דער גורל האָט זיי אַלע פֿאַרקנסט אין איין טאָג און יאָר: דער 12טער אויגוסט 1952

דוד האָפֿשטיין (1889־1952)
אַלע פֿאַר דער צײַט פֿאַרניכטענע
עס הייבט אָן שימערירן,
דאָס לופֿטיקל איז אָפֿן,
מײַן פֿענצטערל אויף צפֿון
האָט אויפֿגעהערט צו פֿרירן,
נאָר ליכטיק וויל ניט ווערן,
עס הערט ניט אויף צו טרערן,
די ווײַטן ווערן ווײַטער,
דער נאָענט ווערט ניט קלאָרער,
נאָר איינס איז קלאָר און דײַטלעך—
אַזויפֿיל שוין פֿאַרלאָרן…
בעל־כּרחא בין איך אָט דאָ אויף דער ערד
נאָר פֿרײַוויליק וויל איך די ערד ניט פֿאַרלאָזן!
מײַן איצטיקער חובֿ איז — דאָ לעבן זײַן ווערט
און קושן די ערד, וווּ מײַן שווייס כ’האָב פֿאַרגאָסן.
ווי שװאַרץ ס’איז די ערד; נאָר איך פֿיל ניט קיין שרעק;
די בענקשאַפֿט איז שװער; נאָר איר לאַסט װיל איך ליידן.
אַ זילבערנער קװאַל שלאָגט אין האַרצן און וועקט.
די האָפֿענונג אויף נאָענטע בעסערע צײַטן.
איין אוצר פֿאַרמאָגן איז מיר דאָ באַשערט;
מײַן האַרץ; װאָס האָט אַלץ אַזױ ליב דאָ געקריגן
אַז פֿרײַ זאָל דאָ װערן; מײַן לײַבלעכע ערד
אויך אים בין איך גרייט איצט אַ װאָרף טאָן אין טיגל.
איך האָב ניט געבעטן — בעל־כּרחא איך לעב;
נאָר פֿרײַוויליק וויל איך די ערד ניט פֿאַרלאָזן . . .
דײַן איינציקער חובֿ; מענטש! פֿון שאַפֿונג דאָ שעפּ
און קוש אָט די ערד; וווּ דײַן שווייס האָסט פֿאַרגאָסן.
מײַנע זין
מײַן זון, מײַן בכור; דאָס דריטע יאָר ער שטייט און װאַכט
אין לאַנגער, לאַנגער אַכט-חדשימדיקער נאַכט
בײַם צפֿונדיקן ים-וועג דאָרט אין װאַנקאַרעם,
מײַן זון, מײַן שטים פֿאַרנעם!
ביסט נאָענט דאָרט צום נײַעם קאָנטינענט, צו זיי,
צו ברידער אונדזערע פֿון סאַמע ראַנד ראַסײ;
צו ברידער אונדזערע פֿון גאָרער, גאָרער וועלט,
װאָס צו דעם שאַנד-סלופּ שטעלט.
דער אויסוווּרף דער פֿאַשיסטישער, דער ווילדער פֿײַנט,
װאָס אַלע המנס ער פֿאַראייניקט הײַנט,
װאָס אַלע הײליקייטן האָט ער שוין פֿאַרשװעכט,
װאָס יונג און אַלט ער שעכט…
איך שיק מײַן שטים צו דיר דורך כװאַליעס פֿון עפֿיר:
דער שׂונא בײַ די טויערן און בײַ דער טיר,
אויף אונדז געװאָרפֿן איז זײַן װילדסטע קראַפֿט, זײַן גיפֿט
ס׳איז אונדזער בלוט איצט טריפֿט.
און פֿליסט דאָ טײַכנווײַז אויף ברייטן, ברייטן לאַנד,
מײַן זון אין װאַנקאַרעם, הויב אויף דײַן פֿעסטע האַנט —
דײַן יונגע שטים פֿון נאָענטקײט די ברידער שיק:
עס גייט, עס גייט דער זיג!
און פֿרײַ דאָ װעלן אַלע פֿעלקער ווערן אויפֿדאָסנײַ;
פֿון מי און רו מיר װעלן דאָ געניסן פֿרײַ
און טרייסט פֿאַר אַלע שווערע ליידן וועט אונדז זײַן
דאָס נײַע פֿרײַע זײַן.
