אלי שאַרפֿשטיין
אַ פֿאָרווערטל
שטיקן מענטשן איז ניט שיין. שטיקן מענטשן איז ניט אײַנגענעם. שטיקן מענטשן איז ניט קיין ייִדישע זאַך. וואָס עפּעס שטיקן? וואָס פֿאַר אַ סיבה דאַרף האָבן אַ ייִד, צו שטיקן אַן אַנדער ייִד? אָבער לאָמיר זיך פֿאָרשטעלן, אַז אַ סיבה איז טאַקע דאָ, און עס קומט אים דער שטראָף… נו, דעם וואָס מ’וויל שטיקן, מיין איך. טאָ וואָס עפּעס „שטיקן און ניט דערשטיקן‟? דו הייבסט אָן אַן אַרבעט, דאַרפֿסטו זי דערפֿירן ביזן סוף, ניין? כ’בין גערעכט? איך האָב אַמאָל געזען אַ רוסישן פֿילם, און דאָרט האָט איין פּאַרשוין, אַ גוי אַוודאי, געשטיקט אַן אַנדער גוי, און קיינער האָט זיך ניט געוווּנדערט דערפֿון! אָבער ייִדן זאָלן שטיקן?!
נאָר, ווי איר געדענקט, ביאַליק אַליין האָט שוין פֿון לאַנג געפּסקנט, אַז ייִדן זײַנען אַ פֿאָלק ווי אַלע פֿעלקער. הייסט עס, אַז ס’איז נישט קיין וווּנדער, אַז צווישן ייִדן קענען אויך פּאַסירן אַזעלכע אומגעוויינטלעכע מעשׂים. איך שווער אײַך, אַז איך האָב דאָס געזען מיט מײַנע אויגן. נו גוט, די נעמען האָב איך אַ ביסל געענדערט, צוגעלייגט אַ ביסל זאַפֿטיקײט… אָבער אין אַלגעמיין אַזוי איז עס טאַקע געווען.
שפּרונגין
ווער איז ער געווען סעמיאָן שפּרונגין? לויטן נאָמען, אַוודאי, אַַ ייִד. און אויב אַזוי, איז ער, אַוודאי, געווען אַ פֿײַנער מענטש? ריכטיק? ניין, ניט ריכטיק! נישט קיין פֿײַנער און נישט קיין מענטש! אַ ייִד, וואָס איז ערגער פֿון אַ שׂונא! מײַן מאַמע האָט אים גערופֿן נישט אַנדערש, ווי „אַ שטיק אויסוואָרף‟. און גלייבט מיר, אַז ער האָט עס פֿאַרדינט, און באַלד וועט איר אַלץ פֿאַרשטיין.
בערל צ. האָט געפֿילט, אַז אויב מ’וועט ניט אַרויספֿאָרן פֿון דער היים־שטאָט ווילנע, אויב מ’וועט ניט ברענגען דאָס ייִדישע וואָרט און דעם ייִדישן גײַסט צו נײַע צושויערס, אין נײַע שטעט, וווּ עס זײַנען נאָך געבליבן ייִדן, איז אומזיסט די גאַנצע מעשׂה מיטן ייִדישן טעאַטער און מיט דער גאַנצער ייִדישער זעלבשטעטיקײט. וואָס טויג אַ ייִדיש וואָרט און אַ ייִדיש ליד, אויב ס’איז נישטאָ ווער עס זאָל הערן, ווער ס׳זאָל קוועלן און ווער ס׳זאָל פֿאַרגיסן אַ טרער? בערל האָט געשאַפֿן דעם קאָלעקטיוו נישט נאָר פֿאַר די היגע ליטווישע ייִדן. בערל האָט אַלע מאָל געוועבט גרויסע, מ’קען זאָגן גראַנדיעזע פּלענער. ער האָט געטרוימט צו פֿאַרהיטן און צעשפּרייטן דאָס ייִדיש לשון און די ייִדישע קולטור איבער גאַנץ ראַטן־פֿאַרבאַנד. נאָך דעם גרויסן חורבן, האָט בערל פֿאַרשטאַנען, אַז דאָס איז זײַן באַרוף, זײַן ציל פֿון דעם פֿאַרבליבענעם לעבן, זײַן חובֿ פֿאַר די וואָס זײַנען אומגעקומען. „אין סאָוועטן־פֿאַרבאַנד זײַנען אַלע פֿעלקער גלײַך, און האָבן רעכט אויף אַן אייגענעם קולטורעלן אויסדרוק‟, — האָט בערל כּמעט ווי ציטירט די סאָוועטישע קאָנסטיטוציע. בערל איז געווען אַ הייסער ייִד, און אויך אַן איבערצײַגטער קאָמוניסט. און ווי אַ קאָמוניסט האָט ער טיף געגלייבט אין דעם, וואָס ס׳איז געווען אָנגעשריבן שוואַרץ אויף ווײַס אין דער קאָנסטיטוציע און אין די סאָוועטישע סאָציאַליסטישע געזעצן.
