— דיכטער, פּובליציסט, ליטעראַטור־קריטיקער. געבוירן אין אָסטראָוו־מאַזאָוועצק, פּוילן, באַקומען אַ טראַדיציאָנעלע דערציִונג, זיך פֿאַרנומען מיט זעלבסטבילדונג. דעביוטירט מיט לידער אין 1926 אין זשורנאַל ”אונדזער האָפֿענונג“. אין 1932־1938 אַרויסגעגעבן זאַמלביכער. די צווייטע וועלט־מלחמה האָט אים געטראָפֿן אין וואַרשע. ער איז אַנטלאָפֿן קיין ביאַליסטאָק, און זומער 1941 זיך עוואַקויִרט קיין אַלמאַ־אַטאַ, (קאַזאַכסטאַן). געדרוקט פֿון דאָרטן קאָרעספּאָנדענציעס אין מאָסקווער ”אייניקײַט“. אין 1944 איז ער געקומען קיין ביראָבידזשאַן ווי אַ קאָרעספּאָנדענט פֿונעם ייִדישן אַנטיפֿאַשיסטישן קאָמיטעט און שוין פֿאַרבליבן דאָרט אויף אַ לענגערער צײַט. סוף 1948, ווען ס׳האָבן זיך אָנגעהויבן די רדיפֿות אויף דער ייִדישער קולטור, האָט מען אים אַרעסטירט. אין משך פֿון אַ יאָר איז ער געזעסן אין כאַבאַראָווסקער תּפֿיסה, דערנאָך האָט מען אים פֿאַרשיקט אין ”טײַשעט־לאַגער“ אין מיזרח־סיביר, פֿון וואַנען מע האָט אים באַפֿרײַט לויט דער אַלגעמיינער אַמניסטיע. ער האָט זיך אומגעקערט קיין ביראָבידזשאַן, נאָר אין גיכן זיך רעפּאַטריִיִרט קיין פּוילן, פֿון דאָרטן געקומען קיין אַמעריקע. זיך געדרוקט אין דער צײַטונג ”פֿאָרווערטס“. אין 1959 האָט ער דאָרט פֿאַרעפֿנטלעכט אַ לענגערע סעריע אַרטיקלען וועגן זײַנע איבערלעבענישן אין ביראָבידזשאַן און וועגן זײַנע אַרעסטן אונטערן נאָמען ”דער ביראָבידזשאַנער ענין“. די סעריע איז דערשינען אין 1960 אין אַ בוך־פֿאָרעם. אין ”פֿאָרווערטס“ האָט ער סיסטעמאַטיש געדרוקט אויך דערציילונגען, לידער און אַרטיקלען וועגן שרײַבער און ביכער. אַ טייל פֿון די אַרטיקלען זײַנען אַרײַן אין זײַן בוך ”אין מיטעלע יאָרן“ (1963). געלעבט אין דער שטאָט ראָטשעסטער, שטאַט ניו־יאָרק.

ישׂראל עמיאָט „דער ביראָבידזשאַנער ענין‟ (פֿאַרלאַג שלמה באָגאָראַד, ריטשמאָנד, 1960), 2 קאַפּיטלעך.
מיט ייִדישע דאָקטױרים, שרײַבער און אַ רבֿ אין דעם לאַנער-שפּיטאָל
דער לאַגער-שפּיטאָל 0,25, וווּהין איך בין איבערגעשיקט געװאָרן צו דער אויגן-אונטערזוכונג, געפֿינט זיך סך-הכּל אַ קילאָמעטער 50 פֿון דעם איבערשיקונגס-פּונקט אין טײַשעט. שוין אויפֿן וועג, אַהינצופֿאָרנדיק, האָב איך זיך דערוווּסט װאָס פֿאַר אַ גרויסע יחסנים עס זײַנען די אַלע, וועלכע ווערן אָנערקענט ווי קראַנקע אָדער זיי פֿאָרן אױסצוקלאָרן, אויב זיי קאָנען אַרונטערגענומען ווערן אונטער דער קראַנקע-קאַטעגאָריע. עס קומט שווער אָן אַרײַנצופֿאַלן צו אָט דער גליקלעכער קאַטעגאָריע אין לאַגער. אויסער אַ שווער חלאת דאַרף מען נאָך האָבן גליק, די מערהייט קראַנקע באַטראַכט נאַטשאַלסטװאָ װי סימולאַנטן, װאָס ווילן זיך אַרױסדרײען פֿון אַרבעט, זיך בלויז מאַכנדיק קראַנק, אָבער קוים ווערט שוין אַן אַרעסטאַנט ענדלעך אָנערקענט פֿאַר אַן אמתן קראַנקן, איז ער ממש גליקלעך. אַשטײגער, אָט פֿירט מען אונדז, חולאים, צו דער סטאַנציע אויף אַ לאַסט-אױטאָ און ניט װי אַלע „עטאַפּניקעס‟, צופֿוס. מע זעצט אונדז אַרײַן אין אַ סאַניטאַרן־װאַגאָן, מיט אַ קליין פֿאַרגראַטעװעט פֿענצטערל, וווּ עס איז שוין נישט אַזױ אָנגעפּראָפּט מיט אַרעסטאַנטן װי אין אַ געוויינלעכן פֿאַרפּלאָמבירטן עטאַפּ-װאַגאָן. די גאָר שווערע קראַנקע האָבן שוין דאָ אַפֿילו ליג-פּלעצער. אמת, די שווער-קראַנקע זײַנען שוין אַ מינוט פֿאַרן טויט, קוים װאָס די נשמה האַלט זיך נאָך אין זיי.
