דער אַמבאַסאַדאָר פֿון ייִדישלאַנד: פּרץ הירשביין אין יאַפּאַן און כינע

בער קאָטלערמאַן

(אַ הקדמה צו דער קומענדיקער מאָנאָגראַפֿיע)

דעם 16טן מערץ 1926 איז די יאַפּאַנישע טראַנס־פּאַסיפֿישע שיף „אַניאָ־מאַרו‟, וואָס איז אָנגעקומען פֿון דעם טשילעאַנישן פּאָרט וואַלפּאַראַיִסאָ מיט אָפּשטעלן אין פּערו, פּאַנאַמאַ, מעקסיקע, קאַליפֿאָרניע און די האַווײַען, אָנגעקומען אין דעם יאַפּאַנישן פּאָרט יאָקאָהאַמאַ. די פֿאָרשטייערס פֿון דער אָרטיקער פּרעסע, וואָס האָבן זיך צונויפֿגעזאַמלט אינעם פּאָרט, האָבן געוואַרט אויף אַן איינציקן יאַפּאַנישן פּאַסאַזשיר פֿון דעם ערשטן קלאַס: אַ יורש פֿונעם וויכטיקן אַריסטאָקראַטישן קלאַן האָסאָקאַוואַ, וואָס איז געווען אין מעקסיקע און האָט געבראַכט באַרויִקנדיקע נײַעס, אַז מעקסיקע שטעלט זיך אַוועק צוזאַמען מיט יאַפּאַן קעגן דעם נײַעם אַמעריקאַנער עמיגראַציע־געזעץ פֿון 1924 (דער בייזבאַוווּסטער דזשאָנסאָן־ריד אַקט), וואָס האָט אָפּגעשאַפֿן די קוואָטע פֿאַר יאַפּאַנישע עמיגראַנטן אין די פֿאַראייניקטע שטאַטן.

די פֿאָטאָגראַפֿיע מיטן יונגן האָסאָקאַוואַ אין דער צײַטונג Yokohama Bōeki Shimpō האָט אויך פֿאַרכאַפּט אַ פּאָרל, וואָס זעט אויס אייראָפּעיִש. אַן אַנאָנימער קאָרעספּאָנדענט האָט אינטערוויויִרט די־אָ אויסלענדישע געסט, וואָס האָבן זיך אַרויסגעוויזן ווי אַ ייִדיש־ליטעראַריש פּאָרפֿאָלק פֿון אַמעריקע: פּרץ הירשביין און זײַן פֿרוי, די יונגע פּאָעטעסע, אסתּר שומיאַטשער.

פּרץ הירשביין און זײַן פֿרוי, די יונגע פּאָעטעסע, אסתּר שומיאַטשער

הירשביין, אַ דראַמאַטורג, פּובליציסט און וועלט־רײַזנדער האָט זיך שוין צום צווייטן מאָל געלאָזט אין אַ נסיעה אַרום דער וועלט. אין דעם אימפּראָוויזירטן אינטערוויו האָט ער דערקלערט, אַז ניט וויסנדיק קיין סך וועגן יאַפּאַן, קומט זײַן אינטערעס צו יאַפּאַן בפֿרט און צום אָריענט בכלל סײַ פֿון בעלעטריסטיק, סײַ פֿונעם אײַנדרוק, וואָס ס׳האָט אויף אים אַמאָל געמאַכט אַן עפֿנטלעכע רעדע פֿון דעם ערשטן אַזיאַטישן נאָבעל־לאַורעאַט, דעם בענגאַלישן דיכטער און פֿילאָסאָף ראַבינדראַנאַט טאַגאָר.

