אַ ייִדישער ראָמאַן (סוף)


יעווגעני קיסין

3


אין יענער אָסיען–נאַכט, װען מישע און קאַטיע זײַנען געלעגן אין בעט, צוטוליענדיק זיך אײנער צום אַנדערן, האָט קאַטיע פּלוצעם שטיל אַ זאָג געטאָן

— מישע… דװקא הײַנט װאָלט איך געקאָנט פֿאַרגײן אין טראָגן…

מישע האָט זיך פֿאַרטראַכט אױף אַ פּאָר װײַלעס.

— קאַטיושע, — האָט ער געענטפֿערט, — אױב דאָס איז טאַקע געשען, אפֿשר איז פֿאָרט נישט כּדאַי צו מאַכן אַן אַבאָרט? דו װײסט דאָך אַלײן, װי דאָס איז געפֿערלעך. נו, װעט דאָס קינד אָפּלעבן דאָ אַ יאָר–צװײ — און שפּעטער װעט עס אַפֿילו נישט געדענקען. 
— יאָ, מישענקע, אַװדאי, — האָט קאַטיע מסכּים געװען. געזאָגט האָט זי עס אין גאַנצן אױפֿריכטיק. אין איר מוח און נשמה איז איצט פֿאָרגעקומען אַן אמתדיק איבערקערעניש, ענלעכס צו יענעם, װאָס זי האָט געהאַט איבערגעלעבט נאָך איר באַקאַנטשאַפֿט מיט מישען מיט אַכט יאָר צוריק.

מישע איז גאַנץ גיך אײַנגעשלאָפֿן, נאָר קאַטיע האָט נישט צוגעמאַכט קײן אױג כּמעט די גאַנצע נאַכט. װי אױפֿגעבראַכט זי זאָל נישט געװען זײַן אױף איר שװער, האָט זי, בטבֿע אַ רעאַליסטקע, נישט געקאָנט ניט פֿאַרשטײן, אַז אין דעם פֿאַל איז אוממעגלעך עפּעס צו ענדערן: באָריס יאַקאָװלעװיטש װעט קײן מאָל נישט געבן אַ שריפֿטלעכע הסכּמה אױף מישעס אַװעקפֿאָרן, און קײנער װעט נישט קאָנען אים צװינגען עס צו טאָן. הײסט עס, אַז, װי שװער עס זאָל איר נישט אָנקומען, מוז זי דערמיט שולם מאַכן — זײ װעלן מוזן לעבן דאָ, אַלנפֿאַלס, נאָך נישט איין יאָר.

קאַטיע האָט געהאַלטן אין אײן קלערן… אין פּרינציפּ, איז פֿאַראַן נאָך אײן מעגלעכקײט: װי נאָר מישע װעט פֿאָרן מיט קאָנצערטן אין אַ װאָסער–ניט–איז מערבֿדיק לאַנד, װעט ער דאָרטן בעטן אַ פּאָליטישן אַזיל און דערנאָך אַרױסרופֿן קאַטיע װי זײַן פֿרױ צו זיך, אָדער זי װעט אַלײן אַװעקפֿאָרן קײן ישׂראל, און נאָך דעם װעלן זײ זיך פֿאַראײניקן. דער דאָזיקער װאַריאַנט אָבער איז געװען צו ריזיקאַליש צוליב פֿאַרשײדענע סיבות. ערשטנס, איז ניטאָ קײן גאַראַנטיע, אַז אין אַזאַ סיטואַציע װעט מען זי דערלױבן אַװעקפֿאָרן פֿונעם לאַנד: מישע איז פֿאָרט נישט געװען אַזאַ װיכטיקער פּאַרשױן, ער זאָל קאָנען מאַכן אַ רעשיקן אינטערנאַציאָנאַלן סקאַנדאַל; אַ חוץ דעם, האָט די ראַטן–מאַכט נישט אײן מאָל קלאָר דעמאָנסטרירט, אַז זי פֿײַפֿט זיך אױס אױף דער אינטערנאַציאָנאַלער געזעלשאַפֿטלעכער מײנונג, — ס׳איז גענוג צו דערמאָנען דאָס אַרײַנדרינגען אין טשעכאָסלאָװאַקײַ! קאַטיע האָט גוט געװוּסט, אַז די סאָװעטישע מאַכטהאָבערס זײַנען געװען סײַ נאַרישע, סײַ בײזע; בײַ אַזעלכע אומשטאַנדן װעלן זײ איר נישט דערלױבן אַװעקפֿאָרן פּשוט אױס סטירדעס. נו, און צװײטנס… כאָטש קאַטיע האָט געזען און געפֿילט, װי שטאַרק מישע האָט זי ליב, האָט זי פֿאָרט נישט געװאָלט אים לאָזן אױף לאַנג אַלײן אין אַן אַנדער לאַנד. מאַלע װאָס ס׳קאָן געשען אין לעבן? און טאָמער טרעפֿט ער דאָרט אַן אַנדערע? דערצו נאָך האָבן די אַרטיסטן שטענדיק פֿאַרערערינס… סע האָט זיך באַקומען, אַז קײן אױסװעג האָט זי ניט געפֿונען…

