דאָס זעקסטע קאַפּיטל
עמיל קאַלען
6
די פֿײַערלעכע פּרעמיערע האָט זיך אָנגערוקט. עס זענען שוין פֿאָרגעקומען עטלעכע רעפּעטיציעס מיט דער גאַנצער פֿאָרטיילונג פֿון אָנהייב ביזן סוף, מיט דער דעקאָראַציע און ליכט. די אַקטיאָרן האָבן זיך אַרומגעטראָגן אויף די ברעטער פֿון דער בינע אָנגעטאָן אין די קאָסטיומען.
אויף דעם רעזשיסאָר האָט זיך אַרויפֿגעלייגט אַ פּלוצעמדיקע אַלטקייט. ער פֿלעגט זיך באַווײַזן אויף די רעפּעטיציעס אַ נישט אויסגעשלאָפֿענער, מיט אַן אויסגעצויגן פּנים, ווי אַן אָבֿל, וואָס שאַרט זיך אַרויס פֿון דער היים צום ערשטן מאָל נאָך דער שיבֿעה. ער פֿלעגט זיצן אין דער ערשטער ריי און זיך געקרימט, ווי ער וואָלט געליטן פֿון מערידן. ער האָט קענטיק געליטן און זיך געקרימט צוליב די פֿעלערן און דעם איבערגעטריבענעם שפּילן: די נאַציס זענען געווען פּוטערדיקע, פּאַרווענע מאַמעליגעלעך. זיי האָבן אויסגעזען, ווי אַ כאָפּטע נישט-טויגערס, בשעת זיי האָבן געדאַרפֿט שרעקלעך פּײַניקן קאָפּלען בעת דער אויספֿאָרשונג, כּדי אַרויסצובאַקומען פֿון אים די נייטיקע אינפֿאָרמאַציע אויסצוראַטן די אונטערערדישע באַוועגונג אין געטאָ. חיים רײַך דער פֿינצטערלינג, דער קאַפּיטאַליסט, דער פֿאַררעטער איז געווען גענוג געפֿאַלן און האַרצלאָז; עס האָט בײַ אים פֿון צײַט צו צײַט אַרויסגעשפּראָצט אַ שמצ געוויסן און מענטשלעכקייט. מאַשע האָט נישט איבערצײַגט ווי אַן אָנקלאָגערין, פֿולגעפּאַקט מיט הייליקן צאָרן, בעתן דעם פּראָצעס אין דעם פֿאָלקס-געריכט, וואָס די ייִדישע קאָמוניסטישע אויפֿשטענדלער האָבן אָרגאַניזירט פֿאַר די קאַפּיטאַליסטן. די ייִדישע פּאָליציי האָט אויסגעזען ווי אַ באַנדע מידע קלאָונס, און נישט ווי ווילדע, אויפֿגערייצטע, קאָרופּטירטע יאַגד-הינט.
דער רעזשיסאָר האָט געטיילט אָנווײַזונגען, נאָר די שפּיציקע ווערטער און די נערוון זענען נישט געווען בכּוח צו פֿאַרבעסערן דעם מצבֿ. דער זייגער האָט שוין געשלאָגן צוועלף. סע איז געווען צו שפּעט צו פֿאַרריכטן די אײַנגעוואָרצלטע פֿעלערן, פּונקט אַזוי ווי מענטשן מאַכן נישט תּשובֿה אויף דער עלטער. אַלץ וואָס ס׳איז אַלעמען געבליבן, איז האָפֿן אַז די פֿאָרשטעלונג וועט זיך אַראָפּגליטשן בײַם עולם אין גאָרגל אַרײַן. נאָך אַ ווײַלע האָט ער זיך צוריקגעצויגן, זיך פֿאַרשלאָסן אין זיך. ער איז געזעסן אויף זײַן שטול און נישט אַרויסגעלאָזט קיין וואָרט, ווי אַ מענטש, וואָס האָט געמאַכט שטומערהייט שלום מיטן גורל.
