבן געלאָזט ליגן אױפֿן דנאָ פֿון יענעם פֿאַרשאָלטענעם באָדצימער אין אַ האָראָר־האָטעל? צי איז דאָס אפֿשר, אַזױ װי אין אַ בוך פֿון טאָמאַס מאַן, „דער גײַסט פֿון דער פֿאַרצײלונג‟, װאָס נעמט איבער די מעשׂה, װײַל פֿון דוד און העלײן איז געװאָרן מערניט אײן פּאַרשױן?
דו האָסט געשאַפֿן דעם מענטשן, האָסטו אױך געשאַפֿן די ליבע. װײסטו, אַװדאי, אַז אין אַן אמתער ליבע, איז ניטאָ קײן איך און ניטאָ קײן דו. יאָ, ס’זײַנען נאָר דאָ צװײ פֿאַרשײדענע מענטשן, אָבער גײ טרעף אַ נאָט, אַ העפֿטפּונקט, װוּ אײן װעזן שטעלט זיך אָפּ און אַ צװײטער הײבט זיך אָן. גײ זוך אַ ליבע, אין װעלכער מע קען דאָס טאָן. אַפֿילו דו, דער אײבערשטער בכבֿודך־ובעצמך, װעסט אַזאַ העפֿטפּונקט ניט געפֿינען.
טאָ לאָמיר זאָגן, אַז איך בין זײ בײדע. איך בין סײַ אַ פֿרױ און סײַ אַ מאַן. איך בין סײַ גוטס און סײַ שלעכטס. איך בין סײַ אַ משוגענער און סײַ בײַ די קלאָרע געדאַנקען. איך בין סײַ דער פֿאַרפֿאַסער פֿון אָט דער מעשׂה און סײַ אַ לײענער, װאָס איז נײַגעריק צו זען, װאָס ס׳װעט פּאַסירן אָט יעצט. איך בין אַ מײַסטער און איך בין אַ תּלמיד. פּונקט װי עמיליאַ עדואַרדאַ, װעל איך אַלעמאָל בלײַבן אַ תּלמיד. װען איך װעל מער ניט זײַן, טאָ זאָל מען מיך לײגן אין אַ תּלמידס מאַנטל צו קבֿורה…
אָבער בשעת־מעשׂה פּרוּװט דער נעבעכדיקער דוד זיך אױפֿהייבן פֿון דער פּאָדלאָגע, בעת העלײן איז אױפֿן װעג צום סופּערמאַרק. יאָגט זיך, צו אַלע רוחות, מיר האָבן מערניט צװאַנציק מינוט, ביז זי קומט צוריק. גײ טו זיך אױס, דוד. יאָ, זײער גוט, קודם־כּל, דאָס העמד, איצט די זאָקן, און איצט די הױזן… װאַרף זײ אַוועק אין עפּעס אַ װינקל פֿונעם צימער, ס’מאַכט ניט אױס… דרײ אױף אויפֿן קראַן דאָס הײסע װאַסער, די װאַנע זאָל זיך אָנפֿילן װאָס שנעלער… נעם אַראָפּ די אונטערהױזן… כאַפּ דײַן טעלעפֿאָן… און לייג זיך אַרײַן אין דער װאַנע — אָט אַזױ. דו האָסט אַ שרעקלעכן פֿיבער: װאָס קען זײַן בעסער, װי אַ הײסע װאַנע? לײג זיך אַרײַן, מאַך זיך באַקװעם, פֿאַרמאַך די אױגן… זײער גוט. װאַרט אַ רגע… מיר האָבן פֿאַרגעסן דײַן טעלעפֿאָן: ס’איז זײער װיכטיק, אַז דו זאָלסט הערן אַ ביסל מוזיק. דזשאָן קאָלטרײן, „אַ לאָװ סופּרים‟, נאָר דעם פֿערטן טײל, דעם לעצטן. ביסט סײַ װי כּמעט בײַם סוף. װאָס מײן איך מיט דעם? װעסט באַלד זען. יאָ, דו װעסט באַלד זען, װיבאַלד דו װעסט ניט זען גאָרנישט.
