שמואל אָרטענבערג
יאָרן פֿון אױפֿשטײַג 1930-1920
(צװײטער טײל)
… דערינערונגען! װער װעט צױמען דעם װעג
אָט דעם הײליקן שטראָם,
װאָס באַװאַשט מיט די װאַרעמע װעלן
דאָס האַרץ!
סטעפֿאַן צװײַג
די שטאָט װיניצע
די שטאָט װיניצע האָט זיך געפֿונען אין צענטער פֿון פּאָדאָליע אױף די ברעגעס פֿון טײַך בוג. אַנטשטאַנען איז זי נאָך אין XVIטן יאָרהונדערט לעבן די װײַנברײַערײַען — וויניצע אויף אוקרײַניש.
אין אײנעם מיטן װוּקס און אַנטװיקלונג פֿון דער שטאָט אין XVIIIטן י”ה איז געװאַקסן דער ייִדישער טײל פֿון דער באַפֿעלקערונג. געפֿינענדיק זיך אױף דעם קרײצװעג פֿון צפֿון אױף דרום־מערבֿ, פֿון קיִעװ קײן אָדעס און מאָלדאַװיע, איז די שטאָט באַזונדערס אױסגעװאַקסן סוף XIXטן, אָנהײב XXסטן י”ה, צו דער אַלטער שטאָט איז צוגעקומען אַ נײַע שטאָט, מיט נײַע גאַסן, מיט אַ שיל, שײנע און גרױסע געבײַדעס אין צענטער. ערבֿ דער רעװאָלוציע איז װיניצע געװען אַ באַדײַטנדיקע קרײַזשטאָט, האַנדל־צענטער, פֿאַרװאַלטונגס־ און קולטור־צענטער אין דרום־מערבֿ פֿון אוקראַיִנע, עס זײַנען אַנטשטאַנען עטלעכע אינדוסטריעלע אונטערנעמונגען: אָ פֿאַבריק פֿאַר סופּערפֿאָספֿאַט־אױסאַרבעטונג, אַ גרױסע שיך־פֿאַבריק א”אַנד.
די אַלגעמיינע באַפֿעלקערונג האָט געצײלט ביז 70-60 טױזנט נפֿשות, די ייִדישע באַפֿעלקערונג — אַן ערך 20-15 טױזנט. די יאָרן פֿון רעװאָלוציע און בירגער־קריג האָבן זיך, פֿאַרשטײט זיך, אָפּגערופֿן אױף דעם אױסזען און װױלשטאַנד פֿון שטאָט, אָבער אױך אַצינד, װען איך בין אַהין אָנגעקומען אין פֿרילינג 1920, האָט די שטאָט אױסגעזען זײער באַלעבט. אױף מיר האָט זי, אַלנפֿאַלס, געמאַכט אַן אײַנדרוק פֿון אַ כּרך, װאָס װעט אַפֿילו ניט פֿאַרשעמט װערן פֿאַר פּאַריז. אמת, קײן װוּנדערלעכער אײפֿעל־טורעם און קײן נאָטר־דאַם־דע פּאַרי זײַנען דאָ ניט פֿאַראַן, דערפֿאַר אָבער שטײט אין מיטן דער שטאָט אַ פֿופֿצנמעטערדיקער טורעם מיט אַ זײגער אין שפּיץ, װאָס װײַזט דער גאַנצער שטאָט די צײַט, אמת, ניט שטענדיק ריכטיק, אָבער עס מאַכט ניט אױס, דער טורעם אַלײן איז פֿאַר מיר אַ װוּנדערלעכע זאַך. און אױב איר גײט אַרױף מיט דער גאַס פֿונעם טורעם, װעט איר אָנקומען װײַטער אין זײער אַ שײן ערטל, װאָס מען רופֿט עס „קומבאַרי‟. דער נאָמען קלינגט עפּעס מאָדנע איטאַליעניש און, כאָטש װיניצע איז ניט װענעציע (װענעדיק) און קײן שװימענדיקע האָנדאָלעס אין די בלױע װאַסער־שטראָמען איז ניט צו זען, װעט איר דאָך אָנטרעפֿן אױף אַ גרױסן, שײנעם, גרינעם פּאַרק אױפֿן באַרג און דאָ דערנעבן לאָזט זיך אַראָפּ אַ פֿירגאָרנדיקער טרעפּל־לײטער פֿון העכער הונדערט אַלטע שטײנערנע טרעפּ צום ברעג פֿון טײַך, פֿון װעלכן עס פֿאָרט איבערן טײַך בוג אַ פּאַראָם און פֿירט אױך אַריבער מענטשן אױף דער צװײטער זײַט צו אַ גרױסער גרינער לאָנקע. אין מיטן דער שטאָט שטײט די מאַסיװע שטײנערנע אַלטע געבײַדע פֿון אַ פּױלישן קאָשטיאָל מיט אַ פּאָרטאַל און באַלקאָנעס; און צו לעצט, ניט אײנער, נאָר אַפֿילו צװײ פֿעסטע און הױכע מאָנאַסטיר־געבײַדעס — אײנע אַ דאָמיניקאַנישע, די צװײטע אַ יעזויִטישע — נאָך פֿון מיט XVIIIטן יאָרהונדערט — שטרענגע, האַרטע און אַ ביסל גרױזאַמע.
