סאַטירע
דניאל גלאַי
די פּערסאָנאַזשן:
חיים און יאַנקל — צװײ חבֿרים אין זײערע 40־50קער יאָרן
צערײַסן ס’פֿאָלק אױף שטיקער 1.
אין מיטן גאַס
(חיים שטײט אין צענטער בינע, דערזעט פּלוצעם יאַנקלען און װױל־יונגעריש רופֿט ער אים צו צו זיך.)
חיים: קום אַהער, באַנדיט!
יאַנקל: װאָס װילסטו פֿון מיר?…
חיים: כ’דאַרף דיך האָבן. װעסט מיר העלפֿן. ס’איז מיר עפּעס אײַנגעפֿאַלן.
יאַנקל: וואָס װילסטו פֿון מײַנע יאָרן? װאָס האָסטו זיך צוגעטשעפּעט?
חיים: כ’װיל דיך… פֿאַר אַ שותּף!
יאַנקל: וואָס עפּעס אַ שותּף?!
חיים: מיר’ן אױספּרוּװן עפּעס…
יאַנקל: יאָ, איך הער…
חיים: ווי נעמט מען אַ פֿאָלק, אַ פֿעיִקס, אַן אָרנטלעכס, אַ גוט פֿאָלק…
יאַנקל: יאָ…
חיים: און מען מאַכט עס קאַליע.
יאַנקל: איך פֿאַרשטײ. איך פֿאַרשטיי און פֿאַרשטיי נישט.
חיים: מ’צערײַסט עס אױף שטיקער. אין גאַנצן.
יאַנקל: (מיט אומצוטרױ) דו און איך?!…
חיים: גענױ. צוזאַמען. מיר בײדע.
יאַנקל: …און װעלכע וועט מײַן ראָלע זײַן?
חיים: (שמײכלט) גיב אַ טראַכט.
יאַנקל: דיר איז עס דאָך אײַנגעפֿאַלן. דער קאָפּירײַטער ביסטו.
חיים: איז מײַן געדאַנק געװען, אַז דו, יאַנקל…
יאַנקל: ניין, אַנטשולדיק. נישט פֿאַר מיר. אַ בעסערן קרבן זוך דיר אױס.
חיים: ביסט דאָך דער געראָטנסטער, שענסטער, אײדלסטער…
יאַנקל: וואָס דאַרף איך עס? װאָס טױג עס מיר? כ’האָב נישט װאָס צו טאָן, מײנסטו?
חיים: (פּאָמפּעז) מיר’ן אַרײַן אין דער געשיכטע!… חיים און יאַנקל!
יאַנקל: נו, איז װאָס?
חיים: דו — דאָס פֿאָלק.
יאַנקל: נישט פֿאַר מיר געדאַכט. זײַ מיר מוחל.
חיים: (מיט הנאה) איך — דער צעשטערער, צעברעכער, אונטעררײַסער.
יאַנקל: דײַן ראָלע געפֿעלט מיר דווקא. מײַנע בכלל נישט.
חיים: אין פּאַנטעאָן, אין דער געשיכטע װעלן מיר אַרײַן!
יאַנקל: געשיכטע-שמעגעשיכטע…
חיים: יאַנקל און חיים, דו און איך, צערײַסן דאָס פֿאָלק אױף שטיקער. מײנט עס גאָרנישט פֿאַר דיר? קלינגט עס נישט שײן?
יאַנקל: די גאַנצע מעשׂה איז נישט פֿאַר מיר.
חיים: װאָס רעדסטו אַזױ?! װאָס פֿאַרשטײסטו נישט?!
יאַנקל: צו ספּעקטאַקולאַר. צו גרױס.
חיים: מאַכסט זיך נאַריש?… ס’איז פּשוט. איך קאָמאַנדעװע — דו פֿאָלגסט מיך נאָך. דאָס איז אַלץ.
יאַנקל: פֿאַר װאָס נישט פֿאַרקערט?…
חיים: סך־הכּל דעם צװײטן פֿידל שפּילסטו.
יאַנקל: כ’שפּיל קײן פֿידל נישט… נישט דעם צװײטן, נישט דעם דריטן.
חיים: וועט מען אױסזוכן, װער ס’נעמט די ראָלע אױף זיך.
יאַנקל: דעם „אױסדערװיילטן‟ קאַנדידאַט.
חיים: (װײַזט אָן אױף װעלכער ריכטונג װעט יעדער אָנגײן. אַנטשלאָסן.) גיי שוין. צו דער אַרבעט!
װוּ איז דאָס פֿאָלק, צו אַל די רוחות 2?
צוריק אױפֿן זעלבן אָרט
(בײדע דרײען זיך אַרום, אײן מאָל און נאָך אַ מאָל, ביז אַנטױשטע און פֿאַרסאָפּעטע קומען זײ זיך צונױף אין צענטער בינע.)
יאַנקל: קײן פֿאָלק נישטאָ מער, פֿאַרשװוּנדן…
חיים: אַזױ מאָדנע. אויסטערליש. װי קאָן עס זײַן?…
יאַנקל: אפֿשר מאַכן מיר קאַליע עפּעס אַנדערש?…
חיים: ניין־ניין־ניין. עס מוז זײַן אַ שטיק פֿאָלק, מיט װאָרצלען, זאַפֿטיקע, מיט אַ רומפֿולער געשיכטע.
יאַנקל: און אויב ס’איז נישט בנימצא?
חיים: (גיט אַ טראַכט. דערנאָך קוקט ער אַרום און אַרום ביז זײַן בליק פֿאַלט אױף יאַנקלען. שמייכלט) …װעסטו זײַן דאָס פֿאָלק. גענוי װי מיר האָבן פּלאַנירט.
יאַנקל: (בקול) מיר האָבן פּלאַנירט?! װאָס עפּעס איך?! גײ געפֿין דיר אַן אַנדערן קרבן…
חיים: האָסט אַלײן געזען… מיר האָבן זיך געסטאַרעט. געזוכט אין אײנעם. אין יעדן לאָך, אין יעדן װינקל… האָסט עמעצן געפֿונען?…
יאַנקל: דערקלער מיר כאָטש, פֿאַר װאָס זאָלסטו, חיימקע, נישט שפּילן די ראָלע?…
חיים: דו טױגסט זיך אױס בעסער.
יאַנקל: די שפּיל װערט מיר אַ ביסל נימאס…
חיים: מ’האָט אַפֿילו נישט אָנגעהױבן…
יאַנקל: (פֿאַרטראַכט) זאָג מיר, גוטער־ברודער… אַ מאָל, אַ מאָל… (קײַקלט די האַנט איבערן קאָפּ) אַ מאָל האָבן מיר שױן מתקן געװען דאָס פֿאָלק.
חיים: וואָס בײַ איינעם הייסט מתקן זײַן, בײַם צווייטן הייסט חרובֿ מאַכן.
יאַנקל: כ’ווער שוין צעמישט.
חיים: (אַ צופֿרידענער) און איצט… איז געקומען די שעה…
יאַנקל: קאַליע מאַכן דאָס פֿאָלק?…
חיים: אַ געזונט אױף דײַן קעפּעלע! באַנעמסט שױן די חשיבֿות פֿון ענין… װעסט גאָר גיך אַרײַן אין דער ראָלע.
יאַנקל: … (מיט קעלבענע אויגן) אַזױ גאָר?! מײנסט טאַקע?!
חיים: װאָס איז דאָ צו צװײפֿלען? אַלץ קלאָר.
יאַנקל: ס’לױנט זיך טאַקע אָט די גאַנצע שפּיל?
