נאָטיצן פֿונעם רעדאַקטאָר — 106

ייִדישע זומער־פּראָגראַם בײַם ייִוואָ

דעם 21סטן יוני האָט זיך געעפֿנט די יערלעכע זומער־פּראָגראַם בײַם ייִוואָ אויף אוריאל ווײַנרײַכס נאָמען. איר אָנהייב ווערט געפֿירט פֿון 1968, מעגלעך, די ערשטע און לענגסטע זומער־פּראָגראַם, וווּ מע קאָן זיך לערנען ייִדיש און ייִדישע ליטעראַטור אויף אַלע מדרגות — פֿון אָנהייבערס ביז אַוואַנסירטע סטודענטן. אַהער קיין ניו־יאָרק פֿאָרן זיך צונויף מענטשן פֿון פֿאַרשיידענעם עלטער, כּדי זיך אָפּגעבן אין די הענט פֿון געניטע ייִדיש־לערערס און געניסן פֿון זייערע קענטענישן במשך פֿון זעקס וואָכן פּנים־אל־פּנים.

דער שמועס־קלאַס פֿון די אַוואַנסירטע צוהערער, יוני 2026

מיר האָט אָפּגעגליקט, שוין דעם דריטן זומער ווי איך ווער פֿאַרבעטן צו פֿירן אין דער פּראָגראַם דעם שמועס־קלאַס פֿאַר די אַוואַנסירטע סטודענטן. הײַיאָר האָבן זיך פֿאַרשריבן אין מײַן קלאַס בסך־הכּל 10 צוהערערס. ייִדיש האָט זיי געבראַכט פֿון פֿאַרשיידענע לענדער: איטאַליע, פּוילן, רוסלאַנד, פֿראַנקרײַך, ישׂראל און אַוודאי, פֿון די פֿאַרשיידענע אַמעריקאַנער שטאַטן און שטעט. יעדער פֿון זיי האָט זיך זײַנע פּלענער פֿאַר ייִדיש — וויסנשאַפֿטלעכע, קולטורעלע, ליטעראַרישע, — און מײַן אויפֿגאַבע איז, זיי זאָלן נישט נאָר לייענען און פֿאַרשטיין דאָס געלייענטע, נאָר אויך הערן דעם ייִדישן קלאַנג, אַרויסגעבראַכט פֿון זייער אייגענעם מויל. נישט אומזיסט זאָגט מען אויף ייִדיש: די נשמה קאָן מען נישט אויסשפּײַען, אָבער מע קאָן זיך פֿון דער נשמה אַראָפּריידן.

ליטעראַטור־פֿאַרמעסט פֿון דער ייִדישער פֿאָלקס־ביבליאָטעק אין מאָנטרעאָל

אַ צווייטע גוטע ידיעה, פֿאַרבונדן מיט ייִדיש איז געקומען פֿון מאָנטרעאָל, קאַנאַדע. די דאָרטיקע ייִדישע פֿאָלקס-ביבליטעק האָט געמאָלדן איר טראַדיציאָנעלן ליטעראַטור־קאָנקורס אויף י. י. סיגאַלס נאָמען. צוויי מאָל אין פֿאַרשיידענע יאָרן האָב איך צוגעשטעלט צו דעם פֿאַרמעסט מײַנע ביכער און ביידע מאָל האָבן זיי געוווּנען די פּרעמיע אויף ד”ר הירש און דבֿורה ראָזענפֿעלד.

און אָט איז דער אַנאָנס:

י.י. סיגאַל־פּרעמיע
די ייִדישע פֿאָלקס־ביבליאָטעק פֿון מאָנטרעאָל

שױן איבער 50 יאָר װי די ייִדישע פֿאָלקס־ביבליאָטעק פֿון מאָנטרעאָל טײלט אױס אַ פּרעמיע פֿאַר דער נײַער ייִדישער ליטעראַטור, לכּבֿוד דעם גרױסן מאָנטרעאָלער ייִדישן פּאָעט י.י. סיגאַל. הײַיאָר װעט מען אַרױסגעבן דרײַ פּרעמיעס: צװײ פּרעמיעס פֿאַר די בעסטע ביכער פֿון אַ קװעבעקער שרײַבער אױף אַ ייִדישער טעמע אין די קאַטעגאָריעס פֿון ליטעראַטור און װיסנשאַפֿטלעכע אױסגאַבעס (2,000 דאָלאַרס פֿאַר יעדער אײנער); און אַ דריטע פּרעמיע אונטערן נאָמען פֿון ד”ר הירש און דבֿורה ראָזענפֿעלד פֿאַר אַ נײַ װערק אױף ייִדיש (1,000 דאָלאַרס). דער/די שרײַבער/ין מעג װױנען אין װאָסער לאַנד עס זאָל נישט זײַן. די קאַנדידאַטן מוזן נישט זײַן קיין ייִדן.

ד”ר הירש און דבֿורה ראָזענפֿעלד

אַלע ביכער פֿאַר דער פּרעמיע דאַרפֿן האָבן פּובליקירט געוואָרן צווישן דעם 1טן יאַנואַר 2024 און דעם 1טן דעצעמבער 2025. כּדי אָנטײלצונעמען, מוז מען אַרײַנשיקן דאָס בוך אין פֿאָרמאַט – PDF צו דעם בליצפּאָסט אַדרעס׃
jisegalawards@jplmontreal.org

דער טערמין אַרײַנצושיקן איז דער 15טער אױגוסט, 2026.
אױב מעגלעך, זאָל מען אױך אַרײַנשיקן אַ פּאַפּירענעם עקזעמפּלאַר אין דער ביבליאָטעק אױף דעם אַדרעס׃

The Jewish Public Library
5151 Chemin de la Côte-Sainte-Catherine
Montréal, Québec H3W 1M6
Canada

פֿאַרלאַגן אָדער מחברים אַלײן קענען אַרײַנשיקן ביכער. אַלײן־אַרױסגעגעבענע ביכער נעמט מען אױך אָן.

מע דערװאַרט, אַז געװינערס פֿון דער ראָזענפֿעלד פּרעמיע װעלן אָנטײלנעמען אין אַן אונטערנעמונג אָדער פּנים־אַל־פּנים אין מאָנטראָעל, אָדער דורך װידעאָ, װי אױך זײַן גרײט מיטצוהעלפֿן מיט פּירסום־אַקטיװיטעטן.

די ייִדישע פֿאָלקס־ביבליאָטעק האָט דאָס רעכט צו פּסקענען צי אַ געװיס בוך פּאַסט צו דער פּרעמיע צי נישט.

געדענקט׃ דער טערמין אַרײַנצושיקן איז דער 15טער אויגוסט, 2026.

אין נאָמען פֿון דער רעדאַקציע „ייִדיש בראַנזשע‟ ווינטש איך אַלע באַטייליקטע סײַ אין דער זומער־פּראָגראַם בײַם ייִוואָ און סײַ די שרײַבערס — זאָל זײַן מיט מזל!

יוני 28, 2026, ברוקלין, נ״י.

Leave a comment