לאַגער-שפּיטאָל, וווּ מיר זײַנען געבראַכט געװאָרן, האָט זיך קודם־כּל אויסגעטיילט מיט אַ לײַכטערן רעזשים ווי אין די אַרבעטס-לאַגער-פּונקטן, כאָטש אויך דאָ ציילט מען די אַרעסטאַנטן צוויי מאָל דורכן טאָג, שלעפּט מען זיי אָבער נישט אַרױס אויפֿן הויף, מע ציילט זיי אין די באַראַקן, און די באַראַקן זײַנען דאָ אויך ריינער, װי אין די לאַגערן. פֿאַרשטײט זיך, אַז דאָס איז נאָר גילטיק פֿאַר די קראַנקע, װאָס געפֿינען זיך אויפֿן קראַנקן-ביולעטין. ווי נאָר אַ קראַנקער ווערט אויסגעשריבן, ווערט ער גלײַך אַריבערגעפֿירט אין די אַלגעמײנע באַראַקן, אָדער אין די אַרבעטס-באַראַקן פֿאַר די בריגאַדעס, װאָס באַדינען דעם לאַגער.
דער שפּיטאָל 0,25 איז דער גרעסטער שפּיטאָל און דעם גרויסן קנופּ לאַגערן װאָס געהערן צום „טײַשעטלאַג‟ אָדער אָזערלאַג נומער 7, דער שפּיטאָל פֿאַרמאָגט 12 אָפּטײלונגען, און אין יעדן באַראַק ווערן באַהאַנדלט באַזונדערע קראַנקהייטן, די דאָקטוירים זײַנען מערסטנטייל אַרעסטאַנטן, װאָס זײַנען גרויסע ספּעציאַליסטן אין זייער פֿאַך-ספּעציאַליטעט. דער אויגן-דאָקטאָר, צו וועמען מע האָט מיך געבראַכט אויף באַהאַנדלונג, איז דעם באַרימטן פּראָפֿעסאָר פּילאַטאָווס אַן אַסיסטענט. דער הויפּט-דאָקטאָר פֿון לאַגער-שפּיטאָל איז אָבער נישט קיין אַרעסטאַנט און ער האָט דעם קאָנטראָל איבער די אַרעסטירטע דאָקטוירים סײַ בײַם באַשטימען דעם ענדגילטיקן דיאַגנאָז און סײַ בײַ די קאָמיסיעס, וווּ עס דאַרף פֿעסטגעשטעלט ווערן, בײַם אויסשרײַבן אַ קראַנקן, וועלכע געזונט-קאַטעגאָריע עס זאָל אים געגעבן ווערן.
דאָס ערשטע, מיט װאָס אַ ייִדישער אַרעסטאַנט אינטערעסירט זיך איז, צי עס זײַנען דאָ פֿאַראַן ייִדן, און גראָד אויף דעם קען מען זיך נישט באַקלאָגן, אין יעדער אָפּטײלונג זײַנען פֿאַרטראָטן אַחינו־בני־ישׂראל, די מערהייט חולאים קומען פֿון די לאַגער-פּונקטן, וווּ זיי זײַנען אויסגעמאַטערט און אױסגעפּײַניקט געװאָרן פֿון די באַנדיטישע בריגאַדירן, און זיי גרייכן אַהער מיט די געפֿערלעכסטע קראַנקהייטן: אַ גרויסער טייל האָבן האַרץ־פֿעלערן (אַנגינאַ פּעקטאַריס); אַנדערע זײַנען געבריכט, שווערע לונגען-קראַנקע און אויך מיט קראַנקע אויגן.
