פֿון אונדזער עזבֿון: אַנע סטעלמאַך (1900־1950)

פּראָזאַיִקער, פּסעוודאָנים פֿון ר. אייפֿע. גענויע ביאָגראַפֿישע ידיעות וועגן איר פֿעלן. ס׳איז בלויז באַוווּסט, אַז זי איז געבוירן אין אַ שטעטל אין אוקראַיִנע, פֿאַרענדיקט אַ טעכנישע הויכשול, באַקומען אַ דיפּלאָם פֿון אַ באַרג־אינזשעניר, געלעבט אין קיִעוו, געאַרבעט אין אינסטיטוט (קאַבינעט) פֿון ייִדישער קולטור, געשריבן דערציילונגען, נאָר גאָרנישט נישט געדרוקט. אין אָנהייב פֿון דער מלחמה האָט זי זיך עוואַקויִרט אויף דרום־אוראַל, געלעבט אין דער שטאָט נאָוואָ־טראָיִצק, טשקאַלאָווער (איצט אָרענבורגער) געגנט, געאַרבעט ווי אַ באַרג־אינדזשעניר, פֿאָרגעזעצט שרײַבן און טאַקע פֿון אָט דער בויונג, אויף וועלכער ס׳האָבן געאַרבעט אַ סך עוואַקויִרטע ייִדן, האָט זי געשעפּט אירע געשטאַלטן. איינס פֿון אירע דערציילונגען (”אַ משל־קאַפּאָשל“) האָט אין 1946 אָפּגעדרוקט די מאָסקווער צײַטונג ”אייניקײַט“. דעם 30סטן מאַרץ 1946 האָט די רעדאַקציע געמאָלדן אַ קאָנקורס אויף אַ קורצער נאָוועלע. די זשורי פֿונעם קאָנקורס איז באַשטאַנען פֿון דוד בערגעלסאָן, דער ניסתּר, יחזקל דאָברושין, שמואל האַלקין, גריגאָרי זשיץ, אַהרן קושניראָוו און איציק פֿעפֿער. אויפֿן קאָנקורס זײַנען צוגעשיקט געוואָרן 30 מאַנוסקריפּטן. זיך באַקאַנט מיט זיי, האָט די זשורי דעם 11טן אָקטאָבער 1946 אונטערגעצויגן דעם סך־הכּל און באַשלאָסן: קיין ערשטע פּרעמיע ניט אַרויסגעבן, די צווייטע — געבן אַנע סטעלמאַך פֿאַר דער דערציילונג ”אַ געמעל אויף אַ בעכער“, די דריטע פּרעמיע האָט באַקומען הערץ ריווקין פֿאַר דער דערציילונג ”דער טאַטע און דער זון“. דעם 9טן יולי האָט די רעדאַקציע ”אייניקײַט“ אײַנגעאָרדנט אַ באַגעגעניש מיט אַנע סטעלמאַך, בעת וועלכער מיט אַ וואָרט וועגן דער שרײַבערין איז אַרויסגעטראָטן שלמה מיכאָעלס. אין 1947 איז אין מאָסקווער ”עמעס“־פֿאַרלאַג דערשינען סטעלמאַכס איינציק בוך ”אויף דרום־אוראַל“, אין וועלכן עס זײַנען אײַנגעשלאָסן זיבן דערציילונגען. די שרײַבערין האָט געהאַט נאָך אַ סך פּלענער, געהאַט צוגעגרייט נאָך אַ ריי דערציילונגען (וועגן דעם דערוויסן מיר זיך פֿון אירע בריוו צו י. דאָברושינען און אַ. קושניראָוון, פֿאַרעפֿנטלעכט אין „סאָוועטיש היימלאַנד“ אין 1976, נומ׳ 10). לויט די פֿאַראַנענע ידיעות, האָט מען זי אין 1950 אַרעסטירט, און איר ווײַטערדיקער גורל איז ניט באַוווּסט.

