
אלי שאַרפֿשטיין
פֿון דעם סטודגאָראָדאָק [1] ביז דעם סטאָלעשניקאָוו זאַוווּליק האָבן זיי באַדאַרפֿט דורכמאַכן אַ היפּשן וועג: קודם, מיט אַ טראַמווײַ כּמעט ביזן סאַמע צענטער פֿון מאָסקווע, פֿון דאָרטן מיט אַן אונטערערד־באַן, און פֿון דער מעטראָ־סטאַנציע — נאָך אַ מינוט פֿופֿצן צו פֿוס, ביז מע דערגייט צו דער טעאַטער־סטודיע, אין וועלכער זיי האָבן שטודירט די אַקטיאָר־מײַסטערשאַפֿט. אָבער יעצט זײַנען די צוויי ייִדישע סטודענטן געשטאַנען אויפֿן פֿאַרשנייטן טראָטואַר און געוואַרט דעם טראַמווײַ. פֿון קעלט האָבן זיי געשלאָגן איין פֿוס אינעם צווייטן, געשפּרונגען אויף אַן אָרט און אַרומגעגאַנגען הין און צוריק, אַבי עטוואָס אָנוואַרעמען די באַשוכטע אין זומערדיקע שיך פֿיס. וואָס עפּעס „זומערדיקע‟? ווײַל קיין ווינטערדיקע האָבן זיי פּשוט נישט געהאַט. דאָס איז זייער ערשטער ווינטער אין מאָסקווע, און זיי האָבן נאָך נישט באַוויזן זיך באַוואָרענען מיט ווינטערדיקע זאַכן. זײַנען די צוויי יונגאַטשן געווען גוט פֿאַרפֿרוירן.
ווען דער טראַמווײַ איז אָנגעקומען, זיך אָפּגעשטעלט מיט אַ סקריפּ און אַ רויש פֿון די אײַזערנע רעדער, האָבן די בחורים מיט איין שפּרונג זיך אַרײַנגעשטופּט אין טראַמווײַ־וואַגאָן, זוכנדיק אַ פֿרײַ אָרט זיך אַוועקצושטעלן. דער טראַמווײַ האָט טאַקע פֿאַרמאָגט צוויי לאַנגע וואַגאָנען, אָבער געווען אַזוי אָנגעפּאַקט מיט פּאַסאַזשירן, אַז וועגן זיצן איז נישט געווען וואָס צו רעדן. האָבן זיי זיך אײַנגעאָרדנט, שטייענדיק, נישט ווײַט פֿון דער אַרײַנגאַנג־טיר, און געווען צופֿרידן, וואָס ס’איז כאָטש געווען אַוווּ צו שטיין. אַנטקעגן זיי, אונטער אַ קליין שילדל „ערטער פֿאַר פּאַסאַזשירן מיט קינדער און אינוואַלידן‟ זײַנען געזעסן עטלעכע מענער מיט פֿאַרכמאַרעטע פּנימער, וואָס האָבן אויסגעזען ווי מלחמה־וועטעראַנען. איבער זייערע רעקלעך, באַהענגטע מיט מעדאַלן פֿאַר גבֿורה און דרייסט, האָבן זיי געטראָגן שווערע דראַפּענע מאַנטלען. מ’זאָל זען ווער זיי זײַנען און וואָס עפּעס זיצן זיי, ווען אַנדערע פֿאָרן שטייענדיק, האָבן די מאַנסלײַט געהאַלטן זייערע קאָלנערס צעקנעפּלט און אָפֿן. אַזוי האָט מען געקאָנט זען אויף זייער ברוסט די באַלוין־צײכנס, וואָס זיי האָבן פֿאַרדינט פֿאַר זייער העלדישקײט אין צײַט פֿון דער „גרויסער פֿאָטערלענדישער מלחמה‟. קיין קינדער אין וואַגאָן האָט מען נישט געזען. די געבליבענע ערטער זײַנען געווען פֿאַרנומען מיט פֿרויען, וואָס האָבן געהאַלטן שווערע איבערגעפּאַקטע אַוואָסקיעס [2]. אין די קיישלעך האָט מען געקענט זען קאַרטאָפֿליעס, גרינע ציבעלעס, רויטע בורעקעס, אַ הייפּטל קרויט, אוגערקעס — גרינסן, וואָס זיי האָבן געפֿירט פֿון מאַרק.
