פֿון אונדזער עזבֿון: חנה לעווין (1900־1969)


דיכטער ,פּראָזאַיִקער. געבוירן אין יעקאַטערינאָסלאַוו (איצט דניעפּראָפּעטראָווסק), אוקראַיִנע, זיך געלערנט אין אַ רוסישער און ייִדישער שול, דערנאָך געאַרבעט בײַ שנײַדערײַ און ווי אַ פֿאַרקויפֿערין אין אַ קראָם. נאָך דער רעוואָלוציע פֿון 1917 פֿאַרענדיקט אַ פּעדאַגאָגישן אינסטיטוט, געווען אַ לערערין אין ייִדישע שולן. בעתן בירגערקריג געדינט אין דער רויטער אַרמיי (דער דאָזיקער פּעריאָד אין איר לעבן איז שפּעטער אָפּגעשפּיגלט אין דער פּאָעמע ”איינע ווי אַ סך אַנדערע“). אָנגעהויבן שרײַבן לידער אין רוסיש, נאָר אונטער דער ווירקונג פֿונעם דיכטער לייב נײַדוס, וועלכער האָט זיך אין 191־ געפֿונען אין יעקאַטערינאָסלאַוו,אַריבער צו ייִדיש. אין 1918 האָט לעווין אָפּגעדרוקט אירע ערשטע לידער. אָנהייבנדיק פֿון די 1920ער יאָרן, באַווײַזן זיך אירע לידער און דערציילונגען אין פֿאַרשיידענע ייִדישע אויסגאַבעס,און אין 1929 דערשײַנט איר ערשטע לידער־זאַמלונג ”צושטײַער“, וווּ די הויפּט־מאָטיוון קאָן מען צורעכענען צו די בעסטע מוסטערן פֿון פֿרויען־ליריק, און אויך שפּעטער שאַפֿט זי אין איר דיכטונג אייגנאַרטיקע מוטער־ געשטאַלטן. די ליטעראַטור־קריטיק מערקט אָפּ, אַז אין ראַטן־פֿאַרבאַנד איז חנה לעווין געווען די ערשטע ייִדישע דיכטערין, וואָס האָט אָנגעהויבן זוכן דעם אייגענעם באָדן פֿאַר דער אַנטוויקלונג פֿון דער פֿרויען־דיכטונג, און דעריבער נעמען אירע לידער אויס מיט זייער לירישער אויפֿריכטיקייט, מיט דער קלאָרער שפּראַך פֿון עכטן מענטשלעכן געפֿיל. די צווייטע גרויסע שיכט פֿון איר שאַפֿונג שטעלן מיט זיך פֿאָר די קינדער־לידער, וואָס זי האָט געשריבן דאָס גאַנצע לעבן. אין איר לעצטן פּאָעטישן בוך, וואָס האָט געהייסן ”אין אַ גוטער שעה“ (1940), איז אײַנגעשלאָסן כּמעט דאָס בעסטע, וואָס זי האָט אין משך פֿון לאַנגע יאָרן געשריבן פֿאַר קינדער: ”וועגן חיות (”דער בער“,”די קאַץ האָט מורא פֿאַר אַ פֿראָסט“) ,נאַטור־דערשײַנונגען (”אַ רעגן“,”פֿייגל פֿליִען“) ,קינדער־שטייגער (”מאַריאַנע העלפֿט דער מאַמען“,”ברוגז“,”אַ שטילע שפּיל“). ברייט זײַנען אין זיי פֿאָרגעשטעלט מאָטיוון פֿון קינדערישער שפּילעוודיקייט, אייגנאַרטיקייט, חנעוודיקע קאַפּריזקייט — שטריכן, וואָס רופֿן אַרויס אַ שמייכל (”מײַ־מאַריאַנע“ א״אַ). חנה לעווין האָט געשריבן אויך פּראָזע, אין 1943 איז דערשינען איר זאַמלונג ”אויף שריט און טריט“,וווּהין עס זײַנען אַרײַן דערציילונגען
פֿון דער מלחמה־צײַט.

חנה לעווין

וויליענקע און מײַע

בײַ וויליע װיליאַנען
איז אַ הינטל פֿאַראַנען,
אַזאַ מין אויף רעדלעך,
צו אַ ברעטל געפּרעסט.

וויליענקעס הינטל
איז שטענדיק אין ווינקל,
מע װאַלגערט אים אומעט —
איז ליגט ער און ליגט.

