שמואל אָרטענבערג
נײַע סבֿיבֿה — נײַע מענטשן
מיר קערן זיך אום צום אָנהייב פֿון די 1920ער יאָרן. אין „גובסטאַטביוראָ‟ האָב איך אָפּגעאַרבעט דאָס גאַנצע 1921סטע יאָר. געצאָלט האָט מען דאַמאָלסט אין די סאָװעטישע אַנשטאַלטן מיט גרױסע אַנטװערטיקטע טױזנטער און מיליאָנען. אױף די דאָזיקע געלט־פּאַפּירן האָט די מאַמע געקוקט מיט גרױסן ביטול און רעקאָמענדירט זײ אױסצונוצן אױף אַנדערע אָנגעלעגנהײטן. אָבער דאָס האָט מיך װײניק געקימערט. איך האָב געהאַט פֿיל אַנדערע װיכטיקערע אינטערעסן און זאָרגן. געטראָגן האָב איך דאַן האָר לאַנגע, אַ סך לענגער, אײדער די געװײנטלעכע נאָרמע דערלױבט, אױף דער נאָז אײַזערנע ברילן, ערשט ניט לאַנג געקראָגן פֿולקום אומזיסט אין דער סאָװעטישער אַפּטײק, געטראָגן האָב איך אױף די פֿיס הילצערנע קלאַפּנדיקע שיך, געגעסן מערסטנס טײל, מיטאָג אין דער געזעלשאַפֿטלעכער גאָרקיך פֿאַר אָנגעשטעלטע, װוּ מע האָט יעטװידן טאָג דערלאַנגט „פּערסופּ‟ (פּערלגרױפּן־סופּ) און „יאַטשקאַשע‟ (גערשטן־קאַשע) און דאָך האָב איך ניט געפֿילט קײן שום אומבאַקװעמלעכקײט. אַרום איז געװען אַזױ אינטערעסאַנט, אַז ס’האָט פֿאַרכאַפּט און פֿאַרשלונגען.
אָט, טרעטן אַרױס אױף אַ ליטעראַרישן אָװנט געקומענע פֿון מאָסקװע יונגע שרײַבער, און אײנער פֿון זײ רופֿט זיך אַן אימאַזשעניסט און לײענט מאָדנע פֿערזן אַרום „געלעכטער‟.
איז װי זשע זאָל מען טאַקע ניט לאַכן? מע מעג זיך טאַקע פֿרײען פֿון דער נײַקײט פֿון די פֿערזן.

אָט, איז אַראָפּגעקומען פֿון קיִעװ קײן װיניצע דער ח’ ליבערבערג, שפּעטער דער פּראָפֿעסאָר און פֿירער פֿון אינסטיטוט פֿאַר ייִדישער קולטור. זײַן פֿרױ איז אַן אָרטיקע, אַ װיניצער. ער לײענט אַ ציקל לעקציעס און דװקא אױף ייִדיש פֿאַר דער יוגנט איבער פֿראַגעס פֿון סאָציאָלאָגיע; ער איז אַ הױכער מאַן, נאָך האַלב־מיליטעריש געקלײדט, ער רעדט אױסדריקלעך און פֿײַן, ער װיקלט פֿאַנאַנדער די סאָציאָלאָגישע אידעען און סיסטעם פֿון דעם באַרימטן רוסישן געלערנטן באָגדאַנאָװ, װעמענס װערק עס זײַנען דאַן דערשינען. איך האָב נאָך דאַן ניט געװוּסט, אַז די סאָציאָלאָגישע אָנשױונגען פֿון דער באָגדאַנאָװ־סיסטעם זײַנען שטאַרק אָפּגעפֿרעגט און קריטיקירט געװאָרן דורך די אָנגעזעענסטע מאַרקסיסטן (לענין, פּלעכאַנאָװ א”אַ), איך בין גרײט אָנצונעמען אױך באָגדאַנאָװס לערע. מסתּמא, האָט זיך דער לעקטאָר זיך שפּעטער אָפּגעזאָגט פֿון זײַן װײכער באַציִונג צו דער באָגדאַנאָװ־סיסטעם.
