
בער קאָטלערמאַן
דעם 19טן מײַ 1928 האָט דער אַמעריקאַנער ייִדישער דראַמאַטורג און פּובליציסט פּרץ הירשביין אָבסערווירט מיט פֿאַרזשמורעטע אויגן (לויט זײַן אויסדרוק) אַ ליקוי־חמה אין מאָסקווע צוזאַמען מיט עטלעכע רוסישע ליטעראַטן, וואָס האָבן אים באַגלייט בעת זײַן באַזוך אין דער סאָוועטישער הויפּטשטאָט. אַ געבוירענער אינעם שטעטל קלעשטשעלע אין דער גראָדנער גובערניע (הײַנט פּוילן), איז ער דעמאָלט צום ערשטן מאָל געווען אין ראַטן־פֿאַרבאַנד. דער נאַטור־פֿענאָמען האָט אים אָנגעפֿירט אויף מחשבֿות וועגן דעם גורל פֿון אַ ייִדישן שרײַבער אינעם צאַרישער רוסלאַנד, וואָס האָט „ניט געהאַט דאָס רעכט אַרויסצוקומען אין דער עפֿנטלעכקייט מיט זײַן שפּראַך‟.
און אַזוי שרײַבט הירשביין אין זײַנע רײַזע־נאָטיצן „פֿ.ס.ס.ר.‟:
מיר זײַנען אַלע געשטאַנען אונטער דעם טייל פֿון דער זון, וואָס האָט זיך אַרויסגעגליטשט פֿון אונטער דעם טונקעלן דיסק. עס איז געווען די נאָרמאַלע אַטמאָספֿערע צווישן אונדז. איך בין מיט מײַן שפּראַך געשטאַנען אונטער דער אייגענער זון. ניט געווען קיין שום סתּירה צווישן אונדז, איך בין געשטאַנען אויף מײַן ערד, בײַ מײַן טײַך, לעבן מיר — מײַנע קאָלעגן.
דאָס פֿאַרגלײַכן די נײַע ליטעראַרישע סיטואַציע אין סאָוועט־רוסלאַנד מיט אַ שײַנענדיקער זון נאָך אַ ליקוי־חמה, אין קעגנזאַץ צו דער ליטעראַרישער סבֿיבֿה פֿונעם צאַרישן רוסלאַנד, איז, אַוודאי, געווען אַ קלאָרער קאָמפּלימענט. אין דער אמתן אָבער, איז הירשביין אין די צאַרישע „פֿינצטערע צײַטן‟ ניט געווען גאָר אָפּגעשניטן פֿון דעם רוסיש־רעדנדיקן לייענער. שוין אין אָנהייב פֿון זײַן שרײַבערישער קאַריערע האָט ער זיך פּובליקירט סײַ אויף ייִדיש, סײַ אויף העברעיִש און סײַ אויף רוסיש: אין 1908 זענען אין אָדעס דערשינען צוויי זײַנע ביכער פֿונעם דראַמאַטורגישן כאַראַקטער און מיט אַ יאָר שפּעטער אין לעאָניד אַנדרעעװס ליטעראַרישן זאַמלבוך „שיפּאָװניק‟ האָט די איבערזעצונג פֿון זײַן סימבאָליסטישער דראַמע „תּקיעת־כּף‟, געשאַפֿן אים אַ נאָמען אין דער רוסישער טעאַטער־וועלט.
אין יענע יאָרן האָט הירשביין געגרינדעט אין אָדעס דעם ערשטן רעפּערטואַר־טעאַטער אויף ייִדיש, וואָס איז אַרומגעפֿאָרן איבער די גרויסע צענטערס פֿונעם רוסישן תּחום־המושבֿ און געשפּילט אַפֿילו אויסער דעם תּחום. דעם טעאַטער האָט דער אָדעסער מעיאָר פּלוצעם פֿאַרמאַכט, און דער אַנטוישטער הירשביין האָט פֿאַרלאָזט רוסלאַנד. זינט אָנהייב 1914 האָט ער זיך געלאָזט רײַזן אַרום דער וועלט: איבער דרום־ און צפֿון־אַמעריקע, אָקעאַניע, אַפֿריקע און אַזיע. די־אָ וואַנדערונגען האָבן זיך צעצויגן אויף מער ווי פֿופֿצן יאָר. הירשביין האָט זיי באַשריבן אין זײַנע צאָלרײַכע רײַזע־נאָטיצן אינעם סטיל פֿון די „גרויסע‟ וועלט־רײַזענדער. עס האָט אים פֿאַרוואַנדלט אינעם „פֿליִענדיקן האָלענדער‟ פֿון דער ייִדישער ליטעראַטור, ווי עס האָט זיך אויסגעדריקט דער פּויליש־ייִדישער דראַמאַטורג מאַרק אַרנשטיין.
