דער שטאָף פֿון לעבן (המשך)

שמואל אָרטענבערג

פּאָגראָם־טראַגעדיע

…עס גײט דאָס גרױזאַמע 1919טע יאָר. עס איז אין מיטן זומער. עס שטײען גרױסע היצן, עס לױערט אַרום נאָך אַ גרעסערע שרעק. עס הוליען בײזע װינטן אױף די פֿעלדער פֿון דער גרינבלעטערדיקער, בליִענדיקער אוקראַיִנע. עס לױערט פּײַן און טרױער, מאָרד און רױב איבער די שטעטלעך און װעגן אַרום, פּונקט װי אין די אַלטע צײַטן. עס װילדעװען באַנדעס פֿון דער פּעטליורישער אַרמײ אַרום און אַרום.

פּלוצלינג האָט זיך באַװיזן אין שטעטל אין מיטן יולי־חודש אַ שטאַב פֿון עפּעס אַ פֿאַרבײַגײענדיקן טײל פֿון דער אוקראַיִנישער פּעטליורישער אַרמײ. אײנער פֿון די הױפּטשטאַב־פּערזאָנען, עפּעס אַ פּאָליטישער טוער, שטײט אײַן בײַ אונדז אױף קװאַרטיר. ער זעט אױס װי אַן אַמאָליקער רוסישער אָפֿיציר — אַ הױכער, אַ שײנער, מיט העפֿלעכע מאַנירן, געקלײדט רײן און בכּבֿודיק אין די נײַע אַרמײ־קלײדער פֿון דער דערמאָנטער אַרמײ מיט די געהעריקע צײכנס אױף די לאַצן. דער עלטסטער ברודער שמועסט מיט אים װעגן פּאָליטיק. עס װײַזט זיך אַרױס, — װי ער דערצײלט דעמאַגאָגיש און פֿרעך, — אַז זײ קלײַבן זיך צונױפֿרופֿן אַן אַלאוקראַיִנישן פֿאָלקס־קאָנגרעס אױף צו לײזן די װיכטיקסטע פֿראַגעס פֿון מלוכה־אָרדענונג אױף דער „סאַמאָסטינער‟ אוקראַיִנע, װי נאָר זײ װעלן, פֿאַרשטײט זיך, צעקלאַפּן די „רױטע מאָסקאַליטן‟… ער זאָגט אַפֿילו צו, אַז די ייִדישע מאַסן װעלן זײַן פֿאָרגעשטעלט אין דעם קאָנגרעס.

אָבער דאָ קומען אָן אַלץ שװערערע און שױדערלעכע ידיעות, אַז אַרום דעם שטעטל, אױף די װעגן, אין די אַרומיקע שטעטלעך הוליען אַכזריותדיק פֿאַרשײדענע באַנדעס, קױלען, פֿאַרניכטן און מאָרדן אַלץ אױפֿן װעג… אײנע פֿון די באַנדעס קומט געשװינד אַהער, זי איז אױפֿן װעג פֿון אונדזער שטעטל. ס’איז שבת אין דער פֿרי, די שרעק קומט אַלץ נעענטער און נעענטער… דער ברודער פּרוּװט רײדן מיטן אָנגעפֿאָרענעם הױכן ארמײיִשן טוער, צי קאָן ער ניט מיט עפּעס באַהילפֿיק זײַן צו פֿאַרטײדיקן דאָס שטעטל פֿון דער נאָענטער געפֿאַר, װאָס לױערט אױף אים? דער „אײדעלער‟ און העפֿלעכער אָפֿיציר זאָגט, אַז צום באַדױערן, האָט ער ניט קײן פֿולמאַכטן צו קומען אין שטרײַט מיט אַנדערע טײלן פֿון דער „פֿאָלקס־אַרמײ‟, װאָס מאַרשירן איבער די װעגן. איבעריקנס, קלײַבט ער זיך שױן אין װעג מיט זײַן שטאַב צוזאַמען, צי זאָלן די אָרטיקע דרוזשינעס, — עס זײַנען טאַקע געװען אַזױנע דרײסטע, מוטיקע לײַט אין שטעטל, — זיך װידערשטעלן?

