מרדכי יושקאָווסקי
מיט אַ פּאָר חדשים צוריק איז אין תּל-אָבֿיבֿ דערשינען דאָס בוך פֿון מאַקס-מאָטל פֿרידלאַנד אין דער העברעיִשער איבערזעצונג. די אויסגאַבע אויף עבֿרית איז איניציִיִרט געוואָרן פֿון דעם פרידלאַנד-צענטער פֿאַר ייִדישער קולטור בײַם פּעדאַגאָגישן קאָלעדזש אויפֿן נאָמען פֿון א.ל. לעווינסקי.
מאַקס פֿרידלאַנד איז געווען אַ ייִדישער פֿאָלקס-מענטש מיט זייער אַ דראַמאַטישער ביאָגראַפֿיע. ער האָט געשטאַמט פֿון דער שטאָט ראַדאָם אין פּוילן, געהאַט אַ גרויסע פֿאַרצווײַגטע משפּחה. פּראָפֿעסיאָנעל האָט ער זיך גוט אַנטוויקלט און דערגרייכט די מדרגה פֿון אַ דיפּלאָמירטן מײַסטער-שנײַדער, אָנגעפֿירט מיט אַן אייגענעם אַטעליע. ער איז געווען אַן אַקטיווער טוער אינעם פּראָפֿעסיאָנעלן פֿאַראיין פֿון שנײַדערס און אין דער פּועלי-ציון-פּאַרטיי. אין 1939 האָט ער חתונה געהאַט, אָבער זײַן פֿרוי גוטע מיטן טעכטערל זײַנען שפּעטער דערמאָרדעט געוואָרן אין אוישוויץ.

מאַקס האָט דורכגעמאַכט דעם גאַנצן שוידער פֿון דער חורבן-צייַט. אַלע פֿון זײַן משפּחה, איבער זיבעציק מענטשן, זײַנען אומגעקומען אינעם פֿאַשיסטישן גהינום. ער אַליין איז פֿאַרשיקט געוואָרן אין דעם פֿאַרניכטונגס-לאַגער דאַכאַו. ממש דורך אַ נס איז ער לעבן געבליבן, באַפֿרײַט דורך די אַמעריקאַנער, האָט ער צום צווייטן מאָל חתונה געהאַט מיט טאָבי, וועלכע איז אויך געראַטעוועט געוואָרן פֿון אוישוויץ. און שוין נאָכן קריג, בעת אַ פּוילישן פּאָגראָם, פֿאַרלוירן איר ערשטן מאַן. אין 1946 זײַנען מאַקס, טאָבי און זייער טאָכטער רחלע אָנגעקומען קיין ניו-יאָרק. דאָרט האָט מאַקס אָנגעווענדט זײַנע פּראָפֿעסיאָנעלע און אָרגאַניזאַטאָרישע פֿעיִקייטן, אויפֿגעבויט אַ דערפֿאָלגרײַכע אונטערנעמונג פֿון מענער-בגדים. ער האָט זיך אַקטיוו אָנגעשלאָסן אין דער געזעלשאַפֿטלעכער טעטיקייט אין די ראַמען פֿון פֿאַרשיידענע אָרגאַניזאַציעס, וועלכע האָבן געשטיצט ישׂראל, און אויך יענע, וועלכע האָבן אונטערגעהאַלטן די ייִדישע שפּראַך און קולטור.
אין 1976 האָבן די פֿרידלאַנדס פֿאַרווירקלעכט זייער טרוים און עולה געווען קיין ישׂראל, זיך באַזעצט אין חולון. אויך דאָ זײַנען זיי טעטיק געווען אויפֿן געזעלשאַפֿטלעכן באָדן.
אַרבעטנדיק איבער דער העברעיִשער איבערזעצונג פֿון מאַקס פֿרידלאַנדס בוך, האָב איך טיף מיטגעלעבט די געשילדערטע טראַגישע געשעענישן און זיך דערמאָנט אָן אָט דעם וווּנדערלעכן מענטשן, וועלכער האָט, נישט געקוקט אויף דעם איבערגעלעבטן, פֿאַרהיט אַ וואַרעם ייִדיש האַרץ, געווען פֿול מיט פֿאָלקס-חכמה און גוטמוטיקייט.
