נאָטיצן פֿונעם רעדאַקטאָר — 107

רפֿאל גאַלדוואַסער — דעם טאַטנס זון.

מיר פֿלעגן זיך מיט אים טרעפֿן נישט אָפֿט, אָבער יעדע טרעפֿונג פּנים־אל־פּנים איז פֿאַר מיר, יעדנפֿאַלס, געווען אַ נשמה־שׂימחה. אַלע זײַנע רייד זײַנען געווען וועגן טעאַטער און אַרום טעאַטער. ער האָט געאָטעמט מיט טעאַטער; נישט אומזיסט האָט זײַן טעאַטער־טרופּע אין שטראַסבורג געהייסן „לופֿט־טעאַטער‟; נישט בלויז ווײַל דאָס ייִדישע פֿאָלק עקזיסטירט שוין אַ סך הונדערטער יאָר צווישן הימל און ערד, נאָר דווקא אָט אַזאַ צושטאַנד, זיך צו געפֿינען שטענדיק אין דער לופֿטן, דערמעגלעכט דעם ייִדישן מענטשן צו זײַן אין פֿלוג — אין פֿלוג צו נײַע הייכן און אַנטדעקונגען.

צוריק גערעדט, האָט רפֿאל אָדער רפֿי, ווי ס׳האָבן אים גערופֿן די פֿרײַנד, געטראָגן אין זיך די גאַנצע טעאַטער־וועלט. צו מאָל האָב איך געטראַכט: פֿון וואַנען נעמט זיך אין דעם קליינוווּקסיקן, הויט־און־ביין מענטשן אַזוי פֿיל כּוח־היצירה?!

מע זאָגט, אַז איינער איז קיינער. נאָר נישט אין די טעאַטער־הימלען. נישט אויף דער בינע. נישט רפֿאל גאָלדוואַסער. כ׳מיין, ער וואָלט אַליין געקאָנט אויסשפּילן, למשל, אַלע פּערסאָנאַזשן פֿון שלום־עליכמס ווערק; נישט פּאַראָדירן, נישט נאָכמאַכן, נאָר ממש זיך איבערגעשטאַלטיקן, ווי ער האָט עס געטאָן אין זײַנע טעאַטער־פֿאָרשטעלונגען און באַזונדערס בולט אין זײַנע ווידעאָס, אין זײַנע רעציטאַציעס. זײַן שטים איז געווען זייער בייגעוודיק, די אינטאָנאַציעס — פֿאַרשיידנטעניק, די מימיק אויסדריקפֿול, זײַנע געשטאַלטן קומען אַרויס פֿון זײַנע קישקעס, שוין איבערגעקאָכט מיט זײַן בלוט.

רפֿאלס לעבנס־ייִחוס און זײַן לעבן אין טעאַטער פֿלעכטן זיך איבער. אַ טאַטנס אַ קינד, פּינקטלעכער, אַ קינד פֿון אַ טאַטן אַ ייִדישן אַקטיאָר, האָט דער קליינער רפֿאל אײַנגעאָטעמט דעם בינע־שטויב פֿון קינדווײַז אָן. די וועגן פֿון זײַן טעאַטער־לעבן זײַנען קיין גלײַכע נישט געווען, פֿון דעסטוועגן, האָבן זיי אים געבראַכט צו פֿירן קיין פּאַריז צום גרויסן טעאַטער־פּעדאַגאָג זשאַן לעקאָק.

אין זײַן עסיי „איך — מײַן טאַטע‟, שרײַבט גאָלדוואַסער: „לעקאָקס צוגאַנג האָט דערמאָנט אַן אינערלעכע פֿאָרשונג פֿון זיך אַליין. אַזוי איז עס געשען מיט מיר. […] לעקאָק האָט מיר געזאָגט: ׳קוק אַ ביסעלע אויף צוריק. דו האָסט עפּעס פֿאַרגעסן דאָרטן… דו האָסט פֿאַרגעסן דײַן טאַטן דאָרטן… דאַרפֿסטו אים דאָרטן זוכן!׳ דאָרטן… וווּ איז דער דאָרטן? ער איז אין מיר! לעקאָק האָט מיך צוריקפֿאַרבונדן מיט מײַן טאַטן, מיט זײַן קולטור, מיט דעם, וואָס איך טראָג אין זיך און וואָס איז מיר וויכטיק איבערצוגעבן די אַנדערע.‟ [לייען: „איך — מײַן טאַטע‟]:
https://yiddishbranzhe.com/2021/01/01/%d7%90%d7%99%d7%9a-%d7%9e%d7%b2%d6%b7%d7%9f-%d7%98%d7%90%d6%b7%d7%98%d7%a2/