מײַן זון, מײַן בכור, ס׳איז איצטער טאָג בײַ דיר, צי נאַכט?
דײַן ברודער אין אַרמײ מיט װאָפֿן שטייט און װאַכט,
און איך בין גליקלעך, װאָס מיט אײַך איך שטיי בײַנאַנד —
מיט מײַנע זין באַשיץ מײַן לאַנד…
זאָל זײַן!
סייפֿי קודאַשן
זאָל זײַן, אַז מענטשן-האַס פֿאַרשװענקט אַצינד דעם רוים
פֿון לענדער הונדערטער, פֿון קאָנטינענטן,
און ווילדער משוגעת מיט ברוינעם שוים
זיך טראָגט אַצינד אָן אָפּהאַלט און אָן צוים
פֿון שטעט פֿאַרפּעסטעטע בערלין און רוים
אויף שטחן פֿון שלום פֿון געשענדטן; —
זאָל זײַן!
נאָר ס’גייט, עס קומט אין שווינדיקן געלאָף
פֿאַר פֿרעכע מענטשן-פֿרעסער און פֿאַר מערדער
די שעה פֿון אָפּצאָל און פֿון שטראָף,
די שעה, װאָס װעט אַװעקלייגן אַ סוף
דעם סם, װאָס יוירט, און דעם געשווירן-שטאָף,
װאָס צערט אַצינד דער מענטשהייטס קערפּער.
זאָל זײַן!
אַז בײַ די װאָרצלען פֿון דעם בוים
פֿון ברודערשאַפֿט, װאָס װעט באַשטענדיק שטײַגן,
וועט אונדזער אָנשטרענג זיך באַמערקן קוים,
װי אָט דאָס שאָלעכץ פֿון דעם קליינעם זוים,
װאָס איז געווען דער אָנהייב פֿון דעם בוים,
פֿון גאַנצן שטאַם, פֿון אַלע זײַנע צווײַגן.
זאָל זײַן!
נאָר אָט דער גלי פֿון האַרצן — אונדזער ליד
וועט אומבאַדינגט אַיענע צײַט דערגרייכן,
ווען ס’וועט שוין יעדער מענטשלעכער געמיט
פֿאַרמאָגן פֿרײַנטשאַפֿט, װאָס אָן אויפֿהער בליט,
װאָס מענטש צו מענטש מיט פֿעסטע פֿעדעם ציט,
װאָס אונדזער ליד אין איר דער אָנהייב-צייכן.

לייב קוויטקאָ (1990־1952)
פֿון בוך „געראַנגל (1917־1929)‟, צענטרפֿאַרלאַג ־כאַרקאָוו, 1929
איך בין צוגעבונדן…
איך בין צוגעבונדן צו מײַן גרויסן הײַנט.
דער דעמב, מײַן פֿרײַנט,
האָט מיר פֿאַרשמעקט מיט זײַנע װאָרצלען.
איך בין צוגעבונדן צו מײַן גרויסן הײַנט,
דער גראָב-אײַזן, מײַן פֿרײַנט,
איז שאַרף, און ערד איז פֿײַכט און זאַפּטיק.
איז דאָ די זון, צי גיט, —
מיך שטאַרקט דער שמעקעדיקער הויף,
וווּ בהמות קומען זיך צונויף.
און מײַנע פֿעסטע פֿיס!
און מײַנע שטאַרקע הענט!
כ׳װאָלט אַ יונגן אָקס
דעם קאָפּ פֿאַרלענדט!
ווען כ׳קוק אויף שטערן…
ווען כ’קוק אויף די שטערן,
אין ווײַט, אין טיף אין פֿרעמדער —
דאַכט זיך מיר אַמאָל:
אַן אוראַלטער, פּאַמעלעכער,
שטאָק־אַלטער ווינט, —
שיט און שפּרײט אַ שווערן מידבר־זאַמד,
אַ װאָלקן —
אויף לאַנד און שטעט, —
די וועגן פֿריילעכע — באַגראָבן,
מוחות אָפֿענע — געשלאָסן.
און אַלטע פֿאָטערס רויִק שוין,
װאָס קינדער פֿאָלגן ניט.