חיים: …די גריכן האָבן שױן געפּסקנט. „אַלץ באַװעגט זיך. קײן זאַך שטײט נישט אױפֿן אָרט.‟
יאַנקל: מיט די גריכן… גיי איך זיך ניט שלאָגן… אױב אַלץ באַװעגט זיך, װעל איך, יאַנקל-הקטן, גײן אָפּשטעלן די באַן? װער בין איך בכלל?
חיים: בקיצור. מע האָט אַ מאָל גרינטלעך מתקן געװען דאָס פֿאָלק. איצט קומט די ריכטיקע שעה מאַכן פֿון אים אַש און פּאָרעך.
יאַנקל: …איז עס נישט אַ ביסעלע… עפּעס צו פֿיל?
חיים: נישט איך. די גריכן האָבן עס געזאָגט. אַלץ דרײט זיך. אַלץ באַװעגט זיך.
יאַנקל: כ’הײב עס שױן אָן צו פֿאַרדײַען… דיך און דײַנע גריכן.
חיים: אַ מחיה!
יאַנקל: …אָבער אױב כ’װאָלט זיך נאָר געקאָנט אַרױסדרײען…
חיים: פֿאַר װאָס עפּעס? שפּרינג שׂשון־ושׂמחה אַרײַן אין דער ראָלע. מיט התלהבֿות!
יאַנקל: נו, זאָל זײַן מיט התלהבֿות.
חיים: נישט אַזױ, יאַנקל. אַ פֿײַערדיקע, פֿאָלקישע התלהבֿות.
יאַנקל: זאָל זײַן װי דו זאָגסט. װאָס אַרט עס מיך?
חיים: מיר הײבן באַלד אָן. (װײַזט אָן יאַנקלען ער זאָל אַרױס פֿון דער בינע. שטיל.) כ’רוף דיך באַלד אַרײַן.
(יאַנקל גײט אַרױס פֿון דער בינע.)
בײַ אַ משפּחה 3
אַ טיש אין עסצימער
חיים: גבֿירותי ורבותי! איך, חיים, אין דער באַשײדענער ראָלע פֿון צעברעכער, צעשטערער אונטעררײַסער! און מיט מיר יאַנקל — (מיט אַ באַס־שטימע) דאָס פֿאָלק.
יאַנקל: (קומט אַרײַן מיט צווײפֿלענדיקע טריט) וואָס? װאָס האָב איך דאָ צו טאָן? װאָס װילסטו פֿון מײַנע יאָרן?
חיים: זײער שײן, זײער שײן… אָבער איצט, גלײַך זיך אױס, יאַנקל! ביסט דאָך שױן נישט אַבי־װער…
יאַנקל: דאָס פֿאָלק. כ’פֿאַרשטײ. נישט מער און נישט װייניקער.
חיים: (מיט אַ שמייכעלע) האָסט אַ משפּחה, אַרבעט, פֿרײַנד, חלומות.
יאַנקל: ריכטיק. אַלץ האָב איך.
חיים: און פֿון דעם אַלעם… (מאַכט אַ קלאָרן צײכן מיט די הענט…) קאַפּוט. װעט גאָרנישט װערן!
יאַנקל: גאָרנישט.
חיים: גאָרנישט־שבגאָרנישט!
יאַנקל: גאָרנישט־שבגאָרנישט.
חיים: אַלץ קלאָר?
יאַנקל: קלאָר װי דער טאָג.
חיים: (פֿײַערלעך) משפּחה! קאַפּיטל אײנס.
יאַנקל: (בנאמנות) כ’האָב שטאַרק ליב די משפּחה. מײַן גאַנץ לעבן. עס שטעקט מיר אין האַרץ.
חיים: (עראָטיש, כיטריש) דײַן פֿרױ בעיקר… גיב אַ קוק. (װײַזט אים פֿאָטאָס פֿון זײַן פֿרױ און משפּחה.)
יאַנקל: זיכער מײַן פֿרױ. אױך די קינדער, לעבן זאָלן זײ.
חיים: …(שמייכלט) מיר’ן עס אַלץ חרובֿ מאַכן.
יאַנקל: (דערשראָקן) נישט איך!
חיים: װאָס שפּרינגסטו? װאָס הײסט „נישט איך?‟
יאַנקל: …נישט מסוגל. הער אױף. װי קאָן איך אַזױנס?
חיים: מ’עט עס באַלד אַראַנזשירן…
יאַנקל: װאָס אַראַשנזשירן?…
חיים: (נאַטירלעך) חרובֿ צו מאַכן. די משפּחה. דאָס װײַב. די קינדער… װי קאָן איך אַזױנס?
יאַנקל: (דערשלאָגן) צו פֿיל. איבער מײַנע כּוחות. כ’קען נישט…
חיים: (מיט זילזול) גלײבסט נישט אין זיך…
יאַנקל: װאָס הײסט, כ’גלײב נישט אין זיך?…
חיים: אַ מינוטקעלע נאָר. װעסט אַלץ פֿאַרשטײן.
יאַנקל: כ’בין גרײט. אַדרבא.
חיים: (מיט אַ שטילן טונקל טאָן) קלאַנגען… נישט מער װי קלאַנגען… כ’האָב עפּעס געהערט לעצטנס…
יאַנקל: נו…
חיים: אַז דײַן ווײַב…
יאַנקל: (אױפֿגערעגט) ס’קאָן נישט זײַן!
חיים: כ’האָב נאָר געהערט, יאַנקל, האָב איך דיר געזאָגט. נישט איך זאָג. אַנדערע זאָגן.
יאַנקל: זי איז מיר געטרײַ! פֿון ערשטן טאָג אָן! ס’גאַנצע לעבן!
חיים: (ברעכט אױס אין אַ געלעכטער.)
יאַנקל: וואָס איז מיט דיר?!
חיים: געטרײַ (װידער אַ געלעכטערל.)
יאַנקל: כ’פֿאַרשטײ נישט.
חיים: (ערנסט) סװאָלאַטש… (שטרײַכט אונטער יעדעס װאָרט) באַלד װעסטו אַלץ פֿאַרשטײן.
יאַנקל: װאָס איז דאָ צו פֿאַרשטײן?
חיים: דיסקוטירסט מיט מיר? אידיאָט אײנער! װי קען מען אַזױ אַרבעטן?
יאַנקל: (שוואַך) צו מײַן װײַב טשעפּעסטו זיך…
חיים: איך?! באַשולדיקסט מיך?! (אױף אַ קול) אַנדערע! אַנ־דע־רע, האָב איך אַצינד געזאָגט!
יאַנקל: ווער? װער? נישט פֿון „אַנדערע‟ װיל איך הערן. מיט װעמען גענױ האָט זי מיך פֿאַרראַטן.
חיים: אַה!… איצט װילסטו שױן װיסן װער. און אפֿשר נישט נאָר אײנער? אַלץ װעסטו װיסן.
יאַנקל: כ’האָב פּשוט גאָרנישט דערפֿילט… קײן מאָל…
חיים: צו ביסלעך. װעסטו אַלץ װיסן. מ’גײט שױן אױפֿן ריכטיקן װעג.
יאַנקל: (אױפֿגערעגט) אױב זאָגסט נישט װער, הײסט עס, אַז ס’איז אַן אױסגעטראַכטע מעשׂה.
חיים: באַשולדיקסט מיך װידער?… זײַ װיסן, פּאַסקודניאַק… די קינדער…
יאַנקל: וואָס? װאָסי מיט די קינדער?