די שטאָרעס אױף די פֿענצטערס זײַנען געװען שטײַפֿע, און אינעם צימער איז געװען שטאָק–פֿינצטער. קאַטיע איז געלעגן אױפֿן רוקן מיט אָפֿענע אױגן און געטראַכט: אױב זײ איז שױן באַשערט צו בלײַבן אין אָט דעם פּאַסקודנעם לאַנד, איז זאָלן זײ כאָשט נעמען פֿון דעם אַלץ, װאָס ס׳לאָזט זיך! אױב זײ מוזן לעבן אין אַ שטײַג, זאָל מען אָט די שטײַג װאָס מער באַגילדן — זיך אָפֿט אָפּרוען אין „רוזאַ‟; אױב מישע האָט די מעגלעכקײט צו פֿאַרדינען פֿיל געלט, זאָלן זײ זיך קויפֿן און אַריבערציִען אין אַ קאָאָפּעראַטיװער װױנונג, קריגן שאָפֿער–שײַנען און זיך קױפֿן אַן אױטאָ. אױב, אַ דאַנק יודיטן, האָבן זײ זיך באַקענט מיט באַרימטע אַקטיאָרן, זאָלן זײ װערן נאָך נעענטער צו דעם קרײַז און פֿירן אַ באָהעמיש לעבן… און װאָס שײך קינדער — זאָלן זײ טאַקע האָבן קינדער און דערציִען זײ אַזױ, װי אירע עלטערן האָבן זי דערצױגן, געבן די בעסטע בילדונג, װאָס ס׳איז מעגלעך, אױף צו להכעיס אַלע שׂונאים! און דאַן, אױב זי און מישע וועלן נישט קאָנען זײַן פֿרײַ, װעלן כאָטש זײערע קינדער זיך באַפֿרײַען: זיי וועלן נישט דאַרפֿן קײן הסכּמה פֿון די באָבע–זײדעס, כּדי אַרויסצופֿאָרן. ס׳איז קאַטיען אױפֿגעקומען אַפֿילו אַזאַ אידעע: צורײדן מישען, ער זאָל דערצײלן כרעמענקאָװן װעגן זײַנע פּראָבלעמען סײַ מיט דער „מעלאָדיע‟, סײַ מיט קרײנס סװיטע; אױב טימאָפֿײ מיכײַלאָװיטש באַציט זיך צו מישען אַזױ גוט, איז זאָל ער אים העלפֿן אױך אין דעם, און זאָלן אָט די אַלע ביוראָקראַטן–אַנטיסעמיטן װיסן, אַז הינטער איר מאַן שטײט אױך אַ מאַכט!
 
קאַטיע איז גאַנץ אױפֿגערעגט געװאָרן פֿון אָט די אַלע געדאַנקען, און אײַנגעשלאָפֿן איז זי בלױז פֿרימאָרגן–צו. װען דער װעקער האָט געקלונגען, האָט זי תּיכּף אַ קוש געטאָן מישען אין די ליפּן.

— מישענקע, צי װילסטו פֿאַרבעטן יודיט צו גאַסט הײַנט אין אָװנט?
— יאָ, מיט פֿאַרגעניגן… — האָט מישע שלעפֿעריק געשטאַמלט.
— דאַן װעל איך איר איצט אָנקלינגען. אױב זי װעט קאָנען קומען, קױף עפּעס אײַן בײַ די אונגערן בײַ טאָג. און דערװײַל שלאָף נאָך, אױב דו װילסט, — און זי האָט אים צערטלעך אַרומגענומען.

יודיט איז געקומען אין אָװנט; געװען איז, װי תּמיד, האַרציק, פֿרײלעך און געשמאַק. דאָס איז געװען איר ערשטער װיזיט צו מישען און קאַטיען, זינט זי האָט זיך געהאַט אומגעקערט קײן מאָסקװע נאָכן זומער–אורלױב. זײ האָבן גערעדט װעגן פֿאַרשײדענע זאַכן, אַרײַנגערעכנט פּאָליטיק, און אין אײנעם אַ מאָמענט האָט יודיט פּלוצעם געזאָגט:
 
— נישט לאַנג צוריק איז אײנער אַ פֿרײַנד מײַנער אַנטלאָפֿן דורך דער עסטרײַכישער גרענעץ.

אינעם שטילשװײַגן האָט זיך געהערט דאָס טיקטאַקעװען פֿונעם װאַנטזײגער און דאָס גערױש פֿון די אױטאָס הינטערן פֿענצטער.

— און… װי אַזױ האָט זיך אים עס אײַנגעגעבן? — האָט מישע שטיל אַ פֿרעג געטאָן.
— ער האָט זיך באַהאַלטן אינעם אױטאָ פֿון זײַנעם אַן עסטרײַכישן פֿרײַנד. 

4

… „טררראַם–טאַראַראַם–טאַראַראַם–פּאַם–פּאַם!‟ — האָט מישע שטיל געברומט דעם אָנהײב פֿון דער הױפּט–טעמע פֿונעם „ראַקאָצי–מאַרש‟, זיך פֿאַרטראַכט אױף אַ פּאָר רגעס און געזאָגט:

— גלײַך װי אין „דעם גרױסן שפּאַציר‟…
— מישע, איך האָב אױך אַ טראַכט געטאָן דװקא װעגן דעם! 

מער האָבן זײ קײן אײן װאָרט נישט אַרױסגערעדט, בלױז מישע האָט פֿון מאָל צו מאָל שטילערהײט געזונגען שטיקלעך פֿונעם „ראַקאָצי–מאַרש‟. ער האָט געװאָלט פֿאַרענדיקן זײַן לעצטן קאָנצערט אין בודאַפּעשט גראָד מיט דער דאָזיקער פּיעסע, װײַל זי האָט פֿאַרקערפּערט פֿאַר אים נישט בלױז אונגערן, זײַן נאַציאָנאַלן גײַסט, נאָר אױך די שטרעבונג צו פֿרײַהײט. סע איז אים אָבער נישט אױסגעקומען צו געבן אָט דעם קאָנצערט…

אַצינד זײַנען נישט מישע, נישט קאַטיע ניט געװען ביכולת צו טראַכטן װעגן גאָרנישט, אַ חוץ זײער איצטיקן „שפּאַציר‟, הגם עס זײַנען פֿאַרלאָפֿן מיט אים אַזױ פֿיל געשעענישן, אַז די לעצטע עטלעכע װאָכן זײַנען דורכגעפֿלױגן ממש װי אײן אױגנבליק.

