יעווגעני קיסין
4
— די אונגערן האָבן אײַך ליב, — האָט מען אַ מאָל געזאָגט מישען אינעם „גאָסקאָנצערט‟.
יאָ, נישט בלױז דער אונגערישער עולם, נאָר אױך אינעם „אינטערקאָנצערט‟ האָט מען זײער ליב באַקומען מישען און פֿלעגט אים רעגולער פֿאַרבעטן, אָפֿטער, װי אין אַ װאָסער–ניט–איז אַנדער לאַנד — סײַ מיט סאָלאָ–קאָנצערטן, סײַ מיטן אָרקעסטער, סײַ מיטן טריִאָ. נישט אומזיסט האָט פּעטער פֿון די אַלע יונגע סאָװעטישע פּיאַניסטן אױסגעקליבן דװקא מישען פֿאַר זײַן טריִאָ–פּראָיעקט. די אָנפֿירונג פֿונעם „גאָסקאָנצערט‟ האָט, אַפּנים, גאָרנישט ניט געהאַט קעגן דעם, אַזױ אַז יעדעס מאָל האָט מישע זיך אומגעקערט קײן אונגערן װי צו זיך אַהײם, צו זײַנע פֿרײַנד. דערצו נאָך האָבן מישע און קאַטיע ממשיך געװען זיך באַגעגענען און חבֿרן זיך מיט יודיטן, זי פֿלעגט זײ פֿאַרבעטן אין פֿאַרשײדענע טעאַטערס און באַקענען מיט אײניקע באַרימטע אַקטיאָרן, װאָס האָט געמאַכט מישען און באַזונדערס קאַטיע ממש גליקלעך.
אין אָקטאָבער 1976 זײַנען מישען װידער פֿאָרגעשטאַנען גאַסטראָלן מיט זײַן „אינטערנאַציאָנאַלער טריִאָ‟ איבער מיזרח–אײראָפּע. דאָס מאָל האָבן זײ באַשלאָסן שפּילן מענדעלסאָנס און בראַמס׳ ערשטע טריִאָס. מענדעלסאָנס טריִאָ האָט מישע ביז אַהער קײן מאָל נישט געהאַט געשפּילט, און אַצינד, װאָס מער ער האָט געאַרבעט איבער אים, אַלץ מער האָט ער זיך פֿאַרליבט אין דער דאָזיקער מוזיק. שפּילנדיק דעם אָנהייב פֿון דעם לירישן צװײטן טײל, פֿלעגט אין אים די מעלאָדיע קלינגען מיט ווערטער: „תּמיד ביסט מיט מיר, קאַטיושע, מײַן ליבע, און אױף אײביק װעסטו בלײַבן מיט מיר!‟ — און אינעם מינאָרן מיטלסטן עפּיזאָד האָט ער געטראַכט װעגן די ביטערע צײַטן, דורך װעלכע עס איז זײ אױסגעקומען דורכצוגײן. אַ מאָל, װען קאַטיע האָט זיך אומגעקערט אַהײם פֿון דער אַרבעט, האָט מישע איר אָפּגעשפּילט און אָפּגעזונגען מיט זײַנע װערטער דעם אָנהײב אױף אַ קול. געוואָרן גערירט, האָט זי אים אַרומגענומען און פֿעסט צוגעדריקט צו זיך.
װאָס שײך בראַמס׳ טריִאָ, האָט מישע בשעתּו אים געשפּילט אין דער קאָנסערװאַטאָריע בײַ מיכאַיִל אַלעקסאַנדראָװיטשן, אַזױ אַז אָט דאָס װערק איז אים געװען גוט באַקאַנט. מער פֿון אַלץ האָט מישען אינעם דאָזיקן טריִאָ אױפֿגערעגט זײַן לעצטער טײל, און איצט, פֿאַרשטײענדיק מיטן שׂכל, אַז דאָס האָט בשום–אופֿן נישט געקאָנט זײַן בראַמס׳ פֿאַרטראַכט, האָט ער דערהערט אין זײַן צװײטער טעמע עפּעס אַ רײן רוסישע בראַװקײט. מישע האָט באַשלאָסן — פֿאַרהיטנדיק די מאָס, פֿאַרשטײט זיך, — צו װײַזן זי בולטער אין דער רעפּריזע, בפֿרט דורכן שפּילן דעם ערשטן טאַקט פֿון דער טעמע אַ ביסל לאַנגזאַמער.