נײן, איך האָב ניט געבענקט נאָך פּאַריז, מיר איז געפֿעלן געװאָרן די נײַע שטאָט װיניצע אין צענטער פֿון פּאָדאָליע.
די הױפּט־גאַס, דער לענין־פּראָספּעקט, איז פֿול מיט שפּאַצירנדיקן עולם, גרױסע מאַגאַזינען, קולטור־אינסטיטוציעיס, און איבער דער שטאָט לױפֿט אַפֿילו אַ טראַמװײַ מיט אַ פֿרײלעכן געקלאַנג. די לאַגע אין שטאָט איז פֿאַרהעלטענישמעסיק רויִק, עס איז פֿאַראַן אַ פֿעסטע אָרטיקע סאָװעטישע מאַכט, דאָס לעבן גײט נאָרמאַל, די שטאָט איז אַצינד געװאָרן טאַקע דער גובערניאַלער צענטער פֿון דער גאַנץ ברײטער און גרױסער פּאָדאָליע. די יאָרן פֿון שרעק, פּאָגראָמען, איבערװאַנדערונג האָבן רויִנירט אין גאַנצן דעם װױלשטאַנד פֿון אונדזער פֿאַמיליע און אַצינד, װען מיר האָבן זיך אַריבערגעקליבן און באַזעצט אין װיניצע, פֿאַרשטײט זיך, אין ענגשאַפֿט, אין שכנות, איז די פֿאַמיליע שטאַרק פֿאַרזאָרגט מיט די װײַטערדיקע פּערספּעקטיװן. איך װיל אױך אין אַ געװיסער מאָס באַרעכטיקן זעלבשטענדיק מײַן עקזיסטענץ, און איך הײב אָן פֿאַרדינען: איך גיב פּריװאַטע לימודים; װײַזט זיך אַרױס, אַז אין דער גרױסער און טומלדיקער שטאָט האָבן זיך געפֿונען בעלנים אױך אױף מײַן ביסל װיסן. אמת, קײן גרױסער איבערקלײַבער בין איך ניט, באַלױנונג בעט איך די סאַמע באַשײדנסטע און מינימאַלסטע און איך הײב אָן „גײן איבער די הײַזער‟ און געבן לימודים.

דער האָרעפּאַשנער שוסטער טעװעלעװ איז אַ הױכער, אַ דאַרער, אַ מאָגערער ייִד מיט אַ קלײן געל ציגן־בערדל. כאָטש ער זיצט אַ גאַנצן טאָג אין אַ קלײנעם צעבראָכענעם בײַדל אין צענטער שטאָט אױף זײַן נידעריקן שוסטער־געזעס און לײגט אַ לאַטע אױף אַ לאַטע אױף דער שטאַרק אָפּגעטראָטענער שוכװאַרג פֿון זײַנע פֿילצאָליקע שטאָטישע קליענטן, — איז ער פֿון דעסטװעגן, אַ גרױסער קבצן, אָבער אַ פֿרײלעכער, אַ גוטמוטיקער, אַ לעבעדיקער אַ װערטלזאָגער. ער איז שטאַרק צופֿרידן, װאָס פֿאַר אַזאַ צוטרעטלעכער באַלױנונג, האָב איך פֿאַר אײן חודש אױסגעלערנט זײַנע בײדע „מױדן‟ נאָך פֿון גאָר אַ יונגן שול־עלטער אי לײענען רוסיש, אי לײענען ייִדיש און אױך אַ ביסל חשבונען. דערפֿאַר טאַקע שלאָגט ער אױך מיר אונטער מײַנע שױן שטאַרק אױסגעטראָטענע און אָפּגעטראָטענע שטיװל אומזיסט, אָן אַ קאָפּעקע געלט.