יאָ… עס הילכט אָפּ די מוזיק… זײער פֿײַן… ביסט גרײט, דוד? װעלן מיר דיר װײַזן דעם סוד פֿון אַלע סודות. דרײַ… צװײ… אײנס…
װיבאַלד איך בין צוריק פֿונעם סופּערמאַרק און כ’האָב זיך געיאָגט דורכן האָטעל איבער די משונהדיקע, רױט באַלײגטע טרעפּ צוריק צום צימער, האָב איך קודם־כּל זיך צוגעהערט בײַ דער טיר. אין דער האַנט האָב איך געהאַלטן אַ זעקל מיט פּאָמעראַנצן־זאַפֿט, טרוקענע קיכלעך און אַ פּאָר עפּל. פֿון יענער זײַט טיר האָבן זיך געהערט מוזיק־קלאַנגען, עפּעס מיט אַ סאַקסאָפֿאָן. כ’האָב אָנגעקלאַפּט אין דער טיר: „דוד?‟ — און ניט געהערט גאָרניט. װען כ’האָב מיטן שליסל אױפֿגעמאַכט דאָס צימער, האָב איך אײן רגע געװאַרט און זיך געקװענקלט, צי איך זאָל אַרײַנגיין אין באָדצימער, צי ניט. פּונקט אין דער רגע האָב איך געהערט פֿון יענער זײַט טיר איבערן סאַקסאָפֿאָן אַ שרעקלעך געװײן. „דוד!‟
אַ רגע — און כ׳בין שוין געווען אינעם וואַשצימער, װוּ ס’איז געװען אין גאַנצן פֿינצטער. װיבאַלד איך בין אַרײַן, האָט זיך צוריק אָנגעצונדן דאָס אױטאָמאַטישע ליכט. אין דעם מאָמענט האָב איך דערזען דודן, ליגנדיק אין דער װאַנע, מיטן טעלעפֿאָן אױף דער פּאָדלאָגע. די מוזיק האָט זיך פּונקט פֿאַרענדיקט. דודס אױגן זענען געװען אין גאַנצן רױט, זײַן פּנים — אויסגעבלייכט און איבער זײַנע באַקן זײַנען געפֿלאָסן אָן אַ סוף טרערן. „טײַערסטער… טײַערסטער, װאָס איז געשען?‟
ער האָט גענומען רעדן, נאָר ניט געקענט פֿאַרענדיקן אַ זאַץ װי געהעריק, נאָר זיך צעװײנט און געזיפֿצט מינוטן לאַנג. דאָס זעקל האָב איך געלאָזט פֿאַלן אױף דער פּאָדלאָגע נעבן דודס טעלעפֿאָן. מיט דער רעכטער האַנט האָב איך אים געגלעט די נאַסע אַקסלען, בשעת ער האָט זיך באַמיט אויפֿצוהייבן פֿון דער װאַנע. „שאַ, שטיל‟, האָב איך אים געזאָגט. ער האָט געפּרוּװט ענטפֿערן, נאָר ניט געקענט. „װאָס איז געשען? האָב קײן מורא ניט. איך בין דאָ. אַלץ װעט זײַן אין אָרדענונג.‟
מיט אַ מינוט שפּעטער איז ער אַרויסגעקראָכן פֿון דער וואַנע, זיך אָפּגעווישט מיט אַ האַנטעך און תּיכּף זיך געלייגט אין בעט אַרײַן. ערשט אין אַ מעת־לעת אַרום האָט ער פֿאַרלאָזט דאָס צימער. גײ װײס װאָסער דיבוק איז אין אים אַרײַן…
רבונו־של־עולם, אָט דאָ מוז איך, העלײן, ציטירן מײַן מאַנס װערסיע פֿון דעם, װאָס ס׳האָט פּאַסירט אין יענע צװאַנציק מינוט, װען איך האָב געזוכט אַ סופּערמאַרק. פֿריִער האָב איך געפּרוּװט רעדן אין מײַן מאַנס לשון און זיך פֿאָרשטעלן, װי אַזױ ער האָט איבערגעלעבט די דאָזיקע געשעענישן, אָבער מע קען ניט שטענדיק װיסן גענױ. אַ מאָל מוז מען נוצן דעם דמיון, פּונקט װי אַ פּראָזאַיִקער, און אַ מאָל מוז מען פּשוט פֿרעגן. אַפֿילו אַ מײַסטער קען ניט תּמיד באַנעמען, װאָס סע טוט זיך בײַ יענעם אין האַרצן. נאָר אַ מײַסטער װעט יאָ אַלעמאָל בלײַבן גרײט צו פּרובירן עס צו טרעפֿן. נו, אָט דאָ מוז איך ציטירן דעם אָריגינעלן כּתבֿ־יד, מיט װעלכן מע װעט פֿאַרענדיקן די דאָזיקע פֿרײַמײַערישע דערצײלונג.