צו יענער צײַט האָט זיך פֿאַרענדיקט דער יאָריקער טערמין פֿון מישעס כאַראַקטעריסטיק, וואָס האָט אים דערמעגלעכט אַרױסצופֿאָרן אין אױסלאַנד. דעמאָלט איז ער שױן געװען אַ סאָליסט פֿון דער מאָסקװער פֿילהאַרמאָניע, און גראָד דאָרטן פֿלעגט ער באַקומען אַזעלכע כאַראַקטעריסטיקעס. אַרױסגעבן דעם דאָזיקן דאָקומענט פֿלעגט מען אינעם אַזױ גערופֿענעם ערשטן אָפּטײל בײַם „קאַ–גע–בע‟. און אָט איז מישע אַרײַנגעגאַנגען אינעם שױן באַקאַנטן קאַבינעט, װוּ בײַם טיש איז געזעסן אַ מענטש פֿון אַ פּשוטן אױסזען. ער האָט דערלאַנגט מישען די כאַראַקטעריסטיק און פּלוצעם אַ פֿרעג געטאָן:
— צי װאָלט איר געװאָלט אָנשרײַבן אַ באַריכט װעגן אײַער קומעדיקער רײַזע?
אַ שאָקירטער און דערשראָקענער, האָט מישע זיך געמאַכט פֿאַר אַ נאַרעלע:
— איר מײנט אַ שאַפֿערישן באַריכט?
— נו, און אַ שאַפֿערישן אױך, — האָט יענער געענטפֿערט.
— ע–ע–ע… װײסט איר, — האָט מישע גענומען פּלאַפּלען, — דאָס איז פֿאַר מיר אַ נײַע זאַך… אַצינד װעל איך נישט קאָנען עס טאָן…
דער קאַ–גע–בע–מאַן האָט גאָרנישט ניט געענטפֿערט. מישע איז אײַליק אַרױסגעגאַנגען און האָט אַ טראַכט געטאָן: „שױן, אַ סוף: איצט װעל איך מער נישט קאָנען זען אױסלאַנד, װי די אײגענע אױערן.‟ שפּעטער האָט ער צום ערשטן מאָל נאָך לאַנגע יאָרן זיך דערמאָנט אין אַטאָס׳ װערטער פֿון „די דרײַ מושקעטערן‟, װען ד׳אַרטאַניאַן האָט זיך אָפּגעזאָגט דינען דעם קאַרדינאַל און דערצײלט זײַנע פֿרײַנד װעגן דעם: „איר האָט געטאָן דאָס, װאָס איר האָט געמוזט טאָן, נאָר עס קאָן זײַן, אַז איר זײַט באַגאַנגען אַ פֿעלער.‟
נישט געקוקט אױף מישעס חשד, האָט מען אים אינעם „גאָסקאָנצערט‟ פֿאָרט דערלאַנגט זײַן אױסלענדישן פּאַספּאָרט און בילעט. ער האָט זיך אַרײַנגעזעצט אינעם עראָפּלאַן און איז בשלום געקומען צו פֿליִען קײן בודאַפּעשט. דאָך האָט ער פֿאַרשטאַנען, אַז װי באַלד דאָס איז געװען אַ גאַנצער טורנע פֿון קאַמער–מוזיק קאָנצערטן אין פֿאַרשײדענע לענדער, און דערצו מיט אױסלענדישע מוזיקאַנטן, האָט מען שױן נישט געקאָנט אָפּשאַפֿן מישעס באַטײליקונג אינעם לעצטן מאָמענט. דער חשד אָבער, אַז דאָס קאָנען זײַן די לעצטע גאַסטראָלן זײַנע אין אױסלאַנד, איז פֿאַרבליבן.