פֿאַר אונדזערע יונגע און געזונטע יאַטן צו פֿאָרן שטייענדיקערהייט איז געווען אַ קלייניקײט, אָבער איין פּראָבלעם האָבן זיי פֿאָרט געהאַט — בילעטן. בילעטן קויפֿט מען בײַ אַ קאָנדוקטאָר, נאָר צוליב דער ענגשאַפֿט און שטופּעניש איז נישט געווען מעגלעך צו אים צוקומען. האָבן זיי, ווי עס פֿירט זיך, איבערגעגעבן אַ פּאַפּירענעם רובל דעם פּאַסאַזשיר, וואָס איז געשטאַנען לעבן זיי, און יענער האָט עס אַריבערגעגעבן ווײַטער, ביז דאָס געלט איז אָנגעקומען צום אַדרעסאַט, צו דעם קאָנדוקטאָר, הייסט עס. אין עטלעכע מינוט אַרום האָבן זיי שוין געקראָגן צוויי בילעטן און עטלעכע מטבעות רעשט. יעצט האָבן זיי געקענט פֿאָרן ווי מענטשן, און נישט „זײַצעם‟, דאָס הייסט, „ווי האָזן‟, נישט באַצאָלט.
שטייען זיי אַזוי און קוקן זיך צו צו דעם, וואָס עס טוט זיך אַרום זיי. אין וואַגאָן זײַנען געפֿאָרן פּשוטע סאָוועטישע בירגער — ווער צו דער אַרבעט, ווער צום מאַרק און ווער האָט זיך שוין געאײַלט אַהיים. די מענער זײַנען אממערסטנס געווען אָנגעטאָן אין וואַרעמע וואַטניקעס. אויפֿן קאָפּ האָבן זיי געטראָגן ווינטערדיקע אויער־היטלען, אויפֿגענייט פֿון אַ פּשוטן פֿוטער; און אפֿשר נישט פֿון אמתן פֿוטער, נאָר אַ נאָכגעמאַכטן. אַ נפֿקא־מינה, אַבי עס וואַרעמט. די פֿרויען זײַנען געגאַנגען אָנגעטאָן אין טונקעלע מאַנטלען, ענלעך איינער אויפֿן אַנדערן. נאָר די פֿאַרבן זײַנען געווען פֿאַרשיידענע: שוואַרצע, בלויע, גרינע און באָרדאָ. די ווײַבערשע מאַנטלען זײַנען געווען שיִער נישט ווי די מענערשע. דער קאָלנער איז געווען באַפּוצט מיט פֿוטער, די קעפּ באַדעקט מיט טונקל ברוינע מאָכקע פֿאַטשיילעס, וואָס זײַנען געווען אַרומגערבונדן אַרום דעם האַלדז. אויף די די פֿיס — הויכע באָטן (גומענע ווײַבערשע שטיוול) און געשטריקטע הענטשקעס אויף די הענט.
נישט ווי אַנדערע פּאַסאַזשירן אין וואַגאָן, זײַנען אונדזערע ייִדישע חבֿרה געווען אָנגעטאָן אין מיליטער־שינעלן. קיין סאָלדאַטן זײַנען זיי שוין אַוודאי נישט געווען און קיין פּאָגאָנעס און אַנדערע מיליטער־צאַצקעס האָבן זיי נישט געטראָגן. די מלחמה האָט זיך דאָך געענדיקט מיט אַ יאָר צוריק. די ייִדישע יאַטן האָבן אָפּגעדינט אין דער רויטער אַרמיי, געקעמפֿט, צעשלאָגן די דײַטשישע רוצחים און זיך באַפֿרײַט. יעצט זײַנען זיי געקומען קיין מאָסקווע מקוים ווערן זייער גרויסן טרוים — זיך לערנען דער אַרטיסטן־קונסט בײַ דעם באַוווּסטן ייִדישן מײַסטער שלמה מיכאָעלס. ביידע זײַנען זיי געקומען פֿון אַנדערע פּלעצער און פֿון אַן אַנדער קולטור. באַקענט האָבן זיי זיך שוין דאָ, אין דער טעאַטער־סטודיע און געוואָרן די בעסטע חבֿרים. קיין מאָסקווע איז הירשקע געקומען פֿון ווילנע און עמנואל, עמקע, ווי אַלע האָבן אים גערופֿן, פֿון אוקראַיִנע. זיי האָבן זיך געגרייט צוזאַמען און פֿאַרברענגט אויך צוזאַמען. עמקע האָט אַפֿילו געהאָלפֿן הירשקען מיטן אויסלערנען אַ ביסל רוסיש, ווײַל הירשקע, ווי אַ ליטוואַק, האָט קיין רוסיש כּמעט נישט גערעדט. אַזוי ווי קיין ציווילע מאַנטלען האָבן די יאַטן נישט געהאַט, און געלט אויף צו קויפֿן אַ שטיק נאָרמאַלן בגד איז אויך נישט געווען, האָבן זיי זיך באַגאַנגען מיט די שינעלן, וואָס האָבן זיי גוט געוואַרעמט אויפֿן פֿראָנט און איצטער, אין דער פֿאַרפֿרוירענער מאָסקווע אויך גאַנץ נישקשהדיק.