צװישן אַנדערס, האָב איך מיט 18 יאָר שפּעטער, אין 1938 באַגעגנט אױף אַ קוראָרט בײַ די מינעראַל־װאַסערן אױף צפֿון־קאַװקאַז אַ יונגע, שײנע, שװאַרץ־חנעװדיקע דאַמע פֿון װיניצע, זױבער און ציכטיק געקלײדט, אַ געבילדעטע, לױטן פֿאַך אַן עקאָנאָמיסט, און זי האָט מיר אױסגעזען עפּעס שטאַרק באַקאַנט. מיר האָבן זיך צערעדט און זי האָט מיר, שױן אַ ביסל שעמעװדיק, זיך אָנערקענט, אַז דאָס איז זי טאַקע אײנע פֿון די צוויי „מױדן‟ טעװעלעװס, װעמען איך האָב אין די יוגנט־יאָרן, אין אָנהײב פֿון מײַן לערער־טעטיקײט איבערגעגעבן די ערשטע סודות פֿון װיסן. עס איז געװען אומדערװאַרט און זײער אָנגענעם צו זען דעם װוּקס פֿון טעװעלעװס טאָכטער אױף איר נײַעם לעבנסװעג.
אַ צװײטער פֿון מײַנע „קליענטן‟, דװקא עפּעס אַ פֿאַרמעגלעכער מילנער פֿון די ליפּקעס, צאָלט מיר אױס מײַן האָנאָראַר פֿאַרן שטודיום מיט זײַן ניט גאָר געראָטענעם און פֿױגלדיקן פֿערצן־יאָריקן זון מיט נאַטור — אַ גאַנצן פּוד, ד”ה, זעכצן קילאָ װײַסע מעל. װען איך ברענג אַהײם אַ פֿאַרשװיצטער דעם זאַק מיט מעל, לאָזט די מאַמע אַ טרער: אױף װאָס איר קינד איז גאָר, נעבעך, איבערגעקומען, צו גײן אַלע טאָג צו עפּעס אַ „פֿאַרדריפּעטעם‟ מילנער, װי אַ מלמד און קנעלן מיט זײַן זינדעלע, דעם „פֿאַרשטאָפּטן קאָפּ‟, און שלעפּן פֿון אים אַהײם די זעק מעל. אָבער דאָס מעל איז דעמאָלט טאַקע שטאַרק צו נוץ געקומען .
ביסלעכװײַז פֿאַרפֿיר איך באַקאַנטשאַפֿט מיט דער אָרטיקער ייִדישער אינטעליגענטער יוגנט. דאָס געזעלשאַפֿטלעכע און קולטור־לעבן קלאַפּט דאָ האַסטיק. מיר, יוגנטלעכע, האָבן אַפֿילו אָרגאַניזירט אַן אײגענעם באַזונדערן ליטעראַרישטן קרײַז אונטערן קלינגענדיקן נאָמען „קונסטרינג‟. עס איז דעמאָלט אין כאַרקאָװ געװען אַזאַ פֿאַרלאַג פֿון ייִדישער ליטעראַטור אונטער דעם נאָמען. װיניצע איז אַ גרױסע שטאָט. דאָ זײַנען פֿאַראַן ביבליאָטעקן, אַ גרױסער טעאַטער און אַנדערע געזעלשאַפֿטלעכע געבײַדעס. עס איז אַפֿילו דאָ אַ שײן צװײשטאָקיק הױז אונטערן פֿײַנעם נאָמען „אַרט‟, װוּהין מען קאָן אַרײַנקומען און פֿירן הױכע ליטעראַרישע געשפּרעכן. טאַקע דאָרט זאַמלט זיך צונױף פֿון צײַט צו צײַט אונדזער קרײַז, ייִנגלעך און מײדלעך דעמאָקראַטיש און ייִדישלעך געשטימט, און מיר לײענען, רעפֿערירן, שטרײַטן צוזאַמען. דאָ האָב איך טאַקע געהאַלטן אײן מאָל אַ פֿאָרטראָג אױף דער טעמע „די געשטאַלט פֿון דער פֿרױ אין דער ייִדישער ליטעראַטור‟. דאָס לעבן װערט אַלץ מער אינטערעסאַנט און אָנציִענדיק.
