היפּאָכאָנדריק סעם קאָרנפֿעלד און זײַן ביראָבידזשאַנער באָבע

באָריס סאַנדלער

כ׳האָב נישט געקאָנט ניט קומען צום אויספֿיר, אַז כ׳בין קראַנק ממש אויף אַלע חלאתן — פֿון קימפּעט־קדחת ביזן טאַנץ פֿון הייליקן וויטאַ, דערצו נאָך קראַנק — סכּנת־נפֿשות.
דזשעראָם ק. דזשעראָם „דרײַ אין איין שיפֿל, נישט גערעכנט דעם הונט‟

אַז דער גורל דרייט דאָס רעדל, ווערט דאָס לעבן אַ קאַזינאָ.
 אומבאַוווּסטער שלימזל


די זון האָט פֿאָרזיכטיק אָנגעטאַפּט דעם וועג פֿון איר אויפֿגאַנג אין הימל, ווי זי וואָלט עס געטאָן צום ערשטן מאָל, זינט דער אייבערשטער האָט איר דעם וועג אָנגעוויזן. פּאַמעלעך האָט זי פֿאַרגאָסן די נאָך בײַ נאַכטיקע גרויקייט מיט אַן אָנגעזעטיקטער אָראַנזש-רויטער שײַן, און שוין זיכער, מיט אַ יוגנטלעכער ספּריטנעקייט, זיך אַ לאָז געטאָן אויף די הימלישע רחבֿותן.

איבער דעם ייִשובֿ שוואַנענפּאַרק האָט זיך צעשפּרייט אַ גאָט־געבענטשטער פֿרימאָרגן. יעדער בוים און קוסט אויף די צווײַגלעך, יעדעס פֿייגעלע האָבן אויף אַן אייגענעם אופֿן געזונגען זמירות דעם אַרום. די סאָזשלקעס האָבן געקײַכט פֿאַר הנאָה, שפּילעוודיק געשיקט איבער דער וואַרעמער אויבערפֿלאַך דריבנע קנייטשן כוואַליעס. דאָ און דאָרט, אַרויסטראָגנדיק פֿון וואַסער זייערע אומגעלומפּערטע גופֿים מיטן נאָכגעשלעפּטן לאַנגן עק, האָבן זיך צעלייגט אויפֿן גראָז די עקזאָטישע איגואַנען, אַ דערמאָנונג פֿון אַן אונטערגעגאַנגענער אור־אור־אַלטער תּקופֿה; נאָר דער שאַכטלאַרטיקער קאָפּ זייערער, אַרומגעקלעפּט מיט פֿאַרהאַרטעוועטע שופּן, האָט אַרויסגעשטעקט פֿון דער געדיכטער גרינקייט, ווי אַ שטיק קוים־אָפּגעשליפֿענער מאַלאַכיט־שטיין מיט צוויי אַרײַנגעשטעלטע בײַ די זײַטן קאַלטע ציטרין־אייגעלעך.

דער ייִשובֿ האָט זיך אויפֿגעוועקט. אויף די שפּאַציר־סטעזשקעס האָבן שוין געמאָסטן די מײַלן מיט די פֿיס פֿאַרשוויצטע לויפֿערס נאָכן געזונט, און פֿון די טעניס־און פּיקלבאָל־פּלעצער האָט זיך געהערט אַ הילכיקע באַל־קלאַפּערײַ. בשכנות מיטן צענטראַלן שווימבאַסיין, ענלעך צו אַ צירק־שאַפּיטאָ האָט זיך געפֿונען דער אָרטיקער רעסטאָראַן מיטן היימישן נאָמען „רונדער טיש‟. פֿון קאַיאָר אָן האָט זיך פֿון דאָרט געטראָגן און פֿאַרסמט די לופֿט דער רייצנדיקער ריח פֿון געפּרעגלטע ריפֿטלעך בייקאָן. אין די אַרומיקע בנינים האָט דער גערוך געוועקט סײַ די פֿאַרשלאָפֿענע טריפֿניאַקעס, רופֿנדיק זיי זיך צואײַלן צום געשמאַקן פֿרישטיק, סײַ די כּשרע נשמות, וואָס האָבן זיך שוין געקליבן אין שיל אַרײַן צו שחרית.

סעם קאָרנפֿעלד איז געווען אַ ייִד פֿאַר זיך; ער האָט נישט געהערט ניט צו דער מחנה אַפּיקורסים און נישט צו די פֿאַרברענטע פֿרומאַקעס. ער האָט נישט געהאַלטן פֿונעם עסן אין די רעסטאָראַנען בכלל און אין דעם „רונדן טיש‟ בפֿרט. פֿון דעסטוועגן, פֿאַר אַ נאָווינע, פֿלעגט ער זיך אַהין אַרײַנכאַפּן נאָך אַ לענגערן פֿרימאָרגנדיקן שפּאַציר, עפּעס איבערכאַפּן און אויסטרינקען אַ טשאַשקע „אַמעריקאַנאָ‟־קאַווע מיט געבעקס. ער האָט, אַוודאי, נישט געהערט צו די שטאַמגעסט, וואָס במשך פֿון לאַנגע יאָרן קומען אַהער יעדן טאָג אָדער אויף אַ פֿרישטיק, אָדער אויף אַ לאָנטש — דער רעסטאָראַן האָט זיך נאָך מיטאָג פֿאַרמאַכט — און האָבן שוין דאָ אַ כּסדרדיק טישל, וואָס ס׳באַדינט דער זעלבער „וועיטער‟־קעלנער.

סעם פֿלעגט זיך געפֿינען אַ באַזונדער טישל אין אַ זײַט, ער זאָל נישט זען, ווי די אַלטע לײַט וואַרפֿן זיך זשעדנע אַרויף אויף דעם שפּײַז — פֿעטע, געפּרעגלטע אין אַ סך בוימל פּאָטראַוועס, האַלטן עס אין איין באַזאַלצן, סמאָטשקען און פֿאַרזופּן פֿון די הויכע פּלאַסטיק־גלעזער דעם זיסן „קאָק‟… אַ רחמנות אויף זיי צו קוקן, ווי זיי פֿאַרקירצן זיך די געבליבענע יאָרן. ער האָט אַרײַנגעשטעקט די נאָז אינעם צעעפֿנטן קאַרטאָן־מעניו, כּלומרשט ר׳וואָלט דאָרט געזוכט עפּעס פֿאַר זיך צו באַשטעלן, כאָטש די ליסטע פֿון די מאכלים האָט זיך נישט געביטן לאַנגע יאָרן און איבערגעלעבט נישט איין שטאַמגאַסט.

