מיסטער שיר־ניט־גענעראַל!

באָריס סאַנדלער


פֿון דעם ציקל „שוואַנענפּאַרק און זײַנע אײַנוווינער — ייִדן־פֿלאָרידן‟

גאָט ווייסט נישט פֿון קיין רחמנות. נאָר, ווי בײַ אַלע, טרעפֿן זיך בײַ אים מאָמענטן פֿון צעטראָגנקייט: צומאָל פֿאַרגעסט ער אינעם מענטשן, און דעמאָלט קומט אַ גליקלעך לעבן.

ראָמען גאַרי, „טענץ פֿון טשינגיז־חיים‟

פֿרימאָרגן אין דעם ייִשובֿ שוואַנענפּאַרק

אינעם ייִשובֿ שוואַנענפּאַרק האָט מען אים בעסער געקענט אויפֿן צונאָמעניש „שיר־ניט־גענעראַל‟, איידער אויף זײַן אמתן נאָמען יעפֿים מאַרקאָוויטש גאָרעליק. זײַענדיק אין זײַן סאָוועטישן לעבן אַ קאַדער־אָפֿיצער, האָט ער דערגרייכט אין זײַן מיליטערישער קאַריערע דעם טשין פֿון אַ קאָלאָנעל, מע קאָן זאָגן, איין שטאַפּל צום ווערן אַ גענעראַל. נאָר, אַז ס׳איז נישט באַשערט, טאָ שרײַ „חי־וקים!‟. דער קאָלאָנעל יעפֿים גאָרעליק האָט אין זײַן לעבן אַזעלכע ווערטער נישט געהערט; פֿון זײַן יוגנט אָן איז ער געווען אַ געטרײַער פּאַטריאָט פֿון זײַן לאַנד, אַ פֿאַרברענטער אַטעיִסט און געשפּאַנט צו זײַנע הייכן מיט אַ פֿעסטן מושטיר־שפּאַן, ווי איבערן אַרמיייִשן פּלאַץ. די צאָל שטערנדלעך אויף זײַנע פּאָגאָנעס האָט זיך געמערט, פֿון קליין געוואָרן גרעסער און ענדלעך, האָבן אַלע דרײַ גרויסע שטערנדלעך זיך אײַנגעאַנקערט אין די עפּאָלעטן מיט זייערע פֿינף שפּיציקע עקן אויף טויט, ווי נאָך אַ בלוטיקער אַטאַקע אין דעם פֿאַרכאַפּטן שטח.

פֿון די פֿיל סודות, וואָס אַ מיליטערישער שטאַב טראָגט, איז דווקא פֿאַר קיינעם פֿון זײַנע קאָמאַנדירן קיין סוד נישט געווען, פֿון וואָסער ייִחוס קומט דער אָפֿיצער גאָרעליק אַרויס. צוריק גערעדט, האָבן זײַן ברייט פּנים, באַזונדערס דער הויפּט־סימן, די נאָז, קיין בולטע אָנווײַזונגען דערויף נישט געהאַט. אַדרבה די בלאָנדע, קורץ־אָפּגעשוירענע האָר אויפֿן קאָפּ, די בלויע אויגן און בולבעוואַטע צום שפּיץ נאָז, וואָלטן געקאָנט זײַן אַ מוסטער, וויִאַזוי עס זעט אויס אַן עכטער קאָזאַק. סײַדן יעפֿימס מויל מיט פֿולע ווייכע ליפּן, די אונטערשטע ליפּ עטוואָס אַרויסגערוקט, וואָלטן, מעגלעך, געשטערט דעם אידעאַלן פּאָרטרעט פֿון אַ סלאַווישן טיפּ, צונויפֿגעשטעלט, למשל, פֿון אַזאַ גרויסן עקספּערט ווי האַנס גיונטער, ימח־שמו, דעם הויפּט־אַנטראָפּאָלאָג פֿון נאַצישן דײַטשלאַנד.

יעפֿימס מוטער פֿלעגט איר בכור אין זײַן פֿריִיִקער ווײַסרוסישער קינדהייט רופֿן היימיש, חיימעלע. קיין נעבעכל איז איר חיימעלע נישט געווען, און בעת די גאַסן־שלעגערײַען זיך נישט באַהאַלטן אונטער דער מאַמעס ספּאָדניצע. די פּיסקאָטע שכנטעס, קומענדיק זיך קלאָגן אויף אים, האָבן זיך נישט געשעמט אַרײַנצובראָקן אין זייערע קלאָגערײַען, אַז „אײַער שייגעץ האָט צענהרגט די נאָז און צעריסן דאָס העמדל בײַ מײַן זונדעלע!‟ — שפּעטער, בשעתן פֿאַרשרײַבן דעם זון אין שול, איז ער פֿון חיים געוואָרן יעפֿים. יעדנפֿאַלס, די לערערקע, בפֿירוש אַ ייִדישע פֿרוי, האָט זײַן מוטער אין דעם איבערצײַגט: „איר ווילט, אַז די שילער זאָלן פֿון אים לאַכן?! אײַער זון דאַרף טראָגן אַן עכטן סאָוועטישן נאָמען — יעפֿים!‟

מיט אָט דעם סאָוועטישן נאָמען האָט יעפֿים געשפּאַנט איבערן לעבן, ווי אַ פּיאָנער, דערנאָך אַ קאָמיוגיסט און שוין אין דער אַרמיי, ווי אַ לייטענאַנט, אָנגענומען געוואָרן אין די רייען פֿון דער קאָמוניסטישער פּאַרטיי. יעפֿים וואָלט, מעגלעך, אין גאַנצן פֿאַרגעסן, אַז פֿון דער היים איז ער פֿאָרט „חיים, חיימעלע‟, בפֿרט אַז אויך די מאַמע איז אַריבער אויפֿן אָנגענומענעם סאָוועטישן נוסח, און גערופֿן דעם זון „פֿימטשיק, פֿימעלע‟, — איז אָבער געקומען די צײַט צו באַקומען דעם פּאַס, און דאָרט האָט זיך אַנטפּלעקט, אַז אין דער מעטריקע איז ער גראָד פֿאַרשריבן ווי „חיים מאָרדכאָוויטש גאָרעליק.‟ דעמאָלט, קנאַפּע דרײַ יאָר נאָך דער מלחמה האָבן זײַנע טאַטע־מאַמע זיך נישט אָפּגעגעבן קיין חשבון, אַז דער נאָמען „חיים‟, וואָס זײַן מאַמעס טאַטע עליו־השלום האָט געטראָגן זײַן גאַנץ לעבן ביז די דײַטשן האָבן אים נישט דערשאָסן, וועט שטערן זייער זון צו זײַן אַ גלײַכער צווישן אַלע אַנדערע בירגער פֿון זייער ליבן היימלאַנד. אַזוי איז ער אויף פּאַפּיר פֿאַרבליבן מיט זײַן זיידנס נאָמען, אָבער אין זײַן טאָג־טעגלעכן לעבן האָט מען אים געקענט ווי „יעפֿים‟, נישט אַנדערש.

אייגנטלעך, האָט זיך זײַן עגאָ צעשפּאָלטן שוין אויפֿן אַכטן טאָג פֿון זײַן געבוירן ווערן. אויסער זײַן ווילן און הסכּמה, האָט דער טאַטע פֿונעם עופֿעלע, אַ פֿראָנטאָוויק, וואָס האָט פֿאַרענדיקט זײַן שלאַכטוועג אין פּראָג, אַ קאָמוניסט, האָט אַראָפּגעבראַכט אַזש פֿון מינסק אַ מוהל און געמאַכט דעם זון אַ ברית־מילה, כּדין־וכּדת. זינט דעמאָלט אָן האָט זיך אין האַרץ פֿון חיים־יעפֿים באַזעצט דאָס מאָדנע באַשעפֿעניש, וואָס האָט זיך אין יענעם לאַנד גערופֿן „טאָפּלטע לאָיאַלקייט‟.

פֿון צײַט צו צײַט, ווי אַ פּועל־יוצא פֿון יענעם „שניט‟, האָט פֿון זײַן פּאַס זיך געהערט אַ ייִדישער פּישטש, וואָס פֿלעגט אַרויסרופֿן בײַ פֿימען אַן אָנגעשטרענגטע סיטואַציע. למשל: נאָכן פֿאַרענדיקן די מיטלשול האָט יעפֿים אָנגעגעבן די פּאַפּירן אין מינסקער פּאָליטעכנישן אינסטיטוט. גוטוויליקע מענטשן האָבן אים בפֿירוש רעקאָמענדירט, כּל־זמן ס׳איז נאָך ניט שפּעט, אָפּצוטראָגן די דאָקומענטן אין אַן אַנדער אינסטיטוט; נאָך בעסער וואָלט געווען, האָבן זיי געטענהט, אַז יעפֿים זאָל עס טאָן וואָס ווײַטער פֿון ווײַסרוסלאַנד, ערגעץ אין טיף רוסלאַנד, ווײַל דאָרט ברענט נישט אַזוי „דאָס פֿײַער פֿון אַנטיסעמיטיזם‟.

יעפֿים האָט די אַלע גוטע עצות אויסגעהערט, און זיך געלאָזט פֿאָלגן זײַן עקשנות, געירשנט פֿון דעם זיידן חיים. מעגלעך, אַז זײַן דערמאָרדעטער זיידע האָט פֿון זײַן מקום־נצח צוגעלייגט אַ האַנט, אַ ראַיה האָט איר: אין דער ליסטע פֿון די אָנגענומענע סטודענטן האָט יעפֿים גאָרעליק געפֿונען אויך זײַן נאָמען…

מיט יעפֿימען און זײַן פֿרוי גאַליע האָב איך זיך באַקענט שוין דאָ, אין שוואַנענפּאַרק. געשען איז עס אויף אַן אונטערנעמונג פֿון דעם אַזוי גערופֿענעם „רוסישן קלוב‟. איך ווייס נישט, פֿון וואַנען ס׳האָט זיך דער נאָמען גענומען, ווען צווישן די צענדליקער זײַנע מיטגלידער זײַנען די ייִדן געווען ס׳רובֿ. די סיבה דערפֿון האָט געשטעקט, קודם־כּל, אין שפּראַך. די אימיגראַנטן, געקומען אין די אָנהייב 1990ער פֿונעם געקראַכטן סאָוועטן־פֿאַרבאַנד, האָבן אַרײַנגעבראַכט קיין אַמעריקע, צוזאַמען מיטן נישטיקן מאַטעריעלן באַגאַזש, זייער סאָוועטישע מענטאַליטעט. ווי אַ קלאַמער, וואָס האָט צונויפֿגעקלאַמערט אַלע דאָרטיקע נאַציאָנאַליטעטן, בתוכם ייִדן, האָט געדינט די רוסישע שפּראַך, אָדער ווי זי איז אין די הויכע פֿענצטער דעפֿינירט געוואָרן: „די שפּראַך פֿון נאַציאָנאַלער פֿאַרבינדונג‟.