װלאַסטיסלאַװ איז אָנגעקומען אַן ערך אין דער זעלבער צײַט, און דער פֿרײלעכער, גוטמוטיקער לאַסלאָ אין זײַן שטענדיקער לעדערנער קורטקע, טרײַבנדיק אימפּעטיק די מאַשין איבער באַלעבטע גאַסן, האָט זײ בײדע אָפּגעפֿירט אין דער מוזיק–אַקאַדעמיע אױף אַ רעפּעטיציע מיט מיהײַען. זײ זײַנען געװען באַקאַנט שױן צװײ יאָר, אין משך פֿון דער דאָזיקער צײַט האָבן זײ געגעבן צענדליקער קאָנצערטן, פֿאַרבראַכט בסך–הכּל עטלעכע חדשים צוזאַמען, און מישע האָט געהאַט דאָס געפֿיל, אַז זײ האָבן זיך אױף אַן אמתן באַפֿרײַנדט.
— חבֿרה, — האָט ער געזאָגט, װי נאָר זײ זײַנען געבליבן אינעם צימער זאַלבע דריט, — איך מוז אײַך עפּעס דערצײלן. בסוד.
זײ האָבן זיך צונױפֿגעשלאָגן אין אַ קרײַזל, מישע האָט אַװעקגעלײגט די הענט אױף װלאַסטיסלאַװס און מיהײַס פּלײצעס און שטיל אױסגערעדט:
— מיט עטלעכע טעג צוריק האָט מען מיך געפּרוּװט פֿאַרװערבירן אין קאַ–גע–בע. נאָר איך האָב זיך אָפּגעזאָגט.
װלאַסטיסלאַװס פּנים איז געװאָרן גרױ, און ער האָט געענטפֿערט:
— מיך אױך האָט מען נאָר װאָס געפּרוּװט פֿאַרװערבירן אין אונדזער „מלוכישע–זיכערהײט דינסט‟, און איך האָב זיך אױך אָפּגעזאָגט.
— נאָר מיך — ניט, — האָט מיהײַ געמאָלדן, — קײן מאָל האָט מען מיך נישט געפּרוּװט פֿאַרװערבירן. ס׳איז אַפֿילו אַ פֿאַרדראָס: װי אַ קינד, האָב איך אַזױ געטרױמט צו װערן אַ שפּיאָן! מסתּמא, בין איך פֿאַר זײ צו מאָדנע.
די דאָזיקע װערטער האָבן אַ ביסעלע אַראָפּגענומען די שפּאַנונג, נאָר מישע האָט גערעדט װײַטער:
— פֿאַרשטײסטו, װלאַסט, בײַ אײַך איז פֿאָרט נישט אַזױ שטרענג: איר קאָנט דאָך פֿרײַ אַרומפֿאָרן אין דעם סאָצלאַגער. מיר אָבער דאַרפֿן באַקומען אַ דערלױבעניש יעדעס מאָל, און איך האָב מורא, אַז אַצינדער האָבן זיי אַ תּירוץ מיר מער נישט דערלױבן צו פֿאַרלאָזן דאָס לאַנד. אפֿשר, — האָט ער זיך געװאָנדן צו מיהײַען, — װאָלסטו געקאָנט װי–ניט–איז געבן פּעטערן צו פֿאַרשטײן, אַז אין דער צוקונפֿט קאָנען בײַ מיר אױפֿקומען פּראָבלעמען?
אין אַ צען טעג אַרום האָט מיהײַ מיטגעטײלט מישען און װלאַסטיסלאַװן:
— נאָך די גאַסטראָלן קערן מיר זיך אַלע אום קײן בודאַפּעשט: דער ׳הונגאַראָטאָן‟ װיל רעקאָרדירן אונדזער פּראָגראַם.
„הונגאַראָטאָן‟ איז געװען די אונגערישע פּלאַטע–פֿירמע. דערזען מישעס פֿרעגנדיקן בליק, האָט מיהײַ צוגעגעבן:
— זײ רײדן זיך שױן צונױף מיט אײַער „מעזשקניגאַ‟, זײַ רויִק.
„מעזשקניגאַ‟ איז געװען די סאָװעטישע אָרגאַניזאַציע, װאָס פֿלעגט זיך פֿאַרנעמען מיט די רעקאָרדירונגען פֿון סאָװעטישע מוזיקאַנטן אין אױסלאַנד. היות מישע האָט נאָך קײן מאָל נישט געהאַט צו טאָן מיט דער אינסטיטוציע, איז אָט דער נאָמען אים געװען אומבאַקאַנט.