אָבער אין גיכן הײבט זיך אָן אױך דאָ אין װיניצע פֿילן דער אומרו פֿון דעם נאָך ניט פֿאַרענדיקטן בירגער־קריג. זומער 1920 הײבט זיך אָן דער אָנגריף פֿון דער װײַסער פּױלישער אַרמײ, פֿון די פּױלישע פּילסודסקי־רעגירער, מיט װעמען די אוקראַיִניש־פּעטליוריסטן און פֿאַררעטער האָבן געשלאָסן אַ בונד.
די פּריציש־פּעטליורישע אָקופּאַציע
איך האָב נאָך אין 1925טן יאָר געמאַכט אַ פּרוּוו אין ספּעציעלע דערינערונגען, אָפּגעדרוקט אין דער צײַטונג „דער עמעס‟, אָנמאָלן דעם פּעריאָד פֿון פּריציש־פּעטליורישער הערשאַפֿט אין װיניצע. מסתּמא, זײַנען דאַן בײַ מיר די אײַנדרוקן נאָך געװען פֿרישער, אָבער איך געדענק נאָך ביז הײַנט די דאָזיקע צײַט.
אָנפֿאַנג יוני־חודש איז אומבאַמערקט און שטיל דורכגעגאַנגען די עװאַקואַציע פֿון די סאָװעטישע אַרמײ־טײלן און אַנשטאַלטן. אין שטאָט איז געװאָרן שטיל, די שטאָט איז װי אָפּגעשטאָרבן, די גאַסן זײַנען לײדיק געװאָרן, דאָס לעבן האָט זיך אָפּגעשטעלט. אין עטלעכע טעג אַרום האָבן זיך דערהערט דונערקנאַלן און שיסערײַען פֿון דער מערבֿ־זײַט שטאָט און עס זײַנען אַרײַן אַ מענגע פֿון פּױלישע לעגיאָנערן, אַ גרױסע אַרמײ. זײ האָבן אײַנגעשטעלט אַ פֿעסטן שטרענגן לעבנס־רעזשים פֿאַר דער באַפֿעלקערונג. אין אײנעם פֿון די קומענדיקע טעג, װען דער עולם האָט צוביסלעכװײַז אָנגעהױבן אַרױסגײן אין גאַס, האָט די אָנפֿירונג פֿון דער פּױלישער אַרמײ, צוזאַמען מיט דער אוקראַיִנישער אָרטיקער מאַכט, אײַנגעאָרדנט אין צענטער פֿון שטאָט אַ צערעמאָניעלן אַרמיין־מאַרש. אױפֿן באַלקאָן פֿון דער פֿינף־שטאָקיקער „סאַװױ‟־געבײַדע זײַנען געשטאַנען די מיליטערישע פּױלישע שעפֿן און די אוקראַיִנישע רעגירער און עס האָבן פֿאַר זײ דעפֿילירט אין צערעמאָניעלן מאַרש די פֿילצאָליקע פּױלישע לעגיאָנערן. דער פּױלישער רעדנער האָט דערמאָנט װעגן עפּעס אַ קאָנסטיטוציע פֿון דריטן מאָל, װאָס דאַרף לױט זײַן מײנונג באַגליקן די װעלט. דאָס איז געװען „הױכע‟ פּאָליטישע דעמאַגאָגיע אין דער פּױלישער שפּראַך. די אוקראַיִנישע מאַכטהאָבער האָבן הילכיק אַפּלאָדירט, זיך שטאַרק גענייגט פֿאַר די פּױלישע מיליטער־לײַט.