די אַקטיאָרן זענען געלאָפֿן אַהין און אַהער אויף דער בינע, ווי אַ סטאַדע שאָף אָן אַ פּאַסטעך, געשוויצט אין די קאָסטיומען און געפֿאָכעט מיט די הענט אין דער לופֿטן. פֿון גרויס אויפֿרעגונג האָבן זיך די צונגען געפּלאָנטערט אין די מײַלער, גאַנצע זאַצן זענען אָפּגעווישט געוואָרן ווי זיי וואָלטן קיינמאָל נישט עקזיסטירט, ווערטער זענען צעקאַליעטשעט געוואָרן ביז נישט צו דערקענען.
נאָר דאָס אַלץ איז סעמען גאָר נישט אָנגעגאַנגען: די פּרעמיערע האָט געזאָלט פֿאָרקומען ערשט אין דרײַ וואָכן אַרום. דאָס האָט אים אויסגעזען ווי אַן אייביקייט. עס האָט אים ווייניק געאַרט, טאָמער די פֿאָרשטעלונג וועט זײַן אַן אָפּהילכיקע הצלחה אָדער אַ קראַך, צי מען וועט אין אים אַנטדעקן אַ פֿונק פֿון אַ גרויסן טאַלאַנט אָדער ער וועט פֿאַררעכנט ווערן ווי אַ צוויי-פֿיסיקער דורכפֿאַל, אָ לעבעדיקער וויץ.
סעם איז איצט געפֿאָרן צום אָבאָר-מאַרק מיטן טראַמווײַ נומער איינס. ער האָט געהאַט מזל; אַז ער איז אַרײַן איז וואַגאָן זענען געווען עטלעכע פֿרײַע בענקלעך. ער האָט זיך גלײַך אַוועקגעזעצט לעבן דעם שמוציקן שויב און נישט אָפּגעריסן דעם בליק פֿון די גאַסן, וואָס זענען געלאָפֿן אויף צוריק. דער רעכטער פֿוס האָט בײַ אים נערוועז געציטערט. נאָך איין סטאַנציע איז דער וואַגאָן געוואָרן פֿולגעפּאַקט ביזן פּלאַצן. אַ ים מענטשן האָט אים אָנגעפֿילט. דער טראַמווײַ איז געפֿאָרן מיט אָפֿענע טירן. אין וואַגאָן האָט זיך אַ הייב געטאָן אַ פּאַרע. די ענגשאַפֿט, דאָס שטופּעניש, די נערוועזקייט און דער ייִאוש פֿון די פּאַסאַזשירן, די קללות, וואָס זענען געפֿלויגן אין דער לופֿטן אַהין און צוריק, אַ האַנט וואָס האָט זיך אַרויסגעצויגן פֿונעם המון און האַסטיק אַ גלעט געטאָן אַ פֿרויס הינטן, די געשרייען — דאָס אַלץ האָט זיך געפֿירט פּינקטלעך לויט דעם זעלבן נוסח, וואָס עס האָט דערלאַנגט דעם מענטשלעכן מין יענער אומבאַקאַנטער, צעדולטער, הימלישער רעזשיסאָר, וואָס פֿאַרגעסט נישט צו פּײַניקן די אײַנוווינער פֿון בוקאַרעשט יעדן טאָג פֿון דאָס נײַ, שטראָפֿן זיי פֿאַר אַן אוראַלטן זינד, וועלכן קיינער געדענקט שוין נישט און קיינער ווייסט ניט, ווען די מענטשן וועלן גענוג אָפּקומען און פּטור ווערן פֿון יענעם שטראָף, וואָס זיי רופֿן „לעבן‟ אָדער „טאָג-טעגלעכע רוטין‟.