מאַקס-מאָטל פרידלאַנד, ווי איך געדענק אים
דאָ ברענג איך די איבערזעצונג פֿון מײַן אַרײַנפֿיר צו דער העברעיִשער אויסגאַבע פֿון מאַקס פֿרידלאַנדס בוך זכרונות.
איך האָב זיך באַקענט מיט מאַקס פֿרידלאַנדן אינעם יאָר 1992 אָדער 1993 אינעם סירקין-קלוב אין תּל-אָבֿיבֿ. איך פֿלעג אָפֿטמאָל פֿאַרבעטן ווערן אויפֿצוטרעטן דאָרטן דורך דעם פֿאָרזיצער פֿון דעם קלוב, מתתיהו שאַפּיראַ. עס איז געווען אַ קלוב מיט אַ גאַנץ באַזונדערער אַטמאָספֿער. אין משך פֿון צענדליקער יאָרן, יעדן מוצאי־שבת, פֿלעגן זיך דאָרט פֿאַרזאַמלען הונדערטער עלטערע מענטשן. קודם, זײַנען די דאָזיקע באַגעגענישן פֿאָרגעקומען אינעם המלין־הויז, שפּעטער — אין דער הסתּדרותּ־געבײַדע אויף דער אַרלאָזאָראָוו־גאַס. בײַם אָנהייב פֿון יעדער באַגעגעניש פֿלעג הער שאַפּיראַ ברענגען אַן איבערזיכט פֿון די געשעענישן פֿון דער וואָך, דערנאָך איז געגעבן געוואָרן אַ רעפֿעראַט וועגן קולטור, ליטעראַטור אָדער געזעלשאַפֿטלעכע פּראָבלעמען, און אויך דורכגעפֿירט געוואָרן אַ מוזיקאַלישער אויפֿטריט. דאָס אַלץ איז פֿאָרגעקומען בלויז אויף ייִדיש. צום סוף פֿון יעדער פֿאַרזאַמלונג האָבן די אָנװעזנדע געזונגען די „התקווה‟ שטײענדיק.

נאָך אײנער פֿון מײַנע לעקציעס דאָרט איז צו מיר צוגעגאַנגען אַן עלטערער שטאַלטנער מאַן מיט אַ קאָפּ גרויע האָר, אָנגעטאָן אין אַ שײנעם אַנצוג, װײַסן העמד מיט אַ קראַוואַט. ער האָט פֿרײַנדלעך געשמייכלט צו מיר און זיך פֿאָרגעשטעלט: מאַקס-מאָטל פֿרידלאַנד. נאָך יענער ערשטער באַגעגעניש, בײַם סוף פֿון יעדן רעפֿעראַט, וואָס איך האָב געהאַלטן אינעם סירקין־קלוב, האָב איך געהאַט אַ שמועס מיט מאַקסן. איך האָב שטאַרק הנאה געהאַט פֿון זײַן רײַכן נאַטירלעכן פּוילישן ייִדיש, פֿול מיט שפּריכווערטער, וויצלעך און שיינע זאָגעכצן.
כ’האָב דעמאָלט ווייניק-וואָס געוווּסט וועגן זײַן דראַמאַטישן גורל, אָבער איך געדענק אים ווי אַ מענטשן, אָנגעלאָדן מיט אַ זאַפֿטיקן פֿאָלקסטימלעכן הומאָר, וואָס האָט שטענדיק מצליח געווען דורך אַ פּאַסיקן ייִדישן זאָג פֿאַרזיסן די לעבנס-ליידן.

אין די 1990ער יאָרן האָב איך געאַרבעט ווי אַ גענעראַל-סעקרעטאַר פֿונעם וועלטראַט פֿאַר ייִדישער קולטור, וועמענס ביוראָ האָט זיך געפֿונען אין תּל־אָבֿיבֿ. זינט 1995 האָבן מיר אין איינעם מיט דעם פֿאָרזיצער פֿונעם וועלטראַט פּראָפֿעסאָר גרשון ווײַנער דערמוטיקט מאַקס פֿרידלאַנד זיך אַקטיוו אָנצושליסן אין דער טעטיקייט פֿון דעם וועלטראַט. מיר האָבן פֿאַרשטאַנען ווי הויך האָט פֿרידלאַנד געשעצט אַלץ, וואָס מע טוט לטובֿת דער ייִדישער שפּראַך און קולטור; ער איז קיינמאָל ניט געבליבן גלייַכגילטיק צו קיין קולטור- אָדער דערציִונגס-פּראָיעקט, וואָס אונדזער ראַט האָט דורכגעפֿירט אין יענע יאָרן.