אין פֿרילינג 1926 האָט הירשביין גאָר צופֿעליק זיך באַקענט אין יאַפּאַן מיט דעם דעמאָלטיקן פֿאָרזיצער פֿון דעם רוסישן שרײַבער־פֿאַראיין באָריס פּילניאַק, וועמען ער האָט דערציילט וועגן זײַנע פּלענער צו באַזוכן דעם סאָוועטן־פֿאַרבאַנד. פּילניאַק איז טיף באַאײַנדרוקט געוואָרן פֿון הירשביינס לעבנס־שטייגער. „בײַ אים איז ניטאָ קיין היים, — האָט געשריבן פּילניאַק, — זײַן היים ליגט אין די וואַליזקעס‟. דווקא פּילניאַק האָט, אייגנטלעך, אָרגאַניזירט הירשביינס באַזוך אין ראַטן־פֿאַרבאַנד צוויי יאָר שפּעטער, אין 1928. עס זעט אויס, אַז הירשביינס קאָמפּלימענטן זײַנען געווען מער אין דער ריכטונג פֿון פּילניאַק ווי פֿון ראַטן־פֿאַרבאַנד אין אַלגעמיין.

הירשביין איז, פֿאַרשטייט זיך, ניט געווען דער ערשטער ייִדישער שרײַבער פֿון די געוועזענע צאַרישע בירגער, וואָס איז געפֿאָרן אַ קוק טאָן מיט די אייגענע אויגן אויף דעם סאָוועטן־לאַַנד. פֿאַר אים האָבן שוין דאָס לאַנד באַזוכט די פּאָעטן מאָריס ווינטשעווסקי (אין 1924) און לייוויק (אין 1925), די פּובליציסטן גינאַ מעדעם (אין 1926) און אַבֿרהם קאַהאַן (אין 1927), די פּראָזאַיִקער שלום אַש און יוסף אָפּאַטאָשו (ביידע אין 1928, פּאַראַלעל מיט הירשביינען), און נאָך אַ ריי אַנדערע פּראָמינענטע פֿיגורן פֿון דער ייִדיש־וועלט. די סאָוועטישע ייִדישע אַקטיוויסטן האָבן זיי אויפֿגענומען אויף פֿאַרשיידענע אופֿנים — פֿון דער קאַלטער קריטיק און ביזן צואייגענען ווינטשעווסקיס נאָמען דער צענטראַלער רעפּובליקאַנער ייִדישער ביבליאָטעק אין קיִעוו.
ווי עס זאָל ניט זײַן, אַ באַזוך פֿון אַ ייִדיש־שרײַבער פֿון אויסלאַנד איז בדרך־כּלל איניציִיִרט געוואָרן דורך סאָוועטישע ייִדישע ליטעראַרישע קרײַזן. הירשביין איז געווען כּמעט דער איינציקער, וועמען ס׳האָט אײַנגעלאַדן אַ רוסישער ליטעראַט, אַ חוץ שלום אַשן, וואָס אים האָט פּערזענלעך אײַנגעלאַדן מאַקסים גאָרקי דער „לעבעדיקער קלאַסיקער‟ פֿון דער סאָוועטישער ליטעראַטור.