די קעלנערין, אַ מיטל־יאָריקע פֿרוי, מיט אַ קרענקלעך־בלייך פּנים, אָנגעשוואָלענע זעקעלעך אונטער די טיף־אַרײַנגעזעצטע אויגן, די האָר, אָפּגעפֿאַרבט אין בלאָנד, אָפּגעצויגן אויף צוריק און צונויפֿגעקליבן אויפֿן נאַקן אין אַ שיטער בינטל, און איבערגעצויגן מיט אַ שמאָלער געלער סטענגע. זי איז געווען דאַר און פֿלאַך. סעם פֿלעגט זי צומאָל באַגעגענען אויסער דעם רעסטאָראַן און שטענדיק מיט אַן אָנגעצונדענער ציגאַרעט אין מויל. „צי קאָן אַזאַ פֿרוי האָבן אַ מאַן, קינדער?..‟ — האָט די פֿראַגע, אָן דעם ער זאָל זי אַרויסרופֿן, זיך אַליין באַוויזן און באַלד פֿאַרשוווּנדן געוואָרן יעדעס מאָל, ווי ער האָט די קעלנערין געזען. דאָס זעלבע האָט ער אַ טראַכט געטאָן אין דעם מאָמענט, ווען זי איז צו סעמעם צוגעגאַנגען מיט אַ טשאַשקע „אַמעריקאַנאָ‟־קאַווע אין איין האַנט, און אין דער אַנדערער — אַ קרואַסאַן אויף אַ פֿלאַכיק טעלערל.

זי האָט זיך קרום צעשמייכלט, ווי אויך איצט געהאַלטן איר שטענדיקע ציגאַרעט פֿאַרקוועטשט מיט די דינע ליפּן אין אַ ווינקעלע פֿון מויל. איר קול האָט געקלונגען הויך און דין, ווי בײַ אַ קינד:

— אַזוי, ווי איר האָט ליב, מיסטער?

סעם האָט געמאַכט אַן אָנשטעל פֿון אַ פֿאַרחידושטן און דאַנקבאַרן קליענט אין איין צײַט.

— אָ… איר געדענקט, וואָס כ׳באַשטעל, געוויינטלעך…
— מײַ פּלעזשער… [1] — איבערגעלאָזט דאָס געבראַכטע אויפֿן טישל, האָט זי צוגעריקט נענטער צו סעמען דאָס פּושקעלע מיט פּעקעלעך פֿון עטלעכע סאָרטן צוקער.
— אַ דאַנק, טײַערע, — האָט ער זיך אָנגערופֿן. באַגלייטנדיק מיט די אויגן איר מאָגערן הינטן און דינע פֿיס, האָט ער ווײַטער אַ טראַכט געטאָן: אַז אַ פֿרוי רייכערט, ווי אַ סאָלדאַט, קאָן זי דען אויסזען אַנדערש…

אין יענעם גאָט־געבענטשטן טאָג איז סעם קאָרנפֿעלד, אַ ייִד, וואָס האָט נישט לאַנג צוריק צעפּעקלט זײַן נײַנטן צענדליק יאָר, איז נאָכן שפּאַציר געזעסן בײַם רעסטאָראַן־טישל גאָר אַ באַזאָרגטער. ער האָט זיך דאָס מאָל נישט געדאַרפֿט פֿאַרשטעלן די אויגן מיטן גרויסן מעניו־קאַרטאָן, כּדי זיך אָפּטיילן, ווי מיט אַ מחיצה פֿון דעם פֿרעסנדיקן עולם; זײַן בליק האָט זיך ווידער אָנגעשפּאַרט אין דעם אויפֿגעקומענעם בילד, וואָס האָט זיך אים גאַנצפֿרי געוואָרפֿן אין די אויגן אין טואַלעט און שוין מער נישט אָפּגעלאָזט.

זײַן האַנט האָט מיט אַן אײַנגעחזרטער באַוועגונג אַ קוועטש געטאָן דאָס קורץ־שטעקנדיק הענטל בײַ דער לינקער זײַט פֿון דער ווײַסער פֿאַיאַנץ־כּלי. דאָס וואַסער־שטרעמל האָט מיט אַ זשום זיך פֿליסיק אַראָפּגעגאָסן און אָפּגעוואַשן דעם טאָפּ. זײַן בריהש משוגעס צו דערפֿירן אַלץ ביז אַ בלישטש, האָט אים געצוווּנגען אַרײַנצוקוקן אין דעם „טואַלעטן־טראָן‟, כּדי זיך איבערצײַגן, אַז קיין שפּור פֿון זײַן מאָגן־אויסליידיקונג איז נישט פֿאַרבליבן. אין אָט דער סעקונדע האָט זײַן בליק זיך פֿאַרשאַרפֿט און זיך אָנגעשטויסן אין אַ טונקל־רויטן פֿלעק, ענלעך צו אַ געדיכט שטיקל לייכעץ. סעם האָט זיך אָנגעבויגן, שיִער נישט אַרײַנגעשטופּט דעם קאָפּ אינעם טאָפּ, דערנאָך זיך גיך אויסגעגלײַכט און שוין אַזוי פֿאַרגליווערט געבליבן שטיין. די געדאַנקען האָבן זיך משונה־ווילד אַ דריי געטאָן און, ווי אַ ווײַזער אויף דער קאַזינאָ־ראָד, זיך פֿאַרהאַקט אויף „רויט‟ — בלוט… די ליפּן האָבן דאָס קורץ וואָרט אַרויסגעבראַכט פֿאַר די אויערן מיט אַ סודותפֿולן שעפּטש — בלוט?!

זײַן האַנט האָט שוין אַליין, אָן אַ קאָמאַנדע, אַ דריק געטאָן דאָס קורצע הענטל, ס׳האָט זיך ווידער דערהערט דער זשום פֿון וואַסער… סעם האָט פֿאָרזיכטיק אַרײַנגעקוקט אין דער לאָך… ציכטיק — ביז אַ גלאַנץ… קיין שפּור נישט… אפֿשר האָט זיך עס אים אויסגעדאַכט און קיין שום בלוטיקער פֿלעק איז נישט געווען… נאָר ער האָט אים בפֿירוש יאָ געזען… הייסט עס, אַז דאָס שטיקל לייכע איז יאָ געווען!

סעם איז אַ דערשלאָגענער אַרויסגעגאַנגען פֿונעם טואַלעט־צימער. ער האָט אַפֿילו פֿאַרגעסן זיך אָפּוואַשן די הענט — אַ זאַך, וואָס בײַ זײַן פֿאַרגלייבטקייט אין היגיענע, בפֿרט נאָך דער ווילדער פּאַנדעמיע, איז געווען אומצוגלייבן. דער מוח האָט זיך שוין פֿאַרכלינעט אין די כוואַליעס השערות, מיינונגען, אַנאַליזן — אַלץ אין געציילטע סעקונדעס, — און ווי אַ פּועל־יוצא דערפֿון — דער ערשטער אויספֿיר: „געוויס… אין מאָגן האָט עפּעס געפּלאַצט!‟ — און תּיכּף־ומיד, ווי זיך אָפּגעשטויסן פֿון דעם סכּנותדיקן אויספֿיר, האָבן די געדאַנקען זיך געלאָזט צוריק מיט דער זעלבער גיכקייט — אַנאַליזן־מיינונגען־השערות… און געבראַכט האָבן זיי אים צו אַ ווײַטער דערמאָנונג פֿון זײַן קינדשאַפֿט.

