די לעצטע געדאַנקען פֿון קיניג לויִ דעם XVIטן

טויטשטראָף איבער דעם קיניג לויִ דעם 16טן, פּאַריז

יעווגעני קיסין

געבליבן מיר לעבן איז איצטער, זעט אױס, בלױז אַ שעה…
אין דרױסן איז קאַלט, פֿײַכט און כמאַרנע; ס׳ליגט שנײ אױף די גאַסן.
אין האַלבפֿינצטערניש זאַלבע פֿערט רויִק זיצן מיר דאָ,
אַהין אין אַ קאַרעטע פֿאָרן מיט פּנימער בלאַסע.

לעם מיר דער אַבאַט זיצט, װאָס אַלצדינג דערצײלט האָב איך אים.
ער׳ז גוטהאַרציק, דאַכט זיך, און ערלעך, װי ס׳פּאַסט פֿאַר אַ פּריסטער.
אַנטקעגן — צװײ בראַװע גװאַרדײערס. זײ זיצן גאָר שטום.
װער װײסט, װאָס זײ טראַכטן און פֿילן, די יונגינקע, איצטער?

זײ װאַגן ניט קוקן מיר גלײַך אין די אױגן, ס׳איז קלאָר.
קאָן זײַן, אַז אױך זײ, נעבעך, אָנגעדרײט קעגן מיר האָט מען. 
איז װאָס זשע מײַן אומגליקלעך לאַנד און מײַן פֿאָלק שטײט נאָך פֿאָר?
און װען מ׳װעט פֿאַרגיסן מײַן בלוט, װעט זיך פֿרײַער זײ אָט׳מען?

װאָס טוט זיך דאָרט הינטערן פֿענצטער? עס זײַנען פֿאַראַן
פֿיל מענטשן, אַ מענגע אַ גאַנצע. זײ שטײען און גאַפֿן,
זײ שמײכלען… זײ פֿרײען זיך! פֿרײען זיך?! אָ, ליאָ סאַטאַן [1]!
באמת געמאַכט האָסט זײ אַלע אַצינד דײַנע שקלאַפֿן!

באַשעדיקט די מענטשן מיט בײז משוגעת האָסטו דאָ…
װי לאַנג װעט עס בריִען אין האַרצן בײַ זײ, װיפֿל יאָרן?
געעצהט האָט דעמאָלט מיר ריכטיק, זעט אױס, מיראַבאָ [2]:
איך האָב ניט אין אױסלאַנד, נאָר גראַדע קײן טור געדאַרפֿט פֿאָרן,

װײַל דאָרט האָט מען ניט אָפּגענומען בײַם פֿאָלק דעם פֿאַרשטאַנד.
קאָן זײַן, מיט דער הילף פֿון די דאָרטיקע ערלעכע זעלן
געװען װאָלט איך אין אונדזער אוראַלטער קרױנשטאָט אימשטאַנד
די קרױן אין איר אוראַלטער גרױסקײט און רום אױפֿצושטעלן?

ס׳איז אמת, אַז פֿעלערן פֿלעג איך ניט װײניק באַגײן,
נאָר װערט מיר גאַנץ קלאָר, װען איך לײג זײ אַװעק אױף די שאָלן:
געליטן פֿון זײ מער פֿון אַלעמען האָב איך אַלײן —
און איצטער פֿאַר זײ װעל איך אַזש מיט מײַן לעבן באַצאָלן…

װי האָב איך געקאָנט נאָר זיך פֿאָרשטעלן דאַן אין װאַרען,
װען ס׳האָט זיך צעבראָכן די קאַרעטע, און אומגעדולדיק
אַ קוק כ׳האָב געגעבן אַרױס, אַז דערקענען מיך קען
אױך דאָרטן כאָטש עמעץ, — און װער איז אין דעם, פֿרעגט זיך, שולדיק?