אָט טרעט אַרױס אױף אַ ספּעציעלן אָװנט מיט זכרונות אַ געקומענער פֿון מאָסקװע אַלטער פֿאָלקיסט, קוליאַבקאָ־קאָרעצקי. מע פֿירט אַרײַן דעם הױכן שײנעם גרײַז־גרױען זקן אין זאַל: טונקעלע ברילן, אַ לאַנגע װײַסע באָרד — ער זעט שױן שלעכט — ער איז געקלײדט אין אַ רוסישער זײַדענער בלוזע. ער שטײט, װי אַ מאַרמאָר־סטאַטוע און דערצײלט אין אַ שײנעם רוסיש בילדעריש װעגן דער רומפֿולער פֿאַרגאַנגענהײט; ער האָט זיך געקענט מיט הערמאַן לאָפּאַטין, װאָס איז געװען קאַרל מאַרקס’ פֿרײַנד און איבערזעצער, און האָט געװאָלט טשערנישעװסקין באַפֿרײַען; ער, קוליאַבקאָ־קאָרעצקי, אַלײן האָט מיטגעאַרבעט מיט פּיאָטער לאַװראָװן, ער איז געזעסן אין פֿעסטונג מיטן באַרימטן רעװאָלוציאָנער מאָראָזאָװ. װי שײן און ראָמאַנטיש עס קלינגט זײַן רויִק פֿליסנדיקע דערצײלונג װעגן דער רומפֿולער העלדישער פֿאַרגאַנגענהײט. צי קאָן מען גאָר אין זינען האָבן קלײנלעכע לעבנס־אומבאַקװעמלעכקײטן, װען די ברױזנדיקע צײַט זאָגט פֿאָרױס אין דער צוקונפֿט גאָלדענע בערג און דו ביסט טרױמעריש פֿאַרכאַפּט און באַצױבערט?
פֿון קונסט לאָזט זיך אױך געניסן מיט דער ברײטער האַנט. עס קומען אַראָפּ אַהער אין יענע יאָרן רוסישע טעאַטער־קאַלעקטיװן פֿון גרעסטע שטעט. בילעטן אױף די ספּעקטאַקלען װערן פֿאַרטײלט דורך די פּראָפֿאַראײן־אָרגאַניזאַציעס און איך האָב שױן, מסתּמא, געזאָרגט, אַז איך זאָל קריגן בילעט און ניט דורכלאָזן קײן אײן ספּעקטאַקל פֿון די װיכטיקסטע רוסישע קלאַסישע שטעלונגען פֿון אָסטראָװסקי, גריבאָיעדאָװ, גאָגאָל. עס האָבן געשפּילט טאַלענטפֿולע אַקטיאָרן אין די קאָלעקטיװן, די שפּעטער באַרימטע סװאָבאָדין, סאָלנצעװאַ א”אַ.
אין די יוגנטלעכע קולטור־ און בילדונגס־קרײַזן האָבן מיר זיך אין יענער צײַט צום ערשטן ברײט באַקענט מיט דער נײַער ייִדישער רעװאָלוציאָנערער דיכטונג, מיט די קלינגענדיקע פֿערזן פֿון אָשר שװאַרצמאַן, דוד האָפֿשטײן און פּרץ מאַרקיש. זײ האָבן דערצײלט װעגן דער נײַער ברױזנדיקער עפּאָכע, זײ האָבן אַרױסגערופֿן פֿרײד, מונטערקײט און לעבנסלוסט.
דאָס לעבן איז אינטערעסאַנט און רײַך פֿאַר אַן אַכצניאָריקן ייִנגל.
אין אָנהײב פֿון 1922 בין איך אָנגעקומען אױף אַרבעט אין ייִדישן געזעלשאַפֿטלעכן קאָמיטעט פֿאַר הילף די פּאָגראָם־געליטענע און פּליטים „ייִדגעזקאָם‟, װעלכער איז געװען ערשט ניט לאַנג געשאַפֿן. מיטגעװירקט האָט דערצו מײַן ברודער װאָלף, װעלכער האָט דאַמאָלסט גענומען אַ טיכטיקן אָנטײל אין דער געזעלשאַפֿטלעכער טעטיקײט צװישן די ייִדישע מאַסן און אין דער אַרבעט פֿון „ייִדגעזקאָם‟. דאָס איז געװען אין יענער צײַט אַ רײַכע װירטשאַפֿטלעכע און געזעלשאַפֿטלעכע אָרגאַניזאַציע, װאָס האָט באַקומען שטיצע פֿון דער סאָװעטישער מלוכה און אױך פֿון אַ רײ אױסלענדישע פֿילאַנטראָפּישע קװעלן („אַראַ‟, „דזשױנט‟) און האָט אַלע אירע מיטלען און רעסורסן אָפּגעגעבן צו הילף די ייִדישע צעגראָמירטע און פֿאַרװאָרלאָזטע מאַסן פֿון שטעטל; באַזונדערס האָט דער קאָמיטעט געזאָרגט װעגן אָרגאַניזירן קינדער־אינסטיטוציעס אױף אױסהאַלטן און דערציִען פֿאַרװאָרלאָזטע ייִדישע קינדער־יתומים. נאַטירלעך, אַז בראָש פֿון קאָמיטעט זײַנען געשטאַנען פּאַרטײיִשע לײַט, װאָס האָבן פֿאַרװירקלעכט די ריכטיקע ליניע אין דער גאַנצער טעטיקײט פֿון קאָמיטעט. אין קיִעװ האָט זיך געפֿונען דער אַלאוקראַיִנישער ייִדגעזקאָם און אױף די ערטער גובערניעלע אָפּטײלונגען.