בײַ מײַע מאַריאַנען
איז אַ הינטל פֿאַראַנען,
אן אמתער טאַקע,
װאָס האַװקעט און עסט.

דאָס הינטל מאַריאַנעס,
(זײַן נאָמען איז בומס)
ער פֿליט ווי אַ ווינטל
אַהין און צוריק.

וויליענקעס הינטל
אַ גרויסער, אַ גרויער —
איז װאָס, אַז אַ גרויסער?
ער היט נישט דאָס הויז.
און קליינינקער בומסל
אים נעמט פֿאַרן אויער,
צי גאָר פֿאַר אַ רעדל
און װאָרפֿט אים אַרױס.

אָט דאָס איז אַ בומסל!
אַז אַלץ איז זײַן עסק!
קלאַפּט עמעצער אָנעט,
קלינגט עמעץ בײַם טיר,
שפּרינגט בומסעלע אונטער
און האַװקעט מיט חשק:
— האַוו, האַוו–וועמען דאַרפֿט איר?
פֿרעגט פֿריִער בײַ מיר!

און איין מאָל גייט וויליע
מיט מײַען שפּאַצירן,
און בומסל, פֿאַרשטייט זיך,
לויפֿט פֿריִער פֿאָרויס.
מיט איין מאָל אַ יונג,
אַזאַ מיאוסע צורה,
בײַ װיליען זײַן הינטל
פֿון האַנט כאַפּט אַרױס!

אַז בומסעלע קליינער
מיט רויטינקן צינגל,
ער כאַפּט עס דעם ייִנגל,
ער כאַפּט מיט די ציין
און גלײַך פֿאַר די הייזלעך
און גלײַך פֿאַר די שיכלעך:
— דעם הונט גיב אַרױסעט,
גיסט אָפּעט צי ניין?

— מײַן בומס איז אַזאַ מין —
פֿאַר קיינעם, פֿאַר קיינעם
ער שרעקט זיך נישט, הער!
נישט נאָר פֿאַר ייִנגלעך
אַפֿילו פֿאַר בערן.
אַפֿילו פֿאַר זשוקעס
ער שרעקט זיך נישט מער.

און פּלוצלונג פֿון טויער,
פֿון נאָענטן הייפֿל,
אַ ציגעלע שיינע
גייט װאַזשנע און בראַוו
זאָגט בומסעלע העפֿלעך:
גוט מאָרגן אײַך, שכנה!
גוט מאָרגן אײַך שכנה!
אויף הינטיש: — האַװ — האַוו!

נאָר ציג גיט אַ קער נאָר
די שפּיציקע הערנער,
מיט באָרד גיט אַ טרייסל.
— טרעט אָפּ דעם אָרט!
און בומסל דערשרעקט זיך,
נאָר נישט פֿאַר די הערנער,
און נישט פֿאַר איר טופּען —
עס שרעקט אים די באָרד!

און וויליענקעס הינטל
מיט גלעזערנע אויגן,
ער שטייט זיך, ער קוקט זיך
מיט רויִקן בליק.
זאָגט וויליע:
— אַהאַ, דײַן הינטל!
מײַנער אַ דרײסטער
און דײַנס טאַקע נישט!
נאָר ביסס גיט אַ װאָרף זיך
— האַוו, האַװ, ס’איז אַ ליגן!
ווער שרעקט זיך פֿאַר ציגן.
פֿאַר הערנער און באָרד?
און די ציג הייבט אָן לויפֿן
און זי כאַפּט מיט די הערנער
גאָר וויליענקעס הינטל,
װאָס שטייט אויף איין אָרט.
צעכליפּעט זיך וויליע:
— איך וויל נישט,
איך דאַרף נישט,
װוּ איז עס מײַן הינטל,
וווּ איז עס אַצינד?

זאָגט מײַע מאַריאַנע:
— נו, וויליענקע, וויליע,
צו װאָס דאַרפֿסטו האָבן
צו כּלומרשט אַ הונט?
װאָס איז דאָ פֿריילעך!
ער קאָן דאָך נישט האַװקען,
מע װאַלגערט אים אומעט
איז ליגט ער און ליגט;
און קאָן גאָרנישט לויפֿן,
און שטוב קאָן נישט היטן,
מע דאַרף אים נאָר שלעפּן
נאָך זיך אויף אַ שטריק!

