מיכאל ליינוואַנד
אין ישׂראלדיקן פֿרילינג
אין ישׂראלדיקן פֿרילינג
כ׳בין פֿאַרליבט ווי אין אַ פֿרוי,
מיט פֿאַרנאַכטן מיט די קילע,
כאָטש עס איז דער הימל גרוי,
מיט די נעפּלען פֿון באַגינען
ווען מען זעט אַ פֿינגער בלויז,
מיט מטורפֿע כאַמסינען,
כאָטש ביז מײַטקעס טו דיך אויס;
מיטן בליִענדיקן צפֿון
וווּ דו פֿילסט זיך מעשׂה פּאַן,
מיט די גילדענע אין־סופֿן
אויף די הייכן פֿון גולן,
מיט די פֿייגלעך אייסעך־ווייסעך,
מיט געזאַנג, וואָס פֿול מיט מוט,
מיטן פּורים, מיטן פּסח,
מיטן יום־העצמאותּ,
מיט די פֿעלדער, מיט די רוימען,
מיטן פּוץ און מיטן שמוץ,
מיט די האָפֿ׳נונגען און טרוימען.
מיט די אויסזיכטן אויף גוטס.
ס׳מאַכט די הייסע זון אונדז פּילינג,
טרינקען קען מען טיי מיט טוי.
אין ישׂראלדיקן פֿרילינג
כ׳בין פֿאַרליבט, ווי אין אַ פֿרוי.
זײַן וואָלט איך געוואָלט וואָס אין דער קאָרט,
אַז באַרימט זײַן כ׳זאָל מיט שלעכטע טאַטן,
ברענגען פֿאַרן מויל אַ מיאוס וואָרט,
מ׳זאָל אַרויסרופֿן אין שול מײַן טאַטן.
קריגן שלעכטע צייכנס אָן אַ צאָל,
יעדן טאָג די לעקציִעס פֿאַרזאַמען,
די דערציִערין פֿון קלאַס עס זאָל
שיקן, כאָטש אַ בריוועלע דער מאַמען.
נאָר געווען בין איך אַ וווילער יאַט,
און מיט מיר מ׳האָט ניט געדאַרפֿט זיך שעמען.
גוטע עלטערן האָב איך געהאַט,
נאָר זיך ווענדן ז׳שוין נישטאָ צו וועמען.
לאַנג ווי די מגילה
גייט דער טאָג צו נעילה.
די לבֿנה לײַכט,
דאָס געמיט איז לײַכט.
שטערנדלעך אין הימל
וואַכן אויף פֿון דרימל,
דיאַמאַנטן קלאָרע
בלישטשען קיין עין־הרע.
הייבסט אַרויף דעם קאָפּ —
אַ קאַליידאָסקאָפּ
אין היכלות דרייט זיך,
מיטן ערדפֿלאַך רייצט זיך.
גרעזעלעך נישקשה
רעדן אויף שטום־לשון,
פּוסט ווי די חלומות,
הערן מ׳הערט קוים־קוים עס.
כ׳האַלט די אויגן אָפֿן,
ס׳איז אַ זינד צו שלאָפֿן.
ריין ז׳מײַן בליק און זויבער,
ער זאַפּט אײַן דעם צויבער.
ס׳ווינטל ז׳אויך אַ מיטגליד,
ס׳מורמלט שטיל אַ וויגליד:
„לולינקע, דו נאַכט,
פֿון קיין שלעכטס ניט טראַכט,
מאָרגן ט׳ווערן הײַנט,
ס׳וועט ניט זײַן קיין פֿײַנט,
סוף צו די מלחמות.‟
יונגינקע נשמות
ליבלעך, טרײַ און ווייך
לײַכטן פֿון דער הייך.
ווער קען זיי פֿאַרווערן
ווערן קלאָרע שטערן.
נו, שלום־עליכם דיר פֿעטערל האַרבסט!
די בלעטער אין געלע קאָלירן דו פֿאַרבסט,
די גרויע פֿרימאָרגנס באַוואַשסטו מיט טויען,
דאָס וועלטל מבֿרך ביסטו מעשׂה־כּהן.
די גראָזן און ביימער אויף וועגן און שטעגן,
זיי זײַנען שוין גרייט אויפֿן האַרבסטיקן רעגן.
די האַרבסטיקע זון איז אַ בראָך, ניט קיין ברכה.
האָסט איבערגענומען די מאַכט, די השגחה,
ס׳איז צײַטווײַליק אָבער דײַן הערשאַפֿט ר׳ אָסען,
די כּלהניו־צײַט בײַט שוין ווידער איר חתן,
די ביימער מיט צווײַגן־די ווײַזפֿינגער טײַטן:
„זעט, קינדער, דער ווינטער שוין ווינקט פֿון דער ווײַטן.‟
פֿאָלקסטימלעך
דאָס טעלערל פֿון הימל כ׳וועל דיר ברענגען,
כ׳וועל אָנמעלקן דיר פֿויגלמילך אַ פֿאַס,
און אויף דײַן ווײַסן האַלדז וועל איך זיך הענגען,
זיך בעטן זאָלסט אויף מיר ניט זײַן אין כּעס.