אינעם סוף פֿונעם טורנע זײַנען זײ טאַקע װידער געקומען צו פֿליִען קײן בודאַפּעשט, װוּ מע האָט זײ געגעבן צװײ טעג צו מאַכן די רעקאָרדירונג. נישט װיסנדיק, װאָס צו דערװאַרטן װײַטער, האָט מישע געשפּילט מיט אַ באַזונדער התלהבֿות, װאָס האָט זיך איבערגעגעבן װלאַסטיסלאַװן און מיהײַען. נאָך דעם האָט מיהײַ פֿאַרבעטן מישען און װלאַסטיסלאַװן אין אַן אַלטן, שײנעם קאַפֿע, וווּ זײ האָבן געגעסן דעם דאָרטיקן אײגנאַרטיקן מאכל: זופּ מיט פֿאַסאָליעס און גערײכערט פֿלײש. דערנאָך זײַנען זײ אַרײַנגעגאַנגען אינעם זעלבן האָטעל–באַר, װי נאָך זײער סאַמע ערשטן אױפֿטריט אױף דער קאָנפֿערענץ מיט צװײ יאָר צוריק; װלאַסטיסלאַװ און מיהײַ האָבן אױסגעטרונקען צו צװײ קופֿלען Dreher, און מישע — אַ געטאָפּלטן קאַװע מיט קאָניאַק.
אַרױס פֿונעם האָטעל נאָך האַלבער נאַכט, האָבן די דרײַ יונגע–לײַט װידער שפּאַצירט אַרום בודאַפּעשט ביז קאַיאָר, זינגענדיק „ביטלזס‟ און װיסאָצקיס לידער. אין אײנעם אַ מאָמענט האָט מישע אָנגעהױבן ברומען אױף דער מוזיק פֿונעם לעצטן טײל פֿון בראַמס׳ טריִאָ: „טויט קאַ–גע–בע–לײַט! טויט קאַ–גע–בע–לײַט!‟ — װלאַסטיסלאַװ און מיהײַ זײַנען אַנטציקט געוואָרן און האָבן פֿרײלעך אונטערגעכאַפּט. בײַ מישען האָט גלײַך אױפֿגעבליצט נאָך אײן אידעע, און ער האָט גענומען זינגען הפֿקרדיק — צום גליק, איז קײנער נישט געװען דערנעבן — אױף דער צװײטער טעמע פֿון דעם טריִאָס פֿינאַל: „טויט שרצים קאַ–גע–בע–לײַט אָן רחמנות!‟. זײַנע פֿרײַנד–פּאַרטנערס האָבן זיך צעלאַכט, און מישע, אַ באַגײַסטערטער און אַ שיכּורלעכער, האָט אָנגעהױבן צוטראַכטן ענלעכע טעקסטן צו אַלע װערק, װאָס זײ האָבן געהאַט רעקאָרדירט מיט עטלעכע שעה פֿריִער. דעם אָנהײב פֿונעם צװײטן טײל פֿון מענדעלסאָנס טריִאָ האָט מישע, אַרומנעמענדיק װלאַסטיסלאַװן און מיהײַען, האַרציק–דורכדרינגלעך אָפּגעזונגען אונטערן אַקאָמפּאַנעמענט פֿון די האַרבסטיקע דונײַער כװאַליעס מיט אַזעלכע װערטער: „לאָמיר, פֿרײַנד, גײן איצטער אין סינאַגאָגע, װײַל די קאָמוניסטן זײַנען אַ דרעק!‟.
— צי גײסטו אין סינאַגאָגע? — האָט װלאַסטיסלאַװ אַ פֿרעג געטאָן.
— נײן… — האָט מישע ערלעך מודה געװען, — נאָר פֿאָרט זײַנען זײ אַ דרעק!