אָנגעהױבן האָט זיך אַלץ נאָך אַ סך פֿריִער. אין יענעם האַרבסטיקן אָװנט, ווען יודיט האָט דערצײלט מישען און קאַטיען װעגן איר פֿרײַנדס פּליטה, האָט זי לױטן אױסדרוק פֿון זײערע פּנימער תּיכּף פֿאַרשטאַנען, װעגן װאָס זײ האָבן געהאַט געטראַכט, כאָטש אין יענעם מאָמענט האָבן נישט זי, נישט זײ זיך ניט פֿאָרגעשטעלט, װי אַזױ מע װאָלט עס געקאָנט רעאַליזירן פּראַקטיש. פֿון דעסטװעגן, באַלד נאָך דעם, בעת זײ זײַנען נאָך געזעסן זאַלבע דריט אין קיך, איז מישען אײַנגעפֿאַלן אַן אידעע, װאָס ער האָט זי גלײַך אַרױסגעזאָגט אױף אַ קול. פֿאַרשטייט זיך, אַז מע האָט לחלוטין נישט געקאָנט זײַן זיכער, אַז די אַוואַנטורע װעט זיך באַקומען, און אױב אַפֿילו יאָ, טאָ װען קאָן מען עס דורכפֿירן, נײַערט עס איז בפֿירוש די אײנציקע מעגלעכקײט. אױפֿן נײַ–יאָר האָט יודיט זיך אָפּגעבעטן פֿון דער אַרבעט אױף עטלעכע טעג און איז געפֿלױגן קײן בודאַפּעשט. מישע און קאַטיע האָבן געװאָלט באַצאָלן פֿאַר יודיטס בילעטן, נאָר יענע האָט זיך קאַטעגאָריש אָפּגעזאָגט. אין בודאַפּעשט האָט זי זיך דערװוּסט פֿון אירער אַ נאָענטער חבֿרטע, װאָס זי האָט איר פֿולשטענדיק געטרױט, אַז יענע האָט געהאַט באַקומען אַ בריװ פֿון זײער אַנטלאָפֿענעם פֿרײַנד. יודיטס חבֿרטע האָט געהײסן קאַטאַלין, זי איז געװען אַ מאָלערין און האָט נישט געאַרבעט אין קײן אַנשטאַלט, אַזױ אַז קאַטאַלין האָט געקאָנט פֿרײַ זיך באַניצן מיט איר צײַט. יודיט האָט זי געבעטן װאָס גיכער פֿאָרן קײן עסטרײַך און געװױר װערן בײַ זײער פֿרײַנד, צי דער מענטש, װאָס האָט אים געהאַט געהאָלפֿן, װאָלט געקאָנט זיך אונטערנעמען אַרויסצוהעלפֿן אױפֿן זעלבן אופֿן אױך אירע, יודיטס, צװײ פֿרײַנד פֿון מאָסקװע, אױב זײ װעלן זײַן אין אונגערן אין דער זעלבער צײַט. מיט עטלעכע װאָכן שפּעטער האָט יודיט, שוין זײַענדיק אין מאָסקװע, באַקומען אַ בריװ פֿון קאַטאַלינען, אין װעלכן יענע האָט איר אָנגעשריבן, אַז זי איז צום ערשטן מאָל אין לעבן געפֿאָרן קײן עסטרײַך, האָט באַזוכט דאָרטן אַ סך װוּנדערשײנע מוזייען, געזען אינטערעסאַנטע אױסשטעלונגען, „און בכלל איז די רײַזע געװען זײער אַ געלונגענע‟.

  …‟טררראַם–טאַראַראַם–טאַראַראַם–פּאַם–פּאַם!‟ — דער װעג איז געװען זײער אַ גוטער, אַ גלאַטער, און װי באַלד ס׳איז שױן געװען שפּעט נאָך האַלבער נאַכט, האָבן זיך אויפֿן שאָסיי זעלטן באַוויזן אַנדערע אױטאָס. אין דער נאַכט–שטילקײט האָבן מישעס און קאַטיעס הערצער גלײַך װי אױסגעקלאַפּט: „אָ–דער פֿרײַ–הײט, אָ–דער תּפֿי–סה‟…

סוף אַפּריל, דװקא אױפֿן אַנדערן טאָג נאָך דעם, װי מישע איז אַװעקגעפֿאָרן אױף צװײ מיט אַ האַלבן װאָכן אױף גאַסטראָלן מיט זײַן טריִאָ איבער שפּאַניע און פּאָרטוגאַל, האָט אַלעװטינאַ אַלעקסעיעװנאַ פּלוצעם מיטגעטײלט קאַטיען מיט פֿרײד, אַז אין זעקס װאָכן אַרום װעלן זײ פֿאָרן קײן אונגערן אױף צװעלף טעג; זי האָט אַפֿילו באַדאַנקט קאַטיען פֿאַר דעם, װאָס יענע האָט איר געהאַט געגעבן אַזאַ גוטע אידעע. אױף קאַטיעס פֿראַגע, װעלכע שטעט זײ װעלן באַזוכן, האָט אַלעװטינאַ אַלעקסעיעװנאַ געענטפֿערט, אַז זי װײסט עס דערווײַל נישט, נאָר מיט עטלעכע טעג שפּעטער האָט זי איר געזאָגט, אַז די פּראָגראַם פֿון דער רײַזע װעט מען זײ מיטטײלן בלױז אױפֿן אָרט. צום גליק, האָט מישע אין מיטן די גאַסטראָלן, בעת ער און זײַנע פֿרײַנד האָבן שפּאַצירט אַרום דער אָװנטיקער באַרסעלאָנע, אָנגעקלונגען קאַטיען; ער האָט זיך נאָך איר פֿאַרבענקט און פֿאַרװאָלט הערן איר קול, כאָטש אױף אַ מינוטקעלע. װען ער איז אַרױסגעגאַנגען פֿון דער טעלעפֿאָן–בודקע, האָט װלאַסטיסלאַװ אים אַ פֿרעג געטאָן: „מישע, װאָס איז געשען?!‟ — װײַל יענער האָט בפֿירוש אױסגעזען מאָדנע. „גאָרנישט, גאָרנישט…‟ — האָט מישע געענטפֿערט, זיך פֿאַרטראַכט אױף אַ װײַלע און זיך געװאָנדן צו מיהײַען: „הער, מיהײַ: צי װאָלסטו געקאָנט מיטטײלן אינעם „אינטערקאָנצערט‟, אַז איך װעל זײַן פֿרײַ אינעם פּעריאָד פֿונעם אַכטן ביזן צװאַנציקסטן יוני, און איך װאָלט געקאָנט אָפּשפּילן דעמאָלט דרײַ סאָלאָ–קאָנצערטן אין בודאַפּעשט? איך האָב נאָך נישט געשפּילט בײַ אײַך אַ סך פֿון מײַן רעפּערטואַר, און איך װאָלט אָפּגעשפּילט מיט פֿאַרגעניגן אין דער דאָזיקער צײַט דרײַ פֿאַרשײדענע פּראָגראַמען.‟ נאָך דעם, װי די דרײַ פֿרײַנד האָבן זיך אומגעקערט אינעם האָטעל און זײַנען זיך פֿונאַנדערגעגאַנגען אין זײערע צימערן, האָט מישע, ליגנדיק אין בעט אַן אױפֿגערעגטער, פּלוצעם פֿאַרשטאַנען, אַז אױב ער און קאַטיע מיט איר גרופּע װעלן אָפּפֿליִען קײן בודאַפּעשט אינעם זעלבן טאָג, װעט קאָנען געשען אַזױ, אַז זײ װעלן פֿליִען אינעם זעלבן עראָפּלאַן, און דאָס װעט שױן זײַן איבעריק. אױפֿן אַנדערן אינדערפֿרי האָט ער געזאָגט מיהײַען, אַז ער װעט קאָנען קומען קײן בודאַפּעשט נישט דעם אַכטן, נאָר דעם זעקסטן יוני, װײַל אױספֿילן דרײַ פֿאַרשײדענע סאָלאָ–פּראָגראַמען אין פֿאַרלױף פֿון צװעלף טעג װאָלט געװען צו אָנגעשטרענגט.