אַנע סטעלמאַך

אַ משל־קאַפּאָשל
(אַן אויסצוג פֿון דערציילונג)

אַ נײַער געדאַנק האָט איצט פֿאַרפֿולט לאַנדסבערגס גאַנצן וועזן. ער האָט זיך אַרײַנגענומען אין קאָפּ, אַז זײַן פֿאַמיליע האָט זיך אומגעקערט צוריק קיין פּױלן. ער איז געװען דערין אַזוי פֿאַרגלייבט, אַז בײַ קיינעם האָט ניט געקלעקט קיין מוט צו באַשטרײַטן עס. װידער, פּאַסירן דאָך איצט אַלערליי װוּנדער, און אפֿשר טאַקע אין דער אמתן לעבט זײַן פֿאַמיליע ערגעץ. מיר פֿלעגן זיך מיט אים ניט שפּאַרן, און ער האָט זיך אַלץ מער באַפֿעסטיקט אין זײַן געדאַנק.

צו דער בענקעניש נאָך זײַנע נאָענטע האָט זיך צוגעמישט נאָך אַ געפֿיל — אַ בענקעניש נאָך זײַן שטעטל. ער פֿלעגט זען קלאָר פֿאַר זִיך דאָס קליינע שטעטל מיט די קרומע געסלעך, די איינציקע גלײַכע גאַס אין דער מיט, זײַן װײַס אײנשטאָקיק הויז מיט אַ שטיין פֿון פֿאָרנט, װוּ די טרעפּלעך דערגרייכן ניט ביז דער ערד, מיט די קאָלירטע טאָפֿלעלעך אינעם פֿאָדערשטן קאָריראָר און מיט דעם ברײטן גרויסן צימער, וווּ ס’איז נעשטאַנען זײַן זייגערמאַכער-טיש. איבערן טיש איז אויף דער וואַנט געהאַנגען אַ שיין בילד, אויסגענייט מיט בליטשקע אויף אַ קאַרטאָנענער קאַנווע. זײַן בענקעניש פֿלעגט אים מאָלן די צוויי צונויפֿגעוואַקסענע בערעזעס בײַם ברונעם און װײַטער הינטערן שטעטל — פֿעלדער, לאָנקעס און זאַמדיקע פּלעצער. אין יענער װײַטער פֿאַרביקער געגנט האָט געשטראָמט אַ זײַד־בלויער טײַך — שוין זשע פֿלעגט ער טוקן אין דעם דאָזיקן טײַך זײַן איצטערדיקן קערפּער? שוין זשע האָט ער אין דער אמתן געלעבט אַמאָל אין אָט דעם קאַנט?

דאָס פֿלעגט ער מיר אָפֿט דערציילן בײַם ברונעם, װײַל ס’אין ווידער געווען זומער, און מיר האָבן ווידער באַגאָסן אין אָוונט אונדזערע גערטנער. און ניט אַזוי פֿלענט ער עס מיר דערציילן, װי איך פֿלעג עס פֿון אים אַרויסציִען מיט מײַנע פֿראַגן. ער איז געווען ווי שטענדיק אַ גרויסער שװײַגער, נאָר צו זײַן פֿריִערדיקן רוגזדיקן שװײַגן פֿון אַן אומגליקלעכן מענטשן איז אַצינד צוגעקומען דאָס בכּבֿודיקע שװײַגן פֿון אַ מענטשן, װאָס ווייסט זײַן װערט און וואַרפֿט זיך ניט מיט ווערטער. איך האָב זיך טיף און ערנסט פֿאַראינטערעסירט מיט אים, און מיר האָט זיך געגלוסט, אַז ער זאָל שװײַנן נאָך איבער איין סיבה. מיר איז שווער געווען אַרײַנקוקן אין זײַן אינערלעכער וועלט, װוּ ס’האָבן צוזאַמענגעלעבט צוויי נשמות — איינע פֿון אַ קליינשטעטלדיק פֿאַרצײַטיקן פֿאַנטאַזיאָר, די צוויטע — פֿון אַ טיכטיקן, פֿעיִקן סאָוועטישן מענטשן. מיר האָט זיך געגלוסט, אַז די צווייטע זאָל זײַן, און די ערשטע זאָל ניט ווערן, זיך צעגיין, װי אַ פּאַרע. אָבער דאָס אַלץ האָב איך נאָר געקאָנט וועלן. לאַנדסבערג איז געגאַנגען פֿאָרויס מיט זײַנע וועגן, װאָס מיר זײַנען זיי געווען אומפֿאַרשטענדלעך. און עס פֿלעגט זיך אָפֿט טרעפֿן, אַז ער פֿלעגט אויפֿוועקן מײַן אינערלעכע װעלט, און ניט איך — זײַנע. אַזוי האָט ער מיר, למשל, איין מאָל געזאָגט:

— ס’האָט זיך מיר עפּעס געחלומט, אַ?