און אויב דו ווילסט כ׳וועל קויפֿן הייסע בייגל
און דיר טראַקטירעווען מיט שאָקאָלאַד.
צי האָב איך דען געזינדיקט חוטא־בייגל,
וואָס דו פֿאַרטרײַבסט מיך אַזש קיין קרית־גתּ.
די צײַט וועט קומען סט׳זײַן אַן אַלטע באָבע,
וועסט זיך אַרומדרייען ווי אין אַ הינערפּלעט,
חרטה וועסטו האָבן, מײַן „זאַזנאָבע‟,
וואָס אויף מײַן יאָ האָסטו געענטפֿערט „ניעט‟!
איינס און צוויי, און דרײַ, און פֿיר,
כ׳האָב געטרונקען ווײַן מיט ביר.
פֿינף און זעקס, און זיבן, אַכט,
כ׳האָב אַ מעשׂה אויסגעטראַכט.
נײַן און צען, און עלף מיט צוועלף,
ס׳האָט אַ מאָל געלעבט אַן עלף[1].
דרײַצן, פֿערצן, פֿופֿצן, זעכצן,
האָט ער ליב געהאַט צו קרעכצן.
זיב׳צן, אַכצן, נײַנצן, צוואַנציק,
ס׳איז געווען זײַן קרעכצן גלאַנציק.
זיבן, זעקס און פֿינף מיט פֿיר,
ר׳האָט געטענהט: „וויי איז מיר!
אַכצן־דרײַצן כ׳האַלט אין זינען,
כ׳וויל אַן עלפֿיכע געפֿינען.
צען מאָל נײַן און אַכט מאָל זיבן,
זי זאָל צערטלען מיך און ליבן.
דרײַ און צוואַנציק, צוויי און דרײַסיק,
זי זאָל קאָכן, ראַמען פֿלײַסיק.
נײַנצן, אַכצן, זיב׳צן, זעכצן,
און זי זאָל מיר העלפֿן קרעכצן.‟
[1]עלף — אַ פֿאַנטאַסטישע סאַשעפֿעניש
דער מילנער מאָלט אַ וועלט מיט מעל,
דער מאָלער מאָלט די וועלט אין געל,
און איך מײַן מוח נעבעך דריי,
איך זיץ און מאָל מיר צוויי מאָל צוויי.
איך מאָל איין מאָל און נאָך אַ מאָל,
און דאָך עס האַלט מײַן חשבון שמאָל.
איך צייל בײַ טאָג, איך צייל בײַ נאַכט,
נאָר דאָ ווערט דרײַ און דאָ ווערט אַכט.
נו מילא, ס׳גייט מיר ניט אין לעבן
דעם דין־וחשבון אָפּצוגעבן.
סתּם כ׳האָב געחשבונט און געמאָלט,
סײַ ווי כ׳האָב רבי־געלט באַצאָלט.
דער פּעסימיסט מיטן אָפּטימיסט
האָבן בשותּפֿות אַרײַנגעשטעלט אין ליסט
זייערע דעות מיט די ויכּוחים.
וווּ איז דער אמת? מהיכא־תּיתי זוך אים.
דער פּעסימיסט
מיט טרערן גיסט:
וואָס מאַכט אַ ייִד?
ווי אַ דאָרן בליט.
וואָס מאַכט אַ ייִדענע?
העוויות פֿאַרשידענע.
וואָס ייִדיש מאַכט?
עס ווערט פֿאַרשמאַכט.
און די ייִדישיסטן?
האָבן אַ קיום אַ וויסטן.
וואָס איז די מניעה?
מען זוכט אַ מציאה.
דער אָפּטימיסט
פֿאַר נחת ניסט:
דער ייִד איז קלוג
און שטאַרק אין פֿלוג.
די ייִדענע ז’יונג
און פֿול מיט שוווּנג.
דאָס ייִדיש לעבט,
אין מוחות שוועבט.
און דער ייִדישיסט
ווי אַ בעזעם שיסט.
וואָס ז’דער פּועל־יוצא?
מען מאַכט אַ מוציא. .
היי, בני־אָדם, בשׂר־דם:
חכם, תּם און מטומטם,
כ׳האָב פֿאַר אײַך אַ שיינע מעשׂה,
כאָטש די מעשׂה ז׳להד״ם[2].
אין אַ הײַזקעלע בײַם ים
איז אַ גרויסער טאַראַראַם,
אורחים האָבן זיך פֿאַרזאַמלט,
יעדער איינער לויט זײַן שטאַם.
נאָך דעם מאָלצײַט צווישן געסט
איז געוואָרן אַ פֿאַרמעסט:
ווער עס עסט אַ צוקערלעקעך,
ווער אַ האָניקלעקעך עסט.
ווער אַ גראַם, ווער הונדערט גראַם,
ווער אַ גאַנצן קילאָגראַם.
ס׳וואָלט געוואָרן אַ גערודער,
נאָר די מעשׂה ז׳להד״ם.
מיסטער, מיסיס, מסיע, מאַדאַם,
יעדער איינער לויט זײַן טעם:
ווער ט׳ליב מפֿטיר, ווער אַ שיקסע,
און ס׳איז ממש להד״ם.
