עמיל קאַלין
עפּילאָג
סעם איז געזעסן אין אַ געלן טאַקסי. זײַן קאָפּ האָט זיך לײַכט טעלעבענקעט אַהין און אַהער. ער איז קוים וואָס אַרויס דורך די גלעזערנע טירן פֿון פֿליפֿעלד, שלעפּנדיק נאָך זיך אַ גראָע וואַליזע פֿון אַ באַשיידענער מאָס, ווי ס׳איז צו אים באַלד אַנטקעגנגעשפּרונגען אַ כינעזער, אַ טאַקסי-טרײַבער אַ דאַרן און אַ בייגעוודיקער, ווי אַן אָפּגעקאָכטער לאָקש. ער האָט האַסטיק אָנגעוויזן אויף זײַן מאַשין, וואָס איז געשטאַנען לעבן אַ פֿאַרפֿרוירענער קאַלוזשע. סעמס קאָפּ איז געווען שווער און אַ טעמפּער דרוק האָט זיך צעשפּרייט פֿון די שלייפֿן אין שטערן. ער איז נישט געווען אימשטאַנד זיך צו דינגען איבערן פּרײַז; זיך גלײַך אַרײַנגעזעצט אין טאַקסי און דער טרײַבער האָט זיך געגעבן אַ לאָז אין וועג אַרײַן.
דער טראַפֿיק לעבן פֿליפֿעלד איז געווען שיטער, און אויך אויפֿן שאָסיי, וואָס שנײַדט דורך קווינס, זענען נישט געווען קיין סך שטערונגען, אָבער ווי נאָר זיי האָבן זיך דערנענטערט צו מאַנהעטן, איז דער וועג געוואָרן פֿאַרפֿלייצט מיט אויטאָס, משׂא-אויטאָס און געלע „סקול באַסעס‟. סעם האָט דערפֿילט ווי זײַן בלוט-דרוק טוט אַ שפּרונג אַרויף אין אַן אויגנבליק, ווי בײַ אַ פֿאַריאָגטער חיה, נאָר דער כינעזישער טרײַבער האָט נישט אַרויסגעוויזן קיין מינדסטן סימן, אַז ער האָט אַ נגיעה צו דעם. סעם האָט אײַנגעגראָבן דעם בליק אין דעם געלט־ציילער. ער האָט באַשײַמפּערלעך געפֿילט מיט זײַן גאַנצן לײַב ווי עס „קלאַפּן די ציפֿערן‟: נאָך אַ דאָלאַר און נאָך אַ דאָלאַר…
אין דער אמתן, איז ער אַנטלאָפֿן פֿון בוקאַרעשט אין מיט דער נאַכט, זיך אַרויסגעגנבֿעט פֿון זײַן לעבן, ווי אַ פֿאַרברעכער, וואָס מוז מאַכן אַ פּלוצעמדיקן ויברח עדי, צו ראַטעווען דאָס אייגענע פֿעלכל. ווידער אַ מאָל האָט עס זיך געטראָפֿן מיט אים… ווידער שוואַרצט ער די גרענעץ. ווי אַזוי און פֿאַרוואָס האָט ער זיך אַרײַנגעפּלאָנטערט אין אַזאַ צרה? ס׳שטייט דאָך, אַז יצר-לבֿ-האָדם איז שלעכט ניט בלויז אין די סאַמע יוגנט-יאָרן, נאָר אַפֿילו אין דער עלטער; זעט אויס, אַז דער מצבֿ ווערט נישט בעסער. אַזוי פֿיל יאָרן וואָס ער טרעט אויף דער ערד, אָבער ס’זעט אויס, אַז אָט די אַלע אָנגעזאַמלטע יאָרן זײַנע, די אַזוי גערופֿענע „דערפֿאַרונג‟ — דאָס וויסן און קענטעניש, די לעבנס-חכמה, מיט וועלכער ער האָט זיך תּמיד געמאַכט גרויס, — אַלץ איז נישט ווערט אַ גראָשן. ער איז געשלאָפֿן מיט בעלאַן אין איר בעט, אינעם בעט, וווּ זי שלאָפֿט מיט איר מאַן ישׂראל מאַרקאָוויטש. צו שלאָפֿן מיט אַן אשת-איש אין איר אייגענער בעט? פֿאַר דעם דאַרף מען זײַן אַן אויסוווּרף, אַ מנוּוול פֿון אַ גאָר נידעריקער מדרגה… נו, איצט איז קלאָר, אַז ער איז געקנאָטן טאַקע פֿון דעם ריכטיקן טייג. ס׳קומט אים צו כאַפּן אַ קויל אין קאָפּ. דאָס וואָלט נישט געווען קיין גרויסער פֿאַרלוסט פֿאַר דער מענטשהייט.
