דער שטאָף פֿון לעבן (המשך)

שמואל אָרטענבערג

סוף 1919טער יאָר, דעניקינס רױב־אַרמײ

אין עטלעכע טעג אַרום נאָך דער פּאָגראָם־קאַטאַסטראָפֿע איז איבערן שטעטל דורכגעגאַנגען אַ גרױסער שלאַקסרעגן מיט דונערס און מיט בליצן: ער האָט אָפּגעראַמט, אָפּגעשװענקט און אָפּגעפֿרישט דעם גאַנצן אַרום. פֿאַרבײַ דעם שטעטל האָט דורכגעמאַרשירט עפּעס אַ מיליטערישער טײל, מע האָט גערעדט, אַז דאָס איז דער דאָזיקער גאַליציאַנישער טייל, װאָס דאַרף צושטײן צו דער אוקראַיִנישער פּעטליורישער אַרמײ. אין שטאַב פֿון דער אַרמײ האָט זיך געפֿונען אױך אַ ייִדישער מיליטערישער פֿאָרשטייער פֿון גאַליציע. װען ער האָט געזען און געהערט װעגן דער גרױסער טראַגעדיע בײַ אונדז אין שטעטל, האָט ער זיך דאָס לעבן גענומען.

מיט דער צײַט, אָבער איז די שרעק עטװאָס אײַנגעשטילט געװאָרן, מע האָט אָנגעהױבן אומקערן זיך צום געװײנטלעכן לעבן. אין האַרצן איז פֿאַרבליבן, פֿאַרשטײט זיך, אַ גרױסע, אומהײלבאַרע װוּנד, אָבער די לעבנגעבליבענע מוזן זאָרגן װעגן װײַטערדיקן לעבן און זײַן. די לאַגע אין שטעטל איז גאָרניט קײן זיכערע. קײן פֿעסטע מאַכט איז ניט פֿאַראַן. די אָרטיקע מאַכט איז ניט גענוג קרעפֿטיק. צו האַרבסטצײַט האָט מען אָנגעהױבן שמועסן, אַז פֿון ערגעץ דערנענטערט זיך די װײַסגװאַרדײיִשע אַרמײ פֿון גענעראַל דעניקין. אײניקע אָרטיקע פּאָליטיקער פֿון שטעטל האָבן שױן געבױט פּראָגנאָזן, אַז עס דאַרף װערן בעסער: עפּעס אַ קלײניקײט, אַזאַ גרױסער גענעראַל, װי דעניקין, גײט מיט אַ גאַנצער אַרמײ, װעט ער שױן, מסתּמא, אײַנשטעלן אַן אָרדענונג, אָבער אין גיכן איז געקומען די שװערע אַנטױשונג. אָנהײב װינטער, סוף 1919טן יאָר איז טאַקע אין שטעטל אַרײַן עפּעס אַ מיליטערישע טײל פֿון דער ווײַסגװאַרדײיִשער אַרמײ און זי האָט באַװיזן, אױף װאָס די אַרמײ איז פֿעיִק.

גרופּעסװײַז פֿלעגן זײ אין די פֿינצטערע לאַנגע װינטערנעכט זיך אַרײַנרײַסן אין די ייִדישע הײַזער, מיט געשרײ, שיסערײַ און זידלערײַ אָנװאַרפֿן אַ מוראדיקע שרעק און פֿאָדערן מע זאָל זײ אָפּגעבן דאָס גאַנצע פֿאַרמעגן. װען מען האָט זיך אַנטקעגנגעשטעלט, איז עס, פֿאַרשטײט זיך, ניט געװען זיכער מיטן לעבן; זײ האָבן זעלבסט, װוּ נאָר אַ לאָך גענישטערט און געזוכט אױף די בױדעמער, אין די קעלערס, אין אַלע װינקלען, אין די הינטער־הײַזער, און װי נאָר זײ האָבן עטװאָס װערטלעכס געפֿונען, אַזױ האָבן זײ דאָס גלײַך אַװעקגענומען, אַרױסגעטראָגן און אָנגעלײגט אױף דער פֿור, צוגעגרייט פֿון פֿריִער און אַװעקגעפֿאָרן װײַטער. אַזױ אַ שטוב נאָך אַ שטוב, נאַכט נאָך נאַכט. דאָס איז, װײַזט אױס, װירקלעך געווען אַן אַרמײ, װאָס איז באַצײכנט געװאָרן מיט דעם פֿולקום באַרעכטיקטן נאָמען „גראַבאַרמיִאַ‟ (רױב־אַרמײ). ניט זעלטן זײַנען געװען אױך קרבנות — פֿאַרװוּנדעטע, צעשלאָגענע, צעקאַליעטשעטע דורך די „בראַװע‟ זעלנער פֿון דער דאָזיקער „באַפֿרײַערישער‟ אַרמײ. די שרעק האָט געהערשט אַרום אָן אױפֿהער, אָן רחמנות.