אין דעם שפּיטאָל האָב איך באַגעגנט דעם כאַרקאָװער רבֿ הרבֿ לעוו, וועלכער איז אַהער געבראַכט געװאָרן מיט אַ שווערער האַרץ-קראַנקהײט און ער איז שפּעטער ניפֿטר געװאָרן אויף אַ לאַגער-פּונקט. די דאָקטױרים האָבן אים אָנגעזאָגט צו ליגן צום בעט און זיך ניט באַװעגן. אָבער דער רבֿ האָט געהאַלטן אין איין טענהן, אַז „בתוך עמי אנכי יושב‟ (איך זיץ צווישן מײַן פֿאָלק). ער פֿלעגט אַרױפֿכאַפּן אויף זיך אַ כאַלאַטל און אַרומגײן זוכן ייִדן, מיט זיי אַ שמועס צו טאָן. ווער רעדט, אַז ער האָט נאָך אָנגעטראָפֿן אויף אַזאַ איינעם, װאָס האָט נאָך געקענט די דראָבנע אותיות, האָט ער אים שוין ניט אָפּגעלאָזט, אַ געוועזענער מירער ישיבֿה-בחור, איז דער כאַרקאָװער רבֿ געווען פֿול מיט תּורה ווי אַ מילגרוים, און האָט גאַנצע שטיקער גמרא געזאָגט אויף אויסװײניק. אים האָט מען אויך געמישפּט לויט דעם פּאַראַגראַף 58, ווײַל ער איז נאָך אַזאַ מחותּן מיטן „ולירושלים עירך ברחמים תשוב‟ (צו דער שטאָט ירושלים זאָלסטו מיט רחמים זיך צוריקקערן) און מיטן לשנה הבא בירושלים, ווי ער? פֿאַר סטאַלינס זיכערהייטס-מאַכט איז ער געווען אַ קאָנטר-רעװאָלוציאָנער, ניט װייניקער ווי די יונגע סטודענטן, לונגען-קראַנקע, וועלכע מ׳האָט אַרעסטירט פֿאַר „אונטערערדישער נאַציאָנאַליסטישער טעטיקייט‟.
אין לאַגער-שפּיטאָל האָב איך באַגעגנט ייִדישע שרײַבער.
איינעם וויל איך דאָ דערמאָנען, ווײַל ער איז שוין אויף יענער וועלט און מײַנע שורות װעלן אים שוין קיין שאָדן ניט קענען ברענגען. דאָס איז געווען דער סאָוועטיש-ייִדישער דיכטער פֿון ווײַסרוסלאַנד הערשל קאַמענעצקי, אַ טאַלאַנטפֿולער ליריקער און איבערזעצער. ער איז אַרעסטירט געװאָרן צוזאַמען מיט אַ גאַנצער גרופּע סאָוועטיש-ייִדישע שרייבער פֿון ווײַסרוסלאַנד, אים האָט „אָפּגעגליקט‟, װאָס עס האָט אים געמישפּט די „אָסאָבאָיע סאַװעשטשאַניע‟*), און ער האָט באַקומען „בלויז‟ צען יאָר. צו דעם דאָזיקן גליק זײַנען צוגעקומען נאָך צוויי גרויסע גליקן: ערשטנס, האָט ער יאָרן־לאַנג געליטן פֿון אַן אָפֿענעם טובערקולאָז; און דער צווייטער גליק זײַנער איז געווען, װאָס דער נאַטשאַלניק פֿון לאַגער-שפּיטאָל איז געווען אַ ייִד, דער נאַטשאַלניק האָט גאָרניט געהאַט דאַקעגן, אַז דער טובערקולאָז-קראַנקער דיכטער, הערשל קאַמענעצקי, װאָס האָט אַמאָל געאַרבעט ווי אַ פּאַריקמאַכער, זאָל זיך אײַנאָרדענען בײַ זײַן אַלטער ספּעציאַליטעט אין לאַגער, בײַ די אָפֿענע טובערקולאָז־קראַנקע אין 12טן באַראַק.
