דעם ווידעאָ פֿון דער סעריע „טאָג בײַ טאָג‟ האָב איך געשאַפֿן אין 2015. ער איז געווידמעט סײַ דער טראַגישער דאַטע פֿון 12טן אויגוסט 1952, סײַ דעם גרויסן ייִדישן שרײַבער דוד בערגעלסאָוו, וואָס איז דעם 12 אויגוסט 1884 געבוירן געוואָרן און אין דעם זעלבן טאָג, אין דער עלטער פֿון 68 יאָר געפֿאַלן אַ קרבן פֿון דעם סאָוועטישן רעזשים, ווי איינער פֿון דער פֿירערשאַפֿט פֿונעם „ייִדישן אַנטפֿאַשיסטישן קאָמיטעט‟.
לאָמיר די דאַטע נישט פֿאַרגעסן און טראָגן מיט זיך דעם אָנדענק נאָך די אומגעבראַכטע ייִדישע טוערס טאָג בײַ טאָג.