אַ ניט־באַמערקטע יוביליי־דאַטע
אויפֿן פֿאַרגאַנגענעם ערשטן אַפּריל איז אויסגעפֿאַלן אַ דאַטע, וואָס איז, צום באַדויערן, פֿאַרבליבן נישט באַמערקט אין די דלתּ אַמות פֿון ייִדישע פֿאָרשערס, שרײַבערס, ליבהאָבערס. כ׳מיין, דעם 120סטן געבוירן־טאָג פֿון דעם ייִדישן שרײַבער, לעקסיקאָגראַף און, דער עיקר, גרויסן קעמפֿער פֿאַר ייִדיש־ווערדע אין מדינת־ישׂראל מרדכי צאַנין.
איך האָב פֿאַרכאַפּט בלויז זעקס יאָר פֿון צאַנינס „ממשלה‟ אין „לייוויק־הויז‟, דעם צענטער פֿון ייִדישע שרײַבערס און זשורנאַליסטן אין ישׂראל, כ׳וואַלט געזאָגט דעם אונטערגאַנגען פֿון אָט דער אינסטיטוציע. אין מײַן ראָמאַן „מיט אַ שליחות קיין מאָסקווע‟ האָב איך געמאַכט אַ פּרוּוו צו דערציילן אויף אַ מאָזאַיִשן אופֿן וועגן דעם הײַפֿל שטאַמגעסט, די פֿרײַטיק־אַרײַנקומער זיך צו דערוואַרעמען מיטן ייִדישן וואָרט, כאָטש עטלעכע שעה אין דער וואָך.
ווײַטער לייג איך פֿאָר עטלעכע אויסצוגן פֿון מײַן ראָמאַן, וווּ עס גייט די רייד וועגן „לייוויק־הויז‟ און זײַן באַלעבאָס, מרדכי צאַנין:
פֿון דרויסן האָט „לייוויק־הויז‟ זיך אויסגעטיילט פֿון די אַנדערע בנינים אויף דער תּל־אָבֿיבֿער גאַס מיט זײַן עקסטראַוואַגאַנטן פֿאַסאַד — אַ וואַנט, וואָס האָט, אַפּנים, געזאָלט אויסזען ווי אַ קינסטלערישער פּאַנאָ, צונויפֿגעשטוקעוועט פֿון קוואַדראַטע בעטאָן־פּליטעס און דורכגעהאַקטע מיזרחישע אָוואַל־פֿענצטערלעך, — האָט פֿאַרשטעלט מיט זיך די מיטלדיקע דרײַ גאָרנס. די גאַנצע וואָך איז דער בנין געשטאַנען פֿאַרשלאָסן, אָבער יעדן פֿרײַטיק, ווי אין אַ טעמפּל ערבֿ שבת, פֿלעגן זיך אַהער צונויפֿקומען אַ פּאָר מנינים אַלטע ייִדישע שרײַבערס, אויסצוטאָן פֿון זיך דעם טאָג־טעגלעכן העבעריִשן האַוועניש, און זיך אַרײַנוואָרפֿן אינעם אָפּפֿרישנדיקן ים פֿון זייערע ייִדישע דערמאָנונגען. צומאָל האָט זיך אַהער אויך אַרײַנגעכאַפּט אַ זעלטענער גאַסט פֿון אויסלאַנד, דורשטיק נאָך אַ שלונג ייִדיש.
די שטאַמגעסט פֿון „לייוויק־הויז‟ זײַנען כּמעט אַלע אַרויסגעקומען פֿון יענער צײַט, וואָס האָט זיך מיט שוואַרצער פֿאַרב אײַנגעגעסן אין די שורות פֿון די נאָטיצן און אַרטיקלען, אָפּגעדרוקט אין דער פֿאַר־מלחמהדיקער ייִדישער פּרעסע. זיי, דעמאָלט צעכראַסטעטע חבֿרה מיט צעשויבערטע געדאַנקען, האָבן די אַרטיקלען זשעדנע געלייענט און היציק באַהאַנדלט…
איצט, אין די פֿרײַטיקן האָבן די אַלטע שרײַבערס, יעדער אויף זײַן אייגענעם אופֿן, אַרײַנגעאָטעמט אין די אַמאָליקער טרוקענע תּמציתדיקע פֿאָרמולן פֿון זייער יוגנט אַ נשמה־בענקשאַפֿט. אָט די בענקשאַפֿט נאָך זייער פֿאַרברענטן נעכטן האָבן זיי געלאָזט אויף די זײַטלעך פֿון זייערע ביכער; אייגנטלעך, די דאָזיקע בענקשאַפֿט נאָכן נעכטן האָט פֿון זיי גראָד אין ישׂראל געמאַכט ייִדישע שרײַבערס. זיי זײַנען פֿאַרמישפּט געוואָרן צו לעבן מיטן נעכטן…
אינעם געראַמען אויפֿנעם־צימער בײַם ברייטן לאַנגן טיש האָט יעדער שטאַמגאַסט געהאַט זײַן אָרט, נישט אָפּגעקויפֿט און נישט רעזערווירט עס, נאָר באַשטימט געוואָרן לויט אַ לאַנג־יאָריקער שטילער הסכּמה פֿון די איבעריקע פּען־ברידער. און אויב דער באַזיצער פֿונעם אָרט האָט צוליב אַ סיבֿה אויסגעפֿעלט אָדער, חלילה, זיך געפֿעלט, פֿלעגט דאָס אָרט בלײַבן ליידיק, סײַדן אַ גאַסט אויף אַ פֿרײַטיק, נישט וויסנדיק דערפֿון, פֿלעגט זיך אויף דעם בענקל צוזעצן.