חיים: … זײ אַלײן… פֿילן שױן די אַפֿערע, װאָס עס קומט דאָ פֿאָר… לײַדן דערפֿון… און נאָך װי! קאָנען ניט שלאָפֿן… און דו מאַכסט זיך תּמעװאַטע…
יאַנקל: (שרײַט אױס) גענוג! גענוג! …זאָג אױס זײַן נאָמען…
חיים: װאָס װעט עס דיר העלפֿן?
יאַנקל: זאָג מיר װער ער איז און כ’שטעך אים אױס די אױגן. אַ בר־מינן פֿון אים מאַך איך.
חיים: אַ!… גוט! סוף־סוף! איצט רעדסטו צו דער זאַך. אָבער לאָמיר אַ קאַפּיטשקע זיך אָפּרוען.
יאַנקל: ווער קאָן זיך אָפּרוען?! װי אַ חיה, אַ רוצח דרײ איך זיך אַרום… גרײט אײַנבײַסן די שאַרפֿע ציין אין מײַן קרבן.
חיים: (אָפּגעשרעקט רוקט זיך אַ ביסל אױף צוריק) פּאַװאָליע. פּאַװאָלינקע… אױ, גאָטעניו! איך אַלײן מוז זיך היטן. ביסט ממש אַרײַן אין דער ראָלע. (חיים רוקט זיך אױף צוריק און יאַנקל דרײט זיך הין און צוריק ווי אפֿאַרהונגערטע חיה.)
צוריק צו דער אַרבעט 4
אַ טיש אין סטאָליער־װאַרשטאַט
חיים: גענוג הפֿסקה. קום אַהער, יאַנקל…
יאַנקל: כ’בין גרײט.
חיים: פֿאַרן אַרײַנטרעטן אין קאַפּיטל „אַרבעט‟…
יאַנקל: אַ געבענטשטע אַרבעט, גוטע פּרנסה האָב איך, גאָט צו דאַנקען.
חיים: נישט אױף לאַנג.
יאַנקל: וואָס האָסטו געזאָגט?!
חיים: כ’מוז עס דיר אױפֿקלערן. ביז הײַנט האָט מען גערעדט װעגן „קאַליע מאַכן‟. קאַליע מאַכן ס’פֿאָלק. ריכטיק?
יאַנקל: גענױ אַזױ.
חיים: נאָר דאַרפֿסט פֿאַרשטײן… (שטיל) פֿאַקטיש רעדן מיר… אים חרובֿ מאַכן.
יאַנקל: האָסט מיר עפּעס שוין מרמז געװען…
חיים: איצט זאָג איך בפֿירוש: אַ חורבן!
יאַנקל: (אַ דערשראָקענער) דװקא אַ חורבן? ביסטו זיכער?
חיים: הונדערט פּראָצענט.
יאַנקל: אַן אָנגעלאָדן װאָרט איז עס. פֿאַר װאָס זיך באַנוצן דערמיט?… ס’דערװעקט אַסאָסיאַציעס…
חיים: נו, ייִנגעלע… מיר װײסן. דעריבער, געװיינטלעך, פֿאַר די מענטשן, רעדן מיר װעגן „קאַליע־מאַכן‟. ס’קלינגט בעסער, שענער.
יאַנקל: כ’פֿאַרשטײ… נישט נוצן „חורבן‟… „קאַליע מאַכן‟ יאָ. נו, זאָל זײַן אַזױ. װאָס דאַרף איך איצט טאָן?
חיים: (רײַבט זיך די הענט. מיט הנאה) אױך דאָ װעלן מיר עפּעס „ענדערן‟… ס’הײסט, אַ סוף מאַכן צו דײַן אַרבעט. פֿאַרשטײסט שױן אַלײן.
יאַנקל: (דערשטױנט) פֿאַר װאָס אָבער?!… נישט גענוג די משפּחה און קינדער, דאַרף איך אױך פֿון מײַן װאַרשטאַט פּטור װערן?
חיים: (מיט מיטלײד) כ’ל דיר העלפֿן… ביסט נישט אַלײן.
יאַנקל: אַ דאַנק… (כאַפּט זיך) װאָס עפּעס „אַ דאַנק‟, זאָג איך דיר? אַ טומטום בין איך!
חיים: אַ סװאָלאָטש. ס’קלינגט בעסער.
יאַנקל: זאָל זײַן אַ סװאָלאָטש.
חיים: װאָס איז דײַן גערוף, יאַנקל?
יאַנקל: אַ סטאָליער בין איך.
חיים: (ברעכט אױס אין אַ געלעכטער. האַלט זיך אײַן. באַרויִקט זיך) אַנטשולדיק.
יאַנקל: פּשוט אַ סטאָליער. וואָס איז דאָ צו לאַכן?
חיים: ראשית, זאָג סטאָלער נישט „סטאָליער‟. קוק אין װערטערבוך. ס’איז נישט מאָדערן.
יאַנקל: סטאָלער. כ’גיב דיר נאָך. נישט קײן פּראָבלעם.
חיים: שנית… אױס סטאָלערס! פֿיניטאָ לאַ קאָמעדיאַ. אין אַן אַנדער וועלט לעבן מיר.
יאַנקל: אפֿשר דער „לעצטער סטאָלער אױפֿן ערדקײַלעך‟? װאָס אַרט עס דיך?
חיים: פֿאַרשטײסט נישט. אַ מיליאָנער װעסטו בײַ מיר זײַן! (מאַכט חוזק) װאָס הײסט, מאַכן אַ טיש, אַ שאַפֿע, אַ בענקל פֿאַרריכטן… דו רעדסט וועגן אַ מאָל… הײַנט די פּראָדוקציע־ליניע לויפֿט אין גרױס מאַסשטאַב. הונדערטער־מיליאָנען־מיליאַַסן טיש. עפּעס צעברעכט זיך?… גלײַך אין מיסטקאַסטן.
יאַנקל: (נאַיִוו) כ’האָב ליב אַרבעטן מיט די הענט… מ’נעמט אַ שפּאָגל שטיק האָלץ, מ’לייגט עס אויפֿן אַרבעטסטיש, מען מעסט אויס, מען שנײַדט ברעטער, מ’ברענגט זיי צונויף… מ’שמעקט דעם ריח… און אָט שטייט פֿאַר אונדז אַ טיש! אַ פֿעסטער. אַ נײַ געבוירענער!
חיים: חבֿר’ל, פֿאַרגעס דערפֿון. אַלץ נאַרישקײטן. טראַכט מאָדערן, אַמביציעז, רענטאַביל. ווער פּטור פֿון אַלטמאָדישע געדאַנקען. קלער זיך אַרײַן, ווי מאַכט מען געלט, אַ מאַיאָנטעק ממש, אין דער קירצסטער צײַט מעגלעך. ברענג דײַנע פּרעהיסטאָרישע כּלים. גענוג געפּלאַפּלט.
יאַנקל: (נעמט צונויף די אַרבעטס־כּלים און שטעלט זיי צו פֿאַר חיימען) אָט האָסטו. ווי אַ טייל פֿון מײַנע אָרעמס, מײַנע הענט און צען פֿינגער…
חיים: (נעמט אַלע כּלים און וואַרפֿט זיי גלײַך אין מיסטקאַסטן) אָפּגעפּטרט.
יאַנקל: (כּמעט ציטערנדיק) וואָס וועט מיטן טיש זײַן?…
חיים: צינד עס אונטער!
יאַנקל: קאָן עס נישט פֿאָרט בלײַבן דאָ?…
חיים: אידיאָט! צינד עס אונטער! פֿאַר מײַנע אויגן! כ’וויל עס זען!