שלאָפֿנדיק מיט בעלאַן, האָט ער נישט געהאַט הנאה אין דער מאָס, ווי ער האָט געמיינט צו האָבן. דער מענטשלעכער מוח איז דער גרעסטער שאַרלאַטאַן, וואָס עס איז נאָר דאָ אויף דער וועלט! אויפֿן כינעזישן פּרעזערוואַטיוו איז געווען אַזאַ דינער שיכט פֿון אַ ווײַסן פּודער, מסתּמא „טאַלק‟ אָדער דער שוואַרצער יאָר ווייסט וואָס… די פּרעמיערע פֿון „דער אויפֿשטאַנד אין וואַרשעווער געטאָ‟ איז אַדורך בשלום, דאָס הייסט, קיין שום אומגליק איז בשעת-מעשׂה נישט געשען, דער עולם-גולם האָט אַפֿילו שטורמיש געפּאַטשט מיט די הענט.
ער האָט שוין געמיינט, אַז ס’איז שוין צײַט צו בענטשן „הגומל“, אָבער דעמאָלט האָט אים בעלאַ, אין אַ שיינעם טאָג, אָפּגעוואַרט אונטערן בנין, און געטענהט אַז זי איז מעוברת אין אַ גוטער און מזלדיקער שעם, הגם זי האָט נאָך אַלץ איר פּעריאָד. אַ פֿרוי טראָגט און באַקומט „די צײַט‟! ווער האָט געהערט פֿון אַזוינע זאַכן? ער האָט צו זיך געזאָגט, אַז די פֿרוי איז, נעבעך, אַראָפּ פֿון די שאַרנירן, טאַקע זיך אײַנגערעדט אַ קינד אין בויך. נאָר זי האָט אים נישט געלאָזט צורו. זי פֿלעגט אים אָפּוואַרטן לעבן הויז און כּסדר גערעדט וועגן איר טראָגן: זי איז תּמיד שטאַרק מיד, עס באַפֿאַלט זי אַ איבל אין דער פֿרי און אויף דער נאַכט, דאָס עסן קריכט איר אויף צוריק, ברענענישן פּײַניקן זי דורך די נעכט. זי האָט אים געשווענקט דעם מוח מיט אירע שטותים. לכתּחילה האָט ער אָנגענומען די גאַנצע זאַך ווי גלאַט אַ טרויעריקער פֿאַל, אָבער וואָכן זענען אַוועק און ס’האָט אין אים אָנגעהויבן גריזשען די מורא: אפֿשר איז זי פֿאָרט, ווי עס נישט איז, מעוברת געוואָרן פֿון אים? כאָטש זי האָט הייליק געשוווירן בײַ דעם ליכטיקן אָנדענק פֿון טאַטע-מאַמע, אַז איר „צײַט‟ איז נישט רעגלמעסיק און זי איז סײַ-ווי-סײַ אַן עקרה. סעם האָט געהאַט חשק זיך שלאָגן אין קאָפּ מיט די פֿויסטן: מע דאַרף נישט זײַן קיין גאָון צו פֿאַרשטיין, אַז אין דעם מאָמענט וואָס דו האָסט אַרויסגעלאָזט דײַנע זוימען אין דער וועלט אַרײַן, און זיי שווימען אַרום אינעם קערפּער פֿון דער פֿרוי אומגעשטערט, ביסטו אַ פֿאַרפֿאַלענער. ס’וועט דיר גאָרנישט העלפֿן.
