עמיל קאַלין
דאָס זעקסטע קאַפּיטל
5
„דער אויפֿשטאַנד אין וואַרשעווער געטאָ‟ — דאָס לעצטע בילד:
קאָפּל און מאַשע, אַ פֿריש חתונה-געהאַט פּאָרל, גייען אַרום געלאַסן אויף אַלעען פֿון „פֿרײַהײט פּאַרק‟, וואָס געפֿינט זיך אין סאַמע צענטער פֿון בוקאַרעשט. מאַשע באַוועגט זיך לאַנגזאַם. זי גייט עטוואָס וואַקלענדיק און שפּאַרט זיך איידל אָן אין קאָפּלס אָרעם. דאָס איז פֿאַרשטענדלעך. זי טראָגט אין זיך אַ שווערע לאַסט. שווערע און זייער דערפֿרייענדיקע. זי איז אין אָנהייב פֿונעם נײַנטן חודש פֿון איר שוואַנגערשאַפֿט און קאָן יעדע רגע געבוירן. זי טראָגט אין זיך אַ נײַ לעבן, אַ נײַע האָפֿענונג.
נאַראַטאָר: אַז מ’לעבט דערלעבט מען. עס איז געקומען דער סוף צו זייער אומענדלעכער וואַנדערונג איבער די פֿאַרשׂרפֿטע חורבֿות פֿון פּוילן. איצט זענען קאָפּל און מאַשע אײַנגעזעסענע, פֿולבאַרעכטיקטע בירגער פֿון דער רומענישער סאָציאַליסטישער רעפּובליק. זיי געניסן פֿון אַלע רעכט און טראָגן אויף זיך אַלע פֿאַרפֿליכטונגען, ווי אַלע איבעריקע בירגער פֿון אונדזער רעפּובליק.
מאַשע און קאָפּל שטעלן זיך אָפּ.
מאַשע: קאָפּל! קוק אַרויף, אַזאַ שיינע נאַכט! אַזאַ פּרעכטיק-אויסגעשטערנטער הימל! דו ווייסט, נאָך אַלע אָפּקומענישן, וואָס מיר האָבן ביידע דורכגעלעבט אין פּוילן, באַפֿאַלט מיך צומאָל אַ דערשלאָגנקייט. איך האָב דאָס געפֿיל, אַז אַלץ קומט מיר אָן שווער, אַז איך טויג צו גאָרנישט ניט אויס, אָבער ווי לאַנג קאָן מען זײַן באַזעסן פֿון אַזעלכע געדאַנקען, אַז עס איז דאָ נאָך אַזאַ שיינקייט אויף דער וועלט? קוק אַרום! דער פֿרילינג איז שוין דאָ. די בלומען בליִען. די לופֿט שמעקט מיט פּאַרפֿום. איך פֿרעג זיך: צי ס׳איז מעגלעך ווידער פֿאַרליבט ווערן אין דער וועלט, פּונקט אַזוי ווי פֿריִער, ווי פֿאַר דער פֿאַרשאָלטענער מלחמה?
קאָפּל (אַן אויסגעשעפּטער): יאָ, אפֿשר… ווייסעך? צוריק גערעדט, וואָס קאָן אַ מענטש שוין וויסן?
מאַשע (ווערט אַ ביסל געשפּאַנט): קאָפּל, וואָס איז מיט דיר? ביסט עפּעס הײַנט נישט מיט אַלעמען. ביסט אַ ביסל צעטראָגן.
קאָפּל: אַזוי זאָל איך לעבן, מאַשע, ביסט גערעכט. איך פֿאַל פֿון די פֿיס פֿאַר מידקייט; דו ווייסט, דאָך, אַז איך אַרבעט צוויי מאָל אין דער וואָך בײַ נאַכט. איז, אויך די נאַכט האָב איך זיך געשטעלט צום אומבײַט אין פֿאַבריק און געאַרבעט פֿלײַסיק מיט אַלעמען גלײַך. די אַרבעט האָט געפֿיבערט די גאַנצע נאַכט. איך האָב, בנאמנות, נישט געפֿילט קיין שום מידקייט, נאָר אַז ס’איז געקומען דער טאָג, די צײַט אויף פֿאַרבײַט…
מאַשע: פֿאַר וואָס אַרבעסטו אַזוי פֿיל? די פֿאַבריק איז געבליבן הינטערשטעליק מיטן פּלאַן?