אין עטלעכע טעג אַרום איז אַהער קײן װיניצע אַראָפּגעקומען דער הױפּט־אַטאַמאַן פֿון דער באַנדיטישער אַרמײ סעמעאָן פּעטליוראַ און האָט זיך צײַטװײַליק, אונטערן שוץ פֿון די פּעטליורישע לעגיאָנערן, געשאַפֿן זײַן רעזידענץ אין דער געבײַדע אַנטקעגן דער פּאָסט־פֿאַרװאַלטונג. דערנאָך, װידער אין אַ פּאָר טעג אַרום, האָט זיך באַװיזן אױף אונדזער װיניצער ערד בכבֿודו־ובעצמו דער פּאַן פּילסודסקי אַלײן.
זײ בײדע, פּאַן פּילסודסקי און אַטאַמאַן פּעטליוראַ, זײַנען אַרומגעפֿאָרן איבער דער הױפּט־גאַס פֿון שטאָט אין אײן אַמעריקאַנער אױטאָמאָביל, געזעסן האַנט בײַ האַנט און געשמײכלט. די פּױלישע אינטעליגענץ און די אוקראַיִנישע נאַציאָנאַליסטישע אינטעליגענץ האָבן געװאָרפֿן בלומען פֿון בײדע זײַטן פֿון דעם אױטאָמאָביל…
עס געדענקט זיך, נאָך אַ צװײטער אינטערעסאַנטער עפּיזאָד: אין אײנעם פֿון די זומערטעג האָט דער אַטאַמאַן פּעטליוראַ מיט זײַן סװיטע זיך פֿאַרקליבן אױף אַ הױכן באַלקאָן פֿון אַ שײן הױז אין צענטער שטאָט און פֿון דאָרט געהאַלטן אַ רעדע פֿאַר אַ גרױסן עולם, װאָס מע האָט ספּעציעל צונױפֿגעזאַמלט פֿון אונטן. ער האָט, פֿאַרשטײט זיך, גערעדט װעגן די אינטערעסן פֿון אוקראַיִנישן פֿאָלק און װעגן די „גוטע און געהױבענע פּױלישע פֿרײַנד, װאָס העלפֿן דעם אוקראַיִנישן פֿאָלק אין זײַן באַפֿרײַונג…‟ נאָר מערקװערדיקער פֿון אַלץ איז געװען דאָס, װאָס אין דער סװיטע פֿון דעם באַנדיטישן אַטאַמאַן פּעטליוראַ, װעמענס הענט עס האָבן פֿאַרגאָסן אַזױ פֿיל אומשולדיק ייִדיש בלוט, האָט זיך געפֿונען אױך אַ ייִדישער מיניסטער, פּינחס (פּיניע) קראַסני, האָט מען אים גערופֿן. דאָס איז געװען אַן אַמאָליקער װינקל־אַדװאָקאַט פֿון שטעטל קאַזאַטין, אַ געמײנער פּאָליטיקאַן און אינטריגאַנט, װאָס איז אַרױפֿגעשװוּמען אין די דאָזיקע פֿינצטערע צײַטן פֿון פֿײַנדלעכע אינװאַזיעס אין לאַנד אױף דער אַרענע און זיך דערקליבן צום פּאָסט פֿון אַ מיניסטער בײַ דעם אױבער־מערדער סעמעאָן פּעטליוראַ. מיט זײַן שעפּעליאַװער און גנוסאַװער אױסשפּראַך איז ער אױך אַרױסגעטראָטן אױף דעם אימפּראָװיזירטן באַלאַגאַן מיט אַ רעדע, אין װעלכער ער האָט גערופֿן „צו באַדאַנקען די אוקראַיִנישע פֿאָלקס־רעפּובליק פֿאַר דער נאַציאָנאַלער, פּערסאָנעלער אױטאָנאַמיע, װאָס װערט געגעבן די ייִדישע מאַסן אין אוקראַיִנע…‟
איך האָב מיט מײַנע אײגענע אױגן געזען העכער דרײַ הונדערט אומגעקומענע פֿון פּעטליורישע באַנדעס ייִדן, וואָס האָבן זײער „אױטאָנאָמיע‟ סײַ די נאַציאָנאַלע, סײַ די פּערסאָנאַלע געקראָגן אױפֿן ייִדישן בית־עולם. פֿאַר מיר האָט די דאָזיקע רעדע געקלונגען, װי אַ חילול־השם, עקלהאַפֿט און נידערטרעכטיק. „דער מיניסטער פֿאַר ייִדישע ענינים‟, װי ער האָט זיך אָפֿיציעל גערופֿן, האָט זיך געקליבן אין װיניצע צו עפֿענען און פֿאַנאַנדערװיקלען זײַן טעטיקײט אין פֿאַרשײדענע „דעפּאַרטאַמענטן‟, אָבער ער האָט דאָס ניט באַװיזן: פּונקט װי די מאַכט פֿון זײַן הױפּט־אַטאַמאַן פּעטליוראַ, איז אױך זײַן פּאָסטן געװען נאָר קורצװײַליק.