איין העלן טאָג האָט בערל צונויפֿגעקליבן די אָנפֿירערס פֿונעם ייִדישן אַנסאַמבל, און זיי מיטגעטיילט, אַז דער קאָלעקטיוו פֿאָרט אַרויס מיט גאַסטראָלן קיין ריגע, די הויפּטשטאָט פֿון לעטלאַנד. ער האָט שוין אַלץ אָרגאַניזירט, איבערגערעדט אַלע פּרטים אין די „הויכע פֿענצטער‟, און אין צוויי וואָכן אַרום וועט פֿאָרקומען דער ערשטער קאָנצערט. אַוווּ? אין איינעם פֿון די גרעסטע זאַלן אין ריגע. אַזוי ווי די שוישפּילערס, די זינגערס און די טענצערס זײַנען ניט געווען קיין פּראָפֿֿעסיאָנעלע, און יעדער איינער האָט ערגעץ געאַרבעט, האָט בערל זיי געבעטן זיך צו באַפֿרײַען פֿון דער אַרבעט אויף עטלעכע טעג. און ער האָט נאָך צוגעגעבן:
— אין ראַטן־פֿאַרבאַנד שטיצט מען אַזוינע זעלבשטעטיקײטן, אַזוי אַרום, אַז קיין פּראָבלעם וועט נישט זײַן.
נו, גערעדט און געטאָן. ס’זענען אַוועק צוויי וואָכן, און מיר זײַנען געקומען קיין ריגע. נישט ווי בײַ אונדז אין ווילנע, די לעטישע רעגירונג איז ניט געווען אַזוי פֿרײַנדלעך צו ייִדן און צו דער ייִדישער קולטור. אונדז האָט מען נישט דערלויבט אויפֿצוהענגען אַפֿישן אין שטאָט. איז ווי אַזוי קען מען מעלדן די ייִדן און זיי אײַנלאַדן אויף אונדזער קאָנצערט? האָט מען גענומען טראַכטן און זוכן, און ווידער אַ מאָל טראַכטן וואָס צו טאָן. מיט עטלעכע ייִדן אין ריגע האָט בערל געהאַט עפּעס אַ פֿאַרבינדונג, האָבן זיי אים רעקאָמענדירט שפּרונגינען.
שוין אויף מאָרגן האָט זיך באַוויזן אין אונדזער אַרײַנפֿאָר־הויז אַ נידעריקער און אויסגעדאַרטער ייִד מיט אַ קליין בײַכל און אַ ברייטן פּליך אויפֿן קאָפּ. ער האָט דערציילט וועגן זיך, אַז ער איז אַ בילעטן־פֿאַרשפּרייטער, און ער וויל אונדז העלפֿן צו אָנפֿילן דעם זאַל. זײַנע ווערטער האָבן געקלונגען ערנסט און מ’האָט אים גלײַך געגלייבט. נאָר מײַן מאַמע איז געווען קעגן און האָט געטענהט, אַז ער זעט איר אויס ווי אַ זשוליק, אַ מאַרוויכער. אָבער וועגן אַ בעסערן מיטל צו פֿאַרשפּרייטן די בילעטן האָט זי נישט געהאַט; האָט מיישקע, איינער פֿון די אָנפֿירערס, באַשלאָסן, אַז אַזוי וועט עס טאַקע זײַן, און איר געהייסן אַוועקגעבן אַלע בילעטן דעם חבֿר שפּרונגין. דער ייִד מיטן פּליך האָט די בילעטן אַרײַנגערוקט אין זײַן צעקנייטשטן לעדערנעם פּאָרטפֿעל, און פֿאַרשוווּנדן געוואָרן. ביזן ערשטן קאָנצערט זײַנען נאָך געבליבן עטלעכע טעג, און אַלע האָבן געהאָפֿט, אַז מ’וועט אָנפֿילן אַ זאַל מיט ייִדן. דער זאַל האָט פֿאַרמאָגט פֿינף צי זעקס הונדערט ערטער, און אין ריגע האָבן געוווינט בײַ 30000 ייִדן. אַ גרויסע קהילה.