דעם אויבנאָן בײַם טיש האָט פֿאַרנומען זײַן בכּבֿודיק אָרט דער פּרעזידענט פֿונעם פֿאַראיין מדרכי צאַנין. נאָך אַ שטאַרקער זקן מיט אַ ברייטער ברוסט און אַקסלען און מיט אַ קאָפּ פֿון אַ לייב, וואָס זײַן גרויע גריווע האָט שוין לאַנג פֿאַרלוירן איר געדיכטקייט און גלאַנץ, האָט זיך נאָך אין זײַן האַלטונג געפֿילט דער כּוח פֿון אַ קעמפֿער. זאָל זײַן, אַז צאַנין איז נישט געוואָרן די פֿאָן פֿון ייִדיש אין ישׂראל, אָבער אַ פֿאָנענטרעגער איז ער בלי־ספֿק געווען. ער האָט טאַקע נישט געוווּנען דעם קאַמף מיט די העברעער, אָבער אים אויך נישט פֿאַרשפּילט, און „לייוויק־הויז‟ איז געבליבן דער לעצטער כּותל־מערבֿי — פֿאַר אים און פֿאַרן פֿאַרבליבענעם שבֿט ייִדישע שרײַבערס און זשורנאַליסטן. ער פֿלעגט דערציילן פֿאַרכאַפּנדיק מיט אַ ברען, און יעדער בײַם טיש האָט אים געהערט פֿאַרכאַפּטערהייט, הגם עס פֿלעגט זיך טרעפֿן, אַז די זעלבע מעשׂה האָט צאַנין שוין פֿריִער געהאַט דערציילט. צוריק געשמועסט, חזרט זיך אַ שרײַבער קיין מאָל נישט איבער, בפֿרט בעל־פּה; דווקא די נײַע פּרטים מאַכן די זעלבע מעשׂה גאָר אַנדערש.
צוויי אַנדערע מיטגלידער פֿון דער פֿאַרוואַלטונג־טרויקע זײַנען געזעסן איינער אַנטקעגן דעם אַנדערן פֿון דער רעכטער און לינקער זײַט טיש. מעגלעך, אַז זיי וואָלטן געקאָנט זיך בײַטן מיט זייערע ערטער, מחמת דאָס לעצטע וואָרט בײַם אָננעמען אַ באַשלוס האָט סײַ־ווי געהאַט דער פּרעזידענט. פֿון דער רעכטער זײַט איז געזעסן דוד שטאָקפֿיש, דער רעדאַקטאָר פֿון דער פּועלי־ציוניסטישער צײַטונג „ישׂראל־שטימע‟, און פֿון דער לינקער — יצחק בראַט, דער רעדאַקטאָר פֿון דער צײַטונג „לעצטע נײַעס‟, וואָס צאַנין האָט זי געגרינדעט און לאַנגע יאָרן אַרויסגעלאָזט.
יעדן פֿרײַטיק אין דער פֿרי האָט די פֿאַרוואַלטונג־טרויקע זיך אויסגעזעצט בײַם טיש אַנטקעגן דער סעקרעטאַרשע, כּדי אַרומצורעדן די לויפֿנדיקע פֿראַגעס פֿון דער וואָך. זי האָט געפֿירט דעם פּראָטאָקאָל, פּרוּוונדיק צומאָל צוגעבן דעם שמועס אַ פּראַקטישן זין. בײַ אַזעלכע בליץ־זיצונגען פֿלעגן אויך באַשטימט ווערן די נעמען פֿון די פֿאָלגנדיקע פּרעמיע־געווינערס. שטאָקפֿיש האָט איידל אַרײַנגערעדט אין צאַנינס רעכטן אויער זײַן דעה, און בראַט בייזלעך זײַן קאַפּויערדיקע דעה — אינעם לינקן אויער. די סעקרעטאַרשע, פֿון איר זײַט, האָט זיך געריסן אויך אַרײַנשטעלן אַ וואָרט און נאָר צאַנין איז סטאַטעטשנע געזעסן אין מיטן דעם פּילפּול, אָנגעשטעלט די אויגן אין דער שרײַבמאַשינקע, ביז אין אַ מאָמענט, ווען ער פֿלעגט פֿעסט אַראָפּלאָזן זײַן ברייטע דלאָניע אויפֿן טיש און אַרויסברענגען שטיל און קאַלט זײַן דעה — די לעצטע און ענדגילטיקע, ווי אַ פּסק־דין…
דאָס לעצטע מאָל האָב איך געזען צאַנינען אויפֿן יובֿל, לכּבֿוד זײַן 100סטן געבוירן־טאָג. כ׳בין געקומען צו פֿליִען פֿון ניו־יאָרק ספּעציעל צו אָט דער דאַטע מיט אַ באַגריסונג אין נאָמען פֿון דער צײַטונג „פֿאָרווערטס‟.
אַפּריל 26, 2026, דירפֿילד־ביטש, פֿלאָרידע