יאַנקל: וואָס?! וואָס זאָל איך טאָן?!
חיים: ביסט נישט טויב. האָסט גוט געהערט.
יאַנקל: דער־אָ טיש… די הענט, וואָס האָבן עס צערטלעך געגלעט… זענען אײנס! שוין אַ היפּשע צאָל יאָרן… ווי קאָן מען זיי אָפּצוימען?
חיים: (שטיל) ס’איז דיר שווער. כ’פֿאַרשטיי, יאַנקל.
יאַנקל: פּשוט נישט מסוגל.
חיים: כ’האָב אויך אַ האַרץ. כ’בין סענסיטיוו… טאָ נעם פֿאַנאַנדער דעם טיש… און פֿאַרקויף די ברעטלעך.
יאַנקל: טאַקע?…
חיים: נישט פֿאַרברענען. כ’בין דיר מוותּר. פֿאַרקויף די ברעטער און וועסט עפּעס פֿאַרדינען. זעסט ווי מע רעכנט זיך מיט דײַנע געפֿילן? ווי מענטשלעך כ’בין? כ’וואָלט מער אַכזריותדיקער געקאָנט זײַן…
יאַנקל: אַ דאַנק, אַ דאַנק… (מיט אַ האַמער אין האַנט הייבט ער אָן פֿאַנאַנדערנעמען די ברעטער פֿון טיש.)
חיים: אַ פּאָר קאָפּיקעס וועט אַרײַן אין קעשענע. ס’וועט דיר אָנוואַרעמען דאָס האַרץ. נאָר טו עס גיך. אַ נײַ קאַפּיטל וואַרט אויף אונדז.
יאַנקל: (באַמיט זיך ממשיך זײַן וואָס גיכער די מלאָכה.)
אױס פֿרײַנד! אױס קאַפּעלוש־מאַכער 5!
אַ טישל אין קאַווע־הױז
יאַנקל: כ’האָב פֿרײַנד.
חיים: כ’ווײס. כ’האָב געזען. אַ גאַנצע כאָפּטע.
יאַנקל: נאַטירלעך.
חיים: וואָס עפּעס „נאַטירלעך‟? אידיאָט אײנער! צו וואָס דאַרפֿסטו „פֿרײַנד‟? פּטרן די צײַט? פֿיל בעסערע און וויכטיקערע זאַכן האָסטו צו טאָן.
יאַנקל: …אפֿשר… כ’זאָג נישט, אַז נישט.
חיים: נאָר דאָס האָט דיר געפֿעלט!… זאָלסט זיך נעמען אַמפּערן מיט מיר.
יאַנקל: חלילה!
חיים: (ווייכער) פֿון מײַנעטוועגן…. האָב איך דווקא ליב צו דיסקוטירן. און אױב שוין יאָ, וואָלט איך פֿון דיר אַ שמאַטע געמאַכט. אַ שמאַטע אין די אױגן פֿון דײַן ווײַב, קינדער און פֿרײַנד…. אָבער כ’בין נישט אַזױ וווּלגאַר.
יאַנקל: איך אױך נישט.
חיים: דו, גראַדע, וואָלסט אַ קאַפּיטשקע וווּלגאַר יאָ געדאַרפֿט זײַן. ס’איז גוט צום געזונט. גראַדע אין אונדזערע צײַטן, ווען מ’רעדט וועגן נאָענטע פֿרײַנד, האָסטו אַ גלענצנדיקע געלעגנהײט זײַן סופּער־וווּלגאַר.
יאַנקל: (אומבאַהאָלפֿן) באמת? וואָס? מיט וואָס קאָן עס מיר העלפֿן? פֿאַר וואָס זאָל איך עס טאָן?
חיים: תּכלית. גײ גלײַך אין קאַוועהױז, וווּ איר טרעפֿט זיך אָפֿט, גײ האַסטיק אַרײַן, שפּאַנסט דרײסט צום טישל, און דערלאַנגסט די פֿרײַנד אַזאַ פּאָרציע אין פּרצוף אַרײַן… אַז זײ וועלן גלײַך די שטערן און דעם אור־עלטער־זיידע זען.
יאַנקל: (שטיל) נאָר פֿאַר וואָס עפּעס?!
חיים: הער אױף די קלאָץ־קשיות!
יאַנקל: כ’וויל קײן שלעכטס קיינעם נישט אָפּטאָן…
חיים: נישט מײַן עסק. קום, מיר גײען איצט אין קאַוועהױז. איך גײ נאָך דיר.
יאַנקל: לאָז מיך נישט אַלײן. כ’ווײס נישט וואָס כ’האָב אַזױנס צו טאָן… (בײדע שטעלן זיך אָפּ בײַם אַרײַנגאַנג.)
חיים: גײ איצט אַרײַן. גײסט גלײַך צום טישל. זײ וועלן דיך דערזען, אַ שמײכל אַהין־אַהער, מיט אַ ברײטן שלום־עליכם נעמען דיך אַלע אױף…
יאַנקל: און דערנאָך?
חיים: (טרוקן און שטיל) זאָגסט פּשוט: פּיאַווקעס, איר צאַפּט מײַן בלוט אױס, צעפּאַטשקעט מײַן צײַט, מײַנע כּוחות, און עס שטערט די טראַנסאַטלאַנטישע ביזנעס מײַנע. טײַם איז מאַני. כ’האָב אײַך גוט אין ד’רערד אַרײַן! כ’וואָרן אײַך. וואַגט נישט קלינגען צו מיר! ר’וועט מיך מער נישט זען! לײדיק־גײערס! בטלנים! פֿױליאַקעס!
יאַנקל: (שטײט שוין אַנטקעגן דעם טישל. רעדט שטיל) פּיאַווקעס.
חיים: מאַכסט חוזק פֿון דער אַרבעט? (שטרענג, אױפֿן קול) פּיאַווקעס!!!
יאַנקל: (אַ ביסל העכער) פּיאַווקעס, איר צאַפּט מײַן בלוט אױס…
חיים: האָסט נישט געהאַט קײן פֿרישטיק? (שרײַט) פּיאַווקעס!!!
יאַנקל: (העכער) פּיאַווקעס!
חיים: העכער.
יאַנקל: פּיאַווקעס!!!
חיים: מער, מער. מיט אַלע כּוחות!
יאַנקל: (דערלאַנגט דעם טעקסט מיט פֿולער ענערגיע בעת ער סטראַשעט מיט די הענט און פֿאַלט אָן אויף אַלעמען אַרום טיש.) פּיאַווקעס, איר צאַפּט מײַן בלוט אױס, צעפּאַטשקעט מײַן צײַט, מײַנע כּוחות, און עס שטערט די טראַנסאַטלאַנטישע ביזנעס מײַנע. טײַם איז מאַני. כ’האָב אײַך אַלעמען אין ד’רערד אַרײַן! כ’וואָרן אײַך! וואַגט נישט קלינגען צו מיר! ר’וועט מיך מער נישט זען! לײדיק־גײערס! בטלנים! פֿױליאַקעס!
חיים: (ווערט דערשטױנט פֿון יאַנקלס עקסטרעמער אױפֿפֿירונג.) גוט־גוט־גוט. מוזט זײ נישט צעמימתן. גענוג אַז דו קומסט נישט מער אַהינצו. אַ סוף צו דער פֿרײַנדשאַפֿט. אַן ערנסטער ביזנעסמען ביסטו איצט. אַ וועלט־קאַליבער. אין גיכן ווערסטו אַ מיליאָנער!…
יאַנקל: מיליאָנער?… טאַקע? נו… כ’בין נישט דאַקעגן.