— ניע ראַדזשו (איך ראַט ניט), — ענטפֿערט ער אויף רײנעם אוקראַיִניש, געזעגנט זיך העפֿלעך און װערט פֿאַרשװוּנדן.

און די באַנדע דערנענטערט זיך אַלץ נענטער צום שטעטל. אָט, קומען זײ, זאָגט מען, מיט די װעגן פֿון דער זײַט פֿון פּױלישן קאָשטיאָל. זײ האָבן מיט זיך אַפֿילו אַ קױלן־װאַרפֿער. דער װידערשטאַנד, װאָס עס װײַזן אַרױס די מוטיקע און דרײסטע יונגע־לײַט פֿון דער זעלבשוץ, קאָן זײ ניט אָפּשטעלן.

די פֿאַרוווּנדיקטע ייִדן נאָכן פּאָגראַם. 1919

מיט װילדע געשרײען רײַסן זײ זיך אַרײַן, צעשיטן זיך איבערן שטעטל און הײבן אָן זײער גרױזאַמע גװאַלדטאַטן און מאָרד. עס הײבט זיך אָן די מוראדיקע שחיטה. דעם גאַנצן הײסן, זומערדיקן שבתדיקן טאָג האָבן די רוצחים געלױערט איבערן שטעטל, געקױלעט, געהרגעט, װער ס’איז נאָר אין די הענט געקומען, קײנעם ניט געשױנט — ניט קינדער, ניט פֿרױען, ניט זקנים.

אין דעם גרױסן און מוראדיקן געטומל האָט אונדזער פֿאַמיליע זיך צעשטרײט און צעטײלט אױף פֿאַרשײדענע טײלן. דער צעטראָגענער פֿאָטער האָט אין דעם דאָזיקן אומגעהױער שרעקלעכן מאָמענט גראָד אָנגעטראָפֿן צו משהקע דעם בעל־עגלה אין זײַן פֿערדנשטאַל, אָבער אױך אַהין האָבן זיך אַרײַנגעריסן די רוצחים און מיט געשרײ אָנגעשטעלט אױף זײ די ביקסן.

— רבי, פּיניע, לאָמיר װידוי זאָגן… — דערמאָנט מיט אַ געבראָכענער שטימע דער לײַטישער און אַ פֿרומער משהקע דער בעל־עגלה דעם צעטראָגענעם טאַטן…

שטײען זײ, צװײ אַלטע לײַט, אײנער אַ שטאַם פֿון אַ ייִחוסדיקער ייִדישער משפּחה פֿון דײַטשלאַנד, דער צװײטער אַן אָפּשטאַם פֿון דורות ייִדישע בעלי־מלאָכות און אַרבעטס־מענטשן אױף דער רוסישער ערד, — שטײען זײ, אױסגעדרײט מיטן פּנים צו דער מיזרח־װאַנט אין אַ הײסן זומערדיקן טאָג פֿון דער ערשטער העלפֿט פֿון XXטן יאָרהונדערט — פֿון פּראָגרעס, װעלט־ענדערונג און ציװיליזאַציע אין אָט דעם האַלב־פֿינצטערן פֿערדנשטאַל בײַ די ברעגן פֿון ראָס, פּונקט װי זײערע אורזײדעס פֿון װײַטן מײַנץ און װאָרמס אױף די ברעגן פֿון רײן אין אָנפֿאַנג פֿון XIIIטן י”ה אין פֿינצטערן מיטלאַלטער; פּונקט װי זײערע אורעלטערן אין דעם נאָענטן טולטשין און נעמיראָװ בײַ די ברעגן פֿון בוג אין דער מיט פֿונעם XVIIטן י”ה; שטײען זײ די צװײ אַלטע ייִדישע לײַט מיט די פּלײצעס צום רוצח און זאָגן, װי אין די אַלטע צײַטן, מיט זײער געבראָכענעם געמיט די װערטער פֿון דעם אוראַלטן שפּרוך פֿון דעם װידױ: תְּהֵא מִיתָתִי כַּפָּרָה עַל כָּל עֲווֹנוֹתָי – זאָל מײַן טױט פֿאַרגעבן מײַנע זינד… און ס’איז געשען דער אַלטער ייִדישער נס: די רוצחים האָבן זיך פֿאַרקוקט אױף משהקע דעם בעל־עגלהס פֿײַנע פֿערד און אָנגעהױבן זײ שאַצן און אַרױסנאַרן פֿון שטאַל, מיט טומל און געשרײ האָבן זײ זיך אָנגעהױבן דערװײַטערן, רײַטנדיק צו פֿאָרזעצן װײַטער זײער מאָרד אין אַן אַנדער אָרט. ס’איז געװאָרן שטיל אין דער פֿינצטערער פֿערדנשטאַל. משהקע דער בעל־עגלה האָט אַ בליק געװאָרפֿן אױף זײַן אױסגעלײדיקטן שטאַל און פֿרום געזאָגט:

— גם זו לטובֿה… רב פּיניע ,לאָמיר גומל בענטשן.

איך מיט דער מאַמען און שװעסטער האָבן זיך אין די דאָזיקע גורלפֿולע, קאָשמאַרפֿולע שעהען געפֿונען אין דעם פֿינצטערן קעלער פֿונעם פֿעטער יצחקס גרױסער שטוב. דאָס איז געװען אַ לענגער אונטערערדישער דורכגאַנג, װאָס האָט זיך געצױגן, װי מע האָט דערצײלט, אױף אַ קילאָמעטער װײַט ביזן קאָשטיאָל, ערגעץ אין די װײַטע װינקלען פֿון די קאַטאַקאָמבעס. אין אַ גרױסן ברײטן חלל זײַנען מיר געזעסן בײַ אַ קלײן צאַנקענדיק, זיך לעשנדיק ליכטל אױף דער הױלער ערד, אױף צעשטעלטע הילצערנע קעסטלעך אַ מענגע מענטשן, פֿרױען, קינדער, עלטערע לײַט אין שרעק זיך צוגעהערט צו די קלאַנגען, װאָס האָבן דערגרײכט אַהער פֿון אױבן. עס איז געװען אַ מאָמענט, װען עס האָט זיך דערהערט אַ הילכיקער קלאַנג פֿון אַ שאָס בײַ דעם אַרײַנגאַנג אין קעלער, אָבער די רוצחים האָבן, װײַזט אױס, ניט ריזיקירט צו לאָזן זיך אין דער װײַט, אין דער טיף פֿון די לאַנגע און ברײטע פֿינצטערע קעלערװעגן און זײערע אױגן טוען זײער מאָרד־אַרבעט אין אַנדערע הײַזער בײַ גרינגערע אומשטאַנדן. ערשט צו זון זעצן זיך האָט עמעצער אַרײַנגעשריִען אין קעלער, אַז מע מעג שױן אַרױסגײן, די באַנדע איז אַװעק שױן פֿון שטעטל.

לעבנסגעבליבענע צעזײטע, צעשײדטע, צעװאָרפֿענע פֿאַמיליעס האָבן זיך אָנגעהױבן צונױפֿזאַמלען און אָפּזוכן אײנס דאָס צװײטע. עס האָבן זיך באַװיזן די עלטערע ברידער, װאָס זײַנען ערגעץ אין אַן אַנדער פֿאַרבאַהאַלטן אָרט אָפּגעזעסן די צײַט פֿון דער שחיטה, עס האָט זיך אומגעקערט דער פֿאָטער פֿון משהקע דעם בעל־עגלהס שטאַל. זײַנען מיר געשטאַנען אַלע צוזאַמען אױף דעם ענגן גאַניק פֿון פֿעטער יצחקס הױז מיט זײער פֿאַמיליע און געטראַכט, װאָס װײַטער צו טאָן, אָבער דאָ איז פּלוצלינג געשען עפּעס אומדערװאַרטס:

אַ פּאָר פֿאַרשפּעטיקטע רײַטער־גזלנים זײַנען אַדורכגעפֿאָרן פֿאַרבײַ און דערזען פֿאַר זיך אַ בינטל דערשראָקענע ייִדן פֿון דער װײַטנס אױפֿן גאַניק און אָנגעהױבן לאַכן און שרײַען און רופֿן צו זיך: „היי, זשידעס, קאָמוניסטן, אַהער!‟

אין דעם מאָמענט איז גראָד דורכגעגאַנגען נאָענט פֿאַרבײַ דער יונגער אַלשער, אַ סטודענט פֿון דער פּריצישער אַלשער־פֿאַמיליע, אַ געמײנער יונג פֿון דער אױסגעלאַסענער, אַנטיסעמיטישער „גאָלדענער יוגנט‟. עמעצער פֿון אונדז דערשראָקענע האָט זיך דװקא געװענדט צו אים מיט אַ ביטע, ער זאָל העלפֿן:

— איר קאָנט דאָך אונדז גוט, העלפֿט, רעדט איבער מיט זײ…

און דער מנוּװל האָט „געהאָלפֿן‟: ער האָט אָנגעװיזן די רוצחים אױף דעם מיטלסטן זון פֿון דעם פֿעטער יצחקס פֿאַמיליע, שמואליקן, װאָס האָט אַקטיװ זיך באַטײליקט אין דער זעלבשוץ מיט געװער אין די הענט ביז אין דער לעצטער מינוט. די רוצחים האָבן זיך אַפֿילו געפֿױלט אַראָפּצושפּרינגען פֿון די פֿערד, זײ האָבן רײַטנדיק אַרױסגעלאָזן אַ רײ קױלן אין אונדזער זײַט און אַװעקגעריטן װײַטער זײער װעג. פֿון שרעק זײַנען מיר זיך אַלע צעלאָפֿן געשװינד און װען. אין אַ פּאָר מינוט אַרום האָבן מיר זיך אומגעקערט צוריק אױפֿן אָרט. אין מיטן גאַניק איז טאַקע געלעגן א דערשאָסענער, אַ טױטער דעם פֿעטער יצחקס מיטלסטער זון, דער הױכװוּקסיקער, שװאַרץ־חנעװדיקער העלדישער שמואליק… דאָס איז, װײַזט אױס, געװען דער לעצטער קרבן פֿון דער הײַנטיקער מוראדיקער שחיטה.

עס איז געװען פֿינצטער, אין אײַלעניש און שרעק איז מען זיך צעגאַנגען אױף נאַכטלעגער. מיר, די קינדער, האָבן גענעכטיקט אין אונדזער הינטערהױז, װאָס איז געװען אָפּגעטײלט פֿון דער דרױסנדיקער װאַנט מיט אַ דינעם װענטל און פֿאַרלײגט ביזן באַלקן מיט האָלץ. אַ מאַן צען האָבן מיר זיך געפֿונען אין דעם ענגן רױם אױף דערשטיקט צו װערן, מיר מיט אונדזערע שכנים. דער טאַטע מיט דער מאַמען האָבן ערגעץ װוּ „גענעכטיקט‟ אין אַנדערע ערטער. אין מוראדיקער און שרעקלעכער פּײַן האָבן מיר פֿאַרבראַכט די נאַכט, דעם צװײטן טאָג און נאָך אַ נאַכט.

