שמואל אָרטענבערג
נײַע סבֿיבֿה — נײַע מענטשן
דאָס לעבן איז אַוועק מיט זײַן נאָרמאַלן וועג, עס האָבן אױפֿגעלעבט צוריק פֿאַרשײדנאַרטיקע קולטור־ און בילדונגס־אינסטיטוציעס. איך בין דאַן אָנגענומען געוואָרן אױף אַרבעט ווי אַ סעקרעטאַר אין דער װיניצער אָפּטײלונג פֿון „קולטור־ליגע‟. דאָס איז געװען אַ באַװוּסטע ייִדישע קולטור־אינסטיטוציע, װאָס איז אױסגעװאַקסן אין אָנהײב פֿון דער רעװאָלוציע־צײַט אין קיִעװ און געהאַט אָפּטײלונגען אין די גרױסע שטעט. זי האָט געפֿירט קולטור־אַרבעט אין ייִדיש. שפּעטער, װען די געהעריקע סאָװעטישע אָרגאַנען האָבן איבערגענומען צו זיך אין גאַנצן די אָנפֿירונג מיט דער קולטור־אַרבעט, איז די „קולטור־ליגע‟ פֿאַרבליבן אױף אַ לענגערער צײַט בלױז װי אַ פֿאַרלאַג פֿון ייִדישן בוך.
דאָ אין דער װיניצער אָפּטײלונג פֿון דער „קולטור־ליגע‟ האָב איך זיך צוזאַמענגעטראָפֿן מיט די בעסטע פֿאָרשטײערס פֿון דער ייִדישער דעמאָקראַטיש־ און סאָציאַליסטיש־געשטימטער אינטעליגענץ. זײ האָבן געשטאַמט פֿון פֿאַרשײדענע סאָציאַליסטישע פּאַרטײען און זײַנען אין יענער צײַט געװען, װי מען האָט עס דאַן באַצײכנט, מיטלױפֿער אױף דעם נײַעם װעג נאָך דער אָקטאָבער־רעװאָלוציע. די סבֿיבֿה איז פֿאַר מיר געװען אַ ביז גאָר אינטערעסאַנטע. דאָס זײַנען געװען מענטשן, פֿיל עלטער פֿאַר מיר מיט אַ גרױסער קולטור־פּאָליטישער־ און לעבנס־דערפֿאַרונג און איך האָב זיך מיט פֿרײד אָנגעשלאָסן אין זײער טעטיקײט.
באַזונדערס װיל זיך דערמאָנען דעם נאָמען פֿון חיים (יעפֿים) ראַדביל, מיט װעלכן איך האָב אױך שפּעטער פֿיל יאָרן מיטגעאַרבעט אין געזעלשאַפֿטלעכע אָרגאַניזאַציעס. דאָס איז געװען אַ העכסט אינטעליגענטער מענטש, אַ יוריסט לױטן פֿאַך; ער האָט געקראָגן זײַן יורידישע בילדונג נאָך ביז דער רעוואָלוציע און געהאַט אַ גוטע רעפּוטאַציע און אַױטאָריטעט אין זײַן פֿאַך, אַ מענטש מיט ברײטע ליטעראַרישע אינטערעסן. ער האָט אױך געאַרבעט אין יענער צײַט אויף דער טעמע: „די ייִדן־געשטאַלט אין דער קלאַסישער רוסישער ליטעראַטור‟. ער איז געװען באַהאַװנט אין אַ געוויסער מאָס אױך אין דער ייִדישער ליטעראַטור, געהאַט גרױס אינטערעס און ליבע צו ייִדישער קונסט און מוזיק, אַ מענטש מיט אַ ראַפֿינירטן קינסטלערישן געשמאַק.