עס שרעקט מיך, נאָר װידער אַ קוק טאָן פֿון פֿענצטער איך װעל…
אַ מענגע פֿון מענטשן — נאָר זײ זײַנען אױכעט דערשראָקן!
נײן, טײַװל, ניט אַלעמען האָסטו פֿאַרגיפֿט דאָ די זעל,
כאָטש װײניקער קלינגען אין קירכן פּאַריזער די גלאָקן!

ניט לאַנג גאָר געהאַט האָט מיך ליב דאָך דער גאַנצער פּאַריז —
און װי האָב איך אים שטענדיק ליב געהאַט, פּרעכטיקן, שײנעם…
יאָ, פֿעלערן פֿלעג איך באַגײן, דאָס איז אמת, געװיס,
נאָר גאָט איז אַן עדות: אומישנע קײן שלעכטס פֿלעג איך קײנעם

ניט טאָן. מיט פֿיל יאָרן צוריק, װען איך בין מיט מאַרי [3]
אַרױף אױפֿן טראָן, האָבן מיר פֿונעם געלט, װאָס ז׳געקומען
דערפֿאַר אונדז, זיך אָפּגעזאָגט. קײנער נאָך פֿריִער האָט הי
אַזױנס ניט געטאָן — און גערימט האָט מען דעמאָלט מײַן נאָמען.

געליבטע מאַרי… אפֿשר, איז דאָס מײַן שװאַכקײט געװען,
װאָס כ׳האָב דיך ניט אײַנגערעדט אױסגעבן װײניקער געלטן,
נאָר װי, װי זשע האָב איך געקאָנט דיר ניט נאָכגעבן, װען
די גוטס האָסט די גרעסטע געשאָנקען מיר פֿון אַלע װעלטן:

דײַן ליבע, די צערטלונגען דײַנע, פֿיר קינדערלעך… אָך,
די קינדערלעך אונדזערע, נעבעך… צװײ זײַנען געשטאָרבן,
די אַנדערע צװײ — װער װײסט, װאָס איז אַ גרעסערער בראָך? —
אין טורמע מיט דיר, מטורפֿימס געװאָרן אַ קרבן…

אַװעק איז אױף אײביק דער קלײנער לויִ–זשאָזעף — נאָר
שױן דעמאָלט זיך אױסגעפֿײַפֿט האָבן זײ אױף אונדזער טרױער:
געזעסן, געפּלאַפּלט — די נאַציע געראַטעװעט גאָר!
איך האָב אָבער זײ ניט באַשטראָפֿט, ניט געשיקט אין אַ מױער

מיט גראַטעס, אַפֿילו מיט גװאַלד ניט צעטריבן. נו יאָ,
אַ פֿעלער ז׳געװען אין דעמיסיע צו שיקן נעקערן [4].
װי האָב איך געקאָנט זיך נאָר פֿאָרשטעלן דעמאָלט, אַז דאָ
צוליב יענעם פֿעלער װעט אַלץ זיך אַזױ איבערקערן?!

אַ מענטשן צעריסן אױף שטיקער מע האָט! אױף אַ שפּיז
זײַן קאָפּ האָט מען פֿרײלעך געטראָגן! באַלד בין איך געקומען
צו פֿאָרן באַרויִקן גיכער דאָס פֿאָלק פֿון פּאַריז, 
זאָל ברענגען ניט װידער צו בלוט אַל דאָס רױשן און זשומען.

אױך דאָס מאָל האָב איך קײן אײן מענטשן אין שטאָט ניט באַשטראָפֿט,
כ׳פֿלעג נאָכגעבן שפּעטער נאָך מער, כּדי פֿריד צו פֿאַרהיטן,
און דאָך — װײַזט אױס, טרעפֿט זיך אַזעלכעס אין לעבן גאַנץ אָפֿט:
װאָס מער גיט מען נאָך, אַלץ מער פֿאַלן בײַ מענטשן די זיטן.

װי האָט מען באַשולדיקט אונדז: פּטרן מיר צו פֿיל געלט, 
דאָס פֿאָלק האָט קײן ברױט ניט! — עס זײַנען געפֿלױגן אַזש פֿונקען.
און שפּעטער — מאָן דיאָ [5], װיפֿל פֿאַלשקײט ס׳איז דאָ אױף דער װעלט! — 
זיך שטעלן מיט קריג קעגן עסטרײַך האָט מען מיך געצװוּנגען!