מיט עטלעכע חדשים שפּעטער האָט דער טריִאָ אױסגעפֿילט די דריטע פּראָגראַם אינעם סאָװעטן–פֿאַרבאַנד. דער טשינאָװניק פֿונעם „גאָסקאָנצערט‟ האָט געהאַלטן זײַן װאָרט, און מע האָט אָרגאַניזירט פֿאַר זײ פֿינף קאָנצערטן. נאָכן אױפֿטריט אין לענינגראַד, אינעם װוּנדערלעכן קלײנעם זאַל פֿון דער דאָרטיקער פֿילהאַרמאָניע, איז צו זײ צוגעגאַנגען אַ מענטש, אַ מיטל־יאָריקער און גאָר אַן אימפּאָזאַנטער. ער האָט זיך פֿאָרגעשטעלט װי אַן אַדמיניסטראַטאָר פֿונעם לענינגראַדער פֿילהאַרמאָנישן אָרקעסטער און אָנגעהױבן מאַכן אָן אַ שיעור קאָמפּלימענטן מכּוח זײער שפּילן.
— זאָגט מיר, צי װאָלט איר געװאָלט אָפּשפּילן בעטהאָװענס דרײַ–קאָנצערט מיטן לענינגראַדער פֿילהאַרמאָנישן אָרקעסטער? — האָט ער אַ פֿרעג געטאָן.
מישע און זײַנע פּאַרטנערס האָבן זיך איבערגעקוקט.
— מיר האָבן אים נאָך קײן מאָל נישט געשפּילט צוזאַמען, — האָט מישע געזאָגט, — נאָר, אַװדאי, מיט גרױס פֿאַרגעניגן!
— נו, אױסגעצײכנט! — האָט יענער אױסגערופֿן, — איך בין זיכער, אַז איר װעט אים אױספֿילן גלענצנדיק! און װיפֿל אַזײגער פֿאָרט איר אַװעק מאָרגן? אפֿשר, װאָלטן מיר געקאָנט אָפּעסן צוזאַמען פֿרישטיק און אַרומרײדן אַלע פּרטים פֿאַר אײַער אָפּפֿאָרן? צי האָט איר זיך אָפּגעשטעלט אין „יעװראָפּײסקאַיאַ‟?
מישע האָט נאָך קײן מאָל נישט געזען, אַז מע זאָל אַרײַנלאָזן אױף אַ פֿרישטיק אין „יעװראָפּײסקאַיאַ‟ עמעצן, װאָס האָט דאָרטן נישט געװױנט, נײַערט װען ער מיט װלאַסטיסלאַװן און מיהײַען זײַנען אַרײַנגעגאַנגען אינעם רעסטאָראַן צו דער באַשטימטער צײַט, איז זײער נײַער באַקאַנטער שױן געװען אױפֿן אָרט. דערזען זײ, האָט ער זיך אױפֿגעהױבן פֿון אַ טיש אױף פֿיר פּערזאָנען און זיך געלאָזט אַנטקעגן מיט אַ ברײטן שמײכל:
— אַ גוט–מאָרגן, פֿרײַנד!
װען אַלע האָבן זיך גענומען שפּײַז און זיך אַװעקגעזעצט צום טיש, האָט ער אַרומגעבליקט די דרײַ מוזיקאַנטן:
— װלאַסטיסלאַװ, מיהײַ, מיכאַיִל, — איך באַגריס אײַך נאָך אַ מאָל מיטן נעכטיקן קאָנצערט! בראַװאָ!
— אַנטשולדיקט, איך האָב פֿאַרגעסן, װי הייסט איר? — האָט מישע געפֿרעגט.
— איך בין אױך מיכאַיִל, מיכאַיִל איסאַאַקאָװיטש לעװיטין, — יענער האָט געשמײכלט נאָך ברײטער, — צי האָט איר שױן דערקלערט אײַערע פֿרײַנד, װאָס איז אַזױנס דער פֿינפֿטער פּונקט?