איבעריקנס, דער טרױעריקער נאָמען פֿונעם צרהדיקן ייִדישן מיניסטער פּיניע קראַסני האָט אין עטלעכע יאָר אַרום װידער אָפּגעקלונגען, װען ער איז אַרױסגערופֿן געװאָרן ווי אַ עדות אױפֿן באַרימטן פּראָצעס קײן פּאַריז; װי אַזױ ער האָט זיך באַװיזן אױף דעם פּראָצעס אין פּאַריז, צי אפֿשר האָט זיך גאָר דאָס לשון אים אָפּגענומען דאָרט — דאָס איז מיר ניט באַװוּסט, אָבער דער פּאַריזער געריכט האָט, װי באַװוּסט, דעם אײדלמוטיקן, ייִדישן יונגער־מאַן שװאַרצבאַרד, װאָס האָט פּעטליוראַן דערמאָרדעט אין צענטער פֿון פּאַריז, אין גאַנצן פֿרײַגעלאָזן און באַרעכטיקט.
דאָס געזעלשאַפֿטלעכע און קולטור־לעבן אין דער דאָזיקער צײַט פֿון דער פּױליש־פּעטליורישער הערשאַפֿט אין װיניצע איז געװען געשטיקט און נידערגעשלאָגן. אמת, די צעירי־ציון האָבן געפּרוּװט מאַכן אַ גרױסע פֿײַערונג אַרום דער אָנגעקומענער ידיעה װעגן דעם באַשלוס אױף דער דיפּלאָמאַטישער קאָנפֿערענץ אין סאַן־רעמאָ צו באַשטעטיקן די אַזױ גערופֿענע באַלפֿור־דעקלאַראַציע צו שאַפֿן אַ „נאַציאָנאַלע הײם‟ פֿאַר ייִדן אין ארץ־ישׂראל. זײ האָבן גערעדט װעגן דער „אַתְחַלְתָּא דְּגָאוּלָא‟ — דער אָנהײב פֿון דער אױסלײזונג, אָבער קײן באַדײַטנדיקן רושם אױף דער ייִדישער באַפֿעלקערונג האָט די פֿײַערונג ניט געמאַכט; עס זײַנען דאָ נענטערע און בילכערע זאָרג. אָט הײבן שױן װידער אָנצוקומען פֿון דער אַרומיקער געגנט אַזױ גערופֿענע „בעזשענצעס‟, הײמלאָזע, װאָס לױפֿן פֿון די שטעטלעך פֿון שרעק און פּחד פֿאַר די טײלן פֿון דער פּעטליורישער אַרמײ, און מע דאַרף זאָרגן װעגן די אומגליקלעכע פֿאַמיליעס און צו דער „נאַציאָנאַלער הײם‟ איז נאָך גאַנץ װײַט.
