דער פֿינפֿיאָר־פּלאַן

עמיל קאַלין

דאָס זעקסטע קאַפּיטל

4

די צײַט האָט אַ מיאוסע טבֿע — זי שטייט נישט אויף איין אָרט. טעג און וואָכן זענען אַוועק, דער פֿרילינג האָט געבאַלעבאַטעוועט איבער די שטויביקע גאַסן פֿון דער שטאָט. דער ווינט האָט צעטראָגן דעם שטאַרקן בליִונג-פּאַרפֿום פֿון דעם „טשישמידזשיִו‟־פּאַרק און אים פֿאַרשפּרייט איבער דער גאַס „דער זעקסטער מערץ‟. די נאַטור האָט געטאָן אירס און אַרויסגעשטעלט אַ פֿײַג פּוּיקעלעס קאַלעמוטנער שטימונג.

דער היץ-פּעריאָד איז געווען אין סאַמע ברען, ווי אַ בת-קול וואָלט פֿאַרלאַנגט פֿון אַלץ און אַלעמען: „מערט זיך‟. די לופֿט האָט וויברירט מיט לוסט: פֿייגל האָבן געבויט בײַצײַטנס נעסט, געלייגט אייער, געשפּײַזט די ציטערנדיקע עופֿעלעך אין די שנאָבלען. קעץ זענען געוואָרן אומרויִק, גענומען מיאַוקען הויך און הייזעריקלעך דורך די נעכט, געוואַרט אומגעדולדיק, אַז אַ קאָטער זאָל זיי טאָן זייער רעכט, הינטעכעס זענען אַרומגעגאַנגען מיט אָנגעשוואָלענע בײַכער.

בײַ פֿרוי פֿישער האָט דערווײַל נישט אַרויסגעשטאַרצט קיין בויך. זי האָט ווײַטער געאַרבעט אין פֿאַבריק, סאָרטירט קנעפּלעך מיט אַ ברען, ווי איר לעבן וואָלט דערפֿון אָפּגעהאָנגען. זאָרעס, אַז די קעלט האָט נאָך געצופּט די הויט, איז זי שוין געשטאַנען אויף אירע דעמבענע פֿיס אין די רייען נאָך ברויט, אייער אָדער מילך, אויסגעהאַלטן אַלץ מיט גבֿורה, געקריצט מיט די ציין און נישט אַרויסגעלאָזט קיין קרעכץ אָדער קיין קרום וואָרט. זי האָט זיך אָפּגעשוירן פּראָלעטאַריש-קורץ, אָן חן. בעתן רעדן האָט זי האַלב געשריגן. קיין ווײַבעריש צאַרטקייט האָט זיך נישט אַרײַנגעגנבֿעט אין איר רעדן. פֿון זיך אויספּוצן אָדער טראָגן עטוואָס שענערע מלבושים האָט נישט געקאָנט זײַן קיין רייד. אַז נישט דער ריזיקער בוזעם וואָלט מען געקאָנט מיינען, אַז זי איז אַ מאַנסביל מיט גלאַטע באַקן.

אויכעט בײַ פּוּיקעלען איז דער שטייגער געגאַנגען לכאורה אומגעשטערט — דאָס, וואָס עס איז געווען, וועט אויך זײַן ווײַטער. זינט דער איבערראַשנדיקער ידיעה, אין יענעם אָוונט לעבן דעם „באַראַשעום‟־טעאַטער האָט פֿרוי פֿישער נישט דערמאָנט איר טראָגן מיט קיין וואָרט, ווי קיינמאָל גאָרנישט; און פֿון דער צווייטער זײַט, האָט זי נישט געבראַכט פּוּיקעלען די בשׂורה, אַז דער פּעריאָד איז צוריק אָדער די גאַנצע זאַך איז געווען אַ פֿאַלשע דיאַגנאָזע פֿון דעם דאָקטער.