דערצו איז ראַדביל געװען אַ הומאַניסט פֿול מיט ליבע צו די לײַדנדיקע און אָרעמע מענטשן. ער איז געװען פֿון די אָנגעזעענסטע צװישן דער ייִדישער אינטעליגענץ אין װיניצע, און מײַן באַקאַנטשאַפֿט מיט אים האָט געלאָזט אין זכּרון זײער אַ פֿײַנעם און גוטן אײַנדרוק. די „קולטור־ליגע‟ האָט דעמאָלט אָרגאַניזירט צוזאַמענטרעפֿן, ליטעראַרישע אָװנטן, לעקציעס און אַנדערע קולטור־אונטערנעמונגען, פֿאַרשפּרײט דאָס ייִדישע בוך, װאָס פֿלעגט זיך באַװײַזן אין יענער צײַט, די דאָזיקע אַרבעט און די חבֿרה איז מיר שטאַרק געװען צום האַרצן, אָבער די טעטיקײט פֿון „קולטור־ליגע‟ האָט ניט לאַנג געדױערט, מיט דער צײַט זײַנען די קולטור־פֿונקציעס אַריבערגעגאַנגען צו די געהעריקע מלוכישע אָרגאַנען.
אָנהייב יאָר 1921 בין איך אָנגעקומען אױף אַרבעט אין דעם גובערנער סטאַטיסטישן ביוראָ („גובסטאַטביוראָ‟) פֿון פּאָדאָליע. צו ערשט, האָב איך זיך באַטײליקט אין דער באַפֿעלקערונג־ציילונג, װאָס איז דאַן צום ערשטן מאָל פֿאָרגעקומען נאָך דער רעװאָלוציע, און דערנאָך שױן פֿאַרבליבן אױף אַ שטענדיקער אַרבעטן ווי אַ סטאַטיסטיקער. דאָס האָט זיך פֿאַר מיר גערעכנט װי אַ קרײַז פֿון אַ נײַער מענטשן־סבֿיבֿה, אַ נײַער, אַ רוסישער און זײער אַן אינטערעסאַנטער. אין דער סטאַטיסטישער פֿאַרװאַלטונג האָבן דאַן מיטגעאַרבעט העכער הונדערט מיטאַרבעטער; דאָס זײַנען געװען מערסטנס טײל, אָדער אַמאָליקע רוסישע באַאַמטע פֿון געהעריקן אַמט, אָדער סטודענטן, װאָס האָבן אין די יאָרן פֿון רעװאָלוציע ניט באַװיזן צו פֿאַרענדיקן זײער שטודיום. זײ האָבן נאָך אַפֿילו געטראָגן זײערע סטודענטישע היטלען מיט צײכנס. אַן אינטעליגענטע רוסישע סבֿיבֿה פֿון ספּעציאַליסטן, עקאָנאָמיסטן, סטאַטיסטיקער, אינזשענירן.
עס איז אָפֿט אַרײַנגעקומען צו אונדז אין „גובסטאַטביוראָ‟ אַן אָנגעזעענער ספּעציאַליסט פֿון עקאָנאָמיש־סטאַטיסטישע װיסנשאַפֿטן, אַן אַלטער רוסישער געלערנטער־סטאַטיסטיקער פֿון דער אַמאָליקער רוסישער סטאַטיסטישער טשופּראָװ־שול. זײַן נאָמען איז אַרױס פֿון זכּרון, אָבער איך געדענק גוט דעם אַלטן מאַן, אַן אײדעלער, אַ לעבעדיקער, אַ שמײכלענדיקער אין אַ שװאַרצער שליאַפּע, אין טונקעלע ברילן. ער האָט געלײענט פֿאַר אונדז, יונגע מיטאַרבעטער, אַ קורס לעקציעס איבער די יסודות פֿון דער סטאַטיסטישער װיסנשאַפֿט, געלײענט האָט ער לעבעדיק מיט הומאָר, זאַך־קענטעניש און ברײטער ערודיציע. מיר האָבן פֿון אים געלערנט אַ היפּש ביסל װיסן אין די פֿאַרפּלאַנירטע פֿראַגעס פֿון דער סטאַטיסטיק־טעאָריע. מיר האָבן דערװאָרבן אױף דער אַרבעט די נײטיקע פּראַקטישע געװױנהײטן אין געביט פֿון סטאַטיסטיק. איך האָב געאַרבעט אין דער אָפּטײלונג פֿאַר אַרבעט־סטאַטיסטיק.