מסתּמא נאָך אין יאַפּאַן האָבן פּילניאַק און הירשביין באַהאַנדלט די אידעע צו פֿאַרזיכערן אַ בכּבֿודיקן קבלת־פּנים פֿאַר הירשביינען אין ראַטן־פֿאַרבאַנד דורך די פּובליקאַציעס אין וויכטיקע ליטעראַרישע אויסגאַבעס. און אָט, אַ דאַנק פּילניאַקס שתּדלנות, האָט דער ליטעראַריש־קינסטלערישער אילוסטרירטער זשורנאַל „קראַסנאַיאַ ניװאַ“, אַ וועכנטלעכע בײַלאַגע צו דער צײַטונג „איזװעסטיִאַ“, פּובליקירט אין פֿרילינג 1928 איינע נאָך אַן אַנדערער הירשביינס דרײַ עסייען: וועגן יאַפּאַן, וועגן טאַהיטי און וועגן דרום־אַפֿריקע. די אָ פּובליקאַציעס זײַנען געוואָרן פֿאַר אים אַ מין „װיזיט־קאַרטל‟.
און נאָך: באַלד נאָך זײַן קומען קיין מאָסקווע האָט הירשביין זיך פֿאַרבונדן מיטן מאָסקווער ליטעראַטאָר אַהרון הורוויטש (בן־גור), זײַן אַלטער באַקאַנטער נאָך פֿון די יונגע יאָרן אין ווילנע, וועלכער האָט זיך אונטערגענומען איבערצוזעצן אויף רוסיש זײַנע רײַזע־נאָטיצן פֿון אינדיע; ווי אויך מיטן יונגן איבערזעצער אויף אוקראַיִניש אפֿרים רײַצין, ער זאָל איבערזעצן הירשביינס פּאַסיפֿיש־אַפֿריקאַנער טרעוועלאָגיע „אַרום דער וועלט‟, וואָס איז אַרויס אין אָריגינאַל אַ קורצע צײַט פֿאַר דעם אין ניו־יאָרק. ביידע פּראָיעקטן זײַנען דורכגעפֿירט געוואָרן מיט אַ וווּנדערלעכער שנעלקייט: אין 1929 האָט דער אוקראַיִנער מלוכה־פֿאַרלאַג אַרויסגעגעבן אין כאַרקעוו דאָס בוך «Навколо світу» [„אַרום דער וועלט‟] אויף אוקראַיִניש און מיט אַ יאָר שפּעטער איז אינעם מאָסקווער־לענינגראַדער מלוכה־פֿאַרלאַג אַרויס דאָס בוך «Снопы молчания (Индия)» [„גאַרבן פֿון שטילקייט (אינדיע)‟] אויף רוסיש. הײַנט צו טאָג קען מען נאָר באַוווּנדערן די גיכקייט, מיט וועלכער הורוויטש און רײַצין האָבן איבערגעזעצט הירשביינס גאַנץ וואָגיקע ביכער. איין וויכטיקער פּרט איז אָבער געבליבן באַהאַלטן פֿונעם סאָוועטישן און באַזונדערש אוקראַיִנישן לייענער. עס גייט דאָ די רייד וועגן דער טאָטאַלער צענזור פֿון אַלץ, וואָס האָט צו טאָן מיט דער ייִדישער טעמאַטיק, וואָס האָט אַזוי שטאַרק באַשעפֿטיקט הירשביינען אַפֿילו אין די סאַמע עקזאָטישסטע ווינקלעך פֿון דער וועלט. אין דעם קאָנטעקסט איז רײַצינס אַרבעט פֿאָרגעשטעלט געוואָרן ווי אַ „вільний переклад“, דאָס הייסט, אַ פֿרײַע, אַדאַפּטירטע באַאַַרבעטונג אויף אוקראַיִניש. דעריבער איז שווער צו זאָגן, ווער איז דאָ מער שולדיק, די צענזור צי דער פֿאַרלאַג, אַז די רירנדיקע טרעפֿונגען פֿון הירשביינען מיט די רוסישע און פּוילישע ייִדן אין וועלינגטאָן (נײַ־זעלאַנד), זײַנע נאָסטאַלגישע שמועסן מיטן איינציקן ייִדיש־פּוילישן תּושבֿ פֿונעם אינדזל ראַראָטאָנגאַ אין דרום־פּאַסיפֿיק, זײַנע דורכדרינגלעכע מחשבֿות וועגן דעם גורל פֿון די ייִדישע קינדער־יתומים פֿון אוקראַיִנע אין דרום־אַפֿריקע זענען געבליבן אינגאַנצן אומבאַקאַנט דעם אוקראַיִנישן לייענער.