באַלד נאָך מישעס אומקערן זיך קײן מאָסקװע האָט מען אים אָנגעקלונגען פֿונעם „גאָסקאָנצערט‟ און פֿאַרבעטן אַרײַנקומען אינעם אָפּטײל פֿון די סאָציאַליסטישע לענדער, אַזױ אַז מיט אונגערן האָט זיך אַלץ צונױפֿגעלײגט גוט. די פּראָבלעם איז געװען אין דעם, װאָס אַן ערך אױפֿן זעלבן פּעריאָד זײַנען בײַ אים געװען פֿאַרפּלאַנירט גאַסטראָלן איבערן לאַנד, װאָס דער „סאָיוזקאָנצערט‟ און דער „ראָסקאָנצערט‟ האָבן אָרגאַניזירט בשותּפֿות. מישע האָט געמוזט גײן אין די בײדע אָרגאַניזאַציעס און בעטן, מע זאָל איבערטראָגן די דאָזיקע פּלאַנירטע קאָנצערטן אױף אַן אַנדער צײַט, דערקלערנדיק, אַז גראָד אױף אָט די טעג האָט ער געהאַט באַקומען אַן אײַנלאַדונג פֿון אױסלאַנד. דאָס װאָרט „אױסלאַנד‟ האָט געװירקט אױף אַלע סאָװעטישע מענטשן מאַגיש, דערצו האָט מען זיך גוט באַצױגן צו מישען, און מע איז אים אַנטקעגנגעקומען.

דערװײַל איז קאַטיען, װי אױך די אַנדערע „גליקלעכע‟ טוריסטן, פֿאָרגעשטאַנען גײן אינעם ראַיאָנישן פּאַרטײ־קאָמיטעט. װי נאָר אַלעװטינאַ אַלעקסעיעװנאַ האָט איר די ידיעה מיטגעטײלט, האָבן קאַטיע און יודיט אָנגעהױבן פֿאַרברענגען זײער גאַנצע פֿרײַע צײַט צוזאַמען. יודיט האָט געהאַלטן אין איין דערציילן קאַטיען װעגן אונגערן. אינעם ראַיאָנישן קאָמיטעט האָבן קאַטיעס קענטענישן געמאַכט אַ גרױסן אײַנדרוק אויף די פּאַרטײיִשע טשינאָווניקעס; אױף זייערע צורות האָט זי בולט געלײענט: „נאָר אַ טראַכט טאָן: אַן אומפּאַרטײיִשע ייִדישקע — און אַזוי גוט פּאָליטיש באַהאַװנט!‟.