גוט געדענקט זיך, זײַנען זײ צוגעפֿאָרן אין אײנער אַ װינטערנאַכט צו אונדזער שטוב, האַסטיק אָנגעהױבן קלאַפּן אין דער טיר, אױפֿגעריסן זי און זיך אַרײַנגעריסן מיטן װילדן געשרײ. מיר געפֿינען זיך אין שטוב אין הױלער שרעק. דערצו איז דער עלטסטער ברודער קראַנק אױף טיפֿוס און ליגט אין גרױסער היץ.

די זעלנער־רױבער האָבן מיט ביטול און גלײַכגילט אַ קוק געטאָן אױף דעם קראַנקן, אױסגעשאָסן אין דער הײך, עס איז געװאָרן פֿינצטער, דערנאָך שלעפּן זײ דעם איבערגעשראָקענעם פֿאָטער, ער זאָל זײ װײַזן, װוּ דאָס פֿאַרמעגן ליגט. מע צינדט אָן אַ לאָמפּ, דער פֿאָטער טראָגט נאָך זײ דעם לאָמפּ, זײ נישטערן און זוכן, לאָזן זיך אַראָפּ אין קעלער, קריכן אױפֿן בױדעם, ראַמען אױף, װוּ עס נאָר געפֿינט זיך עטװאָס, װאָס האָט אַ װערט, נעמען צו אַלץ — קלײדונג און אַנדערע װערטלעכע זאַכן, לאָדן אָן דאָס געװיסע פֿורל און פֿאָרן אָפּ אין דער פֿינצטערער נאַכט. מיר ליגן אָפּ אין אַנגסטן די נאַכט אין שטוב, ביז עס הײבט אָן שאַריִען אױף טאָג… אָבער ניט לאַנג האָט געדױערט זײער ממשלה, אונטערן דרוק פֿון דער רױטער אַרמײ זײַנען זײ אין גיכן זיך אָפּגעטראָגן פֿון שטעטל.