מישע האָט אַ קוק געטאָן אױף זײַן נאָמען–ברודער מיט פֿאַרװוּנדערונג, מחמת ס׳איז געװען ביז גאָר אומגעװײנטלעך צו זאָגן אַזעלכע זאַכן אַ פֿרעמדן מענטשן אין סאַמע אָנהייב פֿון זייער באַקאַנטשאַפֿט. מיכאַיִל איסאַאַקאָװיטש האָט אַ װוּנק געטאָן מישען און זיך געװאָנדן צו זײַנע פּאַרטנערס אױף גאָר אַ נישקשהדיק ענגליש:
— און איר קומט פֿון טשעכאָסלאָװאַקײַ און אונגערן… װוּנדערלעכע לענדער! אונדזער אָרקעסטער האָט, אַװדאי, געשפּילט אי אין פּראָג, אי אין בודאַפּעשט… װוּנדערשײנע שטעט און פֿײַנע מענטשן זײַנען דאָרטן פֿאַראַן! — ער האָט אַ זיפֿץ געטאָן און אָנגעהױבן רײדן שטילער, — און די אונדזעריקע האָבן גאָרנישט בעסערס ניט צוגעטראַכט, װי אַרײַנצופֿירן טאַנקען אַהינצו…
דאָ האָבן סײַ מישע, סײַ װלאַסטיסלאַװ מיט מיהײַען אַ קוק געטאָן אױף מיכאַיִל איסאַאַקאָװעטשן מיט דערשטױנונג.
— נו, װאָס חידושט איר זיך אַזױ? איר מײנט, אַז מיר דאָ פֿאַרשטײען גאָרנישט, אַז מיר שעמען זיך נישט פֿאַר אונדזערע אידיאָטן? — האָט יענער אױפֿגעהױבן די אױגן.
„אַ פּראָװאָקאַטאָר!‟ — האָט מישע געטראַכט, — „מע האָט אים צו אונדז בכּיװן אונטערגעשיקט!‟. אויף אַ קול האָט ער אויף רוסיש שאַרף געזאָגט:
— מיט אַזעלכע דיבורים האָט איר געטראָפֿן נישט אין אַ פּאַסיק אָרט. װאָן פֿון דאַנען!
יענער איז געפּלעפֿט געװאָרן.
— פֿאַרנעמט זיך… פֿאַרנעמט זיך פֿון דאַנען תּיכּף–ומיד! — האָט מישע אַ שרײַ געטאָן.
די מענטשן בײַ די טישן האָבן אָנגעהױבן זיך אומקוקן, און מישע האָט הילכיק דערקלערט:
— בײַ אונדז זײַנען דאָ חבֿרים פֿון טשעכאָסלאָװאַקײַ און אונגערן — און ער זאָגט זײ: „מיר שעמען זיך פֿאַר אונדזערע אידיאָטן‟ — און װײַזט מיטן קאָפּ אַרױף!
נאָך אַזעלכע װערטער האָט דער שלימזלדיקער פּראָװאָקאַטאָר זיך אײַליק אױפֿגעהױבן פֿונעם טיש און גענומען זײַן מאַנטל פֿונעם בענקל. װלאַסטיסלאַװ האָט דערפֿילט, אַז ער מוז אױך עפּעס זאָגן.
— איך האָב זיך עטלעכע יאָר געלערנט דאָ, אינעם סאָװעטן–פֿאַרבאַנד, — דאָס זײַנען געװען די סאַמע גליקלעכסטע יאָרן פֿון מײַן לעבן! — נאָר קײן מאָל אַזוינס נישט געהערט!
די לעצטע װערטער האָט ער װי נאָכגעשריגן מיכאַיִל איסאַאַקאָװיטשן.
— װער איז ער? — האָט די פֿאַרבײַגײענדיקע אָפֿיציאַנטקע אַ פֿרעג געטאָן.
— כ׳װײס נישט, — האָט מישע געענטפֿערט, — ער זאָגט, אַז ער׳ז פֿון אַ היגן אָרקעסטער…
ער האָט פֿאַרהאַלטן אױף איר זײַן בליק — צי איז דאָס נישט יענע, װאָס האָט אים אַמאָל געמוסרט פֿאַר נישט אױפֿעסן זײַן אָנבײַסן ביזן סוף? ער האָט זיך אַרײַנגעקוקט שאַרפֿער אין אירע געזיכט–שטריכן — יאָ, דאָס איז געװען טאַקע זי! פֿון יענער צײַט אָן זײַנען פֿאַרבײַ שױן העכער זעקס יאָר, און זי האָט נישט דערקענט מישען, נײַערט דעמאָלט איז דאָס געװען זײַן ערשטער באַזוך אין אָט דעם רעסטאָראַן און דערצו אײנער פֿון די סאַמע פֿאַרגעדענקלעכע טעג אין זײַן לעבן, װאָס אַלע זײַנע אײנצלהײטן זײַנען אױף שטענדיק פֿאַרבליבן אין מישעס נשמה און זכּרון. דעריבער האָט ער אַצינד אָט די אָפֿיציאַנטקע דערקענט.