אין דער דאָזיקער רעדע, געהאַלטן אין דעם ניו־יאָרקער קאַרנעגי־האָל האַרבסט 1916 אונטערן טיטל „דער קולט פֿון נאַציאָנאַליזם‟, האָט דער אימפּאָזאַנטער גאַסט פֿון אינדיע, לויט הירשביינס ווערטער, „קריטיקירט דעם מערבֿדיקן נאַציאָנאַליזם און שאַרף אַטאַקירט די אויפֿגעוואַכטע יאַפּאַנער“. ער האָט ממש פֿאַרכּישופֿט דעם גרויסן עולם מיט זײַן וויזיע פֿון מיזרח־מערבֿדיקער אַנטינאָמיע: „דער מיזרח קען געדולדיק וואַרטן, ביז דער מערבֿ, אין זײַן משוגענעם אײַל נאָך דעם ניצלעכן, פֿאַרלירט דעם אָטעם און שטעלט זיך אָפּ. דער מיזרח ווייסט, אַז ער איז אומשטערבלעך, און אַז ער וועט ווידער און ווידער דערשײַנען אין דער מענטשלעכער געשיכטע מיט זײַן טאַלאַנט פֿון לעבן. אַז ליבע, שיינקייט און די פֿרוכטן פֿון פּײַן קאָנען וואַרטן, וועט אַזוי דער מיזרח וואַרטן ביז זײַן צײַט וועט קומען.“

ראַבינדראַנאַט טאַגאָר און אַלבערט אײַנשטיין

טאַגאָרס ניו־יאָרקער רעדע איז אַרײַן אין זײַן באַקאַנטן טראַקטאַט „נאַציאָנאַליזם‟, פּובליקירט אין די שפּורן פֿון זײַן לעקציע־טור אין יאַפּאַן און די פֿאַראייניקטע שטאַטן אין 1916–1917. אַ גאַנצער קאַפּיטל אין דעם בוך איז געווידמעט אויסשליסלעך יאַפּאַן. אויפֿן הינטערגרונט פֿון דעם מערבֿס „צעפֿאַלונג און צעזעצונג“ בעת דער ערשטער וועלט־מלחמה האָט טאַגאָר צעטיילט שבֿחים יאַפּאַן: „יאַפּאַן איז אויפֿגעשטאַנען פֿון אירע חלומות און האָט מיט ריזיקע טריט איבערגעלאָזט הינטער זיך יאָרהונדערטער פֿון אומטעטיקייט… טרעפֿנדיק די הײַנטצײַטיקייט מיט אירע העכסטע דערגרייכונגען.“ דערמיט האָט יאַפּאַן „אַרײַנגעגאָסן האָפֿענונג אינעם האַרץ פֿון גאַנץ אַזיע.“ צום סוף פֿונעם קאַפּיטל אָבער טרעט טאַגאָר שאַרף אויף קעגן דעם וואַקסנדיקן יאַפּאַנישן נאַציאָנאַליזם. טאַגאָרס באַגריף פֿון „נאַציאָנאַלן עגאָיִזם, וואָס גייט אונטער דעם נאָמען פֿון פּאַטריאָטיזם“, און וואָס מוז סוף־כּל־סוף „זיך צעפֿאַלן מיט אַ קראַך, באַדריקט פֿון זײַן אייגענער מאַסע“, — סײַ אין גאַנץ אַזיע, סײַ אין יאַפּאַן (וווּ, ווי ער שרײַבט, „דער הימל און די ערד און די לידער פֿונעם טאָג־אויפֿגאַנג און פֿון דער טאָג־שקיעה געהערן צו דיכטערס און אידעאַליסטן“), — איז געוואָרן אַ מאָראַלישער קאָמפּאַס פֿאַר הירשביינס אויפֿנעמען דעם מיזרח.