מיך האָט אויך „אָפּגעגליקט‟ אין דער אויגן-אָפּטײלונג האָט מען מיך געהאַלטן גאַנצע 7 טעג. דער אויסגעצייכנטער דאָקטאָר ט. האָט געשטעלט דעם דיאַגנאָז: אַ קאַטאַראַקט אויפֿן רעכטן אויג פֿון אַ טראַוומע. ער האָט אָבער פֿאַר איין וועגס אין אַכט גענומען מײַן אַלגעמײנע אָפּשװאַכונג און אויסגעצערטקייט, און מיך איבערגעגעבן אין דער אָפּטײלונג פֿאַר אינערלעכע קראַנקהייטן, וווּ דער אָרדינאַטאָר איז געווען גאָר אַ גרויסער מאָסקװער ייִדישער דאָקטאָר.
איך װעל דאָס גאַנצן לעבן ניט פֿאַרגעסן די האַרציקײט און איבערגעגעבנקייט, די ממש-ברידערלעכע זאָרג, מיט וועלכער דער דאָזיקער ייִדישער פּראָפֿעסאָר האָט מיך אַרומגערינגלט, ער איז געווען אין שפּיטאָל דער הױפּט פֿון צוויי אָפּטײלונגען: פֿון דער אָפּטײלונג פֿאַר אינערלעכע קראַנקהייטן, און פֿון גרויסן, מאָדערן-אױסגעשטאַטן באַראַק, אין װעלכן עס האָבן זיך געהיילט שטאָטישע קראַנקע, ניט קיין אַרעסטאַנטן. אויסער זײַנע טאָג-טעגלעכע באַזוכן, האָט ער מיך באַזאָרגט מיט די בעסטע מעדיקאַמענטן, אָפֿטמאָל פֿון זײַן פּריװאַטן אַפּטײקל. ער האָט מיך יעדן אָװנט פֿאַרבעטן צו זיך, אין זײַן קאַבינעט-צימערל, און געשמועסט שעהן לאַנג. ער האָט אַרױסגעװיזן גרויס וויסן אין דער העברעיִשער און ייִדישער ליטעראַטור.
די געשיכטע פֿון זײַן אַרעסט איז אויך ביז גאָר טשיקאַװע:
פּוילישע ייִדן געדענקען זיכער פֿון פֿאַר דער מלחמה דעם נאָמען: דאָקטאָר מעסינג. ד”ר מעסינג פֿלעגט אָפט אײַנאָרדענען היפּנאָז-סעאַנסן. ער האָט אויך אַרױסגעגעבן אַ ביכל וועגן כיראָמאַנטיע (חכמת היד) און פֿיזיאָנאָמיע. מויהאָט אים פֿאַררעכנט פֿאַר איינעם פֿון די גרעסטע היפּנאָטיקער אין יענער צײַט, אָט דער ד”ר מעסינג איז בעת דער מלחמה אַנטלאָפֿן פֿון די נאַציס קיין סאָוועט־רוסלאַנד. אויך דאָרט האָט ער באַוויזן וווּנדער מיט זײַנע היפּנאָז־סעאַנסן, היפּנאָטיזירנדיק איינצײַטיק גאַנצע גרופּן. מײַן פּראָפֿעסאָר האָט מיר דערציילט אַ פֿאַקט, װי ד״ר מעסינג האָט איין מאָל געװאָלט אײַנאָרדענען אַ סעאַנס אין אַ גרענעץ-שטעטל אין רוסלאַנד, צו װאָס מע האָט געדאַרפֿט באַקומען אַ ספּעציעלע דערלויבעניש. ד”ר מעסינג האָט די דערלויבעניש ניט באַקומען און ער איז אַוועק צום שעף פֿון דער גרענעץ-װאַך. ווען ער איז אַרײַן צום שעף, האָט זיך יענער געוווּנדערט, ווי אַזױ מעסינג האָט באַװיזן צו אים אַרײַנצוגיין. ווען מע דאַרף פֿריִער דורכגיין עטלעכע וועכטער. אויף דעם האָט ד”ר מעסינג אים געענטפֿערט: „כויהאָב דײַנע אַלע וועכטער פֿאַרהיפּנאָטיזירט…‟
דאָס איז געווען אמת, און די דאָזיקע פֿעיִקייטן זײַנע, האָט אויסגענוצט די מ.ג.ב., בײַ וועמען ד”ר מעסינג האָט שפּעטער געדינט.