און מוטערס אַלטע, אָפּגעוווינט זיך,
שמועסן מיט זיך פֿירן
און צרות ווערן נישטיק,
פּונקט ווי פֿליגן,
און פֿריידן װערן נימאס,
פּונקט ווי מוקן.
און שפּראָץ־פּיפּקעלעך,
די גרינינקע אויף פֿלאַנצן —
ווי אָפּגענומען מיט דער האַנט.
טאָלן אויפֿגעהויבן גלײַך מיט בערג,
אַ רויטער נעפּלדיקער מידבר —
די קײַלעכדיקע ערד.
*
אין רױטן נעפּל שלעפּן אום זיך
לאַנגע גרויע צויגן,
אומגעהויער לאַנגע,
אומגעהויער גרויע,
לאָזן אָפּ פֿון זיך אַ שלעכטן ריח,
נאָך זײ: — הינטלעך,
הערדעסווײַז, צעשויבערט,
הינטלעך, —
אָ, פֿיל מערער, װי די צויגנס אײַטערס!
גאָר אָן אייגלעך,
נעזלעך שװאַרצע, פֿײַכטלעכע,
גאַרנדיקע, זשעדנע.
און מיר,
אין רויטן מידבר־נעפּל —
אַן אַנגעשראָקן קליינע מחנה,
מיט צעשמיסענע געצעלטן,
אַ פּחד אָפֿענער,
אַ בייזע מורא,
װאָס קאָן פֿון הימל קומען
פֿון יעדער קער און ווענד דער װעלטס, —
אויף אונדז, אויף אונדז.
מיר אַלע האָבן דווקא געטלעך,
נאָר אָנגעשראָקענע,
האָבן מיר פֿאַרװיקלט זיי,
באַהאַלטן זיי אין טעפּ,
און שעמען זיך
צו דיגען זײ, צו בעטן…
דער שפּיגל
מײַן שפּיגל אַ גלאַטער, אַ קאַלטער,
דאָך עפּעס אַ חלום באַהאַלט ער…
ווען שטילקייט פֿאַרקילט ווערט אין ווינקלען פֿון צימער
און ס’קומט אָן דער אָװנט
מיט בלוייִנקע אָדערלעך־קומער, —
קומט אָן אַן אומעט פֿון טיף פֿונעם שפּיגל
און נעמט זיך פֿאַרשפּרײטן
אויף בילדער פֿון ווענט,
אויף צעװאַלגערטע קליידער,
און כאַפּט זיך אַ שטורעם אַרײַן אין מײַן צימער,
געטראָגן אויף יונגע, צעטענצלטע פֿיסלעך,
און פּאַטשט ער, דער שטורעם,
אין ווענט און אין סטעליע,
און טאַנצט מיט די שטול־פֿיס, מיט בענקלעך אַ רונדע, —
קוקט ער אַ פֿלאַכער, מײַן שפּיגל, אויף שטורעם,
קוקט אים אין פּנים און שפּיגלט זײַן אימפּעט.
און בלײַבט נאָר, מײַן שפּיגל, אַליין אינעם צימער,
זויגט ער זיך אײַן אין דער װאַנט, װאָס אַנטקעגן,
און קלערט פֿונעם דרויסן
אָן סוף און אָן ענדע.

פּרץ מאַרקיש
פֿון בוך „ירושה‟, איקוף, 1959
גיסט־זשע אָן
העכער פֿונעם פֿויגלס פֿליגל
האָבן מיר אויף בערג געשטיגן
און דערשטיגן. און דערלאַנגט, —
גיס-זשע אָן מיט ברייטער האַנט,
אַז מקוים זאָלן ווערן
אַלע אונדזערע באַגערן;
טיפֿער פֿון די ימען גרונטן
זיך געלאָזט מיר האָבן מונטער
און פֿאַרטרונקען מיט געזאַנג, —
גיס-זשע אָן מיט פֿולער האַנט
ס’זאָל בײַם פֿאָלק זײַן פֿול די קװאַלן,
און ס’זאָל גאָרניט גיין פֿאַרפֿאַלן;
אָפּגעבליט האָט גיך דער זומער
און דער האַרבסט איז פֿרי געקומען.