אָבער גראָד ניט די אויספֿאָרשונג פֿון אָרטיקע פֿאָרמען פֿון נאַציאָנאַליזם איז געוואָרן דער הויפּט־פּונקט פֿון הירשביינס ציִונג צו יאַפּאַן בפֿרט און צום מיזרח בכלל, נאָר דווקא אַ געדאַנק וואָס האָט אים שוין לאַנג באַשעפֿטיקט: די השפּעה פֿון דער פֿאַרגאַנגענהייט אויף הײַנט און אויף דער צוקונפֿט פֿון פֿעלקער. טאַגאָרס ווערטער, אַז „אַזיע לעבט אין דער פֿאַרגאַנגענהייט, זי איז ווי אַ רײַכער מאַווזאָליי, וואָס ווײַזט אַרויס זײַן גאַנצן פּראַכט אין דעם פּרוּוו צו פֿאַראייביקן די מתים… און נוצט אַלע אירע מיטלען פֿון דער זעלבסט־אָפּנאַרערײַ, כּדי צו פֿאַרוואַנדלען עס אין אַ באַרימערײַ־זאַך“, — האָבן געפֿיטערט הירשביינס מחשבֿות וועגן דער לאַגע פֿונעם ייִדישן פֿאָלק.

באַטראַכטנדיק זיך אַליין ווי אַ „מענטש פֿונעם מיזרח“, „וואָס שעפּט זײַן גײַסטיקן קיום פֿון אַ סך, זייער אַ סך מיזרחדיקע קוואַלן“, און זעענדיק די ייִדן ווי אַ „מיזרחדיק פֿאָלק“, האָט הירשביין געהאַלטן פֿאַר וויכטיק זיך אַרײַנקוקן אין דער דערפֿאַרונג פֿון אַזיע, כּדי אויסצוקלערן אין וואָס פֿאַר אַ מאָס דער ייִדישער מצבֿ ווערט באַשטימט דורך היסטאָרישן זכּרון און „יאָרהונדערטער פֿון אומטעטיקייט“, און מיט וועלכע מעגלעכע וועגן קען מען זיך אויסלייזן.

אין אַפּריל 1926 האָט הירשביין זיך געטראָפֿן אין טאָקיאָ מיטן פֿאָרזיצער פֿון „קיזאָקוּיִן‟ (די אויבערשטע קאַמער פֿון יאַפּאַנס קיסרלעכן פּאַרלאַמענט) פּרינץ איעסאַטאָ טאָקוגאַוואַ, דער לעצטער יורש פֿון די שאָגונען. טאָקוגאַוואַ האָט באַהאַנדלט מיט זײַן גאַסט די אינטערנאַציאָנאַלע סיטואַציע, יאַפּאַנס פּאָליטישע און עקאָנאָמישע פּראָבלעמען, די באַציִונגען מיט די פֿאַראייניקטע שטאַטן, אייראָפּע, כינע און סאָוועט־רוסלאַנד, און אַנדערע וויכטיקע ענינים. דער פּרינץ, וועלכער האָט זיך אויסגעבילדעט אין איטאָן־קאָלעדזש אין בריטאַניע, האָט גוט גערעדט ענגליש, וואָס האָט פֿאַרשטאַרקט די אַטמאָספֿער, כאַראַקטעריסטיש פֿאַר יענער קאָסמאָפּאָליטישער און רעלאַטיוו דעמאָקראַטישער תּקופֿה אין דער יאַפּאַנישער געשיכטע.

פּרינץ טאָקוגאַוואַ

פּרינץ טאָקוגאַוואַ האָט איבערגעגעבן הירשביינען אונטער דער „השגחה“ פֿון זײַן נאָענטן פֿרײַנד און פּאָליטישן בן־ברית, וויקאָנט אײאיטשי שיבוסאַוואַ, אַ געשעפֿטסמאַן, פֿילאַנטראָפּ און איינער פֿון די הויפּט־פֿיגורן אין יאַפּאַנישער „פּריוואַטער דיפּלאָמאַטיע“. שיבוסאַוואַ האָט אָרגאַניזירט אַ ספּעציעלן קבלת־פּנים לכּבֿוד דעם חשובֿן אויסלענדישן גאַסט אין זײַן רעזידענץ אין טאָקיאָ, מיט דער באַטייליקונג פֿון אַ געוועזענעם פֿינאַנץ־מיניסטער, יאַפּאַנס אַמבאַסאַדאָר אין די פֿאַראייניקטע שטאַטן און עטלעכע מיטגלידער פֿון דעם פּאַרלאַמענט.

