פֿון אונדזער עזבֿון: דאָרע כײַקינע (1913־2006)

דיכטער, פּראָזאַיִקער. געבוירן אין דער שטאָט טשערניגאָוו, אוקראַיִנע, אין אַ משפּחה פֿון אַן אָנגעשטעלטן. אין די יאָרן 1919־1927 זיך דערצויגן אין אַ קינדערהיים. געאַרבעט ווי אַ וועבערין און שטריקערין אין קיִעווער אונטערנעמונגען, אין 1932 פֿאַרענדיקט דעם קיִעווער עקאָנאָמישן טעכניקום. די ערשטע לידער פֿאַרעפֿנטלעכט אינעם זשורנאַל ”פּראָליט“ (1931). דאָס ערשטע בוך אַרויסגעגעבן אין 1938. ביז דער צווייטער וועלט־מלחמה אַרויסגעגעבן נאָך איין לידער־בוך. באַזונדערס שאַפֿעריש אַקטיוו געוואָרן אָנהייב 1960ער יאָרן, ווען אין מאָסקווע איז געגרינדעט געוואָרן דער זשורנאַל ”סאָוועטיש היימלאַנד“. שוין אין ערשטן נומער פֿון דער דאָזיקער אויסגאַבע איז זי פֿאָרגעשטעלט מיט אַ ליד. אין די ווײַטערדיקע יאָרן האָט זי אָנגעהויבן דרוקן אויך דערציילונגען און נאָוועלעס. אויך אין דער צײַטונג ”ביראָבידזשאַנער שטערן“ האָט זי אָפֿט זיך געדרוקט. איר פּאָעזיע איז אַ לירישע, די הויפּט־מאָטיוון פֿון איר שאַפֿונג זײַנען דאָס לעבן און געפֿילן פֿון אַ ייִדישער פֿרוי, ליבע־לידער און פּייזאַזש־ליריק. אין 1993 איז זי עולה געווען קיין ישׂראל און זיך באַזעצט אין דער שטאָט חיפֿה.

דאָרע כײַקינע

פֿונעם בוך „פֿון אַלע מײַנע וועגן‟,
„סאָוועטסקי פּיסאַטעל‟, מאָסקווע, 1975

ווען הייבט זיך אַן אַ ליד

ווייסט, ווען ס’הייבט זיך אָן אַ ליד?
ס’קען זיך מאַכן — נאָך אין וויג.
אָבער גלײַך פֿון ערשטע טריט
הייבט זיך אָן געוויס די ליד.
ווען ס’איז אַלץ אַרום — „פֿאַרװאָס?‟
ווען אַ זין ס’באַקומט אַן אות,
צי געוווירע ווען מע ווערט,
אַז עס דרייט זיך אונדזער ערד.
ווייסט, ווען ס’הייבט זיך אָן אַ ליד?
ווען ס’איז װײַס דער סאָד פֿון צוויט.
ס’מאַכט ניט, װאָס ס’איז יענער סאָד
בײַ דער צײַט אונטער דער ראָד,
װאָס די צײַט האָט ניט געלאָזט
ניט קיין בוים דאָרט, ניט קיין גראָז,
נאָך ווען הייבט זיך אָן א ליד?
ווען אַ שניי אין דרויסן שיט
און אַ פֿראָסט האָט אויפֿן שויב
אָנגעמאָלט א ראָזע טויב.
און אַ ליד הייבט אָן זיך אָפֿט,
ווען דער וואַלד זיך גרייט צום שלאָף,
שטייט אין קליידער צונטער-רויט…
ס’הייסט: ס’אַ שלאָף, און ניט קיין טויט.
נאָך די ליד ווען הייבט זיך אָן?
ווען עס פֿלאַקערט העל די פֿאָן,
און אין מענגעס טריט — דײַן טראָט.
און אַן אָנהײב נאָך זי האָט:
ווען ס’האָט עמעצנס אַ ליד
ביזן האַרצן אָנגעגליט.
ס’הייבט זיך אָן אַ ליד אין לייד,
ס’הייבט זיך אָן אַ ליד אין פֿרייד,
ביז די סאַמע לעצטע טריט