ערגעץ שוין דער ווינטער שפּאַנט, —
גיס-זשע אַן מיט פֿולער האַנט
פֿאַר די נאָנטע, פֿאַר די װײַטע,
די װאָס וועלן אונדז פֿאַרבײַטן;
ס’טוט ניט באַנג אַזױ גרײַז און גרוי זײַן,
װײַל געלעבט מיר האָבן ברויזנד
מיטן פֿאָלק און מיטן לאַנד, —
גיס־זשע אָן מיט פֿולער האַנט,
אַז צו גוטנס ביז מקנא,
זאָל די צוקונפֿט אונדז דערמאָנען;
וויפֿל נאָך איז אונדז געגעבן
זיך צו פֿרייען מיטן לעבן —
ביז צום טרויעריקן ראַנד, —
גיס-זשע אָן מיט ברייטער האַנט,
הייב דעם כּוס אויף ביז די שטערן
פֿאַר די לעצטינקע באַגערן.
פֿאַרטאָג
פֿאַרטאָגיק-פֿײַערלעך און מיד —
צערטלט דער ים זיך, אַ געפּלעטער, —
און הערט זיך אײַן, װי ס’קלינגט דער שמיד
בײַם גרינעם בלאָז־זאַק פֿון די בלעטער.
ער גיט דורך ווינטעלעך אַ פֿרעג
מיט זײַנע זילבערנע געוועבן:
— ס’איז ניט קיין גלעקלעך אויפֿן וועג?
— אַ באַרגנקװאַל פֿליסט דורך דערנעבן.
פֿון רויש פֿון אייגענעם פֿאַרטשאַדעט,
הערט ער זיך אײַן פֿאַרוווּנדערט-שטיל
אין צויבער-מורמל פֿון דער גריל,
אין דינעם שטעפּ פֿון דער ציקאַדע.
פֿאַר שטילקייט איז געגרייט זײַן פֿלאַך,
פֿאַר לעצטן צאַנק פֿון שטערן גרינע;
ער הערט, אפֿשר, ווי איך בין װאַך,
ווי כ’גיי געפֿאַנגען אין באַגינען?..
1948
דער ים פֿאַרטאָג
די רו פֿון בערג פֿאַררופֿט דער ים
פֿאַר זײַן פֿאַרטאָגעדיקן דרעמל.
צוקאָפּנס — פֿון באַגין דער פֿלאַם,
צופֿוסנס — אַ געהיל פֿון דעמער.
און מיט אַ קרעכצנדיקן וועק,
ווי דורך אַ חלום אױפֿגעפֿלאַטערט, —
גיט ער פֿון שלאָף אַ טאַפּ דעם ברעג
און זײַנע שטיינדלעך אַ צעפּאַטל.
זיך אָנכאַפּן בײַם ברעג ער פּרוּווט
און אין די שטיינדלעך זיך פֿאַרקלעמען
אין דער פֿרימאָרגענדיקער לופֿט,
אין דעם באַגינענדיקן דרעמל.
נאָר ס’ענטפֿערט אים מיט אָפּהילך בלויז
זײַן קרעכץ זײַן אייגענער — צעשאָטן
און ס’פֿאַלט אויף זײַן לבֿנה־שױס
פֿון ברעג אַ ציטערדיקער שאָטן.
1948
לענינס באַרעליעף
אויף דעם באַדאַרפֿט האָט גרינע העפֿט
די באַרגיקע, די אײַנגעשפּאַרטע יאָדלע.
זי זאָל די צװײַגן אױסשפּרײטן בײַם באַרעליעף,
װי ס’שפּרייט די פֿליגל אויס אַן אָדלער.
אויף דעם באַדאַרפֿט האָט האַרטקײט דער גראַניט
און זײַן געװאָרצלט טיף מיט שמאַמען.
אַז ס’זאָל די צײַט ניט אָפּווישן דעם שניט
װאָס איז פֿאַרקריצט פֿון דאָלעטע און האַמער.
אויף דעם באַדאַרפֿט די הויכקייט האָבן בערג
אויף דעם האָט אָנגעטאָן אין שיינקייט די נאַטור זיך.
אַז זײַן אַ ראַם זיי זאָלן זײַן די ווערט
פֿאַר דעם װאָס איז פֿון ז ײַ ן די אורזאַך.