דער סאָוועטישער בבֿל־טורעם האָט טאַקע געקראַכט, און גאַנץ נישט צוליב דער פֿאַרשיידנשפּראַכיקייט פֿון די פֿעלקער, וואָס האָבן אים געבויט. ס׳האָט אויסגעזען, אַז אונטער די חורבֿות זײַנען אומגעקומען כּמעט אַלע גײַסטיקע אוצרות, וואָס אַ טייל פֿון זיי האָבן די בויערס נאָך פֿריִער אַוועקגעשלעפּן אין זייערע נאַציאָנאַלע נאָרעס. די ייִדן איז פֿאַרבליבן די רויטע שמאַטע מיטן פֿאַרפֿירערישן לאָזונג וועגן דער „נאַציאָנאַלער פֿאַרבינדונג‟; ווי אַ סימן־מובֿהק האָבן זיי אים געבראַכט מיט זיך סײַ אין ישׂראל, סײַ אין די לענדער פֿון זייער נײַער צעוואָרפֿנקייט. אויף אַזאַ אופֿן האָט זיך צונויפֿגעקלאַפּט אַ מין נײַע עדה פֿון „רוסיש־רעדנדיקע ייִדן‟.

מיט אַ באַזונדערן דראַנג און אַ דורותדיקן ענטוזיאַזם האָט די נײַע עדה זיך אַרויפֿגעוואָרפֿן אײַנבאַלעבאַטעווען דעם שטח פֿון מערבֿדיקע פֿרײַהייטן. ס׳האָט געקלאַפּט אין זייערע הערצער דאָס אַש פֿון יענע אַלטע ייִדישע רעוואָלוציאָנערן־באָלשעוויקעס, וואָס האָבן אָנגעצונדן דעם פֿאַקל פֿון אַ נײַער תּקופֿה אין רוסלאַנד און זײַנען אין דעם פֿײַער אַליין פֿאַרברענט געוואָרן. די דערפֿאַרונג־זוימען, אָנגעזאַמלט דאָרט, זײַנען דאָ געפֿאַלן אויף אַ פֿרוכפּערדיקן באָדן. די פּרעסע אויף רוסיש האָט זיך פֿאַרשפּרייט, ווי געלע בלעזערלעך איבער דעם גרינעם מײַ־פֿעלד, ראַדיאָ־ און טעלעוויזיע־פּראָגראַמען האָבן זיך פֿאַרמאָסטן מיט די פּראָגראַמען, געוויזן דירעקט פֿון רוסלאַנד, מעדיצינישע צענטערס און הונדערטער רעסטאָראַנען, קלייטן און קלובן פֿאַר גרויס און קליין — אַלץ אויף דער געבראַכטער שפּראַך פֿון „נאַציאָנאַלער פֿאַרבינדונג‟. לסוף, זײַנען פֿון די עדה־געדערעם אַרויסגעקומען אייגענע קאַנדידאַטן אין די מוניציפּאַלע און שטאַט־אָרגאַנען.

דער „רוסישער קלוב‟ אין שוואַנענפּאַרק איז געווען אַ נעבעכדיק קרײַזל, וואָס האָט צונויפֿגעזאַמלט די קליינע צאָל רוסיש־רעדנדיקע אײַנוווינערס אויפֿן יסוד פֿון שמאָלע נאָסטאַלגישע אינטערעסן, בתוכם די טראַדיציאָנעלע קולינאַרע מאכלים. זיי פֿלעגן זיך צונויפֿנעמען אָדער לכּבֿוד די חגאָות, געבראַכט פֿון דער אַלטער היים, אָדער אויף די אַדאַפּטירטע אַמעריקאַנער שׂימחות. עס האָט אויסגעזען, אַז דער נאָמען פֿון דעם קלוב אַליין האָט ווייניק וועמען געאַרט. קיין באַזונדערע אידעאָלאָגישע צוטשעפּעכצן האָט מען אין דעם נאָמען נישט אַרײַנגעלייגט און נישט אַרויסגענומען אויך, ביז… ביז רוסלאַנד איז נישט אָנגעפֿאַלן אויף אוקראַיִנע אויף אַ גזלנישן אופֿן.

ווי עס פֿירט זיך אין אַ דעמאָקראַטישער אָרגאַניזאַציע, האָט דער „רוסישער קלוב‟ געהאַט זײַן אייגענעם קאָמיטעט מיט אַ פּרעזידענט אין שפּיץ. אין יענעם טאָג האָט דער קאָמיטעט זיך צונויפֿגענומען, כּדי אַרומצורעדן, ווי אַזוי מע זאָל אָפּמערקן דעם אינטערנאַציאָנאַלן „פֿרויען־טאָג‟, אַ וויכטיקע דאַטע אינעם פֿאַרגאַנגענעם לעבנס־אָפּשניט. קיין שום אומדערוואַרטע גענג האָבן די מיטגלידער, מערסטנס פֿרויען, נישט דערוואַרט. נאָכן אַרומריידן די פּראָגראַם — אַ קורצע באַגריסונג פֿונעם קלוב־פּרעזידענט, דערנאָך אַ קאָנצערט פֿון די אייגענע טאַלאַנטן, און צום סוף וועט לייענען אַ בינטל פֿון אירע לידער די אָרטיקע באַרימטקייט מאַרינאַ ליפּשיץ־קראַסאַווינאַ. קיין אַנדערע פֿאָרשלאָגן זײַנען מצד די מיטגלידער נישט געווען, סײַדן דער פּרעזידענט האָט האַלב־וויציק באַמערקט, ווי אַ וווּנטש, אַז מאַרינאַס „בינטל‟ זאָל פֿאָרט האָבן אַ מאָס.

דווקא נאָך דעם פּרעזידענטס ווערטער, וואָס האָבן געקאָנט אויך פֿאַרטײַטשט ווערן, אַז די פֿאַרזאַמלונג איז געקומען צום סוף, האָט יעפֿים גאָרעליק, אַן ערן־מיטגליד פֿון דעם קאָמיטעט אויפֿגעהויבן די האַנט, ווי ער איז געוווינט געווען פֿון יענע אַלטע צײַטן.

— איר האָט עפּעס וואָס פֿאָרלייגן, חשובֿער חבֿר גאָרעליק? — האָט גוטמוטיק געפֿרעגט דער פּרעזידענט.
— יאָ, איך האָב אַ פֿאָרשלאָג, — האָט זיך אין זײַן קול געהערט די זיכערקייט פֿון אַ מיליטערישן מאַן, וואָס איז געוווינט שטעלן קאָנקרעטע דורכגעטראַכטע פֿראַגעס.
— ביטע, מיר הערן אײַך…
— איך לייג פֿאָר צו ענדערן דעם נאָמען פֿון אונדזער קלוב. — אויסגענוצט דעם מאָמענט פֿון אומדערוואַרטקייט, האָט יעפֿים גערעדט ווײַטער: — פֿאַר וואָס זאָל ער גאָר הייסן „רוסישער קלוב‟? איך, למשל, בין אַ ייִד, אַ געבוירענער און דערצויגן אין ווײַסרוסלאַנד. איך קען דאָ אַנדערע מענטשן, אויך ייִדן, וועלכע זײַנען געקומען אַהער פֿון אוקראַיִנע, מאָלדאַוויע, אַפֿילו פֿון טאַשקענט און באַקו, — פֿאַר וואָס פּלוצעם, „רוסישער קלוב?‟
— מײַן טײַערער פֿרײַנד גאָרעליק, — האָט דער פּרעזידענט, אַ געניטער דורכגעטריבענער פֿאָרזיצער, אָנגעטאָן אויפֿן פּנים אַ נייטראַל־צעשווענקטן שמייכל, און געמאַכט אַ פּרוּוו אָפּצוקומען מיט אַ פֿאַרשלעפּטן פּאַרעווען ענטפֿער: — עס גייט דען אין דעם געבורטס־אָרט, אָדער אין נאַציאָנאַלן אָפּשטאַם; מיר אַלע, יעדנפֿאַלס, אונדזער דור איז דערצויגן געוואָרן אין דער רוסישער קולטור און ליטעראַטור. רוסיש איז פֿאַרבליבן די שפּראַך פֿון אונדזער נאַציאָנאַלער פֿאַרבינדונג… וואָס זשע ווילט איר, מיר זאָלן זיך רופֿן „ייִדישער קלוב‟?

די לעצטע ווערטער פֿונעם פּרעזידענט האָבן אַרויסגערופֿן אַ שטעכיק געלעכטערל און אומגעקערט די שוין צעמאָרעטע מיטגלידער פֿונעם קאָמיטעט צו אַ צושטאַנד, אײַנגעשאַפֿן נאָך אין דער אַלטער היים — צובאָמבלען דעם נאַטשאַלניק.

גאָרעליקן האָט זיך בפֿירוש צוגעהערט צום פּרעזידענטס ווערטער, נאָר אויף זײַן אייגענעם אופֿן:

— אמת, איך בין אויך אויפֿגעוואַקסן מיט רוסיש און די ליבע צו פּושקינען און יעסענינען טראָג איך אין זיך ביז הײַנט… צום גרויסן באַדויערן, קען איך די שפּראַך פֿון מײַן טאַטע־מאַמעס היים אויפֿן שפּיץ־מעסער, און איך דאַרף אײַך דאָ נישט דערציילן, פֿאַר וואָס ס׳איז אַזוי געשען… — יעפֿים איז אויף אַ רגע אַנטשוויגן געוואָרן, ווי געלאָזט דאָס געזאָגטע זיך אַדאַפּטירן אין די מוחות, אַרויסרופֿן, מעגלעך, אייגענע איבערלעבונגען; דערנאָך האָט ער קלאָר און דײַטלעך געזאָגט: — די בלוטיקע שחיטה, וואָס די רוסישע אַרמיי פֿירט איצט דורך אין אוקראַיִנע, האָט אין מיר, אַ געוועזענעם סאָוועטישן אָפֿיצער, דערהרגעט מײַן אָפּשײַ צו דעם לאַנד, שפּראַך און קולטור! פֿרעג איך אײַך: שוין זשע איז נישט קיין בושה אָנרופֿן אַן אָרט פֿון אונדזערע טרעפֿונגען און פֿאַרברענגענישן „רוסישער קלוב‟?!

