נאָטיצן פֿונעם רעדאַקטאָר — 105

אין דעם בליִענדיקן חודש מײַ

דער מײַ־חודש האָט זיך אַרײַנגעריסן מיט זײַן אָנגעשטרענגטער טאָג־טעגלעכקייט און קורצע יום־טובֿים. כ׳בין ווידער אין ניו־יאָרק, אין מײַן „זומער־רעזידענץ‟. מײַנע פֿיס אָפּגעוווינט פֿון טרעפּ אין שטוב, האָבן גלײַך אינעם ערשטן אָוונט בײַם אַראָפּלאָזן מיך פֿונעם צווייטן גאָרן, נישט דערטאַפּט דאָס לעצטע טרעפּל און… כ׳בין געפֿאַלן אויף דער לינקער קני און געכאַפּט אַ גוטן קלאַפּ…

שטעלט זיך פֿאָר, אַז מײַן ערשטער געדאַנק, וואָס האָט זיך דורכגעשניטן דורכן ווײטיק איז געווען: שוין! איצט וועל איך נישט קאָנען גיין הערן זשעניעס קאָנצערט!‟ יעדן מײַ־חודש קומט יעווגעני קיסין פֿון אייראָפּע אויפֿצוטרעטן פֿאַרן אַמעריקאַנער עולם, פֿאַר זײַנע געטרײַע פֿאַרערערס, בתוכם — מײַן ווײַב און איך. אַזעלכע גײַסטיקע יום־טובֿים טרעפֿן זיך נישט אָפֿט אין אונדזער לעבן, בפֿרט, אַז די הײַנטיקע טאָג־טעגלעכקייט ווערט פֿאַרהולשעט פֿון באָמבעס, דערטרונקען אין בלוט און פֿאַרסמט מיט פּוסטער פּלאַפּלערײַ.

פֿון רעכטס: ב. סאַנדלער, יע. קיסין, ר. סאַנדלער. מײַ 13, 2026, קאַרנעגי האָל

פֿון דעסטוועגן, בין איך אויף קיסינס סאָלאָ־קאָנצערט אין קאַרנעגי האָל געווען. ניין, כ׳וועל זיך נישט גיין אַרײַנלאָזן אינעם באַקליידן מוזיק מיט ווערטער; קיסינס אינטערפּרעטאַציע פֿון בעטהאָווען, שאָפּען, שומאַן און פֿערענץ ליסט איז געגליכן צו אַ קבלה־מעשׂה; אַזוי ווי מ׳האָט עס באַטראַכט אין די פֿריִערדיקע צײַטן, ווי אַ מין „סוד‟, וואָס ווערט איבערגעגעבן מינדלעך, איש־מפּי־איש. זאָל זשע דער מוזיקאַלישער סוד, אַרויסגעבראַכט פֿון קיסינס גאונות, פֿאַרבלײַבן אין מיר, ווי אַ רפֿואה־שלמא.

אין דער צײַט פֿון מײַן קינדשאַפֿט און יוגנט פֿלעגט דער חודש מײַ סימבאָליזירן דעם סאַמע אויפֿבלי פֿון וועסנע מיט איר דופֿטיקן ביימער־צוויט, מיט דער ציכטיק־קילבלעכער לופֿט, אָנגעזעטיקט מיט האָפֿענונגען, באַנײַונג און ליבע. און נאָך: ס׳האָט זיך נאָך געהערט דער עכאָ פֿון דעם נצחון־מאַרש איבער דער וויסטער נאַצישער בעסטיע. דער נצחון־טאָג איז פֿאַר די ייִדן, וואָס זײַנען על־פּי־נס געבליבן לעבן, פֿאַרוואַנדלט געוואָרן אין אַ יזכּור־טאָג, אין אַ טאָג, ווען מע פֿלעגט פֿאָרן אין די ערטער, וווּ עס זײַנען אויף אייביק פֿאַרבליבן אין די גריבער די אומגעבראַכטע נאָענטע נפֿשות.

ס׳רובֿ ייִדן פֿון מײַן דור האָבן פֿאַרלאָזט די מקומות פֿון זייערע אָבֿות; פֿאַרלאָזט די מצבֿות און ברידער־קבֿרים און זיך ווידער געלאָזט אין אַ נע־ונד איבער דער וועלט. הײַיאָר, ווייס איך זיכער, האָבן נישט ווייניק פֿון מײַנע בני־עיר און נישט נאָר זיי זיך געטראָפֿן אין שיל אויף שבֿועות, כּדי צו זאָגן יזכּור, ווי עס קומט פֿאָר אויפֿן צווייטן טאָג פֿון אָט דעם יום־טובֿ. אַזוי פֿירט זיך שוין אין אונדזער פֿאָלק, אַז דאָס אָנדענק־קלומעקל טראָגן מיר מיט זיך, וווּ דער גורל זאָל אונדז נישט פֿאַרוואָרפֿן.

און צום סוף וויל איך דערמאָנען נאָך איין זייער וויכטיקע געשעעניש, וואָס איז פֿאַרלאָפֿן אין מײַ־חודש מיט נײַן יאָר צוריק. ס׳איז אין אונדזער משפּחה צוגעקומען נאָך איין מיידעלע, וואָס איז אָנגערופֿן געוואָרן ליבע. זאָל זשע איר ליב זײַן דאָס לעבן אויף לאַנגע געזונטע יאָרן!

מײַ 26, 2026, ברוקלין נ״י.

Leave a comment