דער קליינער סעם איז געוואַקסן בײַ זײַנע באָבע־זיידע אין שטוב. דעם טאַטן געדענקט ער נישט, און די מאַמע, איבערגעלאָזט דעם זון בײַ זײַנע קנאַפּע דרײַ יאָר אויף אירע עלטערנס זאָרג, האָט זי זיך געלאָזט זוכן מזל אין דער גרויסער וועלט אַרײַן. סעם האָט זי געזען זעלטן און, דעם אמת געזאָגט, נישט גאָר געבענקט נאָך איר. די קורצע טרעפֿונגען — דער מאַמעס הייסע געפֿילן, אָנגעקליבן צווישן איין באַגעגעניש און אַ צווייטער, האָבן זיך אויסגעלאָזט אין פֿײַכטע טשמאָקענישן און צערטלעכע קניפּן, — און נאָך איר אַוועקפֿאָרן, האָבן די בלויע סימנים אויף סעמס לײַב נאָך אַ היפּשע צײַט דערמאָנט אים אין דער מאַמעס ליבע.

די באָבע מיטן זיידן האָבן געציטערט איבער זייער איינציק אוצרל. זיי זײַנען געקומען קיין אַמעריקע נאָך דער מלחמה. דאָרט, אין סאָוועט־רוסלאַנד איז געבוירן געוואָרן זײַן מאַמע. אין לאַנד, וווּ מ׳האָט געבויט אַ שיין לעבן, אַ גליקלעכס און יושרדיקס פֿאַר אַלע דערדריקטע פֿעלקער אין דער וועלט, איז דער זיידע, נאָך גאָר אַ יונג בחורל, אָבער שוין אַ פֿאַרברענטער קאָמוניסט, אַנטלאָפֿן פֿון זײַן פּוילישער היים־שטאָט בענדין נאָכן ערשטן רוף, וואָס האָט זיך דערהערט פֿון מאָסקווע: „ייִדן, קומט אין ביראָבידזשאַן צו בויען אײַער אייגענע נאַציאָנאַלע היים!‟ דאָרט האָט ער באַגעגנט זײַן באַשערטע, די „געלע ליטוועטשקע‟, ווי אַלע האָבן גערופֿן דאָס איידעלע, שטענדיק לאַכנדיקע מיידל פֿון ליטע.

אין די פֿאַרנאַכטן פֿלעגט דער קליינער סעם מיט אַ פֿאַרכאַפּטן אָטעם זיך צוהערן צו דער באָבעס „פֿערי טיילס‟ [2], פֿול מיט פֿאַנטאַסטישע אומפֿאַרשטענדלעכע ווערטער: „טײַגע‟, „סאָפּקע‟, „בריגאַדע‟, „זעמליאַנקע‟, און אַוודאי, דער נאָמען אַליין פֿון יענעם לאַנד — „ביראָבידזשאַן‟… דאָס לאַנג וואָרט פֿלעגט זיך פֿאַרקײַקלען אונטער סעמס צינגל און אַרויסקוועטשן עס פֿון מויל האָבן געשטערט זײַנע שיטערע ציינדלעך. אין גאַנג פֿונעם לעבן האָבן אָט די באָבע־מעשׂיות און מאָדנע ווערטער זיך אויסגעדאַמפֿט, פֿאַרלאָזט אים, ווי פּוסטע גרעפּצן נאָך אַן אײַליק, שלעכט־איבערגעקײַט עסן. סײַדן, דאָס ביסל ייִדיש איז פֿאָרט פֿאַרבליבן, און צומאָל בײַם רעדן פֿלעגט עס מיט אַ וואָרט, צוויי אַרויסשפּרינגען — „ברוך־אַתה אַלטע שמאַטע…‟, — באַזונדערס אויף דער עלטער, זינט ער האָט זיך באַזעצט אין שוואַנענפּאַרק.

דעמאָלט, אין באָבע־זיידעס שטוב, אַז דער קליינער סעם פֿלעגט, חלילה, קראַנק ווערן, איז זײַן באַבע מיט אים צו די דאָקטוירים נישט געלאָפֿן, קיינעם איר אייניקל נישט פֿאַרטרויט — אַליין געהיילט און אים געשטעלט אויף די פֿיס. געהיילט האָט זי סעמען מיט דרײַ אוניווערסאַלע מיטלען, אויסגעפּרוּווט מיט איר לעבן — בראָנפֿן־קאָמפּרעסן, קליזמעס, און הייל־טייען. איר יוגנטלעכע „אויסגעלינקטקייט‟ איז פֿאַרבליבן באַגראָבן אויף די ביראָבידזשאַנער סאָפּקעס, זיך פֿאַרבלאָנדזשעט אין דער פֿינצטערער טײַגע און פֿאַרפֿרוירן געוואָרן אין דער זעמליאַנקע, פֿון דעסטוועגן, האָט אין איר געצאַפּלט דער ליטוואַקישער אָדער, און זי האָט עקשנותדיק געטהנעט: „די אַלע פּילן־שמילן האָבן צוגעטראַכט די קאַפּיטאַליסטן, כּדי צו אָט דעם סם צוגעוווינען די פּשוטע מענטשן, און אויף זיי ווערן משוגע־רײַך‟.

דער אומצוטרוי און צווייפֿל צו דער אָפֿיציעלער מעדיצין, מיט וועלכן ס׳האָט אים אָנגעשטעקט די באָבע, האָט זיך אויף שטענדיק באַזעצט אויך אינעם אייניקלס מוח און גוף.

