
Foto: Melanie Einzig
ווי כ׳האָב שוין געשריבן אין מײַנע פֿריִערדיקע נאָטיצן, האָב איך דעם זומער געפֿירט דעם שמועס־קלאַס בײַ די אַוואַנסירטע סטודענטן, וועלכע זײַנען געקומען צו פֿאַרטיפֿערן זייערע קענטענישן אויפֿן פֿעלד פֿון ייִדיש בעת דער זומער־פּראָגראַם בײַם ייִוואָ. פֿאַרשיידענע אינטערעסן און פּראַקטישע צילן האָט געהאַט יעדער געקומענער סטודענט; מײַן אויפֿגאַבע איז געווען, זיי אָפּרײַסן פֿון די געדרוקטע ליטעראַרישע טעקסטן און זיך אַרײַנוואַרפֿן אין אַן אָפֿענעם שמועס אויף פֿרײַע טעמעס.
צווישן די צענדליקער טעמעס איז די סטודענטן אויך אויסגעקומען צו אַרומריידן די הײַנטיקע פּראָבלעמען, וואָס פֿעלן נישט אויס. דרײַ פּראָיעקטן אויף דער טעמע „דעבאַטעס‟ לייג איך פֿאָר צו באַטראַכטן די לייענער פֿון „ייִדיש בראַנזשע‟.
מײַן סאָציאַלע פּראָגראַם
תּפֿארות פֿרומקין (ישׂראל)
מײַן באַוועגונג וועט הײסן „אַ געזונט לעבן‟ און וועט זײַן פֿאַראינטערעסירט צו אַנטוויקלען, דער עיקר, דרײַ סאָציאַלע פּראָבלעמען: גלאָבאַלע אָנװאַרעמונג, דער אומבאַלאַנס צװישן אַרבעטן און לעבן, און די הױכע פּרײַזן פֿון דירות.
צו פֿאַרריכטן די פּראָבלעמען, װעלן מיר אַרבעטן אױף דרײַ פּראָיעקטן:
גלאָבאַלע אָנװאַרעמונג:
ערשטנס, װעלן מיר אינװעסטירן אין באַנײַעװדיקע ענערגיעס, און דערנאָך — פֿאַרבעסערן די עפֿנטלעכע טראַנספּאָרטאַציע, כּדי קײנער זאָל נישט דאַרפֿן ניצן אַן אויטאָ.
דער אומבאַלאַנס צװישן אַרבעטן און לעבן:
מיר װעלן פֿאַרקירצן די אַרבעט־װאָך — מע װעט אַרבעטן נאָר פֿיר טעג אַ װאָך, כּדי אַלע זאָלן האָבן גענוג צײַט זיך צו טרעפֿן מיט זײערע משפּחות און חבֿרים, אָפּרוען און מאַכן ספּאָרט.
די הױכע פּרײַזן פֿון דירות:
מיר װעלן בױען בנינים מיט קלײנע, אָבער גוטע דירות, כּדי יעדער זאָל האָבן די געלעגנהײט צו װױנען אין אַ גוטן אָרט, אָן מורא צו באַנקראָטירן.
פּראָיעקט: אַ פֿלישלאַנג־פֿעסטיוואַל
מלכּה מאָרעל (קאַליפֿאָרניע)
אַלע שטעט זאָלן האָבן פֿֿלישלאַנג־פֿעסטיוואַלן איין מאָל אַ יאָר. קינדער און דערוואַקסענע — אַלע זאָלן אין אַ ווינטיקן טאָג מאַכן פֿלישלאַנגען אין אַ פּאַרק און זיי לאָזן פֿליִען. קינסטלערס זאָלן באַקומען געלט צו בויען גרויסע קונסט־פּראָיעקט פֿון עקספּערימענטאַלע פֿלישלאַנגען
אַזאַ פֿעסטיוואַל איז שוין דאָ אין לאָס־אַנדזשעלעס. ער איז געגרינדעט געוואָרן פֿון אַ באַוועגונג, כּדי צו ראַטעווען אַ געזעלשאַפֿטלעכן פּאַרק, וואָס אַ בעל־הבית האָט געוואָלט קויפֿן.
