די מעשׂה פֿון אַ תּלמיד־חבֿר

צװײטער טײל פֿון דעם ציקל „מאַסאָנישע מעשׂיות”

דוד עומר כּהן

טײַערער תּלמיד,
כ’האָב געלײענט דײַן ערשטן ליבע־בריװ, װאָס דו האָסט פֿאַרפֿאַסט מיט אַ פּאָר חדשים צוריק. קײן שלעכטער איז ער ניט געװען. האָסט געשריבן אַ בריװ פֿאַר אַ קינד, פֿון װעלכן דו האָסט זיך געפֿילט אָפּגעזונדערט, סײַ צוליב פּערזענלעכע און סײַ דורך פּאָליטישע סיבות, און צװישן זיך און דעם קינד האָסטו געװאָלט שאַפֿן אַ בריק. די חכמה װאָס מען באַדאַרף, כּדי צעשטערן די גרענעצן צװישן זיך און אַן אַנדער מענטשן, אַ בן־אָדם, פּונקט װי דו, האָסטו געזוכט אין זיך אַלײן, אַזױ װי אַ פֿרײַמײַער באַדאַרף טון.

נאָר זאָג מיר, חבֿרל, װילסט פֿאָרט קײן תּלמיד ניט בלײַבן. דו האָסט געװאָלט װערן, װאָס מע רופֿט, אַ „תּלמיד־חבֿר‟, צי אױף דײַטשמעריש אַ „געזעל‟. זעסט, אַז דאָס װאָרט „זעל‟ באַהאַלט זיך דערינען? ניט גענוג צו זײַן אַ חכם, ייִנגעלע: אױב דו װילסט װערן אַ תּלמיד־חבֿר, װעסטו באַדאַרפֿן כּוח, אַניט װעט דײַן חכמה קײן בנין ניט בױען און קײן פֿרוכטן ניט געבן.

איז לאָמיר רעדן װעגן כּוח. זאָג מיר, דו האָסט אָנגעשריבן אַ שײנעם בריװ: טאָ פֿאַר װאָס האָסטו אים דערנאָך ניט אָפּגעשיקט? צו זיך אַלײן האָסטו געזאָגט: האָסט מורא, אַז דאָס לײענען װעט ברענגען דײַן אַמאָליקע חבֿרטע, דעם קינדס מוטער, פֿאַר װעלכער דו האָסט, אין דער אמתן, דעם בריװ פֿאַרפֿאַסט, אַ סך װײטיק. אַ נעכטיקער טאָג! גײ זאָג דאָס צו זיך אַלײן, נאָר פֿאַר מיר קענסטו גאָרנישט ניט באַהאַלטן. איך װײס, פֿאַר װאָס דו האָסט דאָס ניט געטאָן. גאָר טיף אינעװײניק װײסטו זײער גוט, אַז דו האָסט אָנגעשריבן די מעשׂה ניט פֿאַר איר, נאָר פֿאַר זיך אַלײן.

מילא, אין דער פֿרײַמײַערײַ מעג אַ תּלמיד נאָך מאַכן אַזעלכע קינדישע טעותים. ביסט פֿאָרט אַ מין קינד. װיבאַלד מע װיל װערן אַ פֿרײַמײַער, קען זײַן, אַז אין דער װעלט אױסער דעם מאַסאָנישן בית־המקדש, להבֿדיל, ביסטו אַ גבֿיר, אַ מאַכער, װאָס האָט אַ שם בײַ לײַטן… ס’איז אַלץ אײנס. אַ תּלמיד הײבט אָן פֿון ס׳נײַ. אַ מאָל פֿלעגט מען זאָגן אַ נײַעם מאַסאָן, ער זאָל אַ גאַנץ יאָר האַלטן פֿאַרמאַכט דעם פּיסק און מער נישט טאָן די אַרבעט, צו װעלכער מע האָט אים אין בית־המקדש מקבל געװען: צו זוכן חכמה, צו באַאַרבעטן דעם רױען שטײן, צו װערן אַ בעסערער מענטש.