װען מישעס קאָנצערטן אין בודאַפּעשט זײַנען באַשטעטיקט געװאָרן, איז יודיט געפֿלױגן אַהין אױף אַ סוף–װאָך. מישע און קאַטיע האָבן אַראָפּגענומען פֿון זײער שפּאָרביכל ס׳רובֿ געלט און געגעבן עס יודיטן, װי אױך אַלע זײערע סערװיזן, קאַטיעס צירונגען און נאָך אײניקע טײַערע זאַכן. דאָס מאָל האָבן זײ גענומען בײַ יודיטן דאָס װאָרט, אַז זי װעט אױסניצן אַ טײל פֿון זײער געלט, כּדי דעקן אירע הוצאָות פֿאַר אירע בילעטן. אין בודאַפּעשט האָט זי זיך דערװוּסט פֿון קאַטאַלינען דאָס פֿאָלגנדיקע. װען יענע האָט געפֿונען אין װין זײער פֿרײַנד און זײ האָבן בײדע זיך געטראָפֿן מיטן מענטש, װאָס האָט אים געהאַט אַריבערגעפֿירט דורך דער גרענעץ, האָט יענער זײ געענטפֿערט: „איך װאָלט עס געטאָן מיט פֿאַרגעניגן, כ׳האָב אָבער מורא, אַז נאָך דעם, װי ער איז אַנטלאָפֿן, קאָנען די אונגערישע מאַכט–פֿאָרשטײערס מיך חושד זײַן און האַלטן אויף מיר אַן אויג… אַזױ אַז עס קאָן זײַן צו ריזיקאַליש…‟ פֿון דעסטוועגן, האָט ער זיך אין אַ פּאָר ווײַלעס געכאַפּט, אַז ער װײסט, װער װאָלט עס פֿאָרט געקאָנט טאָן! שוין אױפֿן אַנדערן טאָג זײַנען זײ אַלע געקומען אין אַן אַדװאָקאַט–קאָנטאָר, װוּ סע האָט זײ אױפֿגענומען זײער אַ רעספּעקטפֿולער הער פֿון אַ יאָר פֿופֿציק מיט געדיכטע גראָװלעכע װאָנצעס. אױסגעהערט זײ, האָט ער געמאָלדן, אַז ער װעט עס אומבאַדינגט טאָן; אַז אַ מאָל, נאָכן אַנשליוס, װען ער איז געװען נאָך אַ דערװאַקסלינג, פֿלעגט זײַן פֿאָטער העלפֿן די ייִדן צו מאַכן פּליטה פֿון עסטרײַך, דעריבער װעט ער מיט פֿרײד באַערן דעם פֿאָטערס אָנדענק אױף אַזאַ אופֿן. „אָט די מענטשן זײַנען אױך ייִדן,‟ — האָט אים קאַטאַלין געזאָגט, — „ער איז אַ פּיאַניסט, זײַן נאָמען איז מיכאַיִל אַגראַנאַט.‟. „מיכאַיִל אַגראַנאַט?!‟ — דעם אַדװאָקאַטס געזיכט–אױסדרוק איז געװאָרן דער זעלבער, װי בײַ מישען, װען מיט עטלעכע יאָר פֿריִער האָט ער זיך געהאַט געטראָפֿן אין בודאַפּעשט מיט שאַיעװסקין און יענער האָט אים געהאַט געזאָגט, אַז ער לערנט זיך דאָרטן אױף אַ רבֿ. „אַמאָל האָט מײַנער אַ פֿרײַנד מיר געבראַכט פֿונעם סאָװעטן–פֿאַרבאַנד אַ מתּנה — אַגראַנאַטס פּלאַטע, און נישט לאַנג צוריק האָב איך געפֿונען אין אַ קראָם אַן אַלבאָם פֿון צװײ פּלאַטעס, אױף װעלכן ער שפּילט טריִאָס! איך האָב זײער ליב זײַן שפּילן!‟ בײַם געזעגענען זיך האָט דער אַדװאָקאַט געגעבן קאַטאַלינען און איר פֿרײַנד דעם פּליט זײַנע װיזיט–קאַרטלעך, אָנגעשריבן אױף זײ זײַן שטוב–אַדרעס און טעלעפֿאָן, און געזאָגט, אַז װי נאָר מע װעט דאַרפֿן זײַן הילף, קאָנען זײ זיך פֿאַרבינדן מיט אים אין יעדער צײַט פֿון טאָג און נאַכט. קאַטאַלין האָט אים אױך געגעבן איר טעלעפֿאָן–נומער. געװױר געװאָרן װעגן דעם אַלעם, האָט יודיט גענומען בײַ קאַטאַלינען דעם אַדװאָקאַטס װיזיט–קאַרטל און געשיקט אױף זײַן שטוב–אַדרעס אַ טעלעגראַם: „אײַער באַליבטער פּיאַניסט װעט זײַן אין בודאַפּעשט פֿונעם אַכטן ביזן צװאַנציקסטן יוני.‟

…‟טררראַם–טאַראַראַם–טאַראַראַם–פּאַם–פּאַם!‟ — מישע און קאַטיע האָבן שױן אָפּגערעדט, װאָס צו טאָן, אױב די אונגערישע גרענעץ–װעכטער װעלן זײ געפֿינען. זײ האָבן באַקלערט, אַז בײַ נאַכט װעלן אױפֿן גרענעץ–פּונקט זײַן װייניק מענטשן, מסתּמא צװײ. „פֿרײַנד!‟ — האָבן זײ באַשלאָסן צו זאָגן די גרענעצלערס, — „טוט אַ טראַכט: אױב איר װעט אונדז פֿאַרהאַלטן, מעגלעך, װעט מען אײַך באַלױנען מיט אָרדענס; קאָן זײַן, אַז מע װעט אײַך געבן אַ העכערן ראַנג, און איר װעט באַקומען אַ ביסל העכערן אַרבעטסלױן. נאָר אױב איר װעט אונדז דורכלאָזן, װעלן מיר אײַך געבן אָט דאָס אַלץ,‟ — און זײ װעלן װײַזן זײער גאַנצן פּעק־און־פּאַק, — „נעמט דאָס אַלץ — און לאָזט אונדז דורך, זײַט אַזױ גוט!‟ דער אַדװאָקאַט האָט אױך מיטגעבראַכט מיט זיך אַ גרױסע סומע אין עסטרײַכישע פֿראַנקן און געזאָגט, אַז טאָמער עפּעס, װעט ער עס אױך פֿאָרלײגן די גרענעץ–װעכטערס…

אָפּגעגעבן יודיטן דאָס שײנע געפֿעס, האָבן מישע און קאַטיע געגעבן אַ מעלדונג, אַז זײ פֿאַרקױפֿן אַ סערװאַנט. אַ קונה האָט זיך אָפּגעזוכט גאַנץ גיך, און װעגן דעם פּרײַז האָט מען זיך צונױפֿגערעדט אָן באַזונדערע פּראָבלעמען. נאָך דעם, װי מע האָט אַרױסגעטראָגן דעם סערװאַנט פֿון דער דירה, האָט זײַן נײַער באַזיצער אַ קוק געטאָן אױפֿן לײדיק אָרט בײַ דער װאַנט און געפֿרעגט מיט אַ שטילערער שטים: „װאָס, איר קלײַבט זיך קײן ישׂראל?‟ — „וואָס פּלוצעם קיין ישׂראל?!‟ — האָט קאַטיע אױסגערופֿן מיט געמאַכטער אױפֿגעבראַכטקײט, — „נײן, טײַערער חבֿר, מיר קלײַבן זיך אין ערגעץ נישט פֿאָרן. מיר ווילן קױפֿן נאָך אײן שראַנק פֿאַר ביכער און נאָטן. מײַן מאַן איז אַ מוזיקאַנט — איר זעט, סע שטײט דאָרטן אַ פֿאָרטעפּיאַן?‟ יענער, דאַכט זיך, האָט איר נישט זײער געגלײבט.