אַ פֿאַרטשאַדעטער פֿון זײַן צווייפֿל און אומוויסן וואָס צו טאָן ווײַטער מיט זײַן „רויטן פֿלעק בלוט‟, האָט סעם דערהערט לעבן זײַן טישל דאָס באַקאַנטע הענערשע קולכל. עס האָט זיך געטראָגן פֿון אַן אַלטן פּאַרשוין, מיט אַ ביינערדיק אויסגעצויגן פּנים, באַדעקט מיט אַ דרײַ־טאָגיקער געל־גרויער באַוואַקסנקייט, מיטן נאָמען מיסטער בלום. זײַן קאָפּ האָט געקרוינט אַ שטרויענע הוט, מער ענלעך צו אַ צעשטערטער פֿויגלשער נעסט. דאָס קנאַפּע ביסל בגדים אויף אים — אַ העמד, וואָס האָט אַמאָל געהאַט לאַנגע אַרבל און איצט האָבן זיי אויסגעפֿעלט, פּונקט ווי דער קאָלנער — אָפּגעשניטן, ווײַל נישט נייטיק; די קורצע אָפּגעבליאַקעוועטע הייזלעך, פֿון וועלכע ס׳האָבן אַרויסגעשטעקט צוויי פֿיס מיט אָנגעשוואָלענע קני, און באַוואַקסן מיט געדיכט־געקרײַזלטע האָר פֿון דעם זעלבן סאָרט, וואָס זײַן בערשטל האָר אויפֿן פּנים, — און בכלל זײַן גאַנצער אויסזען האָט דערמאָנט אַ באַשעפֿעניש, וואָס דאָס לעבן, על־פּי עקספּערימענט, האָט עס אויסגעקוואַטשעט און אויסמאַרינירט אין אַלע מאַרינאַדן און צום סוף, איבערגעלאָזט עס אויף גאָטס באַראָט אין שוואַנענפּאַרק.

— האָסט שוין געהערט די נײַעס? — האָט זיך געטראָגן זײַן קרייען, — לעאָנאַרד, דײַן חבֿרל, איז די נאַכט נישט געוואָרן… — ער האָט הילכיק צוויי מאָל אַ פּאַטש געטאָן מיט די דלאָניעס, ווי מע פּליעסקעט „בראַוואָ!‟ און צוגעגעבן צו זײַן בשׂורה: — איינס, צוויי אַוועק… זיך נישט געמוטשעט, ווי אַ טשעמפּיאָן אין זײַן באַליבטן פּיקלבאָל, האַ?!

סעם איז נאָך אַלץ געזעסן, ווי אַרײַנגעוואַקסן אינעם בענקל, דער טשאַד איז געוואָרן שיטערער, און אויב ס׳איז ריכטיק, אַז איין צרה שלאָגט אַרויס מיט זיך אַ צווייטע צרה, איז עס טאַקע אַזוי איצט געשען. אויפֿן אָרט פֿונעם „רויטן פֿלעק‟ האָט ער דערזען לעאָנאַרדס גוטמוטיקן קײַלעכדיקן שמייכל.

— מיר האָבן דאָך ערשט געמאַכט אַ לחיים צו זײַן 80סטן אַניווערסערי… — סעמס ווערטער האָבן אַ קלינג געטאָן אינעם אָנגעשטאָפּטן רוים פֿונעם רעסטאָראַן, אָנגעזעטיקט מיט הויך־קאַלאָרישע שפּײַזן, ווי אַ פֿאָרוווּרף עמעצן, וואָס מוז עס דערהערן.

דערהערט האָט זײַנע ווערטער נאָר מיסטער בלום, וואָס האָט זיי פֿאַרטײַטשט אויף זײַן אייגענעם אופֿן:

— זײַן ווײַבל זכרנה־לבֿרכה, האָט אַפּנים זיך זייער פֿאַרבענקט נאָך אים, האָט זי אויסגעבעטן בײַם אייבערשטן אַ בילעט פֿאַרן מאַן אין איין זײַט…

בשעתן ריידן, האָט מיסטער בלום נישט אָפּגעריסן קיין אויג פֿון דעם קרואַסאַן אויפֿן טעלערל, צו וועלכן סעם האָט זיך ביז אַהער נישט צוגערירט. גלײַך צו די לעצטע ווערטער פֿון זײַן השערה, האָט דער אַלטער צוגעטשעפּעט:

— כ׳פֿאַרשטיי, דאָס געבעקס וועסטו שוין נישט עסן… אויב דו וועסט עס נישט נעמען אַהיים… — זײַן האַנט האָט זיך אַ צי געטאָן צו די סאַלפֿעטקעס. אַרויסגעשלעפּט פֿונעם פּעקל איינע, האָט ער אין איר גיך אײַנגעוויקלט דעם קרואַסאַן…

סעם האָט זיך געשלעפּט פֿונעם רעסטאָראַן אַהיים. זײַנע געדאַנקען האָבן זיך געפּלאָנטערט, זיך איבערעגעמישט, ווי אַ טעשל קאָרטן אין די הענט פֿון אַ געניטן קאָרטנשפּילער. לעאָנאַרד איז זיכער געווען אַ קיניג טרעף… אַ קלוגער, אַ דערפֿאַרענער, אַ מענטש מיט וויסן… באמת געטרײַ זײַן עדינה… נעבעך, זיך געמוטשעט מיט איר די לעצטע פּאָר יאָר. סעם האָט דען נישט אַרײַנגעטענהט לעאָנאַרדן: „לאָז אָפּ די דאָקטוירים! זיי ווייסן אַ קרענק און געלט! הער אויף זי פֿאַרסמען מיט כעמיע…‟ געעטפֿערט האָט אים אָבער דער געטרײַער מאַן מיט אַ ביטערער איראָניע:

— וואָס זשע דען ווילסטו, מע זאָל זיך האַלטן בײַ דײַן ביראָבידזשאַנער באָבעס רפֿואות?

יאָ, זײַן באָבע, עוליה־השלום, האָט נישט געגלייבט און נישט פֿאַרטרויט דער אַמעריקאַנער מעדיצין אויף אַן אָפּגעשוירענעם האָר ניט. ווען איר מאַן איז געשטאָרבן, האָט זי זיך, נעבעך, געקלאָגט, אַז ווען ער פֿאַלט נישט אַרײַן אין די הענט צו די דאָקטוירים אין שפּיטאָל, וואָלט זי אים געשטעלט אויף די פֿיס. די באָבע אַליין האָט איבערגעלעבט דעם מאַן אויף קנאַפּע דרײַסיק יאָר און געשטאָרבן אויפֿן אייגענעם געלעגער אין עלטער פֿון צוויי און נײַנציק. זי האָט, אַוודאי, אין איר לעבן נישט געהערט וועגן שעלטאָן[3] און ברעג[4], די צוויי שטערן אויפֿן הימל פֿון הייל־הונגער. זי האָט אַפֿילו געהעריק נישט געקאָנט לייענען אויף ענגליש. נאָר איר אויסגעפּרוּווטער קלאַסן־חוש האָט זי נישט אונטערגעפֿירט: „די אַמעריקאַנער דאָקטוירים לוינט נישט, אַז זייערע פּאַציענטן זאָלן זיך אויסהיילן; זייער אינטערעס ליגט אין ׳מומע מאַניע׳! — האָט זי געלערנט דעם אייניקל שׂכל, — דערפֿאַר שטאָפּן זיי דעם קראַנקן אָן מיט כּלערליי פּילן, ווי אַ גאַנדז פֿאַר פּסח, נאָר נישט צוליב די גריוון; זיי וועלן פֿון דער קוים לעבעדיקער גאַנדז צאַפּן שמאַלץ וויפֿל עס לאָזט זיך, ביז די גאַנדז, נעבעך, וועט נישט פּגרן!‟

דער באָבעס בונטעווען זיך קעגן דער אָפֿיציעלער אַמעריקאַנער מעדיצין האָט, זיכער, אויסגעזען אין לעאָנאַרדנס אויגן ווי אַ פּלאַפּלערײַ פֿון אַ קליינשטעטלדיקער ייִדענע. סעם פֿלעגט אויף דער באָבעס „אויסגעלינקטקייט‟, אויך נישט זעלטן בשתּיקה אונטערשמייכלען. פֿון דערסטוועגן, ווען ס׳איז אים אַרײַן אין די הענט פּאָל ברעגס בוך „דער וווּנדער פֿון הונגער‟, האָבן דער באָבעס רייד אָנגעהויבן קלינגען גאָר נישט אַזוי נאַיִוו און אָפּגעשטאַנען.