די מחשבֿות האָבן פּולסירט אין סעמס קאָפּ. אַלץ איז געשען אַזוי שנעל, ער האָט פֿאַקטיש נישט געהאַט קיין צײַט צו טראַכטן ווי געהעריק, מיט ישובֿ-הדעת וועגן די זאַכן. מיט אים איז טאַקע געשען אַ נס, און בעלאַ — ער האָט בלויז געטראַכט וועגן איר און אַ שטראָם פֿון תּענוג איז דורכגעלאָפֿן איבער זײַן לײַב — האָט זיך באַוויזן אויף נאָך איין רעפּעטיציע. זי האָט ווידער געביטן קלאַריס, וואָס האָט געליטן פֿון אַלערליי חלאַתן אַלץ אָפֿטער און אָפֿטער ווי די פּרעמיערע האָט זיך דערנענטערט. ער איז געווען זיכער, אַז נאָך דער רעפּעטיציע וועט ער גלײַך צוגיין צו איר, מעשׂה מאַנסביל, און רעדן צו איר אָפֿענע דיבורים. ער אַליין איז געווען איבערראַשט און דערשטוינט פֿון זײַן חוצפּה, וואָס האָט נישט געוווּסט פֿון קיין גרענעצן; ער איז געווען פֿאַרשעמט פֿון דעם פֿאַקט, אַז אין זײַן קאָפּ איז אויפֿגעקומען אַזאַ געמיינע מחשבֿה — פֿון וואַנעט נעמט זיך צו אים אַזאַ משוגעת? פֿאַרפֿירן אַן אשת-איש צו אַן עבֿירה… ניאוף איז, דאָך, איינע פֿון די האַרבסטע עבֿירות אין ייִדישקייט.
נאָר הלכה באַזונדער און מחשבֿות באַזונדער; ער האָט געהאַט דאָס געפֿיל, אַז קיין שום כּוח אויף דער וועלט איז נישט גענוג שטאַרק אים אָפּצוהאַלטן. טויט אָדער לעבעדיק וועט ער מוזן צוגיין צו בעלאַן. אויב עס איז אים באַשערט פֿאַרלירן סײַ דעם עולם-הזה, סײַ דעם עולם-הבאָ צוליב אַזאַ תּאווה צו פֿרוייִשן לײַב, איז ער גרייט אָפּצאָלן דעם פּרײַז. נאָר מחשבֿות באַזונדער און מעשׂים באַזונדער. ווען די שעה איז געקומען, איז אים באַפֿאַלן אַ שענדלעכע בחורישע שעמעוודיקייט, און ער האָט זיך ניט געקאָנט געבן אַ ריר פֿון אָרט אָדער פּועלן בײַ זיך עפֿענען דאָס מויל. ער האָט געקוקט אויף בעלאַן, פּריטשמעליעט און אומעטיק, צוליב דער שטאַרקייט פֿון דער תּאווה, וואָס ער האָט דערפֿילט צו דער דאָזיקער ווילד-פֿרעמדער פֿרוי, אַ געפֿיל, וואָס ער האָט געמיינט, אַז ס׳האָט זיך אים אײַנגעגעבן צו דערשטיקן אין זיך מיט יאָרן צוריק.
מיט אַמאָל האָט זיך בעלאַ אויסגעדרייט און צוגעגאַנגען צו אים, ווי אַן אייבערשטן כּוח וואָלט זי געפֿירט. מאָדנע, ער האָט זיך נישט געקאָנט פֿאָרשטעלן, אַז ער דערוועקט אין איר אַנדערע געפֿילן, אַ חוץ עקל און אָפּשטויסונג. אָבער עס איז געשען אַ נס — פֿון יענע זאַכן, וואָס דער מענטשלעכער שׂכל איז נישט מסוגל צו באַנעמען — און בעלאַ האָט זיך געווענדט צו אים און גערעדט צו אים גאָר וואַרעם און פֿרײַנדלעך. אַ וואָרט נאָך אַ וואָרט, איין זאַך האָט געצויגן אַ צווייטע… זי האָט אים פֿאַרבעטן צו קומען צו איר צו אַרבעטן אין איינעם איבערן דיאַלאָג צווישן חיים רײַך און מאַשען, די אָנקלאָגערין, בײַ דעם פֿאָלקס-געריכט.