אין צוויי טעג אַרום, ווען אַלע זײַנען געווען פֿאַרנומען מיט רעפּעטיציעס, האָט זיך דער קליינער „פֿאַרשפּרייטער‟ באַוויזן און דעם פֿאָרצימער פֿונעם קאָנצערט־זאַל, און איז גלײַך צוגעגאַנגען צו מײַן מאַמען. פֿאַר וואָס צו איר? ווײַל אַ חוץ אַלע אויפֿגאַבעס, איז זי געווען פֿאַראַנטוואָרטלעך פֿאַר די בילעטן. שפּרונגין האָט זיך אַוועקגעזעצט אויף אַ בענקל, אַרויסגענומען די בילעטן פֿון זײַן לעדערנער טעקע, און פּשוט געמאָלדן, אַז קיין בילעטן האָט ער כּמעט נישט פֿאַרקויפֿט, ווײַל די ייִדן האָבן פּשוט נישט געוואָלט קויפֿן. אויף זײַן פֿאַרשוויצטער רויטער מאָרדע האָט מען גלײַך געזען, אַז ער האַקט אַ טשײַניק, און אַז די גאַנצע מעשׂה איז אַ ליגן. מײַן מאַמע איז געוואָרן זייער בייז און געמאַכט אים אַ גוטע „פּאַמאַטערי‟. זי האָט אים געהייסן זיצן און נישט רירן זיך, צוגענומען די בילעטן און צוגערופֿן מיישקען.
מיישקע האָט שוין דערהערט ווי מײַן מאַמע האָט געשאָלטן דעם קליינעם ייִדעלע, און ער האָט שוין אַלץ פֿאַרשטאַנען. מיישקע איז צוגעלאָפֿן צו שפּרונגינען, געוואָרן בלאַס ווי אַ וואַנט, און אָן קיין ווערטער אים באַפֿאַלן, אַוועקגעוואָרפֿן אויף דער פּאָדלאָגע און גענומען שטיקן. ווי שטיקן? טאַקע אויף אַן אמת! מיישקע איז געלעגן אויף שפּרונגינען, אים געשטיקט מיט ביידע הענט, און יענער האָט געקוויטשעט ווי אַ געשאָכטענער חזיר.
אַזוי האָט מיישקע אים געשטיקט און געשטיקט, און יענער האָט געקוויטשעט און שוין קוים וואָס געאָטעמט. און דאַן האָט זיך מײַן מאַמע אַרײַנגעמישט און צוזאַמען מיט נאָך עטלעכע חבֿרים פֿונעם קאָלעקטיוו האָבן זיי אָפּגעריסן די צוויי מענער, וואָס האָבן זיך געוואַלגערט אויפֿן דיל, איינעם פֿון אַנדערן. מ’האָט דעם פֿאַררעטער מיט זײַן פּאָרטפֿעל צוגעפֿירט צו דער טיר, מכבד געווען מיט עטלעכע קלינגעוודיקע פּעטש, געוווּנטשן אים ער זאָל נישט אַלט ווערן, און אַרויסגעטריבן, ווי אַ הונט אויף דער גאַס.
און די בילעטן האָט מען טאַקע פֿאַרקויפֿט. אַלע! וועט איר פֿרעגן, וויאַזוי? עס האָבן זיך געפֿונען עטלעכע ייִדישע פֿרויען אין ריגע, וועלכע האָבן „געמאַכט אַ שפּאַציר‟ דורך די ייִדישע הײַזער, ממש פֿון הויז צו הויז, און אַזוי האָט מען אָנגעפֿילט דעם זאַל מיט הונדערטער ייִדן, וואָס זײַנען געווען דאָרשטיק צו הערן אַ ייִדיש וואָרט.