און דו זאָלסט נישט וויינען,
געפֿעלט דיר מײַן בומסל?
איז װעט אָט דער בומסל
אונדז ביידעמענס זײַן!
ביסט דאָך מײַן חבֿר,
איז וועט אונדזער בומסל
אַ ביסל זײַן מײַנער,
און אַ ביסל זײַן דײַנס!

דער זשוק

מיר זענען דאָך די בויער,
בויען מיר אַ מויער,
נישט צו קליין און נישט צו גרויס,
פֿאַר אַ זשוק וועט זײַן דאָס הויז…
דער זשוק האָט הערנער עכטע
און שטראָפֿט די קינדער שלעכטע.
גייט מען נישט פֿאַרקעמטע,
אויף די הערנער נעמט ער.
אויב בײַם עסן שטיק מע מאַכט,
קומט דער זשוק אַהער פֿאַר נאַכט,
מיט אַ ברוגז און אַ זשום
זאָגט ער אָן: — איך קום, איך קום!
זשש… אָט בין איך, אָטאָ, האָפּ!
אויפֿן בריק ער פֿאַלט אַראָפּ,
און קוקט די פֿוילע קינדער אויט,
נאָך דעם פֿליט אין גאַס אַרױס.
און וועגן קינדער פֿוילע
דערציילט ער זשוקעס וווילע.
זענען פֿוילע דאָ אַ סך,
זשומט דער זשוק אַ גאַנצע נאַכט.

נישט איך


און איך בין נישט שולדיק,
דעם שולדיקן זוכט!
כ’האָב ליב גאָר מײַן העפֿט,
מײַן העפֿט און מײַן בוך,
איך וויל מײַנע זאַכן
זאָלן ציכטיק זײַן,
דער לערער זאָל לױבן
און זאָגן מיר „פֿײַן‟!
איך וויל אינעם קלאַס
זאָל איך זײַן קאָמאַנדיר,
יעדער אַ בײַשפּיל
זאָל נעמען פֿון מיר.
אָבער די ביכער צעשלעפּן זיך פֿאָרט,
יעדער זוכט זיך אַ בעסערן אָרט.
איך זוך און איך זוך,
פּלוצלינג פֿון קיך
די מאַמע קומט אָן,
אין דער האַנט אין דער הייך
האַלט אַ בוך ווי אַ פֿאָן.
און פֿונעם ביכל אַ שטראָמעלע פֿליסט,
דער מאַמען אין אַרבל אַ שטראָמעלע גיסט.
קוק איך זיך אײַנעט,
דערקען איך דאָס בוך —
ס’איז טאַקע דאָך יענער,
אָט דער, װאָס איך זוך!

זאָגט מיר די מאַמע: — אין װאַנע, אין קיך,
אָט דאָרטן, אין װאַסער געלעגן דײַן בוך!
אוי, טאַקע דעם בוך
האָב איך דאָרטן געלייענט,
בשעת כ’האָב מיט פּראָשעק
גערייניקט די ציין.
דערנאָך אים פֿאַרגעסן
אויף איין רגע, קאָן זײַן,
נעמט ער און װאַרט זיך אין װאַנע אַרײַן!
און איך בין נישט שולדיק,
דעם שולדיקן זוכט,
כ’האָב ליב גאָר מײַן העפֿט
מײַן העפֿט און מײַן בוך.

אין צײַטונגען וויקל איך
אײַנעט מײַן העפֿט,
נאָר שטענדיק אין טעלער
מײַן העפֿטעלע טרעפֿט.
און װאָס נאָר איך עס,
פֿאַרווילט זיך אים אויך.
קריכט ער צום הערינג,
און קריכט ער אין יויך:
פֿאַרשטייט זיך, אין פֿלעקן
ווערט גלײַך דאָס פּאַפּיר,
נאָר איך בין נישט שולדיק,
װאָס האָט מען צו מיר?

און דאָס, װאָס אין טינט
איז מײַן אָנצוג געווען,
איז שולדיק, פֿאַרשטייט זיך,
נישט איך, נאָר מײַן פּען.
אַז דיק איז דאָס הענטל,
די פּען — מיט אַ שפּיץ,
און דער טינטער איז פֿול,
נו, איז טוט עס אַ שפּריץ!
איז שולדיק די פּען,
װאָס שפּריצט און װאָס פּיקט,
און דער העפֿט, װאָס ער דרייט זיך
נאָר הין און צוריק!
װאָס זשע זאָגט מען אויף מיר,
אַז איך האַלט זיך נישט ריין?
מע טשעפּעט זיך פּשוט,
װײַל איך בין נאָך קליין!

Leave a comment