חיים: (אַ צופֿרידענער) זעסט ווי שײן אַרבעטן מיר אין אײנעם?
יאַנקל: (אומעטיק) ווי צווײ סיאַמע־ברידער.
חיים: שוין. האָסט אַלע גוטע פֿרײַנד דײַנע טיף אין דער אַדמה. גײסט ממש אױפֿן ריכטיקן וועג. קורצע פּױזע און גלײַך צום לעצטן קאַפּיטל.
6 גענוג געחלומט!
פֿאַרהאַנדלונגען־טיש אױפֿן שלאַכטפֿעלד
יאַנקל: (אַלײן אױף דער בינע. איז גרײט אָנצוגײן װײַטער… נאָר חיים פֿאַרזאַמט זיך) װאָס איז מיט אים, מיטן גרױסן קנאַקער? סאַראַ חוצפּה! לאָזט מיך שטײן אײנער אַלײן דװקא אױף דער לעצטער סטאַציע…
חיים: (קומט אַרײַן מיט גיכע טריט) זײַ מוחל. כ’האָב זיך פֿאַרהאַלטן. מ’קומט איצט צו דער לעצטער גורלדיקער סטאַציע.
יאַנקל: סוף־כּל־סוף. כ’האָב שױן געדאגהט.
חיים: לאָמיר הערן, יאַנקל… (פֿאַרטראַכט) װאָס איז דײַן שטאַרקסטער באַגער, דײַן גרױסער חלום אין לעבן?
יאַנקל: (באַשײדן. קװענקלט זיך) דעם אמת… דעם רײנעם אמת… מײַן חלום איז… דער זון מײַנער… זאָל דעם סטאָלערײַ־װאַרשטאַט איבערנעמען…
חיים: צעדרײט ביסטו?! מאַכסט זיך צעדרײט?
יאַנקל: דו האָסט געבעטן, געװאָלט הערן מײַן חלום…
חיים: דײַן זון איז נישטאָ מער. נישטאָ. אױך נישט דײַן װײַב און קינדער. אױס! קלאַפּ זיך דאָס אַרײַן אין קאָפּ אַרײַן. מע גײט נישט מער אױף צוריק. פֿאָרױס. נאָר פֿאָרױס!
יאַנקל: אפֿשר אַ צװײטן חלום?
חיים: זעלבסטפֿאַרשטענדלעך.
יאַנקל: כ’על פּרוּװן.
חיים: באַשרײַב עס דײַטלעך… און דערנאָך… מיר’ן עס אַזוי אױסמעקן… ביז ס’װעט דעם מינדסטן שפּור פֿון אים נישט בלײַבן.
יאַנקל: אױב אַזױ־זשע… װאָס איז שױן דער חילוק? אַ מעבל־פֿאַבריק, אַ רײַזע צו דער לבֿנה… אַלץ אײנס װעט דערפֿון דאָך גאָרנישט װערן…
חיים: כּדי עס זאָל צערונען ווי ס’באַדאַרף צו זײַן… נײטיקט מען זיך פֿריִער…
יאַנקל: אין אַ חלום.
חיים: אַַ תּלמיד־חכם ביסטו! װאָס איז דאָ צו רעדן?
יאַנקל: כ’האָב… כ’האָב שױן עפּעס. (שטראַלנדיק) ס’זאָל שלום הערשן צװישן פֿעלקער…
חיים: איצט רעדסטו צו דער זאַך.
יאַנקל: ס’איז נאָר אַ חלום… נישט איבערטרײַבן…
חיים: (שטאַרק ערנסט) שלום צװישן פֿעלקער, ווי געוויס, איז פּשוט די גרעסטע שװינדלערײַ. תּמיד אַזױ געװען.
יאַנקל: ניין, כ’בין נישט מסכּים.
חיים: פֿאַרפֿױלטע פּאָליטיקערס, כראָנישע ליגנערס, װעלכע פֿאַרפֿירן זײערע פֿעלקער רעדן אַזױ. (שפּאָטיש) „שלום צװישן פֿעלקער, צװישן נאַציאָנען, צװישן אומות־העולם‟. ס’קלינגט דאָך פּשוט לעכערלעך! אידיאָטיש! האָסטו שױן אַ מאָל געזען „שלום צװישן אומות־העולם‟?
יאַנקל: איך, פּערזענלעך, נישט.
חיים: זעסטו אַלײן.
יאַנקל: אָבער דאָס מײנט נישט… אַז עס ס’איז אַ מאָל נישט געװען אָדער ס’קאָן נישט אַ מאָל װידער זײַן.
חיים: (אויפֿגערעגט) אַ טעראָריסט ביסטו מיר געװאָרן?
יאַנקל: ניין, ניין. קײן טעראָריסט בין איך נישט.
חיים: אַלץ װאָס איך זאָג, דאַרפֿסטו זאָגן פֿאַרקערט?
יאַנקל: ניין־ניין־ניין. האָסט מיך שלעכט פֿאַרשטאַנען. כ’זאָג נישט, אַז ס’דאַרף הערשן שלום צװישן פֿעלקער, אָדער אַז ס’איז געװען אַ מאָל שלום אָדער ס’װעט אַ מאָל זײַן אין דער צוקונפֿט… ניין־ניין־ניין. נישט איך. כ’בין נישט שולדיק!
חיים: װעל איך זאָגן שװאַרץ, װאָס װעסטו זאָגן?
יאַנקל: שװאַרץ!
חיים: װעל איך זאָגן װײַס… װאָס װעסטו זאָגן?
יאַנקל: װײַס! זײער װײַס!
חיים: וועל איך זאָגן… כ’גיב זיך אַ טראַכט… למשל… מלחמה!
יאַנקל: (אויפֿן קול) מלחמה־מלחמה! מלחמה איז זײער גוט!
חיים: װעל איך זאָגן למשל… שלום…
יאַנקל: ניין־ניין. מלחמה־מלחמה!
חיים: אױסגעצײכנט! באַלד פֿאַרענדיקן מיר. װאָס זאָגסטו װעגן שלום צװישן פֿעלקער…
יאַנקל: (שיסט אױס מיט אַ ביטערן געלעכטער…) חס־וחלילה! אַ פּאַסטקע! מע דאַרף זיך היטן! נישט אויף אונדז און אױף קײנעם געדאַכט. אױ װײ. איך ציטער. אַזאַ שלום װעט אונדז אַלע פֿאַרטיק מאַכן. מסוכּן־שבמסוכּן! מען מוז אַנטלױפֿן. װאָס גיכער. אַװוּ דער שװאַרצער פֿעפֿער װאַקסט! ראַטעװעט, ייִדן!
חיים: גענוג, גענוג. לאָז מיך אָפּכאַפּן דעם אָטעם. האָסט מיך איבערצײַגט. באַרויִק זיך, באַרויִק זיך.
יאַנקל: (אױפֿן קול) אַ פּאַסטקע, זאָג איך דיר! סכּנות־נפֿשות!
חיים: גענוג… שױן… ביסט אַראָפּ פֿון זינען?
יאַנקל: מ’קאָן זיך אַװעקזעצן. אָפּרוען אַ ביסל.
חיים: מיט פֿאַרגעניגן.
יאַנקל: אַבי נישט קײן שלום.
(בײדע זעצן זיך אַנידער אױף אַ באַנק.)
װוּהין גײט מען איצט 7?
אין פּאַרק
יאַנקל: נו…
חיים: נו…
יאַנקל: װאָס שײך „נו‟… זענען מיר מסכּים.