מישע האָט פֿאַר פֿריִער דערצײלט דער מאַמען דורכן טעלעפֿאָן װעגן זײַנע קומעדיקע גאַסטראָלן אין בודאַפּעשט און געזאָגט, אַז ער װעט אַרײַנגײן צו איר ערבֿ זײַן אָפּפֿאָר. „װאָס, דער טאַטע איז װידער ניטאָ?‟ — האָט ער געפֿרעגט, װען די מאַמע האָט אים באַגעגנט אַלײן, — „אַ שאָד…‟ אין יענעם אָװנט איז מישע געװען באַזונדערס צערטלעך מיט דער מאַמען און האָט איר דערצײלט, אַז אין אַ פּאָר טעג אַרום װעט קאַטיע אױך פֿאָרן קײן אונגערן אין אַ טוריסטישער רײַזע, אַזױ אַז, מעגלעך, װעלן זײ קאָנען זיך טרעפֿן דאָרטן, כאָטש אױף עטלעכע שעה. בײַם אַװעקגײן, האָט מישע אַרומגענומען די מאַמע, צוגעדריקט זי צום האַרצן אַ ביסל לענגער, װי שטענדיק, און געזאָגט: „קוק נאָך זיך, מאַמע…‟ זי האָט, פֿאָרשטײט זיך, געפֿילט, אַז דאָס מאָל איז איר זון געװען עפּעס נישט אַזאַ, װי געװײנטלעך, נײַערט זי האָט גאָרנישט פֿאַרשטאַנען, װײַל װעגן דער מעגלעכקײט צו אַנטלױפֿן פֿון אונגערן דורך דער עסטרײַכישער גרענעץ האָט זי קײן אַנונג נישט געהאַט.

קאַטיע איז געפֿאָרן צו אירע עלטערן אױף אַ סוף–װאָך פֿאַר איר אָפּפֿאָרן און האָט זײ אַלץ דערצײלט. „אָך, קאַטענקע…‟ — האָט די מאַמע אַ זיפֿץ געטאָן. זײַענדיק זײער װײַט פֿון פֿרומקײט, האָבן די טאַטע–מאַמע געזאָגט עטלעכע מאָל: „מיר׳ן בעטן פֿאַר אײַך…‟

מישע האָט געזאָגט קאַטיען, אַז אין בודאַפּעשט שטעלט ער זיך יעדעס מאָל אָפּ אינעם האָטעל „הונגאַריע‟, און זײ האָבן זיך צונױפֿגערעדט, אַז װי נאָר זי װעט זיך דערװיסן דעם פּלאַן פֿון איר רײַזע, װעט זי באַלד פּרוּװן זיך דערקלינגען צו אים און געבן אים צו װיסן, װען איר גרופּע װעט זײַן אין בודאַפּעשט. סע האָט זיך אַרױסגעװיזן, אַז די הױפּט–שטאָט װעט זײַן נעענטער צום סוף פֿון דער נסיעה, און זײ װעלן קומען צו פֿאָרן אַהין אױף צװײ טעג גראָד אױפֿן אַנדערן טאָג נאָך מישעס צװײטן קאָנצערט. קאַטיע איז אױך געװױר געװאָרן פֿון דער גרופּעס אָנפֿירער, אין װעלכן האָטעל זײ װעלן זיך אָפּשטעלן אין בודאַפּעשט און האָט פֿאַר פֿריִער װעגן דעם מיטגעטײלט דעם מאַן.

מישע, פֿון זײַן זײַט, נאָכן אָנקומען קײן אונגערן מיט צװײ גרױסע און שװערע װאַליזקעס האָט שױן אינעם ערשטן אָװנט אָנגעקלונגען קאַטאַלינען פֿון אַ טעלעפֿאָן–אױטאָמאַט אין דרױסן. אױפֿן אַנדערן אָװנט איז זי אַרײַנגעקומען אין זײַן האָטעל–צימער, און ער האָט הויך געזאָגט: „אָט דאָס האָט יודיט געבעטן, איך זאָל אײַך איבערגעבן. לאָמיך אײַך צוהעלפֿן.‟ נאָך דעם האָט ער גענומען אײנע פֿון זײַנע װאַליזקעס, איז אַרױס מיט קאַטאַלינען פֿונעם צימער און האָט זי צוגעפֿירט ביז צו אַ טאַקסי. אין די פֿאָלגנדיקע טעג האָבן זײ זיך עטלעכע מאָל געטראָפֿן אין פֿאַרשײדענע װײַטע ווינקלען פֿון דער שטאָט: מישע פֿלעגט אַרױסגײן פֿונעם האָטעל מיט אַ קיישל, אָנגעפֿולט מיט קלײדער, נאָטן און אַזױ װײַטער, דערנאָך איבערלײגן די זאַכן אין קאַטאַלינס קיישל און זיך אומקערן אינעם האָטעל. 

דער װינער אַדװאָקאַט איז געװען אַ קלוגער מענטש: ער האָט גענומען אױף ניצגעלט אַן אױטאָ מיט אַ גרױסן באַגאַזשניק, און, קומענדיק קײן בודאַפּעשט, האָט ער אָנגעקלונגען קאַטאַלינען אויך נישט פֿונעם האָטעל, נאָר פֿון דער גאַס. צו יענער צײַט האָט זי שױן געװוּסט פֿון מישען, װען קאַטיע װעט קומען צו פֿאָרן אין דער שטאָט, דעריבער האָבן זײ זיך צונױפֿגערעדט, אַז פֿון יענעם טאָג אָן װעט ער זיצן אין זײַן האָטעל–צימער און װאַרטן אױף אַ סיגנאַל פֿון איר.