ניט לאַנג האָט געדױערט די פּױליש־פּעטליורישע הערשאַפֿט. אין פֿריִען האַרבסט האָבן זײ אָנגעהױבן מאַכן פּליטה אונטער דעם שװערן דרוק פֿון דער זיגנדיקער רױטער אַרמײ. עס גײט די קאַװאַלעריע פֿון דעם באַרימטן קאָמאַנדיר בודיאָני. שנעל האָבן די פּױלישע לעגיאָנען און זײערע „אײדעלע‟ שעפֿן זיך גענומען קלײַבן אין װעג און קײַקלען זיך צוריק, מיטשלעפּנדיק מיט זיך, נאַטירלעך, אַ טײל פֿון דעם פֿאַרמעגן פֿון דעם „פֿרײַנדלעכן און געליבטן‟ אוקראַיִנישן פֿאָלק. צװישן אַנדערס, זײַנען מיר געװען באַװוּסט פֿאַלן, װען ייִדישע זעלנער פֿון דער פּױלישער אַרמײ האָבן אָפּגעװאַרט אין באַהעלטעניש דעם אַװעקמאַרש פֿון דער אַרמײ, כּדי צו בלײַבן אױף דער באַפֿרײַטער פֿון זײ ערד. װײַזט אױס, אַז גאָר ניט זיס איז געװען דאָס לעבן פֿונעם ייִדישן זעלנער אין די פּױלישע לעגיאָנען.
עס שװימט אױף אין זכּרון: װען די שטאָט איז שױן געװען אין גאַנצן רײן פֿון דער פֿײַנטלעכער פּױלישער מיליטער, האָט זיך גאַנץ פֿרי פֿאַר טאָג באַװיזן דער ערשטער אױסשפּיר־אָטריאַד פֿון דער רױטער אַרמײ, ער איז אָנגעקומען דורך דער בריק, איבערן טײַך בוג פֿון מיזרח־זײַט; איך האָב אים מיט נאָך אַזױנע װי איך נײַגעריקע באַגעגנט בײַ דער בריק. רײַטנדיק אױפֿן פֿערד איז לעבן דער בריק געשטאַנען דער ערשטער רױט־אַרמיייִשער קאָמאַנדיר, און לעבן אים אַ קלײנע גרופּע זײַנע מיטגײער און ער האָט זיך, טאַקע זיצנדיק אױפֿן פֿערד, געװענדט צו דעם צונױפֿגעקומענעם עולם און דערצײלט, אַז עס גײט אַ גרױסע שלאַכט פֿאַר באַפֿרײַען די ערד פֿון אומרעכט, אַז די רױטע אַרמײ קומט, זי טראָגט מיט זיך זיג און פֿרײַהײט. ער האָט גערופֿן צו רו און זיך געלאָזט רײַטן װײַטער מיט זײַנע רײַטער איבער דער גאַנצער שטאָט.
באַלד האָבן אָנגעהױבן אָנקומען גרױסע אַרמײיִשע טײלן. איבער דער שטאָט האָט שױן װידער געפֿלאַטערט די גרױסע רױטע פֿאָן און אַצינד שױן אױף שטענדיק. דער בירגער־קריג איז שױן געגאַנגען צו ענדע.
אין עטלעכע טעג אַרום איז גראָד דורכגעגאַנגען דורך װיניצע אין אַ ספּעציעלן צוג אײנער פֿון די פֿירנדיקסטע קאָמוניסטישע פֿירער אױף אוקראַיִנע מאַנויִלסקי, דער באַװוּסטער שפּעטער אין דער גאָרער װעלט קאָמאינטערן־טוער און דיפּלאָמאַט, דאָקטאָר מאַנויִלסקי. איך בין אױך געװען צװישן דעם גרױסן עולם, װאָס האָבן אױפֿן װאָקזאַל אים באַגעגנט און געהערט זײַן רעדע. צום ערשטן מאָל האָב איך געהערט אַ באַדײַטנדיקן און אָנגעזעענעם רעדנער און רעװאָלוציאָנער. ער האָט גערעדט אוקראַיִניש, שײן און פּאַטעטיש װעגן דער אױפֿגײענדיקער זון פֿון פֿרײַהײט און מענטשלעכן גליק. זײַנע װערטער זײַנען אַרײַן טיף אין באַװוּסטזײַן און אין האַרצן.
המשך קומט