שטייען זיי אַזוי אין מיטן דעם לאַנגן וואַגאָן, האַלטן זיך פֿאַר די אײַזערנע פּאָרענטשן און שטערן קיינעם ניט. קיין וואָרט האָבן זיי נישט אויסגערעדט. וואָס איז דאָ צו רעדן? קיין רוסיש האָט הירשקע, ווי איר ווייסט שוין, נישט גערעדט, און שמועסן אויף ייִדיש צווישן אַזוי פֿיל גויים איז אויך נישט קיין גרויס פֿאַרגעניגן. צווישן זיך האָבן די חבֿרים געוויינטלעך געשמועסט אויף מאַמע־לשון, ווי עס פּאַסט פֿאַר סטודענטן פֿונעם ייִדישן טעאַטער. אָבער דאָ צווישן אַזוי פֿיל נישט קיין ייִדישע פּנימער איז געווען בעסער און געזינטער צו שווײַגן. אַגבֿ, אין דעם עפֿנטלעכן טראַנספּאָרט איז געווען אָנגענומען צו שווײַגן. האָבן די אַנדערע פּאַסאַזשירן אויך געשוויגן. עטלעכע האָבן געלייענט אַ צײַטונג, עטלעכע — אַ ביכל. אין אַזאַ־אָ שטילקײט האָט מען געקאָנט הערן דעם שווערן אָטעם פֿון אייניקע; די אַנדערע האָבן פֿון צײַט צו צײַט אַרויסגעלאָזן אַ קליינעם הוסט צי אַ קרעכץ. און אַז מ’דאַרף נישט רעדן, קאָן יעדער איינער זײַן פֿאַרנומען מיט זײַנע מחשבֿות. דאָס וואָס אונדזערע חבֿרה זײַנען געווען אָנגעטאָן אין זעלנער־שינעלן האָט אויך נישט געמאַכט קיין רושם אויף קיינעם. אין דעם נאָכמלחמהדיקן ראַטן־פֿאַרבאַנד האָט מען געקענט טרעפֿן נישט איין מאַנצביל, וואָס האָט זיך אַרומגעדרייט אין מיליטערישע מלבושים און אין אַ שינעל.
איידער איך קום צום עיקר, דהײַנו, באַשרײַב אײַך, וואָס איז דאָ געשען אין דעם מאָסקווער טראַמווײַ, וויל איך אין אַ פּאָר ווערטער דערציילן וועגן די מלחמה־וועגן, וואָס ס׳האָבן דורכגעמאַכט אונדזערע ייִדישע סאָלדאַטן.
הירשקע, וואָס איז אויפֿגעוואַקסן אין אַ קליין שטעטל אין ליטע, האָט באַוויזן, צוזאַמען מיט די ייִדישע חבֿרים פֿון דער קאָמוניסטישער יוגנט־באַוועגונג „קאָמסאָמאָל‟, אַנטלויפֿן פֿון די דײַטשן און זייערע ליטווישע באַהעלפֿערס. הירשקע איז דורכגעגאַנגען הונדערטער קילאָמעטער ביז ער איז געקומען קיין רוסלאַנד. אין אָנהייב פֿון 1942 האָבן די סאָוועטן באַשאַפֿן די באַוווּסטע 16טע ליטווישע דיוויזיע. הירשקע האָט זיך פֿרײַוויליק מאָביליזירט און איז אַוועק קעמפֿן קעגן די דײַטשישע פֿאַרכאַפּערס. ער האָט זיך אויסגעלערנט אויף אַ „פּולעמיאָטשיק‟ און מיט זײַן קוילן־וואַרפֿער געשאָסן די דײַטשן אָן רחמנות. הירשקע איז געווען צוויי מאָל שווער פֿאַרוווּנדעט. פֿאַר זײַן גבֿורה האָט מען אים באַלוינט מיט עטלעכע מעדאַלן. נאָך דער מלחמה האָט ער זיך באַזעצט אין ווילנע, אַוווּ ס׳האָט זיך צונויפֿגעזאַמלט זײַן גאַנצע משפּחה, דאָס הייסט, ווער עס איז נאָך געבליבן לעבן.