דער דאָזיקער „אַ?‟ איז געווען בײַ אים אַ מין ריטאָרישע פֿראַגע, װאָס פֿאָדערט ניט קיין ענטפֿער. דעריבער האָב איך געשוויגן.

— ס׳האָט זיך מיר געחלומט, — האָט ער װײַטער גערעדט און האָט מיר ביסלעכװײַז דערציילט זײַן חלום.

ער איז געקראָכן אויפֿן בוים אַלץ העכער און העכער און האָט אַלץ ניט געקאַנט דערגרייכן צום שפּיץ. און ער האָט געװוּסט, אַז אויב ער װעט צוקומען צום שפּיץ, וועט שוין זײַן „איין מאָל גוט‟. נאָר דער שפּיץ איז אַלץ געווען ערגעץ װײַט פֿון אויבן. די קאָרע פֿון דעם בוים האָט אים געריסן דאָס לײַב, די כּוחות האָבן זיך אים אױסגעלאָזט — אָט-אָט פֿאַלט ער אַראָפּ, נאָר ער האָט זיך געשטאַרקט און האָט סוף־כּל־סוף טאַקע דערגרייכט דעם שפּיץ. און װאָס האָט ער דערזען פֿון דאָרטן? אַ ברייטע שיינע וועלט מיט אַ סך שטעט און פֿעלדער, און אין איינער אַ זײַט — זײַן שטעטל, אַ לעבעדיקס, אַ פֿאַרביקס.

— דאָרט איז פֿאַראַן אַ הוידלקע הינטערן שטעטל — אַ סטויפּ און פֿון אים הענגען אַראָפּ שטריק מיט שלייפֿן אַזעלכע — אויף זיך הוידען. גייען צו ייִנגלעך, שטעקן אַרײַן די פֿיס אין די שלייפֿן און הוידען זיך. דאָס האָט נאָך אַמאָל דער אַלטער פּריץ אויסגעבויט די הוירלקע, אַ?

איך האָב אים שוין ניט געהערט. דאָס האַרץ בײַ מיר האָט נעקלאַפּט. די דאָזיקע חלומות פֿון הייבן זיך און ניט דערגרייכן, פֿון קריכן און ניט דערלאַנגען, פֿון שווימען און ניט דערשווימען — װי באַקאַנט זײַנען זיי מיר געווען! טײַערע היימשטאָט מײַנע, קיִעוו! וויפֿל מאָל האָב איך זי געזען אין מײַנע חלומות — אין היציקן פּלאָנטער, אין צעריסענע פֿאַרבינדונגען, װי שטענדיק אין אַ חלום — אַ װײַטע, אַ ווײַטע, אַ שטענדיק אומדערגרייכבאַרע אַ גרויזאַם-צוציִענדיקע, אַ פֿאַרצײַטיקע באַרגנעסט אין שפּיציקע טורעמס, אין פֿעלדזן, און אַ גאָרטן פֿון אוראַלטע קופּער-געשמידטע ווענט. קריגערישע ווילד-געמאָלטע שילדן זײַנען געהאַנגען אויף די פֿײַערגלאַנציקע ווענט, און שווער איז געווען דער וועג צו זיי. גאַנצע נעכט פֿלעג איך קלעטערן אין חלום אין די פֿאַרטריקנטע זומפּן איבער פֿאַרגליווערטע ליימען, איבער דערנער און שטעכלקעס — אַרויף, אַרויף, און פּלוצעם — אָפּגרונטן, לעכער און גריבער, באַוואַקסענע מיט שפּינוועבס און מיט שטעכיקע דראָטן… אַ האַלב-פֿאַרחלשטער מיט אַ קלאַפּנדיק האַרץ, אײַנגעטונקען אין קאַלטן שווייס, פֿלעג איך זיך אויפֿכאַפּן פֿון די דאָזיקע חלומות און ליגן דערנאָך לאַנג אין דער פֿינצטער, אײַנהערנדיק זיך אין מײַן אייגענעם אָפּגעריסענעם אָטעם. אַ רפֿואה פֿלעגט מיר ברענגען נאָר דער פֿרימאָרגן. איך פֿלעג אַרויסגיין אויף דער קילער אָדער פֿראָסטיקער פֿרימאַרגנדיקער לופֿט, דערזען פֿאַרהאָרעוועטע מענטשן, פֿאַרטאָנענע מאַשינעס און וואַקסנדיקע געבײַדעס. איך פֿלעג אַרײַנציִען אין זיך דעם ריח פֿון אָפּגעברענטע גרעזער אָדער פֿון זױבער-װײַסן שניי, פֿון צעמענט, קאַלך אָדער איבערגעברענטע טשאַדענדיקע קוילן. איך פֿלעג דערפֿילן פֿרעמדע און דאָך לײַבלעך-אייגענע הענט, װאָס האָבן געדריקט מײַנע הענט, אָדער געפּאַטשט איבער מײַנע פּלײצעס, ליפּן, װאָס זאָגן מיר עפּעס פֿרײַנטלעכס, אָדער לעכערלעך-פֿריילעכס, אָדער וווילעריש-באַרימערישס, און איך פֿלעג פֿילן, אַז איך בין געטרייסט, איך האָב געפֿונען אַ טײַערע מוטער, אַ צווייטע היים.