זײַ, ווינט, לעם מיר
דאָ איז מיט זיבן יאַר צוריק געווען זײַן ראַנד,
מיט אומרו און מיט דאָרשט געפֿעסטיקט ער געווען איז;
— האָסט ווינט, אים ניט געזען? קיין סימן ניט פֿאַראַן?
דער האַרבסט אויך דאָ געבראָכן האָט מײַן גרענעץ.
די שטיינדלעך בײַ דעם ברעג. די בערג אויף זייער אָרט.
די פּאַלמען פּונקט אַזױ, ווי אַלעמאָל, װי שטענדיק,
נאָר איך בין אָפּגעטראָטן נאָך אויף זיבן יאָר
פֿון דאַן, ווען כ’בין געווען דאָ…
— האָסט, ווינט, זיי ניט געזען? — זײַ, ווינט, לעם מיר.
די צײַט באַפֿאַלט. װי לײַכט ס’קומט אָן איר.
כ’גיב איר אַליין זיך אויס. כ’טראָג איר מײַן האַרץ, מײַן מי,
ווי נ’בינשטאָק טראָגט פֿאַרליבט די בין איר האָניק.
כ’פֿאַרשפּאַר אַליין איר, וועבנדיק די נעץ,
אַליין כ’גיב, לויפֿנדיק, זיך אָפּ אין אירע אָרעם, —
איך הער דעם גלאָקעדיקן הילך, — נאָך ניט געזעצט
ער קײַקלט זיך אויפֿן פֿאַרשװינדנדיקן גאַנג פֿון יאָרן.
יאָ, דאָס בין איך — אין מײַן באַשטענדיקן פֿאַרשװינד,
יאָ, דאָס בין איך — אַ גאַסט איך גיי פֿאַרבײַ דאָ;
איצט איז אָט דאָ מײַן ראַנד. דו זעסט אים, ווינט?
אויך אָפּטרעטן פֿון אים כ’וועל אומפֿאַרמײַדלעך.
1948
דער ווינטער גייט
געבראַכט אַ בשׂורה האָט דער ווינט,
אַ שמײַס געטאָן די יאָדלעס די צעגרינטע.
די קעפּ צעטרייסלט זיי געשווינדט:
— דער ווינטער גייט. עס גייט דער ווינטער.
ס’האָט אפֿשר נאָך זײַן וועג דאָרט ניט פֿאַרענדיקט ווער.
וועט נאָך באַװײַזן אָנקומען אַהיים ער?
ווי בערן זויגן לאַפּעס אייגענע די בערג
און ווי אין פֿיבער װאַרפֿן זיך די ביימער.
מיט אַ בהלה רײַסט די בשׂורה אויס
בײַם ווינט פֿון מויל אַ יאָדלע נאָך אַ יאָדלע:
זי גיבן זיך, ווי אויף אַן אומגליק אַ צעברויז
און אַ צעפּליעסקע מיט די נאָדלען.
עס כאַפּט זיך אויף דאָס טויטע גראָז,
אַ ריגעווע זיך געבן טויטע בלעטער
און אַלץ איז אַ געוויין, און אַלץ איז אַ צעגאָס,
דער ווינט אויף ווענט אויף גלײַכע קלעטערט.
אויף אַ געפֿעכט ער רופֿט דאָרט אויך אַרױס
די אָפּגעטרײסלטע, די הוילע ביימער:
זיי זײַנען שטום, מיט קעפּ זיי שאָקלען בלויז,
זיי קלאַפּן צו נאָר אים די צװײַגן, װי מיט ביינער.
1948

איציק פֿעפֿער
פֿון בוך „געוועטן‟, קאָאָפּעראַטיווער פֿאַרלאַג „קולטור־ליגע‟, קיִעוו 1930
פֿון העכסטע שטאָקן
וועקנדיקער פֿײַער,
רופֿנדיקער, רויטער…
טרעפּעלעך פֿאַרשטויבטע
שפּין-געוועב װי לאָקן…
חבֿר, דו געטרײַער!
גיב אַהער אַ לייטער,
כ’וועל זיך הײַנט אַ הייב טאָן
אויף די העכסטע שטאָקן!