כ’זאָג ניט „איך‟, כ’זאָג ניט „מיר‟, אַזױ װי אין דודס צװײטן בריװ, נאָר „מען‟. אַגבֿ, װער איז „מען‟? אפֿשר איז דאָס דער סוד פֿון דער דריטער מדרגה, װעגן װעלכן מע האָט די דאָזיקע מעשׂה פֿאַרפֿאַסט…
נאָר גײ װײס, איך בין ניט קײן פֿרײַמײַערין. אָבער יאָ, יעצט דערמאָן איך זיך: אײדער איך גיב נאָך אײן מאָל איבער דאָס װאָרט, רבונו־של־עולם, װיל איך דיר זאָגן עפּעס אינטערעסאַנטס. לאָמיר זיך װיצלען, כאָטש אַ ביסל, פֿאַר דעם װאָס דוד װעט שליסן די דערצײלונג. ס’איז דאָ צײַט. אין די ערשטע צװײ מאַסאָנישע בריװ האָט ער מרמז געװען אױף די סודותפֿולע צערעמאָניעס, דורך װעלכע מע האָט אים געמאַכט פֿאַר אַ תּלמיד און שפּעטער פֿאַר אַ תּלמיד־חבֿר. נאָר װעגן דער דריטער און לעצטער צערעמאָניע האָט ער אַלײן נאָך קײן שום אַנונג ניט. איך, העלײן, האָב זיך שױן דערװוּסט, װי אַזױ די דריטע צערעמאָניע װעט אױסזען. אױ, ס’װעט זײַן אַ מוראדיקער חידוש. אָבער איך װײס, אַז פֿון דער גרעסטער מיסטעריע האָט ער שױן באַקומען אַ רושם אין יענעם אָװנט אין דער װאַנע אין פּאָרטאָ, װאָס דו, רבונו־של־עולם, האָסט אים פֿאַרגינען זוכה זײַן…
אין דער װאַנע איז געװען הײס. אין קאָפּ איז געװאָרן לײדיק און אַ ביסל מער רויִק. כ׳האָב געאָטעמט מער פּאַמעלעך. כ’האָב געהאַט דעם אײַנדרוק, אַז דער גרעסטער טײל פֿונעם גײ װײס װאָסער סם איז אַרױס פֿון מאָגן. כ’האָב פֿאַרמאַכט די אױגן, זיך צוגעהערט אין דזשאָן קאָלטרײנס מוזיק און געפּרוּװט זיך צו קאָנצענטרירן אױפֿן גוף. דאָס איז געװען אַ מעדיטאַציע, װאָס העלײן האָט מיך געלערנט. אָט זײַנען מײַנע פֿיס, װאָס האָבן מיך באַגלײט אױף אַלע ערטער, װעלכע כ’האָב מיט די אױגן דערזען און מיט די אױערן דערהערט… אױ, איז דאָס אַ גוטע ליבע־מעדיטאַציע… דװקא די אױגן, מיט װעלכע כ’האָב אַלץ געזען…
אײן מאָמענט האָב איך געעפֿנט די אױגן, און מיט אַ מאָל איז געוואָרן פֿינצטער. סוף־מעשׂה, אױס קאַפּעליושמאַכער. דאָס אױטאָמאַטישע ליכט אינעם באָדצימער האָט זיך פֿאַרלאָשן…
האָב קײן מורא ניט, האָב איך געזאָגט צו זיך אַלײן. צי גײ װײס, װעלכער טײל פֿון מיר האָט דאָס צו װעלכן טײל געזאָגט. אין דער פֿרײַמײַערײַ לערנט מען זיך אָפּצושײדן אין פֿאַרשײדענע טײלן פֿון זיך אַלײן, נאָר אָט איצט האָב איך זיך געשפּירט װי אײן אײנציקער מענטש, אײן װעזן מיט אַ קערפּער און אַ נשמה, װאָס האָט זיך געפֿילט אינעם װאַרעמען װאַסער אַזױ, װי אין דער מאַמעס אוטערוס [מוטערטראַכט]…
כ’האָב אָפּגעאָטעמט אַ ביסל. אַרום מיר איז געװען שװאַרץ און מיט די אױגן האָב איך באַנומען נאָר דעם פֿאַקט, אַז איך זע ניט גאָרנישט. קאָלטרײן האָט געשפּילט װײַטער. דער פֿערטער טײל פֿון „אַ לאָװ סופּרים‟, אַ תּפֿילה, אַ דאַנק־תּפֿילה פֿאַרן רבונו־של־עולם…
און פּלוצעם האָב איך זיך דערמאָנט אין יענעם ערשטן אָװנט, װען מע האָט מיך געמאַכט פֿאַר אַ פֿרײַמײַער, און כ’האָב זיך געפֿילט פּונקט אַזױ, װי איצטער… עלנט װי אַ שטײן, װי אַן אַן ערשטגעבוירן עופֿעלע, אין גאַנצן אומשולדיק… און אין גאַנצן אַלײן. קײנער איז ניט געבליבן. נאָר װער איז געבליבן? גאָט איז געבליבן. „איז דיר ניט גענוג?‟
אױ, אַ שורה פֿון סוצקעװער… אַבֿרהם סוצקעװער… רבֿקה באַסמאַן… קאָלטרײן… אינעם פֿיבער האָב איך געשפּירט די אָנװעזנדיקײט פֿון אַלע מײַנע גרױסע העלדן, װאָס זײַנען שױן ניט בײַם לעבן.