אין יענער צײַט בין איך נענטער געוואָרן מיט מאַקסן, און אין פּערזענלעכע שמועסן האָט ער אַ סך דערציילט וועגן דעם, וואָס ער האָט איבערגעלעבט אין זײַן לעבן. װען איך האָב זיך דערװוּסט, װעגן זײַן פּערזענלעכער דראַמע, בין איך נאָך מער דערשטוינט געוואָרן פֿון זײַן ליבהאַפֿטיקייט, שמייכלעוודיקייט, זײַן װילן זיך צו פֿאַרנעמען מיט געזעלשאַפֿטלעכער טעטיקײט, און ניט דערטרונקען צו ווערן אינעם ים פֿון דעפּרעסיע און שװערע זכרונות.
די 1990ער יאָרן — דאָס איז געווען אַ תּקופֿה פֿון דער גרויסער עליה פֿונעם געוועזענעם סאָוועטן-פֿאַרבאַנד, און נאַטירלעך האָבן די נײַע עולים געהאַט אַ גרויסע צאָל געזעלשאַפֿטלעכע, מאַטעריעלע און פּראָפֿעסיאָנעלע שוועריקייטן. פֿון דער אַנדערער זײַט, איז אין יענע יאָרן איינע פֿון די װיכטיקסטע אויפֿגאַבן פֿונעם וועלטראַט פֿאַר ײִדישער קולטור געװען אָפּצוהיטן דעם לימוד פֿון ײִדישער שפּראַך און קולטור אין דער ישׂראלדיקער בילדונגס־סיסטעם. אַ סך לערער, וועלכע האָבן דעמאָלט אונטערריכטעט ייִדיש, האָבן דערגרייכט די פּענסיע-עלטער. נײַע לערער האָט מען ניט אויסגעשולט, און די צאָל שולן, וווּ מע האָט געלערנט ייִדיש, האָט פֿון יאָר צו יאָר זיך פֿאַרקלענערט. אַזוי אַרום איז דער וועלטראַט אויפֿגעטראָטן מיט אַן איניציאַטיוו צו מאַכן אַ פֿאַרבינדונג צווישן די דאָזיקע צוויי דערשײַנונגען — דער עליה פֿון געוועזענעם סאָוועטן־פֿאַרבאַנד און דעם ייִדיש-לימוד אין דער ישׂראלדיקער בילדונגס־סיסטעם.
מיר האָבן זיך געווענדט צו דעם הויפּט־אינספּעקטאָר פֿון דעם בילדונגס־מיניסטעריום, װעלכער איז געווען פֿאַראַנטװאָרטלעך פֿאַר דער פּראָפֿעסיאָנעלער אינטעגראַציע פֿון די לערער-עולים. בײַ דער באַגעגעניש האָבן מיר אים געפֿרעגט: „וויפֿל לערער פֿון דער לעצטער עליה-כוואליע האָבן זיך רעגיסטרירט אין אײַער דעפּאַרטאַמענט?‟ מיר האָבן באַקומען אַן ענטפֿער: „איבער 16 טויזנט לערער‟. דערנאָך האָבן מיר געפֿרעגט: „וויפֿל פֿון זיי זענען אַנגאַזשירט געוואָרן אויף די קורסן פֿאַר העכערן די קוואַליפֿיקאַציע און באַשטעטיקן זייער פּעדאַגאָגישן סטאַטוס?‟ האָט דער אינספּעקטאָר געענטפֿערט: „אַרום 6.000‟. דאַן האָבן מיר אים דערצײלט װעגן דעם מאַנגל אין ייִדיש-לערער אין די שולן און פֿאָרגעשלאָגן: פֿון די 10.000 איבעריקע לערער, וועלכע זענען ניט אויפֿגעפֿאָדערט געוואָרן אין דער בילדונגס-סיסטעם, וועלן זיכער זיך געפֿינען 20־25 מענטשן, וואָס קענען רעדן ייִדיש פֿון דער היים. לאָמיר פֿאַר זיי אָרגאַניזירן אַ לערער-סעמינאַר, און אויף אַזאַ אופֿן וועלן אויסגעשולט ווערן ייִדיש-לערער, וועלכע פֿעלן אין דעם ישׂראלדיקן חינוך.
