אַ ייִדישער ראָמאַן

יעווגעני קיסין

קאַפּיטל ג

1

מישעס האָפֿענונגען זײַנען, סוף–כּל–סוף, מקוים געװאָרן. אין אײנעם אַ שײנעם פֿרילינג–טאָג האָט מען אים אָנגעקלונגען פֿון דער „מעזשקניגאַ‟ מיט דער פֿאָלגנדיקער מיטטײלונג:

— אײַער פּלאַטע מיט הובאַטשעקן און פּעטערפֿין איז אַרױס. די פֿירמע װיל אָרגאַניזירן אַ
פּרעסע–קאָנפֿערענץ. איר װעט מוזן קומען צו פֿליִען קײן בודאַפּעשט.

צו יענער צײַט האָט מישע שוין געהאַט געגעבן אַ רעכט ביסל אינטערװיוען אין פֿאַרשײדענע שטעט און לענדער, נײַערט אין קײן אײן פּרעסע–קאָנפֿערענץ איז אים ביז אַהער קײן מאָל נישט אױסגעקומען זיך צו באַטײליקן. נאָך מער: ספּעציעל פֿאָרן װוּהין– ניט–איז, על–אַחת–כּמה–וכּמה אין אױסלאַנד, בלױז כּדי אָנטײלצונעמען אין אַ פּרעסע– קאָנפֿערענץ, — אַזױנס האָט ער אַפֿילו נישט געקאָנט זיך פֿאָרשטעלן. אמת, אױפֿן װעג פֿונעם פֿליפֿעלד אינעם האָטעל האָט דער פֿאָרשטײער פֿונעם „הונגאַראָטאָן‟ געבעטן מישען,זייער טריִאָ זאָל אױף דער פּרעסע–קאָנפֿערענץ שפּילן עפּעס אַ ווערק פֿון זײער רעקאָרדירונג; ער האָט געזאָגט, אַז מיהײַ האָט געהאַט פֿאָרגעלײגט דעם צװײטן טײל פֿון מענדעלסאָנס טריִאָ און דעם פֿינאַל פֿון בראַמס׳ טריִאָ. מישע האָט מסכּים געװען, נאָר דערקלערט,אַז ער האָט נישט געהאַט געשפּילט אָט דעם רעפּערטואַר שױן עטלעכע חדשים,דעריבער דאַרף ער זיך צוגרײטן און נאָך מאַכן אַ רעפּעטיציע מיט זײַנע פּאַרטנערס. אַליין האָט ער אָפּגעאַרבעט בײַ מיהײַען אין שטוב אינעם זעלבן אָװנט,נאָר צוזאַמען האָבן זײ רעפּעטירט אױפֿן אַנדערן טאָג גלײַך פֿאַרן אָנהײב פֿון דער פּרעסע– קאָנפֿערענץ.

פֿאָרגעקומען איז די אונטערנעמונג אינעם זעלבן לאָקאַל, װוּ זײ האָבן צום ערשטן מאָל געהאַט געשפּילט צוזאַמען. דער הױפּט פֿונעם „הונגאַראָטאָן‟, אַ מאַנצביל פֿון אַן אינטעליגענטישן אױסזען מיט ייִדישע געזיכט–שטריכן, האָט געהאַלטן אַ באַגריסונג–רעדע, דערנאָך האָבן מישע און זײַנע פֿרײַנד געשפּילט, און נאָך דעם האָט מען אָנגעהױבן זיי צו פֿאַרגעבן פֿראַגעס. סע האָט זיך אַרױסגעװיזן, אַז אין גרונט גענומען, איז קײן אונטערשײד צװישן אַן אינטערװיו און אַ פּרעסע–קאָנפֿערענץ נישט געװען, פּשוט דאָ האָבן פֿאַרשײדענע מענטשן געשטעלט פֿראַגעס פֿאַר אַנדערע פֿאַרשײדענע מענטשן. מיהײַ, װי געװײנטלעך, איז נישט געװען צו באַרײדעװדיק, סײַדן אין אַלגעמײן האָבן די יונגע מוזיקאַנטן גאָר אַ סך דערצײלט אי װעגן זײערע לערערס, אי װעגן זײער קאַריערע, אי װעגן זײער צוזאַמעאַרבעט. אַלץ איז געװען זײער ליבלעך; דאָס אײנציקע, װאָס האָט דענערװירט מישען, איז געװען, װען מע האָט אים פֿאָטאָגגאַפֿירט בשעת ער האָט גערעדט, װײַל די קנאַקערײַ פֿון די פֿאָטאָ–אַפּאַראַטן האָט אים געשטערט זיך קאָנצענטרירן.