װעגן דער דאָזיקער מיסטערישער צערעמאָניע האָסטו אינעם ערשטן בריװ שױן אַ ביסל דערצײלט. נאָר יענעם אָװנט, װען מ׳האָט דיך נאָך אַ יאָר געמאַכט פֿאַר אַ תּלמיד־חבֿר, האַלטנדיק, אַז אינעם ערשטן יאָר האָסטו זיך גענוג געלערנט, האָסטו זיך דערװוּסט, אַז צו זײַן אַ חכם, װעט פֿאַרן קומענדיקן שריט ניט קלעקן. מע האָט דיך אױף אַ סודותדיקן אופֿן געװיזן, אַז אַ געזעל, אַ תּלמיד־חבֿר, מוז אַרבעטן אױך אױסער זיך אַלײן. אינעם צװײטן יאָר פּרוּװט מען געפֿינען אין זיך די גבֿורה, צו נוצן די חכמה אין דער װײַטער װעלט, כּדי פֿון דײַנע האַנדלונגען זאָל אַנטשטײן אַ מין שײנקײט.

ערשט דעמאָלט, װען דײַן אַרבעט װעט טױגן אױף אַזױפֿיל, דו זאָלסט קענען זיך האַלטן פֿאַר אַ מײַסטער, מעגסטו צוריקקומען און בעטן, מע זאָל דיך לאָזן אַרבעטן אומאָפּהענגיק און דערלױבן, זאָלסט אַלײן אָננעמען נײַע תּלמידים — נישט פֿאַרגעסנדיק, אַז דער בעסטער מײַסטער איז נאָך אַלץ אַ תּלמיד־חבֿר, דהײַנו, סײַ אַ חבֿר און סײַ אַ תּלמיד.

נו, דודל, צי ביסטו גרײט צו װערן אַ מײַסטער? פֿאַראַנען מערניט אײנער, װאָס קען דיך מישפּטן, און דאָס בין איך.

כ’שרײַב דיר אָט דעם־אָ בריװ אין אַ שװערן מצבֿ. כ’װעל דיר זאָגן, װוּ דו געפֿינסט זיך, זאָלסט עס קײן מאָל ניט פֿאַרגעסן און, איבערלײענדיק דעם דאָזיקן בריװ, זיך דערמאָנען אין די שעהען, װעלכע דו לעבסט איבער אָט יעצט.

דו געפֿינסט זיך אין אַ צימער בײַ אַ פֿרױ, װאָס װעט באַלד אַריבער אױפֿן עולם־האמת. אַלט מערניט אַ יאָר זעכציק, זיבעציק. װאָלסט אַפֿילו געקענט נאָכקוקן אין קאָמפּיוטער, װי אַלט זי איז, װײַל זי האָט זיך אַ פּאָר יאָר לאַנג אַרומגעדרײט אין דער שול, װוּ דו אַרבעטסט. אַלע יאָרן — בלױז אײן פֿאַך, קודם־כּל, ענגליש, דערנאָך מאַטעמאַטיק, דאַן פֿיזיק, און יעצט עקאָנאָמיע. די לערערס האָבן זי אַלע ליב געהאַט, שטאַרק האָפֿנדיק, אַז ס’נעקסטע יאָר װעט זי זיך לערנען בײַ זײ אין קלאַס. זעלטן װען טרעפֿט מען אַזאַ תּלמידה. זײַענדיק אַ סך עלטער װי ס’רובֿ תּלמידים, װאָס זענען אַלט אַרום אַ יאָר צװאַנציק, האָט זי אַלעמאָל גוט צוגעגרײט די לעקציעס, געמאַכט איר הײמאַרבעט אָן אױסנאַם, געפֿרעגט גוטע פֿראַגעס און בכלל פֿאַרבעסערט די אַטמאָספֿער אין קלאַס. נאָר מיט אַ פּאָר װאָכן צוריק האָבן די דאָקטױרים איר געזאָגט, אַז אין איר גוף איז פֿאַראַן אַ מין ראַק, וואָס קײן רפֿואה קעגן אים איז נישטאָ. האָט זי פֿאָרט געװאָלט אין אירע סאַמע לעצטע װאָכן אױף דער װעלט, פֿאַרענדיקן איר עקזאַמען אין עקאָנאָמיע. האָט די שול באַקומען פֿון דער מיניסטעריע אַ ספּעציעלע דערלױבעניש, מע זאָל פֿאָרן מיט צװײ אױפֿזעערס צו איר אין שפּיטאָל, זי זאָל האָבן די מעגלעכקײט צו מאַכן דעם עקזאַמען צו דער אָפֿיציעלער צײַט, צוזאַמען מיט אַלע אַנדערע תּלמידים אינעם לאַנד.