מיר האָבן באַקומען די מאַקסימאַלע שטיצע און אַ בודזשעט פֿון דעם בילדונגס-מיניסטעריום, דערנאָך זיך געווענדט צום הויפּט פֿון דעם תּל־אָבֿיבֿער פּעדאַגאָגישן קאָלעדזש א”נ פֿון א.ל. לעוויסקי, ד״ר אבֿרהם רוכלי, װעלכער האָט אויך מיט התלהבות אויפֿגענומען אונדזער איניציאַטיוו. אַזוי איז צום ערשטן מאָל אין ישׂראל אינעם לעװינסקי-קאָלעדזש אין לויף פֿון דרײַ סעמעסטערס פֿאָרגעקומען אַ מלוכישער סעמינאַר פֿאַר אויסשולן ײִדיש-לערער פֿאַר די ישׂראלדיקע שולן. אינעם סעמינאַר האָבן זיך געלערנט צוואַנציק לערער — נײַע עולים פֿון דעם געוועזענעם סאָוועטן-פֿאַרבאַנד.
כ’האָב גוט פֿאַרגעדענקט דעם מאָמענט אויף דער זיצונג פֿונעם וועלטראַט פֿאַר ייִדישער קולטור, ווען איך האָב אינפֿאָרמירט די מיטגלידער וועגן אונדזער נײַער איניציאַטיוו און וועגן דער דערעפֿענונג פֿונעם סעמינאַר פֿאַר ייִדיש-לערער אינעם לעווינסקי-קאָלעדזש. אויסהערנדיק דעם באַריכט, האָט מאַקס פֿרידלאַנד מיט גרויס פֿילבאַרקייט געזאָגט: „אַלץ איז גוט און פֿײַן, אָבער די אַלע לערער זענען דאָך נײַע עולים, זיי האָבן מסתּמא משפּחות, און זיי וועלן מוזן לערנען זיך פֿיר טעג אַ וואָך, דאָס הייסט, אַז זיי וועלן ניט קאָנען אַרבעטן אין משך פֿון אָנדערטהאַלבן יאָר. פֿון וואָס זשע וועלן זיי לעבן? וויאַזוי וועלן זיי אויסהאַלטן זייערע משפּחות?‟ אַזוי, אָן קיין שום פֿאָרויסיקער בקשה, אויף זײַן אייגענער איניציאַטיוו, האָט פֿרידלאַנד דערקלערט: „איך גיי גרינדן פֿאַר זיי אַ חודשלעכע סטיפּענדיע אויפֿן נאָמען פֿון מאַקס און טאָבי פֿרידלאַנד. זיי וועלן באַקומען די סטיפּענדיע יעדן חודש אין משך פֿון דער גאַנצער תּקופֿה פֿון זייערע שטודיעס. מאָרגן וועל איך אַרײַנשיקן דעם ערשטן טשעק אינעם וועלטראַט פֿאַר ייִדיש, כּדי צו עפֿענען אַ באַזונדער קאָנטאָ פֿאַר דער דאָזיקער סטיפּענדיע‟.
אין יענעם מאָמענט זײַנען אַלע מיטגלידער פֿון װעלטראַט געװען זײער גערירט פֿון מאַקס פֿרידלנאַדס אויפֿטו. מיר האָבן געזען באַשײַמפּערלעך, ווי דער דאָזיקער מענטש, וואָס איז געקומען פֿון די טיפֿענישן פֿונעם פֿאָלק, ניט קיין שרײַבער, ניט קיין אַקאַדעמיקער, נאָר אַ פּשוטער פֿאָלקס-מענטש, האָט געזאָרגט וועגן די טאָג־טעגלעכע באַדערפֿענישן פֿון די צוקונפֿטיקע ייִדיש-לערער. פֿרידלאַנד האָט געהאַלטן זײַן װאָרט און ביזן לעצטן טאָג פֿון זײערע שטודיעס פֿינאַנסירט די חודשלעכע סטיפּענדיע פֿאַר צװאַנציק לערער-עולים. די דאָזיקע סטיפּענדיע האָט זיי דערמעגלעכט זיך מער אָפּגעבן מיט די לימודים און ניט אַרבעטן אין משך פֿון אָנדערטהאַלבן יאָר.