װען די זשורנאַליסטן האָבן אָנגעהױבן זיך פֿונאַנדערגײן, זײַנען צו מישען, װלאַסטיסלאַװן און מיהײַען צוגעגאַנגען פֿאַרשײדענע מערבֿדיקע אימפּרעסאַריאָס. אײניקע פֿון זײ האָט מישע דערקענט, װײַל זײ האָבן פֿריִער געהאַט אָרגאַניזירט זײַנע סאָלאָ–קאָנצערטן. אַלע האָבן זײ גענומען פֿאַרבעטן דעם טריִאָ אויפֿצוטרעטן אין זײערע לענדער, אָבער די מוזיקער האָבן זײ, װי ס׳האָט זיך געפֿירט, אָפּגעשיקט צו דעם „גאָסקאָנצערט‟, דעם „אינטערקאָנצערט‟ און דעם „פּראַגאָקאָנצערט‟.

פּעטער איז אױך צוגעקומען, און, נישט געקוקט אױף זײַן שטענדיקער אײַנגעהאַלטנקײט, האָט מען געקאָנט זען, אַז ער איז געװען זײער צופֿרידן. בײַם געזעגענען זיך האָט דער שעף פֿונעם „הונגאַראָטאָן‟ געזאָגט מישען עטלעכע אָנגענעמע װערטער אױף אַ זײער גוטן רוסיש. מישע האָט אים באַדאַנקט און צוגעגעבן:

— מיר האָבן שױן גאָר אַ גרױסן רעפּערטואַר,אַזױ אַז אױב איר װילט,קאָנען מיר רעקאָרדירן נאָך עפּעס.

דאָס דאָזיקע געשעעניש האָט טאַקע מיטגעבראַכט היפּשע רעזולטאַטן. מיט עטלעכע װאָכן שפּעטער האָט די „מעזשקניגאַ‟ מיטגעטײלט מישען, אַז דער „הונגאַראָטאָן‟ װיל רעקאָרדירן שובערטס צװײטן טריִאָ,געשפּילט פֿון אים, װלאַסטיסלאַװן און מיהײַען. מע האָט זיך צונױפֿגערעדט עס צו טאָן קומעדיקן אָקטאָבער. אַזױ אַרום,כּל–זמן מישע פֿלעגט אָן דערפֿאָלג אָפּשלאָגן די טירן פֿון דער פֿירמע „מעלאָדיע‟, װילנדיק רעקאָרדירן זײַן סאָלאָ–רעפּערטואַר, פֿלעגן די אונגערן אַרױסלאָזן פּלאַטעס פֿון זײַן טריִאָ אײנע נאָך דער
אַנדערער…

אַן ערך אין דער זעלבער צײַט האָט מען אָנגעקלונגען מישען אױך פֿונעם „גאָסקאָנצערט‟ און פֿאַרבעטן צו קומען אינעם אָפּטײל פֿון די קאַפּיטאַליסטישע לענדער: סע זײַנען אָנגעקומען אײַנלאַדונגען פֿון פֿינלאַנד און שװעדן, אַז דער „אינטערנאַציאָנאַלער טריִאָ‟ זאָל דאָרטן אױפֿטרעטן איבער אַ יאָר. אַרומגערעדט די פּרטים, האָט מישע געפֿרעגט:

— און מער זײַנען קײן אײַנלאַדונדען נישט אָנגעקומען?