אין די אָוונטן פֿלעג פּוּיקעלע אָפּזיצן מיט סעם לעבן דעם ראַדיאָ-אַפּאַראַט און כּלומרשט זיך צוהערן צו די נײַעס. אַן אַנדער פֿאַרווײַלונג האָבן זיי נישט געהאַט. פּוּיקעלע האָט געהאַט דאָס געפֿיל, אַז ער האָט וואַטע אין די אויערן. עפּעס אין אים האָט אָפּגעשטויסן די באַסאָווע שטים, וואָס האָט זיך געטראָגן פֿון דעם מכשיר. פּוּיקעלע איז נישט געווען קאַפּאַבל צו באַנעמען וועגן וואָס עס גייט די רייד. די ווערטער זענען ווי געפֿלויגן אין דער לופֿטן, ווי קליינע פֿייגלעך, וואָס לאָזן זיך נישט כאַפּן.

אַ קול האָט גערעדט אין אים, איבערחזרנדיק כּסדר די אייגענע רייד: חכם איינער! וואָס האָסטו געהאַט צו יענער פֿרוי? איר האָט דען וועגן וואָס צו רעדן צווישן זיך? האָסט געדאַרפֿט די אַווענטורע ווי אַ לאָך אין קאָפּ! אָבער איצט איז צו שפּעט… ס’ליגט שוין נישט אין דײַנע הענט. זי טראָגט דײַן קינד און נישט דו. וועסט זײַן אַ טאַטע! אַ שפּאַס בנאמנות. ווי וועסטו אַרומלויפֿן נאָכן קינד אין פּאַרק? וואָס פֿאַר אַ טאַטע וועט ער האָבן? אַ קריפּל, אַ קאַליקע, אַ האָרבאַטש, וואָס שלעפּט אַ פֿיסל. אוי, די אַנדערע קינדער וועלן אים מאַכן דעם טויט, קוילן אָן אַ מעסער, ווי זיי האָבן דיר אָפּגעשינדט די הויט לעבעדיקערהייט אין די קינדער־יאָרן און אפֿשר נאָך ערגער. ס’שטייט ערגעץ: ווויל איז יענעם, וואָס איז נישט געבוירן געוואָרן! ס’איז נישט קיין ליגן. גאָר נישט קיין ליגן. אַזאַ וועלטעלע.

פּוּיקעלע האָט געוואָרפֿן אַ בליק אויף סעמען. סעם איז געזעסן אומבאַוועגלעך פֿאַרן ראַדיאָ־אַפּאַראַט און האָט געהאַלטן דעם קאָפּ מיט ביידע הענט, ווי ער וואָלט געוואַרט אויף אַ סיגנאַל, וואָס נאָר ער אַליין קאָן דעשיפֿרירן. פּוּיקעלע איז מקנא געווען סעמס פֿעסטן כאַראַקטער. ער איז געווען ווי אַן אַלטער בוים, וואָס קלאַמערט זיך אײַן טיף אין באָדן מיטן וואָרצל און קיין שום שטורעם איז נישט בכּוח אים אַרויסרײַסן. ס’האָט געקאָכט אין סעם מיט וועלט-פּאָליטיק. פּוּיקעלע האָט געוווּסט, אַז ער שפּיצט אָן די אויערן אויסצוהערן יעדן ברעקל נײַעס וועגן ישׂראל אָדער אַמעריקע, ווי פֿאַלש און ליגנעריש זאָל עס נישט זײַן. ביידע מענער האָבן זיך נישט אײַנגערעדט, אַז די דערמאָנטע פֿאַקטן האָבן נישט קיין שום שײַכות מיט די רעאַלע געשעענישן. זיי האָבן אָנגענומען אָן טענות דאָס, וואָס די נײַעס זענען בפֿירוש אַ בילבול, הוילע פּראָפּאַגאַנדע און דאָך האָבן זיי זיך צוגעהערט צו דער פּראָגראַם מיט איבערגעגעבנקייט און זיך געפֿרייט בלויז מיטן דערמאָנען דאָס וואָרט „ישׂראל‟.