געװען זײַנען יענער צײַט די שטאַטן אין די אַנשטאַלטן און אונטערנעמונגען גרױסע פֿאַרברײטערטע און צעװאַקסענע און געװאַקסן זײַנען זײ פֿון טאָג צו טאָג. דאָס לאַנד איז נאָך געװען רויִנירט פֿון מלחמה און בירגער־קריג, געלעבט האָבן מענטשן אַ האַלב־הונגעריק לעבן, פֿיל מיט מאַנגל און נױט, אָבער אױף די גראָבע פּאַפּירן אין די פֿילצאָליקע אַנשטאַלטן זײַנען שױן צונױפֿגעשטעלט געװאָרן אָנציִענדיקע און מערקװערדיקע פּלענער מיט די געהעריקע צײכענונגען און געמעלן, דיאַגראַמען און קאַרטאָגראַמען, סכעמעס, שאַצונגס־ציפֿערן און אױסרעכענונגען, פּינקטלעך און זאָרגעװדיק צעשטעלט אין די גלײַך־צעװירעטע קעסטלעך אין גראַפֿעס פֿון די גרױסע פּאַפּירבױגנס.
די שעפֿערישע פֿאַנטאַזיע פֿון די מענטשן, דערװעקט דורך דעם רעװאָלוציע־גײַסט, האָט באַװיזן װוּנדער: מיט צױבער־שנעלקײט זײַנען אױף די פּאַפּירן געװאַקסן קולטור־פּאַלאַצן, הױכע מױערן און גרױסע פֿאַבריקן, פּראַכטפֿולע קינדער־שטעטלעך און יוגנט־הײַזער. איך זעלבסט בין אַרומגעגאַנגען, געדענקט זיך, איבער די פֿילצאָליקע אַנשטאַלטן מיט מײַן דיקן פּאַפּירענעם פּאָרטפֿעל, געפֿירט דעם דיסקאָנט און די צײלונג פֿון די מענגעס אָנגעשטעלטע און מיטאַרבעטער אין די פֿאַרשײדנאַרטיקע סעקציעס און אָפּטײלונגען, קאָמיטעטן און קאַבינעטן. איך האָב געקוקט און שטודירט מיט באַװוּנדערונג די פֿילאַרטיקע, פֿילגראַניקע אױסגעהאַנגענע דיאַגראַמען און קאַרטאָגראַמען און בין אױך פֿאַרכאַפּט און באַצױבערט געװאָרן פֿון די גראַנדיעזע און גיגאַנטישע פּלענער, אױסזיכטן און פּערספּעקטיװן, װאָס האָבן אַזױ שײן, קלאָר און דײַטלעך זיך אָפּגעשפּיגלט און אָפּגעלײגט אױף דעם ניט שטאַרק שײנעם, ביליקן פּאַפּיר פֿון יענער שײנער טרױמערישער, ענטוזיאַסטישער צײַט מיט איר באַפֿליגלטן, ראָמאַנטישן שװוּנג אין דער צוקונפֿט, מיט אירע גרױסע האָפֿענונגען און דערװאַרטונגען. עס האָט זיך געלאָזט פֿילן, אַז עס האָט זיך אַ װאַקל געטאָן די אַלטע װעלט און זיך געלאָזט אױף נײַע װוּנדערלעכע װעגן און שטעגן…