  דער טשינאָװניק האָט אַ קוק געטאָן אױף אים מיט פֿאַרװוּנדערונג.

  — נאָך אונדזער פּרעסע–קאָנפֿערענץ אין בודאַפּעשט, — האָט מישע דערקלערט, — האָט מען דאָך פֿאַרבעטן אונדזער טריִאָ אי קײן פֿראַנקרײַך, אי קײן איטאַלע, אי קײן שפּאַניע, אי קײן יאַפּאַן, אי קײן אַנדערע לענדער. דערפֿאַר האָב איך עס געפֿרעגט…
  — נײן, — האָט זײַן װיזאַװי געענטפֿערט מיט אַ שטײנערן פּנים, — מער זײַנען קײן אײַנלאַדונגען פֿון ערגעץ נישט אָנגעקומען. אױב עפּעס װעט אָנקומען, װעלן מיר אײַך מיטטײלן. 

מישע האָט פֿאַרשטאַנען, אַז יענער לײַגט און אַז זײַנע קאָלעגעס, װי אױך יענע, װאָס שטײען איבער זײ, האָבן, װי שטענדיק, זײערע אײגענע טעמים, װאָס ער, מישע, קאָן זיך אין בעסטן פֿאַל בלױז משער זײַן פֿון זײ. מיט עטלעכע יאָר פֿריִער, נאָך זײַן זיג אױף שאָפּענס קאָנקורס, האָט מען אים צו ערשט אָנגעהױבן אַרױסלאָזן מיט קאָנצערטן אין סאָציאַליסטישע לענדער, דערנאָך אין נײטראַלע, און בלױז נאָך דעם — אין „פֿײַנטלעכע‟ לענדער. מעגלעך, האָבן זײ באַשלאָסן צו טאָן דאָס זעלבע מיט זײַן טריִאָ?
װען ס׳איז געקומען די צײַט צו פֿליִען קײן בודאַפּעשט אױף דער רעקאָרדערונג פֿון

שובערטס טריִאָ,און מישע,סטאַרענדיק זיך נישט אַרויסצוװײַזן זײַן פּחד,איז װידער אַרײַנגעגאַנגען אינעם ערשטן אָפּטײל,האָט דער זעלבער קאַ–גע–בע–מאַן אים באַלד אַרױסגעגעבן די נײַע כאַראַקטעריסטיק און קײן שום „פֿאָרשלאָגן‟ נישט געמאַכט. פֿאַרבײַגעטראָגן!

2

נאָך אַלע מישעס און יודיטס דערצײלונגען האָט זיך קאַטיען זײער געװאָלט באַזוכן אונגערן. אין פּרינציפּ איז דאָס נישט געװען אין גאַנצן אוממעגלעך, נײַערט אַזאַ מעגלעכקײט אינעם סאָװעטן–פֿאַרבעטן איז געװען אַ זעלטענע און האָט זיך געװענדט נישט פֿון איר: דאָס האָט געקאָנט זײַן בלױז אַן אַזױ–גערופֿענע טוריסט–רײַזע פֿאַר מיטאַרבעטערס פֿונעם אינסטיטוט, אין װעלכן זי האָט געאַרבעט, און אַזעלכע זאַכן פֿלעגן באַשליסן לחלוטין נישט די „טוריסטן‟ אַלײן, נאָר העכערשטײענדיקע טשינאָװניקעס, װאָס פֿלעגן באַשטימען, װער, װען און װוּהין װעלן פֿאָרן. נו, און, פֿאַרשטײט זיך, בלױז ווי אַ טרױם, וואָס ס׳איז אים ניט באַשערט זיך צו פֿאַרװירקלעכן, איז פֿאַר איר געװען בײַצוזײַן אױף מישעס אַ קאָנצערט אין בודאַפּעשט, צו צעטײלן, ווי מע זאָגט, מיטן מאַן זײַן דאָרטיקן טריִומף. ווי אַן אויסנאַם, פֿלעגט מען דערלױבן צו פֿאָרן אױף גאַסטראָלן אין אױסלאַנד מיט זײערע פֿרױען נאָר אַזעלכע באַרימטע מוזיקאַנטן, װי גילסקער, אױסטראַך און אַנדערע. אין מישעס קרײַזן איז פֿאַרשפּרייט געווען די געשיכטע װעגן ראַסטראַפּאָװן. אַמאָל האָט זיך אים פֿאַרװאָלט אַרױספֿאָרן אױף גאַסטראָלן אין אױסלאַנד מיט זײַן פֿרױ, האָט מען אים דערקלערט, ער זאָל זיך דערמיט װענדן צו דער נאַטשאַלסטװע מיט אַ שריפֿטלעכער ביטע, פֿאַררופֿנדיק זיך אױף זײַן שלעכט געזונט, — האָט ער אָנגעשריבן בזה־הלשון: „צוליב מײַן אױסגעצײכנט געזונט בעט איך,אַז מײַן פֿרױ זאָל מיך באַגלײטן…‟