עמקע איז געבוירן געוואָרן אין קיִעוו, אין אַ משפּחה פֿון רבנים. ווען די דײַטשן האָבן פֿאַרנומען אוקראַיִנע, איז ער, ווי הירשקע, אַנטלאָפֿן קיין רוסלאַנד און אַוועק דינען אין דער אַרמיי. ער איז געוואָרן אַ טאַנקיסט, און מיטן טאַנק דורכגעפֿאָרן גאַנץ פּוילן, טשעכאָסלאַוואַקײַ און דערגאַנגען ביז דײַטשלאַנד. ער האָט זיך דערדינט ביז אַ מאַיאָר און געוואָרן אַ ראָטע־קאָמאַנדיר. וועגן דעם ביטערן גורל פֿון זײַן משפּחה האָט עמקע זיך דערוווּסט שוין קעמפֿנדיק אויף דער ערד פֿון אייראָפּע. ער האָט באַגעגנט עמעצן פֿון זײַן געגנט, און יענער האָט אים דערציילט ווי די דײַטשן האָבן אויסגעהרגעט אַלע ייִדן אין באַבי־יאַר, און זײַן משפּחה אויכעט. עמקע איז געבליבן עלנט ווי אַ שטיין, איינער אַליין אויף דער וועלט. מיט זײַן טאַנק 34-T האָט ער פֿאַרניכטעט אַ סך דײַטשישע טאַנקען און סאָלדאַטן. דאָס איז געווען זײַן פּערזענלעכע נקמה פֿאַר די אומגעקומענע טאַטע־מאַמע און צוויי ייִנגערע שוועסטערס. וועגן עטלעכע זײַנע העלד־טאַטן האָבן זיך פֿאַרשפּרייט לעגענדעס. אָבער קיינער האָט זיך ניט געקאָנט שווערן, אַז אַזוי איז טאַקע געווען. אָט האָט איר אַ בײַשפּיל.
מ’האָט דערציילט, אַז עמקע מיט זײַנע טאַנקיסטן האָבן אויסגעשאָסן אַ גאַנץ דאָרף מיט דײַטשן. ווי אַזוי? שוין זײַענדיק אין דײַטשלאַנד, איז עמקע מיט די טאַנקען אַרײַנגעפֿאָרן אין אַ קליין דערפֿל. דאַן האָבן זיי אַרויסגעטריבן אַלע אײַנוווינער אין דעם צענטער פֿון דאָרף, זיי אויסגעשטעלט אין אַ לאַנגער ריי, ווי די דײַטשן האָבן עס געטאָן מיט ייִדן. און דאָ האָט דער מאַיאָר עמנואל פֿריידזאָן זיי געמאָלדן אויף אַ פּרעכטיקן דײַטש בקול־רם, אַז אַלע זאָלן קאָנען הערן און פֿאַרשטיין: Ich Bin Ein Jude!
די דײַטשן האָבן, אַוודאי, פֿאַרשטאַנען, וואָס ער האָט אין זינען, דער ייִד. זײ זײַנען געשטאַנען, געציטערט, ווי בלעטער אויף די צװײַגן אין אַ שטורעם־טאָג, און נישט געהאַט קיין ספֿק, אַז ער וועט זיי הרגענען. עמקע האָט טאַקע לאַנג נישט געוואַרט, געגעבן אַ באַפֿעל זײַנע סאָלדאַטן, און יענע האָבן אָנגעהויבן שיסן, צוזאַמען מיט עמקען. קיין איין דײַטש איז נישט געבליבן לעבן. קיין איינער נישט, אַ חוץ איין יונג מיידל. עמקע האָט זיך דערוווּסט, אַז זי הייסט „עמנואל‟, פּונקט ווי ער. האָט ער געהאַט אויף איר רחמנות. נאָר איך גלייב נישט אין דער גאַנצער מעשׂה. פֿון מײַנעט וועגן איז עס אַן אויסגעקלערטע לעגענדע. כ’האָב עמקען גוט געקענט. ער איז נישט מסוגל געווען אָנרירן אַ פֿליג. און הרגענען אומשולדיקע מענטשן, אַפֿילו דײַטשן? ניין. נישט עמקע!