איך האָב געאַרבעט ווי אַ סטאַטיסטיקער, געפֿירט דעם טראַגישן דיסקאָנט, די טרױעריקע סטאַטיסטיק פֿון דער גרױסער פּאָגראָם־קאַטאַסטראָפֿע אין די שטעטלעך פֿון פּאָדאָליע, צונױפֿגעשטעלט פֿאַרשײדענע סטאַטיסטישע מאַטעריאַלן װעגן די אומגעקומענע, לעבנגעבליבענע יתומים, פֿאַרװאָרלאָזטע, אָרגאַניזירטע קינדער־אַנשטאַלטן אאַז”װ. די אַרבעט איז לױט איר אינהאַלט געװען פֿאַר מיר אינטערעסאַנט און האָט מיך טיפֿער אַרײַנגעצױגן אין דעם אינטערעסן־ברױז פֿון ייִדישן געזעלשאַפֿטלעכן לעבן. איך בין געקומען אין דער נאָענטער באַקאַנטשאַפֿט מיט אַ רײ אָרטיקע פֿירנדיקע ייִדישע פּאַרטײ־טוער פֿון יענער צײַט. מיט דער ייִדישער סעקציע בײַם פּאַרטײ־קאָמיטעט האָט דאַן אָנגעפֿירט דער ח’ גרינבערג, זײער אַ באַשײדענער, ערלעכער, איבערגעגעבענער פּאַרטײ־מאַן. מיט דעם ייִדישן ביוראָ אין פֿאָלקאָמבילד האָט אָנגעפֿירט דער באַיאָרטער, זײער אינטערעסאַנטער מענטש, באָריס יאַקאָװלעװיטש קאָגאַן, װעגן װעלכן װעל איך שפּעטער דערצײלן גענױער. מיטן ייִדגעזקאָם־ביוראָ האָט אָנגעפֿירט אַן אָרטיקער אָנגעזעענער קאָמוניסט טשערניאַװסקי, אױך זײער אַן ערלעכער און איבערגעגעבענער טוער, װאָס האָט געשטאַמט פֿון אַן אַרבעטער־סבֿיבֿה. ער האָט נאָכגעשפּירט, אַז די טעטיקײט פֿון קאָמיטעט זאָל װירקלעך גײן אין דער נײטיקער ריכטונג, און ער האָט ניט דערלאָזט, אַז די פֿאַראַנענע מיטלען זאָל מען אױסברענגען אויף אַנדערע צװעקן.
עס האָבן זיך, פֿאַרשטײט זיך, געפֿונען אַזױנע, װאָס זײַנען װי קראָען אָנגעלאָפֿן אַהער און געװאָלט אָפּלעקן אַ בײנדל, אָבער דער שטרענגער, אמתדיקער און ערלעכער טשערניאַװסקי האָט דאָס ניט דערלאָזט און שטענדיק געגעבן אַן אָפּשטױס, ניט קוקנדיק אױף דער װאָגיקײט פֿון דער פּערזאָן.