נישט געקוקט אױף דעם אַלעם, איז קאַטיע, לױט דער נאַטור זײער אַן אַקטיװער מענטש, געקומען ביסלעכװײַז צו אַ געדאַנק: אַװדאי, זײַנען די שאַנסן זײער און זײער קלײנע, נאָר פֿאַר װאָס פֿאָרט נישט פּרוּװן אויספּועלן כאָטש אַ טוריסט–רײַזע?

דער פּאַרטײ–אָרגאַניזאַטאָר פֿון קאַטיעס אינסטיטוט איז געװען אַ מיטל–יאָריקע פֿרױ מיטן נאָמען אַלעװטינאַ אַלעקסעיעװנאַ מוראַװיאָװאַ. די באַציִונג צו איר צװישן די מיטאַרבעטערס און די סטודענטן פֿונעם אינסטיטוט איז געװען נישט קײן גלײַכע. בײזע צונגען פֿלעגן שמועסן, אַז זי האָט געאַרבעט אױף „קאַ–גע–בע‟, נײַערט קײן ראַיות אָדער אַפֿילו אױפֿװײַזן דערויף פֿלעגן זײ נישט ברענגען. געװען איז אין איר עפּעס אַ זיסלעכקײט, וועגן װעלכער מע פֿלעגט טרײַבן לצנות, נאָר זי פֿלעגט זיך שטענדיק האַלטן זײער העפֿלעך און פֿרײַנדלעך, כּלל נישט „פּאַרטיייִש‟, און קאַטיע האָט קײן מאָל נישט געהערט, אַז זי זאָל געװען באַגײן עפּעס אַ נידערטרעכטיקײט. נאָך מער: װי אַ סך ייִדן, האָט קאַטיע געהאַט זײער אַ שאַרפֿן חוש אױף אַנטיסעמיטיזם — און בײַ אַלעװטינאַ אַלעקסעיעװנאַ האָט זי אים אין דער מינדסטער מאָס נישט געפֿילט.

בכלל האָט די נאַטשאַלסטװע געהאַלטן פֿון קאַטיען: זי איז געװען נישט בלױז זײער אַ גוטער פּראָפֿעסיאָנאַל, נאָר אױך די סאַמע דיסציפּלינירטע פֿון די אַלע איבערזעצערס אינעם אינסטיטוט. אין דער זעלבער צײַט,פֿאַרשטײענדיק די מענטשלעכע טבֿע, האָט קאַטיע זיך געסטאַרעט אויפֿצופֿירן זיך, נישט אַרויסרופֿנדיק בײַ אירע קאָלעגעס קיין קינה, כאָטש, פֿאַרשטײט זיך, נישט תּמיד האָט עס איר זיך אײַנגעגעבן. איין מאָל, טרעפֿנדיק אַלעװטינאַ אַלעקסעיענאַן אין קאָרידאָר פֿונעם אינסטיטוט און אױסטוישנדיק זיך מיט באַגריסונגען,האָט קאַטיע בײַ איר אַ פֿרעג געטאָן:

— אַלעװטינאַ אַלעקסעיעװנאַ,װי מײנט איר,צי װאָלט מען געקאָנט אָרגאַניזירן פֿאַר אונדזער אינסטיטוט עפּעס אַ טוריסט–רײַזע אין אױסלאַנד? מיר זײַנען פֿאָרט אַן אָנגעזעענער אַנשטאַלט.
— יאָ,יעקאַטערינע לװאָװנע,געװיס, — האָט יענע געענטפֿערט, — אָט מיט עטלעכע יאָר צוריק זײַנען מיר געפֿאָרן קײן איטאַליע…

„קײן איטאַליע!‟ — האָט קאַטיע אַ טראַכט געטאָן, — „נו, אױב ס׳איז שױן אַזאַ נסיעה געווען, װעט מען שוין מער קײנעם פֿון אונדז אַהין נישט דערלױבן צו פֿאָרן.‟…

— װײסט איר,אַלעװטינאַ אַלעקסעיעװנאַ, — האָט זי גערעדט װײַטער,— דעם אמת געזאָגט, װאָלט מיר געװען זײער אינטערעסאַנט צו באַזוכן אונגערן. מײַן מאַן איז געװען דאָרטן עטלעכע מאָל פֿאַרבונדן מיט זײַן אַרבעט, און ער האָט מיר אַ סך דערצײלט, װי שײן ס׳איז דאָרטן…
— קײן אונגערן… יאָ,דאָס איז אַ גוטע אידעע, — האָט אַלעװטינאַ אַלעקסעיעװנאַ צוגעשטימט. מעגלעך, ס׳איז איר געפֿעלן געװאָרן, וואָס קאַטיע האָט נישט פּרעטענדירט אױף אַ „קאַפּיטאַליסטיש‟ לאַנד.

אַװדאי, פֿלעגט קאַטיע פֿאַרשטײן, אַז נישט מוראַװיאָװאַ באַשליסט אַזעלכע זאַכן, נאָר װער װײסט — אפֿשר, װאָלט זי געקאָנט האָבן אַ שמועס מיט עמעצן אינעם
ראַיאָן־קאָמיטעט פֿון פּאַרטיי?

מער ווי אַ האַלב יאָר איז פֿאַרבײַ,ווען בײַ אַ באַגעגעניש מיט קאַטיען האָט אַלעװטינאַ אַלעקסעיעװנאַ געזאָגט:

— יעקאַטערינע לװאָװנע, װאָס שײך אַ טוריסט–רײַזע קײן אונגערן — צום באַדױערן, װעט זיך הײַנטיקס יאָר נישט באַקומען, מעגלעך, אין קומעדיקן…

און װידער האָט קאַטיע זיך איבערגעצײַגט, אַז אַ פּרוּװ צו טאָן איז שטענדיק כּדאַי — און דערנאָך זאָל זײַן, װאָס ס׳װעט זײַן.


מישע האָט ווײַטער געהאַלטן אַ סך אַרבעטן און געבן קאָנצערטן אין פֿאַרשײדענע מקומות. די רעקאָרדירונג פֿון שובערטס טריִאָ אין בודאַפּעשט איז דורכגעגאַנגען אױסגעצײכנט, און מיט אַ פּאָר חדשים שפּעטער איז אין מישעס לעבן געשען אַ סורפּריז. מע האָט אים װידער אָנגעקלונגען פֿונעם „גאָסקאָנצערט‟ און געזאָגט עפּעס, װאָס ער האָט זיך לחלוטין נישט געריכט צו הערן:

— דער פֿידלער הובאַטשעק קומט צו אונדז מיט קאָנצערטן אין מערץ חודש, און ער זאָגט, אַז פֿון די אַלע סאָװעטישע פּיאַניסטן װיל ער שפּילן נאָר מיט אײַך.