כ’וועל זיך הײַנט אַ הייב טאָן
איבער שטעט און בריקן,
װוּ די װאָלקנס פֿרירן,
אינעם בלויען פּלאָנטער,
און פֿון הייך פֿאַרטויבטער
װעל איך הײַנט אַ קוק טאָן,
ווי די טעג מאַרשירן
איבער בערג פֿון יום־טובֿ…
טויזנט מאָל געלויבטער
גייען טעג אין רייען,
זייער העכסטע הויכקייט
וויל איך הײַנט דערגרייכן,
גיט אַהער אַ לייטער,
כ׳וועל זיך הײנט אַ הייבט טאָן,
כ׳וועל מײַן לאַנד דערזעען
פֿון די העכסטע הייכן!..
אַ סוף
ס׳איז נעפּל
דײַנע רייד און דײַן לויב און די שמייכעלעך אַלע, די זיסטע,
איך ווייס, װער דו ביסט און איך קען אים, דײַן בײַכיקן טאַטן,
איך קען אים און קען דיך, און אַלץ, װאָס דו רעדסט, איז אומיסטן,
ווען ס’וועט רופֿן דער גלאָק אינעם פֿעלד, װעסטו, בחור, פֿאַרראַטן,
איך ווייס.
ס’איז גאָרניט:
האָסט צעשטעלט אַזוי קלוג פֿון די װערטער די בליציקע נעצן,
און סע פּינטלט דײַן אויג און סע יאָגט, װי אַ רױבער, דײַן
גרויסער שוואַרצאַפּל.
ס’איז גאָרניט, ס’וועלן בליִען די טעג, ס’װעלן טראָגן זיך נעכט
איבער רוישיקע פּלעצער,
און אומזיסט איז דײַן וואַרטן — וועסט קיינעם ניט, קיינעם ניט
כאַפּן!
ס’איז קלאָר.
מע זאָגט:
ס’װעט באַמערקן דאָס אױג, וועט אַ מוסקעלנע האַנט פֿון דער
נעסט דיך אַ ריס טאָן,
דײַן איך, ווי אַ בלעטל אַ דאַרס, וועט די צײַט, אָט די שטרענגע,
פֿאַרמישן,
דײַנע רייד און דײַן לויב און די שמייכעלעך דײַנע, די זיסע,
באַהאַלט! דעם אמת אַהער, אויף די נײַע, די ליכטיקע טישן!
אַ סוף!
אין טעאַטער
וואַרעמע שטערן,
אַן אָװנט אַ פֿרישער,
אַ נײַער טעאַטער מיט נײַע אַפֿישן.
ברענען די לאָמפּן
און לעמפּעלעך גלאַנצן,
זינגען אַרטיסטן און טענצערנס טאַנצן.
פֿון גאַסן און געסלעך
געיאָגט און געקומען,
די בענק און די לאָזשעס און אַלץ איז פֿאַרנומען.
אַ פֿריילעכע נאַכט
און פֿריילעכע שטערן,
גלוסט זיך דאָ אַלעמען זיצן און הערן.
נאָך װאָכן פֿון בויען,
נאָך אָװנטן מידע
זינגט מען שוין ווידער,
„קאַרמען‟ און „אַיִדע‟.
הודען די טרובעס,
וויינען די כאָרן,
דאַכט זיך, אַיִדע איז עלטער געװאָרן.
דאַכט זיך, קאַרמען איז געװאָרן שוין קילער,
דאַכט זיך, די זינגערנס זינגען שוין שטילער.
קאַרמען און אַיִדע.
נאָכװאָס און פֿאַר וועמען?
ווען װעלן קלינגען דאָרט אונדזערע נעמען?
אונדזערע נעמען, װען װעלן קלינגען?
טאַנצן די טענצערס און זינגערנס זינגען.
מיר זײַנען געקומען
פֿון געסלעך און שליאַכן,
מיר פֿרעגן און פֿרעגן, און פֿידעלעך לאַכן.
פּײַקעלעך באָמבלען
און ס׳ציטערן פֿלייטן,
וויינט אַ קלאַרנעט אין טעאַטער אין ברייטן.
זיצן מיר אַלע מיט שײַן אויף די ברעמען.
ווען װעלן קלינגען דאָרט אונדזערע נעמען?
וואַרעמע שטערן.
אַן אָװנט אַ פֿרישער,
אַ נײַער טעאַטער מיט נײַע אַפֿישן.