הירשביין האָט אונטערגעחתמעט נאָך אַ פּאָר קאָנטראַקטן: איינעם מיטן מאָסקווער פֿאַרלאַג „מאָלאָדאַיאַ גוואַרדיאַ‟ אַרויסצוגעבן די רוסיש־שפּראַכיקע װערסיע פֿון „אַרום דער וועלט‟, און צוויי — מיטן כאַרקעווער אָפּטייל פֿונעם צענטראַלן פֿאַרלאַג פֿון די סאָוועטישע פֿעלקער „צענטראיזדאַט‟ אַרויסצוגעבן די רײַזע־נאָטיצן וועגן אינדיע און אויך וועגן יאַפּאַן אויף ייִדיש און אויף אוקראַיִניש. מיט אַנדערע ווערטער: הירשביין, וואָס איז געווען מער באַקאַנט ווי אַ באַגאַבטער דראַמאַטורג און האָט אויף אַזאַ אופֿן דערגרייכט ביידע רוסישע און ייִדישע טעאַטער־בינעס, האָט זיך איצט אָנגעצילט צו באַזיגן דעם סאָוועטישן לייענער דווקא ווי אַ מין ייִדישער קיפּלינג. זײַנע סאָוועטישע פּובליקאַציעס, אַרײַנגערעכנט אויך די צוקונפֿטיקע ביכער, האָבן, אייגענטלעך, באַצייכנט גאָר אַ גלאָבאַלן פֿאַרנעם: פֿון האַלב־מיטאָלאָגישע פֿאַרבאָרגענע פּאַסיפֿישע ווינקלעך און די לעגענדאַרע דרום־אַפֿריקאַנער לאַנדשאַפֿטן ביז דעם קלאַסישן אָריענטאַליזם פֿון די יאַפּאַנישע אינדזלען און דעם אינדיש־בורמעזישן עקזאָטיזם.
אָבער סײַ דער אָריענטאַליזם, סײַ דער עקזאָטיזם בײַ הירשביינען האָבן געהאַט אַ גאַנץ באַזונדערן כאַראַקטער. זײַנע עסייען ווײַזן לרובֿ אַרויס די שאַרפֿע אַנטי־קאָלאָניאַלע טענדענץ — ממש אינעם גײַסט פֿון דער סאָוועטישער „פּאָסט־אימפּעריאַליסטישער‟ קאָנסעפּציע פֿון די 1920ער יאָרן, וואָס האָט זיך פֿאָקוסירט אויפֿן קולטורעלן לעבן סײַ אינעם אַזוי גערופֿענעם „מיזרח‟ (אינעם ברייטן זין פֿון וואָרט), סײַ אין פֿאַרשיידענע קאָלאָניעס איבער דער וועלט.
פּראָפֿעסאָר קאַטערינאַ קלאַרק פֿון יעל־אוניווערסיטעט באַשרײַבט אין איר מאָנאָגראַפֿיע Eurasia Without Borders: The Dream of a Leftist Literary Commons די־אָ קאָנסעפּציע ווי אַ מין קאָמפּליצירטער אויסטויש:
די סאָוועטישע לייענערס האָבן געדאַרפֿט באַקומען די „אמתע אינפֿאָרמאַציע‟ וועגן די ווײַט־מיזרחדיקע לענדער און די לייענערס אין מיזרח־אַזיע, פֿון זייער זײַט, האָבן געדאַרפֿט באַקומען די „אמתע‟ אינפֿאָרמאַציע וועגן דעם סאָוועטן־פֿאַרבאַנד. דערמיט האָט די אַזיאַטישע זײַט געדאַרפֿט באַקומען די „אמתע‟ אינפֿאָרמאַציע וועגן זיך אַליין פֿון דעם סאָוועטן־פֿאַרבאַנד. אין נאָמען פֿון עפּעס אַ „נײַער‟ קולטור, וואָס האָט געדאַרפֿט ווערן אַ בריק צווישן מיזרח און מערבֿ, האָט דער סאָוועטן־פֿאַרבאַנד געשטרעבט שאַפֿן זײַן אייגענעם, „נײַעם‟, פּאָסט־אימפּעריאַליסטישן געשטאַלט פֿון מיזרח.