קאָפּל: פֿאַרקערט, מיר האַלטן גראָד זייער גוט מיטן פּלאַן, אָבער אונדז איז נישט גענוג בלויז דערגרייכן די אָנגעצייכנטע ראַטע. דאָס איז פֿאַר אונדז אַ קינדערשפּיל! מיר באַמיִען זיך צו שטײַגן איבער די ציפֿערן אין פּראָדוקציע-פּלאַן. אַלע אַרבעטן אַקסל-צו-אַקסל צו רעאַליזירן דעם דאָזיקין ציל.
מאַשע: אויב אַזוי, וואָס זשע איז געשען? פֿון וואַנען נעמען זיך צו דיר אַזעלכע טאָרבעלעך אונטער די אויגן?
קאָפּל: איך וועל דיר באַלד אַלץ דערקלערן. האָב געדולד! אַז ס’איז געקומען די צײַט אויף אומבײַט, איז מען געווויר געוואָרן, אַז וואַסילע איז, פֿאַר קיינעם נישט געדאַכט, קראַנק געוואָרן.
מאַשע: וואָס איז אים? זאָלסט זיך נישט אָנשטעקן פֿון אים, חלילה. היט אָפּ דאָס ביסל געזונט. דו ווייסט גוט, אַז דײַן האַרץ איז אָפּגעשוואַכט פֿון די אַלע צרות און יסורים. דער דאָקטער האָט אַליין געזאָגט, אַז…
קאָפּל (שלאָגט זי גוטמוטיק איבער, מיט אַ דינעם שמייכל): שאַ! כאַפּ נישט, שפּרינג נישט… וואַסילע האָט נישט געכאַפּט די גריפּע… ער האָט אויסגעשעפּט זײַנע כּוחות. דעם לעצטן חודש האָט ער געאַרבעט ווי אַ משוגענער! מיר האָבן אים אַלע געוואָרנט און געבעטן, ער זאָל זיך זשאַלעווען, אָבער ער האָט נישט געוואָלט הערן פֿון גאָרנישט.
מאַשע: ווילסט מיר זאָגן, אַז ער איז געוואָרן קראַנק פֿון צו פֿיל אַרבעט?
קאָפּל: פּונקט אַזוי!
מאַשע: נעבעך! איך האָף, אַז ער וועט קומען צוריק צו די כּוחות אין גיכן.
קאָפּל: אויב ער וועט צו דער אַרבעט נישט קומען מאָרגן, וועל איך גיין אים מבֿקר-חולה זײַן. דער עיקר, דערוויסנדיק זיך, אַז ער וועט נישט קומען הײַנט, האָב איך געמאָלדן דעם שעף, אַז איך קאָן אַרבעטן נאָר עטלעכע שעה אַנשטאָט וואַסילע. און פֿאַרגעס אויך נישט אַלע רעפּעטיציעס פֿאַר דעם פֿאַרווײַלונג-אָוונט פֿון דעם פֿאַבריק. איך האָב אַ פּאָר הומאָריסטישע מאָנאָלאָגן… דו קענסט מיך דאָך — בײַ מיר מוז אַלץ אַרויסקומען אָן אַ פּגימהלע.
מאַשע (אַ ביסל פֿאַרזאָרגט): קאָפּל טײַערער, דו ביסט נישט בעסער אויף אַ האָר פֿון דײַן וואַסילע. געדענק! ביסט נישט איינער אַליין אויף דער וועלט. האָסט אַ ווײַב און אַ קינד (גלעט פּאַוואָליע דעם שפּיציקן בויך). און ווען האָסטו זיך אומגעקערט אַהיים? ווײַזט אויס, אַז איך פֿאַרשלאָף אַלע וויכטיקע געשעענישן.
קאָפּל (טוט אַ גלעט איר בויך): שלאָף געזונטערהייט! און וואָס מאַכט ער? אָדער זי? ס’שלאָגט מיט די פֿיסעלעך ווי נעכטן און אייער נעכטן?