איך בין געווען בײַ אַ ייִדישן קלעזמער־פֿעסטיוואַל, וואָס האָט געהאַט אַ פֿלישלאַנג־צערעמאָניע. בעת דעם פֿעסטיוואַל האָט מען געזאַמלט געלט צו שיקן אין אַ שטעטל אויפֿן מערבֿ־ברעג, אַז די פּאַלעסטינער קינדער זאָלן אויך האָבן די מעגלעכקייט דורכצופֿירן אַזאַ פֿלישלאַנג־פֿעסטיוואַל.
אין פֿאַרלויף פֿון דעם סוף–וואָך האָבן דערוואַקסענע און קינדער געמאַכט פֿלישלאַנגען און געשיקט גרוסן די קינדער אין דעם פּאַלעסטינער שטעטל. אין דער צערעמאָניע, האָט עמעצער, וואָס איז צוריקגעקומען פֿונעם מערבֿ־ברעג, געלייענט די נײַעס פֿאַר די פֿאַרזאַמלטע מענטשן. מיר האָבן געהאַט אַ שווײַג–מאָמענט, פֿול מיט כּוונה און האָפֿענונג, אַז די קינדער דאָרטן זאָלן פֿילן זיך פֿרײַ און צופֿרידן, און אַז עס זאָל זאָלן האָבן די מעגלעכקייט דורכצופֿירן זייער אייגענעם פֿלישלאַנג־פֿעסטיוואַל.
מײַן פֿאַנטאַזיע: אַן אױטענטישע ייִדיש־רעדנדיק קהילה אין צפֿון־ניו־יאָרק
יהודית ליסקין־גאַספּאַראָ (יאָוואַ)
אין דער ייִװאָ־זומער־פּראָגראַם 2026 האָב איך געהאַט די געלעגנהײט אין מײַן שמועס־קורס צו אױסטראַכטן אַ פּראָגראַם, װאָס װעט פֿאַרענטפֿערן די סאָציאַלע און קולטורעלע פּראָבלעמען: אַן אױטענטישע ייִדיש־רעדנדיק קהילה אין צפֿון־ניו־יאָרק, אַ קהילה, װוּ מע רעדט ייִדיש טאָג־טעגלעך, און װאָס קען אױך זײַן אַ מוסטער פֿאַר אַנדערע ייִדיש־רעדנדיקע קהילות אױף דער װעלט.
די פּראָגראַם איז געגרינדעט אױף צװײ זאַכן: ערשטנס, אױפֿן באַגריף „פּאָסט־פּאָסט־װערנאַקולאַר ייִדיש‟; און צװײטנס, אױף אַ הצלחהדיקער פּראָגראַם צוצוציִען יונגע מענטשן קיין טולסאַ, אָקלאַהאָמאַ. די פּראָגראַם הײסט אױף ענגליש ;Tulsa Remote אױף ייִדיש, טולסאַ פֿאַר דיסטאַנץ־אַרבעטער.