די פֿראַגע, וואָס האָט געקלונגען מער ווי אַ פֿאָרוווּרף, האָט זיך געהאַלטן אין דער לופֿטן אויף אַ האָרעלע און איז באַלד אונטערגעשניטן געוואָרן מיט אַן אויסגעשריי פֿון דער אָרטיקער פּאָעטעסע ליפּשיץ־קראַסאַווינאַ. אַן אַלטיטשקע, מיט אַ געדיכט־שוואַרצן פּאַרוק, אַראָפּגערוקט ביזן צעקנייטשטן שטערן, איז זי געזעסן אין איר רעדערשטול, אָנכאַפּנדיק זיך מיט די פֿינגער אין די צוויי אָפּגעריבענע אָרעמאָנשפּאַרן, גרייט אויפֿצושפּרינגען:

— נישט איר, מיסטער געוועזענער פּאָלקאָווניק… שיר־ניט־גענעראַל, האָט רעכט צו ריידן וועגן אונדזער רוסישער שפּראַך און ליטעראַטור! — זי האָט שווער אָפּגעאָטעמט און געטענהט ווײַטער הייזעריקלעך, מיט געהאַקטע זאַצן: — יאָ, איך אַליין בין געקומען קיין אַמעריקע פֿון אוקראַיִנע… איך קען און כ׳האָב ליב די אוקראַיִנישע שפּראַך… איך וויל אײַך אָבער דערמאָנען, אַז ס׳איז דווקא נישט צופֿעליק, וואָס די טראַגעדיע פֿון באַבי יאַר איז געשען גראָד אין אוקראַיִנע, אַז דער האַס פֿון די אוקראַיִנער צו ייִדן שנײַדט דורך די היסטאָרישע טיפֿענישן…

— איך פֿאַרשטיי, וואָס איר מיינט, מאַדאַם ליפּשיץ, — האָט יעפֿים זיך באַמיט צו ענטפֿערן דער קראַנקער פֿרוי רויִק און העפֿלעך, — אין ווײַסרוסלאַנד איז די ליבע צו ייִדן געווען נישט קלענער, ווי אין אוקראַיִנע… נישט צופֿעליק האָבן די ייִדישע פּאַרטיזאַנער זיך געמוזט שלאָגן באַזונדער פֿון די ווײַסרוסישע אָטריאַדן, ווײַל יענע האָבן זיי צו זיך נישט צוגעלאָזט… אָבער הײַנט גייט די רייד וועגן גאָר אַן אַנדער זאַך — אַ טעראָריסטישער אַגרעסיע אויף אַ שכניש לאַנד, נאָר ווײַל עס וויל זײַן אומאָפּהענגיק פֿון רוסלאַנד…

— איר רעדט, ווי עס פּאַסט אַ רויטן קאָמיסאַר! — האָט די פֿרוי ליפּשיץ־קראַסאַווינאַ אויסגעשאָסן, און האַסטיק אויסגעצויגן די האַנט, טײַטנדיק מיטן אָנווײַז־פֿינגער אין גאָרעליקן, ווי זי וואָלט געהאַלטן אַ רעוואָלווער מיט אַ פּאַדאַגריש פֿאַרקרימטער רער. — און וווּ זײַט איר געווען, מיסטער שיר־ניט־גענעראַל, ווען אײַער בראַווע סאָוועטישע אַרמיי האָט דערשטיקט דעם אויפֿשטאַנד אין אונגערן, און שפּעטער — אין טשעכאָסלאָוואַקיע… און ווער האָט אײַך געטריבן אין אַפֿגאַניסטאַן?…

אויף יעפֿים גאָרעליקן, נעבעך, האָבן זיך אַ שיט געטאָן שיִער נישט אַלע חטאָים, באַגאַנגען פֿון דער סאָוועטישער מאַכט, יעדנפֿאַלס, פֿאַר די לעצטע עטלעכע און זעכציק יאָר. ווען נישט דער פּרעזידענט פֿונעם קלוב, וואָס האָט קוים אָפּגעשטעלט די אָרטיקע פּאָעטישע באַרימטקייט, וואָלט זי נאָך חלילה באַקומען אַ פּאָפּלעקסיע, און דער „שיר־ניט־גענעראַל‟ גאָרעליק וואָלט אין דעם געווען שולדיק…

דער 8ער מאַרץ, באַצייכנט מיט רויטס אינעם סאָוועטישן קאַלענדאַר, פֿלעגט מען ברייט פֿײַערן איבערן גאַנצן פֿילנאַציאָנאַלן סאָוועטישן לאַנד. פֿון קליינערהייט אָן האָט יעדער מאַנספּאַרשוין געוווּסט, אַז אין אָט דעם וועסנעטאָג מוז מען ברענגען אַהיים, כאָטש איין בלימל, אַ מתּנהלע דער פֿרוי. שוין דאָ, אין אַמעריקע, האָבן די גרינע אימיגראַנטן זיך דערוווּסט, אַז ס׳איז פֿאַראַן אַן אַנדער טאָג, ווען מע גיט אָפּ כּבֿוד נישט בלויז דער פֿרוי, נאָר ליבע בכלל. אָט דער טאָג, וואָס איז אין אַמעריקע מער באַקאַנט און פֿאַרשפּרייט, איידער דער 8ער מאַרץ, טראָגט דעם נאָמען פֿון הייליקן גלח וואַלענטין. ווער דער וואַלענטין איז געווען און וואָס איז זײַן שײַכות צו דעם טאָג, האָט עס די נײַע אַמעריקאַנער ווייניק געזאָרגט. ס׳האָבן זיי נישט אויסגעפֿעלט קיין מער וויכטיקערע זאָרגן.

ווי עס זאָל נישט זײַן, האָט דער „רוסישער קלוב‟ שוין פֿון די ערשטע זײַנע אונטערנעמונגען געפֿײַערט, ווי עס פֿירט זיך, דעם 17טן פֿעברואַר, דעם „וואַלענטײַנס־דעי‟, און דעם 8טן מאַרץ — דעם פֿרויען־טאָג. נאָך איין שׂימחה איז קיין מאָל נישט איבעריק; עס מאַכט דעם קאָלעקטיוו נאָך מער געאייניקט. אָבער מער פֿון אַלע איז דערפֿון צופֿרידן געבליבן די פּאָעטעסע מאַרינאַ ליפּשיץ־קראַסאַווינאַ, וואָס האָט באַקומען נאָך איין געלעגנהייט אויפֿצוטרעטן פֿאַר דעם רוסיש־רעדנדיקן פּובליקום מיט אירע לירישע לידער, געווידמעט ביידע חגאָות.

יעפֿים גאָרעליק, וואָס האָט איבער זײַנע שטיינער אין גאַל זיך אָפּגעהאַלטן פֿון אַ גלעזל בראָנפֿן, האָט בשעת די ביידע קערמעשלעך זיך נישט געקאָנט אָפּזאָגן צו מאַכן אַ לחיים סײַ פֿאַר זײַן גאַליען און סײַ פֿאַר זייער גרויסער ליבע, וואָס גייט שוין אָן איבער פֿופֿציק יאָר.

זיי האָבן זיך צום ערשטן מאָל געטראָפֿן אינעם „אָפֿיצערן־הויז‟, וווּהין דער לייטענאַנט גאָרעליק, צוליב זײַן ליבע צו ביליאַרד, געווען אַן אָפֿטער אַרײַנגייער. זעלטענער פֿלעגט זיך טרעפֿן, אַז ער האָט אַהין אַרײַנגעקוקט זונטיק פֿאַר נאַכט, צו כאַפּן אַ טענצל מיט אַ היגער באַרישניע. גאַליע, פֿון איר זײַט, האָט זיך געהאַלטן בײַ איר מאַמעס כּלל, אַז עס פּאַסט נישט פֿאַר אַ ייִדיש מיידל צו פֿאַרברענגען „אויף טאַנצולקעס‟, בפֿרט אין „אָפֿיצערן־הויז‟. גאַליעס חבֿרטע, אויך אַ ייִדיש מיידל, האָט זי פֿאָרט צוגערעדט: „מיר וועלן זיך האַלטן אין איינעם, — האָט זי געטענהט, — קיינער וועט אונדז נישט צוגנבֿענען!‟

אין אַ וואַרעמען וועסנע־זונטיק האָבן די צוויי ייִדישע מיידלעך איבערגעטראָטן די שוועל פֿונעם „אָפֿיצערן־הויז‟. דער מיליטערישער בלאָז־אָרקעסטער האָט זיך אויסגעפֿײַנט מיט זײַנע וואַלסן און פּאָפּולערער טאַנץ־מוזיק, די פּאָרלעך האָבן זיך געדרייט איבערן געראַמען טאַנץ־זאַל, נאָר די צוויי שעמעוודיקע ייִדישע מיידלעך האָבן זיך געטאָפּטשעט בײַ דער וואַנט, נישט ווײַט פֿון דער טיר — אויף מאַלע וואָס.

דער שטאַלטנער בלאָנדער לייטענאַנט איז געבליבן שטיין אַנטקעגן ביידע מיידלעך, ווי ער וואָלט גרייט געווען זיי צו פֿאַרבעטן צום וואַלס ביידע צוזאַמען. געקוקט האָט ער אָבער אויף גאַליען, זעט אויס, אויסגעקליבן זי נאָך איידער ער איז צו די חבֿרטעס צוגעגאַנגען. „איר זײַט נישט קעגן?‟ — האָט ער געפֿרעגט ערגעץ אינצווישן, און אַ צי געטאָן די האַנט צו גאַליען.