אױפֿן דריטן טאָג נאָך דער שחיטה האָט זיך אין שטעטל באַװיזן עפּעס אַ מיליטעריש געקלײדטער שעף פֿון דער פּעטליורישער אַרמײ אין באַגלײטונג פֿון דער אָרטיקער װאָלאָסט־מאַכט און אָנגעהױבן זיך נאָכפֿרעגן אױפֿן רבֿ. צופֿעליק האָבן זײ באַגעגנט דעם טאַטן, װאָס האָט אַרומגעבלאָנקעט איבערן שטעטל בײַ טאָג, אים אָנגענומען פֿאַרן רבֿ און איבערגעגעבן אים, אַז די מאַכט לײגט פֿאָר די ייִדן אָפּראַמען די טױטע. עס זײַנען אַרױס פֿון זײערע באַהעלטענישן די לעבנסגעבליבענע ייִדן און די מער קרעפֿטיקע האָבן זיך גענומען צו דער דאָזיקער שװערער און פּײַנפֿולער אַרבעט.

עס געדענקט זיך, אַז אַ בינטל ייִדן האָבן באַגעגנט דעם אָרטיקן אוקראַיִנישן בעל־הבית, ביריענקאָ איז זײַן פֿאַמיליע געװען. געװױנט האָט ער אין עק שטעטל און געװען שטאַרק רײַך און אַ טוער אין װאָלאָסט. מע האָט אים געבעטן, ער זאָל באַהילפֿיק זײַן אין דער אַרבעט פֿון צוזאַמענזאַמלען די געפֿאַלענע, אָבער ער האָט אַפֿילו װעגן דעם ניט געװאָלט הערן: „איך האָב מײַנע אײגענע צרות, בײַ מיר איז אַ קו געפֿאַלן‟, — האָט געענטפֿערט דער דאָזיקער מנוּװל… און געטראַכט האָט זיך מיר דערבײַ, אַז עס װעט נאָך אַמאָל פֿאַלן אױף אים און אױף זײַן קאָפּ אַ גרױסער אומגליק, אַ גרױסער אומפֿאַרמײַדלעכער בראָך…

אויפֿן בית־עולם בשעתן מקבר זײַן די קרבנות פֿונעם פּאָגראָם, 1919

סוף־כּל־סוף האָבן יונגע־לײַט ערגעץ געדונגען אַ פֿרעמד פֿורל בײַ אַ באַקאַנטן לײַטישן פּױער און אָנגעהױבן אַרומפֿאָרן פֿון שטוב צו שטוב און זאַמלען די טױטע און פֿירן זײ אױפֿן פֿעלד, אױפֿן בית־עולם. דער אומגליק, האָט זיך אַרױסגעװיזן, איז זײער גרױס, גאַנצע פֿאַמיליעס זײַנען אױסגעשאָכטן, פֿרױען, קינדער, אַלטע לײַט, עס װאַלגערן זיך אין די צעראַבעװעטע און צעשטערטע הײַזער, בײַ די פּלױטן, אױף די גאַניקעס, אױף די פּידאַשעקעס אָן אַ שיעור מתים אין קאַליוזשעס בלוט, װאָס איז שױן פֿאַרטריקנט געװאָרן פֿון דער הײסער ברענענדיקער זון…

כאָטש די מאַמע האָט מיר שטרענג פֿאַרבאָטן אַרומצוגײן איבערן שטעטל, האָט דאָס מיר ניט אָפּגעהאַלטן. דרײַ טעג האָט געדױערט די טראַגישע פּראָצעסיע מיטן איבערגעפֿולטן פֿרעמדן, געדונגענעם פֿורל. איך בין אױך נאָך דעם פֿורל געגאַנגען, מיט עפּעס מיטגעהאָלפֿן צו זאַמלען די טױטע, געקוקט און געזען דאָס גרױסע, שױדערלעכע טראַגישע בילד:

אָט ליגט אין מיטן געסל אַ דערהרגעטער, איך קוק זיך אײַן — דאָס איז דער יונגער לערער סטעפּאַנסקי, ער איז ניט לאַנג צוריק אַראָפּגעקומען צו אונדז אין שטעטל, אַזאַ שײנער און אײדעלער יונגער־מאַן געװען, אַ שעמעװדיקער און אַ שטילער אין פּענסנע, אַ יונגער־מאַן מיט א פּאָעטישער נשמה, אַלײן אַ פּאָעט, װאָס האָט לידער געדרוקט און זיך פֿאַרנומען בלױז מיט שײנקײט און פּאָעזיע. ער איז גראָד געשטאַנען װײַט פֿון פּאָליטיק און פּאָליטישע שטרײַט, ער האָט ליב געהאַט דאָס שײנע װאָרט און אַלע כּוחות אָפּגעגעבן צו פֿלאַנצן ליבע צום שײנעם, פּאָעטישן װאָרט בײַ דער יוגנט… דאָס איז ער דער שעדלעכער „זשיד־קאָמוניסט‟, אױף װעמען מע רײצט דעם צעװילדעװעטן פֿינצטערן המון…

אָט טראָגט מען און מע װאַרפֿט אױפֿן פֿרעמדן, געדונגענעם פֿורל מרדכין… מרדכי דער טרעגער פֿון דער מיל מיט די אָפּגעהאַקטע פֿינגער, דער „באָנציע שװײַג‟ פֿון מײַן שטעטל, דער שטענדיק פֿאַרהאָרעװעטער, פֿאַרפּאָראָשעטער מיט מעלשטױב, מרדכי. װיפֿל טױזנטער זעק מיט מעל האָט ער אױף זײַנע פּלײצעס איבערגעטראָגן פֿאַר זײַן אָרעמען אַרבעטסלעבן! אַצינד איז ער ניט פֿאַרפּאָראָשעט מיט מעל, נאָר פֿאַרגאָסן מיט בלוט. דאָס איז דער „זשיד־עקספּלואַטאַטאָר‟, קעגן װעלכן מע רײצט שױן הונדערטער יאָרן דעם פֿינצטערן, צעװילדעװעטן המון!..

אָט טראָגט מען פֿון שטוב אַרױס רױפֿמאַן דעם אַפּטײקער, מיט זײַן פֿרױ, מיט זײַן ייִנגל, די גאַנצע פֿאַמיליע אױסגעמאָרדעט. רױפֿמאַן דער אַפּטײקער איז גאָרניט געװען ענלעך אױף קײן ייִד און האָט גאָרניט געהאַט געמײנזאַמס מיט די שטעטלדיקע ייִדן. אַ שטענדיק ראַזירטער מיט אַ ניט־ייִדיש פּנים, ניט געקענט אַפֿילו רײדן ייִדיש, שטענדיק איז ער געװען פֿאַרנומען מיט גרײטן פֿאַר דער װעלט, פֿאַר אַלעמען זײַנע שמעקנדיקע פֿלעשלעך און רפֿואות. אױ װײ, אַצינד װעט אים שױן קײן שום רפֿואה ניט העלפֿן, די רוצחים האָבן ניט געשױנט ניט אים, ניט זײַן פֿאַמיליע…

און אָט איז קאַפּלאַן… קאַפּלאַן דער ליטװאַק, װאָס האָט טאָג און נאַכט געאַרבעט בײַ װאַלדענבערגן; ער און זײַן געליבטע פֿרױ — בײדע ליגן אין שטוב טױטע. ער האָט געװױנט אין קאָנטאָר, דװקא צװישן גױיִשע הײַזער, נאָר אױך אים האָט געפֿונען די רוצחישע האַנט פֿונעם גזלן.