צו זײַנע עטלעכע און דרײַסיק יאָר האָט סעם שוין געהאַט אָפּגעשפּאָרט אַ היפּש קניפּל גאַנץ ערנסטע קרענק, אַז די דאָקטוירים זאָלן אים, לויט דער באָבעס טעאָריע, געווען אַרײַנכאַפּן אין זייער געדיכטער נעץ. נאָר סעם האָט זיך נישט געלאָזט; אַרויסגעהאָלפֿן האָבן אים אין דעם אַן אַנדער סאָרט „דאָקטוירים‟, וואָס זייערע עצות האָט ער געפֿונען טאַקע אין ברעגס ביכער…

איצט אויפֿן וועג אַהיים האָט סעם געטראַכט: פֿרעמדע צרות גיבן אַ שטאָך אין האַרצן, רופֿן אַרויס אַ מיטפֿילונג, און פֿאַרהאַלטן זיך אַ ווײַל; די אייגענע צרות טוען וויי, צעגיסן זיך איבער אַלע אבֿרים און לאָזן שוין נישט אָפּ.

מענטשן דאָ, אין שוואַנעפּאַרק, גייען אַוועק שטיל, כּמעט קיינער באַמערקט עס נישט, בלויז אין אַ צײַט אַרום כאַפּט מען זיך — וווּ איז דער, און וווּ איז יענער? פֿייגל און חיות ווערן אויך אַזוי שטיל פֿאַרשוווּנדן; איין אונטערשייד, קיינער כאַפּט זיך נישט, קיינעם הייבן זיי נישט אָן אויסצופֿעלן… אַנטקעגן וואָס האָט סעם זיך דערמאָנט אין דעם? לעאָנאַרד האָט געהאַט אַ טאָכטער און אַ זון. זיי וועלן שוין זאָרגן, אַז דער טאַטע זאָל געבראַכט ווערן צו קבֿורה כּדין־וכּדת. סעם האָט נישט קיין יורשים, אַפֿילו נישט קיין אייגענע פּלימעניקעס… ער האָט שוין בײַ זיך באַשטימט און עס אָנגעוויזן אין זײַן צוואה: „קרעמירן און דאָס אַש צעשיטן איבערן אָקעאַן…‟ — עס קלינגט שיין. צוריק גערעדט, וואָלט ער געווען מער צופֿרידן, זיך צעשמעלצן אין דער לופֿטן איבער דעם היימישן ייִשובֿ שוואַנענפּאַרק. ער ווייסט אָבער, אַז דאָס איז נישט מעגלעך, קודם־כּל, ווײַל ס׳איז נישט כּדאי צו פֿאַרמיסטיקן די לופֿט…

סעם גופֿא האָט געמאַכט צוויי פּרוּוון אײַנצופֿירן אַ משפּחה. ס׳האָט זיך דערפֿון אויסגעלאָזט אַ בוידעם, ווי די באָבע וואָלט געזאָגט. ניין, די פֿרויען זײַנען נעבעך נישט שולדיק; אויסצוהאַלטן אַזאַ מאַן ווי סעם, מיט זײַנע דרײַ גרויסע „מעלות‟?! ערשטנס, זײַנע משוגענע דיעטעס און דאָס „אַרײַנגיין אין הונגער און דאָס פֿון הונגער אַרויסגיין‟ — נישט עסן מיטן ווײַב בײַ איין טיש אין דער היים און נישט אַרויסגיין אין אַ רעסטאָראַן… צווייטנס, זײַן ביזנעס. סעם קאָרנפֿעלד האָט געהאַט צו טאָן מיט הײַזער און דירות — פֿאַרדונגען דירות, פֿאַרקויפֿט הײַזער. דווקא נישט קיין שלעכטע פּרנסה, בפֿרט אין אַ לאַנד פֿון אימיגראַנטן. די ערשטע זאַך, וואָס יעדער מענטש דאַרף האָבן, איז אַ דאַך איבערן קאָפּ. ווען מע אַרבעט זיך אַ ביסל אַרויף, טראַכט מען שוין וועגן האָבן אַן אייגן וויקל. „סעם קאָרנפֿעלד ענד גרופּ — איז דער בעסטער וועגווײַזער צו דער שוועל פֿון דײַן היים!‟ — סעם האָט גוט געקענט זײַן מלאָכה. דער גאַנצער סוד האָט געשטעקט אין דעם, אַז דער קונה זאָל קויפֿן וואָס ער וויל, און דער פֿאַרקויפֿער — וואָס ער האָט צו פֿאַרקויפֿן. ס׳איז אים, ווי מע זאָגט, געגאַנגען די קאָרט, און ווען נישט די דריטע מעלה זײַנע, וואָלט ער זיכער געוואָרן אַן עכטער קאַפּיטאַליסט, זײַן „אויסגעלינקטער‟ באָבען אויף צולהכעיס.

סעם איז געווען אַ געמבלער און ווי ער האָט אַליין געהאַלטן, האָבן די דרײַ זײַנע מעלות צונויפֿגעשטוקעוועט איין שטיק לעבן. זײַן לעבן. עס לייגט זיך אויפֿן שׂכל, אַז אין קאַזינאָס גייט מען נישט מיט קיין ליידיקע הענט, צוליב דעם, אייגנטלעך, האָט ער געהאַלטן זײַן ביזנעס. וווּ קומט אָבער צו געמבלערײַ די שיטה פֿון „הייל־הונגער‟? שוין זשע האָט ער געפֿונען אַן ענטפֿער אין פּאָל ברעגס ביכער… קיין דירעקטן שײַכות צום באַרימטן דיעטאָלאָג האָט עס נישט געהאַט, פֿון דעסטוועגן, האָט סעם, אויפֿן סמך פֿון דער הונגער־שיטה געמאַכט זײַן אייגענעם אויספֿיר, דהײַנו: צום סוף פֿון זײַן וועכנטלעכן פֿאַסטן, באַפֿרײַט זיך פֿון דער יאָגנדיקער, פֿאַרמיסטיקטער טאָג־טעגלעכקייט אויך זײַן קאָפּ — ער ווערט ציכטיק קלאָר און ריין. די געדאַנקען זײַנען פֿריש און פּינקטלעך, דער בליק — שנײַדט דורך יענעמס קאָרטן, און זײַנע אייגענע קאָרטן פֿאַלן אויפֿן גרינעם שפּילטיש, ווי געלע האַרבסטיקע בלעטער, און דעקן יענעמס קאָמבינאַציע. אַן אַנדער זאַך, אַז נישט תּמיד פֿלעגט זיך אַזוי טרעפֿן…