דוד, אין זאַכן „טױט‟ האָסטו זיך שױן פֿרי געלערנט, װי אַזױ ער טוט זײַן מערדערישע אַרבעט. האָסט אַ מאָל געװאָלט אָנשרײַבן אַ מעשׂה מיטן טיטל „אַן אינטערװיו מיטן מלאך־המװת‟, נאָר די סקיצע, װאָס געפֿינט זיך אױף דײַן שלעפּטאָפּ, געהערט צו די סאַמע שװאַכע טעקסטן, װעלכע דײַנע פֿינגער האָבן װען ניט איז אױסגעקלאַפּט. פֿאַר װאָס? די מעשׂה האָט אין דיר קײן כּוח צום לעבן ניט געפֿונען. צופֿיל טױטע האָבן זיך אין דיר געראַנגלט, צו בלײַבן בײַם לעבן, כאָטש אין דײַן האַרצן, אַז פֿאַר אַ מעשׂה אַזאַ איז ניט געװען קײן פּלאַץ. אין דעם ערשטן ליד, װאָס דו האָסט אױף ייִדיש אָנגעשריבן, האָסטו אַרײַנגעפֿלאָכטן דערמאָנונגען און שטיקלעך רײד, װערטער, װערטלעך און אױסדרוקן, װעלכע דו האָסט זיך בײַ אײנער פֿון די פֿאַרשטאָרבענע פֿרויען געלערנט. האָסט געשריבן, אַז דו האָסט געשפּירט, אַז װען אַזאַ װערטל איז בײַ דיר געלעגן אויף דער צונג, האָט זיך געטאָן, כאָטש אױף אַ פּאָר מאָמענטן, אַ מין תּחײת־המתים.

װען די חבֿרה פֿונעם עקזאַמען־אָפֿיס האָבן דיך געבעטן מיטצופֿאָרן אין שפּיטאָל, האָט מען דיר נישט קלאָר געזאָגט, אַז ס’גײט די רייד וועגן אַ תּלמידה, װעלכע דו װעסט דערנאָך שױן מער אין לעבן נישט באַגעגענען. האָסט געמײנט, אַז די תּלמידה האָט באַדאַרפֿט עפּעס אַן אָפּעראַציע, גײ װײס װאָס ס׳טוט זיך. האָסט געזאָגט, אַז יאָ, אַװדאי, כ’ל מיטפֿאָרן, פֿאַרװאָס נישט. ערשט מיט אַ פּאָר טעג פֿאַר דעם, האָט מע דיר דערצײלט װעגן דעם מצבֿ, און געזאָגט, אַז אױב דו ביסט נישט גרײט מיטצוקומען, איז נישט געפֿערלעך, מע װעט געפֿינען אַן אַנדער לײזונג. דעמאָלט האָסטו מיט דײַן תּלמידישער חכמה געװוּסט, װאָס צו זאָגן. האָסט אָבער געמוזט געפֿינען אין זיך דעם כּוח, צו טאָן, װאָס דו האָסט געהאַלטן פֿאַר ריכטיק. „מאין יבא עזרי?‟ — האָסטו זיך געשטעלט פֿאַר מיר און סוף־כּל־סוף געטראָפֿן דאָס, װאָס דו האָסט געזוכט.