זיי האָבן אָנגעהויבן זיך באַגעגענען שטילערהייט, מע זאָל זיי וואָס ווייניקער זען אויף דער גאַס. אין דעם טייל באַראַנאָוויטשי, וווּ גאַליעס עלטערן האָבן געוווינט, זײַנען מערסטנס אײַנוווינער געווען ייִדן. צו פֿירן ראַנדקעס מיט אַ סאָלדאַט — די אָרטיקע ווײַבער האָבן זיך ווייניק פֿאַנאַנדערגעקליבן אין די מיליטערישע ראַנגען, — האָט נישט געפּאַסט פֿאַר אַ ייִדיש מיידל. דערצו האָט יעפֿים אין זײַן מיליטערישן אָנצוג אויסגעזען נאָך מער ענלעך צו אַ שייגעץ, איידער צו אַ ייִדישן יאַט. זיי פֿלעגן זיך אַרײַנכאַפּן אין קינאָ, אויסקלײַבן אין פּאַרק אַ פֿאַררוקטע אין אַ ווינקל באַנק, נישט זעלטן באַזוכן די אָרטיקע מערקווירדיקייט, דעם באַוועגלעכן פּלאַנעטאַריום. ער איז כּמעט שטענדיק געווען פֿרײַ פֿון באַזוכערס. די עלטערע פֿרוי, וואָס איז געשטאַנען בײַ דער טיר, האָט שוין דערקענט דאָס פּאָרפֿאָלק און אַ צופֿרידענע צו זען גאַליען און יעפֿימען ווידער, זיי איין מאָל שטיל געזאָגט: „קומט, טײַערינקע, קומט, כ׳וועל אײַך אַרײַנלאָזן אָן בילעטן.‟

יעפֿים און גאַליע האָבן געוואַרט ביז ס׳וועט זיך פּאַמעלעך אויסלעשן דאָס ליכט, איבערן פֿינצטערן קופּאָל וועלן זיך צעשיטן מילי־מיליאַסן שטערנדלעך און זיי, זיצנדיק אין דעם ליידיקן זאַל, ווי אין מיטן דער גאַנצער אַלוועלט, וועלן זיך אַרומנעמען און קושן…

וויפֿל צײַט האָט אַזאַ קאָנספּיראַציע געקאָנט אָנגיין? גאַליע האָט געהאַלטן בײַם פֿאַרענדיקן דעם שטאָטישן פּעדאַגאָגישן אינסטיטוט, צו זײַן אַ לערערין פֿון רוסיש און רוסישער ליטעראַטור. דער טערמין פֿון יעפֿימס התחײַבֿות נאָכן פֿאַרענדיקן דעם אינסטיטוט אָפּצוגעבן דעם צוויי־יאָריקן חובֿ דער מלוכה, ווי אַן אָפֿיצער אין דער אַרמיי, איז אויך אונטערגעגאַנגען. פֿאַרן פּאָרעלע איז געקומען דער גורלדיקער מאָמענט, וואָס צו טאָן ווײַטער. יעפֿים און גאַליע האָבן דווקא נישט געצווייפֿלט, אַז אין זייער ווײַטערדיקן וועג איבערן לעבן וועלן זיי זיך לאָזן גיין אין איינעם. אַן אַנדער זאַך גאַליעס עלטערן; די מאַמע, וואָס איר שטים אין דער משפּחה איז געווען די ערשטע און די לעצטע, האָט זיך אײַנגעשפּאַרט, אַז „פֿאַר אַ סאָלדאַט, זאָל ער אַפֿילו טויזנט מאָל זײַן אַן אָפֿיצער, וועט זי איר איינציקע טאָכטער נישט אויסגעבן!‟ — פֿאַר וואָס אַזוי? דאָס לעבן פֿון אַן „אָפֿיצערשע‟, האָט זי געטענהט, איז אויף רעדער, ווי בײַ די ציגײַנער — וווּ געטאָגט, איז נישט גענעכטיקט, און וווּ גענעכטיקט, איז נישט געטאָגט! גאַליע האָט זיך נישט אונטערגעגעבן:

— ס׳איז נאָך נישט קיין פֿאַקט, אַז פֿימע וועט פֿאַרבלײַבן אין אַרמיי… ער האָט דאָך אַ ציוויליע פּראָפֿעסיע, אַן אינזשענער…

פֿון דעסטוועגן, איז דער מוטערס קעגנשטעלן זיך געווען מער אַ תּירוץ איידער די סיבה. גאַליעס מאַמע האָט געזען יעפֿימען נאָר איין מאָל, ווי מע זאָגט, מיט איין אויג. ס׳איז אָבער גענוג געווען איין בליק, אַז דאָס האַרץ זאָל איר אַ טיאָכקע טאָן: „נישט קיין ייִדישע צורה!‟ — דער מוטערס האַרץ זאָגט נישט קיין ליגן. דערצו האָט זי אין קראָם, בשעתן שטיין אין אַ ריי, דערהערט, ווי צוויי ווײַבער, כּלומרשט שטילערהייט האָבן זיך הינטן איבערגעשושקעט, אַז איר „גאַליע דרייט אַ ליבע מיט אַ שייגעץ…‟ — נאָך דעם האָט זי זיך געזאָגט: זאָל ער זײַן צען מאָל אַן אינזשענער, וועט זי זיך לייגן פּאָפּעריק, נאָר דעם שידוך נישט דערלאָזן!

מיט יאָרן שפּעטער, האָבן גאַליע און יעפֿים זיך נישט איין מאָל דערמאָנט אין דעם טאָג, ווען זיי האָבן זיך צוזאַמען אַרײַנגעשטעלט צו גאַליעס עלטערן אַהיים. יעפֿים, נאָך איידער ער האָט אַרויסגעבראַכט אַ וואָרט, האָט אַרויסגעשלעפּט פֿון זײַן גימנאַסטיאָרקיע דעם מיליטער־שײַן, אים געעפֿנט און אויסגעשטרעקט דער קומעדיקער שוויגער זײַנער. דאָס מאָל האָט דער „פּישטש‟ — חיים מאָרדכאָוויטש גאָרעליק — צעטריבן אַלע ספֿקות, וואָס האָבן נישט געלאָזט גאַליעס מאַמען שלאָפֿן איבער די נעכט. צו פֿאַרפֿעסטיקן זײַן נצחון, האָט דער לייטענאַנט גאָרעליק צוגעגעבן צום שריפֿטלעכן דאָקומענט ווערטלעך: „מײַן מאַמע, זאָל זיך מיִען, פֿלעגט מיך רופֿן ׳חיימעלע׳…‟

נאָך אַלעמען איז גאַליעס מאַמע אין אַ געוויסן זין געבליבן גערעכט: יעפֿים האָט לסוף פֿאַרבונדן זײַן לעבן מיט דער אַרמיי, און גאַליע איז געוואָרן אַן „אָפֿיצערשע‟. פֿאַר וואָס אַזוי? זיך אַרומגעקוקט, האָט דאָס יונגע פּאָרפֿאָלק דערזען, אַז אויב יעפֿים דעמאָביליזירט זיך, בלײַבן זיי אויף הפֿקר. קיין דאַך איבערן קאָפּ האָבן זיי נישט, קיין אַרבעט — אויך נישט. די איינציקע ברירה איז צו פֿאַרבלײַבט דינען ווײַטער. דערצו האָט דער קאָמאַנדיר צוגעזאָגט יעפֿימען אַ דירה אינעם נײַעם הויז, וואָס ווערט געבויט אינעם אָרטיקן מיליטער־שטעטל. זיי האָבן טאַקע באַקומען אַ וווינונג, נאָר גאָר אין אַן אַנדער אָרט, ווײַט פֿון באַראַנאָוויטשי… אַזוי האָבן זיך אָנגעהויבן זייערע וואַנדערנדיקע יאָרן איבער דעם רחבֿותדיקן סאָוועטישן לאַנד, פֿון איין גאַרניזאָן צו אַן אַנדערן. אַנדערש געזאָגט: וווּ געטאָגט, איז נישט גענעכטיקט, און וווּ גענעכטיקט, איז נישט געטאָגט!..

דער „רוסישער קלוב‟ אין שוואַנענפּאַרק איז פֿאָרט געבליבן בײַ זײַן אַלטן נאָמען, הגם די צאָל שטאַמגעסט אויף זײַנע אונטערנעמונגען איז פֿון מאָל צו מאָל געוואָרן שיטערער. דער סיכסוך צווישן דער רוסישער פּאָעטעסע און דעם געוועזענעם פּאָלקאָווניק איז אַרויס אין דרויסן און איז געוואָרן אַן אַלגעמיינע טעמע אינעם ייִשובֿ — אין שוואַנפּול, בשעתן שפּילן אין ביליאַרד, אין דעם פֿאָע, פֿאַרן אָנהייב פֿון אַ קאָנצערט, אין די אַזוי גערופֿענע „גאַזיבעס‟־גאָרטן־בײַדלעך, געדעקט מיט טרוקענע פּאַלמע־צווײַגן, אויף די בענק לענג־אויס דעם אַספֿאַלטירטן שפּאַציר־וועג, מיט איין וואָרט, די רוסיש־רעדנדיקע היגע אײַנוווינערס האָבן זיך צעטיילט אויף „אוקראַיִניסטן‟, און „פּוטיניסטן‟. צוליב יושר איז כּדאַי צו זאָגן, אַז דער צד „אוקראַיִניסטן‟ איז געווען ממשותדיק גרעסער.

קיין אַמעריקע זײַנען יעפֿים און גאַליע געקומען שוין נאָך אַלע עמיגראַנטישע כוואַליעס. זײַן מיליטערישע קאַריערע האָט געהאַט אַ „לאַנגן עק‟ סודות, וואָס האָט זיך נאָך אים געשלעפּט פֿון דעם געקראַכטן סאָוועטן־פֿאַרבאַנד; דאָס לאַנד אַליין איז טאַקע אונטערגעגאַנגען, אָבער די מיליטערישע סודות, צוזאַמען מיט דער אַרמיי, זײַנען אַריבער אין רשות פֿון דער נײַ־געשאַפֿענער רוסלענדישער פֿעדעראַציע. נאָך אין דער צײַט פֿון זײַן דינען דער סאָוועטישער מאַכט, האָט די קאָמאַנדשאַפֿט רעקאָמענדירט צו שיקן דעם קאָלאָנעל גאָרעליק, וואָס איז דאַן געשטאַנען אין שפּיץ פֿון אַ גוואַרדיע־פּאָלק, קיין מאָסקווע זיך לערנען אין דער מיליטערישער אַקאַדעמיע בײַם גענעראַל־שטאַב. נאָכן פֿאַרענדיקן די אַקאַדעמיע וואָלט ער באַקומען דעם גענעראַל־טשין און זיך געהויבן ווײַטער אויפֿן לייטער פֿון זײַן מיליטערישער קאַריערע. די גאַרניזאָן־נאַטשאַלסטווע האָט בפֿירוש געהאַלטן פֿון דעם בראַוון ייִדישן קאָמאַנדיר. איין מאָל בײַ אַ קערמישל, געווידמעט אַ מלוכישער חגא, האָט אים דער נאַטשאַלניק פֿון שטאַב, גענעראַל־מאַיאָר פּאָפּאָוו, חבֿריש אַרויפֿגעלייגט די האַנט אויף דער פּלייצע און געזאָגט:

— ווען כ׳ווייס נישט, אַז ביסט אַ ייִד, וואָלט איך עס אויף דיר קיין מאָל נישט געטראַכט! — ער האָט זיך צו אים אָנגעבויגן און אין אויער אַרײַנגעשעפּטשעט אין איינעם מיטן בראָנפֿן־גערוך, — זעט אויס, אַז דײַן ווײַטע באָבע האָט געזינדיקט מיט אַ שיינעם קאָזאַק!

גענעראַל פּאָפּאָוו האָט זיך צעלאַכט, אַ פּאַטש געטאָן דעם קאָלאָנעל איבערן אַקסל און הויך, אַז אַלע בײַם טיש זאָלן הערן, געזאָגט:

— יעפֿים מאַרקאָוויטש, גלייב מיר… מיר וועלן נאָך אויסטרינקען פֿאַר דײַנע גענעראַלסקיע פּאָגאָנעס!