נאַ דיר, נעם דיר! שטראַם און גראַם!
און מע רײַסט דעם גאָרגל סתּם —
ניט געשטויגן, ניט געפֿלויגן,
ס׳איז די מעשׂה להד”ם.
[2]להד״ם (ר״תּ): לא היו דבֿרים מעולם — אַזוינס איז נאָך קיין מאָל ניט געווען, אויסגעטראַכטע מעשׂה
ווערטלעך פֿליִען, ווערטלעך זשומען,
פֿון פֿאָלקס־מויל אַרויסגענומען.
פֿון קוצעניו־מוצעניו ביז קידער־ווידער
נאָך נעכטן געקושט זיך און הײַנט שוין אויס ברידער.
מען איז ניט געפֿלויגן און אויך ניט געשטיגן,
געגאַפֿט אויף דער וועלט און געקײַט און געשפּיגן.
אַ דאגה, דעם העלפֿאַנד — מע נעמט אין באַלעט ניט.
עס ווערט אַ גראַם־שטראַם און מע מאַכט זיך אַ לעטניק[3].
דער האָן מיט דעם פֿיש ווערן גרויסע חזנים,
צו זינגען און זאָגן זיי זײַנען בעלנים.
נו מילא, צו זינגען, נאָר אָבער פֿון זאָגן
מע קאָן דאָך חלילה אַרײַן אינעם טראָגן.
די משׂא איז שווער און דאָס אַחדות איז זעלטן
,
מע וויל לערנען בולק, אוי וויי, מיטן וועלטל.
עס שפּינט זיך דער פֿאָדעם און ס׳הייבט זיך אָן ווידער
פֿון קוצעניו־מוצעניו ווערט קידער־ווידער.
[3]לעטניק — אַ זומערמאַנטל
כאָטש די אַלאַרמען ווויען
לאָמיר רעדן וועגן פֿרויען.
אָן שום תּירוץ, אָן שום סיבה
לאָמיר רעדן וועגן ליבע.
אָן שום סיבה, אָן שום תּירוץ
לאָמיר רעדן וועגן ארץ.
דער אַרום זאָל ווערן לינדער
לאָמיר רעדן וועגן קינדער,
וועגן קיכעלעך מיט קימל,
פֿרילינגדיקן ריינעם הימל,
וועגן יום־טובֿדיקע קליידער,
וועגן פּסחדיקן סדר,
וועגן רחבֿותדיקע וועגן…
לאָמיר רעדן וועג, וועגן…
„לאָמיר רעדן, — זאָגט די באָבע, —
רעדן איז בײַ אונדז אַ האָבי.‟
ס׳ניט קיין תּירוץ, ניט קיין סיבה,
ניט צו שרײַבן וועגן ליבע.
נאָר פֿאַרקאָכט איז יעדער איינער
מיטן האַרץ און לײַב־און־ביינער
נ׳עפּעס אַנדערס און באַזונדערס,
און ס׳איז טאַקע ניט קיין וווּנדער.
ווער די רביצין, ווער מפֿטיר,
ווער געוויקסן, ווער די ביקסן,
ווער דאָס ווײַב און ווער אַ שיקסע,
ווער געפֿילטע פֿיש, ווער באַכן,
ווער די אַלע זיבן זאַכן.
מײַנע הערן, מײַנע דאַמען,
כ׳בין פֿאַרליבן אין בערג און ימען,
אין מידבריות און טאָלן,
אין די געסעלעך די שמאָלע,
אין די ביימער, אין די בלומען,
אין די ריטשקעלעך וואָס זשומען,
אינעם ריינעם בלויען הימל,
אין דער פֿאָן און אין דעם הימן,
אין דער הייליקער עבֿודה,
אין דער שטאָלצער עיר־הקודש,
אין דער תּל־אָבֿיבֿ וואָס רודערט,
אין שומרון און אין יהודה.
מיטן האַרץ און דער נשמה
כ׳ליב גליל מיט זײַנע כּרמים.
כ׳ליב דעם רויטן אַנעמאָן,
און די שנייען פֿון חרמון,
כ׳ליב די היצן און דעם רעגן,
ירדן־טײַך מיט ביידע ברעגן.
כ׳ליב דאָס לאַנד פֿון עם־קשה־עורף[4],
וווּ ס׳איז יעדערער אַ קרובֿ.
כאָטש אַפֿט מאָל ז׳דער קרובֿ טועה,
ביסט מײַן לאַנד עולם־ומלואו[5]
מיט מײַן שעפֿערישער לירע
כ׳זינג, אַרצי, דיר שיר־השירים.
[4]עם־קשה־עורף — אײַנגעשפּאַרט פֿאָלק
[5]עולם־ומלואו — די וועלט און אַלץ אין איר
מיט מײַן שעפֿערישער לירע
כ׳זינג, אַרצי, דיר שיר־השירים.
[4]עם־קשה־עורף — אײַנגעשפּאַרט פֿאָלק
[5]עולם־ומלואו — די וועלט און אַלץ אין איר