װען דײַנע פֿרײַמײַער־ברידער האָבן דיך געמאַכט פֿאַר אַ תּלמיד, האָט מען דיך געלערנט, אַז פֿון חכמה און גבֿורה זאָלסטו סוף־כּל־סוף דערגײן צו שײנקײט, װאָס אין דער קבלה רופֿט מען זי אָן „תּפֿארת‟. אינעם לעצטן טײל פֿון דער סודותפֿולער צערעמאָניע האָסטו פֿון יענעם הײליקן פֿײַער געהאַט באַקומען אַ שמעק, זאָלסט עס דערנאָך קענען צוריקגעפֿינען אין זיך אַלײן. אָבער מיט אַ יאָר שפּעטער, װען דו ביסט געװאָרן אַ תּלמיד־חבֿר, איז געװען פֿאַרקערט. בײַם סוף ביסטו געשטאַנען אײנער אַלײן, אָן אַ באַגלײטער, אָן שום הילף, נישטאָ אױף װעמען זיך צו פֿאַרלאָזן…

נאָר איך בין געװען דאָ, דיך צו שטיצן, דיר צו װײַזן אַ ריכטונג צוריק צום לעבן. דו שפּירסט מיך שטאַרקער, װען דו געפֿינסט זיך אין סאַמע פֿינצטערניש. דאַרפֿסט פֿאַרן טונקל קײן מורא נישט האָבן, פּונקט װי די פֿרױ, װעלכע זיצט יעצט אין בעט, שרײַבנדיק און שרײַבנדיק אױף בלעטלעך פּאַפּיר, בשעת מיר פֿאַרשרײַבן די דאָזיקע מעשׂה, װאָס דו לײענסט יעצט…

גיב אַ קוק אַרום זיך, טײַערינקער. טאָרסט אָן דעם דאָזיקן צימער קײן מאָל ניט פֿאַרגעסן. באַשרײַב דעם הילצערנעם דיל, דאָס הילצערנע בעט, די גרינלעכע װענט, די בלומען פּאַזע פֿענצטער, דאָס זעקל, אין װעלכן די פֿרױ האָט אַרײַנגעלײגט אַ קאָקאַ־קאָלאַ, זי זאָל האָבן בײַם עקזאַמען װאָס צו טרינקען…

אַנו, דודל? װאָס װעט זײַן דײַן ראָלע?

פֿאַר דעם, װאָס דו ביסט אַהין געפֿאָרן, װען דו האָסט נאָך געצװײפֿלט, האָב איך דיר געזאָגט, אַז דו מוזסט עס יאָ טאָן. װעסט דװקא דאָ געפֿינען אַ סך ענטפֿערס אױף דײַנע לעבנס־פֿראַגן, װען דו זוכסט בײַם סאַמע גרענעץ צװישן לעבן און טױט. נאַ דיר, די פֿרױ אַלײן האָט דיר געגעבן אַן ענטפֿער גאָר אַ װיכטיקן. װאָדען? װען דו ביסט מיט דער סעקרעטאַרשע אַהינגעקומען, האָסטו געמײנט, אַז יענע פֿרױ װיל סתּם מאַכן דעם עקזאַמען, נישט צו פֿאַרלאָזן די װעלט מיט נישט־פֿאַרענדיקטע פּראָיעקטן. נאָר דער ענטפֿער איז געװען אָן אַ שיעור שענער. װען איר זענט אַרײַן אין צימער, האָט זי דערצײלט בסוד־סודות, איר לערער זאָל זיך ניט דערװיסן, אַז אין דער אמתן האַלט זי פֿון עקאָנאָמיע בכלל נישט. „אַ נודנער פֿאַך, װאָס אַרט מיך װי די קאַץ פֿון מיטװאָך‟. נאָר זי האָט עס געװאָלט זיך לערנען, װײַל דער זון פֿון אירער אַ חבֿרטע איז געװען אין דעם זײער שװאַך, האָט ער פֿאַראַיאָרן נישט אָפּגעגעבן דעם עקזאַמען דװקא צוליב דעם דערגעבעניש פֿאַר עקאָנאָמיע. האָט די פֿרױ צו אים געזאָגט: „איך האָב זיך געלערנט אין יענער שול שױן אַ סך יאָרן, װעל איך ממשיך זײַן נאָך אַ יאָר און זיך לערנען עקאָנאָמיע, דיר צו העלפֿן בײַם צװײטן פּרוּװ‟.