אַ סך מענטשן אַרום מיר האָבן געלעבט און געפֿילט אַזוי װי איך. מיר זײַנען געווען שטאָלץ און מיר זײַנען געווען קריגער, מיר זײַנען געווען באַהערשער פֿון דעם מידבר. מיר האָבן באַפֿרוכפּערט די ערד מיט אונדזערע קרעפֿטן, און מיר האָבן געװוּסט, עס װעט קומען אַ טאָג און עס װעט זיך עפֿענען די טראַכט פֿון דער ערר, און די גאַנצע וועלט וועט דערזען אירע פּרעכטיקע רײַכטימער, װאָס זייער צעטל האָט שוין איצט געפֿירט דער ערשטער אין אונדזערע רייען, דער אַלטער דאַרינקער געאָלאָג סמירנאָוו. דאָס צעטל האָט שוין פֿון פֿריִער אַנטהאַלט אײַזן, קופּער, ניקלוי מאַנגאַן און אַצינד — װאָלפֿראַם, כראָמיטן, טיטאַן און אַפֿילו שטיינקוילן און נאַפֿט.

דאָס אַלץ האָב איך געפּרוּװט דערקלערן לאַנדסבערגן. איך האָב געװאָלט עס אַרײַנאָטעמען אים טיף אין דער נשמה. ער איז מיך איצט געווען צום האַרצן. אין גיכן אָבער האָט זיך אָנגעהויבן אַ מעשׂה, װאָס האָט אונדז שיִער ניט צעקריגט אויף שטענדיק.

ווי נאָר ס׳זײַנען באַפֿרײַט געװאָרן די ערשטע שטעט פֿון מיזרח-פּוילן, האָט לאַנדסבערג גענומען שרײַבן אַהין בריוו. זײַן אייגן שטעטל איז דאָך געווען װײַט אויף מערבֿ, נאָר ער האָט אָנגעהויבן זיך דערמאַנען װײַטע קרובֿים, באַקענטע און באַקענטע פֿון באַקענטע, וואָס האָבן געוווינט אין די באַפֿרײַטע שטעט. ער פֿלענט צו זיי שרײַבן לאַנגע בריוו אין אַן אַלטמאָדישן ייִדיש פֿון בריוון־שטעלערס. דעם אַדרעס שרײַבן פֿלעגט ער קומען צו מיר. ער האָט קיין מאָל ניט געוווּסט צו וואָס פֿאַר אַ װאַיעװאָדסטװע עס געהערט די געגעבענע שטאָט „ליובלינער צי קאַלישער, צי ניין, טאַקע ליובלינער‟. ער האָט קיין מאָל גענוי ניט געװוּסט די גאַס און דעם נומער פֿון דעם הויז, װוּ עס װוינט דער אַדרעסאַט, װײַל ער איז קיין מאָל אין די דאָזיקע הײַזער און אין די דאָזיקע שטעט ניט געווען, און האָט קיין מאָל די אַדרעסאַטן אין די אויגן ניט געזען — ווען ניט די מלחמה, װאָלט ער אָפּגעלעבט אַ לעבן און װאָלט זיי ניט געשריבן. איך פֿלעג אָפֿט פֿאַרלירן דאָס געדולד און אױסשרײַען:

— נו זאָגט, סוף־כּל־סוף, פּינקטלעך די גאַס און דאָס הויז, אַניט — וווּהין וועט גיין דער בריוו?