„מ’זאָגט גאָרנישט פֿון ישׂראל‟, — האָט פּוּיקעלע באַמערקט, אַבי איבעררײַסן די שטילקייט. על-פּי יושר, האָט פּוּיקעלע געטראַכט צו זיך, וואָלט ער געדאַרפֿט שוין לאָזן סעמען וויסן וועגן די סאַמע וויכטיקסטע נײַעס: ער האָט זיך גוט באַנאַרישט אויף דער עלטער. ער וועט אין אַ פּאָר חדשים אַרום ווערן אַ טאַטע. ערשטנס, ווײַל סעם איז אַ שטיקל משפּחה, דער איינציקער קרובֿ, וואָס איז אים איבערגעבליבן, און צווייטנס, וועט ער מוזן זיך באַלד פֿאַרשרײַבן אין פּרימעריע מיט דער פֿרוי פֿישער ווי מאַן-און-ווײַב און אפֿשר זיך אַריבערציִען צו איר אָדער פֿאַרקערט — זי צו אים? אַזוי אָדער אַנדערש, וועט מען מוזן בײַטן די וווינונג. און סעם? דערווײַל לאָזט דער וווינונגאַמט אַלעמען צו רו, קיין שום באַאַמטער קומט נישט צו גאַסט צו זען, צי מ’קאָן צו אים אַרײַנרוקן נאָך אַ לאָקאַטאַר. איצט איז שאַ-שטיל, אָבער קיינער זאָגט אים נישט צו, אַז אַזוי וועט זײַן אויכעט ווײַטער.

„יאָ, גאָרנישט געזאָגט‟, — האָט סעם אָפּגעענטפֿערט, ווי אַן עכאָ. ס’האָט טאַקע געקאָכט אין אים, אָבער נישט מיט וועלט-פּאָליטיק, ווי פּוּיקעלע האָט משער געווען נאָר מיט גאָר עפּעס אַנדערש. פֿאַראַכטאָגן זונטיק, איז קלאַריס, די אַקטריסע, וואָס שפּילט די ראָלע פֿון מאַשע, קאָפּלס געליבטע און זײַן רעכטע האַנט אין דער אונטערערדישער אויפֿשטאַנד-באַוועגונג; זי שמוגלט אַרײַן זייער קונציק אין געטאָ גראַנאַטן און אויפֿרײַס־שטאָף, איז געוואָרן קראַנק אויפֿן מאָגן. זונטיק איז די קראַנקן-ליסטע תּמיד געווען פֿול און קיינער, אַ חוץ דעם רעזשיסאָר, האָט זיך נישט איבערגענומען דערפֿון. געוויינטלעך, האָט זיך ישׂראל מאַרקאָוויטשן אײַנגעגעבן צו ניצן אַקטיאָרן פֿון די „רעזערוו-כּוחות‟, אָבער דאָס מאָל האָט זיך קיינער נישט אָפּגערופֿן; דעריבער האָט ער געמוזט צוקומען צום ווײַב.

בעלאַ מאַרקאָוויטש האָט בלית-ברירה אָנגעטאָן אַ בלוי העמד און גענומען לייענען מאַשעס שורות. אין יענער סצענע איז מאַשע געזעסן אין דעם פּראָלעטאַרישן טריבונאַל און סעם, חיים רײַך, איז געשטאַנען פֿאַר דעם פּראָלעטאַרישן געריכט. די באַשולדיקונגען פֿון דעם פּראָקוראָר זענען געווען שווערע, שוידערלעכע: שפּיאָנאַזש, פֿאַרראַט, מיטאַרבעט מיטן שׂונא, כּדי צו ראַטעווען זיך אַליין. חיים רײַך האָט זיך הייליק געשוווירן, אַז ער איז אומשולדיק. אַלע באַשולדיקונגען זענען פֿאַלש, אַ בילבול פֿון זײַנע שׂונאים. ער האָט געגעבן דעם געריכט זײַן ערן-וואָרט, אַז פֿון הײַנט אָן וועט ער מאַכן תּשובֿה, באַקעמפֿן דעם שׂונא ביזן לעצטן אָטעם. אַלע חבֿרים פֿון דעם טריבונאַל האָבן גוט געוווּסט, אַז ער שיט מיט שקרים, אָבער קיינער האָט נישט געהאַט קיין האַרץ צו פֿאַרגיסן ייִדיש בלוט. שפּעטער, אין אַן אַנדער סצענע וועט סעם פֿאַלן, אַ געטראָפֿענעם פֿון אַ דײַטשישן קויל, מיט אַ שמייכל אויף די ליפּן.