חיים: דאָס פֿאָלק (װײַזט אָן אױף יאַנקלען) האָבן מיר גאַנץ פֿײַן קאַליע געמאַכט.
יאַנקל: פֿאַרדאָרבן װאָלט איך געזאָגט. מ’מאַכט קאַליע אַ זאַך. אַ בענקל, אַ טיש, אַ שאַפֿע… אַ פֿאָלק איז אַ לעבעדיקע באַשעפֿעניש. אַ נשמה. און אונדז איז געלונגען עס צו פֿאַרדאָרבן ביזן װאָרצל.
חיים: כ’האָב טאַקע געװוּסט. מיר’ן מצליח זײַן. קײן ספֿק נישט געהאַט.
יאַנקל: מײַן חלק האָב איך בײַגעטראָגן.
חיים: איך שאַץ עס זײער.
יאַנקל: און איצט, טײַערער שותּף… איז די צײַט… (ערנסט) צו טוישן ראָלעס!
חיים: װאָס מײנסטו?!
יאַנקל: דו, דאָס פֿאָלק. און איך…
חיים: (גיט אַ שפּרינגט פֿונעם בענקל) װאָס־װאָס… װאָס האָסטו געזאָגט?!
יאַנקל: (רויִק) מען טוישט זיך. דאָס איז עס. גאַנץ פּשוט.
חיים: ניין־ניין־ניין. נישט פֿאַר מײַנע נערװן. ביסט אַזוי שיין אַרײַן אין דער ראָלע. מיט אַ חוש און געבענטשטן טאַלאַנט זי אױסגעשפּילט!
יאַנקל: אויך פֿון דיר קאָן מען אַזאַ צעקאַליעטשעטן פֿאָלק מאַכן. קײנער װעט דיך נישט דערקענען. האָסט געזען, װי הכנעהדיק האָב איך נאָכגעפֿאָלגט אַלע דײַנע קאַפּריזן.
חיים: (קלערט אַרײַן) קאַליע מאַכן ס’פֿאָלק צװײ מאָל נאָכאַנאַנד?… װאָס פֿאַר אַ טעם האָט עס? װאָס מע דאַרף איצט יאָ זאָרגן…
יאַנקל: יאָ, איך הער…
חיים: איז װי מתקן זײַן דײַן פֿאַרדאָרבנקײט.
יאַנקל: ס’קלינגט גוט…
חיים: זיכער גוט. אָבער צום באַדױערן…
יאַנקל: אױב שױן גוט, װאָס באַדױערסטו?
חיים: ס’װעט נעמען (פֿאַרציט דאָס װאָרט „דורות‟) דורות לאַנג…
יאַנקל: …װיפֿל? נו, נו, זאָג שױן װיפֿל… זײַ נישט קיין סאַדיסט.
חיים: …אַ דרײַ־פֿיר דורות בערך קאָן עס נעמען…
יאַנקל: ממילא װעל איך דאָ נישט זײַן.
חיים: און איך יאָ?…
יאַנקל: טוישן ראָלעס אָבער מוזסטו. ס’װעט דיר גאָרנישט העלפֿן, חבֿרל. װעסט זיך נישט אַרױסדרײען.
חיים: אַ פֿאַרביסענער! אַן עקשן! קאָנסט קאָרומפּירט בלײַבן נאָך אַ פּאָר גוטע יאָר… ביז הונדערט־און־צװאַנציק!
יאַנקל: הײסט עס, בלײַבן אַזױ װיפֿל איך װיל.
חיים: װיפֿל דו װילסט.
יאַנקל: און אױב איינער, אַ פֿרעמדער, מישט זיך פּלוצעם אַרײַן?…
חיים: פֿאַרקערט… מע װעט זיך חנפֿנען צו דיר. מע װעט דיך נאָכלױפֿן. מע װעט דיך טראָגן אױף די הענט.
יאַנקל: אױב אַזױ…
חיים: יאָ, יאָ. ס’לוינט זיך. בנאמנות. נישט סתּם האָבן מיר אַזוי שװער געהאָרעװעט…
יאַנקל: …צו פֿאַרדאָרבן דאָס פֿאָלק.
חיים: גענױ אַזױ.
יאַנקל: (גיט זיך אַ קלער) נאָר דו האָסט פֿריִער געזאָגט, אַז אַ תּיקון, אַן ענדערונג, מוז סוף־כּל־סוף פֿאָרקומען… ריכטיק?
חיים: אין דרײַ־פֿיר דורות אַרום.
יאַנקל: אַ קערנדל… קאָן זיך פֿאָרט באַווײַזן שוין הײַנט…
חיים: …קײן מומחה בין איך נישט אױף קערנדלעך.
יאַנקל: חײמטשע… (מיט אַ שמייכל) אַ מענטש װעל איך פֿון דיר מאַכן!
חיים: נישט אַזױ לײַכט מאַכט מען…
יאַנקל: מיר’ן אַ פּרוּוו טאָן.
חיים: אַרױסגעװאָרפֿן די צײַט!
יאַנקל: אַ קערנדל, א קליינטשיקס, האָבן מיר געזאָגט…
חיים: (קוקט אַרום רעכטס און לינקס) …בעסער מאַכן אַ ויבֿרח איצט…
יאַנקל: װאָס רעדסטו אַזױ, חיים? זײַ נישט קײן יאָלד. ס’איז אַ געלעגנהײט! צוריקברענגען ס’פֿאָלק צו יענער גאָלדענער תּקופֿה פֿון אָרנטלעכקײט און גוטע מידות.
חיים: פֿון מיר, פֿון אַזאַ באַנדיט דערװאַרטסטו עס?
יאַנקל: װאָס ערגער דער מצבֿ, אַלץ גרעסער דער פֿאַרמעסט!
חיים: (מיט אַ מינע) בעסער אָפּלײגן אויף… אײן דור לכל־הפּחות.
יאַנקל: בשום־אופֿן נישט.
חיים: װאָס אַרט עס דיר?
יאַנקל: חרובֿ מאַכן איז געגאַנגען שנעל. צוריקבױען נעמט צײַט. מוז מען אָנהײבן װאָס גיכער. איצט, שױן. אָן קיין תּירוצים.
חיים: וואָס איז די אײַלעניש?…
יאַנקל: (מיט אַ דראָענדיקן פֿויסט) װעסט אַרײַנכאַפּן פֿון מיר!…
חיים: (ציט זיך צוריק אַ דערשראָקענער…)
התחלת ד’גאולה 8
אױף דער פּלאַזשע. אַ משפּחה־טישל.
(חיים און יאַנקל ליגן אױף דער פּלאַזשע אָנגעטאָן אין באָד־קאָסטיומען.)
חיים: (מיט אַ זױערער מינע) װער־װאָס משפּחה?… לאָז מיך צו רו מיט די נאַרישקײטן. זיך פֿירן מאָדערן. אָן קײטן, אָן שקלאַפֿערײַ! (מיט אַ כיטרען שמײכל) אַ מאָל גײ איך מיט ציפּקע… אַ מאָל מיט פֿרידען… און לאָז מיך געמאַך. קלאַוסטראָפֿאָביע מיינט פֿאַר מיר משפּחה־װײַב־קינדער. נישט פֿאַר מיר. כ’װאָלט געזאָגט… (קוקט רעכטס־לינקס) עס עקלט מיך אַפֿילו!
יאַנקל: (ערנסט) װאָס האָסטו געזאָגט? קאַנסט עס איבערחזרן?
חיים: (שטילער) ס’עקלט מיך.