פֿיר חדשים שפּעטער, אין אויגוסט 1926, איז הירשביין אויפֿגענומען געוואָרן אין פּעקין פֿון כינעס אויסערן־מיניסטער, אַדמיראַל צײַ טינג־קאַן. אויפֿן הינטערגרונט פֿון דער אָנגייענדיקער בירגערקריג אין לאַנד האָט אַדמיראַל צײַ געפּרוּווט איבערצײַגן זײַן גאַסט אין דער היסטאָרישער שלום־ליבע פֿון דעם כינעזישן פֿאָלק. עפּעס ענלעכס האָט הירשביין געהערט אויך אויף דער באַגעגעניש מיט כינעס יוסטיץ־מיניסטער דר. לאָ ווען־קאַן (אי אַדמיראַל צײַ, וואָס האָט זיך געלערנט אין די פֿאַראייניקטע שטאַטן, אי דר. לאָ, גראַדויִרטער פֿון אָקספֿאָרדער) האָבן ביידע גערעדט אַן אויסגעצייכנטן ענגליש.

די־אָ אוידיענצן בײַ הויכגעשטעלטע פּאָליטיקער פֿון יאַפּאַן און כינע, אין וועלכע פּרץ הירשביין האָט זוכה געווען ווי אַ ייִדיש־שרײַבער, זעען אויס ווי אַן אויסערגעוויינטלעכער פֿענאָמען אין דער געשיכטע פֿון דער ייִדישער ליטעראַטור. דער ייִדישער עולם האָט קלאָר פֿאַרשטאַנען הירשביינס פּאָזיציע דווקא ווי אַ נאַציאָנאַלער ייִדישער שרײַבער: אַזוי, די אָנפֿירער פֿון דער ייִדישער קהילה אין שאַנכײַ האָבן פֿאַרגליכן הירשביינס באַזוך מיט אַלבערט אײַנשטיינס וויזיט דאָרטן פֿיר יאָר פֿריִער. דער וויכטיקער ניואַנס אָבער האָט געפֿאָדערט אַ דערקלערונג פֿאַר דער מיזרח־אַזיאַטישער עליטע.

טאָקיאָ אין די 1920ער יאָרן

אַ געבוירענער אין אַ קליינעם כוטאָר אין דער גראָדנער גובערניע פֿון דער געוועזענער רוסישער אימפּעריע, האָט הירשביין בײַ יעדער געלעגנהייט דערמאָנט די הויכגעשטעלטע יאַפּאַנישע און כינעזישע פּערזענלעכקייטן, אַז ער רעפּרעזענטירט ניט דעם קאָלעקטיוון מערבֿ און ניט אַמעריקע, נאָר דאָס ייִדישע פֿאָלק, בפֿרט זײַן ייִדיש־רעדנדיקן טייל. וויקאָנט שיבוסאַוואַ האָט באַשטעטיקט זײַן באַהאַוונקייט אין דער עקזיסטענץ פֿון דער „ייִדישער פֿראַגע‟, דערמאָנענדיק אין זייער שמועס דעם אַמעריקאַנער ייִדישן באַנקיר דזשייקאָב שיף און זײַן בײַטראָג אין יאַפּאַנס נצחון בעת דער רוסיש־יאַפּאַנישער מלחמה. ער איז אָבער געווען מער פֿאַראינטערעסירט אין דערטראָגן יאַפּאַנס אומצופֿרידנקייט מיטן אויבנדערמאָנטן אַמעריקאַנער עמיגראַציע־געזעץ פֿון 1924, באַטראַכטנדיק זײַן גאַסט, דעם „ניו־יאָרקער דראַמאַטורג און זשורנאַליסט‟, ווי אַ גאַנץ פּאַסיקער קאַנאַל. הירשביין האָט זיך אָבער אָפּגעזאָגט אים צוצושפּילן און אונטערגעשטראָכן, אַז ער איז „אַליין דער זון פֿון אַ פֿאָלק, וואָס לײַדט צוליב די פֿאַרמאַכטע אַמעריקאַנער טויערן.“