אין מאָסקווע, אינעם גענעראַל־שטאַב, האָט מען גאָרעליקס דאָקומענטן נישט אָנגענומען, זיי אומגעקערט צוריק אין גאַרניזאָן. דער זעלבער גענעראַל־מאַיאָר פּאָפּאָוו האָט אים געטרייסט:

— נעם זיך נישט איבער… ס׳איז נאָך, זעט אויס, נישט געקומען דײַן צײַט… אין אַ יאָר אַרום וועלן מיר ווידער פֿאָרלייגן דײַן קאַנדידאַטור… — און ביידע האָבן זיי גוט געוווּסט, וווּ עס שטעקט די אמתע סיבה פֿונעם מאָסקווער אָפּזאָג.

אין אָנדערהאַלבן יאָר אַרום איז דער מעכטיקער סאָוועטן־פֿאַרבאַנד אויף ליימענע פֿיס אײַנגעפֿאַלן, זיך צעשפּאַלטן אויף באַזונדערע אומאָפּהענגיקע נאַציאָנאַלע רעפּובליקן. דער גאַרניזאָן, וווּ גאָרעליק האָט דעמאָלט געדינט, האָט זיך דיסלאָצירט אין דער אַרמענישער קרוינשטאָט יערעוואַן. דווקא אין יענער צײַט, ווי אַ פּועל־יוצא פֿון דער שפּאַלטונג, האָט אויסגעבראָכן דער קריג אין קאַראַבאַך. יעפֿים געדענקט גוט יענע טעג און נעכט. רוסלאַנד, שוין ווי אַ נײַע דעמאָקראַטישע מלוכה האָט, נישט געקוקט דערויף, זיך באַמיט צו גיין מיט די פֿוסטריט פֿון דער געוועזענער ראַטן־מאַכט און פֿאַרהיטן די השפּעה איבער די שוין אומאָפּהענגיקע מלוכות. די נײַע מאָסקווער מאַכט האָט אומגעלומפּערט באַלאַנסירט צווישן אַרמעניע און אַזערבײַדזשאַן. גאָרעליק האָט געוווּסט, אַז געוויסע טיילן פֿונעם גאַרניזאָן העלפֿן בסוד סײַ די אַרמענער און סײַ די אַזערבײַדזשאַנער. דאָס טאַנצן אויף צוויי חתונות האָט געבראַכט צו אַ סך אומזיניקע קרבנות צווישן דעם זעלנער־באַשטאַנד און צוגעזאָגט אַ בלוטיקע שחיטה מצד די אַרמענישע נאַציאָנאַליסטן, וואָס האָבן געזוכט אַ געלעגנהייט אויסצולאָזן זייער כּעס צו „יעדן פֿרעמדן‟ נאָך זינט דעם פּאָגראָם אויף דער אַרמענישער באַפֿעלקערונג אין באַקו…

יעדן אינדערפֿרי איז יעפֿים אַ פֿערטל נאָך זעקס שוין געווען אויף דעם שפּאַציר־וועג. לויט זײַן שטייגער, אײַנגעפֿירט אין גיכן נאָכן באַזעצן זיך אין שוואַנענפּאַרק, מאַכט ער אַ גיכן שפּאַציר אַרום דעם ייִשובֿ, וואָס פֿאַרנעמט בײַ אים עטלעכע און פֿערציק מינוט. נאָך פֿאַראַיאָרן האָט עס בײַ אים גענומען עטלעכע און דרײַסיק מינוט. דאַכט זיך, אַ קלייניקייט, און דאָך, האָבן אָט די צען מינוט אַרײַנגענומען אַ גאַנץ יאָר לעבן, אַ שווער יאָר מיט אַן אָפּעראַציע אויפֿן האַרץ.

בשעתן גיין, זאָגט מען, אַרבעט בעסער דער מוח. פֿריִער, בעת זײַנע פֿרימאָרגנדיקע שפּאַצירן, פֿלעגן פֿון זיך אַליין אויפֿקומען סטראָפֿעס פֿון זײַנע באַליבטע פּאָעטן, באַזונדערס יעסענינס שורות: „איך באַדויער ניט, איך רוף ניט, וויין ניט,/ אַלץ פֿאַרגייט, ווי רויך פֿון עפּלצװיט…[1]‟ — שוין זשע איז דאָס גאַנצע לעבן זײַנס טאַקע אַוועק מיטן רויך?! ער האָט דאָך אויפֿריכטיק געגלייבט און געטרײַ געדינט, ווי ס׳האָט געפֿאָדערט דער אוסטאַוו. ער האָט נישט דערלאָזט, אַז אין אים זאָל אויפֿקומען אַ מינדסטער צווייפֿל; און צווייפֿלונגען זײַנען געווען נישט ווייניק. ער האָט אָבער געוווּסט, אַז ס׳איז גענוג איין מאָל זיך לאָזן פֿון זיי פֿאַרפֿירן, וואַרפֿט עס אים אַרײַן אין אַ פֿינצטערן אָפּגרונט… און נישט נאָר אים אַליין — זײַן ווײַב און זייער טאָכטער, — ער וועט זיי אַלע אַהין פֿאַרשלעפּן. ניין, ער האָט געגלייבט נישט די פּאַרטיי־פֿירערס, כאָטש ער אַליין איז געווען אַ מיטגליד פֿון דער זעלבער פּאַרטיי; ער האָט געגלייבט אין זײַן פּראָפֿעסיע — אַן אָפֿיצער, מיינט אין תּוך צו פֿאַרטיידיקן זײַן פֿאָלק, זײַן היימלאַנד…

די רוסישע פּאָעטעסע ליפּשיץ־קראַסאַווינאַ האָט כּמעט געטראָפֿן: זײַן פּאָלק האָט שוין געהאַט געהאַלטן בײַם געשיקט ווערן אין אַפֿגאַניסטאַן, נאָר צום גליק, האָט צוגעשפּילט די פֿאַרשלעפּטע רוסישע ביוראָקראַטיע: פֿון אָפּגעבן דעם פּריקאַז אין מאָסקווע ביז אים אויספֿירן אין יערעוואַן, האָט גענומען עטלעכע וואָכן… דער טערמין איז גענוג געווען, אַז דער דאָזיקער באַפֿעל זאָל אָפּגעשטעלט ווערן. וואָס איז? אין גיכן, האָט מען זיך דערוווּסט, אַז אין זשעניעווע איז אונטערגעשריבן געוואָרן אַ הסכּם, לויט וועלכן, דער נײַן־יאָריקער קאָנפֿליקט, וואָס האָט אָפּגענומען צענדליקער טויזנטער יונגע לעבנס און נאָך מער צעקאַליעטשעט, איז געקומען צום סוף.

ער האָט זיך באַמיט, בשעתן גיין, צו אָטעמען טיף און גלײַכמעסיק. אַנטקעגן אים זײַנען אין דער פֿריִיִקער שעה געגאַנגען געציילטע מענער און פֿרויען, כּמעט אינעם זעלבן עלטער וואָס יעפֿים; זיי האָבן שוין דערקענט איינער דעם אַנדערן, און זיך שטיל באַגריסט, ווער מיט אַ „גוט־מאָרגן‟ און ווער סתּם מיט אַ שאָקל טאָן מיטן קאָפּ. עס פֿלעגן זיך אָבער נאָך טרעפֿן ייִדן, שוין אויסגעפּוצט פֿון גאַנץ פֿרי אָן, מיט אַ שוואַרץ אָדער געשטריקט כּיפּהלע אויפֿן שפּיץ־קאָפּ. זיי האָבן זיך געאײַלט צו דער ערשטער תּפֿילה אין שיל אַרײַן. דערזען זיי פֿון דער ווײַטנס, פֿלעג אים צומאָל בלײַבן שטעקן אַ קנויל אין האַלדז. וואָס פּלוצעם? אין געציילטע רגעס האָט זיך פֿאַר די אויגן געשטעלט אַ בילד פֿון זײַן ווײַטער קינדשאַפֿט: דער טאַטע, איבערגעדעקט מיט אַ ווײַסן טישטעך, שאָקלט זיך און עס הערט זיך אַ דערשטיקטער געברום. אין אַ מאָמענט, אָפּשטעלנדיק זײַן שאָקלעניש, נאָר נישט דאָס ברומען, קערט זיך דער טאַטע אויס צום זון מיטן גאַנצן קערפּער, ווי מע רוקט איבער אַ סטאַטוע. ער דערקענט נישט דעם טאַטן: אַ בלאַס פֿאַרעלטערט פּנים, מיט טיפֿע קנייטשן, וואָס שנײַדן זיך אַרײַן אין די אײַנגעפֿאַלענע באַקן און ציִען דעם שניט אַראָפּ פֿון ביידע זײַטן מויל, ווי שראַמען. בלויז די אויגן טראָגן אין זיך אַ גליִענדיקן ברען, וואָס אויב מע בלאָזט אים באַלד נישט אויף, לעשן די אויגן זיך אויס… דאָס אַלץ קומט פֿאָר אינעם אַלקערל אָן פֿענצטער, קוים באַלויכטן פֿון אַ שוואַך עלעקטריש לעמפּעלע. די מאַמע באַנוצט זיך מיט דעם אַלקערל איין מאָל אין דער וואָך, ווען זי, דאָנערשטיק פֿאַר נאַכט, פֿאַרקנעט אין דער הילצערנער דייזשקע טייג, צו באַקן אויפֿן אַנדערן טאָג ברויט. דעמאָלט טאָר מען אַהין נישט אַרײַנשטופּן די נאָז, ווײַל ס׳קאָן נאָך חלילה אײַנפֿאַלן דאָס טייג. און נאָך: דאָס אַלקערל איז אַ גוט ערטעלע בײַם שפּילן זיך מיט זײַן שוועסטערקינד אין באַהאַלטשינקעס… אָבער דער טאַטע? עס זעט אויס, אַז דער טאַטע שפּילט זיך מיט עמעצן אין באַהאַלטשינקעס. מיט וועמען?.. פֿימע פֿילט, ווי די מאַמע כאַפּט אים אָן פֿאַר דער האַנט און שלעפּט דעם זון אַרויס פֿונעם אַלקער…

שפּעטער איז צו פֿימען צוגעקומען דער טאַטע. פֿימע איז געזעסן בײַם טיש. געמאַכט די היים־אַרבעט אויף מאָרגן.