דער פּראָפֿעסאָר האָט זיך באַקענט מיט מעסינגען דורך אַ צופֿאַל. בײַ זײַנע גרויסע היפּנאָטישע פֿעיִקייטן, איז ער אַלץ נענטער געװאָרן מיט אים באַפֿרײַנדעט און אים אָפֿטמאָל פֿאַרטרויט זײַנע איבערלעבונגען, שטימונגען א.אַז.וו. ערשט אויפֿן פּראָצעס האָט מען דעם פּראָפֿעסאָר געוויזן אַ טאַשמע פֿון אַ מאַגנעטאָפֿאָן וווּ עס איז געװאָרן אויפֿגענומען זײַן געשפּרעך מיט ד”ר מעסינג. קיין באַזונדערע „קאָנטר-רעװאָלוציע‟ איז דאָרט ניט געווען. עס איז אָבער פֿאַרצייכנט געווען אויף דער טאַשמע, דעם פּראָפֿעסאָרס באַוווּנדערונג פֿאַר מדינת־ישׂראל. און דאָס איז געווען גענוג, ער זאָל פֿאַראורטיילט ווערן אויף צען יאָר פֿאַר „נאַציאָנאַליזם‟.
*) אָסאָבאָיע סאָוועשטשאַניע (רוס.) — דער הינטעראויגיקער געריכט אין מאָסקווע, בײַ דער מ.ג.ב., וועלכער האָט געמישפּט אַ גרויסע צאָל פֿון די אַרעסטירטע איבערן גאַנצן ראַטן־פֿאַרבאַנד.
ווען סטאַלין איז געשטאָרבן
פֿון אָנהײב האָט מען עס איבערגעגעבן ווי אַ סוד, פֿון מויל צום אויער: סטאַלין איז שווער קראַנק. פֿון אָנהײב האָט מען צו דער דאָזיקער ידיעה, װאָס איז געקומען פֿון יענער זײַט צוים, ניט געהאַט קיין צופֿיל צוטרוי. געווען איז דאָס דערפֿאַר, ווײַל די אַרעסטאַנטן זײַנען געפּרוּווט געװאָרן מיט אַזעלכע ידיעות. נאַטשאַלסטװאָ אַליין פֿלעגט אַמאָל אַרױסלאָזן אַזעלכע „באָמבעס‟ און אויספּרוּוון זייער ווירקונג אויף די אַרעסטאַנטן. מען פֿלעגט אױספֿאָרשן אַלע „קאָמענטאַרן‟, וועלכע זיינען געמאַכט געװאָרן אין די באַראַקן, און אַרײַנטראָגן אין די „דיעלאָס‟ די רייד. אַזױנע פּראָװאָקאַציעס ווערן ספּעציעל צוגעגרייט, כּדי שפּעטער, ווען דער אַרעסטאַנט פֿאַרענדיקט זיין טערמין, באַװײַזט מען אים, אַז ער האָט זיך פֿאַר דער צײַט ווידער פֿאַרנומען מיט אַנטי-סאָוועטישער פּראָפּאַגאַנדע און — מען דערלייגט אים נײַע צען יאָר.
אָבער איצט, האָט מען פֿון די פּנימער פֿון נאַטשאַלסטװאָ געקענט אַראָפּלייענען, אַז עפּעס איז טאַקע ניט פֿויגלדיקס געשען.
פֿון אָנהייב האָט דער לאַגער-נאַטשאַלניק יערמילאָוו, אַרױסגעװיזן שטײַפֿקייט. דער רעזשים איז נאָך מער פֿאַרשאַרפֿט געװאָרן. אין די טעג ווען די סודותפֿולע ידיעה איז אָנגעקומען, האָט ער אײַנגעאָרדנט געיעגן — „אָבלאַוועס‟ אין די באַראַקן. גענישטערט, ווער עס בלײַבט אין באַראַק און גייט ניט אַרױס צו דער אַרבעט. אַ געניט אויג האָט אָבער געקאָנט באַמערקן די בהלה, די פּאַניק, וועלכע האָט אַרומגעכאַפּט אַלע טשינאָווניקעס. יאָ, אונדזער נאַטשאַלניק יערמילאָוו האָט מיט זיין פּראַקטישן פּויערישן חוש דערפֿילט, אַז סע הייבט זיך אָן אַרויסצוגליטשן זײַן אומבאַגרענעצטע הערשאַפֿט.