דער טערמין „פּאָסט־פּאָסט־װערנאַקולאַר ייִדיש‟, געפֿורעמט פֿון דעם ייִדיש־אַקטיװיסט אין בערלין, דזשײק שנײַדער, איז באַזירט אויף דעם פֿריִערדיקן טערמין „פּאָסט־װערנאַקולאַר ייִדיש‟, װאָס דער פֿאָרשער דזשעפֿרי שאַנדלער האָט צוגעטראַכט און פּאָפּולאַריזירט מיט צװאַנציק יאָר צוריק אין זײַן באַקאַנט בוך Adventures in Yiddishland. לױט שאַנדלערס מײנונג, לעבט הײַנט ייִדיש צװישן די װעלטלעכע רעדער מער װי אַ סימבאָל, װי אַ טאָג־טעגלעכע, נאַטירלעך גערעדטע שפּראַך. שנײַדער מײנט, אַז ס’איז שױן צײַט װײַטער צו גײן; ער װיל מע זאָל רעדן ייִדיש װי מע רעדט פּױליש, רוסיש, העברעיִש אָדער אַנדערע שפּראַכן. פֿאַר װאָס נישט? ס’איז פֿאַראַן אין די פֿאַראײניקטע שטאַטן און אױף דער װעלט בכלל אַ נײַע כװאַליע פֿון יונגע ייִדן, װאָס, הגם זײ האָבן זיך נישט אױסגעלערנט ייִדיש אין די קינדער־יאָרן, — האָבן זיי שױן אַריבערגעװאַקסט די בלױזע סימבאָלישע סטאַדיע. די פּאָסט־פּאָסט־װערנאַקולאַרע ייִדיש רעדער שאַפֿן נײַע קולטור־גרופּעס, װי שנײַדערס „שמועס און װײַן‟ אין בערלין. זײ שרײַבן נײַע פּאָעזיע, לידער און פּיעסעס, און זײ ניצן ייִדיש װי אַן עכטע, דינאַמישע שפּראַך אין זײער טאָג־טעגלעכן לעבן.
דער צװײטער יסוד פֿון מײַן פּראָגראַם איז דער הצלחהדיקער טולסאַ פֿאַר דיסטאַנץ־אַרבעטער עקספּערימענט. דער דאָזיקער פּראָיעקט האָט זיך אָנגעהױבן אין 2018 מיטן ציל צוצוציִען יונגע פּראָפֿעסיאָנעלע דיסטאַנץ־אַרבעטער צו קומען װױנען אין דער שטאָט טולסאַ. די פּראָגראַם האָט אַ פֿינאַנציעלע שטיץ: $10,000 פֿאַר יעדן אָנגענומענעם קאַנדידאַט, צוזאַמען מיט אַ מיטגלידערשאַפֿט אין אַ לאָקאַלער בשותּפֿותדיקער סבֿיבֿה (אױף ענגליש, coworking space). דער עיקר פֿון דער פּראָגראַם איז אָבער נישט דאָס געלט, נאָר צו שאַפֿן אַ לעבעדיקע קהילה. די שטאָט אָרגאַניזירט ספּעציעלע קולטור־געשעענישן און אַנדערע אַקטיװיטעטן, װאָס העלפֿן די נײַ־געקומענע אײַנװױנערס צו געפֿינען פֿרײַנד און װערן אָנטײל־נעמערס אינעם לאָקאַלן עקאָנאָמישן און געזעלשאַפֿטלעכן לעבן. די פּראָגראַם איז אין גאַנצן אַ געראָטענע: זינט 2018 האָבן זיך איבערגעצױגן קײן טולסאַ 4,000 מענטשן, און 70 פּראָצענט פֿון זיי זײַנען געבליבן. זײ האָבן געעפֿנט געשעפֿטן, געקױפֿט הײַזער און געפֿונען שידוכים.