דער טאַקסי האָט זיך שווערלעך געשלעפּט איבער אַ בריק, וואָס האָט זיך געצויגן איבער דעם איסט-ריווער; סעמס בליק האָט זיך אַראָפּגעגליטשט צו די גרוי-מעטאַלענע וואַסערן. ער האָט נישט געזען אַזאַ מיאוסן טײַך זינט ער לעבט, האָט אַ בליץ געטאָן אַ מחשבֿה… טאָמער ס’איז דאָ אַ גאָט, וואָס איז געווען דער שׂכל צו באַשאַפֿן אַזאַ מיאוסן טײַך? וואָס וואָלט דען דעם אייבערשטן אָפּגעקאָסט צו פֿאַרפֿלאַנצן עטלעכע ביימער בײַ די ברעגעס, אַבי אַ ביסל פֿאַרשענערן דעם אַרום? דער איינציקער תּירוץ איז סעמען אײַנגעפֿאַלן איז, אַז גאָט וויל, אַז זײַן וועלט זאָל זײַן אַ מיאוסע און אַן אָפּשטויסנדיקע. פֿאַרוואָס? גלאַט אַזוי!
די גאַסן פֿון מאַנהעטן האָבן זיך צוריקגעשאַרט דורך די שויבן: „מאַקדאָנאַלדס‟, פּיצע, אַ קיאָסק פֿאַרקויפֿט „קאָקאַ-קאָלאַ‟, צוקערלעך, ציגאַרעטן און קײַ-גומעס. מע דאַרף לחלוטין נישט קיין שוואַרצן מאַרק דאָ, אין ניו-יאָרק. די גאַנצע שטאָט איז איין גרויסער שוואַרצער מאַרק. פּלוצעם האָט ער אַ טראַכט געטאָן פֿון דאָריסן. וואָס וועט ער איר זאָגן? וועגן דער אַווענטורע מיט בעלאַן וועט ער, געוויס, נישט אַרויסרעדן קיין וואָרט. וואָס איז דער שׂכל? דאָס זענען, ממילא, מענטשן, וואָס געהערן צו אַן אַנדער וועלט, אַן אַנדער ווירקלעכקייט. אמת, זיי לעבן אין אים, שוין איין מאָל לעבן זיי, אָבער אַ חוץ אים? וואָס פֿאַר אַ שײַכות האָבן זיי צו דעם ניו-יאָרקער גערודער?
סעם האָט אַרויסגעשלעפּט די וואַליזע פֿונעם באַגאַזשניק, געשטאַנען אויפֿן טראָטואַר און געקוקט אויף „זײַן‟ בנין. ניו-יאָרק אַרום אים האָט גערודערט און געקאָכט. ער האָט דאָ קיינעם נישט אויסגעפֿעלט; קיין איינציקע נשמה האָט נאָך אים נישט געבענקט און נישט געוואַרט. דאָריס האָט וויכטיקערע דאגות איידער אַ מאַן, אַ לא-יוצלח, וואָס איז שטעקן געבליבן אין טשאַושעסקוס מלוכה פֿון יענער זײַט אײַזערנעם פֿאָרהאַנג. זי קען דאָך פּײַניקן די קעלנערס אין די קאַפֿעען, זאָרגן פֿאַר געזונטן עסן, מאַכן שפּאַצירן אין „סענטראַל פּאַרק‟. וואָס איז הײַנט אַ מאַן? וואָס איז הײַנט אַ מענטש? גאָרנישט מיט נישט…
דער דאָרמאַן איז צוגעקומען אים העלפֿן שלעפּן די וואַליזע. סעם האָט אים געזאָגט: „העי, איך בין סעם דריימאַן“. דער דאָרמאַן האָט אויפֿגעהויבן דעם קאָפּ צו אים, געטאָן אַ ברייטן שמייכל, פֿול מיט ווײַסע ציין און געזאָגט: „העי, האַוואַריוּ?“ נו, וואָס קאָן מען שוין ענטפֿערן אויף אַזאַ פֿראַגע, האָט סעם געטראַכט צו זיך. עס איז אוממעגלעך צו דערציילן וועגן עטלעכע יאָרן מיט עטלעכע ווערטער.