סטאַלינס טויט האָט מען אַפֿילו פֿאַר אונדז, פֿאַרשיקטע, ניט געקאָנט פֿאַרבאַהאַלטן. אַלע סירענעס פֿון די פֿאַבריקן און לאָקאָמאָטיוון האָבן אין דער צײַט פֿון זײַן לוויה געליאַרעמט און צעטראָגן די בשׂורה. יערמילאָוו איז נאָך דערבײַ געפֿאַלן אויף אַ פּלאַן, און געצוווּנגען די אַרעסטאַנטן צו שטיין פֿאַר די באַראַקן 5 מינוט אין שטילשווײַגן.
קאַנדידאַטן אויף צו געניסן פֿון דער אַמנעסטיע, וועלכע איז פּראָקלאַמירט געװאָרן באַלד נאָך סטאַלינס טויט, זײַנען בײַ אונדז געווען זייער ווייניק. מ׳האָט זיי געקענט ציילן אויף די פֿינגער פֿון איין האַנט. געווען איז דאָס דערפֿאַר, ווײַל די אַמנעסטיע איז געווען נאָר פֿאַר די יעניקע, װאָס האָבן אַן אורטייל ניט מער ווי 5 יאָר. דער געזעץ וועגן דער דאָזיקער אַמנעסטיע איז געווען געשריבן אַזױ, אַז ס׳איז ניט קלאָר געווען, צי דאָס איז חל בלויז אויף קרימינעלע פֿאַרברעכער, אָדער אויך פֿאַר פּאָליטישע.
דער זשורנאַל „נאָװאָיע וורעמיאַ‟ (נײַע צײַט), װאָס װיל שטענדיק זײַן פּויפּסטלעכער װי דער פּויפּסט אַליין; דער זשורנאַל האָט אויף אַלע שפּראַכן, אין וועלכע ער דערשײַנט, זיך ניט געשעמט אַמאָל צו שרײַבן, אַז „מדינת־ישׂראל איז דער צענטער פֿון אינטערנאַציאָנאַלן שפּיאָנאַזש‟. דער זשורנאַל האָט אַצינד קאָמענטירט דאָס געזעץ, אַז די אַמנעסטיע איז חל בלויז אויף קרימינעלע פֿאַרברעכער, ווײַל „ס׳איז נישטאָ קיין רחמנות צו די שׂונאים פֿון פֿאָלק‟. ד. ה. פֿאַר פּאָליטישע פֿאַרשיקטע איז נישטאָ קיין רחמים. אין עטלעכע חדשים אַרום, זײַנען אָבער די עלטערע פּאָליטישע אַרעסטאַנטן, וועלכע האָבן נאָך געהאַט אורטיילן פֿון 5 יאָר אײנציקווײַז באַפֿרײַט געװאָרן. אין אָנהייב האָט מען זיי ניט אַרײַנגעלאָזן אין די צענטראַלע שטעט. אָבער שפּעטער, האָבן זיי זיך אינדיווידועל דערשלאָגן צו זייערע משפּחות.
אין דער לאַנגער פֿינצטערניש האָט זיך פֿאַר אונדז, פּאָליטישע אַרעסטאַנטן, באַװיזן אַ קליינער ליכטשטראַל. די געשװאָרענע פּעסימיסטן צווישן אונדז, וועלכע האָבן געהאַלטן, אַז מיר אַלע זײַנען שוין פֿאַרמישפּט צו שטאַרבן אין לאַגער, האָבן גענומען „נאָכגעבן‟. עס האָט זיך באַװיזן אַ האָפֿענונג, אַז ס׳װעט זײַן אַן אַמנעסטיע אויך פֿאַר אַנדערע פּאַראַגראַפֿן. דאָס באַקאַנטע לאַגער-װערטל: „פּאָגאָדאַ־טשעלאָװיעק!‟, דאָס דאָזיקע ווערטל, מיט וועלכן די „בלאַטע‟ באַצײכענען אַ גוטן וועטער, (דער וועטער, איז הייסט דאָס, אַ מענטש! ער אַרבעט פֿאַר אונדז). די צײַט, װאָס איז פֿריִער געווען ביטער, האָט איצט גענומען אַרבעטן פֿאַר אונדז, אַרעסטאַנטן.