אין „גובסטאַטביוראָ‟ האָב איך זיך צוזאַמענגעטראָפֿן מיטן דאָקטאָר זינאָװי קרופּיצקי. ס’איז כּדאַי װעגן אים דערמאָנען מיט אַ פּאָר װערטער. אַ מאָדנעם טראַגיקאָמישן אײַנדרוק האָט דאַמאָלסט געמאַכט אױף מיר דער געװעזענער װיניצער קאַזיאָנער רבֿ, דר. זינאָװי קרופּיצקי. זײַן אױסערלעכער אױסזען: אַ הױכער, אַ ברײטער, פֿולבלעכער מיט אַ ביסל אַ פֿאַרשלאָפֿענעם פּנים, אָבער אַ הױכן שטערן, אַ פֿולקום געגאָלטער, מיט גאָלדענע ברילן אױף דער גראָבער נאָז, אַ מענטש שױן אין די יאָרן, װינטער אין אַן אַלטמאָדישן פֿוטערנעם שטרײַמל מיט אַ לאַנגן פֿוטערנעם טולופּ. דערצו האָט ער געהונקען אױף אײן פֿוס, אָנגעשפּאַרט אױף אַ גרױסן שטעקן און גערעדט דורך דער נאָז. גיכער איז ער געװען ענלעך אױף אַ פּױלישן קסיאָנדז, אָבער געװען איז ער אַלע יאָרן אַן אמתער ייִדישער קאַזיאָנער רבֿ; אַ געבילדעטער מענטש, אַ דאָקטאָר פֿון פֿילאָסאָפֿיע. זײַנע װאָגיקע װיסנשאַפֿטלעכע אַרטיקלען האָבן זיך געדרוקט אַמאָל אין דער באַװוּסטער רוסישער Еврейская Энциклопедия [„ייִדישע ענציקלאָפּעדיע‟] איבער רעליגיעזע און געשיכטלעכע פֿראַגעס פֿון ייִדישער געשיכטע אין אַלטערטום.
די יאָרן פֿון רעװאָלוציע האָבן װינציק װאָס געענדערט זײַן אױסערלעכן אױסזען, װי אױך זײַן גײַסטיקן געדאַנקען־גאַנג, ער האָט נאָך אַלץ געלעבט אין דער װעלט פֿון ייִדישן אַלטערטום. אין דעם איבערגאַנג־פּעריאָד האָט ער זײַנע אַלטע בירגערלעכע קאַזיאָנע פֿונקציעס, נאַטירלעך, פֿאַרלױרן: מיט חתונות, גטן, געריכטן האָט מען זיך שױן צו אים ניט געװענדט, דערפֿאַר פֿלעגט ער אָפֿט אַרױסטרעטן מיט דרשות אין דער שיל פֿאַר עלטערע ייִדן. אַפֿילו נאָך אין 1920טן יאָר בין איך אױס נײַגעריקײט בײַגעװען אױף אײנער פֿון זײַנע דרשות אין שיל װעגן לעבן פֿון די אוראַלטע ייִדן. אַ ביסל מאָדנע און ניט צײַטמעסיק האָט געקלונגען זײַן רעדע אין אַ געמישטער דײַטשמעריש־רוסישער שפּראַך („די אוראַלטע איזראַעליטן האָבן געלעבט װי ראָדאָװאָם ביטו און מאָזעס האָט געפּרעדיקט מאָנאָטעיִזם‟…) אין די דאָזיקע רעװאָלוציע־יאָרן. שפּעטער האָט ער אָנגשריבן אַ גרױסע אַרבעט, אַ װערק אױף רוסיש אונטערן קעפּל „משהס