אַהיים איז סעם געקומען אַ דערדריקטער און אַ צעבראָכענער. ווי עס זאָל נישט זײַן, מוז ער זיך מאַכן אַ קליזמע. עס וועט אים נישט שטערן צו זײַן איצטיקן מצבֿ. אַ רגע זיך פֿאַרטראַכט, איז ער געקומען צו אַן אויספֿיר — פֿאַרפּאַרען טיי מיט דרײַ מינים קרײַטעכצן: מינץ, ראָמאַשקע און אינגבער. די באָבע וואָלט געבליבן צופֿרידן. אין אַ טאָג, בשעתן לערנען דאָס אייניקל וויאַזוי צו פֿאַרקאָכן הייל־טיי, האָט די באָבע אים דערציילט איינע פֿון אירע ביראָבידזשאַנער מעשׂיות. דאָס איינציק אָרט אין זייער דאָרף, וווּ מ׳האָט געקאָנט באַקומען כאָטש וואָסער נישט איז מעדיצינישע הילף, האָט געהייסן „מעדפּונקט‟. ס׳האָט דאָרט געאַרבעט אַ שיקסל, אַ קראַנקנשוועסטער, אָבער מיט וואָס צו היילן די קראַנק געוואָרענע ייִדישע קאָלאָניסטן, האָט זי נעבעך נישט געוווּסט, ווײַל דער דאָזיקער „מעדפּונקט‟ איז פֿון מעדיקאַמענטן געווען פֿרײַ. צו יענער צײַט איז שוין געהאַט געבוירן געוואָרן סעמס מאַמע. אין יענע באַדינונגען צו כאָווען אַ קינד, איז אָנגעקומען מיט גרינע ווערעם, בפֿרט נאָך, אַז יעדעס קינד האָט די טבֿע צו קרענקען. האָט די באָבע זיך דערוווּסט וועגן איינער אַ כינעזערין, וואָס האָט געהיילט מיט טייען. יענע האָט געוווינט עק דאָרף אויפֿן סאַמע ראַנד פֿון דער טײַגע. איז די באָבע צו איר געלאָפֿן זיך לערנען אָט דער קונסט פֿון פֿאַרקאָכן טייען אויף טרוקענע גרעזער. קומענדיק אין אַמעריקע, האָט די באָבע, קודם־כּל, אויסגעזוכט אַ כינעזישע קראָם, וווּ מ׳האָט פֿאַרקויפֿט פֿאַרשיידענע מינים טרוקענע געוויקסן, געבראַכט פֿונעם ווײַטן מיזרח.

איידער זיך גיין נעמען אויפֿזידן וואַסער און אויסגעפֿונען אין קיך־שאַפֿקעלע די בלעכענע פּושקע מיט טייען, האָט סעם זיך אַראָפּגעלאָזט אינעם ווייכן פֿאָטעל אָפּצוכאַפּן דעם אָטעם. מאָדנע, נאָך ביזן הײַנטיקן אינדערפֿרי האָט ער זיך געפֿילט גאָר נישט שלעכט, זיך געהאַלטן בײַ זײַן רעזשים: פֿאַרן עסן מיטיק שפּאַצירט איבער אַ שעה, דערנאָך זיך געווייקט ביז מיטאָג אינעם שווים־באַסיין, און אין די פֿאַר נאַכטן געשפּילט אַ פּאָר „געימס‟ אין ביליאַרד אָדער אין קאָרטן… שוין זשע איז דער הײַנטיקער „בלוט־פֿלעק‟ אַ קלאָרער סיגנאַל, אַז דער מלאך־המוות איז אויפֿן וועגן נאָך אים?..

דער טריבער געדאַנק איז געבליבן נישט פֿאַרענדיקט. סעם האָט דערהערט אינעם וואַשצימער, ווי מע לאָזט דאָרט אַראָפּ די וואַסער אינעם טואַלעט. שפּעטער אַ ווײַלע האָט זיך געעפֿנט די טיר און אויף דער שוועל איז געבליבן שטיין אַן אומבאַקאַנטער פּאַרשוין. ער האָט אויסגעזען, ווי אַ קרופּיע אין קאַזינאָ, אָנגעטאָן אין אַ ווײַס העמד מיט לאַנגע האַרבל און אַריבער דעם העמד אַ רויטע זײַדענע זשיליטקע. צוגעטשעפּעט צום קאָלנער האָט אינמיטן האַלדז זיך באַזעצט אַ באַבעלע — איין קאָליר מיטן זשילעט. די שטײַפֿע פֿאַרברענטע פֿיס אין סאַנדאַלן האָבן זיך אַרויסגעצויגן פֿון די קורצע ווײַסע הויזן. סעמען איז אָפֿט אויסגעקומען צו זען אַזעלכע חבֿרה, וואָס פֿלעגן באַדינען די געסט בײַ די קאָרטן־טישלעך אָדער דעם רולעטן־טיש… אָבער וואָס טוט אָט דער פּאַרשוין דאָ, בײַ אים אין שטוב?

— דײַן טואַלעט גלאַנצט, אַז מע קאָן אין אים זיך שפּיגלען.

סעם, קומענדיק אַ ביסל צו זיך נאָך דעם שאָק, האָט גלײַך אַויסגעשיט אויפֿן גאַסט די עטלעכע פֿראַגעס, וואָס האָבן זיך געריסן בײַ אים פֿונעם מויל:

— ווער ביסטו? וויאַזוי ביסטו אַהער אַרײַנגעקומען? וואָס איז דײַן נאָמען?