…לעבן זײַן צעבראָכענעם פֿעסל מיט אַ רױף אין דער האַנט ליגט אַ דערמאָרדעטער, אַ שטאַרק צעבלוטיקטער איציע דער װאַסערפֿירער, דער העלד פֿון מײַן ליבער קינדהײט; דער גרױסער, קרעפֿטיקער און פֿרײלעכער איציע דער װאַסערפֿירער האָט מיט זײַנע קרעפֿטיקע פֿאַרהאָרעװעטע הענט זיך געפּרוּװט ראַנגלען מיט די רוצחים און איז העלדיש געפֿאַלן אין דעם ניט גלײַכן געראַנגל…

בײַם אַרײַנגאַנג אין ישׂראל מילמאַנס טיפּאָגראַפֿיע זײַנען מיר געבליבן דערשטױנט: עס ליגן אױפֿן שװעל דרײַ דערמאָרדעטע באַנדיטן — דאָס האָט זײ מיט געװער אין די הענט באַגעגנט דער מוטיקער און דרײסטער ישׂראל מילמאַן, דער טיפּאָגראַף, דער אַקטיװער אָנטײלנעמער פֿון דער זעלבסטשוץ, און אַװעקגעלײגט גלײַך בײַם אַרײַנגאַנג, אָבער אין דער העלדישער שלאַכט מיט די איבעריקע רוצחים איז ער, פֿאַרשטײט זיך, געפֿאַלן אַ שטאַרק צעשניטענער און צעבלוטיקטער בײַ זײַן טיפּאָגראַפֿישן װערקשטעל…

און אָט ליגט אַ דערמאָרדעטער אַהרן װײַסבערג, װי מיט אַ פֿאַרגליװערטן שמײכל אױפֿן אײדעלן פּנים… אַהרן װײַסבערג, דער העברעער און לערער, דער אױטאָר פֿונעם „װאָרט…‟

נאָר גאַנץ גענוג!

צי קאָן ניט פּלאַצן דאָס האַרץ פֿון אַ יונגן זעכצן־יאָריקן בחור, װאָס האָט ערשט אָנגעהױבן אין זיך צו טראָגן אַ ראָמאַנטישן טרױם װעגן מענטשלעכן אמת און גוטס, בײַם שײַן פֿון דעם טראַגישן, דערשיטערנדיקן און שרעקלעכן בילד?

עס כאַפּט, עס באַגעגנט זיך פּאַמעלעך און לאַנגזאַם דאָס פֿרעמדע, געדונגענע פֿורל. מע קלײַבט און מען זאַמלט די געפֿאַלענע קרבנות אױפֿן מזבח פֿון מענטשן־ברוגז און מענטשן־שׂינאה. איך גײ נאָך פֿוסטריט און דאָס האַרץ איז פֿול מיט װײ און פּײַן. איך טראַכט: װוּ עס לױערט מענטשן־קריג הוליען און װילדעװען די נידעריקסטע אינסטינקטן פֿון מאָרד און פֿון רױב, װוּ ס’גײט מענטשן־קריג בושעװען די אומגעצױמטע לײַדנשאַפֿטן, פֿאָכען שװערדן, פֿאַלן קעפּ, גיסט זיך בלוט…

איז פֿאַר װאָס אָבער, פֿרעגט זיך, װען עס פֿאַלן קעפּ און עס גיסט זיך בלוט אױף דער ערד, איז דאָס אַלער־ערשטנס די קעפּ און דאָס בלוט פֿון מײַן אוראַלטן פֿאָלק, אױב די פֿאָכנדיקע שװערד געפֿינט זיך ערגעץ אין דער נאָענט?… און עס רופֿן זיך אָפּ אין האַרצן די װערטער פֿון מײַן באַליבטן גרױסן ייִדישן דיכטער און דענקער:

די ערד װעט ברענען אונטער דיר!
דו גײ און בלוטיק װײַטער!
דו ביסט דער שװאַכסטער און דער מינדסטער…
אַזױ לאַנג, װי עס װעט בלוט פֿאַרגאָסן װערן,
אַ װעלן — אונטערדריקט.
אַ פֿליגל — אונטערגעשניטן, —
װעלן, עס זײַן דײַנע פֿליגל, דײַן װילן, דײַן בלוט…
דו װעסט באַפֿרײַט װערן ערשט צו אַלערלעצט…
װען פֿון מענטשן־װעלן װערן מענטשן־אָדלער…
אָבער, װי ביטער איז צו זײַן דער לײמענער קרוג,
װײַל װײ איז צו אים, װען עס האָט אים געטראָפֿן אַ שטײן,
און װײ איז צו אים, װען ער אױפֿן שטײן איז געפֿאַלן.
אַלץ אײנס איז זײַן גורל: אױף ברוכװאַרג און שטױב