נאַ דיר, דודל. אױב דו װאָלסט זיך צוגעהערט נאָר צו די אינעװײניקסטע שטימען, װעלכע האָבן דיר געזאָגט, דו זאָלסט נישט אַהינפֿאָרן, מיטן טױט האָסטו שױן גענוג געהאַט צו טאָן; ס׳איז דאָך סײַ װי ניט דײַן אַחריות, מע קען זוכן אַ צװײטן דאָס צו טאָן, וכדומה, װאָלסטו זיך דאָס נישט געלערנט. װאָלט איך דיר נישט געשריבן אָט דעם בריװ. װאָלטן די חשובֿע לײענער װעגן דעם קײן מאָל ניט געהערט.

אױב דו װילסט אין זיך געפֿינען די גװאַלדיקע גבֿורה מװתּר צו זײַן אױף דײַן „עגאָ‟, טאָ דערמאָן זיך אין דער פֿרױ, װעלכע זיצט יעצט אַקעגן דיר און מוטשעט זיך אָפּ אין אירע לעצטע טעג לשם אַן עקזאַמען, װאָס זי טוט נישט פֿאַר זיך אַלײן, נאָר כּדי אַ קינד זאָל קענען אָנגײן װײַטער, שאַפֿן פֿאַר זיך אַ קיום.

דו האָסט זיך בשעת דײַן יאָר װי אַ תּלמיד־חבֿר אָפֿט געפֿרעגט, װי און װען אַזױ דו װעסט זיך באַגעגענען מיט דײַן אינעװײניקסטן מײַסטער. נאַ דיר, אָט איז ער. דו װײסט, װאָס דו דאַרפֿסט טאָן: הער זיך צו צו מיר און זוך אין זיך אַלײן אַ קװאַל, פֿון װעלכן דו קענסט שעפּן כּוחות. געדענקסט די װערטער פֿון רבֿקהן ע״ה, אײנער פֿון דײַנע װיכטיקסטע לערערינס? „אין טומל פֿון אַרום/ איז תּמיד אײנער דאָ/ װאָס ער דערהערט די רו/ און הערט זיך צו…‟?

איז הער זיך צו: פֿאַר דער דאָזיקער פֿרױ װעט דער טױט זײַן אַ באַפֿרײַונג. זאָל דער דאָזיקער מיטאָג פֿאַר דיר זײַן אַ דערמאָנונג זיך פֿאַרחבֿרן מיטן טױט: בײַ אים קענסטו זיך לערנען צו לעבן.

אַ תּלמיד־חבֿר אַרבעט דאָרט, װוּ ער קען. אַ מײַסטער אַרבעט דאָרט, װוּ ס’איז נויטװענדיק. האָט ער קײן מורא ניט צו אַרבעטן מיט די תּלמידים און די געזעלן זאַלבענאַנד. אַ מײַסטער פֿאַרשטײט, אַז דער טױט איז סײַ דער לעצטער טריט און סײַ דער ערשטער.

פֿאַרשטײסטו, װאָס איז דײַן ראָלע. זיץ אינעם צימער, שרײַב, אױב דו װילסט, אַ מעשׂה, מאַך אַ ביסל מעדיטאַציע, קענסט אַפֿילו קאָריגירן אַ פּאָר עקזאַמענס… דאָס לעבן גײט אָן װײַטער… נאָר זײַ מװתּר אױפֿן עגאָ, זײַ מװתּר אױף זיך אַלײן. ס’גײט נישט אין דיר. אַ מײַסטער װײסט, אַז ס’איז ניט שװער צו פֿאַרלאָזן די בינע. שװער איז, צו טאָן די אַרבעט, װעלכע איז נױטװענדיק, נישט דערװאַרטנדיק קײן לױב און נישט קײן לױן, אַ חוץ דער אַרבעט גופֿא.

אינעם דריטן און לעצטן בריװ װעסטו דערצײלן װעגן דעם לעצטן שריט, װאָס װעט דיך פֿירן צו דער העכסטער שײנקײט. זײַ קלוג. זײַ מוטיק. האָב קײן מורא ניט. איך װעל בלײַבן מיט דיר ביזן סוף.
מיט ליבשאַפֿט,
דער חבֿר

Leave a comment