אָנקום פֿון דער רױטער אַרמײ

אָנהײב 1920סטן יאָר איז צו אונדז אין שטעטל, צום ערשטן מאָל, אָנגעקומען אַ רעגולערער טײל פֿון דער רױטער אַרמײ. דאָס שטעטל האָט פֿרײַ אָפּגעאָטעמט פֿון דער װילדער װאַקכאַנאַליע פֿון די פֿריִערדיקע מאָרד־ און רױב־אַרמײען. מע האָט דעם טײל צעשטעלט אױף קװאַרטיר בײַ די שטעטלדיקע אײַנװױנער. בײַם פֿעטער יצחק אין הױז שטייט אײַן דער קאָמיסאַר פֿון דעם טײל. צום ערשטן מאָל זע איך נאָענט אַ לעבעדיקן קאָמיסאַר, באָלשעװיק. ער איז, װײַזט זיך אַרױס, אַ ייִד, אַן אינטעליגענטנער יונגער־מאַן, אַ מיט אַ קאָפּ שוואַרץ־געקרײַזלטע האָר, מיט ברענענדיקע שװאַרצע אױגן, אַ הױכער, אַ געזונטער. ייִדיש קאָן ער גראָד ניט רײדן, בלױז געצײלטע װערטער, אָבער ער רעדט רוסיש אױסדריקלעך, שאַרף און פֿאַרשטענדלעך. ער זיצט בײַם טיש, מיר זיצן אַלע הײמישע מענטשן אַרום אים. ער רעדט, דערצײלט װעגן דער רױטער אַרמײ, רעדט מיט פֿלאַם װעגן דער װעלט־רעװאָלוציע, װאָס אָט גײט זי שױן איבער אײראָפּע — אונגערן, דײַטשלאַנד, עסטרײַך אאַז”װ. די באָלשעװיקעס זײַנען די אײנציקע קראַפֿט, װאָס קאָן פֿאַרניכטן אַלע גזלנישע אַרמײען, װאָס רױבן און מאָרדן. מע דאַרף אָבער מיטהעלפֿן דער רױטער אַרמײ, און זי װעט געװיס זיגן. זײַנע װערטער קלינגען איבערצײַגעװדיק און קלאָר. זײַנער אַ געהילף, אױך אַ ייִד, אַ ייִנגערער פֿון אים, אַ פּשוטער אַרבעטער, מאַכט אַ פֿאַרזאַמלונג פֿון דער באַפֿעלקערונג אין דעם גרױסן קלױז. עס איז געקומען אַ גרױסער עולם צו הערן, װאָס ס׳װעט זאָגן דער דאָזיקער באָלשעװיק און אַפּיקורס. ער שטײט אױף דער בימה, אָנגעטאָן אין זײַנע אײנפֿאַכע רױטאַרמײיִשע קלײדער און רעדט דװקא ניט װעגן גלױבן און רעליגיע, נאָר װעגן געװײנטלעכע לעבנספֿראַגעס, ער רעדט אַ געמישט רוסיש־ייִדיש לשון:

— ייִדן, — זאָגט ער, — זײַנען, מערסטנס טײל, סערעדניאַקעס… דער מיטלשטאַנד איז דאָס זעלבע, װאָס אַן אָרעמאַן — אַזױ שטײט בײַ קאַרל מאַרקסן, — זאָגט דער יונג.

און כאָטש איך געדענק ניט, אַז בײַ מאַרקסן זאָל עפּעס אַזױנס װערן געזאָגט, איז מיר זײַן רעדע שטאַרק געפֿעלן געוואָרן: ער רעדט אײנפֿאַך, מענטשלעך.

— די רױטע אַרמײ, — זאָגט ער, — װעט זיגן, מיר װעלן בױען אַ נײַ לעבן, די הענדלערישע פּראָפֿעסיעס וועט מען מוזן פֿאַרלאָזן און זיך נעמען צו דער אַרבעט פֿון גאָר אַנדערע ערלעכע פּרנסות.

ייִדן הערן און גאַפֿן. עס געפֿעלט זײ ניט שטאַרק די טעזע און די פּערספּעקטיװ פֿון פֿאַרלאָזן דעם האַנדל, אָבער, אָט שטײט פֿאַר זײ אַ מיליטערישער מענטש און רעדט מיט זײ גלײַך אױף גלײַך און זוכט פֿאַר זײ אַן אױסװעג פֿאַר זײער װײַטערדיקן לעבן. קײנער פֿילט ניט, פֿאַרשטײט זיך, קײן שום שרעק. דאָס איז טאַקע װירקלעך עפּעס אַ נײַע אַרמײ מיט נײַע מענטשן. איך האָב אױך דערפֿילט עפּעס אַ מין סימפּאַטיע צו אָט דעם פּשוטן בחור אין זײַנע אָפּגענוצטע רױטאַרמײיִשע קלײדער.

דער אַרמײיִשער טײל איז, נאַטירלעך, גלײַך אַװעקגעגאַנגען װײַטער איר מיליטערישן װעג. אין שטעטל איז אױף אַ געװיסער צײַט געװאָרן שטיל און רויִק און דאָס לעבן האָט אָנגעהױבן אַרײַנגײן אין זײַן געװײנטלעכן גאַנג. יעדערער האָט זיך אומגעקערט צו זײַן באַשעפֿטיקונג און זײַן הײמישער זאָרג.