ס’װעט שױן קומען דער טאָג, װען איך װעל אַלײן שױן ניט זײַן. נאָר אױב דאָס איז דער טױט, אױב דאָס, װאָס כ’זע אָט יעצט, דעם שװאַרצן באָדצימער אין פּאָרטאָ, װוּ קײנער װעט מיך ניט זוכן, איז דער טױט אפֿשר ניט אַזױ שלעכט… אױ, איז דאָס הערלעך װאַרעם. זאָל לעבן דער טױט… אפֿשר װעל איך נאָכן סוף װידער זען אַ סך פֿאַרשטאָרבענע, װעלכע פֿעלן מיר אױס. דעם זײדעניו, די באָבע, װעלכע כ’האָב קײן מאָל ניט געקענט, און דאָס נישט־געבױרענע קינד, װאָס איך האָב קײן מאָל ניט געהאַט דעם זכות זיך דערמיט צו באַקענען… אומשולדיק, פּונקט אַזױ אומשולדיק װי יענע מאַרמאָרנע עופֿעלעך בײַם קבֿר פֿון עמיליאַ עדואַרדאַ… אױ, איז דאָס גוט, צו שטאַרבן. ממש אַ מחיה… קײנער װעט מיך ניט זוכן… נאָר העלײן…
און װיבאַלד כ’האָב זיך דערמאָנט אין איר נאָמען, האָב איך זיך פֿאָרגעשטעלט דעם בליק אױף איר געזיכט, װען זי װעט אַרײַן אין באָדצימער און זען, אַז איך בין שױן נישטאָ…
אָט דעמאָלט, אין דער דאָזיקער רגע, װאָס געדױערט ביז איצט, האָב אױך געשפּירט מיט אײן מאָל די גאַנצע ליבשאַפֿט, מיט װעלכער איך האָב זי ליב. די גאַנצע ליבשאַפֿט, רבונו־של־עולם, װאָס איז אַרײַן אין אָט־אָ דער דערצײלונג, האָט מיט אײן מאָל געזוכט אַ װעג דורך מײַן קערפּער און קױם־קױם געפֿונען דעם װעג צום ליכט.
קאָלטרײן האָט פֿאַרענדיקט זײַן סאָלאָ. די אַנדערע כּלי־זמרים האָבן זיך אָפּגעשטעלט. די מוזיק איז פֿאַריבער און איך בין צוריק צום לעבן. אַרױס פֿון דער ערד, האָב איך אײַנגעאָטעמט נײַע לופֿט, געשפּירט דאָס װאַסער אַרום דעם פֿיבעריקן קערפּער, אין װעלכן עס האָבן געברענט די פֿײַער־פֿלאַמען פֿון דער ליבע, דעם פֿינעפֿטן עלעמענט, װאָס אַיעדער דאַרף דערװעקן צום לעבן אין זיך אַלײן… מע זאָל זיך רײניקן דורך אַלע עלעמענטן, ביז מערניט די ליבשאַפֿט װעט בלײַבן…
צו דער דאָזיקער ליבשאַפֿט האָסטו מיך געפֿירט, רבונו־של־עולם. ס’איז מיר שװער צו דאַנקען אַ גאָט אין װעמען איך גלייב ניט, און אין װעמענס ניט־עקזיסטירן איך גלייב אױך ניט. אָבער דאַנקען װיל איך דיר, רבונו־של־עולם, כאָטש אין אַ שפּראַך, װעלכע איז ניט מײַנע, דאַנקען װיל איך דיר דאַנקען, כאָטש אין אַ בריװ, װעלכער איז ניט מײַנער, נאָר װאָס איך שיק צו דיר. איך בין זיכער, אַז אָן דעם טאָג אױף אַגראַמאָנטע, און דעם, װאָס איז פֿאָרגעקומען נאַכער, װאָלט דער צװײטער בריװ קײן מאָל ניט אָנגעשריבן געוואָרן, שױן אָפּגערעדט פֿונעם דריטן בריװ, װעלכן כ’בעט דיר צו לײענען, װען דו װעסט האָבן אַ ביסל צײַט.