צו װאָס דאַרף מען אױסגעבן געלט אױף אַ קריג?! און צו װאָס
אױף טױט שיקן מענטשן?! איז װוּ זשע איז זײער רחמנות?!
און גלײַך װי זיך הלומען פֿאַרװאָלט האָט מען איבער דער מאָס:
גראָד קעגן די אײגענע פֿון מײַן מאַרי מוז איך טאָן עס!

גאָט װײסט: כ׳האָב רעגירן ניט איבעריק ליב געהאַט, נײן,
פֿאַרנעמען זיך מיט סטאָלערײַ האָב איך ליב געהאַט מערער…
אַ מין אױסװוּרף, װײַזט זיך אַרױס, איז דער טעסלער גאַמען [6]!
װאָס טוט זיך בײַ מענטשן אַצינד מיט געװיסן און ערע?!

מלוכה–פֿאַרראַט — אין אַזאַ זינד באַשולדיקט מען מיך.
פֿאַרדינט האָב איך טױט — דאָס געמאָלדן האָט מען הױך און אָפֿן.
נאָר אױב זיך אַרײַנטראַכטן, װעמען פֿאַרראָטן האָב איך:
מײַן לאַנד און מײַן פֿאָלק אָדער זײ, פּאַרװעניו–מטורפֿים?

נו שױן, זײַנען מיר צוגעפֿאָרן… אַדיע, אָט די װעלט!
אַבי נאָר זײ שאַנאַװען זאָלן מאַרי מיט די קינדער…
פֿאַרגיב איך זײ אַלע, פֿון מיר װערט ניט קײנער פֿאַרשעלט,
גאָט מישפּטן זאָל זײ און היטן דאָס פֿאָלק… און אַצינדער —

סע האָט זיך פֿאַרזאַמלט דאָ, דאַכט זיך, דער גאַנצער פּאַריז!
כ׳װעל זאָגן זײ — כאָטש זאָגן װעט מען מיר לאָזן גאָר װײניק —
זאָל יעדער, װאָס פֿילן דעם אמת אימשטאַנד נאָך אַלץ איז,
פֿעסט װיסן אױף שטענדיק: אַן אומשולדיקער שטאַרבט זײַן קעניג!

7 — 11  יוני, 2026

  1. ליאָ סאַטאַן — דער שׂטן (פֿראַנצ.)
  2. מיראַבאָ, אָנאָרע האַבריעל ריקעט — אָנגעזעענער טוער בעת דער גרויסער פֿראַנצייזישער רעוואָלוציע
  3. מאַרי — מאַרי–אַנטואַנעט, די פֿרוי פֿון לויִ דעם XVIטן
  4. נעקער, זשאַק — אָנגעזעענער פֿראַצייזישער טוער
  5. מאָן דיאָ — מײַן גאָט (פֿראַנצ.)
  6. גאַמען, פֿראַנסואַ — דער טעסלער, װאָס האָט געהאָלפֿן לויִ דעם XVIטן מאַכן דעם שליסל פֿונעם אײַזערנעם שראַנק, אין װעלכן דער קעניג האָט געהאַלטן זײַנע געהײמע פּאַפּירן, בתוכם זײַן קאָרעספּאָנדענץ מיט די עסטרײַכערס בשעת דער מלחמה. בעתן מישפּט איבערן קעניג האָט גאַמען דערצײלט די מיטגלידער פֿונעם קאָנװענט, װי אַזױ צו עפֿענען דעם שראַנק, און דערצו אָנגעטריבן רכילות אױף מאַרי–אַנטואַנעט, זאָגנדיק, אַז נאָך דעם, װי ער האָט געהאַט געמאַכט דעם שלאָס, האָט זי אים מכבד געװען מיט עפּעס אַ זיסװאַרג, און ער איז שיִער ניט געשטאַרבן.

Leave a comment