מישע האָט זיך, נאַטירלעך, זײער דערפֿרײט און אַ פֿרעג געטאָן, װאָס פֿאַר אַ רעפּערטואַר קלײַבט זיך הובאַטשעק שפּילן. דער ענטפֿער איז געווען: בעטהאָװענס צענטע סאָנאַטע, בראַמס׳ דריטע סאָנאַטע, פֿראַנקס סאָנאַטע. מישע האָט זייער ליב געהאַט אָט די אַלע װערק און אָנגעהױבן אַרבעטן איבער זײ מיט באַגײַסטערונג. אין עפּעס אַ מאָמענט האָט ער פּלוצעם זיך געכאַפּט, אַז מע דאַרף צוגרײטן פֿון פֿריִער אױך די „ביסן‟.

עטלעכע טעג נאָך אַנאַנד פֿלעגט ער גײן יעדן אָװנט אױפֿן צענטראַלן טעלעגראַף און באַשטעלן טעלעפֿאָן–געשפּרעכן מיט פּראָג, צו האָבן אַ שמועס מיט װלאַסטיסלאַװן; ס׳איז דאָך נייטיק געווען זיך צו דערװיסן פֿון אים, װאָס יענער װאָלט געװאָלט שפּילן אױף „ביס‟.

— נו, לאָמיר שפּילן בלאָכס „ניגון‟ און בראַמס׳ זעקסטן אונגערישן טאַנץ, — האָט װלאַסטיסלאַװ געזאָגט.
— בלאָכס „ניגון‟ און בראַמס׳ זעקסטן אונגערישן טאַנץ… — האָט מישע לאַנגזאַם איבערגעחזרט און פֿאַרשטאַנען, אַז ער האָט געזאָלט נעמען מיט זיך אַ פּען, װײַל די ערשטע צװײ װערטער זײַנען אים געװען גאָר אומבאַקאַנט — גוט, װלאַסט, כ׳קוק אַרױס אויף דײַן קומען מיט אומגעדולד! אַ גוטן!

ער האָט גיך אױפֿגעהאָנגען דאָס טרײַבל און װידער איבערגעחזרט עטלעכע מאָל די נעמען פֿון די „ביסן‟, צוגײענדיק צום טיש, כּדי צו נעמען אַ פּען.

אין פֿאַרלױף פֿון די פֿאָלגנדיקע עטלעכע טעג האָט מישע אין ערגעץ נישט געקאָנט געפֿינען די נאָטן פֿונעם געהײמנישפֿולן בלאָכס „ניגון‟. געמוזט האָט ער זיך װידער שלעפּן אױפֿן טעלעגראַף.

— אַ–אַ–אַ, נו יאָ… — האָט װלאַסטיסלאַװ געענטפֿערט אױף מישעס ידיעה, — נו, דאָרטן איז די פֿאָרטעפּיאַן–פּאַרטיע דאָך נישט קײן שװערע. איך װעל ברענגען צו פֿירן מיט זיך די נאָטן, און דו װעסט עס אױסלערנען אין צװײ טעג. זײַ רויִק.

װען ער איז געקומען צו פֿליִען קײן מאָסקװע און האָט דערלאַנגט מישען די דינינקע אַמעריקאַנער אױסגאַבע, האָט יענער אַ פֿרעג געטאָן:

— זאָג מיר נאָר, װאָס איז דאָס פֿאַר אַ װערק אַזאַ?
— װאָס, דו קענסט נישט בלאָכס „ניגון‟?! — װלאַסטיסלאַװ האָט געקוקט אױף מישען מיט אױפֿריכטיקער דערשטױנונג, — אױך מיר אַ ייִד!

די דאָזיקע פּיעסע האָט ממש דערשיטערט מישען. גאָרנישט ענלעכס איז אים ביז אַהער נישט אױסגעקומען צו שפּילט אָדער צו הערן, און ער האָט געהאַט דאָס געפֿיל, אַז ס׳איז געװען נישט בלױז אַ ייִדישע, נאָר עפּעס אַ ביבלישע מוזיק, גלײַך װי אָנגעשריבן צו „איובֿ‟. דװקא נאָך יענע גאַסטראָלן מיט װלאַסטיסלאַװן איז מישען געקומען אױפֿן געדאַנק אַרײַנצוקוקן אין דער מוזיקאַלישער ענציקלאָפּעדיע…

סוף קומט

Leave a comment