אין חודש נאָוועמבער 1997 האָט מאַקס פֿרידלאַנד פֿאַרבעטן פּראָפֿ’ גרשון ווײַנערן, דעם פֿאָרזיצער פֿון וועלטראַט, און מיך אויף אַ שמועס אין אַ קאַווע-הויז און געזאָגט צו אונדז: „מײַן ווײַב איז קראַנק, איך בין פֿולקאָם אַן עלנטער מענטש, קיינער פֿון מײַן משפּחה האָט ניט איבערגעלעבט דעם חורבן, און איך וויל איבערלאָזן נאָך זיך אַן אָנדענק פֿאַר מײַן ריזיקער משפּחה, וועלכע איז אַרויף אין הימל מיטן רויך פֿונעם חורבן. איך וועל זיך ניט פֿילן בשלום מיט זיך אַליין, כּל-זמן כ’וועל ניט וויסן, אַז איך האָב פֿאַראייביקט דעם אָנדענק נאָך מײַנע נאָענטע. העלפֿט מיר ביטע אין דעם. וויאַזוי זאָל איך דאָס טאָן?” דעמאָלט האָט פּראָפֿ’ ווײַנער געענטפֿערט מאַקסן: „אײַער לעבן שפּיגלט אָפּ די ייִדישע געשיכטע אינעם 20סטן יאָרהונדערט. איר דאַרפֿט ניט זען זיך ווי אַן עלנטער מענטש. איר זײַט אַ פֿאָרשטײער פֿון אַ גאַנצן דור, װעלכער האָט געחלומט, געבויט זײַן לעבן, און דאַן כּמעט אינגאַנצן פֿאַרניכטעט געוואָרן, נאָר געפֿונען די כּוחות אויפֿצושטיין פֿון אַש, זיך אויפֿבויען פֿון דאָס נײַ, זוכה געווען צו אַן אײגן לאַנד… איר מוזט שרײַבן אַ בוך וועגן אײַער לעבן, וועגן אײַער משפּחה, דאָס וועט זײַן די בעסטע פֿאַראייביקונג. אין אַ בוך וועט איר קאָנען דערציילן און באַשרײַבן, און אויך פֿאַראייביקן, אַ סך מער און בעסער, איידער אין אַ שטיינערנעם דענקמאָל‟. מאַקס פֿרידלאַנד איז געווען זייער איבערראַשט פֿונעם פֿאָרשלאָג, אָנגעהויבן זיך אַנטקעגנשטעלן און זאָגן: ווי וועט ער שרײַבן דאָס בוך, ער איז דאָך ניט קיין שרײַבער, ער זעט זיך ניט ווי אַ גענוג אינטעליגענטער און געבילדעטער מענטש, ער איז ניט מער ווי אַ שנײַדער. ווי וועט ער וואַגן שרײַבן אַ בוך? און מיר ביידע, פּראָפֿ’ ווײַנער און איך, האָבן צוגעזאָגט אים צו העלפֿן אין דעם.
זינט דעמאָלט אָן האָב איך אָנגעהויבן פֿאָרן איין מאָל אַ וואָך אויף צוויי-דריי שעה אין פֿרידלאַנדס דירה אויפֿן ראָג קוגעל- און סאָקאָלאָוו-גאַסן אין צענטער פֿון חולון. עס איז ניט געווען קיין גרינגע אַרבעט. אַ טייל פֿון זײַנע פּערזענלעכע זכרונות האָט מאַקס געשריבן אַליין, און איך האָב רעדאַגירט זײַן טעקסט. אַן אַנדער טייל האָט ער דיקטירט, און איך האָב עס אָפּגעדרוקט. דאַן האָט מען געמוזט אַלץ צוזאַמענשטעלן, קאָנטראָלירן און באַשטעטיקן די פֿאַקטן. ער איז שוין דעמאָלט געװען זײער אַ באַיאָרטער מענטש, אַ סך זאַכן האָט ער פֿאַרגעסן, אין געוויסע פּרטים האָט ער זיך פּלוצעם דערמאָנט. װען ס’איז אים געוואָרן שווער צו וווינען אַליין אין זײַן גרויסער דירה, האָט ער באַשלאָסן אַריבערצופֿאָרן אין אַן עלטער־הײם, און אונדזערע וועכנטלעכע באַגעגענישן זײַנען אָנגעגאַנגען שוין דאָרט, אין זײַן צימער אינעם „משען‟ אין חולון.