דעם אומדערוואַרטן גאַסט האָט עס, זעט אויס, נישט איבערגעראַשט, האָט ער זיך מיטן ענטפֿער נישט פֿאַרהאַלטן:

— צו וואָס פֿרעגסטו מײַן נאָמען? — האָט ער געענטפֿערט, אָנשטעלנדיק דעם בליק אין אַ זײַט, — ווען דו פֿלעגסט קומען אין קאַזינאָ, האָט דיך מײַן נאָמען נישט אינטערעסירט, פּונקט ווי די נעמען פֿון אַלע מײַנע קאָלעגן בײַ די טיש און טישלעך. מיר האָבן אַלע אויסגעזען אין דײַנע אויגן אויף איין פּנים — באַדינערס. — אַ ווײַלע געשוויגן, ווי עפּעס אַרומגעטראַכט, האָט ער זיך אָנגערופֿן: — קאָנסט מיך רופֿן, ווי אויך אַנדערע רופֿן מיך — „מיסטער מלאך‟…

— מלאך? — האָט איבערגעפֿרעגט סעם אַ צעמישטער.
— עס געפֿעלט דיר נישט? צומאָל בין איך אַ גוטער מלאך, צו מאָל אַ שלעכטער מלאך… יעדנפֿאַלס, איצט דאַרף איך דיר נישט דערקלערן, וויאַזוי כ׳בין אַהער אַרײַנגעקומען. אַ מלאך טרעפֿט וווּהין ער דאַרף, צי די טיר איז פֿאַרשלאָסן, צי נישט. מכּוח דײַן לעצטער פֿראַגע, האָסטו שוין פֿאַרשטאַנען, אַז איך בין אַ מענטש פֿון קאַזינאָ, אַ מין שליח…
— וואָס פּלוצעם אַ שליח? — האָט סעם געפּרוּווט זיך אויפֿהייבן, אָבער סײַ די ווייכקייט און טיפֿקייט פֿונעם פֿאָטעל, סײַ זײַן אָפּגעשוואַכטקייט האָבן אים אַראָפּגעצויגן צוריק, ווי געהאַלטן אים פֿאַר די הויזן.
— זיצט, זיצט, מיסטער קאָרנפֿעלד, — האָט דער גאַסט מיטאַמאָל אָנגעהויבן סעמען צו „אירצן‟, — רופֿט דאָס, ווי ס׳געפֿעלט אײַך מער, נאָר מײַן שליחות איז אַרויסצובאַקומען פֿונעם „קליענט‟ דאָס געלט, וואָס ער איז שולדיק דעם קאַזינאָ…

אַזוינס האָט סעם געקאָנט הערן נאָר אין אַ בייזן חלום. נישט איין מאָל פֿלעגן זיך אים טאַקע חלומען מטורפֿדיקע חלומות, אַז ער האָט פֿאַרשפּילט אַלץ ביז אַ שפּילקע, און האָט נישט קיין סענט אויסצוצאָלן דעם חובֿ. אין שלאָף פֿלעגט אויף אים אָנפֿאַלן אַ פּחד און אַ שרעק, אַז מע קומט צו אים דעם חובֿ אַרויסצושלאָגן, און אויב נישט — פֿאַרפּײַניקן און פֿאַרמוטשען ביז טויט… ער האָט געוויינט און געשריגן, גערופֿן צו הילף די באָבע, וואָס האָט שוין צו יענער צײַט געהאַט געטאַנצט מיטן זיידן אַ „ביראָבידזשאַנער פֿריילעכס‟ אין גן־עדן…

איצט, ווען ער זעט פֿאַר זיך אַזאַ „שליח‟ און הערט זײַנע טענות, איז ער גלײַך פֿאַרטעמפּט און מתיאש געוואָרן אין איין צײַט.

מיסטער מלאך האָט גערעדט זײַנס. ער איז שוין געזעסן בײַם טיש, אויסציִענדיק די פֿיס און אַרויפֿלייגנדיק זיי אויפֿן ראַנד, ווי עס פּאַסט פֿאַר אַן עכטן אַמעריקאַנער „באָס‟. ער האָט שוין ווידער סעמען „געדוצט‟:

— ווילסטו, אַוודאי, וויסן, פֿון וואַנען דײַן חובֿ האָט זיך גענומען? וועל איך דיר דערקלערן: פֿון יענע גרויסע געווינסן דײַנע, וואָס דו האָסט געוווּנען אויף אַ גנבֿישן אופֿן! דו האָסט אויסגענוצט בײַם שפּילן דײַן הונגער־מעטאָדע… וויאַזוי? זייער פּשוט: אַרײַנגעפֿאַלן אין אַ טראַנס און אין אַזאַ צושטאַנד זיך דערוווּסט, וואָס עס ליגט אין די קאָרטן בײַ אַנדערע שפּילערס בײַ דײַן טיש… נאָך מער: אין דער זעלבער צײַט, פֿלעגן יענע בלײַבן זיצן פֿאַרהיפּנאָטיזירט, אַרונטערפֿאַלנדיק אונטער דײַן שווינדלערישן טשאַד…

סעם האָט זיך באַמיט אַרויסצושטויסן פֿון זיך דעם געשריי, וואָס איז געבליבן שטעקן אין זײַן גאָרגל, האָט אים געוואָרגן; אַרויסשפּײַען אין פּנים אַרײַן אָט דעם חוצפּהניק מיטן נאָמען מלאך — „ס׳אַ ליגן!‟ דער געשריי האָט זיך געריסן פֿונעם מויל, נאָר קיין פּיפּס האָט זיך נישט געהערט, בלויז די אויגן האָבן בײַ סעמען אַרויסגעשטאַרצט פֿונעם פּנים, ווי בײַ יענעם מאַן פֿונעם בילד „געשריי‟. דאָס בילד איז געהאָנגען אויף דער וואַנט אין זײַן אָפֿיס, פֿאַרשטייט זיך, אַ קאָפּיע. סעם האָט דאָס בילד אויפֿגעהאָנגען נאָך דעם, ווי ר׳האָט זיך דערוווּסט, אַז דער אָריגינאַל איז פֿאַרקויפֿט געוואָרן אין ניו־יאָרק פֿאַר אַן ערך 120 מיליאָן דאָלאַרס. זאָגן דעם אמת, איז אים דאָס בילד נישט געפֿעלן געוואָרן, מער ענלעך צו אַ קאַריקאַטור. שוין אָפּגערעדט, אַז ער האָט קוים עפּעס געהערט וועגן דעם מאָלער. איצט איז דווקא אָט דאָס בילד אים געבליבן שטיין פֿאַר די אויגן… סעמס געשריי האָט זיך געטראָגן צוריק אין זײַנע געדערעם און, כּדי נישט ווערן פֿון אים פֿאַרטויבט, האָט ער פֿאַרקוועטשט די אויערן מיט די הענט, ווי יענע שרײַענדיקע פֿיגור אויף דער בריק…

מיסטער מלאך האָט בשעת־מעשׂה געהאַלטן זײַן דרשה ווײַטער:

— דער קאַזינאָ־דירעקטאָראַט האָט דורכגעפֿירט אַ גענויע אויספֿאָרשונג און געקומען צום אויספֿיר, אַז דו ביסט שולדיק דעם קאַזינאָ בסך־הכּל 150 טויזנט דאָלאַרס. טאַקע צו באַקומען אָט די סומע בין איך דאָ, מיסטער קאָרנפֿעלד. — ער האָט זיך געשטעלט אויף די פֿיס, פֿאַרראָכטן דעם זשילעט און דאָס באַבעלע אויפֿן האַלדז, — מיר ווייסן, אַז אין אײַער צוואה איז קיין וואָרט וועגן דעם נישט אָנגעוויזן, האָט איר דרײַ טעג דאָס צו פֿאַרריכטן און פֿאַרלאָזן די שיינע וועלט מיט אַ גרינג האַרץ. — ער האָט אָפּשאַצעריש אַרומגעקוקט די דירה און צוגעגעבן: — כ׳מיין, אַז נאָכן פֿאַרקויפֿן די דירה, וועט די סומע דעקן דעם חובֿ.