אויב נאָך סטאַלינס טויט האָט אונדזער נאַטשאַלניק געפּרוּווט נאָך מער „פֿאַרשרויפֿן די שרויפֿן‟, איז ער אָבער אינגאַנצן געווען געפּלעפֿט נאָכן אורטייל איבער בעריאַן. באַלד אויף צומאָרגנס נאָכן אורטייל האָט מען אים געזען זיך פֿעדערן אין דער „ק. וו. טש‟ און אַרױסגנבֿענען פֿון דאָרט אין געהיים דאָס בילד פֿון בעריאַן. דערנאָך איז ער אַרומגעגאַנגען אַ צעטומלטער און ניט געוווּסט װאָסער קורס אָנצונעמען. חבֿרה לצים האָבן זיך געפּרוּווט מיט אים אַ רייץ טאָן:
— גראַזשדאַנין נאַטשאַלניק, װאָס איז געשען מיט דעם בעריאַן?
יערמילאָוו איז אַרומגעגאַנגען אַ שווײַגנדיקער, אַ פֿאַראומערטער, אַ פֿאַרגראָבענער אין זיך און געװאַרט אויף די צירקולאַרן פֿון „אויבן‟, װאָס ווײַטער צו טאָן. כאָטש אָפֿיציעל איז נאָך פֿון דאָרט גאָרניט אָנגעקומען, ווײַל דאָרט אײַלט מען זיך ניט מיט קיין מאַניפֿעסטן וועגן אַרעסטאַנטן. זײַנען דאָך צו אונדז דערגאַנגען פֿאַרשיידענע קלאַנגען, אַז עפּעס גרייט זיך פֿאָרט. די שנײַדער פֿון שנײַדערײַ-װאַרשטאַט אין לאַגער, װאָס אַרבעטן אויף אינדיווידועלע קליידער-באַשטעלונגען און האָבן אַ שטיקל „בלאַט‟ מיט נאַטשאַלסטװאָ, האָבן געוווּסט צו דערציילן, אַז עפּעס גרייטן זיך געזעצן וועגן װידער באַנײען די פּראָצעדור פֿון „אַקטירן‟, ד, ה., אַז שווערע קראַנקע, וועלכע ברענגען ניט קיין נוצן, וועלן אָפּגעשיקט ווערן אַהיים. די דאָזיקע פּראָצעדור, װאָס איז ברייט פּראַקטיצירט געװאָרן אין די לאַגערן לגבי קרימינעלע, זײַנען שוין לאַנגע יאָרן נישט אָנגעװענדט געװאָרן לגבי די פּאָליטישע אַרעסטירטע. אויב אַפֿילו אַ קראַנקער, אָדער אַ זקן (עס זײַנען בײַ אונדז געזעסן זקנים איבער די אַכציקער) האָט שוין גאָרניט געקאָנט אַרבעטן האָט מען אים אויך ניט באַפֿרײַט ביזן טויט.
מע רעדט וועגן דעם, אַז מע װעט אַרױסלאָזן מענטשן, וועלכע זײַנען אָפּגעזעסן צוויי דריטל פֿון זייער שטראָף. פֿון װאַנען נעמען זיך די אַלע ידיעות? האָבן זיי עפּעס אַ האַפֿט?
שפּעטער, אין חדשים אַרום, האָבן מיר זיך דערוווּסט, אַז אויף אַ ספּעציעלן פּלענום פֿון צענטראַל-קאָמיטעט פֿון דער רוסישער קאָמוניסטישער פּאַרטײ, איז אָנגענומען געװאָרן אַ באַשלוס וועגן די אַרעסטאַנטן. געשען איז דאָס נאָך די בונטן, װאָס זײַנען אױסגעבראָכן אין די לאַגערן פֿון קאָלימאַ, נאַרילסק, װאָרקוטאַ, קאַראַגאַנדאַ און אַנדערע, בעת וועלכע עס זיינען אומגעקומען הונדערטער מענטשן, דאָס האָט געצוווּנגען נאַטשאַלסטװאָ פֿון „אויבן‟, אין מאָסקװע, זיך צו פֿאַרטראַכטן און אַ ביסל נאָכלאָזן דאָס שטריקל.
אונדזער נאַטשאַלניק, װאָס האָט שטענדיק גערעדט וועגן דעם, אַז מע טאָר ניט לאָזן קיין שװאַכן פּונקט, האָט סוף-כּל-סוף אַליין גענומען נאָכלאָזן. קומט ער שוין אַרײַן אין לאַגער מיט אַ „גוט-מאָרגן‟, װאָס איז גאָרניט לויט זײַן געוווינטשאַפֿט. פֿריִער פֿלעגט ער זיך אַפֿילו ניט אומקוקן, ווען אַן אַרעסטאַנט האָט אים באַגריסט.
