יאָר נאָך יאָר

יעווגעני קיסין

באָבע רחל און זיידע אַהרן

צו מײַנע באָבע–זײדע

ס׳איז געװען דער הימל דעמאָלט גרױ,
קאַלט די לופֿט — אַן אמתדיקער װינטער.
מחמת עפּעס איז געשען אַזױ,
אַז אײַך האָט מען באַגראָבן אױף אַ צװינטער.

כ׳בין ניט אײן מאָל דאָרט געװען בײַ אײַך,
און דאָס גראָז האָב איך אַרױסגעריסן,
זאָל מען זען אױף דער מצבֿה גלײַך:
„רחל קופּערשמידט‟ און „אַהרן קיסין‟.

לאַנג שױן רוט אין דר׳ערד אײַער געבײן,
און בעת כ׳טראַכט פֿון דעם, דאָס האַרץ טוט װײנען…
כ׳האָב געמײנט, אַז זי װעט תּמיד שטײן,
די מצבֿה טונקעלע און שײנע.

אָבער פּלוצעם װײַזט זיך איצט אַרױס 
(ס׳איז אַ צװינטער דאָך, ניט קײן בעת–עולם):
כאָטש ס׳איז דאָרט אַ שטח — פֿרײַ און גרױס,
לױט די דאָרטיקע פּאַסקודנע כּללים,

נאָך אַ צײַט געװיסער מ׳לײגט אין דר׳ערד,
אין די אַלטע קבֿרים, נײַע מתים,
און מצבֿות אַלטע מע צעשטערט…
אָט אַזאַ מין זאַך קומט פֿאָר. גײ װײס דאַן,

װי געפֿינט מען אײַך, װוּ זוכט מען אָפּ…
הײסט עס, װעט מען קײן מאָל מער ניט װיסן,
װוּ עס ליגן, אין אַװעלכן גרוב
רחל קופּערשמידט און אַהרן קיסין.

ליבע, באָבע–לעב און זײדע–לעב!
אױב איר הערט מיך, זײַט זיך ניט מצער:
װײסט איר גוט דאָך, אַז כּל–זמן איך לעב,
האַלט איך אײַער אָנדענק תּמיד טײַער.

אַלעמען דערצײל איך פּראָסט און קלאָר:
אין דעם לעבנס אומאױפֿהערלעך–זשומען,
זאָל זײַן בלױז אַ צענדליק װערטער, נאָר
ייִדיש האָב איך גראָד פֿון אײַך באַקומען.

און כּל–זמן די פֿיס נאָך טראָגן מיך,
קײן מאָל װעט ניט װערן אױסגעלאָשן
אין נשמה מײַנער אָט דאָס ליכט,
אָט דאָס גליק: מײַן באָבע–זײדע–לשון.

לעבט איר אין אַיעדער שורה, װאָס
כ׳שרײַב אױף דעם מיט מזלדיקע טרערן.
אין אַיעדן װאָרט און יעדן אות
זעלן אײַערע פֿאַרקערפּערט װערן.

אָטעמען מיט אײַער אָטעם זײ,
אַלע שורות, װאָס איך שרײַב אױף ייִדיש.
זײער װײ איז טאַקע אײַער װײ,
זײער ייִאוש איז גראָד אײַער ייִאוש,

אײַער פֿרײד אין זײ מיט װאַרעם שטראַלט,
שײַנען זײ מיט אײַער רײן געװיסן.
אָט די נעמען אַלץ, װאָס כ׳שרײַב, אַנטהאַלט:
רחל קופּערשמידט און אַהרן קיסין.

יאָר נאָך יאָר

יאָר נאָך יאָר,
דור נאָך דור
אין דער װעלט
מ׳טראָגט זײַן יאָך
מיט אַן אָך,
מ׳קלאָגט און מ׳שעלט —

שװער׳ז די לאַסט.
מ׳ליבט און מ׳האַסט,
מ׳האָפֿט און מ׳לעכצט,
מ׳טראַכט און מ׳פֿילט,
מ׳װערט אױך װילד,
מ׳װײנט און מ׳קרעכצט.

מ׳װײַזט זײַן קראַפֿט: 
מ׳בױט, מע שאַפֿט —
און מ׳צעשטערט…
קריגן, בלוט —
אַך, װאָס טוט
זיך אױף דר׳ערד!

ס׳לעבן גײט
סײַ אין פֿרײד, 
סײַ אין פּײַן.
מ׳שלעפּט זײַן יאָך —
אַנדערש דאָך 
קאָן ניט זײַן.

שײַנט די זון,
צערטלט און
פֿרײט איר שטראַל,
און די פֿרײד
װערט צעשפּרײט
איבעראַל.

װאַקסט דער בױם,
ברױזט דער שױם
פֿונעם ים.
װײעט, בריט,
זײַן הײס ליד
שפּילט דער פֿלאַם.

אינעם פֿעלד
בליט און קװעלט,
לאַכט די בלום,
און די לופֿט
טראָגט איר דופֿט
אומעטום.

שטומט דער פֿיש,
נאָר דער טשיזש
זינגט זײַן שיר,
און די פֿליג
פֿליט זיך פֿלינק
אָן אַ שיעור,

און די שפּין 
זײער דין
װעבט און װעבט…
יאָר נאָך יאָר, 
דור נאָך דור 
ייִדיש לעבט.

סורעאַליסטיש

„פֿיר מיך אין אַ לאַנד פֿון לינדער רו,
װוּ ציגן טראָגן מיצלעך און שפּילן אױף טראָמבאָנעס
.‟

                                        (קאַדיע מאָלאָדאָװסקי)

ציגן טראָגן מיצלעך און שפּילן אױף טראָמבאָנעס.
צאַפּעס טראָגן קליידלעך, אױף האַרפֿן ברומען זײ.
פֿליִען הױך לאַמטערנס און היטן אָפּ דעם תּענית.
שװימען עראָפּלאַנען, עס טוט דאָס בױך זײ װײ.

טאַנצן בלױע גראָזן און טרינקען גרינעם יין.
שרײַען געלע װאָלקנס און שלאָגן זיך על–חטא.
זונען טראָגן קרעלן און האַלטן אין אײן ברײַען,
שטערן פּאַשען ביקעס, לבֿנות װאַשן גרעט.

הייבערס פֿאַלן תּחנון, און שרױפֿנציִערס לױפֿן.
זײער לױף איז לאַנגזאַם און אָן אַ שיעור פֿאַרטראַכט.
שװעבן הױך זשיראַפֿן און זינקען טיף אין הױפֿן,
דאַװענענדיק מינחה אין זײער קילער פּראַכט.

װאַלגערשטײנער גרעפּצן בכּיװנדיק אין חלום.
יאָדל–צװײַגן פּישן: אַזױ האָט גאָט באַפֿעלט.
אָקעאַנען דאָסן לױט אַלטע, שײנע כּללים…
עך, אַבי אַנטלױפֿן פֿון אָט דער שװאַרצער װעלט!

                                            דעצעמבער 15, 2025

Leave a comment