— ווילסט, אַוודאי, וויסן, וואָס כ׳האָב אינעם אַלקער געטאָן?… געדאַוונט… הײַנט איז יום־כּיפּור… דער הייליקסטער טאָג בײַ ייִדן… דער טאָג פֿון פֿאַרגעבן די זינד… — דער טאַטע האָט גערעדט שטיל און גיך, שוין גערן געווען צו פֿאַרענדיקן, ווי עמעצער פֿון וועמען ער האָט זיך פֿריִער באַהאַלטן אינעם אַלקערל, וואָלט אים געקאָנט כאַפּן; און אפֿשר האָט דער טאַטע פּשוט נישט געלאָזט קיין פּויזע צווישן זײַנע ווערטער, אַז דער זון זאָל נישט אָנהייבן שטעלן קיין פֿראַגעס, ווי זײַן שטייגער איז תּמיד געווען, — אינעם דאָזיקן טאָג, — האָט דער טאַטע גערעדט ווײַטער, — ווערט אין הימל באַשלאָסן דער גורל פֿון יעדן מענטשן, װאָס מיט אים זאָל געשען אין פֿאַרלויף פֿונעם נײַעם יאָר…
— און מײַן גורל אויך? — האָט פֿימע פֿאָרט באַוויזן אַרײַנשטעלן זײַן פֿראַגע.
— פֿאַרשטייט זיך, אויב דו ביסט אַ מענטש… — און ער האָט זיך צעשמייכלט.

און טאַקע: אַ וועלט מיט פֿראַגעס האָבן תּיכּף אַ שלאָג געטאָן פֿימען אין קאָפּ אַרײַן, ווי שטראָמלעך וואַסער אינעם שטאָט־פֿאָנטאַן, זיך געריסן פֿון אים, נאָר דער טאַטע האָט צום סוף בלויז צוגעגעבן: „ביסט דאָך אַ קלוג ייִנגעלע, און פֿאַרשטייסט, אַז נישט אַלץ, וואָס מע זעט אין שטוב, דאַרף מען אַרויסטראָגן אין דרויסן…‟

אין די שבתים איז מען אין דער שיל געגאַנגען משפּחותווײַז. יעפֿים, אין די שבתדיקע פֿרימאָרגנס, אָנגעטאָן אין זײַנע קורצע ספּאָרטיווע הייזלעך און העמדל, אַ פֿאַרשוויצטער האָט זיך צווישן די יום־טובֿדיק־באַקליידטע מענטשן, דערפֿילט ווי דער לעצטער שלעפּער. אין איינעם אַ שבת, נאָכן אָפּעסן פֿרישטיק האָט ער אָנגעטאָן זײַן טונקל־בלויען קאָנסטיום, מיטן ווײַסן העמד און געבעטן גאַליען זי זאָל אים אויסבונדן דעם שניפּס. בכלל האָט יעפֿים געהאַט בסך־הכּל צוויי קאָנסטיומען: דעם ערשטן, די „שוואַרצע טרויקע‟, ווי ער האָט דעם קאָסטיום גערופֿן, האָט אים גאַליע געקויפֿט צו זייער טאָכטערס חתונה, נאָך דאָרטן אין ווײַסרוסלאַנד. דעם צווייטן קאָסטיום האָט זי אים געקויפֿט שוין דאָ אין ניו־יאָרק, צו דער בר־מיצווה פֿון זייער עלטער אייניקל. די „טרויקע‟ האָט ער מער קיין מאָל נישט אָנגעטאָן, אָבער דעם קאָסטיום פֿאָרט געבראַכט קיין אַמעריקע, צוזאַמען מיט זײַן מיליטערישן קאָלאָנעל־מונדיר. איצט האָבן ביידע זאַכן די זעלביקע ווערט, וואָס אַ זאָטל האָט פֿאַר אַן אָקס.

— וווּהין האָט זיך דער קאַוואַליר ערגעץ אויסגעפּוצט פֿון גאַנץ פֿרי אָן? — האָט גאַליע געפֿרעגט, אַרײַנשטעכנדיק אין די ווערטער אַ זשמעניע שפּילקעס.
— אַנו טרעף! — האָט יעפֿים אָפּגעצויגן מיטן ענטפֿער.
— וואָס דאַרף איך טרעפֿן, — האָט זי אַרומגעכאַפּט מיטן שניפּס דעם מאַנס האַלדז. — דו וועסט עס מיר אַליין זאָגן.

דער מאַן האָט אַ שמוכע געטאָן אונטער דער נאָז:

— יאָ, סודות קאָנסטו אַרויסשלעפּן, — האָט יעפֿים איר צוגעשפּילט, — באַזונדערס, ווען דו פֿאַרציסט מיר דעם שניפּס…
— מאָל זיך נישט קיין געבראָטענע טײַבעלעך, כ׳האָב מיט דיר, טײַערינקער, נאָך נישט אַלע געשעפֿטן פֿאַרענדיקט.
— כ׳זע, ביסט אויף דער עלטער געוואָרן אַ ביזנעס־וווּמען… — אָנגעצויגן אַ מער ערנסטע צורה אויפֿן פּנים, האָט יעפֿים פּאַמעלעך, ווי אָנגעטאַפּט דעם וועג פֿאַר זײַן ענטפֿער, אַרויסגעבראַכט אויף די ליפּן: — לעאָנאַרד, מײַן שותּף אין פּיקלבאָל, נעמט אונדז צונויף אין אַ פּאַב, צו מאַכן אַ לחיים צו זײַן געבוירן־טאָג…
— איר האָט דאָך יענעם חודש אָפּגעמערקט זײַנע אַכציק…

דער מאַן האָט זי אָפּגעשטעלט, ווי מע כאַפּט עמעצן אויף אַ פּלאָנטער:

— דעמאָלט איז געווען נישט לעאָנאַרדס דאַטע, נאָר סעמס… וואָס זשע, דו גלייבסט מיר נישט?
— נאַרישקייטן… מיך אַרט מער, זאָלסט נישט כאַפּן קיין איבעריק גלעזל וויסקי. — זי האָט פֿאַרראָכטן דאָס קעלנערל אויפֿן העמד, לײַכט אַ פֿיר געטאָן מיט דער דלאָניע איבערן זײַדענעם שניפּס און שטיל צוגעגעבן: — דאַרפֿסט זיך היטן נאָך דער אָפּעראַציע…

די דרײַ שילן האָבן זיך געפֿונען אין איין אָרט — אַקוראַט פֿון יענער זײַט צאַם, געמאַכט פֿון אַ נעץ געפֿלאָכטן דראָט. די גרעסטע סינאַגאָגע, אַן עכטער אַרכיטעקטור־בנין, האָט געהערט צו דער קהילה „יונג־ישׂראל‟. די צוויי אַנדערע שילן האָבן פֿאַרנומען לאָקאַלן אין אַן איינשטאָקיקן כּלל־בנין, וווּ ס׳האָבן זיך געפֿונען אויך עטלעכע מעדיצינישע אָפֿיסן, אַ באַנק־אָפּטייל, אַ ביבליאָטעק מיט אַ לייענזאַל, אַ פֿריזערײַ און אַפֿילו אַ באַפּטיסטישער צענטער „ליכטיקע הערצער‟. דער דאָזיקער בנין האָט זיך צעלייגט אויף עטלעכע בלאָקן און דערמאָנט אַן אַקוואַריום מיט הויכע אויסנדיקע גלעזערנע ווענט.

ס׳האָט אויסגעזען מאָדנע: הגם די מתפּללים פֿון די אַלע דרײַ שילן האָבן געוווינט אין שוואַנענפּאַרק, האָבן זיי, כּדי צו טרעפֿן יעדער אין זײַן שיל, געמוזט דורכגיין דורכן טויער מיט אַ וועכטער אין אַ בודקע, און ווײַזן אים זייער שײַן מיט אַ בילד. ס׳האָט דערמאָנט, ווי מע וואָלט די ייִדן אַרויסגעלאָזט פֿון אַן אַרומגעצאַמטן שטח, אַ געטאָ, נישט דאָ געדאַכט. שוין דורכגעמאַכט דעם קאָנטראָל, האָט יעדער זיך געלאָזט אין זײַן שיל.

איין קלויז, אַ גרעסערע, האָט געטראָגן דעם נאָמען „כּנסת אליעזר‟, און האָט פֿאַרנומען אין כּלל־בנין אַ גרעסערן שטח — איין לאָקאַל פֿאַר מענער און אַ באַזונדערן לאָקאַל פֿאַר פֿרויען. די וויוועסקע פֿון דער צווייטער קלויז האָט צו וויסן געגעבן, אַז אין דעם לאָקאַל געפֿינט זיך „חבד‟. יעפֿימען איז נישט איין מאָל, צוליב פֿאַרשיידענע סיבות, אויסגעקומען דורכצוגיין פֿאַרבײַ אַלע דרײַ סינאַגאָגעס און יעדעס מאָל האָט ער זיך געחידושט: צו איין גאָט ווענדן זיך מיט זייערע תּפֿילות די דאַוונערס פֿון אַלע דרײַ שילן, וואָס זשע אַזוינס טיילט זיי אָפּ און מאַכט זיי אָפּגעזונדערט און אָפּגעפֿרעמדט, זיי זאָלן עס נישט קאָנען טאָן אין איין אָרט, אַלע צוזאַמען?!

אין שײַכות דערמיט פֿלעגט זיך אים דערמאָנען אַן אַלטער וויץ: איינעם אַ ייִד האָט צוגעשפּילט דאָס מזל זיך ראַטעווען נאָך אַ שיף־קאַטאַסטראָפֿע. קוים אַ לעבעדיקן האָבן אים די כוואַליעס אַרויסגעוואָרפֿן אויפֿן ברעג פֿון אַן אומבאַוווינטן אינדזל. אין אַ צײַט אַרום שטייט צום אינדזל צו אַ שיף און דער באַלעבאָס פֿונעם אינדזל, דער געראַטעוועטער ייִד, פֿירט דעם קאַפּיטאַן צו ווײַזן זײַנע צוויי שיינע הײַזער, וואָס ער האָט דאָ אויפֿגעשטעלט. „אָט דאָס הויז, — דערקלערט דער ייִד מיט ווירדע, — איז איין שיל, און בשכנות זעט איר נאָך איין שיל…‟ — פֿרעגט אים דער קאַפּיטאַן: ר׳ ייִד, איר זײַט דאָך דער איינציקער אײַנוווינער אויפֿן אינדזל, צו וואָס דאַרפֿט איר צוויי שילן?‟ — זאָגט אים דער ייִד ערנסט: „אין אָט דער שיל גיי איך דאַוונען, און אין דער צווייטער שיל וועט מײַן פֿוס די שוועל נישט איבערטרעטן!‟

די דאַוונער פֿון „כּנסת אליעזר‟, צווישן זיי נישט ווייניק ייִנגערע לײַט, האָבן אים דערמאָנט יענע עקסטרעם־אָרטאָדאָקסישע חבֿרה, וואָס ער האָט לעצטנס געהאַט געזען אויף דער טעלעוויזיע אין די רעפּאָרטאַזשן פֿון ישׂראל. ווי אַ מענטש, וואָס האָט כּמעט זײַן גאַנץ לעבן אָפּגעגעבן דעם מיליטער, האָט ער נישט געקאָנט נעמען אין טאָלק אַרײַן, ווי אַזוי קאָן די מלוכה דערלאָזן, אַז אַ געזונטער טייל פֿון איר געזעלשאַפֿט זאָל האָבן אַזאַ פֿײַנטלעכע באַציִונג צו דער אַרמיי, וואָס פֿאַרטיידיקט זייערע לעבנס און אמונה?! מעגלעך, אַז יענער געראַטעוועטער ייִד אויפֿן אינדזל האָט געמיינט פּונקט אַזאַ שיל פֿון אַזעלכע ווילדע פֿאַנאַטיקער. יעפֿים אַליין, ווען מע וואָלט אים אַפֿילו געגעבן אַ מיליאָן, וואָלט קיין פֿוס נישט אַרײַנגעשטעלט אין דער „כּנסת אליעזר‟.