און יעצט לאָמיר זיך אומקערן צו דעם מאָסקווער טראַמווײַ. ווי איר געדענקט, זײַנען אונדזערע צוויי ייִדישע יאַטן געשטאַנען אין מיטן דעם טראַמווײַ און קיינעם נישט געשטערט און נישט געטשעפּעט. דער טראַמווײַ איז געפֿאָרן לויט זײַן מאַרשרוט, זיך אָפּגעשטעלט אויף סטאַנציעס און געפֿאָרן ווײַטער. אויף איינעם פֿון די אָפּשטעלן איז אַרײַנגעקראָכן אין זייער וואַגאָן אַ בגילופֿינדיקער מאַנצביל. זײַן פּנים איז געווען גוט צעהאַקט, ווי מ’וואָלט אים געטאָפּטשעט מיט די פֿיס. דאָ אין טראַמווײַ איז דער שיכּור אויך קוים וואָס געשטאַנען אויף די פֿיס. כּמעט אויף יעדן אָפּשטעל איז ער אַנידערגעפֿאַלן, און קיינער פֿון די פּאַסאַזשירן האָט אים נישט געהאָלפֿן זיך אויפֿהייבן. האָט ער זיך אַליין געשטעלט אויף די פֿיס און געשאָלטן מיט די ערגסטע רוסישע קללות. אַלע האָבן זיך אָפּגערוקט פֿון אים. אויסגעזען האָט ער ווי אַ זשלאָב, אין אַ צעריסענער „טעלאָגרייקע‟ [3], אַ פּאָר הויזן אַרײַנגעשטאָפּט אין קירזעווע שטיוול און מיט אַ צעקנייטשטער גרויער קעפּקע אויפֿן קאָפּ. פֿאַרשטענדלעך, אַז מיט אַזאַ פּאַרשוין האָט קיינער נישט געוואָלט האָבן צו טאָן.
אַזוי איז מען געפֿאָרן אפֿשר אַ האַלבע שעה, און דאַן האָט דער פֿאָניע אויפֿגעהויבן זײַנע שיכּורע אויגן און… אוי אַ בראָך! ער האָט פּלוצלינג דערזען צוויי יונגע ייִדישע יאַטן אין מיליטער־שינעלן שטייען ממש אַנטקעגן אים. דאָס האָט אים מסתּמא גוט „פֿאַרטשעפּעט‟, נישט אויף אַ געלעכטער. האָט ער אָנגעהויבן שילטן, שפּײַען און שרײַען:
— וואָס זע איך? זשידעס אין שינעלן? אין מיליטערישע שינעלן?! אַוווּ האָט איר זיי געקויפֿט? אין טאַשקענט? האַ? ייִדן האָבן נישט געקעמפֿט, אַלע ייִדן האָבן זיך באַהאַלטן אין טאַשקענט! מענטשן! — ער האָט אויסגעשטרעקט ביידע הענט צו אַלע, וואָס זײַנען געשטאַנען אַרום אים, — איר האָט שוין געזען אַזאַ געפֿערלעכע מעשׂה? ייִדן אין שינעלן! אַנו, ענטפֿערט מיר, שמוציקע זשידעס, אַוווּ האָט איר זיי גענומען?! אפֿשר האָט איר זיי גאָר צוגעגנבֿעט?
די מיטפֿאָרערס אינעם טראַמווײַ האָבן ווי אָנגענומען וואַסער אין מויל און געשוויגן. אַלע! אָבער איר פֿאַרשטייט שוין אַליין, אַז עמעצער האָט פֿאָרט נישט געקאָנט אָפּשווײַגן, פּונקט ווי ס’וואָלט קיין זאַך נישט פּאַסירט. עמקע… ער האָט נישט געקענט שווײַגן. ער האָט געמוזט ווײַזן דעם אַנטיסעמיט, ווער איז דאָ דער בעל־הבית. עמקע איז צוגעגאַנגען צו דעם שרײַער און האָט אים געגעבן אַן אמתן ייִדישן ענטפֿער. דער גוי האָט אין זײַנע ערגסטע חלומות זיך נישט געקאָנט פֿאָרשטעלן, וואָס אַ ייִד וועט מיט אים אָפּטאָן פֿאַר אַזעלכע שמוציקע רייד. עמקע, וואָס איז נישט געווען פֿון די שוואַכסטע בחורים, האָט אים מיט איין האַנט אָנגענומען פֿאַרן קאָלנער, און מיט דער צווייטער אָנגעכאַפּט אונטערן אָרעם. דערנאָך האָט ער אים אויפֿגעהויבן, אַז די פֿיס האָבן זיך בײַ אים געבאָבלטן אין דער לופֿטן, געגעבן אַ גוטן טרייסל, און מיט אַ מאָל אָפּגעלאָזן.