יאַנקל: זאָג מיר… אַ ממזר ביסטו? קײן טאַטע־מאַמע נישט געהאַט?
חיים: רעדסט פֿון אַנדערע צײַטן, פֿון אַ מאָל… יעדער אײנער טוט הײַנט װאָס עס גלוסט זיך אים. װי גאָט אין אָדעס לעבט מען!
יאַנקל: (שטרענג) שטײ אױף!
חיים: װאָס װילסטו פֿון מײַנע יאָרן?
יאַנקל: שטײ אױף, האָב איך געזאָגט!
חיים: ע־בע ציבעלע־מע…
יאַנקל: באַלד באַגראָב איך דיך אונטער אַ זאַמד־בערגל. וועסט פֿון דאָרט שױן נישט אַרױסקריכן!
חיים: (הײבט אָן פּאַמעלעך אױפֿשטײן) װאָס ביסטו אַזױ צעקאָכט? זעסטו אַז כ’שטײ אױף…
יאַנקל: גיכער!
חיים: דער רוקן…
יאַנקל: אין דער לינקער פּיאַטע האָב איך דײַן רוקן!
חיים: אױ־װײ!… אַ קאַליקע בין איך.
יאַנקל: נישט מײַן עסק.
חיים: (גלײַכט זיך אױס) נו… און װאָס װײַטער?
יאַנקל: שטײ אױף אַ פֿוס. (חיים פֿאָלגט נאָך) גיב אַ קוק אױף דײַנע אָרעמס, דעם אָנגעזעטיקטן בױך דײַנעם… האָסט אױגן, אױערן, קאָנסט עסן, רעדן, װיינען, לאַכן… צו אַל די שװאַרצע יאָר, פֿון װעמען האָסטו דאָס אַלץ באַקומען?
חיים: (שמײכלט) פֿון הימל אַ מתּנה!
יאַנקל: מאַכסט חוזק?! פּאָצעװאַטע מאַכסטו זיך? (שרײַט אױס) װי אַ מענטש זאָלסטו רעדן!
חיים: (ציטערט) װער?… װער װײסט נישט דעם ענטפֿער?… די מוטער!… אױך פֿון פֿאָטער אַ ביסל…
יאַנקל: איצט רעדסטו שױן װי אַ בן־אָדם… נישט דרײען מיט דער צונג. קלאָרע דיבורים װיל איך. הערסט װאָס כ’זאָג, חבֿרל? תּנאָים בײַ אײַך האָט מען געחתמעט, אַ חופּה געשטעלט, דער חתן האָט די כּוסע צעבראָכן און ערשט דערנאָך…
חיים: פּונקט נאָך נײַן חדשים…
יאַנקל: איז אַ פּאָצעװאַטער חיים אַרױס אױף דער װעלט.
חיים: נישט קײן גרױסע מציאה.
יאַנקל: ס’לעבן האָסטו פֿון טאַטע־מאַמע באַקומען! און דו, מיט אַ פֿאַרריסענער נאָז, קומסט און װאַרפֿסט זיך (שפּאָטיש) „משפּחה, משפּחה‟…
חיים: עס נישט געמײנט ערנסט…
יאַנקל: כ’האָב גענױ געהערט, שמענדריק! גענוג באָבע־מעשׂיות!
חיים: ס’רעדט זיך אַזױ… גלאַט אין דער װעלט אַרײַן…
יאַנקל: בײַ מיר רעדט מען נישט אין דער װעלט אַרײַן! פֿאַרשטײסט װאָס איך מײן?
חיים: לאָמיך אַ פּרוּװ טאָן. נאָך אײן מאָל. (קאָנצענטרירט זיך) משפּחה איז… נישט פֿאַר מיר!
יאַנקל: לץ אײנער! נאָך אַזאַ חכמה און פֿליסט גלײַך אין װאַסער אַרײַן. קאָטלעטן פֿאַר די פֿיש װעסטו װערן!
חיים: ניין־ניין. זײַ מוחל. אַ טעות. משפּחה איז הייליק. אַ בריליאַנט. דאָס טײַערסטע אין דער װעלט. װי אַן אױג אין קאָפּ מוז מען עס אָפּהיטן. אַלץ קומט פֿון דער משפּחה און שטראָמט צוריק צו איר. אױף אײביק אַזױ! (בײַט דעם טאָן) …שײן גערעדט?
יאַנקל: מאַכסט מיך קראַנק… נאָר עפּעס פֿון דיר װעט שױן אַרױס…
חיים: צום נײַעם קאַפּיטל אפֿשר?
יאַנקל: יאָ, גענוג מיט דער פּלאַזשע. פֿאָרױס. (מאַכט חוזק) „אַ מאָל מיט ציפּקען, אַ מאָל מיט פֿרידען‟…
אַרבעט 9
בײַם טונעל פֿון דער אונטערבאַן. טישעלע פֿון שיך־פּוצער
(חיים און יאַנקל קומען אַרױס פֿון אַן אָנגעפּאַקטער באַן.)
יאַנקל: שװער זיך אַרײַנשטופּן אין באַן…
חיים: און נאָך שװערער אַראָפּשטײַגן פֿון איר.
יאַנקל: אַרומפֿאָרן איבער דער שטאָט מוז מען, ביז מ’עט אַן אַרבעט פֿאַר דיר געפֿינען. אַ פּראָדוקטיװן פּאַרשױן פֿון דיר מאַכן.
חיים: נישט לײַכט… כ’לעב אױפֿן חשבון פֿון אַנדערע. אַזוי בין איך געװױנט.
יאַנקל: אַרבעטן װעסטו בײַ מיר. װי ס’באַדאַרף צו זײַן.
חיים: ניין, ניין. אָן קײן אילוזיעס. אײן סעקונדעלע. אַנטשולדיק מיך… (דערװײַטערט זיך ביז ער געפֿינט אַ הױכן בענקל און זעצט זיך דאָרט אַנידער. ס’איז דאָס אָרט װוּ זשענטלמענער לאָזן זיך פּוצן די שיך.)
יאַנקל: (כאַפּט זיך פּלוצעם, אַז חיים איז פֿאַרשװוּנדן. הײבט אים אָן זוכן.) אַװוּ איז ער, דער מנוּװל! ער קאָן נאָך אָנטלױפֿן פֿון מיר…
חיים: (איז זיך מטפּל מיט זײַנע נעגל און פֿאַרגעסט אין גאַנצן אין זײַן שותּף. הײבט אָן זינגען אַ לידעלע.) לי־לאַ…לאַ־לאַ־לאַ לאַ…לי־לאַ…לאַ־לאַ־לאַ.
יאַנקל: (דערזעט חיימען. פֿאַרוווּנדערט) װאָס טוסטו דאָ?!
חיים: (מאַכט זיך נישט װיסנדיק. זינגט װײַטער.) לי־לאַ…לאַ־לאַ־לאַ…
יאַנקל: סאַראַ פּאַראַזיט!… געוואַלד! (בכּעס) אַן אַרבעט זוך איך פֿאַר דיר!!!
חיים: פֿאַר דיר האָב איך שוין געפֿונען. (װײַזט אָן אױף זײַנע שיך. שמייכלט) מײַנע שיך. פּוץ זײ אױס. נישט אַזױ שװער.
יאַנקל: (שאָקירט) װאָס? װאָס? װאָס האָסטו געזאָגט…?
חיים: גלאַנצן זאָלן זײ!
יאַנקל: אַראָפּ פֿון זינען ביסטו?…
חיים: אַרבעט האָסטו געזוכט… טאָ נעם זיך צו די כּלים.