מישע און זײַנע פֿרײַנד האָבן זיך איבערגעקוקט. זײערע אױגן האָבן געזאָגט אײנס און דאָס זעלבע: אין די געזעלשאַפֿטלעכע ערטער און בכלל מיט אַנדערע מענטשן דאַרף מען איצט זײַן העכסט פֿאָרזיכטיק.
— און דאָס זײַנען טאַקע באמת געװען די סאַמע גליקלעכסטע יאָרן אין מײַן לעבן, גלאַט אַ מתּנה פֿונעם גורל, — האָט װלאַסטיסלאַװ גענומען רײדן העכער, װי געװײנטלעך, און אױף ענגליש, — װי טרויעריק, אַז דאַװיד פֿיאָדאָראָװיטש איז מער נישטאָ… ער איז דאָך געװען דער סאַמע גרעסטער פֿידלער אין דער װעלט! און אַזאַ לערער געװען! בײַ אונדז אין טשעכאָסלאָװאַקײַ זײַנען פֿאַראַן זײער גוטע פּעדאַגאָגן, נאָר אױסטראַך… פֿון קינדשאַפֿט אָן האָב איך געטרױמט זיך לערנען בײַ אים… און אַלע מײַנע פֿרײַנד האָבן געטרױמט זיך לערנען אינעם סאָװעטן–פֿאַרבאַנד. אַלע אין אונדזער לאַנד טרױמען װעגן דעם.
— אין אונדזער לאַנד אױך, — האָט מיהײַ אונטערגעכאַפּט די שפּיל.
— די מאָסקװער קאָנסערװאַטאָירע… — האָט װלאַסטיסלאַװ גערעדט װײַטער, — די גאַנצע אַטמאָספֿער דאָרטן, יענער אוניקאַלער גײַסט… נו, דו װײסט דאָך, מישע.
— אַװדאי, װלאַסט! — האָט מישע זיך אויך אָנגעשלאָסן, — סע האָט אונדז אַזױ אָפּגעגליקט!
— יאָ–אָ–אָ… מיר, צום באַדױערן, איז אין אָט דעם זינען נישט אָפּגעגליקט, — האָט מיהײַ געזאָגט פֿאַרטראַכטערהײט.
מישע און װלאַסטיסלאַװ האָבן קױם אײַנגעהאַלטן דאָס געלעכטער, װײַל זײ האָבן געװוּסט, אַז ער האָט געהאַט פֿאַרענדיקט די מוזיק–אַקאַדעמיע אין רױם און נאָך דעם זיך געלערנט אין שװײץ און פּוערטאָ ריקאָ בײַ פּאַבלאָ קאַזאַלסן.
— אַגבֿ, חבֿרה, — איז מישע איבערגעגאַנגען אױף אַן אַנדער טעמע, — װאָס שײך בעטהאָװענס דרײַ–קאָנצערט, איז עס דאָך אַ גוטע אידעע, אמת?
— געװיס, — האָט װלסטיסלאַװ מסכּים געװען.
— יאָ, — האָט מיהײַ אַ שאָקל געטאָן מיטן קאָפּ.
— איך האָב אים זײער ליב, נאָר קײן מאָל נישט געשפּילט. און איר? — האָט מישע געפֿרעגט.
סע האָט זיך אַרױסגעװיזן, אַז זײַנע פֿרײַנד האָבן אױך קײן מאָל נישט געהאַט געשפּילט דאָס װערק.
— איז לאָמיר דעם קאָנצערט אױסלערנען? — האָט מישע פֿאָרגעלײגט און זיך געװאָנדן צו מיהײַען מיט אַ שטילערער שטים, — אפֿשר זאָל מען אים פֿאָרלײגן פּעטערן?