פֿון שפּרונגינען האָבן מיר קיין מאָל מער נישט געהערט. פֿון דער ייִדישער געזעלשאַפֿט אין ריגע האָבן מיר פֿאַרשטאַנען, פֿאַר וועמען ער האָט געאַרבעט, דער פּאַרשוין מיטן פּליך, און ווער האָט אים געהייסן מאַכן אַ סאַבאָטאַזש פֿאַר דער ייִדישער טעטיקײט. נאָר ווי איר האָט שוין פֿאַרשטאַנען, האָט זיי קיין זאַך נישט געהאָלפֿן. איך מיין, די רעגירונג פֿון לעטלאַנד.
חײמקע דער קאָמוניסט
די סטאָלאָווע, ווי מ’האָט בײַ אונדז גערופֿן דעם עסצימער, איז שוין געווען פֿאַרטיק פֿאַרן יום־טובֿדיקן מאָלצײַט. וואָס פֿאַראַ יום־טובֿ, פֿרעגט איר? ווען די גאַנצע משפּחה זאַמלט זיך צונויף, און דערצו נאָך מיט צוויי טײַערע געסט, וואָס זײַנען געקומען פֿון אויסלאַנד, איז עס טאַקע אַ יום־טובֿ! די קרובֿים פֿון ניו־יאַרק — טאַנטע ביילע און אָנקל אפֿרים, אָדער ווי מ’האָט זיי גערופֿן אין אַמעריקע „בערטאַ און פֿרענק‟, זײַנען דעמאָלט געקומען מיט אַ באַזוך ספּעציעל אויף מײַן בר־מיצווה. ביז דער בר־מיצווה איז נאָך געבליבן אַ וואָך צײַט, און די גאַנצע משפּחה האָט זיך כּמעט יעדן טאָג פֿאַרזאַמלט אין אַן אַנדער שטוב, געעסן היימישע מאכלים, געטרונקען גוייִשע געטראַנקען און געזונגען ייִדישע לידער. און דער עיקר, האָט מען גערעדט און גערעדט און גערעדט, און מ’האָט זיך נישט געקענט אָנרעדן. וועגן וואָס האָט מען געהאַט אַזוי פֿיל צו רעדן? מיט די אַמעריקאַנער קרובֿים האָט מען זיך שוין נישט געזען יאָרן לאַנג, איז, אַוודאי, געווען וועגן וואָס צו דערציילן איינער דעם אַנדערן. דאָס מאָל האָט מען זיך צונויפֿגעקליבן בײַ מײַן טאַנטע רייזל אין שטוב, אויף טראַמוואַיוּ־גאַס.
עס איז געווען נאָך אַ ביסל צו פֿרי צום עסן, און דער עסצימער איז געשטאַנען כּמעט ליידיק. נאָר איין ייִד, מײַן טאַטס אַ שוועסטערקינד חײם, איז אַרומגעגאַנגען הין און צוריק און עפּעס געבורטשעט אונטער דער נאָז. אָנגעטאָן איז ער געווען אין אַ נײַעם טונקל־גרויען אַנצוג, וועלכן מײַן אָנקל יאָסל דער שנײַדער האָט פֿאַר אים אויפֿגענייט. יאָסל איז געווען דער בעסטער מענער־שנײַדער אין ווילנע, און דער קאָלעדזש־ברוסטיקער קאָסטיום איז זייער שיין געלעגן אויף חײמקעס ברייטע פּלייצעס. די ברייטע קליאָשעווע גוט אויסגעפּרעסטע הויזן האָבן צוגעגעבן חײמקען דעם קאָמוניסט, ווי מ’האָט אים גערופֿן אין אונדזער משפּחה, אַ וויכטיקן, אַ וואַזשנעם אויסזען. זײַן רעכטע דלאָניע איז געווען אַרײַנגערוקט צווישן דאָס צווייטן און דריטע קנעפּל פֿונעם שיינעם רעקל. די לינקע האַנט איז געווען אַ ביסל צונויפֿגעבויגן אין עלנבויגן, און האָט זיך באַהאַלטן הינטער זײַן רוקן, און די פֿינגער זענען געווען צוזאַמענגעקלעמט אין אַ פֿויסט. ווען מײַן מאַמע וואָלט אים דערזען אַזוי האַלטנדיק די הענט, וואָלט זי אַוודאי געזאָגט, אַז ער מאַכט פֿון זיך אַ גאַנצן „יאַ-טעביע-דאַם‟, דער קאָמוניסט, און וויל אויסזען ווי זײַן „אָפּגאָט‟ יוסף סטאַלין ימח־שמו. אָבער מײַן מאַמע איז גראַדע געווען פֿאַרנומען אין קיך און האָט אַפֿילו נישט געוווּסט, ווער עס דרייט זיך דאָרט אַרום אין דעם פּוסטן עסצימער.