יאַנקל: אַ רוח אין דײַן טאַטנס־טאַטן אַרײַן! (אַן אױפֿגע־ברױזטער בײגט זיך אַראָפּ, נעמט צונױף אַלע כּלים און שלײַדערט זײ אַװעק אין דער לופֿטן.)
חיים: וואָסי? װאָס פּלוצעם? װאָסי געשען?
יאַנקל: קאָנסט נישט אַלײן, שמענדריק? אַזױ פֿאַרפֿוילט ביסטו?
חיים: מײַן רוקן… דו װײסט…
יאַנקל: גענוג מיטן רוקן און אַלע מעשׂיות. פֿון דער נאָז װעל איך דיך ברענגען צו דער אַרבעט.
חיים: (כיטרע) קאָנסט אַ צענערל באַקומען!…
יאַנקל: אַזאַ געמײנהײט!… איך זאָל דיר אױספּוצן די שיך? אַ צענערל גיסטו מיר?
חיים: נישט גענוג?…
יאַנקל: האָסט אַן אַנונג מיט װעמען דו רעדסט?
חיים: כ’קאָן דיר נאָך צוגעבן…
יאַנקל: (האַלט בײַם דערלאַנגען אים אַ פֿלאַסק אין פּנים) אַזאַ שטינקער ביסטו געװאָרן! איצט, חיים… אַראָפּ פֿון בענקל. נעמסט צונױף ס’בערשטל, די פּאַסטע און לײַװנט… און װעסט די שיך אױספּוצן ביז די נאָז דײַנע װעט זיך אין זײ אָפּשפּיגלען.
חיים: פֿאַר װאָס עפּעס די אַלע געשרײען? די זעלביקע אַרבעט קאָן איך טאָן פֿון זיך אַלײן… פֿאַר װאָס מיך שטופּן, מיך צװינגען?
יאַנקל: נײַע זמירות. גוט אַזױ, חיים!
חיים: (גײט אַראָפּ פֿון בענקל, נעמט צונױף די כּלים און פּוצט זײַנע שיך. טוט עס געשװינד. צום סוף פּרוּװט ער זען װי די שיך שפּיגלען אָפּ זײַן פּרצוף.) אַ שײן פּנים האָב איך.
יאַנקל: הנאה האָבן פֿונעם ביסן ברױט!… עסן פֿון אײגענעם שװײס. אַרבעט מאַכט דאָס לעבן זיס. גרעסערע חכמים האָבן עס שױן געזאָגט.
חיים: אויך די גריכן מײנסטו?
יאַנקל: לאָז מיך אָפּ מיט די גריכן… גענוג. שטײ אױף. צום נײַעם קאַפּיטל!
פֿרײַנד 10
נעבן זײער מיטלשול־בנין. אַ לימוד־טיש אין קלאַס.
(חיים און יאַנקל באַװוּנדערן דעם פֿראָנט פֿון זײער מיטלשול־בנין.)
יאַנקל: נישט סתּם האָב איך דיך אַהער געבראַכט.
חיים: אַ ים מיט זכרונות!
יאַנקל: טאַקע דאָ, צום ערשטן מאָל, האָבן מיר זיך געטראָפֿן.
חיים: נישט נאָר מיר בײדע. דער גאַנצער קלאַס.
יאַנקל: שײן פֿאַרװײַלט האָבן מיר. גרױסע שטיפֿערס געווען…
חיים: די שטיפֿערײַען גײען נאָך ווײַטער אָן.
יאַנקל: לאָמיר אַרײַנגײן.
חיים: צו װאָס?
יאַנקל: וואָס הײסט „צו װאָס?‟ ס’וועט אונדזער פֿרײַנדשאַפֿט ווידער אױפֿװעקן…
חיים: איך דאַַרף עס האָבן? דו דאַרפֿסט עס האָבן? ס’האָט זיך אַלץ פֿאַרענדיקט.
יאַנקל: שױן אַרומגערעדט משפּחה, אַרבעט. איצט פֿרײַנדשאַפֿט און דערנאָך קומט…
חיים: בעסער ענדיקן דאָ.
יאַנקל: …אָן קײן חלומות?
חיים: ניין־ניין־ניין. װעסט מיך נישט איבערצײַגן. דו בײַ דײַן דעה און איך בײַ מײַנער.
יאַנקל: צי איז קײן פֿרײַנדשאַפֿט צװישן אונדז נישטאָ מער?
חיים: עס גייט אויס. ס’קומט צו אַ סוף.
יאַנקל: (דערשלאָגן) האָסט מיך אָנטוישט. שטאַרק אָנטוישט.
חיים: c’est la vie!
יאַנקל: כ’האָב דעם פֿאָלק אויסגעשפּילט. דיר נאָכגעגעבן. דערנאָך ביסטו אַרײַן אין דער ראָלע און דיך איבערמאַכן האָב איך געפּרוּװט. שטײט מען איצט אין מיטן… װעלן מיר אױפֿהערן די שפּיל?
חיים: הער זיך אײַן. פֿרײַנד־פֿרײַנד ביז עס קומט צו דער קעשענע. דאַן פֿאַרשװינדן אַלע. (װײַזט אָן אױפֿן בנין) נישטאָ מער די־אָ פֿרײַנדשאַפֿט. װער ס’איז אין שטוב פֿאַרשלאָסן, װער אָנטלאָפֿן קײן אױסלאַנד און װער… אונטער דר’ערד. טאָ בעסער זיך נישט פֿאַרלאָזן אױף קײנעם. אַנדערש, אַ מעסער אין רוקן שטעכט מען דיר אַרײַן.
יאַנקל: האָסט פֿאַרענדיקט?
חיים: כ’האָב נאָך בײַשפּילן.
יאַנקל: אָבער װאָס לגבי אונדז… קײן פֿרײַנדשאַפֿט נישטאָ מער?
חיים: ס’װערט אויסגערונען. װעסט אַלײן זען.
יאַנקל: איז נישטאָ װאָס צו רעדן…
חיים: (שמײכלט) רעדן איז זילבער. שװײַגן איז גאָלד.
יאַנקל: טאָ זײַ מיר געזונט און האָב מיר אַ גוטן. (מיט אַ פֿאַרבײגטן קאָפּ װענדט ער זיך צום אױסגאַנג. װען ער האַלט ממש בײַם אַרױסגײן…)
חיים: אײַ, חבֿרל!
יאַנקל: (שטעלט זיך אָפּ. קוקט אױף צוריק).
חיים: װעגן חלומות… רעדט מען שוין נישט?…
יאַנקל: (הײבט אָן פּאַװאָלינקע זיך אומקערן. חיים גײט אים אַנטקעגן. זײ שטײען איצט אײנער דערנעבן דעם צװײטן) ביסט גערעכט, באַנדיט. (מיט אַ מאָל נעמען זײ זיך שטאַרק אַרום.) געװען צײַטן!…
חיים: ס’װעלן נאָך קומען, ס’וועלן זײַן…
יאַנקל: אױך פֿאַר אַ חלום פֿאַראַן אַן אָרט.
חיים: נאָך װי!
יאַנקל: גײען מיר אַרײַן?…
חיים: מיטן רעכטן פֿוס! (יאַנקל גײט אַרײַן. חיים פֿאַרהאַלט זיך. צום פּובליקום) זײַט זיכער. (שמייכלט) אָט דעם שיינעם בנין…
יאַנקל: (פֿון אינעווייניק) נו, וווּ ביסטו?…
חיים: …וועט מען אויך חרובֿ מאַכן. (צו יאַנקלען) איך קום, איך קום!
סוף