אין דעם קאָנטעקסט האָט הירשביין זיך אַרײַנגעשריבן גאָר נאַטירלעך אינעם סאָוועטישן נאַראַטיוו פֿון דער „דערוועקטער אַרבעטערשאַפֿט‟, אויב מע נעמט ניט אין חשבון זײַנע ייִדישע „אָפּנייגונגען‟. דער וואַרעמער קבלת־פּנים, באַזונדערש פֿון די רוסישע שרײַבערס מיט פּילניאַק בראָש, האָט אָנגעצונדן בײַ הירשביינען אַ האָפֿענונג אויף אַ פֿרוכטבאַרער צוזאַמענאַרבעט. לויט אַלע סימנים, האָט זיך אַזאַ מצבֿ אָפּגעהאַלטן ביז דער מאָסקווער פּובליקאַציע פֿון זײַן אינדישער טרעוועלאָגיע אויף רוסיש אין די אָנהייב 1930, שוין נאָך הירשביינס אַוועקפֿאָרן פֿון ראַטן־פֿאַרבאַנד (וווּ ער האָט פֿאַרבראַכט אַן ערך אַ יאָר, פֿון זיי 10 חדשים אין אַ ייִדישן קאָלכאָז אין קרים).
אַן אומדערוואַרט שאַרפֿע רעאַקציע אויף דאָס בוך אַרויסגערופֿן מצד מאַקסים גאָרקין און געבראַכט צו אַן אמתער „מפּלה‟. גאָרקי, וואָס האָט דעמאָלט געוווינט אין דער איטאַליענישער שטאָט סאָרענטאָ, האָט באַקומען דאָס בוך פֿון דעם איבערזעצער אַהרון הורוויטש. תּיכּף-ומיד האָט גאָרקי אָנגעשריבן אַ גראָבן בריוו דעם דירעקטאָר פֿונעם פֿאַרלאַג „גאָסאיזדאַט‟:
…מיט אַ שרעקלעכער עם־הארצות האָט דער איבערזעצער „באַפּוצט‟ דאָס גאַנצע בוך, און דרך־אַגבֿ, איז דאָס בוך אַליין גאָר ניט אינטערעסאַנט, אַפֿילו אַ ביסל נאַריש. ס׳איז אויסערגעוויינטלעך טרויעריק, אַז אַזאַ בוך אין אַזאַ אידיאָטישער איבערזעצונג האָט געקאָנט געדרוקט ווערן דורך דעם מלוכה־פֿאַרלאַג.
אַ חודש שפּעטער האָט גאָרקי ווידער זיך אומגעקערט צו דער טעמע: „איך בין שטאַרק דערשלאָגט מכּוח דער אויסגאַבע פֿון הירשביינס נאַרישן בוך „גאַרבן פֿון שטילקייט‟. ווער ׳סטאַרעט זיך׳ אַזוי בײַ אײַך?‟ אין אַ באַזונדער בריוו צו דעם איבערזעצער הורוויטש האָט ער באַמערקט דערצו, אַז דאָס בוך איז „גאַנץ אויבערפֿלעכלעך‟ און ברענגט ניט „קיין נײַעם פֿאַרשטאַנד וועגן אינדיע און די אינדוסן.‟
ס’איז ניט אויסגעשלאָסן, אַז גאָרקיס כּעס איז געווען פֿאַרבונדן מיט זײַן באַציִונג צו פּילניאַק, דעם סאָוועטישן „פּאַטראָן‟ פֿון הירשביין, וועמען גאָרקי האָט צוגעשריבן צו יענע קינסטלער, וואָס ווילן ניט „אויסמעקן פֿון דער שרײַבער־פּראַקטיק דעם אַלטן אַפֿאָריזם ׳קונסט צוליב קונסט׳‟, וואָס מאַכט אים, ווי עס שטייט געשריבן אין גאָרקיס אַן אַרטיקל אין „פּראַוודאַ‟, „שוין גענוג קאַריקאַטוריש‟.