און חײמקע האָט „געמאָסטן‟ מיט שווערע טריט דעם עסצימער אין דער ברייט און אין דער לענג, און שטיל גערעדט עפּעס צו זיך אַליין. פֿון צײַט צו צײַט האָט ער אויסגעשריִען, באַווײַזנדיק זײַנע גאָלדענע ציין, און געשעפּטשעט ווײַטער. מ’האָט געקאָנט הערן, ווי ער האָט אַרויסגערעדט דאָס וואָרט „איזראַיִל‟ — אַזוי רופֿט מען „ישׂראל‟ אויף רוסיש. אַ פּנים, האָט ער געשמועסט מיט זיך אַליין וועגן פּאָליטיק, וועגן ישׂראל און אפֿשר וועגן דער לאַגע אין נאָענטן מיזרח. חײמקע האָט פֿײַנט געהאַט דאָס ייִדישע לאַנד, אַפֿילו מערער פֿון די פֿאַראייניקטע שטאַטן פֿון אַמעריקע. און נישט נאָר ער. זײַן ווײַב מאַשקע אויכעט; זי איז אויך געווען פֿון די פֿאַרביסענע קאָמוניסטן נאָך פֿון די אַלטע צײַטן אין ליטע פֿאַר דער מלחמה. די קאָמוניסטישע פּאַרטיי איז דאַן געווען פֿאַרווערט, און חײמקע איז אָפּגעזעסן אין דער ליטווישער טיורמע אַ יאָר פֿינף צי אַפֿילו מער. מאַשקע, אויף וויפֿל איך ווייס, איז אין תּפֿיסה נישט געזעסן, מע האָט זי קיין מאָל נישט געכאַפּט. ווען חײם האָט זיך באַפֿרײַט, האָט ער זיך באַהאַלטן בײַ מײַן טאַטן אין שטוב, אויף דעם גרינעם באַרג אין קאָוונע. קיינער האָט נישט געוווּסט אַוווּ איז ער, אַפֿילו אין דער משפּחה. אָבער די אַלע פּרטים זענען נישט אַזוי וויכטיק צו דער מעשׂה, וואָס איך וויל אײַך דערציילן.