מיסטער מלאך האָט אַ שפּאַן געטאָן צום פֿאָטעל און זיך אָנגעבויגן צו סעמס פּנים אַזוי נאָענט, אַז סעם האָט דערפֿילט מיט דער נאָז זײַן פֿײַכטן קאַלטן אָטעם.

— איך דאַרף אײַך נישט דערקלערן, וואָס עס קומט פֿאָר מיט יענעם, וואָס קערט נישט אום זײַן קאָרטן־חובֿ… דו וועסט נישט נאָר קאַקן מיט בלוט, דו וועסט מיט בלוט כראַקען!… כראַ־אַ־קען!..

סעם האָט זיך ממש אַרײַנגעקוועטשט אינעם פֿאָטעל. פֿון דעסטוועגן, האָט ער געפֿונען אין זיך מוט און כּוח אויסצושטרעקן די הענט, גרייט אָנצוכאַפּן דעם וויסטן פּאַרשוין פֿאַרן גאָרגל: „ראַ־טע־וועט!‟…

סעם האָט זיך אויפֿגעכאַפּט פֿונעם אייגענעם געשריי. זיך אַרומגעקוקט און איבערצײַגט, אַז ער איז אין שטוב אַליין, האָט ער עטלעכע מאָל אַ צאָקע געטאָן מיט דער צונג — „טצע־טצע־צטע‟ — און געזאָגט אויף אַ קול, אָפּטיילנדיק איין וואָרט פֿונעם אַנדערן וואָרט: „מלאך!‟… „שליח!‟… חובֿ!‟… „טראַנס!‟… און פֿאַרענדיקט מיט אַ קללה צו דער סטעליע: „אַ מיאוסע משונה אויף דיר!‟

זיך אָנגעשפּאַרט מיט די הענט אין די ווייכע זײַטלעך פֿונעם פֿאָטעל, האָט סעם אויפֿגעהויבן זײַן שווער געוואָרענעם מאָגערן הינטן. פּאַמעלעך האָט ער זיך אומגעקערט צו דער ווירקלעכקייט און זיך דערמאָנט: יאָ, ער האָט דאָך געוואָלט שטעלן אויפֿזידן וואַסער און זיך פֿאַרפּאַרען הייל־טיי…

סעם האָט זיך דעם טאָג געלייגט שלאָפֿן פֿריִער ווי געוויינטלעך. זײַנע געדאַנקען האָבן זיך נאָך אַלץ געדרייט אַרום דעם פֿרימאָרגנדיקן „רויטן פֿלעק‟, אָבער נאָך דער הייל־קליזמע האָט ער אין דער לויזער מאָגן־אויסליידיקונג קיין זכר פֿון בלוט נישט באַמערקט. ער האָט שוין אָנגעהויבן טראַכטן: אפֿשר האָט זיך אים דער פֿרימאָרגנדיקער „פֿלעק‟ אויך צוגעחלומט… אַ מין אָנשיקענישן… ווי פֿלעגט די באָבע זאָגן: „דאַכטן איז נישט קודאַכטן‟… אַבי די נאַכט זאָל אַדורך בשלום…

די זון איבערן שוואַנענפּאַרק האָט פֿאַרענדיקט איר הײַנטיקן גאַנג. יעדער וועג האָט דאָך זײַן סוף, יעדנפֿאַלס אַ פּונקט, וווּהין מע קומט אָן. איצט האָט די שליטה איבערן הימל איבערגענומען די לבֿנה. אַמאָל־אַמאָל, ווען זי איז נאָך געווען יונג און נאַריש, האָט זי זיך געקלאָגט פֿאַרן אייבערשטן, אַז עס פּאַסט נישט, די זון און זי, די מלכּה־לבֿנה, זאָלן טראָגן איין קרוין. האָט איר דער אייבערשטער געענטפֿערט: „ווער זשע קלענער‟. נאָר די לבֿנה האָט געטהנעט ווײַטער: „צי דערפֿאַר, וואָס כ׳האָב דיר געזאָגט אַ גלײַכע זאַך, קומט מיר צו ווערן קלענער?‟ אונדזער גאָט איז טאַקע אַ היציקער, אָבער ער גייט גיך אָפּ. האָט ער געמאַכט זײַן אייגענע פּשרה און געזאָגט דער לבֿנה: „נעם זיך די שטערן פֿאַר אַ צוגאָב.‟ אַזוי איז דער הימל, דאָס ברייטע פֿרוכפּערדיקע פֿעלד, געוואָרן פֿאַרזייט מיט מילי־מיליאַסן שטערן.

די אײַנוווינער פֿון שוואַנענפּאַרק האָבן נישט געהאַט די טבֿע צו זיצן אונטער דער לבֿנה און ציילן די שטערן. יענע זיסע נעכט, ווען זיי האָבן עס געטאָן זײַנען שוין לאַנג פֿאַרבײַ. זייער פּעקעלע מזלדיקע שטערן האָבן זיי שוין אָנגעזאַמלט און געהאַלטן פֿאַררוקט טיף אין זכּרון. ווען נישט ווען האָט זיך פֿאָרט געטראָרפֿן, אַז אַ שטערנדל פֿלעגט זיך אײַנגעבן זיך אַרויסרײַסן פֿון דער פֿאַרשפּאַרטקייט און אַנטלויפֿן צוריק אין הימל אַרײַן. גיי זוך עס ווידער אָפּ! סײַדן אין חלום… מע זאָגט דאָך, אַ חלום איז אַ גנבֿ.

[1] מײַ פּלעזשער [my pleasure] — ניטאָ פֿאַר וואָס.
[2] פֿערי טיילס (ענג.) — מעשׂהלעך.
[3] הערבער שעלטאָן (1895־1985) — אַמעריקאַנער נאַטוראָפּאַט, אָנהענגער פֿון דער אַלטערנאַטיווער מעדיצין.
[4] פּאָל ברעג (1895–1976) — דיעטאָלאָג, אָנהענגער פֿון אַלטערנאַטיווער שפּײַז, שרײַבער

יוני 12, 2026, ברוקלין, ניו־יאָרק.

Leave a comment