זײער אַ פֿײַנעם און גוטן אײַנדרוק האָבן געלאָזן אין זכּרון אָט די ערשטע ייִדישע קאָמוניסטן, מיט װעלכע איך האָב זיך אין דער יוגנט צוזאַמענגעטראָפֿן און מיט זײ מיטגעאַרבעט לײדער, איז מיר זײער װײַטערדיקער גורל אין גרעסטן טײל ניט באַװוּסט. דערקעגן, אַ שװערער זכר איז פֿאַרבליבן פֿון אַן אַנדער אָנפֿירנדיקן טוער פֿון ייִדגעזקאָם פֿון ח’ אישין־שקאַראָװסקי, דער שפּעטער באַװוּסטער זשורנאַליסט און שרײַבער אין קיִעװ. ער איז שױן אױף דער אמתעסער װעלט און װעגן פֿאַרשטאָרבענע איז אָנגענומען ניט צו רײדן בײז, אָבער איך מוז דערמאָנען, אַז אין יענע יאָרן האָט ער אין מײַנע אױגן אױסגעזען גאָר ניט פֿײַן. אַ מענטש אַ צופּאַסלער, פֿול מיט עגאָיִזם און זעלבסטמײנונג, מיט קאַריעריזם און אָפֿט פּשוטן ציניזם. עס דערמאָנט זיך, װי דער דאָזיקער סאָװעטישער טוער האָט זיך מיט גרױס חניפֿה באַצױגן צו דעם פֿאָרשטייער פֿון דעם אַמעריקאַנער פֿילאַנטראָפּישן „דזשױנט‟, דאָקטאָר קאָװאַלסקי. אַ געװעזענער „ראַבײַ‟, איז ער געשיקט געװאָרן קײן אוקראַיִנע צו העלפֿן זײַנע ברידער־ייִדן; אַ פֿולבלעכער, אַ געגאָלטער, מיט גלאַנציקע גאָלדענע צײן, מיטן שטענדיקן זעלבסטצופֿרידענעם שמײכל אױפֿן פּנים — „אָלרײַט‟. אַמעריקאַניש רײַך און אַ ביסל גרױסהאַלטעריש, האָט ער געװאָלט דיקטירן זײַן װילן אין פֿאַרשײדענע פֿראַגעס. אישין איז אים שטענדיק פֿאַרלאָפֿן דעם װעג און זיך געסטאַרעט מיט אַלע מעגלעכקײטן מאַכן אױף אים דעם געהעריקן אײַנדרוק, פֿאַרלירנדיק דערבײַ ניט זעלטן די אײנפֿאַכע מענטשן־װערדע. צוגעפּאַסט האָט זיך אישין אױך צו די מאַכטהאָבנדיקע פֿון דער צװײטער, קאָמוניסטישער זײַט. מיט אײן װאָרט, אַ נעגאַטיװע פּערזענלעכקײט, כאָטש ער איז געװען אַ פֿעיִקער מענטש און פֿלינקער זשורנאַליסט. צו מענטשן, װאָס שטײען נידעריקער פֿון אים אױפֿן געזעלשאַפֿטלעכן שטאַפּל, האָט זיך אישין באַצױגן מיט ביטול. עס דערמאָנט זיך: אײן מאָל קום איך אַרײַן צו אים אין דער פֿרי אין קאַבינעט אַן אױפֿגערודערטער און פֿרעג אים:
— צי האָט איר ניט, ח’ אישין, דעם לעצטן ביולעטין װעגן לענינס געזונט־צושטאַנד?
ער האָט אַ קוק געטאָן אױף מיר מיט אַ בײזן סאַרקאַסטישן שמײכל און געענטפֿערט:
— נײן, איך האָב ניט. פֿאַר װאָס פֿרעגט איר ניט אױף מײַן געזונט־צושטאַנד, איך בין ערשט פֿון אַ קראַנקײט אױפֿגעשטאַנען…
איך האָב עטלעכע טעג ניט געקאָנט פֿאַרגעסן אָט דעם צינישן און פֿרעכן ענטפֿער און זײַן אָפּשטױסנדיקן אײַנדרוק.
דאָס ייִדישע געזעלשאַפֿטלעכע און קולטור־לעבן האָט אָנגעהױבן אין יענער צײַט זיך אַלץ מער פֿאַרברײטערן. עס האָבן זיך געעפֿנט ייִדישע שולן, קינדער־הײמען, ביבליאָטעקן, קלובן, לײען־שטיבלעך און אַנדערע בילדונגס־אינסטיטוציעס, עס זײַנען פֿאָרגעקומען קאָנפֿערענצן און פֿאַרזאַמלונגען פֿון ייִדישע אַרבעטער און יוגנטלעכע. איך האָב שױן אױך פֿון צײַט צו צײַט באַקומען אױפֿגאַבעס און אױפֿטראָגן אױפֿן געביט פֿון קולטור־ און בילדונגס־טעטיקײט צװישן די ייִדישע מאַסן.

