דעם חודש נאָך דרײַ יאָר גלות־פּוילן איז אויף אַ קורצן וויזיט קיין ניו־יאָרק געקומען לייזער בורקאָ, אַ באַקאַנטע פּערזענלעכקייט אין דער ייִדישיסטישער סבֿיבה. אונדזער טרעפֿונג איז פֿאָרגעקומען אין שיפּסהענדביי, ברוקלין, וווּ איך טרעף זיך בדרך־כּלל מיט מײַנע באַקאַנטע געסט. הײַנט איז לייזער אויפֿן וועג צו זײַן נײַער אַרבעט אין בלומינגטאָן. לאָמיר אויסהערן וואָס ער דערציילט.