פֿרילינג איז בײַ אונדז װידער געװאָרן אַלאַרמיסטיש. ערגעץ גײען נאָך גרױסע שלאַכטן, ערגעץ דױערט נאָך דער ביטערער קאַמף און אַהער אין שטעטל דערגײען װידער ביטערע קלאַנגען װעגן באַנדעס, װאָס װילדעװען נאָך אַלץ אַרום. אין שטעטל האָט זיך אָרגאַניזירט אַן אָרטיקער שפּיטאָל אין פּריצישן פּאַלאַץ און עס קומען אָן פֿון דער אַרומיקער אומגעבונג, פֿון שטעטלעך און װעגן פֿאַרװוּנדעטע קרבנות פֿון פֿאַרשײדענע באַנדיטישע אָנפֿאַלן. װידער איז אומרויִק, עס גייט נאָך אָן דער בירגער־קריג. דער אָנהײב פֿון 1920טן יאָר האָט נאָך דערװײַל קײן רו ניט געבראַכט.

די נאַכט פֿון אױסגאַנג

עס געדענקט זיך, װי ערשט נעכטן װאָלט עס פֿאָרגעקומען:
די לעצטע פּסח־נאַכט פֿון פֿרילינג 1920. אין געזעלשאַפֿטלעכן שפּיטאָל האָט מען שױן װידער געבראַכט אַ גרופּע צעקאַליעטשעטע ייִדן פֿון דער אַרומיקער געגנט. איך בין אױך טעטיק אין דעם דאָזיקן שפּיטאָל. די לעצטע פּסח־נאַכט בין איך געװען אין דער װאַכטע אַ גאַנצע נאַכט און באַדינט די קרעכצנדיקע קראַנקע און פֿאַרװוּנדעטע. ס’איז שבת־בײַטאָג, איך האָב זיך אומגעקערט פֿון דער װאַכטע אַהײם און געלייגט זיך אָפּרוען. איך האָב אָנגעהױבן לײענען אַ נײַ אָקאָרשט געקראָגן אינטערעסאַנט בוך. איך בין געלעגן, געלײענט און אָנגעפֿאַנגען צו דרעמלען. דורכן פֿענצטער האָט זיך געזען, װי עס מאַרשירט אַדורך אַ רױטאַרמײיִשער טײל אין פֿולער אַמוניציע און עקיפּירונג, די טריט דערװײַטערן זיך, אָבער עס הערן זיך אַזױנע יונגע, מונטערנדיקע קלאַנגען פֿון אַ ליד, װאָס איז דאָ ניט לאַנג אַהער צו אונדז דערגאַנגען און הער צום ערשטן מאָל:

אין שלאַכט מיר גייען דרייסט
פֿאַר מאַכט פֿון ראַטן…

די קלאַנגען װערן אַלץ װײַטער און װײַטער און קלינגען שױן אַקאָרדנװײַז:

אויף טויט… זיך שלאָגן… טרייסט
פֿאַר מאַכט… פֿון ראַטן…

איך ליג, הער און אין האַרצן דערװעקט זיך אַזאַ נאָגנדיקע בענקשאַפֿט, איך טראַכט: אפֿשר איז דאָס טאַקע דער ניט־אַנדער לעבנסװעג, דער װעג צו פֿרײַהײט און גליק, אפֿשר דאַרף מען טאַקע באַלד אױפֿשטײן, זיך אײַנשליסן אין אָט די מאַרשירנדיקע רײען און מיט זײ דערגײן צום ציל, אָבער עס פֿעלט נאָך מוט צו אײַנרײַסן מיט דער גאַנצער הײמישער סבֿיבֿה, עס קלעקט ניט קײן זעלבשטענדיקײט, איניציאַטיװ, ענערגיע צו גײען אױף נײַע װעגן… איך דרעמל אײַן, אַלץ שטאַרקער און שטאַרקער, איך קלעטער שױן גאָר ערגעץ אױף אַ הױכן באַרג, און פֿון דער שפּיץ פֿון דעם הױכן באַרג עפֿנט זיך און שפּרײט זיך פֿאַר מײַנע אױגן אַ גרױסע, ברײטע, װוּנדערשײנע פֿלאַכלאַנד. ממש אַ גן־עדן און מענטשן גליקלעכע שמײכלען און טאַנצן אַרום… צי בין איך שױן דערגאַנגען דעם װעג צו דעם מענטשלעכן גליק?..