סעמס הענט האָבן אָנגעהויבן ציטערן פֿאַר דערוואַרטונג. ער האָט אָנגענומען בעלאַס ווערטער ווי אַן קלאָרע פֿאַרבעטונג. אין ייִדישקייט רופֿט מען עס, „דורשת בפּה‟ — אַ פֿרוי, וואָס מאָנט בײַ איר מאַן, ער זאָל איר טאָן איר רעכט, האָבן מיט איר תּשמיש-המיטה אויף אַן איינדײַטיקן אופֿן.
איצט איז ער געזעסן אין דעם טראַמווײַ און געקוקט, אָן שום אינטערעס, אויף די גרויע הײַזער וואָס פֿליִען פֿאַרבײַ פֿאַר זײַנע אויגן. דאָס האַרץ האָט שטאַרק געקלאַפּט אין ברוסט. זײַנע הענט זענען געווען באַדעקט מיט שווייס, טראָפּנס שווייס האָבן אַראָפּגעקאַפּעט פֿון זײַן שטערן. ער האָט דערשפּירט אַ טרוקעניש אין מויל. עס איז אים געווען מסוכּן הייס. אין קאָפּ האָט פּלוצעם געשפּילט אַ חסידישער ניגון: „זה היום עשה השם — נגילה ונשמחה בו‟[1].
איין חסרון: יענער באַרימטער „דעקרעט 770‟, טשאַושעסקוס ליבלינג, וואָס האָט שטרענג פֿאַרווערט אַבאָרטן, איז באַגלייט געוואָרן פֿון אַנדערע אָנווײַזונגען, וואָס האָבן באַצייכנט מיטלען צו פֿאַרמײַדן שוואַנגערשאַפֿן ווי קאָנטראַבאַנדע. צומאָל פֿלעגן זיך באַווײַזן צווישן די שפּאַלטן פֿון די צײַטונגען קליינע ידיעות וועגן אַנטיסאָציאַלע עלעמענטן, וואָס האָבן געהאַנדלט אויפֿן שוואַרצן מאַרק און „געכאַפּט‟ פֿון דעם ריכטער עטלעכע חדשים „קאָרעקציאָנעלער אַרבעט‟, זיי זאָלן בײַטן זייערע דרכים, און טיילמאָל האָט עס אָפּגעקאָסטן דעם מענטש עטלעכע חדשים אין תּפֿיסה. מ’האָט געדאַרפֿט האָבן באַקאַנטשאַפֿטן, כּדי צו קריגן פּרעזערוואַטיוון. פּרעזערוואַטישוון זענען געווען אַ הייסע סחורה. אָפֿטמאָל האָט מען זיי פֿאַרקויפֿט נישט פֿאַר געלט, נאָר פֿאַר אַ פּעקל ציגאַרענטן „קענט‟.
סעם איז געווען באַזאָרגט מיט אַלץ: אין הויזן-קעשענע האָט ער געהאַט אַ פּעקל „קענט‟, אַ צעטל, וואָס ער האָט אַרויסבאַקומען בײַ אַ ווײַטן באַקאַנטן, וואָס דערקלערט, אַז „סאַמי דריימאַן‟ איז אַ פֿאַרטרוילעכער מענטש. אַ חוץ דעם האָט ער געוווּסט גענוי, מיט וועלכע ווערטער ער דאַרף זיך ווענדן צו דער ציגײַנערטע, וואָס פֿאַרקויפֿט בלומען בײַ דעם אָבאָר-מאַרק. איר מאַן איז דער, וואָס פֿירט אויס אַלערליי דרייענישן, האַנדלט מיט געשמוגלטער סחורה און אָפֿט האָט ער בײַ זיך פּרעזערוואַטיוון פֿון כינע אָדער סיריע.