די וועלט איז שיין אַזוי

די וועלט איז שיין אַזוי… אַפֿילו זען אין חלום
א שענערע — איז קיינער ניט אימשטאַנד,
פֿאַרװאָס זשע איז אַזוי — דער רוגז מיטן שלום
ווי חתן־כּלה גייען אום בײַנאַנד…

די וועלט איז שיין אַזוי… דעם ווייכן גלאַנץ פֿון שנייען
ניט אויפֿלעבן עס װעט דעם קינסטלערס האַנט.
פֿאַרװאָס זשע איז אַזוי — אַז מענטשן-גליק און װײען
ווי חתן־כּלה גייען אום בײַנאַנד…

די וועלט איז שיין אַזוי… אין גאָלד די װאָלקנס שוועבן,
פֿון קינדװײַז איז דער צויבער מיר באַקאַנט.
פֿאַרװאָס זשע איז אַזוי — דער טויט, דאָס לעבן
ווי חתן־כּלה גייען אום בײַנאַנד…

די וועלט איז שיין אַזוי… די שעה פֿון מײַן געבאָרן
איך װער ניט מיד צו בענטשן נאָכאַנאַנד.
כ’פֿאַרשטיי, די וועלט — כ’האָב גוטע לערער — יאָרן —
דער שאָטן שטענדיק גייט מיט ליכט בײַנאַנד.

מיך רירן שטענדיק

מיך רירן שטענדיק פֿרעמדע צרות, ווייען,
זיי װעקן אויפֿריכטיק אין האַרץ אַ מיטגעפֿיל.
ווען אין דער אַרקטיק הוליען ווילדע שנייען,
בײַ מיר אין שטוב, מיר דאַכט, די קעלט איך פֿיל.

און ווען איך הער, אַז טײַכן נעמען פֿלייצן
און עמעץ איז אין אַ געפֿאַר, אין שרעק,
װאָלט איך די מענטשן נעמען אויף די פּלײצעס,
מיט זיי פֿון אָרט געפֿערלעכן אַוועק.

צי ווען כ’דערהער, אַז ס’בושעוועט אַ פֿײַער,
און סאָסנעס הויכע ברענען, װי די ליכט,
כ’דערפֿיל, אַז יעדער צװײַגל איז מיר טײַער,
װײַל אַלץ אַרום איז דאָך אַ שטיקל „איך‟.

כ’װאָלט װעלן פֿילן גאָלד פֿון זונען־שטראַלן,
ווען עמעץ אַנדערש באָדט אין ים זײַן בליק.
און פּילן, ווען אויף אַקסלען װײַטע כוואַליעס פֿאַלן…
נאָר גליקלעך זײַן איז שווער מיט יענעמס גליק.

ס’האָט אין מײַן חלום הײַנט געלאַכט אַ גלעקל

ס’האָט אין מײַן חלום הײַנט געלאַכט א גלעקל,
אַזאַ װי דאַן, ווען גרײַזן מעקט אַ מעקער,
ווען ס’איז אַ „פֿינף‟ פֿון גליק די גרעסטע מאָס,
ווען שטענדיק קריגט אַן ענטפֿער דײַן פֿאַרװאָס.

דאָס קלינגען האָט מיך אָבער הײַנט דערשראָקן:
װאָס זאָל איך טאָן, אויב ס’קלינגט אויף אַ הפֿסקה?
אויף אַ הפֿסקה! ס’טוט מיר זייער באַנג,
כ’וויל, אויף אַ לימוד רופֿן זאָל זײַן קלאַנג.

אין יענער שול, אין יענעם װײַטן קלאַס,
אין יענעם ליקל, װוּ ס’איז איצט אַ גאַס,
אויף יענער שול-באַנק, װאָס כ’האָב פֿאַרגעדענקט,
אויף יענעם אָרט, װוּ זײַן װעט איצט מיר ענג.