ס׳רובֿ ייִדישע אַקטיאָרן האָבן נישט געקאָנט זיך פֿאַרגינען אַזאַ לוקסוס, ווי נאָר שפּילן טעאַטער; מ׳האָט געמוזט זײַן פֿאַר זיך אַ רעזשיסאָר אַ פּראָדוסער, אימפּרעסאַריאָ, אַן אַדמיניסטראַטאָר, מיט איין וואָרט, וואָס אין דער קאָרט. רפֿי איז אין דעם זין געווען נישט קיין אויסנאַם; דערצו האָט ער נישט מורא געהאַט צו עקספּערימענטירן. באַזונדערס אַקטיוו האָט ער עס געטאָן בעת דער קאָראָנע־פּאַנדעמיע. פֿאַקטיש האָט דער איזאָלירטער צושטאַנד צוליב דעם חלאַת, צוגעשפּילט דעם ייִדישן טעאַטער. די „זום‟־שיטה פֿון קאָמוניקירן מיטן עולם האָט דערמעגלעכט צו שאַפֿן אַ מין אינטערנאַציאָנאַלן זום־טעאַטער. אין דער אויפֿפֿירונג פֿון „דיבוק‟ האָט מען רפֿי נישט געזען, נאָר דווקא דער שלוח, די גורלדיקע מיסטישע פּערזאָן, האָט גערעדט מיט גאָלדוואַסערס שטים.

בשעתן קוקן ס. בעקעטס „וואַרטן אויף גאָדאָ‟ („נײַער ייִדישער רעפּ־טעאַטער‟), וווּ רפֿאל שפּילט די ראָלע פֿון לאַקי, האָב איך זיך דערמאָנט אין י. ל. פּרצ׳ס „באָנציע שווײַג‟; בײדע געשטאַלטן האָבן אָפּגעשוויגן, קאָן מען זאָגן, זייער גאַנץ לעבן. נישט ווײַל זיי האָבן ניט געהאַט וואָס צו זאָגן, מ׳האָט זיי נישט געגעבן צו ריידן! ר. גאָלדוואַסער אין זײַן ראָלע פֿון לאַקי האָט אַריבערגעוואָרפֿן אַ בריק פֿון איין געשטאַלט צו אַ צווייטן דורך צײַט און געשעענישן; ער האָט, ווי אַן אַקטיאָר, פֿאַראייניקט און פֿאַרקערפּערט צוויי פֿאַרשיידענע וועלטן — אַזוי ווי עס דאַרף געשען אין אַן אמתן טעאַטער.

די לעצטע יאָרן האָט אים דער ווידעאָ־טעאַטער פֿאַרביטן דעם „לופֿט־טעאַטער‟. צענדליקער ווידעאָס, באַזונדערס געמאַכט אויף דער טעאַטער־פּאָעזיע פֿון אַ. לוצקי, איז פֿאַרשפּרייט געוואָרן איבער דער ייִדיש־רעדנדיקער וועלט. אין איינעם אַ שמועס מיט רפֿי האָט ער מיר פֿאָרגעלייגט עפּעס אָנשרײַבן פֿאַר אַזאַ מין ווידעאָ. האָב איך עס געטאָן מיט גרויס פֿאַרגעניגן. לייגט אַכט, ווי לעבעדיק און קאָנקרעט איז זײַן מימיק:

פֿאַר דער רובריק „ווידעאָ־אויטאָגראַף‟ לייענט רפֿאל גאָלדוואַסער איינע פֿון זײַנע גלענצנדיקע רעציטאַציעס פֿון אַ. לוצקי „דזשעז‟.

זײַן קול און זײַן חן וועלן לאַנגע יאָרן זיך טראָגן אין דער לופֿטן — אין דער סבֿיבֿה, וואָס ער האָט געשאַפֿן מיט זײַן גרויסן טאַלאַנט.

כּבֿוד זײַן אָנדענק!


שוין נאָכן שליסן דעם נומער איז פֿון פֿלאָרידע אָנגעקומען אַ טרויעריקע בשׂורה: ס׳איז געשטאָרבן מרים שמולעוויטש־האָפֿמאַן, אַ לאַנגיאָריקע שרײַבערין פֿאַרן „פֿאָרווערטס‟, אַ לערערין אין קאָלומביע־אוניווערסיטעט, אַ דראַמאַטורגין און איבערזעצערין.

מײַנע טיפֿסטע מיטפֿילונגען אירע צוויי זין, אַבֿרהם און בנימין, און זייערע משפּחות!

אין 2016 איז אַרויס מײַן ווידעאָ־פֿילם פֿון דער סעריע „מאָנאָלאָגן פֿון ייִדישע שרײַבערס‟, דער פֿילם „איין טאָג פֿון אַ גאַנץ לעבן‟ איז געווידמעט מרים שמולעוויטש־האָפֿמאַן ז״ל.

כּבֿוד איר אָנדענק!

יולי 27, 2026, ברוקלין, נ״י.

Leave a comment