איך האָב חײמען נישט געהערט, נאָר געזען, אָבער איך בין זיכער, אַז ער האָט נישט בלויז גערעדט וועגן ישׂראל, נאָר געשאָלטן אונדזער הייליק לאַנד אויכעט. און באַלד וועט איר פֿאַרשטיין פֿאַר וואָס מיין איך אַזוי. פּלוצליג איז אַרײַן אין דעם עסצימער מײַן אָנקל יאָסל. לויט דעם, ווי ער האָט אויסגעזען, האָב איך פֿאַרשטאַנען, אַז ער איז אויפֿגערעגט. אָנקל יאָסל, דער זעלבער, וואָס האָט חײמקען אויפֿגענייט דעם נײַעם טאָפּל־ברוסטיקן אַנצוג, איז געווען זייער אַ וווילער און אַן איידעלער ייִד. ער האָט נישט געקענט אָנרירן אַ פֿליג. קיין בייז וואָרט האָט מען פֿון אים נישט געהערט. אָבער… אָבער טאָמער מ׳האָט גערעדט נישט שיין וועגן זײַן פֿוטבאָל־מאַנשאַפֿט „ספּאַרטאַק‟, צי דערמאָנט חס־ושלום ישׂראל מיט אַ מיאוס וואָרט, דאַן האָט זיך יאָסל פֿאַרוואַנדלט אין אַן אַנדער מענטש. און יעצט האָב איז געזען, ווי יאָסלס פּנים איז געוואָרן טונקל־רויט, און מע האָט געפֿילט, אַז ער פּלאַצט ממש פֿון כּעס, פֿון בייזקײט. איך האָב גלײַך פֿאַרשטאַנען, אַז מײַן אָנקל האָט עפּעס געהערט. איך האָב נאָך נישט באַוויזן צו פֿאַרשטיין, וואָס עס איז געשען, ווי יאָסל איז שוין צוגעגאַנגען צו חײמען, אָנגעכאַפּט אים פֿאַרן גאָרגל און גענומען שטיקן! יאָ, איר האָט מיך ריכטיק פֿאַרשטאַנען! יאָסל האָט געשטיקט חײמקען דעם קאָמוניסט. יענער האָט נעבעך אָנגעהויבן צו שרײַען, מאַכן אַ געוואַלד. דאַן האָט יאָסל, וואָס איז געווען נידעריקער פֿון חײמקען אויף אַ האַלבן קאָפּ, אים אַנידערגעוואָרפֿן אויף דער פּאַרקעט־פּאָדלאָגע, און האָט אים אָנגעהויבן שטיקן נאָך שטאַרקער. דער טיש האָט זיך גערוקט, די שטולן זײַנען געפֿאַלן, און אַ מזל, וואָס די טעלער און די גלעזער זײַנען געבליבן שטיין.
פֿונעם גרויסן טומל זענען אַרײַנגעלאָפֿן עטלעכע מענטשן און גענומען זיי צענעמען. די ערשטע איז געווען מײַן מאַמע. זי האָט אָפּגעריסן יאָסלס הענט פֿון חײמקעס גאָרגל, אָנגענומען דעם אָנקל יאָסל פֿאַר די פּלייצעס, געהאָלפֿן אים זיך שטעלן אויף די פֿיס, און גענומען באַרויִקן. איך געדענק, ווי זי האָט אים איבערגעצײַגט, אַז „חײמקע איז אַ שׂונא‟, „ער איז נישט ווערט דײַן אויפֿרעג‟, „דו דאַרפֿסט היטן דײַנע כּוחות‟, „גאָט וועט אים שטראָפֿן פֿאַר זײַנע חטאָים, פֿאַר דעם, וואָס איז ער אַזאַ באַנדיט און האָט פֿײַנט ישׂראל‟. די מאַמע האָט אַלע מאָל געהאַט וואָס צו זאָגן. קיין גלייביקע איז זי קיין מאָל נישט געווען, טאָ וואָס האָט זי פּלוצלינג גערעדט וועגן חטאָים און גאָטס־שטראָף? נישט וויכטיק! אבי מ’האָט פֿאַרשטאַנען איר כּוונה.
נאָך עטלעכע מינוט, האָבן זיך אַלע באַרויִקט, געדריקט די הענט, זיך געקושט און זיך אַרומגענומען און זיך אויסגעזעצט אַרום דעם שיין געדעקטן טיש, צו כאַפּן אַ ביסן פֿון די בעסטע און געשמאַקסטע מאכלים: פֿאַרשמאַק, פּעטשאַ, געפֿילטע פֿיש, אַ פֿלוימען־צימעס, געהאַקטע לעבער, און אויסטרינקען אַ גלעזעלע רוסישן בראָנפֿן און ליטווישן ווײַן, — אַלץ לכּבֿוד די טײַערע געסט פֿון איבערן ים. מיטן עסן איז פֿאַרגעסן געוואָרן די גאַנצע מעשׂה מיטן „שטיקן‟.
וועגן דער מאָדנער געשעעניש האָט מען אין אונדזער משפּחה קיין מאָל מער נישט גערעדט, אַפֿילו מיט אַ וואָרט נישט דערמאָנט. אַפּנים, בין איך דער ערשטער, וואָס מאַכט פֿון דיר, מײַן טײַערער לייענער, אַ שטיקל בעל־סוד.