אויף אַ טעלערל פֿון הימל

פֿאַר גרויס און קליין

מיכאל ליינוואַנד

אויף אַ טעלערל פֿון הימל
ליגט אַ בייגעלע מיט קימל.
מירי, שירי און נאַטאַשע
קומען פֿונעם בייגל נאַשן.
מ׳עסט און עסט אַלץ נאָך און דאָך
בלײַבט אַ בייגל מיט אַ לאָך.
ס׳קומען פֿייגעלעך צו פֿליִען,
פֿאַר דעם בייגל נעמען קניִען:
— אונדז זאָלסט אויכעט ניט פֿאַרגעסן,
ווי אַ פֿייגעלע מיר עסן —
דאָ אַ צופּ און דאָרט אַ פּיק,
דאָרט אַ קוק און דאָ אַ ׳קיק׳.
ס׳קומען הינט און קעץ צו לויפֿן,
יעדער איינער אויף זײַן אופֿן,
שטופּן שטיקעלעך אין גאָרגל
און עס בלײַבט נאָך אַלץ אויף מאָרגן.
מאַכט דאָס טעלערל אַן אייגל
צו דעם הייסגעליבטן בייגל:
— הער נאָר, בייגעלע מיט קימל,
כ׳דאַרף זיך אומקערן אין הימל,
בייגל־סערצע, כ׳בין דיר מודה־זש:
— ס׳קומט באַלד אָן אַ נײַער חודש.

*

אויפֿן בוידעם, אויפֿן דאַך
זיצן פֿייגעלעך אַ סך.
זינגען זיי טירלו־טירלי,
ווער עס שלאָפֿט נאָך ניט? ליולי.
זיס ווי מעלעץ איז דער דרימל,
ס׳קוקט אויף דיר אַראָפּ דער הימל
מיט דער גילדערנער לבֿנה
בלאַס און ניכנע ווי אַ נאָנע,
און די שטערנדלעך די ווײַסע
מורמלען דיר אַ באָבע־מעשׂה:

ס׳איז געווען אַ מאָל אַ גיבור
פֿול מיט גנאָד און ליבע־פֿיבער.
לעבן אים ט׳געוווינט אַ נעמער,
פּוסט און ליידיק ווי אַן עמער.
בעת דער גיבור האָט געגעבן
פֿלעגט דער נעמער פּליאָטקעס וועבן.
ס׳איז אַ נעמער ניט קיין גיבער,
נעמען איז אים דווקא ליבער.
ר׳האָט געשעפּט און האָט גענומען
געלט ווי וואַסער פֿונעם ברונעם,
אַלע ווינקלען אויסגערייניקט —
ס׳איז די גאַנצע וועלט אים ווייניק…

שלאָף שוין אײַן, מײַן זון, מײַן ליבער,
דו וועסט אויסוואַקסן אַ גיבור.
סײַ אַ גיבור, סײַ אַ העלד
וועסט מטהר זײַן די וועלט.

פֿליִען פֿייגעלעך אַ סך
פֿונעם בוידעם, פֿונעם דאַך.
אין דער פֿרי וועלן זיי ווידער
אויפֿוועקן די וועלט מיט לידער.

*

כ׳האָב אַ מאָל געהאַט אַ טרוים:
ס׳וועט ניט זײַן קיין צרה
אויב די ציגן אויפֿן בוים
גיי׳ן וועלן אַ הורה.

און די צויגן מיט די הינט
גאָר אַנשטאָט צו בילן
וועלן האָפֿערדיק נאָר לינד
אַ וויוואַטל שפּילן.

פֿון די אייעלעך אַ שאָק
עופֿעלעך — אַ גרופּע
אין אַ מזלדיקער שעה
שטעלן וועט אַ חופּה.

און דער רבי ר׳ דבֿ־בער
וועט פֿאַר חתן־כּלה
איידער וואָס און איידער ווער
זינגען ׳לאָמיר אַלע׳.

מ׳וועט אָן ליידן און אָן פּײַן
שיכּורן ביז מאָרגן —
בראָנפֿן, אָקעוויט און ווײַן
גיסן זיך אין גאָרגל.

און גערוים וועט זײַן דער רוים
נ׳האָבער און אין קאָרן.
אָט אַזאַ ז׳געווען מײַן טרוים
אין די קינדער־יאָרן.

*

האָט ניט קיין פֿאַראיבל,
אין מײַן בוידעמשטיבל
דרייען זיך מחשבֿות,
כ׳טרײַב מיט זיי קאַטאָוועס.
איין מחשבֿה טענהט:
— קיין אָבער־חכם זײַ ניט!
זאָג ניט, „איך קען בעסער‟, —
ס׳קלינגט ווי פּוסטע פֿעסער.
דער געדאַנק דער צווייטער,
אין געוועטן גייט ער.
ער איז יענער דרייער,
שלאָגט זיך מיט דער דעה.
דער געדאַנק דער דריטער,
ווי אַ שטערן גליט ער,
און אָן שום חרטה,
בלישטשעט אין דער בלאָטע.

*

האָט ניט קיין פֿאַראיבל,
אין מײַן בוידעמשטיבל
דרייען זיך מחשבֿות,
כ׳טרײַב מיט זיי קאַטאָוועס.
איין מחשבֿה טענהט:
— קיין אָבער־חכם זײַ ניט!
זאָג ניט, „איך קען בעסער‟, —
ס׳קלינגט ווי פּוסטע פֿעסער.
דער געדאַנק דער צווייטער,
אין געוועטן גייט ער.
ער איז יענער דרייער,
שלאָגט זיך מיט דער דעה.
דער געדאַנק דער דריטער,
ווי אַ שטערן גליט ער,
און אָן שום חרטה,
בלישטשעט אין דער בלאָטע.
דער געדאַנק דער פֿערטער,
כּלומרשט אַ גערעכטער,
אינעם עבֿר פֿירט ער —
ממש אַ גערירטער.
ס׳וואַכן די מחשבֿות
אין דער נאַכט, ווי סאָוועס.
דער געדאַנק דער זיב׳טער
ז׳טאַקע אַ באַליבטער.
ר׳טענהט: „האָב נאָר מוט,
אַלעס וועט זײַן גוט!‟
האָב איך ג־ט צו דאַנקען
נאָך אַ סך געדאַנקען
טאָמער ס׳ט׳אײַך ניט סטײַען,
כ׳קאָן אײַך אויך אַנטלײַען.

*
היי, צדיקים ל״וו,
אַלע זעקס און דרײַסיק!
צו די צרות מאַכט אַ סוף
פֿריש, געזונט און פֿלײַסיק!

היי, נסתּרים, וווּ זײַט א י ר?
ר׳שעמט זיך ווי אַ כּלה?
כאָטשיק אויף אַ האַלב קוואַטיר [1]
ווערט פֿאַר אונדז נתגלה.

אויסגעמישט ז׳די פֿרייד מיט פּײַן,
האַרט איז אונדזער ביסן.
ווער וויל רעאַליסטיש זײַן,
גלייבן זאָל אין נסים.

[1] האַלב קוואַטיר = 1/8

Leave a comment