גאָרקיס אויטאָריטעטפֿולע מיינונג האָט אָפּגעקילט די פֿאַרלאַגן אין מאָסקווע און כאַרקעוו און הירשביינס פֿאַרפּלאַנירטע רײַזע־נאָטיצן אויף רוסיש און אוקראַיִניש זײַנען ניט אַרויס. באַלד נאָך זײַן צוריקקער פֿון ראַטן־פֿאַרבאַנד האָט הירשביין אַרויסגעגעבן זײַנע אײַנדרוקן פֿון דער ייִדישער קאָלאָניזאַציע אין קרים אונטער דעם טיטל „שוואַרצברוך‟. דאָס בוך איז געווען באַשטימט אויך פֿאַר דער פּובליקאַציע אין ראַטן־פֿאַרבאַנד, נאָר איז קיינמאָל ניט דערשיען. צו דער סאָוועטישער לייענערשאַפֿט זײַנען אויך ניט דערגאַנגען צוויי אַנדערע „סאָוועטישע‟ ביכער פֿון הירשביין: „פֿ.ס.ס.ר.‟ און דער ראָמאַן אין צוויי בענד, אויך וועגן ייִדן אין קרים, „רויטע פֿעלדער‟, כאָטש דעם לעצטן האָט איבערגעזעצט אויף רוסיש דער לענינגראַדער ליטעראַרישער קריטיקער און פּאָעט דוד וויגאָדסקי.
אין דער „ליטעראַרישער ענציקלאָפּעדיע‟, וואָס איז אַרויס אין מאָסקווע אין 1929, האָט הירשביין זוכה געווען צו אַ באַזונדערן אַרטיקל, וווּ מע רופֿט אים גאַנץ פֿרײַנדלעך „דער דורכפֿירער פֿון מאָדערניסטישע השפּעות אין דער נײַער ייִדישער ליטעראַטור‟ און „דער ראָמאַנטיקער פֿון ‘פֿאַרוואָרפֿענע ווינקלעך’‟. דעם אַרטיקל האָט אָנגעשריבן אַ יונגער סטודענט פֿון דער ייִדישער לינגוויסטיק בײַ דעם 2טן מאָסקווער מלוכה־אוניווערסיטעט שמואל גאָרדאָן — דער צוקונפֿטיקער באַקאַנטער סאָוועטישער ייִדישער שרײַבער. דער רעדאַקטאָר פֿונעם אַרטיקל איז געווען גאָרדאָנס אוניווערסיטעט־לערער, פּראָפֿעסאָר פֿון ייִדישער ליטעראַטור יצחק נוסינאָוו. אין 1932, אינעם איבערזיכט־אַרטיקל „ייִדישע ליטעראַטור‟ אין דער „גרויסער סאָוועטישער ענציקלאָפּעדיע‟ האָט דער זעלבער פּראָפֿ. נוסינאָוו שוין צעשטעלט אידעאָלאָגיש „ריכטיקע‟ אַקצענטן: ער האָט צוגעשריבן הירשביינען צו דער „נאַציאָנאַליסטישער בורזשואַזיע‟, צו די „אַפּאָלאָגעטן פֿון דער חסידישער פֿאַרגאַנגענהייט‟ און צו די „זינגער פֿון דער איינזאַמער, פֿאַרצווייפֿלטער ייִדישער אינטעליגענץ‟.
הירשביינס פּלענער אויף דער פֿרוכטבאַרער צוזאַמענאַרבעט מיט דער סאָוועטישער ליטעראַטור זײַנען אָבער דורכגעפֿאַלן ניט בלויז צוליב גאָרקיס גראָבער רעאַקציע, נאָר אויך צוליב דער דינאַמיק אין דער אַלגעמיינער באַציִונג אין ראַטן־פֿאַרבאַנד צו די אויסלענדישע מחברים בכלל און צו די ייִדן צווישן זיי בפֿרט, באַזונדערש נאָך די חבֿרון־פּאָגראָמען פֿון 1929. הירשביינס אָריענטאַציע אויף גאָר אַן אַנדער ליטעראַרישער סבֿיבֿה, זײַן אוממעגלעכקייט זיך צוצופּאַסן אויף 100% צו דעם סאָוועטישן ספּעציפֿישן אופֿן איבערצוגעבן אַן אינפֿאָרמאַציע, זײַן אומאָפּהענגיקייט און אָפּגעזונדערטקייט פֿון די סאָוועטישע רעאַליעס האָבן אים געמאַכט פֿאַר אַ „פֿרעמדן עלעמענט‟.