— אוהום…
די שפּײַז אױף די טעלערס האָט שױן אָנגעהױבן װערן קאַלט, און די דרײַ הונגעריקע יונגע–לײַט האָבן זיך סוף–כּל–סוף צו איר צוגעכאַפּט.
— אַזעלכע לאַטקעס האָב איך אין ערגעץ נישט געגעסן! — האָט װלאַסטיסלאַװ זיך װידער אַרײַנגעלאָזט אין דער שפּיל, — איך בין דאָך געװען סײַ אין ענגלאַנד, סײַ אין שװײץ, סײַ אין פֿיל אַנדערע ערטער, נאָר אַזעלכע געשמאַקע לאַטקעס איז מיר אין ערגעץ אױף דער װעלט נישט אױסגעקומען צו עסן!
— נו, אין אונגערן זײַנען די בלינצעס אױך זײער גוטע, — האָט מישע נישט פֿאַרבױגן די מילות פֿונעם „ברידערלעכן‟ לאַנד.
— די בלינצעס אונדזערע זײַנען גוטע… נײַערט אַזעלכע לאַטקעס זײַנען בײַ אונדז טאַקע באמת נישטאָ, — האָט מיהײַ אונטערגעפֿירט דעם ריכטיקן פּאָליטישן באַלאַנס.
— אין ענגלאַנד, װײסט איר, איז די שפּײַז אַן אומגעשמאַקע, — האָט װלאַסטיסלאַװ גערעדט װײַטער, — טײ טרינקט מען דאָרטן מיט מילך. איר שטעלט זיך פֿאָר — מע גיסט מילך אָן אין טײ! סע באַקומט זיך נישט קײן טײ, נאָר דער רוח װײסט װאָס, עפּעס אַ פּאָמויעס! אין שװײץ איז די שפּײַז בעסער, דאָרטן קאָכט מען גוטע שניצעלן, געפּרעגלטע בולבעס… נאָר מיט דער היגער קיך, אַװדאי, נישט צו פֿאַרגלײַכן! איך בין קײן מאָל נישט געװען אין אַמעריקע, נײַערט די פֿרײַנד מײַנע, װאָס זײַנען דאָרטן יאָ געװען, האָבן מיר דערציילט, אַז די דאָרטיקע שפּײַז איז אין גאַנצן אַן אומגעשמאַקע.
דער באַטײַט פֿון די דאָזיקע װערטער איז געװען קלאָר מישען און מיהײַען: שװײץ איז געװען אַ נײטראַלע מלוכה, בריטאַניע — אַ שׂונא פֿונעם סאָװעטן–פֿאַרבאַנד, און די פֿאַראײניקטע שטאַטן — זײַן הױפּט–שׂונא.
מישע האָט שטיל אָנגעהױבן זינגען דעם פֿינאַל פֿון בראַמס׳ טריִאָ, זײַנע פֿרײַנד האָבן פֿאַרשטאַנען די אָנצוהערעניש און אונטערגעכאַפּט מיט ענטוזיאַזם.
— אַ מין מוזיק! — האָט מישע אױסגערופֿן און איז איבערגעגאַנגען צו דער צװײטער טעמע.
— יאָ… — האָט װלאַסטיסלאַװ געענטפֿערט, — און װי געניאַל האָבן אױסטראַך, קנושעװיצקי און אָבאָרין זי געשפּילט!
מיהײַ, סטאַרענדיק זיך מיט אַלע כּוחות אײַנצוהאַלטן דאָס געלעכטער, האָט זיך שיִער נישט געװאָרגן מיט אַ לאַטקע…
בערך מיט אַ װאָך שפּעטער האָבן די גאַסטראָלן זיך פֿאַרענדיקט, און װלאַסטיסלאַװ מיט מיהײַען זײַנען אַװעקגעפֿלױגן. במשך פֿון די פֿאָלגנדיקע חדשים האָט מישע קײן שום אײַנלאַדונגען פֿון אױסלאַנד נישט באַקומען און געלײגט אַלע זײַנע האָפֿענונגען אױף די אונגערן.
המשך קומט