מאַשע: ער אָדער זי שלאָגט געשמאַק מיט די פֿיסעלעך, קיין עין-הרע! ווי קיינמאָל גאָרנישט. נאָר אַ מאָל, טײַערער, גיב איך זיך אַ טראַכט: אויף וועלכער וועלט ברענגען מיר דאָס נײַע לעבן? דאָס צאַרטע נפֿשל? די וועלט איז טאַקע שיין, אָבער דער מין מענטש האָט אונדז ביידע שרעקלעך אַנטוישט. מיר האָבן דאָך געזען, אויף וואָס דער מין מענטש איז קאַפּאַבל. איך קאָן נישט און וויל נישט דאָס אַרויסשלאָגן פֿון קאָפּ. דער מענטש קאָן זײַן אַמאָל ערגער ווי די ערגסטע חיה. איך האָב געגלייבט, אַז יענע גרויזאַמע מלחמה וועט זײַן טאַקע די לעצטע, ווײַל דער מענטשלעכער מין האָט אָפּגעלערנט עפּעס דערפֿון. איצט איז קלאָר, אַז מיר קאָנען אומברענגען זיך אַליין מיט די אייגענע הענט. מיר האָבן אַלע געהאָפֿט, אַז עס קומט אַן עפּאָכע פֿון פֿרידן. מיר וועלן קאָנען אויפֿכאָווען שטיל די קינדערלעך און זיי באַזאָרגן מיט אַ ליכטיקער צוקונפֿט, אָבער איצט לייען איך אין די צײַטונגען, אַז אין דער קאַפּיטאַליסטישער וועלט האָט קיינער גאָרנישט אָפּגעלערנט פֿון דעם אומגליקן און ווידער שלײַפֿט מען דאָרט אָן די שווערדן, מע רוקט אַרויס די האַרמאַטן פֿון די דעפּאָזיטן.
קאָפּל: געוויס, געוויס… נאָר אויף אונדזער וועלט איז דאָ אי שלעכטס, אי גוטס. מיר אַלע ווילן שלום. אפֿשר בין איך אַ נאַיִווער מענטש, נאָר איך גלייב, אַז דער שׂכל-הישר וועט באַזיגן און די מענטשן וועלן פֿאַרשטיין, אַז דער גלײַכער און איינציקער וועג פֿירט אין איין ריכטונג — צו שלום.
דאָס פּאָרל זעצט זיך אַנידער אויף אַ באַנק.
קאָפּל: איך פֿאַרשטיי, אַז ס׳איז נישט גרינג צו פֿאַרגעסן. זאָלסט חלילה נישט מיינען, אַז איך האָב עפּעס אָדער עמעצן פֿאַרגעסן. איך געדענק גוט אַלע גרוילן פֿון געטאָ, די קדושים, וואָס די נאַצישע רשעים און זייערע אוממענטשלעכע באַהעלפֿערס האָבן בעסטיש אומגעבראַכט, דאָס פֿאַרצווייפֿלטע אַנטלויפֿן צווישן די פֿלאַמען איבער דער ברענענדיקער גאַס און שפּעטער — דאָס גיין און קריכן אין פֿינצטערניש דורך דער וואַרשעווער קאַנאַליזאַציע-סיסטעם. מיר זענען געגאַנגען אין אומרייניקייט ביז דער טאַליע, נישט וויסנדיק וווּהין זיך ווענדן און קערן. די מײַז, די שטשורעס… און דערנאָך, געדענק איך, דאָס ליכטיקע פּנים פֿון יענעם העלד, דעם פּאָליאַק, שוין אויף דער אַרישער זײַט… ער האָט טאַקע אָפּגערוקט דאָס שווערע דעקל און די פֿרישע לופֿט, מיט וועלכער די לונגען זענען מיט אַ מאָל פֿול געוואָרן…
מאַשע: יאָ, שפּעטער האָבן די נאַצישע רוצחים אונדז נאָכגעיאָגט מיט זייערע הינט. געדענקסטו יענעם אָוונט, ווען מיר האָב זיך באַהאַלטן אין אַ דירה פֿון אַן אַלטער פּאָר, ביידע מיטגלידער פֿון דער אונטערערדישער באַוועגונג? פּלוצעם האָבן זיך דערהערט מעכטיקע קלעפּ בײַ דער טיר: „פּאָליצײַ! אַופֿמאַכען!‟ — דו ביסט געבליבן שטיין, ווי די פֿיס דײַנע זענען געליימט געוואָרן. איך האָב געמיינט, אַז דאָס איז אונדזער לעצטע רגע און דאָך, האָב איך געפֿונען כּוחות דיך צו שלעפּן, און מיר האָבן זיך ביידע באַהאַלטן אין אַ קליידער-שראַנק, צווישן די אַלטע מאַנטלען פֿון יענער פֿרוי? די רוצחים האָבן זיך אַרײַנגעריסן אין דער דירה ווי חיה-רעהס, איבערגעקערט אַלץ מיט די פֿיס אַרויף, אָבער דעם קליידער-שראַנק?.. אים האָבן זיי געלאָזט צו רו… ווי קאָן מען דאָס באַנעמען מיטן שׂכל?