באַזונדערס האָט זיך מיר פֿאַרגעדענקט דער רוסישער פּרץ־אָװנט אין װיניצע אין 1922. די בונטאַרישע, אומרויִקע פּרץ־פֿיגור האָט אין יענער שטורמישער צײַט געפֿונען אַ גרױסן אָפּקלאַנג צװישן דער ייִדישער סאָציאַליסטישער אינטעליגענץ און זײַן נאָמען איז געװען שטאַרק אָנגענומען אין די קאָמוניסטישע קרײַזן, האָט מען זיך געקליבן צו אָרגאַניזירן אין װיניצע אַ גרױסן ליטעראַריש־קינסטלערישן פּרץ־אָװנט אין שטאָט־טעאַטער און איך בין גראָד באַאױפֿטראָגט געװאָרן אַרױסטרעטן אױף דעם אָװנט מיט אַ פֿאָרטראָג װעגן לעבן און שאַפֿן פֿונעם גרױסן שרײַבער. דאָס איז געװען מײַן ערשטע באַדײַטנדיקע עפֿנטלעכע אַרױסטרעטונג און איך האָב, פֿאַרשטײט זיך, מיט אימפּעט און פֿרײד זיך דערצו געגרײט. דער לאַנג דערװאַרטער אָװנט איז פֿאָרגעקומען. דער גרױסער װיניצער שטאָט־טעאַטער – דער פּאַרטער און דרײַ שטאָק־לאָזשעס איז געװען פֿול מיט אײַנגעלאַדענע. מיר איז געגעבן געװאָרן דאָס װאָרט. דאָס ערשטע מאָל טרעט איך אַרױס פֿאַר אַזאַ גרױסן פֿאָרום. איך האָב זיך אָנגעשטרענגט און באַמיט זיך רויִק אױספֿילן מײַן אױפֿגאַבע. כ’האָב גערעדט װעגן דעם גרױסן באַדײַט פֿון דער פּרץ־ירושה, װעגן זײַנע הומאַניסטישע און עטישע אידעאַלן, געפּרוּװט װאַרפֿן אַ בריק פֿון פּרצעס בונטאַרישן גײַסט צו אונדזער אומרויִקער הײַנטצײַטיקײט, כ’האָב פֿיל ציטירט, געבראַכט די געדאַנקען־פֿולע און פּאָעטישע פּרץ־פֿראַגמענטן װעגן מענטשלעכער דערהױבנקײט, װעגן די ליכטיקע טרױמען פֿון „אײביקן פֿרידן‟ איבערן גאָרן „ערגעץ־לאַנד‟.
אָבער ערשט אַצינד סוף 1920סטן יאָר איז פֿאַר מיר קלאָר געװאָרן, אַז איך מוז נאָך װײַטער שטודירן, לערנען, פֿאַרברײטערן די קענטענישן אין געביט פֿון פֿאַרשײדענע װיסנשאַפֿטן. דערפֿאַר האָב איך מיט פֿרײד אָנגענומען דעם פֿאָרשלאָג פֿון דער פּראָפֿאַראײנישער אָרגאַניזאַציע צו פֿאָרן קײן קיִעװ לױט דער פֿאַראַנענער „פּוטיאָװקע‟ אָנצוקומען אין אַן ארבעטער־פֿאַקולטעט פֿון אַ קיִעװער הױכשול. כ’האָב זיך גענומען גלײַך אין װעג. די מאַמע האָט דערפֿון געהאַט גרױס האַרצװײטיק: מילא, ביז איצט, כאָטש איך בין שטענדיק פֿאַרהאַװעט אױף די פֿאַרזאַמלונגען, בין איך פֿאָרט אין דער הײם, אָבער אין גאַנצן אַװעקפֿאָרן, פֿאַרלאָזן די שטאָט, נאָך יונג קינד, װי געװײנטלעך אַ מאַמיש האַרץ. דער צעטראָגענער פֿאָטער קוקט מיט פֿאַרבאַהאַלטענעם טרױער אױף דער אומפֿאַמײַנדלעכער צעשײדונג. סוף 1922 האָב איך זיך ענדגילטיק פֿאַנאַנדערגעשײדט מיט דער שטעלע, מיט דער אַרבעט און געלאָזט זיך אין אײנעם מיט נאָך אַ פּאָר יוגנטלעכע, אָן גרױסע רײַזע־באַקװעמלעכקײטן אין װעג קײן קיִעװ, די שטאָט, װאָס האָט שױן לאַנג צו זיך געצױגן מיט איר גרױסער און ברײטער קולטור־ און בילדונגס־סבֿיבֿה.
המשך קומט