אױפֿן אַנדערן טאָג נאָך זײַן צװײטן קאָנצערט אין אָװנט איז מישע געקומען אינעם האָטעל, װוּ קאַטיעס גרופּע האָט געמוזט זיך אָפּשטעלן, און געבעטן, מע זאָל אים פֿאַרבינדן דורכן טעלעפֿאָן מיט יעקאַטערינע אַגראַנאַטס צימער. „זײ זײַנען גראַדע געגאַנגען אינעם רעסטאָראַן, אָט אַהינצו…‟ — האָט זי געענטפֿערט און אָנגעװיזן מיט דער האַנט. „צי קאָן איך פֿאַר איר לאָזן אַ צעטעלע?‟ — „יאָ, געװיס.‟ מישע האָט אָנגעשריבן אױף אַ בײגעלע פּאַפּיר: „קאַטיושע, איך בין דאָ. װען דו װעסט זיך באַפֿרײַען, גײ אַרױס אין דרױסן, איך װעל װאַרטן לעבן אַרײַנגאַנג.‟ קאַטיע איז אַרױס אַן ערך אין אַן אָנדערטהאַלבן שעה, און זײ האָבן זיך אַרומגענומען. „איך בין גרײט‟, — האָט זי אַ שעפּטשע געטאָן, — „און דו? דו ביסט שױן גרײט?!‟ — „נו, אין פּרינציפּ בין איך אױך גרײט… איך מוז בלױז נעמען נאָך עטלעכע זאַכן אינעם האָטעל, דער רעשט איז בײַ קאַטאַלינען אין שטוב, און דער אַדװאָקאַט װעט אױך זײַן גרײט אין יעדן מאָמענט.‟ — „גוט, דאַן לאָמיר אַרײַנגײן צו מיר. די צװײ מיידלעך, װאָס װױנען אינעם זעלבן צימער, זײַנען אַרױסגעגאַנגען שפּאַצירן, און איך האָב זײ געזאָגט, אַז מײַן מאַן איז איצט דאָ, און איך װעל אַװעקגײן צו אים ביז מאָרגן אינדערפֿרי.‟

זײ זײַנען אַרײַנגעגאַנגען אינעם װעסטיביול פֿונעם האָטעל, קאַטיע האָט אומבאַמערקטערהײט אַ װוּנק געטאָן מישען און בכּיוון הויך געזאָגט: „טײַערער, צי קאָנסטו מיר העלפֿן? דו פֿאָרסט גלײַך קײן מאָסקװע, און האָסט בלױז אײן װאַליזקע… און מיר װעלן נאָך אַרומפֿאָרן איבערן לאַנד, וועט מיר זײַן שװער מיט צװײ װאַליזקעס… נעם, ביטע, בײַ מיר די װאַליזקע מיט סוּװענירן…‟ אַרױס פֿונעם האָטעל, האָט מישע אָנגעקלונגען קאַטאַלינען פֿון אַ טעלעפֿאָן–אױטאָמאַט, און דערנאָך האָבן ער און קאַטיע זיך געלאָזט צו איר מיט אַ טאַקסי. „איך דאַרף בלױז נעמען נאָך אײניקע זאַכן אינעם האָטעל,‟ — האָט מישע דערקלערט קאַטאַלינען, — „און דאַן װעל איך זײַן גרײט.‟ „גוט‟, — האָט יענע געענטפֿערט, — „נאָר צו ערשט װאַרט אָפּ אַ ביסעלע: איך װעל אַרױסגײן און אָנקלינגען לעאָפּאָלדן… אים װאָרענען‟.

מישעס און קאַטיעס רעטער האָט אַראָפּגענומען דאָס טרײַבל אומגעזאַמט. „אַ גוטן, לעאָפּאָלד, דאָס איז זשוזשאַ. אַלץ איז אין אָרדענונג, נאָר איך פֿאַרהאַלט זיך אַ ביסל. צי װאָלט איר געקאָנט מיר איבערקלינגען אין אַ צװאַנציק מינוט אַרום?‟ װען ער האָט איבעגעקלונגען קאַטאַלינען פֿון דער גאַס, האָט זי אים קורץ געזאָגט: „צו אײנס אַזײגער בײַ נאַכט װעט אַלץ זײַן גרײט‟. צו יענער צײַט וועלן שוין אַלע אין איר הױז זיך לײגן שלאָפֿן.

…‟טררראַם–טאַראַראַם–טאַראַראַם–פּאַם–פּאַם!‟ — סע האָט זיך געדאַכט, אַז די לעצטע צװײ מיט אַ האַלבן שעה האָבן געדױערט לענגער, אײדער די לעצטע עטלעכע װאָכן. מישע און קאַטיע זײַנען געלעגן צװישו די פֿעדערשטע און די הינטערשטע זיצן פֿונעם אױטאָ, קאַטיע איז געלעגן אױף מישען. זײערע פֿיס און הענט זײַנען פֿאַרשלאָפֿן געװאָרן, אין מױל איז געװען טרוקן…

— טײַערע מײַנע, מיר פֿאָרן צו צו דער גרענעץ, מע דאַרף פֿאַרמאַכן די פֿענצטער, — האָט זיך פּלוצעם דערהערט לעאָפּאָלדס װײכע באַריטאָן–שטים.

מישע און קאַטיע האָבן גיך פֿאַרמאַכט די הינטערשטע פֿענצטער און זיך װידער באַהאַלטן אונטערן שטיק שװאַרצן ברעזענט, נישט דערזען, װי לעאָפּאָלד האָט זיך איבערגעצלמט. באַלד האָט דאָס אױטאָ פֿאַרפּאַמעלעכט דעם גאַנג און זיך אָפּגעשטעלט. מישע און קאַטיע האָבן זיך אײַנגעקלאַמערט אײנער אינעם אַנדערן, גלײַך װי זײ האָבן קײנעם נישט געװאָלט לאָזן זיך צעשײדן, אױב מע װעט זײ געפֿינען. „אָ–דער פֿרײַ–הײט, אָ–דער טור–מע, אָ–דער פֿרײַ–הײט, אָ–דער טור–מע‟…

דער אױטאָ האָט זיך װידער גערירט פֿונעם אָרט, און סע האָט זיך דערהערט לעאָפּאָלדס שטיל קול: 

— נו, שױן, די אונגערישע גרענעץ האָבן מיר איבערגעשניטן, אַצינד איז געבליבן איבערצוקרײצן די עסטרײַכישע…

מישע און קאַטיע האָבן צעקלעמט די פֿינגער און אַ זיפֿץ געטאָן אין אוניסאָן מיט אַ לײַכטן קרעכץ פֿון פֿאַרגרינגערונג. דער אױטאָ האָט זיך װידער אָפּגעשטעלט, דאָס מאָל בלױז אױף עטלעכע סעקונדעס, און זיך גערירט, האַסטיק אָננעמענדיק שנעלקײט.