וועגן „חבד‟ האָט יעפֿים געהערט נאָך פֿאַר זײַן אַרויספֿאָרן קיין אַמעריקע. גלײַך נאָך זײַן דעמיסיאָנירן פֿון דער אַרמיי, האָט ער זיך אומגעקערט קיין ווײַסרוסלאַנד, שוין אַן אומאָפּהענגיקער מלוכה בעלאַרוס און זיך באַזעצט אין באַראַנאָוויטשי. צו יענער צײַט האָט זייער איינציקע טאָכטער שוין אַ חתונה־געהאַטע אַרויסגעפֿאָרן מיטן מאַן און מיט זײַן משפּחה קיין אַמעריקע. גאָרעליק האָט זיך דערווײַל דערפֿון אָפּגעהאַלטן, קודם־כּל, האָט ער געמוזט פּטור ווערן פֿון זײַן „מיליטערישן עק‟. מיליטער, מיינט דאָך אַ וועלט מיט סודות, און פֿאַר די קנאַפּע פֿינף און צוואַנציק יאָר פֿון זײַן געטרײַער דינסט האָבן זיך אַזעלכע סודות געוויס אָנגעזאַמלט איבער גענוג. גיי ווייס, וואָס עס קאָן זיי אײַנפֿאַלן, דער נײַ־אַלטער מאַכט. זיי האָבן געמוזט פֿאַרגעסן אינעם פּאָלקאָווניק גאָרעליק, און גאָרעליק — אין זיי — אין דער מלוכה, סיסטעם, אין דעם גערוך פֿון די קאַזאַרמעס…

ס׳האָט זיך פֿאַר אים און פֿאַר גאַליען אָנגעהויבן אַ נײַער לעבנס־אָפּשניט; נײַ האָט זיי אויסגעזען אַלץ — סײַ די ציווילע טאָג־טעגלעכקייט, סײַ די אַרבעט און סײַ די מענטשן אַרום זיי. אין דער זעלבער צײַט האָט די כּלומרשט נײַע מאַכט און אָרדענונג קיין תּכלית דעם פֿאָלק נישט געבראַכט. די מיליטערישע פּענסיע, פֿאַרדינט אינעם לאַנד, וואָס עקזיסטירט שוין מער נישט, האָט אינעם נײַ־געבוירענעם לאַנד מיט זײַן אייגענער וואַלוטע, געקלעקט אויף שהי־פּהי. אינעם פֿאָלק האָט מען דאָס געלט גערופֿן „זײַטשיקי‟־האָזלעך, ווײַל אויפֿן ווײַסרוסישן רובל איז אָנגעמאָלט געוואָרן אַ האָז. גאַליע האָט ביטער געזיפֿצט: „דאָס ביסל אָפּגעשפּאָרטע געלט צעלויפֿט זיך, ווי ׳האָזלעך׳‟.

אין אַ טאָג האָט מען גאָרעליקן אַרויסגערופֿן קיין מינסק אין גענעראַל־שטאַב פֿון די רעפּובליקאַנער באַוואָפֿנטע קראַפֿטן. וואָס איז? דער נאַטשאַלניק פֿונעם שטאַב אַליין האָט אים אויפֿגענומען און פֿאָרגעלייגט זיך אויפֿצושטעלן אין דער אַרמיי. לאָזט זיך אויס, אַז גאָרעליקס לאַנג־יאָריקע דערפֿאַרונג איז שווער איבערצושאַצן. ער וועט זיכער צוניץ קומען דער יונגער ווײַסרוסישער אַרמיי. דער נאַטשאַלניק האָט אים אַפֿילו צוגעזאָגט גלײַך צוטיילן דעם טשין פֿון אַ גענעראַל־מאַיאָר. דער קאָלאָנעל גאָרעליק האָט באַדאַנקט דעם גרויען קאָלאָנעל־גענעראַל פֿאַר אַזאַ הויכער אָפּשאַצונג, נאָר געמוזט זיך אָפּזאָגן, צוליב זײַן געזונט־צושטאַנד, וואָס איז באמת געווען נישט בלויז אַ תּירוץ. די דאָזיקע דערפֿאַרונג, וועגן וועלכער ס׳האָט געטענהט דער גענעראַל, האָט גאָרעליקן אָפּגעקאָסט אַ סך געזונט. ער האָט אויך נישט געצווייפֿלט, אַז דער קאָלאָנעל־גענעראַל איז גוט באַהאַוונט אין דעם, וווּ עס וווינט איצט גאָרעליקס טאָכטער, הגם זי טראָגט דעם פֿאַמיליע־נאָמען פֿון איר מאַן.

דווקא אין אָט דער וואַקלענדיקער צײַט פֿון אומסטאַבילקייט האָט אין שטאָט, מיט איר נעבעכדיקער צאָל ייִדן פֿון עטלעכע און הונדערט נפֿשות, אָנגעהויבן צאַפּלען אַ ייִדיש לעבן. יעפֿים, פֿאַרטאָן אינעם אײַנשטעלן אַ קאָאָפּעראַטיוו־געשעפֿט, וואָס האָט זיך פֿאַרנומען מיט באַאַרבעטן און אָפּזעצן האָלץ־פּראָדוקציע, האָט קיין צײַט צו דעם „ייִדישן לעבן‟ נישט געהאַט; ער איז מער באַזאָרגט געווען, וויִאַזוי בכלל אײַנצושטעלן זייער לעבן אין דעם הפֿקרות און קאָרופּציע אויף שריט און טריט. דערפֿאַר אָבער האָט זיך מיט דעם זייער פֿאַראינטערעסירט גאַליע. דאָס גאַנץ לעבן אירס פֿון אַן „אָפֿיצערשע‟ איז איר אויסגעקומען נאָכוואַנדערן נאָכן מאַן — פֿון דרום ביז צפֿון און פֿון ווײַטן מיזרח ביז די מערבֿדיקער גרענעצן. נאָר אין אַלע ערטער פֿון זייער צײַטווײַליקן לעבן האָט זי זיך באַמיט צו פֿאַרבלײַבן בײַ איר פֿאַך — געווען אַ לערערקע פֿון רוסישער שפּראַך און ליטעראַטור.

איצט, קוים דערקענט דעם העברעיִשן אלף־בית, האָט זי סײַ זיך אַליין געלערנט און סײַ געוואָרן אַ מורה פֿאַר מענטשן, וואָס האָבן זיך געקליבן אַרויסצופֿאָרן קיין ישׂראל. די שליחים פֿון סוכנות פֿלעגן נישט קומען מיט ליידיקע הענט: אַ חוץ לערנביכער, פֿלעגט מען ברענגען אַ סך בראָשורן און אַפֿילו ביכער אויף רוסיש וועגן דער געשיכטע פֿון ייִדן, פֿון מדינת־ישׂראל, רעליגיע, וכּדומה. גאַליע פֿלעגט זיי ברענגען אַהיים, אַז אויך דער מאַן זאָל אין זיי אַרײַנקוקן. אַזוי איז טאַקע איין מאָל געשען; יעפֿימען איז אַרײַנגעפֿאַלן אין די הענט אַ ביכעלע, וווּ ס׳איז געגאַנגען די רייד וועגן דער חבד־באַוועגונג. ווי יעפֿים האָט זיך פֿאָרגעשטעלט, קומט אַלץ, וואָס איז פֿאַרבונדן מיט דער ייִדישער רעלגיע אַרויס פֿון מיטעלן מיזרח. מיטאַמאָל האָט ער פֿאַר זיך אַנטדעקט, אַז די דאָזיקע חסידים, וועגן וועלכע עס איז געגאַנגען די רייד אין דער בראָשור, קומען אַרויס פֿונעם שטעטל לובאַוויטשי, ממש אויף דער גרענעץ מיט ווײַסרוסלאַנד.

מיט יאָרן שפּעטער, שוין נאָכן באַזעצן זיך אין שוואַנענפּאַרק, פֿלעגט יעפֿים, דורכגייענדיק פֿאַרבײַ די דרײַ גלעזערנע ווענט פֿונעם חבד־קלויז, וואָס האָבן אים אָפּגעטיילט פֿון די באַבערדיקטע ייִדן פֿון יענער זײַט — זיי זײַנען געשטאַנען אָדער ענג געזעסן איינער לעבן אַנדערן, אײַנגעהילט אין טליתים, אַרײַנקוקנדיק אין די צעעפֿנטע ספֿרים, וועלכע זײַנען געלעגן פֿאַר זיי אויפֿן לאַנגן טיש, זיך לײַכט צוגעשאָקלט, — און געזען האָט ער צווישן זיי זײַן טאַטנס געהויקערטע פּלייצע. ס׳האָט געדויערט אַ ווײַלע, אַז די וויזיע זאָל זיך צעשמעלצן אין דער לופֿטן, און בײַם אויער זאָל אַ קלינג טאָן דעם טאַטנס הייזעריקלעכע שטים: „נישט אַלץ, וואָס מע זעט אין שטוב, דאַרף מען אַרויסטראָגן אין דרויסן…‟ במשך פֿון זײַן לאַנג לעבן האָט יעפֿים גוט באַהערשט די תּורה פֿון היטן סודות…