— ווייסט איר װאָס? שרײַבט אָן, און דער איספּאָלקאָט וועט שוין אַליין איבערשיקן דעם אַדרעסאַט.

איך פֿלעג ווערן אויסער זיך.

— װאָס רעדט איר עס, פֿון היץ צי װאָס? ערשטנס, איז אין פּױלן ניטאָ קיין איספּאָלקאָמען, צווייטנס, פֿון וואַנען ווייסט איר, אַז דאָרט איז אַ ראַיאָן-צענטער, און דריטנס, פֿאַר וואָס איז מחויבֿ אַ שטאָט-אָרגאַניזאַציע צעשיקן בריוו פֿון פּריוואַטע בירגער?

דאָס מויל האָט זיך בײַ מיר ניט געעפֿנט צו זאָגן אים, אַז בכלל זײַנען די דאָזיקע בריוו אַ ברכה-לבֿטלה. אין האַרצן אָבער האָב איך אים ניט געקאַנט מוחל זײַן אַזאַ נאַיִווקייט. און ווידער האָב איך געגרײַזט…

ראָזענבערג האָט אָפּגעטרונקען אַ ביסל רויזן־געטראַנק און איז זיך דורכגעגאַנגען אַ פֿאַרקלערטער איבער דער שטוב.

— פֿון דעמלט אָן, — האָט ראָזענבערג װײַטער דערציילט, — האָב איך זיך פֿאַרשװאָרן ניט צו טראַכטן לײַכט וועגן מענטשן… שוין אַליין צוליב לאַנדסבערנס אָנדענק, — האָט ער צוגעגעבן.

— װאָס הייסט, צוליב זײַן אָנדענק? און װוּ איז ער אַצינד?

ראָזענכערג האָט געענטפֿערט:

— איך ווייס ניט, װוּ ער איז אַצינד. פֿאַראַיאָרן, אין פֿעווראַל 1945, איז ער אַוועק אין פּוילישן מיליטער.

דאָס לעצטע מאָל האָב איך אים געזען דעם 22סטן פֿעווראַל. ער האָט זיך לכּבֿוד דעם טאָג פֿון דער רויטער אַרמיי, צום געזעגענען זיך געשטעלט אויף אַ סטאַכאַנאָווישער וואַכטע. ער האָט שוין דעמלט געאַרבעט אויפֿן „שאַמאָטבוי‟, וווּ מע האָט געגרייט ציגל אויף אױסלייגן אונדזערע דאָמנעס. מע האָט געדאַרפֿט אויף הייך פֿון פֿופֿצן מעטער אויפֿבויען אַ הילצערנע גאַלעריי, װאָס זאָל צודעקן אַ טראַנספּאָרטיאָר אויף דערלאַנגען די ציגל. די גאָלעריי האָט געדאַרפֿט זיי שיצן פֿון שנייען און בוראַנען. דעם דאָזיקן טאָג וואָלט זי געווען ווי אָנגעמאָסטן; דעם גאַנצן טאָג האָט דער בוראַן געשמיסן און איבערגעקערט אַלץ אויף זײַן וועג. איך האָב זיך ניט געקענט פֿאָרשטעלן, אַז אין אַזאַ טאָג זאָל לאַנדסבערג דערלויבן זיך קריכן אויף אַזאַ הייך. איך בין געווען ניט װײַט און בין ספּעציעל צוגעפֿאָרן אַ קוק טאָן. איך האָב געטראָפֿן דעם אָנפֿירנדיקן אינזשעניער אין גרויס פֿאַרלעגנהײט און אומרו. דער ווינט איז געװאָרן אַלץ שטאַרקער און איז געווען שוין נאָענט צו צוועלף מעטער אַ סעקונדע. אַראָפּנעמען אָבער פֿון דער אַרבעט אַ סטאַכאַנאָווישע וואַכטע איז אויך ניט אַזוי פּראָסט. און װער האָט זיך געקאַנט ריכטן אויף אַזאַ צרה? אין דער פֿרי איז געווען קלאָר און פֿראָסטיק. איך בין צוגעגאַנגען צום זאַװאָד. די ערשטע ריי האָט שוין געאַרבעט און אַרויסגעלאָזט ציגל. פֿאַר זיי האָט מען עס געדאַרפֿט מאַכן די גאַלעריי.