י־ל. פּרץ

נפלה קידרא על כיפה, ווי לקידרא. (אסתּר רבא פ’ז)

העכער דרײַ הונדערט געפֿאַלענע האָט מען צונויפֿגעזאַמלט אױפֿן ייִדישן בית־עולם און אָנגעהױבן ברענגען צו קבֿורה. עלטערע ייִדן זײַנען זיך אַהין צונױפֿגעגאַנגען און געטאָן די געפֿאַלענע זײער רעכט לױטן ייִדישן געבאָט. דער יאָמער און געװײן פֿון די צונױפֿגעזאַמלטע קרובֿים איז געװען דערשראָקנדיק. אײניקע האָבן מיט די אײגענע הענט אַראָפּגעלאָזן אין די קבֿרים זײערע נאָענטע. דער פֿעטער יצחק איז געבליבן זיך טרײַ: אַ פֿאַרשװאַרצטער און געבױגענער האָט ער אױסגעפֿילט אַלע נײטיקע רעליגיעזע צערעמאָניעס, געבראַכט צו קבֿורה זײַן העלדיש געפֿאַלענעם זון שמואליק און נאָך אים דעם גרױסן און הײליקן קדיש געזאָגט.

דער פֿאָטער איז אַרומגעגאַנגען אױפֿן פֿעלד די גאַנצע צײַט אַ צעטראָגענער, און אַז ער האָט דערזען פֿאַר די אױגן דעם באַקאַנטן, אָרעמען, דערמאָרדעטן טרעגער מרדכי מיט די אָפּגעהאַקטע פֿינגער, האָט אים דאָס האַרץ פֿאַרקלעמט און ער איז געבליבן זיצן אױף דער ערד אַ פֿאַרשטײנערטער. כּדי צו קרעפֿטיקן זיך אין דער דאָזיקער אוממענטשלעכער עבֿודה האָבן ייִדן פֿון ערגעץ אַ ביסל בראָנפֿן געבראַכט, גענומען צו קלײנע קעלישלעך מיט שטילן געװײן און האַרצװײטיק אין מױל אַרײַן, געבליבן זיצן, װי אַבֿלים אױף דער הױלער ערד און געמורמלט זײער אוראַלטן געבעט און גרײַז גרױע תּפֿילות. און װי דער גרױסער דיכטער ח. נ. ביאַליק שרײַבט:

„און גאָט האָט אונדז געשיקט אַ צװילינג: אַ שחיטה און אַ ליכטיק זומער…‟

…און די הײסע תּמוז־זון איז דװקא געשטאַנען אין איר זעניט און האָט אַלץ געזען און האָט מיט דער ברײטער האַנט געװאָרפֿן אירע ליכטיקע שטראַלן מיט װתּרנות און מילדקײט געשפּרײט איר ליכטיקע שײַן, באַלױכטן און דערװאַרעמט די פֿרישע קבֿרים פֿון די געפֿאַלענע, די אַבֿלים ייִדן, װאָס זיצן געבױגן די קעפּ, די אַרומיקע פֿעלדער און לאָנקעס און דעם קלאָרן טײַך ראָס, װאָס ריזלט, שלענגלט זיך און פֿליסט אונטן אין טאָל און שטראָמט מיט זײַן שטילן, זײַן אײביקן גאַנג…

און דאָס האָבן מײַנע יונגע אױגן געזען, דער זכּרון פֿאַרגעדענקט און די האַנט אױף דער עלטער פֿאַרצײכנט.

המשך קומט

Leave a comment