דער נאָמען פֿון דער גרויסער שיל „יונג־ישׂראל‟ האָט בײַ אים, ווי בײַ אַ פּראָפֿעסיאָנעלן מיליטער־מאַן, באַלד זיך איבערגערופֿן מיט אַן אײַנגעגעסענעם אין זײַן מוח באַגריף: „קורס פֿון יונגע רעקרוטן‟. עס האָט דעם קורס פֿון די הויפּט־יסודות פֿון מיליטער־דינסט, געמוזט דורכמאַכן יעדער פּריזיווניק. די אָרגאַניזאַציע „יונג־ישׂראל‟ איז לכתּחילה טאַקע אויפֿגעשטעלט געוואָרן אין אַמעריקע פֿון אַ גרופּע יונגע ייִדישע אָרטאָדאָקסן. יעדנפֿאַלס, אַזוי האָט אים דערקלערט לעאָנאַרד, זײַן קאָמפּאַניאָן אין פּיקלבאָל. לעאָנאַרד אַליין איז נישט געווען פֿרום, נאָר זינט ער איז געוואָרן אַן אַלמן, טוט ער יעדן שבת אָן די שוואַרצע יאַרמלקע און גייט אין שיל אַרײַן. יעפֿים האָט אים קיין מאָל וועגן דעם נישט אויסגעפֿרעגט, לעאָנאַרד אַליין האָט עס אים קורץ דערקלערט: „וואָס נאָך קאָן איך דען טאָן פֿאַר מײַן אַדינע? כאָטש אַזאַ קלייניקייט…‟

אין יענעם שבת האָט יעפֿים זיך אַרומגעדרייט אין דעם ייִדישן „רעליגיעזן דרײַעק‟ — פֿון איין זײַט, אַ באַווײַז ווי פֿאַרשיידנאַרטיק איז דאָס ייִדישע גלויבן, און פֿון דער צווייטער זײַט — אַ קלאָרער מוסטער פֿון ייִדישער צעשפּאַלטנקייט; נאָר אַרײַנצוגיין אין איינער פֿון די שילן האָט ער אין זיך קיין מוט נישט געפֿונען. אָפּגעלעבט אַ גאַנץ לעבן, קאָן מען זאָגן, און קיין מאָל נישט איבערגעטראָטן די שוועל פֿון אַ שיל.

גאַליע, זײַן געטרײַע אָפֿיצערשע, אָנגעשטעקט מיטן זשיפּענדיקן „ייִדישן לעבן‟ אין איר היימשטאָט באַראַנאָוויטשי, האָט אָנגעהויבן יעדן פֿרײַטיק צו נאַכטס אָנצינדן צוויי ליכט. ניין, זי האָט די ליכט נישט געבענטשט — אַזוי ווײַט האָט זי נאָך נישט געהאַלטן, — נאָך מער: זי האָט אין דעם געזען, נישט מער און נישט ווייניקער, ווי סתּם אַ ייִדישן פֿאָלקס־מינהג, וואָס אַ ייִדישע פֿרוי טוט עס, צוליב אַרײַנברענגען אין שטוב ליכט און געמיטלעכקייט. יעדנפֿאַלס, אַזוי האָט זי דערקלערט איר מאַן, הגם ער האָט איר קיין פֿראַגעס נישט געשטעלט. קומענדיק קיין אַמעריקע, האָט גאַליע אַ שטיק צײַט, ווי פֿאַרגעסן אין דעם „אָנצינדן ליכט‟, מעגלעך, צוליב דער פֿאַרלוירנקייט, וואָס ס׳האָט זי באַפֿאַלן. ס׳האָט אויסגעזען מאָדנע: לאַנגע יאָרן נאָך דער חתונה איז איר, ווי אַ קללה נאָכגעגאַנגען דער מאַמעס ביטער ווערטל: וווּ געטאָגט, איז נישט גענעכטיקט, און וווּ גענעכטיקט, איז נישט געטאָגט, — זי האָט אָבער זיך נישט געלאָזט פֿאַלן, געפֿירט די שטוב, געאַרבעט אין שול, דערצויגן די טאָכטער… געקומען קיין אַמעריקע, האָט אין איר די סטרונע, וואָס האָט גאַליען געגעבן דעם ריכטיקן טאָן צום לעבן, ווי געפּלאַצט. גאַנצע טעג פֿלעגט זי אָפּזיצן אין דעם געדונגענעם דירהלע אין ברוקלין, פֿאַרשפּאַרט די טיר, אַן אָנגעשראָקענע, אָנגעשטעלט אַן אויסגעלאָשענעם בליק אין טעלעוויזאָר. דערפֿאַרענע מענטשן האָבן איר געזאָגט, אַז קוקנדיק דעם טעלעוויזאָר, וועט זי פֿאַרבעסערן איר ענגליש און גיכער זיך אַדאַפּטירן צום אַמעריקאַנער לעבן. פֿאַר נאַכט, ווען יעפֿים פֿלעגט זיך אומקערן פֿון דער אַרבעט, זײַנען אירע ערשטע ווערטער געווען: „וווּהין זײַנען מיר געקומען? ס׳איז אַ סכּנה אַרויסצוגיין אין דרויסן!‟

יעפֿימען האָט דער איידעם געהאָלפֿן זיך אײַנאָרדענען אין אַן אַלאַרם־קאַמפּאַניע, וווּ יעפֿים האָט מיט יאָרן געמאַכט טאַקע אַ קאַריערע פֿון אַן אינזשענער. אין שוואַנענפּאַרק האָבן זיי זיך באַזעצט אַקוראַט פֿאַר דער פּאַנדעמיע.

פֿון לעאָנאַרדן האָט יעפֿים זיך דערוווּסט, אַז אין דרײַ טעג אַרום פֿאַלט אויס יום־כּיפּור. „כ׳גלייב, דו וועסט קומען זאָגן יזכּור?‟ — לעאָנאַרדס פֿראַגע האָט אַ קלונג געטאָן אומגעריכט. דאָס וואָרט „יזכּור‟ האָט אַזש אַ שטאָך געטאָן דעם זכּרון — ער האָט עס דאָך אויך געהערט פֿון זײַן טאַטן…

קיין נײַעס פֿאַר יעפֿימען איז נישט געווען, אַז ס׳רובֿ אײַנוווינער אין שוואַנענפּאַרק זײַנען ייִדן; אַנדערש וואָלט מען נישט געדאַרפֿט האָבן אַזש דרײַ שילן. איצט, יום־טובֿדיק אויסגעפּוצט, זײַנען זיי זיך צונויפֿגעגאַנגען פֿון פֿאַרשיידענע עקן ייִשובֿ צום הויפּטוועג, צו דער שפּאַציר־סטעזשקע, וואָס האָט געפֿירט צום טויער. פֿון יענער זײַט האָבן זיך געפֿונען אַלע דרײַ שילן.

נישט אומזיסט האָט לעאָנדאַרד געוואָרנט יעפֿימען, ער זאָל אַרויסגיין פֿון דער היים פֿריִער, ווײַל די שיל וועט זײַן פֿול געפּאַקט. לעאָנאַרד האָט נישט געצווייפֿלט, אַז יעפֿים מיט זײַן פֿרוי וועלן זיכער קומען אין „יונג־ישׂראל‟, נישט צו די חסידים. זיי זײַנען געגאַנגען געאָרעמט, צוגעטוליעט איינער צום אַנדערן, יעפֿים און גאַליע, ווי אַמאָל, אין אַן אַנדער לעבן, פֿלעגן זיי גיין אויף אַ פּאַראַד, לכּבֿוד אַ מלוכישן יום־טובֿ. יעפֿים האָט אָנגעטאַפּט אין זײַן רעכטער קעשענע פֿונעם „אַמעריקאַנער‟ קאָסטיום די יאַרמלקע, וואָס איז דאָרט פֿאַרבליבן ליגן פֿון זײַן אייניקלס בר־מיצווה. ער האָט באַשלאָסן זי צוטשעפּען צום קאָפּ מיט אַ שפּילקע שוין נענטער צו דער שיל.

יעפֿים האָט געטראַכט: ס׳איז פֿאָרט אַ באַשערטע זאַך… וואָס וואָלט, למשל, געשען, ווען דאָס „שיר־נישט‟ וואָלט פֿאָרט רעאַליזירט געוואָרן… ווען דעמאָלט אין דער מאָסקווער מיליטערישער אַקאַדעמיע בײַם גענעראַל־שטאַב וואָלטן נישט געזעסן אַנטיסעמיטן, נאָר אָרנטלעכע גענעראַלן?! ווערט ער אויך אַ סאָוועטישער גענעראַל, וווּהין וואָלט אים דעמאָלט פֿאַרפֿירט דער גורל… וואָלט ער בכלל נאָך געלעבט? ער ווײסט גוט, עס זײַנען דערגאַנגען צו אים קלאַנגען, אַז אַ סך פֿון זײַנע אַמאָליקע חבֿרים אין איין עלטער מיט אים, מיט וועלכע ער האָט געדינט נישט איין יאָר, זײַנען שוין לאַנג נישטאָ… דווקא די פֿאַראייניקטע שטאַטן, די פֿעסטונג פֿונעם וועלט־אימפּעריאַליזם, דער הויפּט־שׂונא פֿון זײַן פֿאָטערלאַנד, איז דאָך געווען די צילברעט פֿון זײַן מיליטערישער קאַריערע — פֿון אַ לייטענאַנט ביז אַ קאָלאָנעל… יאָ, ער איז געווען אַ קאָמוניסט און געטרײַ געדינט יענעם גרויסן לאַנד, אָבער וואָס איז געווען דער סוף סײַ פֿון דער קאָמוניסטישער אידעע און סײַ פֿונעם לאַנד?

דער טויער איז געווען ברייט צעפּראַלט און דער וועכטער אַליין, אַ שוואַרצער מיטל־יאָריקער מאַן, איז געזעסן לעבן זײַן בודקע און געוויזן אַלעמען זײַן ברייטן פּערל־ווײַסן גוטמוטיקן שמייכל. דאָ האָט דער מענטשן־שטראָם זיך צעטיילט און זיך צערונען אין דרײַ זײַטן. שוין בײַ די טרעפּ פֿון דער שיל „יונג־ישׂראל‟ האָט יעפֿים דערפֿילט אַ לײַכטן שטורך אין אַ זײַט. ס׳האָט זיך דערהערט גאַליעס קאָמאַנדע: „טו אָן די יאַרמלקע! — און שוין ווייך און מיט אַ באַזונדער געפֿיל האָט זי צוגעגעבן: — זײַ אַ ייִד!‟


[1] איך באַדויער ניט, איך רוף ניט, וויין ניט,
אַלץ פֿאַרגייט, ווי רויך פֿון עפּלצװיט.
מיטן גאָלד פֿון װעלקן טיף געאייניקט,
װעל איך יונג זײַן שוין מער קײנמאָל ניט

אין ייִדיש — אזרא קאָרמאַן

אַפּריל 28, 2026, דירפֿילד־ביטש, פֿלאָרידע

Leave a comment