מײַן פֿאַנטאַזיע איז צו שאַפֿן אַ ייִדישע דיסטאַנץ־אַרבעטער פּאָסט־פּאָסט־װערנאַקולאַרע קהילה אין דעם ניו־יאָריקער קאַפּיטאָל־ראַיאָן (אױף ענגליש, Capital District), ספּעציעל אין טרױ און סקענעקטעדי. די דאָזיקע שטעט פּאַסן פֿאַר עטלעכע סיבות. ערשטנס, טרױ און סקענעקטעדי לעבן שױן דורך אַ גרױסע קולטורעלע באַנײַונג. יונגע קינסטלער און דיסטאַנץ־אַרבעטער האָבן זיך שױן אַריבערגעצױגן אַהינצו, װײַל די װױנונגען זײַנען נישט אַזױ טײַער און די קינסטלערישע סבֿיבֿה איז רײַך און לעבעדיק. צװײטנס, איז שױן דאָ, בפֿרט אין טרױ און אַלבאַני, אַ פּראָגרעסיװע ייִדישע קהילה מיט שולן, אָרגאַניזאַציעס און כּשר עסן. אַװדאי, קען מען אױך פֿאָרן נאָר צװײ מיט אַ האַלב שעה מיט דער באַן קיין ניו־יאָרק, דעם הױפּט־צענטער פֿון ייִדישקײט אין צפֿון־אַמעריקע. דריטנס, איז עס זײער אַ שײן אָרט װוּ צו װױנען, מיט פּרעכטיקער אַרכיטעקטור פֿונעם 19טן יאָרהונדערט, אַ באַרימטן פֿאַרמערס־מאַרק, װוּ מע קען אײַנקױפֿן אַ גאַנץ יאָר, אַ לעבעדיקע קולטור פֿון האַנטאַרבעט און קונסט, און אַ צענטער־שטאָט מיט קלײנע קראָמען, װוּ מע קאָן (אין מײַן פֿאַנטאַזיע) שמועסן ייִדיש אױף דער גאַס מיט די שכנים.
די פּראָגראַם „ייִדיש פֿאַר דיסטאַנץ־אַרבעטער פּאָסט־פּאָסט־װערנאַקולאַרע קהילה‟ װעט פֿאַרענטפֿערן, צום װינציקסטן, דרײַ סאָציאַלע פּראָבלעמען:
- די עפּידעמיע פֿון עלנטקײט צװישן די מענטשן, ספּעציעל די דיסטאַנץ־אַרבעטער. אַ סך מענטשן בלײַבן צו פֿיל אין דער הײם און האָבן פֿאַרגעסן װי אַזױ זיך צו קאָמוניקירן פּנים־אל־פּנים, און מער מענטשן לײַדן פֿון דעפּרעסיע. די נײַע קהילה װעט צונױפֿברענגען יונגע מענטשן מיטן בשותּפֿותדיקן ענטוזיאַזם צו שאַפֿן גרופּעס און אַקטיװיטעטן זיך צו באַקענען און גוט צו פֿאַרברענגען אױף ייִדיש.
- דער אָפּפֿליס פֿון מוחות (אױף ענגליש, brain drain) פֿון מיטעלער־גרײס שטעט. דאָס הײסט, אַ סך שײנע שטעט, װי טרױ און סקענעקטעדי, זײַנען איצט נישט אַזױ גרױס, נישט אַזױ לעבעדיק, נישט אַזױ עקאָנאָמיש בליִענדיק װי זײ זײַנען געװען אַ מאָל. די בירגער זײַנען אָפּגעפֿרעמדט געװאָרן; זײ נעמען װײניקער אָנטײל אין די סאָציאַלע און געזעלשאַפֿטלעכע אַספּעקטן פֿון דער שטאָט. די נײַע ייִדיש־רעדנדיקע קהילה װעט אַרײַנברענגען אין דעם ראַיאָן יונגע פּראָפֿעסיאָנעלע מענטשן, װאָס װילן שאַפֿן אַ נײַ לעבן פֿאַר זיך אין אַ נײַ אָרט. דאָס װעט אױך ברענגען פֿרישע לופֿט און עקאָנאָמישע װיטאַליטעט פֿאַר דער שטאָט.