דער שיכּור איז אַנידערגעפֿאַלן אויף דער שמוציקער פּאַדלאָגע פֿון טראַמווײַ, ווי אַ זאַק מיט מיסט. עמקע איז נישט פֿויל געווען אים אויפֿצוהייבן און געבן אַ שלײַדער מיטן קאָפּ אַראָפּ. דעם גויס מאָרדע האָט אָנגעהויבן בײַטן די פֿאַרבן: פֿון טונקל רויט געוואָרן בלאַס, ווי מ’וואָלט אים אויסגעקאַלכט, דערנאָך — גרין, ווי אַ זשאַבע, און ווידער בלאַס. פֿון שרעק האָבן בײַ אים זיך געטרייסלט די הענט און די פֿיס. זיצנדיק אויף דער ערד האָט דער גוי אויפֿגעעפֿנט דאָס מויל צו זאָגן עפּעס, אָבער אַרויסרעדן כאָטש איין שטיקל וואָרט, איז ער פּשוט נישט מסוגל געווען. יעצט איז געקומען עמקעס אָטשערעד צו האַלטן אַ רעדע, און עמקע האָט עס געטאָן, ווי עס באַדאַרף צו זײַן — קורץ, פּינקטלעך, און אַזוי הויך, אַז דער גאַנצער טראַמווײַ זאָל הערן און „אַראָפּשלינגען‟:
— הער, דו, שטיק גאָרנישט, שטיק נבֿלה! הער און פֿאַרגעדענק! ווען אײַערע זײַנען נאָך געקראָכן אויף די ביימער, האָבן אונדזערע שוין געקענט דעם אלף־בית!
אין טראַמווײַ האָט זיך פֿאַרשפּרייט אַ שטילקייט, ווי אויף אַ בית־עולם. און קיינער אין וואַגאָן האָט אַפֿילו נישט געקוקט אין זייער זײַט, נישט אויפֿן אויסוואָרף און נישט אויף די ייִדישע סטודענטן אין שינעלן. צי האָבן אַלע פֿאַרשטאַנען וואָס עמקע האָט געמיינט און וועגן וואָס ער האָט גערעדט? דאָס בין איך טאַקע נישט זיכער. נאָר אַ גרויסן עפֿעקט האָט עס פֿאָרט געהאַט. ס’האָט זיך אַפֿילו געדאַכט, אַז דער שיכּור איז פֿון איבערראַשונג ניכטער געוואָרן. ווען דער טראַמווײַ איז צוגעפֿאָרן צו זייער אָפּשטעל, האָבן הירשקע מיט עמקען אַרויסגעשפּרונגען גלײַך אויף דער גאַס, אָנפֿילנדיק די יונגע בריסט מיט פֿרישער געפֿרוירענער לופֿט. צו באַרויִקן זיך האָבן זיי אָנגעצונדן יעדער איינער אַ ציגאַרעטקע, זיך פֿאַרצויגן און אַרויסגעלאָזט דורך זייערע ייִדישע נעז אַ ווײַסן און אַ געדיכטן רויך. זיי האָבן אַ קוק געטאָן איינער אויפֿן אַנדערן, זיך צעלאַכט און מיט אַ פֿאַרבעסערטער שטימונג אַוועקגעשפּאַנט צו פֿוס אין דער טעאַטער־שול, אָנהייבן נאָך אַ טאָג פֿון שטודירן די קונסט פֿון ייִדישן טעאַטער.
[1] סטודגאָראָדאָק (רוס.) — סטודענטיש שטעטל
[2] אַוואָסקיע/ס (רוס.) — אַ מין קיישל, געמאַכט פֿון געפֿלאָכטענע פֿעדעמער ווי אַ נעץ.
[3] טעלאָגרייקע (רוס.) — וואַטניק
מערץ 2026