קאָפּל: מע קאָן נישט! יאָ… וואָס האָט נישט פּאַסירט מיט אונדז? אָבער איך וויל בעסער טראַכטן וועגן דער צוקונפֿט. מיר קאָנען נישט איבערמאַכן דאָס, וואָס מיט אונדז איז שוין געשען. מיר קאָנען נאָר ווענדן אַלע כּוחות, כּדי צו פֿאַרזיכערן אַ בעסערע צוקונפֿט. אָט! (ווײַזט אָן מיט דער האַנט) דאָרט שטייט דער מאַווזאָליי. אין דעם מאָנומענט האָבן געפֿונען זייער אייביקער רו די פֿאָרשטייער פֿונעם קאָמוניזם אין רומעניע: דאָקטאָר פּעטרו גראָזאַ, געאָרגע געאָרגיו-דעזש… אָבער נישט נאָר די „גרויסע‟ גיט מען אָפּ כּבֿוד דאָ: אַרום-און-אַרום ליגן דאָ די ערדישע איבערבלײַבונגען [1] פֿון אָנצאָליקע קעמפֿערס, וואָס האָבן טרײַ געדינט דעם ענין פֿון דער אַרבעטנדיקער קלאַס, געקעמפֿט פֿאַר גערעכטקייט און אַ ליכטיקן מאָרגן פֿאַר אַלעמען. אָט די, וואָס האָבן געווידמעט דאָס גאַנצע לעבן צו קעמפֿן פֿאַר גערעכטקייט און שלום, פֿילן אָן מײַן האַרץ מיט בטחון און האָפֿענונג. אויב זיי האָבן זיך נישט אַרויסגעדרייט פֿון זייער פֿליכט, טאָר איך נישט באַטראַכטן לײַכטזיניק מײַן פּאָסטן אין פֿאַבריקן אָדער פֿאַרנאַכלעסיקן מײַנע ציווילע פֿאַרפֿליכטונגען.
מאַשע (לייגט איר קאָפּ אויף זײַן אַקסל, רעדט ווייך): לעבן דיר פֿיל איך זיך זיכער און באַשיצט. דאָס לעבן ווערט אַלץ בעסער. די פּאַרטיי שענקט אונדז אַזוי פֿיל נחת! נישט איין מאָל האָב איך געהערט זאָגן, אַז די דערציִונג פֿון קינדער איז די העכסטע פּריאָריטעט אין אונדזער לאַנד. איך ווייס, אַז אונדזער אוצרל וועט זײַן אין גוטע הענט. דאָס לאַנד מאַכן גרויסע טריט פֿאָרויס אין מעדיצין, וויסנשאַפֿט — אין אַלץ! מיר בויען אויף אונדזער צוקונפֿט מיט די אייגענע הענט. געבענטשט זאָלן זײַן די הענט!
קאָפּל און מאַשע נעמען זיך צערטלעך אַרום אויף דער באַנק. דאָס ליכט ווערט אַלץ שוואַכער.
נאַראַטאָר: צו מאָרגן האָט מאַשע געבוירן אַ געזונט מיידעלע, אין אַ גוטער שעה!
דער פֿאָרהאַנג פֿאַלט
[1] בוכשטעבלעכע איבערזעצונג פֿון רומעניש: rămășițele pământești
.