…פֿאַר נאַכט צו האָט מיך אױפֿגעװעקט אַ גרױסער גערודער: ס’איז אין שטעטל אַלאַרמיש און טומלדיק. די רױטאַרמײיִשע טײלן זײַנען ערגעץ אָפּגעגאַנגען, קײן פֿעסטע אָרטיקע מאַכט איז ניט פֿאַראַן און עס קומען אָן קלאַנגען, אַז װידער דערנענטערן זיך, ערגעץ פֿון װײַט צום שטעטל, אומבאַװוּסטע פֿײַנטלעכע און געװיס באַנדיטישע טײלן. דאָס שטעטל איז אױפֿגערודערט דעם גאַנצן אָװנט, מע זאַמלט זיך אין גאַס רעדלװײַז, מע באַהאַנדלט די לאַגע, מע זוכט עצות, עס דערװעקן זיך די אַלטע װוּנדן פֿונעם שױדערלעכן פּאָגראָם פֿון פֿאַרגאַנגענעם יאָר; און פּלוצלינג, שױן שפּעט אין דער נאַכט, אַרום צװעלף אַ זײגער הײבט זיך אױף דער גרעסטער טײל פֿון דער שטעטלדיקער באַפֿעלקערונג, ניט־צונױפֿגערעדטערהײט און מע לאָזט זיך אַנטלױפֿן פֿון שטעטל.

…און עס איז טאַקע געװען די ערשטע ליכטיקע פֿרילינגדיקע לבֿנה־נאַכט, װען מיר זײַנען אַ גאַנצע פּראָצעסיע פֿון הונדערטער מענטשן אַרױסגעגאַנגען פֿון דעם שטעטל און זיך געלאָזן אין אונדזער טרױעריקן װעג.

בײַם אַרויסגאַנג פֿון שטעטל האָבן מיר אומדערװאַרט באַגעגנט אַ צװײטע, גאָר אַן אַנדערע פּראָצעסיע פֿון אַ מענגע מענטשן, באַלױכטענע מיט קלײנע ליכטלעך, װאָס װיגן זיך אױפֿן װינט. דאָס זײַנען געװען פּױערים און פּױערטעס פֿון די אַרומיקע דערפֿער, װעלכע זײַנען פֿרידלעך געגאַנגען אין דער אָרטאָדאָקסישער קהילה, כּדי צו פֿאַרכאַפּן דעם געבורט פֿון משיח. פֿון װײַטן איז געקומען דאָס קלינגען פֿון גלעקלעך, צוזאַמענגענומען געגלײבטע צו דער הײליקער דינסט. זיי זײַנען געגאַנגען אין קירך צו הערן אַ באַרג־דרשה פֿון הײליקן יעזוס וועגן ליבע און חסד…

אָבער מיר זײַנען שטילשװײַגנדיק מיט אַראָפּגעלאָזטע קעפּ געגאַנגען אונדזער פּײַנלעכן װעג אין דער טיפֿער נאַכט. מיר האָבן געשװיגן, מיר האָבן זיך געשראָקן צו באַגעגענען מיט עמעצן אױף געפֿערלעכע װעגן צװישן פֿעלדער און לאָנקעס אױף די ברײטע סטעפּישע רחבֿותן, מיר זײַנען געגאַנגען דעם אַלטן, דעם אוראַלטן, ייִדישן װאַנדערװעג. געגאַנגען בין איך װידער, שױן דאָס צװײטע מאָל אין לעבן, דעם װעג פֿונעם הײמלאָזן װאַנדערער, אָבער אַצינד, ניט װי מיט אַ צײַט צוריק אױף דער פֿרײלעכער און שמאָלער טעאַטראַלער בינע פֿון מײַן שטעטל מיטן בוטאַפֿאָרישן װאַנדערשטעקן אין דער האַנט און מיט פּאַטעטישע אױסרופֿן: „איך בין דער אײביקער װאַנדערער, מײַן גורל איז גײן און גײן, ניט װיסן קײן רו‟, — נײן, געגאַנגען בין איך אַצינד דעם װאָרהאַפֿטן, שװערן װעג, דעם אמתן טרױעריקן לעבנסװעג צװישן די בליִענדיקע רוסישע פֿעלדער, אױף די ברײטע רחבֿותן פֿון מײַן געבורטסלאַנד, געגאַנגען שטיל, דעם קאָפּ געבױגן, פֿאַרטראַכט, דערנידעריקט און באַטריבט…