סעם האָט זיך אָפּגעשטעלט פֿאַר דער טיר פֿון זײַן דירה, אַראָפּגעשטעלט די וואַליזע לעבן זיך. ס’איז אים געווען פּריקרע אָנצוקוועטשן אויפֿן גלעקלקנעפּל בײַ דער טיר נאָך עטלעכע יאָר פֿאַרשווידן ווערן, נאָר ער האָט נישט געהאַט קיין ברירה.
ער האָט פֿאָרט אָנגעקוועטשט און קיין ענטפֿער איז נישט געקומען. וועגן דעם האָט ער נישט געטראַכט! ער האָט נאָך אַ מאָל אַ קוועטש געטאָן, און פֿון יענער זײַט טיר האָט זיך געהערט נאָר אַ שטילקייט. סעם האָט נישט געוווּסט, וואָס צו טאָן מיט זיך. נאָך אַ ווײַלע האָבן זיך דערהערט לאַנגזאַמע טריט און דאָס דרייען זיך פֿונעם שליסל אינעם שלאָס.
די טיר האָט זיך געעפֿנט און אַנטקעגן סעם איז געשטאַנען אַ פֿרעמדער מאַנסביל. סעם האָט כּמעט פֿאַרלוירן דאָס לשון. דער מאַנסביל איז געווען פֿרעמד, אָבער גלײַכצײַטיק באַקאַנט: ער האָט געהאַט אַ גלאַנציקן פּליך, אַרומגערינגלט פֿון ביידע זײַטן מיט אַ גרוילעכן פּאַס האָר, ברוינע אויגן, פֿון וועלכע ס’האָט אַרויסגעקוקט אַ מאָדנע שטילקייט פֿון אַ דרעסירטער חיה. זײַן נאָז איז געווען קרום ווי דער שנאָבל פֿון אַ גרויסן פֿויגל, דאָס פּנים — אַ קײַלעכדיקס. ער האָט געטראָגן אַ פּאָלאָ-העמד, זײַן קײַלעכדיקער בויך האָט זיך אַראָפּגעגליטשט איבערן לעדערנעם רימען און געבליבן הענגען אין דער לופֿטן איבער אַ פּאָר מיאוסע כאַקי-הויזן.
אין סעמס האַרצן איז נישט געווען קיין שום ספֿק: דאָס איז געווען די קלאַסישע „דאָריס-מאָדע“, אַזוי קליידט דאָריס „אירע‟ מינער — אַ טיפּישער אַמעריקאַנער געמאַקלאַזקייט. אין דער אמתן האָט דער מאַנסביל זייער געסאַמעוועט אין אים. ער איז געווען שוין מער סעם דריימאַן ווי סעם אַליין. עמעצער האָט געלאַכט פֿון אים: עס ווײַזט זיך אַרויס, אַז דאָריס האָט געהאַט אַ שלעכטן געשמאַק סײַ אין קליידער, סײַ אין מענטשן.
דאָריסעס קול האָט זיך דערהערט פֿון איינעם פֿון די צימערן, עטוואָס געדעמפֿט: „פֿיל! ווער איז דאָרט בײַ דער טיר?“
סעם האָט געענטפֿערט: „אַנטשולדיקט, דאָס איז געווען אַ טעות אינעם אַדרעס. עס טוט מיר לײד!“ — און ער האָט זיך אויסגעדרייט צוריק צום עלעווייטאָר.
סוף