— נו, פֿרײַנד מײַנע, ווילקאָמען אין עסטרײַך! — אין לעאָפּאָלדס װערטער האָבן געקלונגען סײַ פֿרײד, סײַ פֿאַרגרינגערונג.
  
— קאַטיושע!
  
— מישענקע!

זײ האָבן זיך אױפֿגעהױבן פֿון אונטערן ברעזענט און זיך שװער אַראָפּגעלאָזט אױפֿן הינטערשטן זיץ, אױסגלײַכנדיק די פֿאַרשלאָפֿענע אבֿרים.

— מיר זײַנען אױף דער פֿרײַ!

— יאָ! אױף תּמיד!

— דאָקטאָר באַומגאַרטנער, אַ האַרציקסטן דאַנק אײַך! מיר װײסן ממש נישט, װי אַזױ אײַך צו באַדאַנקען!

— נו, װאָס רעדט איר? עס װעט זײַן אַ װױל פֿאַר מײַן לאַנד, װאָס איר װעט לעבן דאָ!

— מ י ר   ז ײַ נ ע ן   א ו י ף   ד ע ר   פֿ ר אַ–אַ–אַ–אַ–ײַ!!!

—טררראַראַראַראַרײַ! טאַ–ראַראַראַראַרײַ! טאַ–ראַראַראַראַ–ראַראַראַראַ–ראַראַראַראַ–ראַראַרײַ! — האָט מישע גענומען זינגען די קאָדע פֿונעם „ראַקאָצי–מאַרש‟. קאַטיע האָט נאָכגעזונגען, און מישע האָט פֿעסט אַרומגעכאַפּט איר דלאָניע מיט זײַנע פֿינגער. סע האָט זיך געדאַכט, אַז דער אױטאָ טראָגט זיך אין דער לופֿטן, װי די פּלאַנערס אין „דעם גרױסן שפּאַציר‟.

— הער, קאַטיושע: הײַנט איז דאָך אונדזער יאָרטאָג! — האָט מישע זיך פּלוצעם דערמאָנט.
— ריכטיק! — האָט קאַטיע זיך אָפּגערופֿן מיט דערשטױנונג, נישט װיסנדיק, װאָס זי האָט באַװוּנדערט מער: מישעס גוטן זכּרון אױף אַזעלכע דאַטעס צי אָט דעם צונױפֿפֿאַל. יאָ, טאַקע מיט אַכט יאָר צוריק, אין דער נאַכט פֿונעם 15טן אױפֿן 16טן יוני, זײַנען זײ געװאָרן נאָענט… 
— מישענקע, הײַנט איז דאָך שבת… — האָט קאַטיע פֿאַרשטאַנען לגמרי אומגעריכט פֿאַר זיך אַלײן: די דאָזיקע אַכט יאָר אָדער נאָך מער זײַנען נישט פֿאַרבײַ פֿאַר איר אומזיסט און אומנישט!
— יאָ–אָ–אָ… — האָט מישע באַשטעטיקט.
— רעכטגלױביקע ייִדן טאָרן נישט פֿאָרן, — האָט זי געזאָגט אין אַ שפּאַס.
— יאָ… נאָר בײַ אונדז איז אַזאַ נסיעה: די סאַמע װיכטיקסטע אין אונדזער לעבן… 

ער איז פֿאַרזונקען אין מחשבֿות. סע װאָלט געקאָנט זיך דאַכטן, אַז אַלץ איז פֿאָריבער, נאָר אין דער אמתן האָט מישע זיך נאָך גענייטיקט אין גײַסטיקע און נישט בלױז גײַסטיקע קרעפֿטן. עס איז אים פֿאָרגעשטאַנען אָנצושרײַבן זײַנע עלטערן און געפֿינען די רעכטע װערטער צו געבן זײ צו פֿאַרשטײן, נײַערט נישט זאָגן גלײַך, װאָס ער האָט געטאָן. הגם ער האָט זיך שױן לאַנג אַנטשלאָסן דערױף, איז צו טראַכטן װעגן די עלטערן, בפֿרט װעגן דער מאַמען, געװען אים איצט באַזונדערס שװער. ער װעט אױך מוזן אָנשרײַבן אינעם „אינטערקאָנצערט‟, זיך אַנטשולדיקן פֿאַר דעם, װאָס ער האָט נישט אָפּגעשפּילט דעם לעצטן קאָנצערט, און פֿאָרלײגן קאָמפּענסירן זײ פֿאַר דעם הזיק…

— װאָס איז געשען, מישענקע? — קאַטיע האָט נישט געקאָנט באַמערקן זײַן פּנים אינעם חושך, נאָר דערפֿילט, אַז עפּעס איז נישט כּשורה.

מישע האָט אָנגעהױבן רײדן — און זי האָט אַלץ פֿאַרשטאַנען אױפֿן װוּנק.

— זײַ רויִק, געליבטער מײַנער, מיר װעלן אַלץ בײַקומען. אומבאַדינגט.

זי האָט פֿעסט געדריקט מישעס האַנט.

— מיר װעלן אַרױסגײן אױף אַ פּאָר מינוט? — האָט זיך פּלוצעם דערהערט לעאָפּאָלדס קול. מישע און קאַטיע האָבן דערזען, אַז זײ פֿאָרן צו צו אַ בענזין–סטאַנציע.

אַרױסגעגאַנגען פֿונעם אױטאָ, האָט מישע צום ערשטן מאָל פֿאַר דער גאַנצער צײַט דערזען קאַטיעס פּנים. „אַך, װי ס׳איז שײן די ייִדישקע געװען!‟.


         
                                    ס ו ף
2020–2026

Leave a comment