ווען בערך אַ העלפֿט פֿונעם בוך איז שוין געווען גרייט, האָט זיך אָנגעשלאָסן אין דער אַרבעט אויך הער אפֿרים פֿישמאַן. נאָך דעם איז דאָס בוך רעדאַגירט געוואָרן דורך אלישבֿע כּהן-צדק. אין דער גאַנצער צײַט, װאָס איך האָב געאַרבעט איבערן בוך, און דאָס בילד פֿון פֿרידלאַנדס לעבן האָט זיך פֿונאַנדערגעשפּרייט פֿאַר מיר, האָב איך געזען אין מײַן דימיון ניט די לעבנס-געשיכטע פֿון אײן מענטשן, נאָר טאַקע אַ פּאַנאָראַמע פֿון לעבן, טראַגעדיע און אויפֿקום פֿון אַ גאַנצן דור. אויף יעדער באַגעגעניש בין איך פֿאַרכאַפּט געוואָרן ניט נאָר פֿון מאַקס פֿרידלאַנדס רײַכן ייִדיש, נאָר אויך פֿון זײַן פֿאָלקסטימלעכקייט, גוטהאַרציקייט און גײַסטיקער שטאַרקייט.
פּראָפֿ’ ווײַנער האָט געזען אין דעם אַרויסגעבן פֿונעם בוך אַ פּערזענלעכע פֿאַראַנטוואָרטלעכקייט. ער האָט כּסדר דערמוטיקט און געשטופּט דעם פּראָיעקט פֿאָרויס, ביז דער אויסגאַבע אינעם יאָר 1999.
אין 2013 האָב איך זיך געטראָפֿן מיטן אַדוואָקאַט דוד לעוו, וועלכער איז געווען דער אָנפֿירער איבער מאַקס און טאָבי פֿרידלאַנדס ירושה. ווען ער האָט מיך געפֿרעגט, וווּ איז וויכטיקער אָנצוּווענדן די געלטער, וואָס מאַקס האָט איבערגעלאָזט, האָב איך געזאָגט, אַז דאָס ריכטיקסטע און דאָס לאָגישסטע וועט זײַן צו באַנײַען דעם ייִדיש-צענטער בײַם לעווינסקי-קאָלעדזש אין תּל־אָבֿיבֿ. נאָך אַלעמען, איז דאָרט שוין געווען אַ סעמינאַר אין מיטן די 1990ער יאָרן פֿאַר אויסשולן ייִדיש-לערער, וואָס מאַקס האָט טיילווײַז פֿינאַנסירט. דאָס וואָלט געווען די בעסטע אינוועסטיציע פֿון פֿרידלאַנדס עזבֿון-געלטער. אַזוי איז געגרינדעט געוואָרן אינעם יאָר 2013 דער ייִדיש-צענטער בײַם לעווינסקי-קאָלעדזש. די נעמען פֿון מאַקס פרידלאַנד און זײַן פֿרוי טאָבי קלינגען ווידער אין אַ בכּבֿודיקער חינוך-אינסטיטוציע. אַ דאַנק זיי איז לעווינסקי-קאָלעדזש ווידער אַקטיוו אויפֿן געביט פֿון ייִדישער שפּראַך און קולטור. מאַקס האָט מיר אַמאָל געזאָגט אין איינעם פֿון אונדזערע שמועסן: „עס איז זייער וויכטיק אָפּצוהיטן ייִדיש, ווײַל דאָס איז דער איינציקער לעבעדיקער מאָנומענט פֿאַר מיליאָנען, וועלכע זײַנען געגאַנגען אין זייער לעצטן וועג מיט דער דאָזיקער שפּראַך אויף די ליפּן.‟