װוּ שטיין בײַם טאָװל װעט אַ גאַנצע שעה
מײַן לערער, וועלכער איז שוין לאַנג ניטאָ,
װוּ אַלע קינדער װעלן װידער זײַן
מיט אויגן זשעדנע-זוכנדיקע שײַן,
געפֿאַלענע דערנאָך אין וועג, אין שלאַכט.

אַ גלעקל אין מײַן חלום האָט געלאַכט.

מיט יעדן יאָר

דו זאָגסט: מיט יעדן יאָר ווערט שווערער מאָלן מיך…
און איך ווייס מער, ווען כ’קוק אויף די געמעלן.
איך האָב דאָך ליב די שפּיל פֿון שאָטן און פֿון ליכט,
אויב ס’לעשן אויס דעם שאָטן פֿאַרבן הייסע, העלע,
אויב נאָר דער שאָטן מישט זיך אויס מיט ליכט.
מיט יעדן יאָר װערט שװערער מאָלן מיך…

ס’איז גאַר קיין חידוש ניט, װאָס ס’איז געשען אַזוי.
איך בין שוין לאַנג אין וועג (אין שענסטן פֿון די וועגן),
פֿון שטויב זײַנען די האָר בײַ מיר געװאָרן גרוי,
די אויגן צוגעזשמורעט פֿון דער זון און רעגן,
נאָר סײַ־װי־סײַ עס שטראָמט אין זײ די ליכט,
און סײַ־װי־סײַ װערט שװערער מאָלן מיך.

איך קערעווע זיך אויס. אַ װײַלע כ’קוק צוריק,
איך קוק זיך אום אויף אַלץ, װאָס כ’האָב אין וועג פֿאַרלאָרן:
אַ מיידלש דינעם שטאַלט, א מיידלש יונגן בליק,
דאָס אַלץ, װאָס הייסט בײַ מענטשן פּשוט: יונגע יאָרן.
די יוגנט איז, װי זייער העלע ליכט,
דעריבער װערט איצט שװערער מאָלן מיך.

נאָר ווען מלאָכים גוטע, וווילע זאָגן מיר אַצינד:
— אויב ס’טוט דיר עפּעס באַנג — מע קען עס דיר פֿאַרבײַטן,
ס’קען אַלע דײַנע יאָרן אָפּטראָגן דער ווינט,
און זי פֿאַרוואַרפֿן ערגעץ אין די װײַטסטע װײַטן,
און ברענגען דיר פֿון יוגנט העלע ליכט,
װעט דעמלאָט ווידער גרינג זײַן מאָלן דיך,

נאָר דו גיב אָפּ דערפֿאַר צוריק די גאַנצע גאָב,
װאָס האָסט מיט וויי און גליק געזאַמלט אויף די וועגן, —
כ’װאָלט אַ געשריי געטאָן: — איך וויל ניט, לאָזט מיך אָפּ!
איך קען ניט אָפּגעבן מײַן וווּנדערלעך פֿאַרמעגן,
װײַל אויסגעוועבט איז עס פֿון העלסטער ליכט
און אָפּרײַסן איך קען עס ניט פֿון זיך.

פֿון העלסטער ליכט דען בלויז? געווען איז כמאַרעס קאַרג?
צי װײניק קלעפּ געכאַפּט כ’האָב פֿונעם װוינט און רעגן?
דער וועג איז שווער דורך שמאָלע שטעגן אויף אַ באַרג,
נאָר כ’דאַרף זיי האָבן, אָט די אַלע מײַנע וועגן…
אין מײַן פֿאַרמעג זיך מישט מיט שאַטן ליכט,
און אומעטום איך טראָג עס אום מיט זיך.

דו זאָגסט: מיט יעדן יאָר איז שווערער מאָלן מיך,
און איך ווייס מערער נאָך, ווען כ’קוק אויף די געמעלן.
כ’האָב זייער ליב די שפּיל פֿון שאָטן און פֿון ליכט,
אויב ס’לעשן אויס דעם שאָטן פֿאַרבן הייסע, העלע,
אויב נאָר דער שאָטן מישט זיך אויס מיט ליכט.
מיט יעדן יאָר װערט שװערער מאָלן מיך.

Leave a comment