לאַנדסבערג האָט געאַרבעט מיט זײַן בריגאַדע. זיי האָבן צוגעטראַכט אַ ראַציאָנאַליזאַטאָרישן פּלאַן: די עטלעכע טראַפּעציעס, װאָס האָבן געדאַרפֿט אויסבילדן דעם סקעלעט פֿון דער גאָלעריי, האָבן זיי באַשלאָסן צונויפֿקלאַפּן פֿון אונטן, דערנאָך זיי אַרויפֿטראָגן אין דער הייך, צופֿעסטיקן דאָרט און אַרומקלאַפּן מיט ברעטער. די לעצטע אָפּעראַציע װאָלט אויסגעקומען מאַכן אויף רעשטאָוואַניעס אויף אַ גרויסער הייך, נאָר דאָס האָט מען שוין אױסמײַדן ניט געקענט. דאָס שווערסטע איז געווען צוקלאַפּן די ערשטע טראַפּעציע אויף דער הייך פֿון פֿופֿצן מעטער, וווּ ס’איז ניט געווען קיין שום שוץ פֿונעם בוראַן, און גענומען האָט זיך עס טאָן לאַנדסבערג. ער איז געשטאַנען מיט די אַרבעטער בײַ די רעשטאָוואַניעס און האָט געגרייט דעם אַרויפֿגאַנג. איך האָב געוואָלט צוגיין צו אים און זאָגן אים די עטלעכע ווערטער, אויף וועלכע קליינמוטיקע קוקן אַרויס:
„צו װאָס דאַרפֿט איר עס? מיר וועלן אײַך ניט לאָזן‟… נאָר איך װאָך עס ניט געטאָן —לאַנדסבערג איז געווען ניט פֿון די שלאַבעריקע, ער װאָלט אַלץ איינס געטאָן זײַנס, און מיך װאָלט ער אָפּגעפּטרט מיט עפּעס אַ ווערטל, ווי זײַן שטייגער איז. דעריבער בין איך אָפּגעשטאַנען אַ ביסל, און בין אַוועקגעגאַנגען אין קאַנטאָר וואַרעמען זיך. אין אַ מינוט צוואַנציק אַרום איז געקומען צו לויפֿן אַ ייִנגל און האָט מיר געמאָלדן:

— דער אינזשעניער בעט אײַך צוגיין, לאַנרסבערג שטעלט אַ רעקאָרד.

דעם ייִנגלס געזיכט האָט געפֿלאַמט, פֿון זײַן רוסיש האָט מען געזען, אַז ער איז אויך אַ פּוילישער און אַ צוייענדיקער בעל-שׂימחה. ער האָט זיך וווילעריש געגעבן אַ פּאַטש איבערן גאַרטל און איז אַוועקגעלאָפֿן קוקן אויפֿן „רעקאָרד‟.

בעת איך בין צוגעגאַנגען, איז לאַנדסבערג שוין געווען אין דער הייך. די מענטשן פֿון דער בריגאַדע האָבן זיך געהויבן, נאָכטראָגנדיק די טראַפּעציעס. די ערשטע איז שוין געשטאַנען לעבן אים. ער האָט אָנגעהויבן זי צוקלאַפּן. אַ ביסל נידעריקער פֿון אים האָט די צווייטע טראַפּעציע צוגעקלאַפּט אַ יונגער אַרבעטער. ער איז געשטאַנען טיילווײַז אונטער דער שוץ פֿון דער וואַנט. לאַנרסבערג אָבער איז געשטאַנען מיט זײַן גאַנצן קערפּער אַנטקעגן דעם בוראַן. ווי אַזוי האָט ער זיך דאָרט געהאַלטן! דער בוראַן האָט געריסן אין אַלע זײַטן די ברעטער פֿון די רעשטאָוואַניעס און דאָס שמאָלע בריקל, װאָס די טעסלער האָבן געמאַכט, כּדי זיך אויפֿהייבן. דער ווינט האָט אונדז געשמיסן אין די פּנימער. מיר האָבן זיך אויסגעקערעוועט מיטן רוקן צום ווינט, אַרומגעטוליעט די קעפּ פֿון אַלע זײַטן און אַזוי, דרייענדיק זיך, האָבן מיר אַרומגעקוקט אין דער הייך דורך די שמאָלע שפּעלטעלעך, װאָס מיר האָבן זיך דורכגעמאַכט אין די קעלנער. די טעסלער זײַנען געווען אונטער דער שוץ פֿון אַ הויכער וואַנט; זיי האָבן שױן צוגעקלאַפּט אַלע טראַפּעציעס. אַצינד האָבן זיי זיי אַרומגעקלאַפּט מיט ברעטער. לאַנדסבערג האָט פֿון אויבן געטאָן דאָס זעלבע. ער האָט אַרײַנגערוקט זײַנע ביידע הענטשקעט אונטערן חיטל און געמאַכט אַ מין פֿאָרהאַנג איבערן פּנים. פּלוצעם האָט אַ מסוכּננער שקוואַל אַ פּאַטש געטאָן אונדז אַלעמען איבער די פּנימער. מיר זײַנען געװאָרן מיטאַמאָל בלינד פֿונעם נאַסן שניי, װאָס איז דורכגעדרונגען דורך אַלע שפּאַלטן פֿון אונדזערע קליידער.