געזעצגעבונג און דער קאָמוניזם‟ און האָט עס געטראָגן צו פֿאַראַנטװאָטלעכע קאָמוניסטישע טוער זיי זאָלן עס אָפּשאַצן. פֿאַרשטענדלעך, אָן שום דערפֿאָלג. אונדז, דער יוגנט, האָט די צוזאַמענשטעלונג פֿון „מאָזעסעס גלױבן‟ מיטן קאָמוניזם אױסגעזען אַזױ אַרכאַיִש און אָפּגעלעבט, אַז מיר האָבן שקאָציש איראָניש געמאָלדן ערגעץ אין אַ װאַנט־צײַטונג, אַז „דער באַרימטער פֿילאָסאָפֿיע־דאָקטאָר קרופּיצקי שרײַבט אַ שפּאָגל נײַע אָפּהאַנדלונג אין רוסיש: „דער חסידיזם און די פֿערדאַרמײ פֿון חבֿר בודיאָני‟…
ענדלעך, איז ער אָנגעקומען אױף אַ שטעלע אין אַ סאָװעטישן אַנשטאַלט. װען איך בין אָנגעקומען אַרבעטן אין „גובסטאַטביוראָ‟ אין 1921, האָב איך שױן דאָרט געטראָפֿן זיצן אין אַ ווינקל בײַ אײנעם פֿון די פֿילצאָליקע טישן דאָקטאָר קרופּיצקין, אײַנגעגריבלט אין די פּאַפּירן, און בײַ דער זײַט איז געשטאַנען זײַן גראָבער געצאַצקעטער שטעקן. די שטעלע האָט אים, װײַזט אױס, געגעבן מעגלעכקײט זיך צוצופּאַסן צו דער נײַער װירקלעכקײט און געפֿינען עפּעס אַן אַרבעט און דערצו האָט עס געגעבן אַ פּראָדוקטן־ברױט־קאַרטל פֿון אַן אָנגעשטעלטן.
אַן אומאָנגענעמען עפּיזאָד האָט דער דאָקטאָר קרופּיצקי איבעגעלעבט אינעם אַנשטאַלט בעת די װאַלן אין ראַט. דאַן זײַנען די װאַלן פֿאָרגעקומען אָפֿן אין די פֿאַבריקן אױף די אַלגעמײנע פֿאַרזאַמלונגען. די פֿאַרזאַמלונג אין „גובסטאַטביוראָ‟ האָט גראָד דורכגעפֿירט דער פֿאָרזיצער פֿון רעװקאָם חבֿר טשײַקאַ. עפֿענענדיק די פֿאַרזאַמלונג, האָט ער געמאָלדן אָפֿן און שטרענג אָן דיפּלאָמאַטישע גענג, אַז ס’איז פֿאַראַן אַ בירגער, אַ געװעזענער דינער פֿון רעליגיעזן קולט, קרופּיצקי, װאָס האָט ניט לױט דער אָנגענומענער קאָנסטיטוציע קײן װאַלרעכט, דעריבער, לײגט ער אים פֿאָר פֿאַרלאָזן דעם זאַל. צוהינקענדיק, האָט דער דאָקטאָר קרופּיצקי זיך דורכגעשלײַכט דורכן זאַל און אַרױסגעגאַנגען באַטריבט און געבױגן דעם קאָפּ, אַרױסרופֿנדיק בײַ פֿיל פֿאַרזאַמלטע, װאָס האָבן אים גוט געקענט, טיפֿן מיטלײַד. אין אַ צײַט אַרום האָט קרופּיצקי דעם אַנשטאַלט פֿאַרלאָזט.