בײַם פֿאַרלאָזן כינע אין נאָוועמבער 1926, האָט הירשביין אויסגעדריקט די האָפֿענונג, אַז „די קינדער פֿון אונדזער שטאַם וועלן האָבן שלום און רויִקייט אויף כינעזישער ערד, און אַז זייער נאָרמאַלע אַנטוויקלונג צו העכערע מאָראַלישע און גײַסטיקע דערגרייכונגען וועט ניט געשטערט ווערן.“ אין זײַן ענטפֿער האָט דער בירגערמײַסטער פֿון שאַנכײַ טינג ווען־טשיאַנג דערקלערט אין אַ קאָמוניקאַט אין דער ענגליש־שפּראַכיקער שאַנכײַער ייִדישער צײַטונג Israel’s Messenger (מבֿשׂר ישׂראל), אַז דאָס כינעזישע פֿאָלק האָט שטענדיק ליב געהאַט שלום און יושר צווישן זיך און זײַנע שכנים, און דערפֿאַר וועט אַן אומאָפּהענגיקער אָבסערוואַטאָר ניט פֿאַרפֿעלן מיטצופֿילן כינע אין אירע איצטיקע שוועריקייטן. די פֿרײַנדלעכע באַציִונג פֿון דעם ייִדישן פֿאָלק, ווי זי ווערט אויסגעדריקט דורך זײַנע מנהיגים, איז אַ ברכה; אַזאַ באַציִונג פֿירט צו אַ וועלט־שלום.“

שאַנכײַ, 1920ער יאָרן

„מיר, אַ ייִדן,“ — האָט הירשביין געשריבן שפּעטער, — „וואָס האָט ניט קיין לאַנד און ניט קיין אַרמיי, וואָס האָט ניט קיין מלחמה־מיניסטער און ניט קיין געהיימע מיליטערישע אַגענטן איבער דער וועלט, איז אַזאַ מאָראַל געווען נאָענט.“ ער איז אַוודאי ניט געווען קיין אָפֿיציעלער פֿאָרשטייער פֿון קיין שום לאַנד, נאָר דווקא אין יאַפּאַן און כינע האָט ער קולטיווירט דעם אימידזש פֿון אַ מין „וועלט־בירגער מיטן ייִדישן וועלטשמערץ אין די אויגן“ און פֿון אַ באַזונדערן „ייִדיש־אַמבאַסאַדאָר‟, ווי זײַנע מיטצײַטלערס און קאָלעגעס האָבן אים אייגנטלעך געזען. אין איינעם פֿון זײַנע יאַפּאַנישע עסייען האָט ער עס אַליין באַשטעטיקט: „[עס] קומט מיר אויס צום ערשטן מאָל אין מײַן לעבן צו זײַן אַליין דאָס ייִדישע פֿאָלק.“

ווי אַ רעזולטאַט פֿון הירשביינס פֿיל־חדשימדיקער אַזיאַטישער רײַזע דורך יאַפּאַן און כינע, פֿון מערץ ביז נאָוועמבער 1926, זײַנען געוואָרן זײַנע צענדליקער עסייען. דער גרעסטער טייל פֿון די דאָזיקע עסייען איז פּובליקירט געוואָרן אין דער ייִדישער פּרעסע אין ביידע אַמעריקעס, ווי אויך אין מערבֿ־ און מיזרח־אייראָפּע: אין ניו־יאָרק, בוענואָס־אײַרעס, לאָנדאָן, וואַרשע און קאָוונע, אָבער, צום באַדויערן, זײַנען זיי קיינמאָל ניט אַרויס אין בוכפֿאָרעם.


פּרץ הירשביין
דער פּריוואַטער אַרכיוו פֿון רות שׂדה, הירשביינס שוועסטערס אַן אייניקל, כּפֿר־סבא, ישׂראל

Leave a comment