אַז מיר זײַנען געקומען צו זיך, האָבן מיר דערזען, אַז די עטלעכע אַרבעטער, װאָס זײַנען געשטאַנען גאָר הויך, האָבן זיך אַראָפּגעלאָזט נידעריקער. זיי האָבן שוין זייער טייל אַרבעט אָפּגעטאָן — אַרומגעקלאַפּט דעם שטח צווישן דער ערשטער און צווייטער טראַפּעציע מיט ברעטער. זיי האָבן זיך געשטעלט העלפֿן די חבֿרים, וואָס האָבן זיך געפֿונען נידעריקער.

און וווּ איז לאַנדסבערג? איך האָב אָנגעהויבן זוכן אים מיט די אויגן און האָב דערזען: לאַנדסבערג איז געשטאַנען אין דער הייך, אויסגעצויגן אין זײַן גאַנצן װוּקס אַנטקעגן דעם שמײַסנדיקן בוראַן, און האָט געקוקט װײַט פֿאַר זיך. װאָס האָט ער דאָרט דערזען? אַלע האָבן זיך אָנגעהויבן אײַנקוקן אויך אַהין, ביז אַ צווייטער שקוואַל האָט אונדז ווידער פֿאַרשאָטן די פּנימער. נאָר דאָך האָבן מיר באַוויזן צו דערזען, ווי לאַנדסבערג לאָזט זיך אַראָפּ צו זײַנע חבֿרים. אין צוואַנציק מינוט אַרום האָבן מיר פֿריילעך באַגריסט די בריגאַדע, וואָס האָט אויסגעפֿילט איר פֿאַרגעבונג. דער אינזשעניער האָט זיי אַלעמען דערלאַנגט בראָנפֿן, דריקנדיק זיי האַרציק די הענט, און דאָס פּוילישע בחורל האָט אָנגעקוועלט. ער האָט אַליין געזען דעם „רעקאָרד‟, אַלע האָבן געהאַט בלויז איין פֿראַגע, װוּהין האָט געקוקט דורכן בוראַן לאַנדסבערג, און װאָס האָט ער דאָרט געזען? לאַנדסבערג האָט געלאַכט גוטמוטיק און האָט ניט געװאָלט דערציילן, נאָר איך האָב געוווּסט: ער איז געשטאַנען מיטן פּנים צו מעריבֿ, און אַזוי איז ער געבליבן אין מײַן אָנדענק — אין דער הייך, אויפֿן פֿאַרניכטנדיקן װינט, מיטן פּנים געווענדט צו זײַן היים.

— און וואָס האָט דאָ צו טאָן די מעשׂה מיט די וועלף? — האָט געפֿרעגט איינער פֿון אונדז.
— די װעלף? — האָט איבערגעפֿרעגט ראַזענבערג, — וואַראָבײניקאָוו האָט דאָך געזאָגט, אַ מענטש איז ניט קיין חיה… אַ מענטש איז אַ מענטש…
— אַ משל-קאַפּאָשל, — האָט געזאָגט פֿרוי ראַזענבערג, און מיר האָבן זיך אַלע צעלאַכט.

Leave a comment