אין יאָר 1922 האָב איך אים װידער באַגעגנט בײַ אַנדערע אומשטאַנדן. עס איז אין שטאָטישן טעאַטער אָרגאַניזירט געװאָרן אַ גרױסער אַנטירעליגיעזער דיספּוט. דער טעאַטער איז געװען איבערגעפֿולט, אַ באַדײַטנדיקער טײל פֿון די אָנװעזנדיקע זײַנען געװען רױטאַרמײער פֿון פֿאַרשײדענע אַרמײ־טײלן. אַרױסגעטראָטן איז מיט אַ ברײטן און רײַכן רעפֿעראַט אַ מיליטער־מאַן, אַן אָנגעזעענער פּאָליט־טוער פֿון דער אַרמײ. ער האָט גערעדט, צו ערשט, װעגן די װיסנשאַפֿטלעכע יסודות פֿון אונדזער װעלט־אָנשױונג און דערנאָך אַנטבלױזט און דעמאַסקירט פֿאַרשײדענע מיטאָסן און לעגענדעס, באַזונדערס פֿון דער ביבל. די רױט־אַרמײער האָבן געהאַט גרױס פֿאַרגעניגן און הילכיק געלאַכט. דערנאָך איז געמאָלדן געװאָרן, אַז, װער עס װיל, קאָן דיספּוטירן. קײן בעלנים האָבן זיך ניט געפֿונען, נאָר װי װוּנדערלעך איז געװען, װען פּלוצעם האָט דער הינקענדיקער דאָקטאָר קרופּיצקי, אָנגעשפּאַרט אױף זײַן גראָבן שטעקן, אָנגעהױבן זיך דערנענטערן צו דער טריבונע, גענומען אַ װאָרט, און דרײסט און מוטיק אָפּגעהאַלטן אַ רעדע, פֿאַרשטײט זיך, אױף רוסיש. ער האָט, צו ערשט, געלױבט דעם פֿאָרטרעגער פֿאַר דעם ערשטן װיסנשאַפֿטלעכן טײל, דערנאָך אים געטאַדלט איראָניש און בײז פֿאַר זײַן אַרױסטרעטונג קעגן דער ביבל, און גערעדט װעגן דעם שײנעם און עטישן אינהאַלט פֿון דער ביבל.
גערעדט האָט ער לאַנג, די רױט־אַרמײער זײַנען מיד געװאָרן צו הערן, קײן גרױסן דערפֿאָלג האָט ער מיט זײַן רעדע ניט געהאַט, אָבער אים האָט געהאָלפֿן אַ צופֿאַל: נאָך אים איז אַרױסגעטראָטן אַ יונגער קאָמוניסט, אַ געקומענער, דוכט זיך, פֿון פּױלן, אַ ייִדישער יונג, חבֿר יאַבלאָטשקאָװ, געדענקט זיך זײַן פֿאַמיליע, װאָס האָט צום באַדױערן ניט באַהערשט די רוסישע שפּראַך און גערעדט ייִדיש. ער האָט אין זײַן רעדע פּאָלעמיזירט מיטן דאָקטאָר קרופּיצקי, באַשולדיקט אים אין נאַציאָנאַליזם, אָבער דער גרעסטער טײל פֿונעם עולם האָט אים ניט געהערט אױפֿמערקזאַם, װײַל גערעדט האָט ער אױף אַ ניט־פֿאַרשטענדלעכער שפּראַך. און נאָך אים איז געגעבן געװאָרן דאָס װאָרט דעם איבערזעצער… דאָקטאָר קרופּיצקי. פֿאַרשטענדלעך, אַז ער האָט זיך באַנוצט מיט דער געלעגנהײט אָפּצולײקענען אַלע אַרגומענטן פֿון פֿריִערדיקן רעדנער און באַשטעטיקן זײַנע אָנשױונגען. דאָס האָט אים אין געװיסער מאָס געבראַכט דערפֿאָלג. שפּעטער איז דער דאָקטאָר קרופּיצקי פֿון די װיניצער האָריזאָנט פֿאַרשװוּנדן.
באַגעגנט האָב איך אים מיט אַ סך יאָרן שפּעטער, אין יאָר 1937 אױף אַ קוראָרט, בײַ דעם מינעראַל־װאַסער־קװאַל אין יעסענטוקי (צפֿון־קאַװקאַז). ער האָט מיך אין קורצן אינפֿאָרמירט, אַז ער װױנט שױן לאַנג אין מאָסקװע און אַרבעט ווי אַ לערער פֿון רוסישער שפּראַך אין אַן אינסטיטוט.
בײַ דער געלעגנהײט האָב איך זיך דאַן דערמאָנט די װערטער פֿון אונדזער גרױסן דיכטער:
ערע צו דעם װאָס גײט אױף,
מיטלײַד צו דעם װאָס פֿאַרגײט...
ד. האָפֿשטײן
סוף פֿון דעם קאַפּיטל קומט