…און פֿאַרנעפּלטע פֿאָרגעפֿילן האָבן מיר עפּעס פֿון פֿאָרױס געזאָגט, אַז אַהער װעל איך, װײַזט אױס, שױן מער צוריק ניט קערן. איך האָב געקוקט ווי דאָס שטעטל פּאָגרעבישטשע און דער שטילער טײַך ראָס פֿאַרשווינדן הינטער דעם ווײַטן האָריזאָנט. און אין האַרצן האָב איך זיך געזעגנט מיט דער פֿאַרגאַנגענהייט:

— זײַ געזונט, מײַן שטעטל! אין דײַן שױס בין איך געבוירן און דערצויגן געוואָרן! אונטער דײַן הימל האָב איך צום ערשטן מאָל געזען די וועלט און די ליכטיקע זון. אױף דײַנע װעגן און שטעגן האָב איך זיך גײן און שפּאַנען געלערנט. אויף דײַנע שמאָלע, ענגע, קרומע גאַסן און געסלעך האָב איך מײַן קינדהייט פֿאַרבראַכט. אױף דײַן ערד זײַנען מײַנע פֿריסטע קינדער־יאָרן פֿאַרגאַנגען; דאָ האָב איך דעם ערשטן װיסנדורשט געשטילט, דאָ האָב איך דעם ערשטן יוגנט־טרױם דערפֿילט, דאָ האָב איך צום ערשטן געלערנט מענטשן און װעלט צו דערקענען, דאָ האָב איך צום ערשטן די טראַגישסטע בילדער פֿון לעבן געזען, דאָ האָט זיך פֿאַרענדיקט אַ שטיק פֿון מײַן לעבנסװעג… זײַ געזונט און באַהיט, און באַשיצט, מײַן שטעטל בײַ די ברעגן פֿון רויִקן, שטילן טײַך ראָס. די אומפֿאַרגעסלעכע נאַכט פֿון דעם אױסגאַנג פֿון שטעטל איז געגאַנגען צו ענדע. עס האָט אָנגעהױבן שאַריִען אױף טאָג. און דער הימל איז געװען אױסגעשאָטן װי אין שײנע דיאַמאַנטן.

… מיטן באַגינען האָבן מיר זיך דערקליבן צום נאָענטסטן שטעטל ספּיטשינעץ. אין דעם זעלבן טאָג אױף אַ געדונגענעם פֿורל זיך געלאָזן װײַטער אין װעג און אין אַ פּאָר טעג אַרום אָנגעקומען אין דער נאָענטסטער גרױסער קרײַזשטאָט װיניצע אױף פּאָדאַליע. װען איך בין געקומען קײן װיניצע איז מײַן פֿאַרמעגן באַשטאַנען פֿון דעם בוך, װאָס איך האָב געהאַט אין דער האַנט אין דעם טאָג פֿונעם אױסגאַנג געלײענט, מיט נאָך אַ פּאָר אַזױנע ביכער, מיט אַ קאָפּ, פֿול מיט פֿאַרפּלאָנטערטע אידעען און געדאַנקען, מיט אַ האַרץ, פֿול מיט

פֿאַרנעפּלטע אומקלאָרע טרױמען, גרױסע דערװאַרטונגען און האָפֿענונגען. דאָס לעבן גײט װײַטער זײַן אײגן גאַנג, דאָס יונגע האַרץ שלאָגט װײַטער האַסטיק און שטאַרק און, װי דער דיכטער זאָגט:

און שאַרף ז׳דאָס אויג און שטאַרק די פֿיס
בײַ פֿרײַ פֿאָרויס!

סוף פֿון ערשטן טייל

Leave a comment