מיטאַמאָל איז דער טראַמווײַ געבליבן שטיין. דאָס איז געווען זײַן סטאַנציע. סעם האָט זיך גענוצט מיט די עלנבויגן, זיך געמאַכט אַ וועג דורך דעם אָנגעפּאַקטן וואַגאָן. ער האָט שווער אָפּגעדעכעט אין דער דושנער ענגשאַפֿט. ער איז אַראָפּגעשפּרונגען אויף דער גאַס, גלײַך לעבן דעם אָבאָר-מאַרק, מעשׂה ייִנגעלע, און תּיכּף דערפֿילט אַ קנאַק אין די קריזשעס. דער ווייטיק האָט אים ווייניק געשטערט. ער האָט געזוכט מיטן בליק יענע ציגײַנערישע בלומען-פֿאַרקויפֿערין. עס האָט אים אָנגעכאַפּט אַ פֿיבערדיקע ציטערניש. ער האָט זי געזוכט, ווי אַ נאַרקאָטיקער זוכט די קומענדיקע דאָזע, ווען די גאַנצע וועלט ווערט בײַ אים ווייניקער ווי אַן אויסגעבלאָזענע, און זײַן גאַנצער וועזן ווערט צוגעקאָוועט נאָר צו איין זאַך — דעם אָנסופֿיקן פֿאַרגעניגן, וואָס וועט גליִען אין אים בשעת דער שטאָף טוט זיך אַ שיס אַרויף אין מוח אַרײַן.
סעם האָט דערזען אַ ציגײַנערטע, וואָס פֿאַרקויפֿט בלומען אויף יענער זײַט גאַס. ער האָט אָנגעהויבן לויפֿן צו איר אַ פֿאַרסאַפּעטער. דער ווייטיק אין די קריזשעס איז געוואָרן עטוואָס שאַרפֿער, עס האָט אים אָנגעהויבן שטעכן בײַ דער רעכטער זײַט און דער בלאָז האָט אָנגעהויבן לאָזן פֿון זיך וויסן, אָבער דאָס אַלץ איז געווען אַ קלייניקייט. ער איז געלאָפֿן כּל-זמן די פֿיס האָבן אים נאָך געטראָגן. אַ געדאַנק האָט אין אים דורכגעבליצט: צוליב אַזעלכע זינדיקע מעשׂים איז גאָר מעגלעך, אַז ער וואַרפֿט זיך אַרײַן אין שאול-תּחתית מיט די אייגענע הענט, אָבער אויכעט די דאָזיקע מחשבֿה, אַ רעשטל זין אין אַ ים זינלאָזיקייט איז נישט געווען ביכולת אים אָפּשטעלן. דער לוסט-טרײַב האָט זיך פֿאַרמישט מיטן טויט-טרײַב, יענער אומבאַוווּסטער טרײַב-כוח, אָ קאָנסערוואַטיווע אייגנשאַפֿט פֿונעם לעבעדיקן אָרגאַניזם, וואָס שטרעבט צוריקציִען דעם אָרגאַניזם צו אַ פֿריִערדיקן צושטאַנד, אַן אוראַלטע פֿאַרקערפּערונג, וואָס דער אָרגאַניזם האָט געמוזט בלית-ברירה ענדערן צוליב דרויסנדיקע כּוחות און לסוף דערגרייכן צו דער סאַמע ערשטע פֿאָרעם פֿונעם אָרגאַניזם: אַן אָרגאַנישער שטאָף, ווײַל דער ציל פֿון אַלץ, וואָס לעבט איז דער טויט. יעדער דערגרייכט אַהין אויף זײַן אייגענעם אופֿן.
[1] דאָס איז דער טאָג, וואָס דער אייבערשטער האָט געמאַכט — לאָמיר זיך פֿרייען און פֿריילעך זײַן אין אים.
סוף קומט