אויך דער רעזשים האָט נאָכגעלאָזט. מע מוז זיך שוין ניט אויפֿשטעלן פֿאַר אַ ליאַדע כאַם פֿון דער װאַך, ווען אַזאַ איינער גייט פֿאַרבײַ. און איין מאָל, ווען מיר זײַנען צוריקגעקומען פֿון דער אַרבעט, האָט מען בײַ דעם לאַגערטויער פֿון אונדז אַראָפּגעריסן די נומערן, װאָס מיר האָבן געטראָגן אויף די װאַטאָווע זשאַקעטן און אויף די הויזן. ערשט נעכטן בעתן „אַפּעל‟, האָט דער רעזשים-נאַטשאַלניק געגעבן אַ פּאָר אַרעסטאַנטן צו עטלעכע טעג קאַרצער פֿאַר דעם, װאָס זייערע נומערן זײַנען ניט געווען גענוג דײַטלעך; הײַנט לויפֿט ער אַליין אַרום ווי צעדולט און רײַסט די נומערן אויף רעכטס און אויף לינקס. פֿאַראַן אַזעלכע, װאָס לאָזן פֿון זיך ניט אַראָפּרײַסן די נומערן:
— דאָס איז אײַער שאַנד, — שרײַען זיי, — איר אַלײן האָט פֿון מענטשן געמאַכט בלאָטע. זאָלן די נומערן ווײַטער בלײַבן, כּדי איר אַליין זאָלט זיך שעמען!
אַפֿילו פֿאַרבאַהאַלטן בײַ זיך דעם נומער האָט מען ניט געטאָרט. דער רעזשים-נאַטשאַלניק האָט דערפֿאַר געדראָט מיט קאַרצער. דעם זעלבן אָװנט האָט מען אונדז אויך אויפֿגעהערט פֿאַרשליסן אויף נאַכט אין די באַראַקן, ווי דאָס האָט זיך געפֿירט ביז אַהער. דאָס זײַנען געווען וויכטיקע באַװײַזן, אַז מיר ווערן אַריבערגעפֿירט אויף די רעכט פֿון אַלגעמײנע לאַגערן. געווען איז דאָס „אַ קנופּ מיט אַ שלייף‟. מיר האָבן דאָך געוווּסט, אַז די וועלכע זײַנען באַשטימט פֿאַר „ספּעציעלע‟ לאַגערן, װערן קיינמאָל ניט אויסגעגליכט צו אַלגעמײנע לאַגערן. מע זאָגט, אַז עס איז פֿאַראַן אַ געהיימער צייכן אויף יעדער „דיעלאָ‟, כאָטש אויבן-אויף קאָן מען אַזאַ צייכן נישט געפֿינען. מיר האָבן אויך געקראָגן אַ מעגלעכקייט, אויסצוגעבן פֿאַרן אייגענעם געברויך פֿון די נישטיקע גראָשנס, װאָס מיר „פֿאַרדינען‟ בײַ דער לאַגער-אַרבעט. ביז איצט איז געווען אַנדערש. דאָס געלט פֿלעגט פֿאַרשריבן ווערן אויף יעדנס קאָנטע און דער נאַטשאַלניק איז געווען דער בעל-דעה, וועמען יאָ צו דערלויבן עפּעס אויסגעבן פֿון זײַן אייגן געלט, און וועמען נישט.
אַרעסטאַנטן האָבן אויך אָנגעהױבן דערהאַלטן גוטע בריוו פֿון דער היים, בריוו מיט ווערטער פֿון האָפֿענונג. סטאַלינס טויט האָט אַרײַנגעבראַכט אַ ליכטיקן שטראַל צװישן די געפּלאָנטע שקלאַפֿן פֿון טיראַנישן דעספּאָטיזם. מע רעדט אַפֿילו ערנסט וועגן דעם, אַז אַ גרויסער טייל פֿון אונדזער לאַגער װעט איבערגעשיקט ווערן ערגעץ אַנדערשוווּ. מע שמועסט, אַז מע װעט אונדז אַריבערפֿירן אויף דעם לאַגער-פּונקט 0,6, װאָס איז נעענטער צו דער שטאָט בראַטסק.