בעתן שטיין פֿאַרן טריבונאַל האָט סעם נישט געקאָנט פּועלן בײַ זיך אָפּרײַסן דעם בליק פֿון דער נײַער מאַשע. זי איז געווען אַ חנעוודיקע, נישט קיין שיינהייט און דאָך, עפּעס האָט געשטעקט אין איר; עפּעס, וואָס ער האָט נישט געקאָנט באַנעמען און וואָס האָט אים מסוכּן צוגעצויגן, דערוועקט אין אים פֿאַרשלאָפֿענע באַגערן און שרעקן אין דער זעלבער צײַט. ער האָט זיך פֿאַרפּלאָנטערט מיט די אייגענע רייד, פֿאַרגעסן האַלבע זאַצן, ווי אַן אייבערשטער כּוח וואָלט איבערגענומען די שליטה איבער אים און דער שׂכל-הישר, די אייגענע געדאַנקען זענען געוואָרן נישט מער ווי אַ שאָלעכץ פֿון אַן אויסגעבלאָזן איי. די רעפּעטיציע איז געוואָרן פֿאַר אַלעמען אַן אָפּקומעניש. סעם איז געווען אָפּהענטיק, זיך געשעמט. ער האָט שטיל אַ תּפֿילה געטאָן, אַז דער רעפּעטיציע זאָל שוין נעמען אַן עק.

נאָך דער רעפּעטיציע איז ער צוגעגאַנגען צו קאָפּל-פּוּיקעלע הינטער די קוליסן און געטאָן אַ פֿרעג שטילערהייט: „זאָג קאָפּל! ווער איז דײַן נײַע מאַשע?‟

פּוּיקעלעס פּנים האָט אויסגעזען פֿאַרכמורעט, אָבער דערהערנדיק די קשיא, איז ער תּיכּף לעבעדיק געוואָרן. ער האָט זיך קינדיש צעלאַכט און געגעבן סעמען אַ שטויס מיטן עלנבויגן אין די ריפּן:

„האַ! כ’האָב אויגן! איך האָב געזען, אַז דו האָסט זיך אַ ביסל פֿאַרלוירן, געפּלאָנטערט מיט דער צונג. נו, ס׳איז גאַנץ נאָרמאַל. ביסט אַ מאַנסביל נאָך אַלעמען. אַ פֿײַנע נקבֿה! נאָר זי איז אַן אשת-איש, דו, אַלטער צאַפּ! זי איז ישׂראלס ווײַב.‟

סעם האָט זיך געבייזערט:

„וואָס האַקסטו דאָרט? איך האָב גאָרנישט צו איר. איך האָב געפֿרעגט גלאַט אַזוי. זאָלן ישׂראל און זײַן ווײַב געזונט זײַן. איך מיש מיך נישט אַרײַן אין יענעמס לעבן.‟

אָבער פֿון יענער רעפּעטיציע אָן האָט בעלאַ נישט געוואָלט בשום-אופֿן אַרויסקריכן פֿון זײַן קאָפּ. סעם האָט זיך אַליין געמוסרט: ביסט אַ ייִנגעלע, בנאמנות! ס׳איז נישט קיין וויץ. ס׳אַן ערנסטע זאַך. וואָס טשעפּעסטו זיך צו יענעמס אישה? דאָס איז, דאָך, פֿון די גרעסטע זינד. לויטן דין, אַז מע זינדיקט דערמיט, איז מען חייבֿ־מיתה, אַ טויט-שטראָף. שפּיל זיך נישט אַרום מיט פֿײַער אויך נישט אין די מחשבֿות, ווײַל דער סוף וועט זײַן אַ מיאוסער.

דאָס זאָגן מוסר זיך אַליין האָט ווייניק געהאָלפֿן. סעם איז געוואָרן באַשײַמפּערלעך קראַנק, און בעלאַ איז געווען די איינציקע רפֿואה. קוים, קוים וואָס ער האָט געזשיפּעט. יעדע קלייניקייט האָט אים אָדער אַרויסגעבראַכט פֿון די כּלים אָדער אַרײַנגעוואָרפֿן אין פֿאַרצווייפֿלונג. די כּוחות האָבן נישט געסטײַעט. ער איז געזעסן אין ביוראָ און זײַן קאָפּ איז געווען ערגעץ אַנדערש. דאָס איינציקע וואָס ער האָט געוואָלט, אַז דער טאָג זאָל אַריבער וואָס גיכער און דער טאָג פֿון דער רעפּעטיציע זאָל שוין קומען. אפֿשר וועט געשען אַ נס און בעלאַ וועט ווידער דערשײַנען.

המשך קומט

Leave a comment