- פֿאַרזיכערן די צוקונפֿט פֿון די שטעט פֿון מיטעלער־גרײס. אין אַ סך מיטעלער־גרײס שטעט אין אַמעריקע האָט מען די זעלבע פּראָבלעם — די יונגע מענטשן פֿאַרלאָזן זיי און פֿאָרן ערגעץ װוּ צו װױנען. דאָס איז נישט נאָר אַ פּראָבלעם פֿאַרן איצט, נאָר אױך פֿאַר דער צוקונפֿט. װען די כװאַליעס ייִדיש־רעדער װעלן אָנקומען אין אַזעלכע שטאָט, כּדי זיך אויסלעבן אין ייִדיש, װעלן זײ חתונה האָבן און נאָך דעם דערציִען קינדער, װאָס װעלן, אַװדאי, זײַן אױך ייִדיש־רעדער. דאָס הײסט, די באַפֿעלקערונג פֿון ראַיאָן װעט זיך צעװאַקסן. דאָס װעט זײַן גוט פֿאַר אַלע בירגער, סײַ ייִדיש־רעדער און סײַ נאָך נישט ייִדיש־רעדער.
די ייִדיש־רעדנדיקע קהילה װעט פֿאַרענטפֿערן נישט בלויז די דאָזיקע סאָציאַלע פּראָבלעמען, נאָר אױך די דרײַ אַנדערע קולטורעלע פּראָבלעמען, װאָס זײַנען צום האַרצן אַלע ליבהאָבער פֿון ייִדיש. ערשטנס, אַ המשך פֿון ייִדיש װי אַ שפּראַך און װי אַ קולטור־טרעגער צװישן װעלטישע ייִדן און אַפֿילו נישט־ייִדן. אַלע סטודענטן פֿון ייִדיש טרױמען נאָך אַן אָרט, װוּ מע קען רעדן ייִדיש מיט פֿרײַנד, שכנים, קינדער און אין די קראָמען, פּונקט װי מע קען רעדן אויף אַנדערע שפּראַכן.
צװײטנס, מע קען און מע דאַרף שאַפֿן אַ שטאַרקן, רײַכן בילדונג־פּלאַן פֿאַר די קינדער פֿון דער קהילה, מיט אױסערגעװײנטלעכע לערער און גוטע לערן־מאַטעריאַלן און אַנדערע רעסורסן. דער יסוד פֿון דעם פּלאַן איז אַ צװײ־שפּראַכיקע בילדונג־פּראָגראַם, װאָס איז קולטורעל רײַך, פֿול מיט פּאָעזיע, געזאַנג און קונסט, אין אײנעם מיט אַ שטאַרקער אַקאַדעמישער לערן־פּראָגראַם. די קינדער װעלן גראַדויִרן פֿון דער שול־פּראָגראַם אין גאַנצן צװײשפּראַכיק.
צום סוף, די דאָזיקע קהילה װעט פֿאַרשפּרײטן די ייִדישע שפּראַך און קולטור. אין אונדזער צײַט דאַרף מען ניצן כּלערלײ טעכנאָלאָגישע מיטלן צו קאָמוניקירן מיט דער װעלט, אַז ייִדיש לעבט, אַז אַלע קענען זיך אױסלערנען ייִדיש, כּדי אָנטײלצונעמען אין דער קינסטלערישער װעלט פֿון ייִדיש.
אין מײַן אױסגעטראַכטער ייִדיש־רעדנדיקער קהילה װעט די אָרטיקע רעגירונג שטיצן מיט געלט אַלע סאָרטן פּראָיעקטן צו פֿאַרשפּרײטן די ייִדישע שפּראַך און קולטור. ייִדיש װעט צוציִען נישט בלויז יחידים, װאָס לערנען זיך די שפּראַך, נאָר אַן אופֿן צוצוציִען יונגע מענטשן אין די שטעט פֿון מיטעלער גרײס, װי טרױ און סקענעקטעדי; זי װידער אױפֿלעבן בעת זײ שאַפֿן אַ נײַע פּאָסט־פּאָסט װערנאַקולאַרע ייִדיש־רעדנדיקע קהילה. לאָמיר האָפֿן, אַז אין דער צוקונפֿט װעט ייִדיש זײַן אַן אָפֿיציעלע שפּראַך אין אַ סך לענדער אױף דער װעלט, נישט נאָר אין שװעדן.